Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » קאווע שטיבל • אדמורי"ם בילדער - פון א אנדערע בליק

קאווע שטיבל • אדמורי"ם בילדער - פון א אנדערע בליק

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
214 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 604 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #5508
דאנערשטאג יוני 15, 2017 10:35 pm#375401
וואלווי האט געשריבן:ר' נ"מ פאנעט-דעעש 57?

וואלווי: ניין. ר' נחום מאיר פאנעטה שליט"א גייט א הויכן הוט. נישט קיין פלאטשיג'ס...! איך געדענק נאך ווען דעעשער רבי 41 האט אנגעהויבן צו גיין ווייסע זאקן אינדערוואכן. ומעשה שהיה כך היה. דאס ערשטע מאל איז געווען ראש חודש. און ס'איז שוין געבליבן ביי דעם. איי וועט איינער פרעגן פון וואו ווייס איך...?! ווייל איך האב דאמאלס געפיהרט זיין יונגל אין חדר. און ער האט איהם באגלייט צום באס. (שחרית)...!
דאנערשטאג יוני 15, 2017 10:40 pm#375402
החוקר: מ'האט מסתמא געטובל'ט דעם רעבין'ס ספיננער אין מקוה. און מ'עט אריינשרייבן אין די וויזשניצער הגדות אדער מחזורים אז בשעת מ'שפיעלט זיך מיט'ן ספיננער, זאלל מען זיך מצייר זיין צורת קדשו פנ'ם העיליגן רעבי'ן...!
פרייטאג יוני 16, 2017 2:39 am#375434
ס'איז פאטאשאפט
דאנערשטאג יוני 22, 2017 10:07 pm#376574
דולה ומשקה האט געשריבן:רבי שלמה מבאבוב בעל דברי שלמה אויף דער אקסעל פון א חסיד פון זיין טאטע בעל קדושת ציון מ'באבוב, תוך שנתו הראשונה.
(קרעדיט: שבת בלעטל)


קוקט בכלל נישט אויס ווי אים
דאנערשטאג יוני 22, 2017 10:10 pm#376575
IMG-20170621-WA0129.jpg
מאנטאג יולי 24, 2017 6:03 pm#380128
דער ברך מיט דעם נעלאגישען רב אין בודאפעסט
בילד
מאנטאג יולי 24, 2017 6:33 pm#380133
IMG_20170724_060254.jpg

כ"ק אדמו"ר מזוועיהל ירושלים שליט"א מיט הגה"צ רבי אליעזר גאלדמאן שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א (וואס איז באקרוינט געווארן אלס ממשיך שושלת בית זוועיהל און אמעריקע ביים לויה פרייטאג פון זיין פעטער כ"ק אדמו"ר מזוועיהל יוניאן סיטי זצ"ל) כאפ'ן א בליק אויפ'ן טריפה'נעם כלי "סמארטפאון", ביים לויה אין ארץ ישראל.
מאנטאג יולי 24, 2017 6:37 pm#380134
מיכאל מיטען סטיטשינער רבי שליט"א
בילד
מאנטאג יולי 24, 2017 6:53 pm#380137
ליפא האט געשריבן:
IMG-20170621-WA0129.jpg


ווי איז דער בילד און ווער איז דער בעל שמחה?
מיטוואך יולי 26, 2017 12:57 pm#380404
הרב עובדיה יוסף: האשכנזים מסריחים וחמורים

מיטוואך יולי 26, 2017 8:30 pm#380447
diff האט געשריבן:דער ברך מיט דעם נעלאגישען רב אין בודאפעסט
בילד

פארוואס האט מען פארמעקט די בילד פון ברך משה מיט'ן נעאלאגן רב...?!
מיטוואך יולי 26, 2017 8:37 pm#380448
diff האט געשריבן:הרב עובדיה יוסף: האשכנזים מסריחים וחמורים


דיףף: דער קליפ מאכטציך נישט אויף...! אבער הרב עובדיה יוסף איז גערעכט. נאר ער זאגט נישט ...האשכנזים מסריחים"... כל מי שלא מתקלח ומזיע ומסריח הוא חמור...! ער איז 100% גערעכט. זיי זענען חמורים און עמי הארצים אויכעט. דער איסור רחיצה אין די ניין טעג גייט נאר ארויף אויף רחיצה של תענוג. אבער נישט ווען מ'וואשט זיך אפ וועגן נקיות. גדול כבוד הבריות. און מ'איז נאך עובר אויף בל תשקצו אויך...! ס'איז באקאנט דער דזשאוק מיט דעם גערער בחור וואס איז געקומען קיין גור פון אמעריקע. ס'קומט פרייטיג נאכמיטאג פרעגט ער א צווייטן בחור וואו מ'וואשט זיך אפ. זאגט איהם דער בחור אז ער ווייסט אויכעט נישט. ווייל ער איז נאר דא ערשט פיהר וואכן...!
דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 6:19 pm#392123
@שבת דיס וואן פאר יו
באמערקטס די קראקס
מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 2:56 am#392189
berlbalaguleh האט געשריבן:
diff האט געשריבן:דער ברך מיט דעם נעלאגישען רב אין בודאפעסט
בילד

פארוואס האט מען פארמעקט די בילד פון ברך משה מיט'ן נעאלאגן רב...?!

מ'דארף געדענקען אז די נעאלאגן קהילה אין אונגארן איז בכלל נישט געווען גלייך צו די היינטיגע רעפארמערס אדער קאנסערוואטיוון דאהי אין אמעריקע. זיי זענען געווען שומרי תורה ומצוות. נאר זייער שטארק מאדערן. א שטייגער ווי די עקסטריעם מאדערן ארטאדאקס קהילות אין אמעריקע. א פאר מדריגות שוואכער ווי די היינטיגע יאנג איזראעל קהילות. באמערק אז דער נעאלאגן רב/ראבינער האט א נארמאל קאפל אויפ'ן קאפ...!
מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 3:37 am#392191
א סעלפי מיטן רבין
מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 12:06 pm#392200
berlbalaguleh האט געשריבן:מ'דארף געדענקען אז די נעאלאגן קהילה אין אונגארן איז בכלל נישט געווען גלייך צו די היינטיגע רעפארמערס אדער קאנסערוואטיוון דאהי אין אמעריקע. זיי זענען געווען שומרי תורה ומצוות. נאר זייער שטארק מאדערן. א שטייגער ווי די עקסטריעם מאדערן ארטאדאקס קהילות אין אמעריקע. א פאר מדריגות שוואכער ווי די היינטיגע יאנג איזראעל קהילות. באמערק אז דער נעאלאגן רב/ראבינער האט א נארמאל קאפל אויפ'ן קאפ...!

ר' בערל במח"כ זענט איר היסטאריש נישט גערעכט, אויסער אויב ביי אייך מיינט שמירת תורה ומצוות עפעס אנדערש ווי פאלגן דעם שלחן ערוך.

דווקא די קאנסערוואטיוון אין אמעריקע האבן יא עפעס א פארנעפלטע פרינציפ פון מחויבות להלכה.
מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 1:51 pm#392218
ריכטיג: איך האב נישט גערעדט וועגן די רעפארמער/נעאלאגן און די קאנסערוואטיוו/שטאטוס קווא אין דייטשלאנד. זיי זענען געווען גויים גמורים. ביי זיי איז דער ראביי נישט געגאנגען א קאפל...!
מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 2:15 pm#392220
Re: אדמורי"ם בילדער - פון א אנדערע בליק
שטאטוס קווא איז נישט קאנסערוואטיוו. זיי זענען פונקט אזעלכע ערליכע אידען ווי יעדער. נאר איין תקנה האבען זיי נישט געפאלגט, ותו לא. עס איז דארט געווען פארשידענע מענטשען, יעדער אין זיין לעוועל, אבער אפיציעל איז עס געווען געבויט אויף א גאנצע שמירת המצוות.

שמעתי, אז אין די שטאט מאטע-סאלקע, האט דער ראה"ק פון די ארטאדאקסישע געמיינדע געהאט אן אייניקעל. פאר׳ן ברית האט ער אנגעזאגט דער מוהל "מאך וואס פארא שפיל דו ווילסט, אבער צו שניידען זאלסטו נישט וואגען". ארטאדאקס האט לאו דוקא עפעס געמיינט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
פרייטאג דעצעמבער 29, 2017 1:09 am#392360
berlbalaguleh האט געשריבן:ריכטיג: איך האב נישט גערעדט וועגן די רעפארמער/נעאלאגן און די קאנסערוואטיוו/שטאטוס קווא אין דייטשלאנד. זיי זענען געווען גויים גמורים. ביי זיי איז דער ראביי נישט געגאנגען א קאפל...!

איך האב אויך נישט גערעדט פון דייטשלאנד, איך רעד טאקע פון די אונגארישע. און ניין, מען קען נישט באטראכטן די נעאלאגן אין אונגארן אלץ שומרי תורה ומצוות, אפילו אויב דער ראבינער פון די תש"מ-תש"נ יארן גייט א קאפל.
פרייטאג דעצעמבער 29, 2017 1:22 am#392361
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אבער אפיציעל איז עס געווען געבויט...

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

שטאטוס-קווא איז נישט געווען געבויט אויף גארנישט, עס האט געהאט בלויז איין 'פאליטישע' כוונה: נייטראל!

דאס איז געווען אן אפציע אנערקענט ביי די רעגירונג אלץ די וואס ווילן נישט נוטל צד זיין ציווישן די ארטאדאקסן מיט די נעאלאגן.

ווער האט אויסגענוצט דעם אפציע? די תשובה דערויף ווענט זיך וואו. געוויסע פלעצער איז עס געווען פרומע וואס די בודאפעסטע קאנצעליי איז נישט געווען גענוג פרום פאר זיי, חסידישע קהילות וואס האבן נישט געטרויעט די אשכנזישע בודאפעסט, אינערליכע שטעטלדיגע קהילה מחלוקת'ער, פרייע טראדישענעל אידן וואס די נעאלאגיע איז געווען צו שטארק אפגעפארן פאר זיי, עקסטרעמע רעפארמער וואס די נעאלאגיע איז געווען צו שטארק רעכטס פאר זיי, אאז"וו יעדער מיט זיינע חשבונות. די אלע קהילות האבן באקומען דעם נייטראלן נאמען "שטאטוס-קווא".
פרייטאג יאנואר 12, 2018 2:04 am#393311
שלום עליכם פאפא רב, לאמיר הערן א קליגע זאך
פרייטאג יאנואר 12, 2018 6:45 am#393319
איך האב דערהאלטן די גאנצע געהויבנע שמועס צווישן די צוויי גרויסע ׳גדולים׳.

עקסקלוסיוו צו ק״ש:
מוהר״א: כהאב מיך אייביג געוואונדערט אויף אייך. די גאס האלט אייך פאר א שטיקל נער און טיפוש, איז וויאזוי האט איר אזוי שטארק מצליח געוועהן צו באגראבן אייער יונגערע ברודער אזש אז ער האט ניטאמאל מזומן יוכ״פ ביי נעילה! וויאזוי האט איר מצליח געוועהן אינגאנצן אפצוווישן אייערע ברודערס פון די מאפע???

דער גבאי פונעם פאפער רב האט זיך גלייך אריינגעמישט און פארשטאנען אז דער רב איז נישט אזוי באהאווענט אין די ענינים און פארציילט א מוראדיגע עובדא פונעם היינטיגען פאפאער רב זז״ג

לעצטע וואך איז געפאלן א אינטש שניי אין ברוקלין. אויפן וועג צופירן דעם רב אין ביהמ״ד אריין פאר שחרית. זאגט די רב פאר מיר אז ער וויל נישט גיין היינט אין שול דאווענען ווייל סאיז געפאלן א שרעקליכע שניי-שטורעם. רופט איך מיך אן צו אים: רבי די שניי וואס איז געפאלן איז נישט אזוי געפערליך, עס איז קוים איין אינטש. די רב פארטראכט זיך פאר א קורצע וויילע און רופט זיך אן: יא עס יש טאקע נאר אין אינטש אבער אין די ברייט איז עס אסאך אסאך מעהר ווי איין אינטש.

ומי יעמוד בסוד מאדיאורס....
פרייטאג יאנואר 12, 2018 4:17 pm#393332
שבת אחים: דו האסט מיך געמאכט קוילערן פאר געלעכטער. אבער איך קען אפפרעגן דיין מעשה מיט'ן מופת. ווייל די פאפא רבי שליט"א וואוינט נעקסט דאאר פון ביהמ"ד...!
מאנטאג יאנואר 29, 2018 11:52 pm#394481
דאווענט מנחה אין עירפארט. געטרייע חסידים האבן נישט פארגעסן מיטצוברענגן דעם רבי'שן בענקל
דינסטאג יאנואר 30, 2018 12:09 am#394483
אפילו די טישטוך האט מען נישט פארגעסן
דינסטאג יאנואר 30, 2018 12:23 am#394484
שבת אחים האט געשריבן:איך האב דערהאלטן די גאנצע געהויבנע שמועס צווישן די צוויי גרויסע ׳גדולים׳.

עקסקלוסיוו צו ק״ש:
מוהר״א: כהאב מיך אייביג געוואונדערט אויף אייך. די גאס האלט אייך פאר א שטיקל נער און טיפוש, איז וויאזוי האט איר אזוי שטארק מצליח געוועהן צו באגראבן אייער יונגערע ברודער אזש אז ער האט ניטאמאל מזומן יוכ״פ ביי נעילה! וויאזוי האט איר מצליח געוועהן אינגאנצן אפצוווישן אייערע ברודערס פון די מאפע???

ומי יעמוד בסוד מאדיאורס....


פארציילטס א האלבע מעשה, והעיקר שכחת.

דער פאפא רב ענטפערט, מיט "אביסעל" שכל קען מען אלעס....

ועל זה אמר ר' אהרן, ווער ס'פארשטייט פארשטייט.
דינסטאג יאנואר 30, 2018 9:26 pm#394534
שמעון וואלף האט געשריבן:דאווענט מנחה אין עירפארט. געטרייע חסידים האבן נישט פארגעסן מיטצוברענגן דעם רבי'שן בענקל

ס'איז צו מערקען אז רעבב אהרן האט לעצטענס ממלא כריסו געוועזעהן, וי אויך באדעקט די ברייטע גארטעל זיין גרויסע מחילת עוונות רובו ככולו ולפלא הדבר. און ווער ס'פארשטייט פארשטייט כלשון קדשו פונעם רעבין זיחרוינע לברוכע
מיטוואך יאנואר 31, 2018 11:06 am#394561
פשטו ידיכם: איך האב אן אנדער'ן פסוק וואס רעדט פון דעם ווארט ידיכם. ..."ידיכם דמים מלאו"...דו זעהסט מיר אויס צו זיין אין אט די קאטעגאריע. דו ביסט אין גוטע קאמפאני. ווי ימים ידברו און איש את רעהו. אבער דאך. איך האב זייער שטארק ליעב מליצות און פאנס. מיט א פ"א דגושה. האביך געגעבן א שמייכל פון דיינע ..."מליצות"...אבער איך נעם אין באטראכט ווער דו ביסט... :twisted:
מאנטאג פעברואר 12, 2018 2:02 am#395384
דער האט זיך פארשאפט א געשמאקע גבאי
מאנטאג פעברואר 12, 2018 1:04 pm#395425
ווער ס'קען דעם רב, שליט"א ווייסט אז ער איז ב"ה א גרויסער לץ...!
פרייטאג פעברואר 16, 2018 4:25 pm#395738
קארלין'ע רבי מיט די רעבעצין אין עירפארט ווארטן אויף ליין כאחד האדם
פרייטאג פעברואר 16, 2018 5:18 pm#395740
שמעון וואלף: ייש"כ. דאס איז א נארמאלע קליפ. אבער איך הייב אן טראכטן אז א גרויסער טייל פון די ..."אדמורי"ם פיקטשערס זענען אויך בגדר פון בלוט צאפעריי. וואסי....? ווייל ער איז אן אדמו"ר מעג מען איהם פארשעמען און שופך דם זיין און מאכן ליצי ליצנות פון איהם אין א פאני פאזיציע...!
דינסטאג מערץ 13, 2018 12:43 am#397339
הגה"ק מלימנוב מיט גאב"ד דמשק אליעזר
דינסטאג מערץ 13, 2018 12:56 am#397341
מ'קען אפשר מוותר זיין דאס טראגען די שמונה בגדים, אבער ווי לאנג ס'הערשט אזא קעגען זייטיגע צהלת פנים איז אלעס ווערט..
דינסטאג מערץ 13, 2018 1:14 am#397342
שמעון דזשיגאן מיט באבוב'ער רב

דזיגן אצל הבאבאווער.jpg
דזיגן אצל הבאבאווער.jpg (40.16 KiB) געזען געווארן 6386 מאל


גענומען פון דא: m http://dusiznies.blogspot.com/2016/09/w ... rebbe.html m

איינע פון די קאמענטס אויף די פאסט:

I happen to know the grandson of one of the men who happened to be standing behind The Bobover Rebbe when Dzigan told a joke to the Rebbe.
He told me his grandfather mentioned that the Rebbe liked a good joke.
He remembered his grandfather said that Dzigan tried to make The Rebbe laugh with the following joke:
Why did the Satmar Chusid cross the road?
To schnorr on the other side.
The Rebbe didn't think the joke was funny according to the grandson's recollection .
דינסטאג מערץ 13, 2018 1:09 pm#397371
שמעון וואלף האט געשריבן:הגה"ק מלימנוב מיט גאב"ד דמשק אליעזר


מלכים ביפיים תחזינה עינינו!

מ'קעממיר אלע לאכן פון היינט ביז מארגן, אונזערע קינדער אין פופציג יאר ארום וועלן נאך ליינען אין די קונטרסים און די גליונות איבער די גאוני ומאורי הדור, און וועלן וויסן ווי שטארק הגאון ר' אלעזר איז געווען מפורסם מיט זיין כוח התורה מיט חריפות און בקיאות אין אלע מקצועות, שטייטצעך אויך אין ציגאב צו זיינע מעשי צדקה וחסד. ווי אויך די גדלות פון גאב"ד לימענוב וואס איז געווען פון די גדולי המשפיעים בימיו, פלעגט ארומגיין מעורר זיין אידן בכל אתר ואתר ווי צב"ש ליזענסק ביומא דהילולא קדישא, אריינגעברענגט חיות דקדושה און התעוררות אין אידישע הערצער... איי יי די גדולי ישראל פון אמאל
דינסטאג מערץ 13, 2018 1:45 pm#397375
אברך משי: איבער'ן העיליגן דמשק אליעזר וועיס איך נישט. אבער אויפ'ן הייליגן לימינוב'ער צדיק זכותו יגון עלינו (מ'רעדט שוין לאחר הסתלקותו לגנזי מרומים. אין א 60-70 יאר ארום, אי"ה.) וועט מען קאנען פארציילן און באשרייבן גאנצע בענדער ווי ער איז געווען נע ונד אין אלע גרויסע האטעללן און צוזאמקום פלעצער, ווי כלל ישראל איז געגאנגען שעפן פרישע כוחות בגשמיות וברוחניות. ער, די רבי זי"ע האט סופלייד די רוחניות. נאכדעים וואס דער עולם איז צוריקגעקומען פון סווימינג פול און שפילן בעיסבאלל, האט די רבי, זכר צדיק לברכה געפילעוועט רוחניות. ר'האט פארגעלערנט גאנצע שטיקער ראשית חכמה און קב הישר. וויאזוי די מלאכי חבלה וועללן נעמען דעם זינדיגן מענטש און איהם ארומווארפן ווי א באלל אין כף הקלע (נישט אז איך ווייס וואס דאס מיינט.). און מיט וואספארא שפיזן די מלאכי חבלה וואס זענען באשאפן געווארן פון די עבירות פו די פראסטע, מגושם'דיגע מענטשן, וועללן זיי בראטן אין פייער פן גיהנום. און וויפיהל אן ערליכער איד דארף זיך מסגף זיין. און נישט נאכגעבן די תאוות עוה"ז. נאר (טון אזוי ווי די רבי) עסן א טרוקן שטיקל ברויט. און פארטרונקען מיט א ביסל קאלט ספרינג וואטטער...!הוי...זכותו יגון עלינו ועל כל ישראל , אמן...!
דינסטאג מערץ 13, 2018 1:54 pm#397376
און זאגן איך געדענק עס ווי היינט די פאם פאם אויף די סליפער פון די פרוי וואס האט אונז געהאלפן
מאנטאג אפריל 30, 2018 3:41 pm#400991
אדמור מקארלין
מאנטאג אפריל 30, 2018 4:01 pm#400993
פאר די וואס קענען אים איז דאס פון די געהעריגע בליק..
מאנטאג אפריל 30, 2018 10:29 pm#401025
ס׳זעהט אויס ווי דער רבי האלט א ״סמארטפאון״. ניין?
דינסטאג מאי 01, 2018 1:41 am#401041
שבת אחים האט געשריבן:ס׳זעהט אויס ווי דער רבי האלט א ״סמארטפאון״. ניין?

ער אימעילט זיך אפישעלי מיט זיינע חסידים. מ'קען זיך מזכיר זיין ביי אים דורך אימעיל
דינסטאג מאי 01, 2018 2:16 pm#401104
שבת אחים האט געשריבן:ס׳זעהט אויס ווי דער רבי האלט א ״סמארטפאון״. ניין?


אלע רעבאס האבען, וואס איז שלעכט. עס איז אסאך בעסער ווי שרייען אז מען טאר נישט און באהאלטענערהייט אפטוהן כל דבר אסור
דינסטאג מאי 01, 2018 8:11 pm#401149
א-שופר-איז-א-שופר האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:ס׳זעהט אויס ווי דער רבי האלט א ״סמארטפאון״. ניין?


אלע רעבאס האבען, וואס איז שלעכט.

אודאי, איך בין אמאל געווען ביי א פריוואטן ביקור פון צוויי ריזיגע אדמורי''ם (נעמען געהיט ביי די רעדוקציע), אינמיטן האבן זיי ביידע געוויזן פארן צווייטן זייערע באהאלטענע פעיסבוק פעיזשעס.
מיטוואך מאי 02, 2018 10:54 am#401186
Re: אדמורי"ם בילדער - פון א אנדערע בליק
איסר האטלקי האט געשריבן:אינמיטן האבן זיי ביידע געוויזן פארן.


Omg


Sent from my LG-K373 using Tapatalk
זונטאג מאי 27, 2018 9:37 am#403492
וואס גייט דא פאר?
זונטאג מאי 27, 2018 9:42 am#403493
מען איז בודק א מקוה.
זונטאג מאי 27, 2018 11:52 am#403511
ריכטיג האט געשריבן:מען איז בודק א מקוה.


פארוואס דארף ער מיטשלעפען זיין גבאי ווי ער גייט אפי אויפ'ן דאך?
זונטאג מאי 27, 2018 11:53 am#403512
אפשר האט די גבאי געשלעפט דעם רבי'ן? פון וואנעט ווייסטו?
זונטאג מאי 27, 2018 12:25 pm#403517
א-שופר-איז-א-שופר האט געשריבן:
ריכטיג האט געשריבן:מען איז בודק א מקוה.


פארוואס דארף ער מיטשלעפען זיין גבאי ווי ער גייט אפי אויפ'ן דאך?

ווייל די חסידים האבן מורא אז מען וועט ח"ו קידנעפן דעם רבי'ן...! אפילו ווען דער רבי שליט"א גייט צו די ספר תורה ווען ער באקומט אן עליה, באגלייטן איהם אויך די געטרייע שומרי הסף...!