מיטוואך סעפטעמבער 15, 2021 6:25 am#481832
יעדעס מאל אין עלים לתרופה ווען זיי נוצען כביכול פאר דער עברית'שע אויסדרוק, קראַצט עס מיר די אויגן.
מאך זיכערberlbalagulehמפיל קינד: ועוד. די אריגינאלע הברה איז געווען די ספרד'ישע הברה. נאר אונז אשכנזים האבן עס ביי א געוויסן פונקט פארבויגן...!
הרב עובדיה יוסף, וועלכער איז געווען א שטיקל ראסיסט בענייני ספרדים/אשכנזים, האט זיך אמאל אויסגעדרוקט בלשון חוזק. (געהערט אויף א טעיפ) במתק לשונו, "מה זה ה' אלויקייני מעלעך האא-אוילאם"...!
ער האט זיך נישט אזוי אויסגעצייכנט אין האלטן דאס מויל, אין פילע פעלער האט ער זיך אויסגעדרוקט גאר מצרי'ש.
berlbalagulehאיך האב ערגעץ געזעהן אדער געליינט אז בן יהודה, וען ער האט געמאכט די שפראך עברית איז ער געגאנגען זיך שואל עצה זיין מיט רבנים. אפילו מיט הרב קוק. וועלכע ווערטער ער זאלל אריינלייגן. ווייל רוב ווערטער זענען מיוסד אויף ווערטער פון תנ"ך. און ש"ס בבלי ויורשלמי, ומדרשים. יא. ער איז געווען א שייגעץ. אבער ער האט געקענט לערנען. און ער האט געהאלטן די שפראך אלס אריגינאלע שפראך אויף ווי ווייט ער האט געקענט.
לאמיר נעמען למשל אזא ווארט פאר א סאטעלייט. וואס איז נאכנישט געווען אין די גמ' צייטן. האט ער אויך געטראפן א פאסנד ווארט פאר דעם... א סאטעלייט הייסט אויף עברית..."לוין"...(לאוו-יאן). פון לשון באגלייטער. ווייל א סאטעלייט באגלייט די ערד...! א סווינג (פאר קינדער) הייסט אויף עברית..."נדנדה"...(נאד-נעדאה)...פון לשון מתנדנד. ס'רוקט זיך. ס'שאקלט זיך...!
ריעל עסטעיט הייסט אין (מאדערן) עברית..."נדל"ן"...(נכסי דלא ניידי)...גענומען פון די גמ'. אבער ווען מ'זאלל פרעגן פון די רוב פרייע איזראעליס (די וועלכע האבן נישט געלערנט אין ישיבות) ...פון וואו דער אויסדרוק/ווארט שטאמט, 'עללן זיי נישט וויסן)...!
שוין. געניג אפיקורסות גערעדט פאר היינט...לאל
מיין אמתמאך זיכערberlbalagulehמפיל קינד: ועוד. די אריגינאלע הברה איז געווען די ספרד'ישע הברה. נאר אונז אשכנזים האבן עס ביי א געוויסן פונקט פארבויגן...!
הרב עובדיה יוסף, וועלכער איז געווען א שטיקל ראסיסט בענייני ספרדים/אשכנזים, האט זיך אמאל אויסגעדרוקט בלשון חוזק. (געהערט אויף א טעיפ) במתק לשונו, "מה זה ה' אלויקייני מעלעך האא-אוילאם"...!
ער האט זיך נישט אזוי אויסגעצייכנט אין האלטן דאס מויל, אין פילע פעלער האט ער זיך אויסגעדרוקט גאר מצרי'ש.
די לייק איז פאר די מצריש [emoji28][emoji1787]
Nanachאבער רוביא פאר דזשעם איז א באוויסטע עם הארצישע טעות
אליעזר בן יהודהשנינו בירושלמי שקלים פרק ז׳ הלכה ג׳: תופיני, רבי אמר תופיני ריבה, רבי דוסא אמר תופיני נויי (או נאה), וכו׳. מאן דאמר תופיני נויי כמאן דאמר מטגנה ואחר כך אופה, ומאן דאמר תופיני ריבה כמאן דאמר אופה ואחר כך מטגנה. ויש גורסים להפך, מאן דאמר תופיני ריבה כמאן דאמר מטגנה ואחר כך אופה וכו׳. והנה המפרשים מחלקים בפרוש המלה ריבה. מפרשי הירושלמי משבשים הספרים וקוראים רכה. אבל, מלבד שאין כל טעם לפירוש הזה תאפנה רכה, לא לפי מאן דאמר מטגנה ואחר כך אופה ולא למאן דאמר להיפך, הנה עוד אין כל יסוד לשבש כל הספרים, וגם בבלי מנחות (דף נ׳) הגרסה, רבה, בבי״ת, ועל כן פירש רש״י אופה הרבה, אופה וחוזר ואופה. אבל גם הפרוש הזה לא יתכן, כי אם כן מדוע הוא כמאן דאמר מטגנה ואחר כך אופה או להפך, ולא כהשני? הלא גם השני אומר שצריך טגון ואפיה ואינם חולקים אלא בסדר ולא בכמות.
אבל האמת, כי גרסת הספרים נכונה, והעיקר כמו בבבלי רבה בלי יוד, והיוד שבירושלמי היא רק תחת נקוד החירק, להראות כי צריך לקרוא רִבָּה, ולא רַבָּה, והמלה משורש רבב, על משקל סִבָּה (שהיא מלשון סבב [רביה״ק]), ופרושו על פי לשון ערבית דבר המטגן בשמן או עשוי בצוקר, בדבש, למשל מיני פרי המבושלים בצוקר, רק שבלשון ערבית השם על משקל אחר, והוא מרבב. ושרש הדבר, יען יש לשרש רבב, מלבד כל המשמעות אשר לו בלשון עברית, גם כעין משמעת צמק, ועל כל יקראו להדברים המצמקים על ידי בשול בשמן או בצוקר מרבב, ובעברית רִבָּה. ולפי זה הגרסה הנכונה היא: מאן דאמר תופיני רבה כמאן דאמר מטגנה ואחר כך אופה.
נמצא כי זכינו למלה חדשה שהיא ישנה למיני המתיקה, למיני פרי מבושלים בצוקר, בדבש, והיא רִבָּה.
berlbalagulehNanachאבער רוביא פאר דזשעם איז א באוויסטע עם הארצישע טעות
נאנאך: נישט רוביא, נאר ריבה. דאס איז מעגליך א טעות. גוגל טרענסלעיט זאגט עס אויך אזוי. נאר איך האב עפעס א טעאריע פון וואו דאס נעמט זיך. מעגליך פון א מדרש וואס רש"י ברענגט טיילווייז צו. איבער די אנשי סדום, אז ס'איז געווען א מיידל, "ריבה" אחת, וואס זי האט געגעבן צו עסן פאר א גאסט, וואס איז געווען קעגן די געזעצן פון סדום. אלס שטראף האט די קאורט גע'פסקנ'ט אז מען זאל איהר אנשמירן מיט דזשעם און ארויסלייגן אויף די זון. די בינען זענען געקומען און איהר געשטאכן צום טויט. אויף דעם זאגט רש"י "נתמלא סאתם", ס'איז אנגעפילט געווארן זייער מעסטל...!
berlbalagulehאישתישבילויט מיינע ידיעות רעדט מען נישט זיין שפראך היינט.
און לאמיר נישט פארגעסן דער פראבלעם מיט עברית וואס דער רבי זי"ע זאגט אסאך מאל, אז ווייל מען רעדט דער קמץ ווי א פתח, זאגט מען אדנ"י בלשון רבים און עס מיינט חלילה שתי רשויות, ממילא איז רעדן עברית כפירה.
אישתישבי: אויב מ'ווילל זוכן קענמען טרעפן א סאך ווערטער און אויסדרוקן וועלכע זענען (לפי שיטת רביה"ק זי"ע, דער עכטער) כפירה. אויב זיי זענען במזיד ובכונה אריינגעלייגט געווארן.
נעם למשל דאס ווארט ..."כביכול"... אויף עברית מיינט עס פונקט דאס פארקערטע וואס דער באגריף ביי אונז איז... אין מאדערן עברית מיינט עס א זאך וואס איז א פאנטאזיע. א זאך וואס עקזיסטירט נישט...! אדער ..."חשמל"... וואס איז ר"ת חיות אש ממללות...!
מיין שאלה איז נאר אויב די אלע ווערטער זענען בכוונה תחילה אריינגעלייגט. אדער איז עס א צופאל...!
קהל'ס נערberlbalagulehNanachאבער רוביא פאר דזשעם איז א באוויסטע עם הארצישע טעות
נאנאך: נישט רוביא, נאר ריבה. דאס איז מעגליך א טעות. גוגל טרענסלעיט זאגט עס אויך אזוי. נאר איך האב עפעס א טעאריע פון וואו דאס נעמט זיך. מעגליך פון א מדרש וואס רש"י ברענגט טיילווייז צו. איבער די אנשי סדום, אז ס'איז געווען א מיידל, "ריבה" אחת, וואס זי האט געגעבן צו עסן פאר א גאסט, וואס איז געווען קעגן די געזעצן פון סדום. אלס שטראף האט די קאורט גע'פסקנ'ט אז מען זאל איהר אנשמירן מיט דזשעם און ארויסלייגן אויף די זון. די בינען זענען געקומען און איהר געשטאכן צום טויט. אויף דעם זאגט רש"י "נתמלא סאתם", ס'איז אנגעפילט געווארן זייער מעסטל...!
אויך נישט אמת.
ריבה האט בן יהודה גענימען פון די אראבישע ווארט מוראבא, וואס מיינט דזשעם.
ער האט גענימען נאך ווערטער פון אראביש ווי רצינות=ערנסקייט, בערבית רזן.