מיטוואך סעפטעמבער 15, 2021 2:38 am#481826
אישתישבי האט געשריבן:לויט מיינע ידיעות רעדט מען נישט זיין שפראך היינט.
און לאמיר נישט פארגעסן דער פראבלעם מיט עברית וואס דער רבי זי"ע זאגט אסאך מאל, אז ווייל מען רעדט דער קמץ ווי א פתח, זאגט מען אדנ"י בלשון רבים און עס מיינט חלילה שתי רשויות, ממילא איז רעדן עברית כפירה.
אישתישבי: אויב מ'ווילל זוכן קענמען טרעפן א סאך ווערטער און אויסדרוקן וועלכע זענען (לפי שיטת רביה"ק זי"ע, דער עכטער) כפירה. אויב זיי זענען במזיד ובכונה אריינגעלייגט געווארן.
נעם למשל דאס ווארט ..."כביכול"... אויף עברית מיינט עס פונקט דאס פארקערטע וואס דער באגריף ביי אונז איז... אין מאדערן עברית מיינט עס א זאך וואס איז א פאנטאזיע. א זאך וואס עקזיסטירט נישט...! אדער ..."חשמל"... וואס איז ר"ת חיות אש ממללות...!
מיין שאלה איז נאר אויב די אלע ווערטער זענען בכוונה תחילה אריינגעלייגט. אדער איז עס א צופאל...!