דינסטאג יולי 12, 2016 12:06 am#341560
פרשת חקת
די צאמשטעל פון צוויי זאכן וואס באטרעפן די זעלבע (גימטריא) איז נישט איינע פון די י"ג מדות שהתורה נדרשת בהן, דהיינו מ'קען נישט אויסבויען קיין הלכות פון דעם (וכמבואר בפי' הרא"ש נזיר ה.). נאר דארטן ווי די חכמים און שפעטערע צדיקים האבן געוויסט אז צוויי זאכן האבן א שייכות האט מען אויך גענוצט א גמטריא לסבר את האוזן אז מ'זאל קענען צאמברענגן די צוויי זאכן אזוי ווי א משל וואס מ'זאגט כדי מ'זאל קענען פארשטיין עפעס אנדערש. און דעריבער רעכנט מען אמאל צו דעם כולל אדער די אותיות ונקודות ווייל ס'מוז נישט באמת באטרעפן די זעלבע נאר אבי מ'זאל זעהן עפעס א צאמשטעל פון די צוויי זאכן. טייטשט די דגל מחנה אפרים: על כן (כן גימ' סוד) - ווען מ'וויל מסביר זיין סודות התורה, יאמרו המשלים וועלן די וואס דרש'נען געווענדליך מיט משלים זאגן בואו חשבון לאמיר מאכן די חשבון און זעהן אז ס'איז בגימטריא די זעלבע