מען איז דן דא זאכען וואס מען שמועס בריש גלי אין גאנץ ווילי.
יעדער ווייסט ווער דער לענדער פין דער 29 מיליאן איז, און רוב מענטשען האלטען אז דאס איז געוועהן זיי, ווייל זיי האבען פארלוירען דאס געלט בערך א יאר צוריק נאך א קארט קעיס, און יעצט האט מען אנגעהויבען בויען אויף דעם פלאץ ווי מען האט זיי אנגעזעצט.
זיין שותף איז אין דער זעלבער פיקעל, און ציטערט פאר זיין לעבען, ווייל זאגען זאגט מען אז בעצם האבען זיי געוואלט אוועקלייגען לכתחילה זיין שותף, און אויך אים, אבער היות זיין שותף איז נישט געוועהן, ער איז גראדע אוועק פין דארט מיט צען מינוט פריער, האבען זיי אים גענומען.
דאס איז געוועהן א געדינגענע היטמאן דזשאב, נישט קיין מאפיא, ווי מען ווייסט צו זאגען ווייל דער מאפיא ווערט פטור דער גוף אהן קיין שפיר, און לאזען עס נישט אין א דאמפסטער.
עס איז יתכן אז דער דעטעקטיוו האט גאנץ א גוטע ידיעה ווער דער היטמאן איז, נאר ווילען נישט נאך גיין, ווייל זיי זוכען אויף צו בויען א קעיס קעגען דער משלח.
עס איז אויך דער מערסטע יתכן אז דער מעשה וועט גיין אין בוידעם אריין, און מען וועט גארנישט הערען דערוועגען, און ביז א וואך וועט מען קיין פיפס נישט הערען, ווייל דער דעטעקטיווס וועלען אליין באקומען א גוטע אזהרה זיך אריין צו לייגען אין אנדערע קעיסעס, ווייל אויב נישט גייען זיי אויך אין דאמפסטער אריין. כידוע אז די היטמאן קענען האבען אינסייד פראטעקטשען. נישט בחנם קאסט עס אזוי פיל צו דינגען א היטמאן.
עס איז נישט קיין טענענט, נישט קיין מאפיא, נאר דער פריוואטער לענדער.
און ביטע פרעגט נישט קיין תמימות'דיגער קשיות אזוי ווי ווער דער לענדער איז וכו', און פארוואס מען ווייסט נישט. איך ווייס גראדע אויך ווער דער לענדער איז, און כש"כ דער פאליציי, דאס איז נישט דער פראגע ווער ער איז, דער שאלה איז וואס מען קען טוהן צו האבען באווייזען אז עס קומט פין אים. און לע"ע האבען זיי עס נישט, און איך וואלט נישט געוועהן מסופק צו זאגען אז זיי ווילען עס נישט האבען מטעמים מובנים, וכדכתיבנא לעיל.