Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » כלל ישראל טרויערט: האברך ר' מנחם משולם שטארק הי"ד

כלל ישראל טרויערט: האברך ר' מנחם משולם שטארק הי"ד

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
175 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 1440 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #5590
פרייטאג יאנואר 03, 2014 5:29 am#173054
כלל ישראל טרויערט: האברך ר' מנחם משולם שטארק הי"ד
אינגערמאן געקידנעפט אין וויליאמסבורג!!!

א אינגערמאן איז געקידנעפט געווארן אין וויליאמסבורג אויף ראטלידזש סט.
ער הייסט מנחם שטארק.
די פאליציי האט פארופען א לעוועל 1,
באריכטען געבן איבער אז מען האט אים פארכאפט פון זיין אפיס אויף ראטלידזש סט, מען האט געטראפען דאק טעיפ דארטען.
זיין ווייב האט געזען אז ער קומט נישט אהיים און ער היבט נישט אויף זיין סעלפאון האט זי גערופען פאר הילף.
image.jpg
image.jpg (97.45 KiB) געזען געווארן 17549 מאל
פרייטאג יאנואר 03, 2014 7:04 am#173055
דא איז די קעסטעל ווי זיי האבען געהאלטען די שטריק מיט די דאק טעיפ.
image.jpg
image.jpg (21.54 KiB) געזען געווארן 17514 מאל

א בילד פון א קאמרע פון די ווען מיט וואס זיי האבען אים פארכאפט
פרייטאג יאנואר 03, 2014 7:35 am#173056
זייט מתפלל פאר מנחם משולם בן שניא עטיא זאל ווערן געטראפען ווי שנעלער אין א געזונטע צושטאנד!
פרייטאג יאנואר 03, 2014 8:03 am#173057
פליז מער דעטאלען
ווי אזוי זענען זיי אריין אין זיין אפיס?
וויפיהל אזייגער איז עס פארגעקומען?
ווי אלט איז דער יונגערמאן?
ווי געהערט ער?
איז עס צוליב מיט וואס ער האנדלט (געשעפטען)?
ס'געווען א רענדאם קידנעפינג אדער דווקא עיהם??
נעבעך. איך קען נישט שלאפן
פרייטאג יאנואר 03, 2014 8:17 am#173058
די מעשה איז אזוי,
זיין אפיס איז העכער עמעזינג סעווינגס צוויי גוים האבען אים אפגעווארט אונטען אויפען גאס, 11:30 ווען ער איז ארויס פון אפיס צום גאס האט זיך אנגעהויבען א שווערע געראנגעל צום סוף האבען זיי אים געבינדען מיט שטריק און דאק טעיפ און אים אריינגעווארפען אין די בעשיע ווען און אנטלאפען.
שומרים ביי די ארבעט
פרייטאג יאנואר 03, 2014 8:51 am#173062
אוי, א פחד.
פרייטאג יאנואר 03, 2014 9:08 am#173064
סאשי פיש האט געשריבן:זייט מתפלל פאר מנחם משולם בן שניא עטיא זאל ווערן געטראפען ווי שנעלער אין א געזונטע צושטאנד!

אין א-וועלט האט איינער געשריבן אז Sean Penn is on the scene!
פרייטאג יאנואר 03, 2014 9:20 am#173066
סאטמאר לייוו פון קהילת מהר''א האט ארומגעשיקט א בקשת תפילה פאר'ן אינגעמאן זעהט אויס ער איז משלנו

ווי מען הערט האט מען שוין זיך פארבינדען מיט גדולי בעלי מקובלים איבער'ן געפינען דעם ארט ווי דער אינגערמאן געפינט זיך,

זייט'ס מרבה בתפילה

געוויסע וויליאמסבורגע געבן אהן אז עס האט מיט חברה וואס זיכען אים פשוט צו בארויבען דעם געשעפט
בחדרי זאגט אז עס איז חשש כבד לחייו
פרייטאג יאנואר 03, 2014 9:31 am#173067
אין איי צייכענט מען צו אהער צו דעם לינק

מען זעהט ווי גוים רעגן זיך אויף יענע בעל בתים

באריכט איבער די מצב:

השתדלו והרבו תחינה ובקשה: רבנים און עסקנים רופן כלל ישראל איינצורייסן פאר דער חסידי'שער אינגערמאן ר' מנחם משולם בן שאניא עטי-ה - וועלכע איז בייזוויליג פארכאפט געווארן נעכטן דאנערשטאג אויפדערנאכט אין הארץ פון וויליאמסבורג דורך צוויי אומאידענטיפיצירטע פארברעכער - אז ער זאל וואס שנעלער אפגעפונען ווערן אין א גוטע צושטאנד, און זיך קענען צוריק פאראייניגען מיט זיין פאמיליע.דאנערשטאג נאכט, אום 11:30 האט דער אינגערמאן פארלאזט זיין אפיס וועלכע איז סטאנציאנירט אויף ראטלידזש, ווען פלוצלינג איז ער איבערגעפאלן געווארן דורך צוויי פארמאסקירטע פארשוינען. ווי די זיכערהייט קאמערעס צייגען, איז אנטשטאנען א 5-מינוטיגע העפטיגע געראנגל צווישן דעם אינגערמאן אין זיינע פארכאפער, ביז ער איז ענדגילטיג אריינגעצויגען געווארן אין דער ווייסער-דייטש ווען, וועלכע האט נישט פארמאגט קיים פלעטס אויף זיך.שומרים און פאליציי זענען אלארמירט געווארן עטליכע שטונדן שפעטער, דורך זיין פרוי וועלכע האט זיך באקלאגט אז זי קען נישט צוקומען צו איר מאן, און איר טעלעפאן רופן ווערן געענטפערט דורך זיין וואויסמעיל. שומרים אין פאליציי האבן אין איילעניש אינטערגענומען א אינטענסיווע זוך-אקציע און אויספארשונג צו קומען אויף די שפורן פון דעם אינגערמאן אין זיינע פארכאפער.דער אויספארשונג זעצט ווייטער פאר מיטן גאנצן קראפט, עס האלטן און איין אריינגעברענגט ווערן פרישע אגענטורן וועלכע זענען ספעציעל טרענירט צו האנדלן מיט אזוינע סענסעטיווע פעלער, און נאך פאליצייאישע עקספערטן וועלכע האבן זיך אין לויף פון די נאכט זיך אנגעשלאסן אין די מאסיווע אויספארשונג.דערווייל האלט מען שוין 7 שטונדן פון ווען דער אינגערמאן איז פארכאפט געווארן, און דערווייל האט מען נאכנישט געהערט קיין פאזעטיווע ענדערונגען אינעם קעיס.נעמט ארויס א תהלימ'ל און רייסט איין אז אונזער ברודער זאל אפגעפונען ווערן אין א גוטע געזונט-צושטאנד, גאנץ אן קיין שום שאדן.
פרייטאג יאנואר 03, 2014 9:31 am#173068
שרעקעדיג
פרייטאג יאנואר 03, 2014 9:36 am#173069
שומרים בעהט מען זאל רופען
718.237.0202
ווער עס האט עני אינפא. אין יענע גאנצע עריע קעמרע'ס פון בראדוועי
העריסאן
ראטלידזש,
נעמט א חלק טראץ דעם שווערן וועטער און אפגעפינען דעם יונגערמאן און העלפט ארויס די פארפייניגטע בני משפחה

א הרהור תשובה וקבלה טובה לטובת דעם יונגערמאן קען שטארק בייהילפיג זיין
(ליין די חתימה)
פרייטאג יאנואר 03, 2014 9:45 am#173070
א ברידער רבי יואל רעד אויף קול מבשר

ער געט אהן אז דער ציבור קען דער מערסטע בייהילפיג זיין מיט תפילות
און איבערקוקען אלע קעמרע'ס פון יענע געגנט
....
מ'זאגט אז אין זיינע אימעיל'ס האט מען געפינען שטארקע סטראשונקעס פון חברה

טייל זאגען אז אין בושוויק געגנט האט מען געפינען סיגנאלען פון זיין טעלעפאון
פרייטאג יאנואר 03, 2014 9:45 am#173071
פרייטאג יאנואר 03, 2014 9:50 am#173072
עס איז נאך ברוך השם גענוג פרי אין די געים, אז מען זאל זיך דערמאנען, אז נישט לאנג צירוק האט מען פאר אביסעל רייץ און תאווה געהרגעט איינעם עטליכע מאל על לא דבר.
יא יא, איך באצו זיך דא אויף די "וואטס אפ" באניצער וואס געדענקען נאך גאנץ גוט דעם קאפי פעיסט (ק/פ) מוצאי שבת נישט מער געדאכט. טייערע אידן הערטס אויף מיט די מעשי רשעות! אלעס האט א שיער, יענעמס בלוט איז עפעס א ראבבע"ר בענ"ד??, פאר די פארשטונקענע אזוי געריפענע גוטע געפיל צו זיין די ערשטער צו מעלדן די נייעס ביסטו מפקיר יענעם'ס בלוט ?? ווי איז אייער אחריות?? .
יעצט ווען עס שפילט זיך אפ נאכאמאל א דראמאטישע מעשה ביטע ר' איד גייטס צום שאנק אין נעמט ארויס א תהילים'ל אין זאגטס אפאר קאפיטלעך תהלים לזכות פון דעם אינגערמאן, און פאר איר שיקט ארויס סיי וואס פאר א מעסידש, זיפט דאס דורך צען מאל און מאכט זיכער אז קיינעמס נשמה גייט נישט גערירט ווערן פון אייער פארנאכלעסטיקייט, און אויב קענט איר זיך נישט איינהאלטן, דאן מאכט צו אייער פאון, און הערט אויס קול מבשר פאר אפדעיטס.
א דאנק,
פרייטאג יאנואר 03, 2014 9:57 am#173074
מען קען ווען צוזאמשטעלן דא עטליכע מאל אמירת תהלים יעדער זאל נעמען א צען קאפיטלעך
איך הייב יעצט אהן פון צ-ק
פרייטאג יאנואר 03, 2014 10:03 am#173075
.
פרייטאג יאנואר 03, 2014 10:15 am#173076
א פחד, א שרעק.

Bye יעדער. איך גיי זאגן תהלים.
פרייטאג יאנואר 03, 2014 10:18 am#173078
צייטליכע און וויכטגע בקשה!

שטייענדיג געציילטע וואכן נאך די פטירה פון ר׳ ליפא ברייער ע״ה, געדענקט זיך נאר גאר גוט די צעמישטע און פאלשע באריכטן וועלכע זענען ארויסגעקומען יעדע ליאדע מינוט. טייל איז גאר געווען העכסט קראנט און באשטעטיגט דורך די חברה קדישא אדער נאנטע פאמיליע מיטגלידער.
ס׳זענען פארהאן פולע טוויטער אקאונטס וואס זענען זייער ענליך צו די אקאונטס פון די היימישע ארגאניזאציעס און מענטשן ערלויבן זיך צו שרייבן דארטן אלע זייערע בויך וויי.
צום סוף האט זיך ארויסגעשטעלט אז די אלע קאנפירמעד אופדעיטס זענען געווען ׳בי עס׳ פון א׳ ביז ת׳.

ס׳קאכט זיך איצט א פאל פון א שוידערליכע פארכאפונג אין וויליאמסבורג. און ס׳איז ערווארטעט א פארפלייצונג פון פולע שפעקולאציעס וואס וועט ווערן א רעאליטעט ווען מען פאוסט עס אויף די גרופעס.

דעריבער גייט ארויס דער רוף צום ציבור: האלטס ענק רואיג.
שרייבט נישט גארנישט וואס איר טראכט... און אויב האט עמיצער געשריבן עפעס גלייבט נישט קיין שום ׳קאנפירמעד׳ אופדעיט.

צו וויסן דעם מערסט פארלעסליכסטע אופדעיט גייטס ארויף אויף וואסאיזנייעס.קאם, אדער רופטס קול מבשר.

לאמיר האפן צו הערן בקרוב גוטע נייעס, אבער אויפדערוווייל שפילט זיך נישט ארום מיט אידיש בלוט...
פרייטאג יאנואר 03, 2014 10:23 am#173079
אין די סאטמארע צענטערן
הן די והן די אנדערע שטייען פילע מנינים און רייסען איין בעד דעם יונגערמאן

אין אנדערע קהילות איז מען זיך אויך מצטרף בתפילה בעד די הצלחה פינעם אינגערמאן

יעדער ביי זיך אין שטוב קען ארגאנאזירען א חברת תהלים בזמן וואס די קינדער געפינען זיך אין שטוב צוליב די שווערע שנייען, זאגט פאר די קינדער דאס אוועקגעבן עטליכע מינוט הנאה פון שאוולען די שניי פאר א צווייטען יוד האט א גרויסער כח

.......
יעצט געהערט אז די משפחה האט געפאדערט אויף קול מבשר צו טון דעם געדאנק פון צוזאמנעמען אין אלע יידישע שטובער די קינדער 10:30 צוזאמען און איינרייסען אינאיינעם
פרייטאג יאנואר 03, 2014 11:11 am#173085
הריני מקבל עלי מצות עשה של ואהבת לריעך כמוך מיטן גאנצן הארץ און מח. איך וועל אויך האבן אסאך מער געדולד צו מיינע טייערע זיסע קינדערלעך און זיך נישט זוכען ארויסצודרייען ווען זיי רעדן צו מיר. און אויך נעם איך זיך אונטער אויפצוהייבן יעדען פאון קאל פון מיין ווייב און איר קלאר אויסהערן און נישט וועלן גלייך אראפלייגען, נאר זי זאל זיין די וואס לייגט אראפ ווען זי פארטיגט צו רעדן. ויהי רצון מלפניך ה' אלקי ואלקי אבותי אז די זכות פון די מצוה זאל גיין פאר די באלדיגע באפרייאונג פון אונזער ברודער מנחם משולם בן שניא עטיא ער זאל ארויסקומען פון אונטער זיינע פענגער גאנץ און שטארק.

לאמיר זינגען דעם הארציגען אחינו כל בית ישראל, הנתונים בצרה ובשבי' וכו' המקום ירחם, ירחם עליהם ויוציאם מצרה לרוחה וכו'
פרייטאג יאנואר 03, 2014 11:13 am#173086
נאך א לינק
ליינט דא
פרייטאג יאנואר 03, 2014 11:14 am#173087
איך האב דא 3 מקובלים וואס מען קען פרעגען
אלע 3 ווייסען זייער גיט וואס עס טיט זיך, בדידי הווה עובדא, געזען ביי אלע 3 עקסטערע אפנע אפענע קראנטע ישועות
1) הרב בעריש האלפערט פון מאנסי, נאמבער איז:845.304.8520 ער מאכט פון זעך גארנישט, זעט אויס ווי א געהריגע בעלזער כאניאק מיט שווארצע זאקען אין די וואכען, אבער ער איז אעפעס נישט סתם, א קאמארנער און זידיטשובער אייניקעל, ער איז א ת"ח א מחנך, א פסיכאלאג, וע"כ א גרויסער מקובל ויודע זאכען וואס איך און דיר ווייסען נישט
2) הרב שמואל ארי עקשטיין, שטעלט זיך ארויס מער פראפעשאנאל, א תלמיד פון הגה"ק מזמיגראד זצ"ל מסטקאפקאוו זצ"ל רמ"א פריינד זצ"ל ועוד גרויסע צדיקים פון אונזערע קרייזען, אידען (וגם אנכי9 שווערען זיך אין זיין בארד, זיין נומבער איז: 347.675.7201.
3) הרה"צ ר' אליעזר סאפרין פון ארץ ישראל, א קאמארנער אייניקל, א איד וואס שטעלט זיך ענדערשט ארויס זייער זייער "בעל בתיש" מאכענדיג די רושם פון איידער א פראפעסער ווי א מקובל, אבער למשעה זאגען אלע נושעים אז ער ווייסט נאך איינמאל, וגם אנכי, ער איז בכלל א געשמאקער גאר קליגער איד, עק קימט מזמן לזמן אהער א גיטער ידיד פון הרב העסקן ר' אייליש באכנער פון ב"פ (פארווער עס קען עם). זיין נאמבער האב איך נישט אויפען מיניט

אבער די ווייסען זייער גיט וואס טיט זעך
פרייטאג יאנואר 03, 2014 11:18 am#173089
איך געדענק, כ'האב אזויפיל געהערט פון עמיצן ר' שמואל בנימין קרויס אין לאנדאן. מ'האט געזאגט, ביי אים זעט מען אפענע רוח הק'. ער טרעפט דיר אפ' אן אוצר אונטערן בריק.
זייענדיג אמאל אויף א באזוך אין דעם פאראייניגטן קינגדאם, בין איך אריין צו אים, כ'האב מיך געשטעלט אין די רייע, ס'געווען פאר מעריב, ווי נאר כ'האב געזען ווי ער זוכט זיין גארטל אין זיינע טאשן, האב איך ארויסגעפוצט פון דארטן.
פרייטאג יאנואר 03, 2014 11:27 am#173091
טאמבל סאס האט געשריבן:איך געדענק, כ'האב אזויפיל געהערט פון עמיצן ר' שמואל בנימין קרויס אין לאנדאן. מ'האט געזאגט, ביי אים זעט מען אפענע רוח הק'. ער טרעפט דיר אפ' אן אוצר אונטערן בריק.
זייענדיג אמאל אויף א באזוך אין דעם פאראייניגטן קינגדאם, בין איך אריין צו אים, כ'האב מיך געשטעלט אין די רייע, ס'געווען פאר מעריב, ווי נאר כ'האב געזען ווי ער זוכט זיין גארטל אין זיינע טאשן, האב איך ארויסגעפוצט פון דארטן.

איך האב געברענגט נעמען פון מענטשען וואס "איך" האב אויספראבירט, און איך בין א שוואכער מאמין אין צדיקים, איך האב ליב צי "טעסטן", און מה אומר? די חברה ווייסען זייער זייער גיט וואס עס טיט זיך, איך האב ביי יעדער פון די 3 געזען זייער אסאך

עס איז גיט בכלל צי האלטען די נאמבערס, אים קעיס פון נויט, זאל נישט זיין
פרייטאג יאנואר 03, 2014 11:28 am#173092
די מקובלים וועלן זיך איטליכער אויפיקן זייער מופתים, נישט געזארגט. כ'בין מאמין אין דעם באמונה שלימה אז ערגעץ וועט וועט איינער האבן געזאגט עפעס וואס איז ענדליך צו די אויסגאנג, און ס'וועט פאראייביגט ווערן אין א גרויע קעסטל אין די צייטונג נייעס און מיט א אינטערוויוא פון א "מקורב" אויף קול מבשר.

יעצט אבער ברויך מען זיך קאנצעטרירן אויף טרעפן דעם אינגערמאן געזונטערהייט, דורך מגושמ'דיגע מיטלן, ווי סורוועילענס ווידיאו, זשי פי עס טרעקערס און אנדערע קריים פארענסיקס.
דינסטאג יאנואר 07, 2014 10:33 pm#174469
געלייקט פאר די ווערטער, דאס געטראכט
געלייענט דא פון פרייטאג ווען מען האט אים פארכאפט און דאס בלוט קומט מיר ארויף פון די אלע שפעקולאנטן אויף יענעם'ס בלוט. איין זאך געדענקסט פאר עטס שרייבטס "בלוט איז נישט קיין וואסער"
דינסטאג יאנואר 07, 2014 10:37 pm#174471
יענקעלע, ביסט יא גערעכט און נישט גערעכט. היימישע ליטוואק רעדט מיט שכל וועגן א זאך וואס מ'דארף רעדן מיט געפיל. עס קען זיין אז על פי שכל איז טאקע אמת אז העטעך פעטעך ס'וועט אויפקימען באווייזען וכו' וכו' א זאך וואס איז בכלל נישט עולה על הדעת, אבער קודם כל ווי געזאגט איז יעדער מודה, אפילו ליטוואק, אז דאס איז נישט עולה על הדעת. און צווייטענס, און דאס איז די עיקר, מ'דארף האבן געפיל נישט צו רעדן פון אזא זאך אפילו נאר אין טאריע. ווי יענקעלע האט אזוי שיין מסביר געוועהן
דינסטאג יאנואר 07, 2014 10:40 pm#174473
ראשעקאל האט געשריבן:
אוהב ישראל האט געשריבן:קשה כשאול קנאה..........דרייען זיך ארום אום-מענטשען וואס האבן ליידער נישט געארבעט אויף זייערע מדות........... אין פרעסען אויף הרב שמעון ישראל פאר קנאה..........אין פרייען זיך אויף יעדען פארברעצירטען שקר וואס רשעים שונאי ישראל ווילען אים באשולדיגען..........עטס ווילטס געלד ??? עטס ווילטס גוטע קינדער ?? שידוכים ?????..... כבוד ??????. נישט קיין פראבלעם........בעט ביים וועם שמעון ישראל האט דעס באקומען ...........השי"ת זאגט לי הכסף לי הזהב ער איז דער באס..........פארוואס גיסט איר יודיש בלוט ???????????? קיינער איז נישט פארזיכערט מיט זיין לעבען ..........איך קען דעם יוד פערזענליך.. הלוואי ויהי חלקי עמו בעוה"ב ... איך בין איגאנצען אויף די פארקערטע ריכטונג פין אים אין די היימישע לאקעל פאליטיק סיי לגבי סאטמערע פארטיי ..אין אויך לגבי די קברים... קעמפס.. ארמארי ..ווילסאן שול .. ער איז א צדיק פין א יוד זיין טיר איז אפען 24 שעה א מעת לעת פאר אורחים אין פאר נשברי לב איר דארפט קיינמאל נישט פרעגען צי איר קענט עסען ביי אים שבת גייטס אריין אין הייבט אהן די עבודת האכילה איר וועט זין ווי ער שטראלט פאר שמחה צי אייך........געט אוועק זיין לעבען ברו"ג אין לויפט נאך געלט פאר יודען קומט אים דאס ??????

דמיונות. נישט דא אפילו איינער דא וואס פרייט זיך מיט די לשה"ר אויף פערלמוטטער. געדענק אז די ביסט אין די נייעס פארום , און צום באדויערן איז פערלמוטטער אין די נייעס

איך האב חלילה נישט געמיינט קיינעם פערזענליך וואס איז דא אויפען פורום.........איך האב געמיינט דע מענטשען וואס איך דאס געהערט רעדען אין שול מיט שמאלץ אין זאפט מיט א היבש ביסעל קנאה אין די אויגען... אין איך קען זיי נישט מלבין פנים זיין ברבים אין אפילו ביחיד אין גלייב אז זיי קומען דא אמאל ליינען דע נייעס קען מען זיי דא אויסמוסרען אן עובר זיין אויף אזיל סומקא ואתי חיוורא............דער אוה"ח הק זאגט אין פרשת מצו-רע וזלה"ק וגם אין לך דבר שמרחיק האדם מן קונו " כלשון הרע "
דינסטאג יאנואר 07, 2014 11:03 pm#174482
יעדער ווייסט דער כלל: ווער ס'ווייסט רעדט נישט, און ווער ס'רעדט ווייסט נישט.
און ממילא ווערט קיינער - אבער קיינער - נישט צוקראצט פון די גאנצע זיבען און צוואנציג בלעטער דא.
ווייל דער שרייבעס וואס שרייבן דא, ווייסען גארנישט, און ווי אויך ווייסען נישט דער צייטונגען באמת וואס גייט פאר, נאר זיי פילען אן זייערע בלעטער מיט הוילע ליגענס שטותים און בלאף, נאר פשוט כדי צו פיטערן דער קליענטען. ווייל ווער ס'ווייסט יא, רעדט נישט.
דינסטאג יאנואר 07, 2014 11:53 pm#174494
היימישער ליטוואק האט געשריבן:
דעת תורה האט געשריבן:היימישער ליטוואק, אזוי אויך קען עס זיין "סיעלד" ווען א אנדערקאווער האט געמאכט א שטורעם אין א גלעזל לופט און די א.ג. "וויקטים" ווייסט נישט בחייכון פון קיין טאטשינג צו זאגן. ביי די ענדע קלאגט דער אומריכטיג אנגעקלאגטער די פאליציי פארן מאכן א בלבול אויף אים, די פאליציי פארהאנדלט מיט אים איינזעענדיג אז זיי קענען נישט געווינען די קעיס אין געריכט, און זיי צאלן אים אנטשעדיגונגס געלט. ווי א פארשטענדליכע חלק פונעם דיעל, איז אז דער קעיס ווערט גע'סיעל'ד כדי אזאלכע בלוט צאפער ווי דער פאוסט זאלן נישט האבן קיין האלבע מעשיות צו פארציילן.

אבוויאסלי, איז דאס נישט גווען סיעלד.


דער פאוסט שרייבט דאך קלאר אז עס איז יא געווען סיעלד.
מיטוואך יאנואר 08, 2014 12:36 am#174500
סאו וואט האט געשריבן:יעדער ווייסט דער כלל: ווער ס'ווייסט רעד נישט, און ווער ס'רעד ווייסט נישט.
און ממילא ווערט קיינער אבער קיינער נישט צוקראצט פון דער גאנצע זיבען און צוואנציג בלעטער דא.
ווייל דער שרייבעס וואס שרייבן דא, ווייסען גארנישט, און ווי אויך ווייסען נישט דער צייטונגען באמת וואס גייט פאר, נאר זיי פילען אן זייערע בלעטער מיט הוילע ליגענס שטותים און בלאף, נאר פשוט כדי צו פיטערן דער קליענטען. ווייל ווער ס'ווייסט יא, רעד נישט.


אבי כאטשיק איינער ווייסט וואס ער רעדט. פליז געב אונז נישט אזוי א מאך אוועק בשתי ידים ווען אונזער גאנצער ציל דא און בכלל פון ק"ש איז בלויז צו שמועסן און פארברענגן. עיין בחתימה של הוואנזעס האדום
מיטוואך יאנואר 08, 2014 12:40 am#174502
דעת תורה,
היימישער ליטוואק האט געשריבן:
דעת תורה האט געשריבן:אין פאוסט איז קלאר געשטאנען "סיעלד".

סיעלד איז גווענטליך ווען א מיינאר איז אינוואלווד. איז ער אדער זי גווען א מיינאר?
אויב נישט וועלן מיר מוזן מאכן אן אוקימתא אין דער פאסט אז "סיעלד" איז לאו דווקא, און די משמעות איז "קלאזד". ואם כן לא קשה מידי.
מיטוואך יאנואר 08, 2014 12:50 am#174503
איך האלט נישט דערביי נאכאמאל צו קוואוטן מיין אלע תגובות בנושא, סאו איך סטאפ דא.
מיטוואך יאנואר 08, 2014 1:01 am#174505
המודיע איז מוחה אז די נייע מעיאר האט זיך נאך נישט אנגעריפן
m http://hamodia.com/2014/01/07/mr-mayor- ... -deafening m
מיטוואך יאנואר 08, 2014 1:03 am#174507
אויך יוסי געשטעטנער
m http://jpupdates.com/2014/01/07/stark-f ... de-blasio/ m
מיטוואך יאנואר 08, 2014 1:06 am#174509
גערעכט זענען זיי. פערסענעלי האלט איך אז דיבלזיא איז נישט א אידן פריינט
מיטוואך יאנואר 08, 2014 1:10 am#174514
טויש דיין ניק צו "איחוד פעלט" שכל
מיטוואך יאנואר 08, 2014 1:33 am#174517
אפטעמיסט האט געשריבן:טויש דיין ניק צו "איחוד פעלט" שכל


יישר כח.

כ'וועל אנהייבען ציילען וויפיל זאכליכע תגובות קעגען נישט.

1-0 נישט זאכליך מער.
מיטוואך יאנואר 08, 2014 2:10 am#174524
איחוד, עס קוקט מיך אויס אז די האסט פשוט פאן זיך צו רייצען מיט מענטשן. ברענגסט א ליסט פון ''פאקטען'' וואס קיינער האט נישט באשטעטיגט און די בויסט א רשעות'דיגע בנין.
סטאפ איט
מיטוואך יאנואר 08, 2014 2:15 am#174525
איחוד פעלד האט געשריבן:[/b]

א - נאר מנחם איז ארויסגגאנגען דעמאלט. איך ווייס נישט וואו פר"מ איז דאן גווען (דו ווייסט יא?)
ב - אויב איז דאס גאר אן אויסערגווענטליכע זאך, איז דאס - אין מיינע אויגן - א גרויסע רויטע פאן. אבער דו דארפסט ערשט אוועקשטעלן די מציאות, איז דאס גווען אינגאנצן לא שכיח?
ג - פארוואס נישט?
ד- ווייל ער וויל נישט ווייזן אז ער האט נישט גצאלט גנוג כסף גולגלתא און ארנונא מנדא בלו והלך.
ה - ער האט נישט. ער וויל נישט. ער ווייסט נישט ווער עס איז דער וואס וויל.
הB - ער וויל אז זיינע גארדס זאלן רייט-אוועי קענען מודיע זיין די שומרים...
מיטוואך יאנואר 08, 2014 2:16 am#174526
איחוד פיעלד איך גיי נישט אנפאנגען צו שעלטן ווייל דעמאלס גיי איך נישט ענדיגן אזוי שנעל.

לאמיר צונעמען די פענאמענאן, דיין ווייב׳ס בעסטע חבר׳טה איז פאריגע וואך געפארן מיט דיין ווייב שאפינג, און פארשטייט זיך אז מען האט דיך מכבד געווען צו זיין דעם שאפער, פלוצלינג רופט אריין דיין ווייב׳ס מאמע מיט איין בהלה אז פאר איר טאטען איז שלעכט געווארן און זי זאל שוין קומען און שפיטאל, הקיצור דער שפיטאל איז אופן וועג צו דעם מאלל ווי די טראגסט איר, פארשטייט זיך אז מען פארט קודם אראפלייגן דיין ווייב און שפיטאל, אבער די חברטע איז דאך דא געבליבן אופן וואסער א שעה אוועק פון דערהיים, טראגסטו דיך אן אז די טראגסט איר צום מאלל די גייסט איר דארט אפדראפן און קומסט צירוק, הקיצור אזוי איז טאקע געווען האסט איר אראפגעלייגט ביים פארקינג לאט און געמאכט א באו בשלום, אופן וועג צירוק צום שפיטאל האט זיך דיר געמאכט א שווערן טרעפיק און די וועג וואס נארמאל נעמט עס 5 מינוט האט איצט גענומען א גאנצע שעה.

To make a long story short, די חברט׳ע איז קיינמאל און מאלל נישט אנגעקומען, מען האט איר געטראפן טויט ל״ע ולא עליכם ח״ו אויף קיין שום יודוש קינד געזאגט, א טאג שפעטער בערך צוויי מייל פון מאלל געדאמפט און א אפענע סוער, אינגאנצן צובליטוגט און צוביילט מיט צייכענעס פון רעיפ ל״ע.

פארשטייט זיך אז יעדער איינער וואס קען דיך אלס טייערער יוד ווייסט אז די האסט דאס נישט געטאן, און דא ביסטו אינגאנצן צושאדערט, שפירסט דיך פארט אביסל שילדוג אז קאן זיין די האסט איר ווען געדארפט לייגן ביי די טיר און ווארטן ווילאנג זי גייט אריין, און דיין ווייב זיצט און רעדט נישט צו קיינעם איינגעשפארט און איר צימער און פארגיסט שוין די לעצטע צוויי טאג זונדיגע טרערן אויף איר בעסטע חברט׳ע.

מיר אלע ווייסן אז די ביסט דאך א היימישער יוד, וואס האט געהאט א הערליכן שלום בית (לייען א הערליכע שותפות) און די ביסט אן עהרליכער יונגערמאן (לייען הרב פערלמוטער)

אבער א טאג שפעטער קומט די דעילי ניוס ארויס מיט א העדליין איחוד פיעלד איז א סוספעקט און די קעיס...

פארשטייט זיך אז ״רוב״ נארמאלע אידן מיט א הארץ גייען דאס פאר קיין רגע נישט אפקויפן... זיי גייען דאס נישט צוכאפן ווי קיין הייסע לאקשן, נאך אלעם ווייסט מען אז די ביסט א נארמאלע מענטש, גוטע שלום בית, וכו׳ און דער אמת איז לכאורה טאקע אז איינער האט איר ליידער פארכאפט און פארקינג לאט נאכדעם וואס די ביסט שוין לאנג געווען אויפן וועג צוריק.

אבער דאן גייען ארויסשווימען אזאלעכע ניקום טאקע ווי די וואס ח״ו זיי טוען עפעס ראנג, זיי באשולדיגן נישט קיינעם ח״ו זיי שמועסן נאר איבער דעם דעלי ניוס ארטיקל.

עס איז דאך דא שטארקע שאלות, קודם כל דער איז דאך פאקטיש געווען מיט איר צען מינוט פאר זי איז געהארגעט געווארן? (לייען צען מינוט פארדעם מיט אים און אפיס).

דערנאך, האסטו געזאגט ליגענט פאר די פאליס אז זי איז געזעצן און די לעצטע רייע פון דיין מיניווען ווען זי איז עכט געזעצן און די צווייטע? דער אמת איזהאז די האסט פשוט נישט געדענקט, אבער איחוד אויף קאווע שפעקעלירט שוין אז לכאורה האט דער א חשבן אז אויב מאכט ער עס סאונדען אז זי איז געזעצן ווייטער פון אים....... דאן.... (לייען געזאגט נאר געזעהן איין אימעיל)

בקיצור, דיין גאנצע משפחה איז דיר פארקלאפט און צובראכן, און יעדער און הויז דרייעט זיך ארום פארוואלקענט, דא זיצן צען דיטעקטיווס און רעדן צו דיר און א פארמאכטן ראם צעהן שעה א טאג און פראבירן דיך צו כאפן ביי א ליגענט.

דיין לעבן גייט קיינמאל די זעלבע זיין (לייען מר׳ פערלמוטער) דיין ווייב גייט זיין א פארביטערטע פרוי אויף אייביק (לייען מרס פערלמוטטער און נישט פארביטערט נאר פארציטערט)

און דא קומט דער רשע וואס ער זיצט אויפן טוילעט זיץ און בהמ״ד און ווערט משוגה פאר ליידיגיין, דעם דבר יום ביומו האט ער שוין אפגעליינט, די רשעות פון נחום ראזענבערג שוין אויסגעהערט, די שטותים פון קול מבשר שוין נאכגעטוויט אויף איינער פון זיינע נייעס גרופעס וואס ער איז די סי אי אוי אויף די טוויטער אקוינט וואס האט שוין נאך אזאלעכע לאזערס ווי אים אלס פאלויערס, איצטעט איז ער שוין בארד, גייט ער זיך ארויפזעצן שפעקעלירן אויף קאווע...

פארט האט דאך דער איחוד איר געטראגן און געזעהן די לעצטע... און פארט איז זי דאך געווען צען יאר יונגער פון זיין ווייב... און נאך אלעם בין איך דאך קלוג און איך האלט נישט אז ווייל איחוד איז א היימישער יוד עקסקלאט אים עס שוין אז ער קען נישט זיין קיין מערדער...

פארשטייט זיך אז די ״פיעלד״ משפחה ליינט אויך קאווע און כאטש זיי ווייסן זיכער אז עס איז שטותים דארפן זיי זיך ספראווען נישט נאר מיט א מאמע וואס גייט צוגרינד פאר זייערע אויגן, נישט נאר מיט ווייבער וואס האבן מורה ארויסצוגיין אויפן גאס, נישט מיט קיין טאטע וואס זיצט 18 שעה א טאג מיט אויספארשער, נאר אויך צו פארענטפערן די רשע וואס האט נאר געפרעגט אומשילדיגע שאלות אויף קאווע שטיבל, וואס מען טאר נישט פרעגן? אונז זעמיר עפעס און רוסלאנד???

די רשע איינער, די ארבייטסט פאר די פאליס? דיין פרעגן און שפעקעלירן גייט עפעס ברענגען איינעם צו געכאפט ווערן... א פלענע בהמה אן קיין שום מענטשליך געפיעל וואס פאר דיין אייגענע נייגעריגע תאווה סרוחה ביסטו גרייט צו צאפן דאס בלוט פון א יודישע משפחה.

ב״ה דא קענסטו דיך נישט באהאלטן אונטער א מאנטל פון ״פראטעקטן קינדער פון מאלעסטער״ דא ווייזט זיך ארויס דיין ריכטיגע געפיעלן וואס פאר א קאלט בלוטוגער רשע די ביסט! א יוד אן קיין שום יודוש געפיעל! פוי אויף דיר, פוי אויף דיינע חבירים!

אה און ראשקעל... מיין משל איז אביסעלע הארש Harsh אמת? אה! איך רעדט אבער מיט שכל נישט קיין געפיעל.

און יא מיין ברודער איז א נאנטער קרוב מיט דעם פערלמוטער און ער ליינט דא, און זיי שפורן אוקאראט וואס איך האב דא דיסקרייבט...
מיטוואך יאנואר 08, 2014 2:20 am#174528
לדעתי דארף מען אויסשפארן איחוד פעלד און לכל הפחות אים מזהיר זיין, ווער האלט ווי מיר?
מיטוואך יאנואר 08, 2014 2:20 am#174529
חכם, דיין משל איז נישט אזוי גלייך מיט דעם נמשל. אבער עניוויי, דו ווייסט פון דיין ברודער אויף שאלה ב' און שאלה ג' פון איחוד פעלד? אויב יא ביטע שרייב עס דא (אדער אין אישי)
מיטוואך יאנואר 08, 2014 2:21 am#174530
היימישער די ביסט דער חבר פון וועם איך רעדט
מיטוואך יאנואר 08, 2014 2:21 am#174531
נמחק בעצת חברים
מיטוואך יאנואר 08, 2014 2:23 am#174533
פובליק אינפארמאציע וואס איז שוין ברייט פובליצירט געווארן קען דיסקוטירט ווערן. שפעקולירן און דורכטוהן יחידים מיט אומפובליצירטע און אומבאשטעטיגטע אינפארמאציע איז נישט ערלויבט.
מיטוואך יאנואר 08, 2014 2:24 am#174535
איז דער נ.י.ד.נ. גרעכנט פובליצירט גווארן?
מיטוואך יאנואר 08, 2014 2:27 am#174536
שאלה א - [ס'איז נאך כלל נישט זיכער אז זיי האבן איינעם יא געוואלט הארגענען, עיין בתגובתו המאלפת פון הילל אפאר בלעטער צוריק, לדעתי האט ער א גאר שטארקע נקודה. בר מן דין] - זיי האבן נישט געקענט הארגענען ביידע, כאטש זיי האבן געוואלט.

שאלה ב - אויף וואס בויסטו אז געווענליך איז ער נישט אין זיין אפיס די צייט? א אומבאגרינדעטע שמועה וואס דו האסט שוין ביי דיר אין מוח קובע געווען פאר א אומאפפרעגבארע פאקט, גענוג אנצונעמען אז אפשר האט א היימישער צדיק פון א אינגערמאן געזוכט צו מסלק זיין זיין שותף מן העולם, און באמת געהאלטן אז הי וויל געט אוועי וויט איט. נאר אפילו לו יהיבנא לך די גאנצע זאך, איז די תירוץ "מסתמא האט ער געדארפט דארט זיין צו ערלעדיגן ביזנעס. ווען דו וואלסט געווען א ערפאלגרייכער ביזנעסמאן (נישט א הארעפאשנער 9 - 5 ארבעטער וואס גייט אויס פאר קנאה אויף יעדן סוקסעספולן איד) וואלסטו מסתמא געוואוסט פון אזא מושג אז צומאל פארשלעפט זיך די ביזנעס אקטיוויטעטן ביז שפעט ביינאכט".

שאלה ג- דער שותף האט אזוי געזאגט ווייל אזוי האט ער געזען אין זיינע אימעילס.

שאלה ד - קודם כל, ער קאאפערירט יא. א מפורש'ער ניו יארק פאוסט. אויב רעדט ער נישט איז דא גענוג אנדערע זאכן צו באהאלטן פון די פאליציי אין זיינע ביזנעס אנגעלעגנהייטן, און ברענגט נישט אויף א חשד ביי א אידיש רעדנדער געווענליך אז דאס האט מיט שטיין אונטער מארד. דיין שוועריגקייט צו כאפן די פשוט'ע קאנצעפט, לעומת זה דיין גרייטקייט אנצונעמען די מארד חשד אויף א היימישן איד, מאכט מיר טראכטן אז דו ביסט נישט צו שטארק באהאוונט אין די חסידי'שע קאמיוניטי און איר הלך ילך.

שאלה ה - ווער זאגט דיר אז ער ווייסט וואס "זיי" ווילן, און ווער "זיי" זענען? דאס איז אויך די זעלבע עוואלוציע וואס מען זעהט אן אין דיינע תגובות. (מען קען צוריק גיין עס טשעקן דא אין דעם אשכול, אדער קען זיין אין נאך א אשכול). קודם שרייבסטו אז דער שותף ווייסט לכאורה, מסתמא, נאכן דורכשלאפן א נאכט ביסטו שוין זיכער בתכלית אז דער שותף ווייסט פונקטליך וואס עס גייט פאר. לגוף השאלה איז דא 2 תירוצים - 1) ער האט נישט דאס געלט צו באצאלן 2) ער ווייסט אז איצט ווילן זיי שוין נישט קיין געלט, נאר נקמה, והא ראיה זיי האבן געהארגעט שטארק, נישט פארלאנגט קיין געלט. 3) ווער זאגט דיר אז ער גייט זיי נישט באצאלן? ער זאל דיר צ'עפפן א בילד וואו אר טרעפט זיך מיטן לענדער?
מיטוואך יאנואר 08, 2014 2:31 am#174539
דעת, דו שרייבסט דאך - כמעט - דאס זעלבע ווי איך, וואלטס דאך מיך גקענט לייקן?!
מיטוואך יאנואר 08, 2014 2:34 am#174540
5:40 די בלאזיא זאגט אז די נעסאו קאנטי פאליציי פירט אן די אויספארשונג נישט די NYPD ער זאגט אויך תנחומין פאר די משפחה.

m http://www.newyorktrue.com/de-blasio-pr ... n-edition/ m