Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » שיינע מוזיק קליפס

שיינע מוזיק קליפס

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
96 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 185 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #5763
זונטאג יאנואר 26, 2014 11:31 pm#179439
שיינע מוזיק קליפס
אייגענטליך זענען פאראן אויף יוטוב קליפס עד אין שיעור, פון זינגערס, בדחנים, מוזיקאנטן, ילד הפלא'ס, בויס קווייערס, וכדומה, און אין נאו-טיים קען דער אשכול אנקומען צו הונדערט בלעטער.

נאר נישט דאס איז מיין כוונה. צווישן די הונדערטער צו טויזענטער קליפס פארווארפט זיך אמאל א שושנה'לע בין החוחים וואס איז משכמו ולמעלה העכער ווי די איבריגע, איך גיי פיסטעשוס פאר עס, הערליך גאורדזשעס ביוטיפל, און אזעלכע סארט זאכן וויל איך מעתיק זיין, און אויך בעט איך כל אחד בניקו הטוב זאל מהנה זיין די חברים און דא מזכה זיין את הרבים.

--------------

איך גלייך א ילד הפלא, אבער איינער (א סאברע) וואס זאל עקטן אזוי מעטשור איז באמת א זעלטנהייט. האלטס א אויג אויף זיינע אויסדרוקן מיט די אויגן און די הענט. שיין, ווארעם, און הארציג. אט האט איר:

(אזהרה: עברית און מענער זינגען אן א הוט!)

מאנטאג יאנואר 27, 2014 12:36 am#179440
א לייק פאר די לעצטע שורה :like :lol:
מאנטאג יאנואר 27, 2014 12:41 am#179441
פארוואס? ווייל דו גלייכסט גראמען?...
(עברית/הוט).
אדער ווייל זינט דו האסט פארלוירן דיין הוט ביסטו עקסייטעד צו זעהן נאך מענטשן אין פובליק אנע הוט?
מאנטאג יאנואר 27, 2014 12:47 am#179442
א טעלעפאן בוך וועלן זיי אויך אפזינגען מיט אזא דבקות?...
מאנטאג יאנואר 27, 2014 12:51 am#179443
זאגסט גוט. דער אינגל זינגט גראדע שיין, אבער די גראמען האט זערא קלעס. בכלל פארשטייען נישט די ישראלים צו קלעס און דיגנעטי. ס'איז אפשר נישט אין פלאץ דא צו צונעמען די איזרעיליס און דאס פארלאנגט א באזונדערע אשכול, אבער פטור בלא כלום אי אפשר.
מאנטאג יאנואר 27, 2014 12:52 am#179444
אה, ירושלים!!
שיינע קינדער קווייער זינגען ירושלים הרים סביב לה

(אזהרה: כותל!)

מאנטאג יאנואר 27, 2014 1:05 pm#179497
שמעקעדיג די פחד פאר עברית מיט'ן כותל ליגט דיר נאך גוט אין די ביינער!
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 6:17 pm#219276
געלונגען!!!! איז נישט די ווארט
מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 12:59 am#225394
פריילעך, שירה, בערי וועבער. אני משוגא עליכם!
מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 2:27 am#225405
אומגלויבליך
החזן הבחור שמחה לעווינשטיין (דרייצן יאר) ולירושלים עירך youtu.be/mlXqquBa1qYחזן לעווינשטיין
תשס''ח אין ירושלים, ער פארפאקט אלע היינטיגע חזנים אין א פערטל בוזעם טאש זיינעם,
youtu.be/YiLOvXYcF60אלו דברים
דינסטאג סעפטעמבער 23, 2014 4:58 pm#225692
איינער קען מיר מסביר זיין וויאזוי די שטיקל איז אזוי געלונגען. ס'ממש א פרודאקשען. שירה, די בענד און די זינגער גרייטן זיך שעות על גבי שעות? ווער לייגט אויס די נאטן פריש פאר די הערליכע שטיק שירה דערליווערט?


דינסטאג סעפטעמבער 23, 2014 5:16 pm#225693
רויטע וואנצעס האט געשריבן:

געבויעט אויף א עיבוד פון ר 'מונה שליט"א..
מיטוואך אקטאבער 01, 2014 2:48 am#226710
מיטוואך אקטאבער 01, 2014 9:16 am#226727
דער פיסטבורגער רבי שליט״א וואס איז באקאנט מיט זיין אויסנאמע זעלטענע כח הנגינה קומט ארויס מיט א נייע סידי צו די הייליגע טעג מיטן נאמען ״שובו אלי״ - סאיז הערליך אין הארציג כדרכו בקודש
דא איז איין קליפ פון די סידי וואס פארמאגט 10 ניגונים - שמעו ותחי נפשכם
m http://m.bhol.co.il/article.aspx?id=74203 m
מיטוואך אקטאבער 01, 2014 2:05 pm#226779
נישט אוועקצומאכן, בערקוי מיט ידידים, א בעטהובן פראדוקציע
m http://youtu.be/55KWDj5JpdM m
דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 4:41 pm#236701
הערליך!!!!!!!!!!!
דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 5:53 pm#236737
טאקע הערליך! און א אינטרעסאנטע קעסט. אויך הערט מען ווי די אלטע היימישע קלעסיקס איז טויזענט מאל שענער ווי די היינטיגע גוי'אישע גארביטש מוזיק.

(ובמאמר המוסגר דער מענצער האט כנראה געהאט אסאך קעש טו בורן ,איך האף נאר עס איז ליגעל געלט..).
דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 7:22 pm#236768
וואוו! הערליך הערליך!!
דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 8:35 pm#236785
הערליך שיין. ווי וואנט מאר!
זונטאג נאוועמבער 23, 2014 11:44 am#237097
שמואלי אונגאר, פרייליך, ידידים (דודי קאליש) - אני מאמין
זונטאג נאוועמבער 23, 2014 1:05 pm#237108
הביצוע יפה ,הניגון דפוק ביותר.
זונטאג נאוועמבער 23, 2014 2:47 pm#237132
אוי איז דעי קליפ הערליך, ער איז א קלארער שטערן און מיינע אויגן.
דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 1:16 pm#237564
אסאך מאל האב איך עפעס וואס כ'ווייס נישט וואו צו לייגן. די פאלגענדע קליפ גייט אריין אין דעם כלל. זאל איך עס לייגן אין קונסט? אין מוזיק? אין געזעלשאפט? אין שמייכל? כ'ווייס שוין אליינס נישט. ס'איז לדעתי א הערליכער קליפ, ישראל לעם מאכט א דזשאב איינס אין דער וועלט, אבער נישט דאס איז די סיבה פארן עס פאוסטן. ביי 3:20 הייבט אן זינגן א תנועה'לע שלא מעלמא הדין. עס האט ארויפגעברענגט אויף מיינע לעפצן א שמייכעלע און אין מיינע אויגן טרערלעך ביינעזאם. בעפאר די וואס ווייסן זאגן אויס וואס די ניגון איז וויל איך אז ATUB @איך אויך ATUB זאל זאגן אויב די ניגון איז דפוק צו נישט... שמעו ותחי

דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 1:27 pm#237569
@יידל הערליך!
דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 1:39 pm#237576
יידל צום באפעל! יא עס איז א שיינע ניגון און די תנועה איז גאנץ כמעשה כאטשיק ביז שלא מעלמא הדין איז פאלג מיר א גאנג ,עס זענען פארהאן אזעלכע קלאסישע מוזיק תנועות למאות ולאלפים.

און יענע אני מאמין בלייבט דפוק ביותר..
דאנערשטאג מערץ 16, 2017 8:46 am#365693
מקהלת מלכות, משולם גרינברגר, יהודה גלילי - מה תשתוחחי
מיטוואך מערץ 22, 2017 1:16 am#366325
שמואלי אונגאר
אוי, רחמנא רחמנא, רחם עלן!!!

m https://youtu.be/nz7Xvk5D8Rs m
דינסטאג מאי 02, 2017 9:16 am#369676
Re: שיינע מוזיק קליפס
ילד הפלא דודי פוקס ספעציעל פאר ספירה
m https://www.google.com/url?q=https://m. ... 3Qp_fDGmPw m
זונטאג מאי 28, 2017 6:41 am#372560
בערי וועבער מוזיק ווידיא מיט מלכות אויף זיין היט ניגון "רבי שמעון" פון זיין לעצטע סידי
m https://www.youtube.com/watch?v=FzMZg-FPRK0 m
זונטאג מאי 28, 2017 11:03 am#372581
מנחם מאשקאוויטש מיט דאס ווינדער אינגעל שלום בראדט אני מאמין
מיטוואך יוני 07, 2017 7:35 pm#373771
הערליך שיין! m https://www.youtube.com/watch?v=d_6ERumZrIY m
Second Dance by The A Team, Levy Falkowitz, & The Shira Choir. Arranged by Avremi G. Featuring a 35 piece A Team Orchestra
פרייטאג יוני 09, 2017 12:36 am#373936
פידל מייסטער
אריינגעבאמפט אין דעם קליפ, נישט נארמאל וואס דער קען!
איינער ווייסט עפעס מער איבער אים?
אלס א פרעפעסיאנאלער פידל שפילער, ווייס איך אז אזא עבודה קען כמעט קיינער.
m https://www.youtube.com/watch?v=hZINPjPkFBg m
פרייטאג יוני 09, 2017 2:48 am#373942
Re: שיינע מוזיק קליפס
איסר האטלקי האט געשריבן:אריינגעבאמפט אין דעם קליפ, נישט נארמאל וואס דער קען!
איינער ווייסט עפעס מער איבער אים?
אלס א פרעפעסיאנאלער פידל שפילער, ווייס איך אז אזא עבודה קען כמעט קיינער.
https://www.youtube.com/watch?v=hZINPjPkFBg

דאס איז דניאל אהביאל.
ער איז גאר פאפולער אין א"י בעיקר ביי די ספרדים. מער איבער אים זעט דא https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%93%D7%A0%D7%99%D7%90%D7%9C_%D7%90%D7%94%D7%91%D7%99%D7%90%D7%9C?wprov=sfla1
מאנטאג יולי 10, 2017 7:07 pm#378566
דינסטאג יולי 11, 2017 1:01 pm#378645
איסר האטלקי האט געשריבן:אריינגעבאמפט אין דעם קליפ, נישט נארמאל וואס דער קען!
איינער ווייסט עפעס מער איבער אים?
אלס א פרעפעסיאנאלער פידל שפילער, ווייס איך אז אזא עבודה קען כמעט קיינער.
https://www.youtube.com/watch?v=hZINPjPkFBg

דערמאן איך מיך פון א א צווייטער פידל שפילער וואס האט באיינדרוקט די בריטישע מאסן, איך וועל דא לייגן איר ערשטע און לעצטע עס איז געווען נאך אינצווישן


דאס איז איר פיינעל,
דינסטאג יולי 11, 2017 1:04 pm#378646
אז מען רעדט שוין, משוגע צו ווערן, מתחלתו ועד סופו
דינסטאג יולי 11, 2017 1:53 pm#378652
Re: שיינע מוזיק קליפס
פונקט יעצט אין די דריי וואכן האט זיך די אשכול אויפגעוועקט?
דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 8:02 pm#382005
Re: שיינע מוזיק קליפס
אן איבערבליק אויף אידישע מוזיק פונעם צוואנציגסטן יארהונדערט.

דינסטאג אוגוסט 15, 2017 11:00 pm#382612
שיין? זיכער משוגע...
פיני איינהארן "ואמונתך"
m https://www.youtube.com/watch?v=kpIJghyQknM m
דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2017 8:05 pm#390280
שמעתי... ראיתי....

m https://youtu.be/oWxn-a16SHM m
דינסטאג אפריל 24, 2018 6:59 pm#400582
אזהרה קול אשה
m https://t.co/zRGUwzbmM3 m
זונטאג אפריל 29, 2018 2:02 pm#400933
מלכות מיט זאנוויל וויינבערגער - יו"ט ערליך קבלת התורה (אן מוזיק)
m https://mobile.kikar.co.il/abroad/article/274401 m
דאנערשטאג מאי 03, 2018 12:56 pm#401399
2nd Dance - Yeedle Kahan Plus feat. Dudi Knopfler, Yedidim Choir | דודי קנופלר, ידידים, יודל קאהאן
m https://m.youtube.com/watch?v=w6dvj57fqQ8 m
מיטוואך מאי 16, 2018 10:33 pm#402901
ריספלער שבע ברכות
Lo Beruach - Shira Choir ft. Mona, Freilach, Avrum Chaim Green
m https://m.youtube.com/watch?v=q_hAkk2BN ... e=youtu.be m
דאנערשטאג מאי 17, 2018 1:14 am#402917
א דאנק, בן ישי.
דער גרין זינגט הערליך כדרכו, ווי אויך שירה און פרייליך בענד.
אבער דער ניגון... המממ... איז דאס די בעסטע וואס זיי האבן געטראפן?

אגב, ביי די קאמענטס, שרייבט דארטן איינער א גרוס פון איראן... אינטרעסאנט צו ליינען.
דאנערשטאג מאי 17, 2018 1:14 am#402918
סקרן האט געשריבן:אזהרה קול אשה
https://t.co/zRGUwzbmM3

אזהרה ציונות
דאנערשטאג מאי 17, 2018 3:58 am#402929
בן ישי האט געשריבן:ריספלער שבע ברכות
Lo Beruach - Shira Choir ft. Mona, Freilach, Avrum Chaim Green
https://m.youtube.com/watch?v=q_hAkk2BN ... e=youtu.be

איינער ווייסט ווער ס'איז די קינדער קווייער וואס זינגט דא? אין די description דערמאנט מען נישט קיין ווארט דערפון.
דאנערשטאג מאי 17, 2018 4:23 am#402930
מאטי שטיינמעטץ זינגט כה אמר פון זיין סידי (קאמפאוזט דורך פינקי) מיט שירה ביי די רעכניץ חתונה.
m https://youtu.be/DnrH04cu7SE m
דאנערשטאג מאי 17, 2018 9:47 am#402942
בן ישי האט געשריבן:
בן ישי האט געשריבן:ריספלער שבע ברכות
Lo Beruach - Shira Choir ft. Mona, Freilach, Avrum Chaim Green
https://m.youtube.com/watch?v=q_hAkk2BN ... e=youtu.be

איינער ווייסט ווער ס'איז די קינדער קווייער וואס זינגט דא? אין די description דערמאנט מען נישט קיין ווארט דערפון.


יונגערליך, א באבוב קווייער אנגעפירט דורך יהושע ראזען א מלמד אין באבוב בן הג"ר אפרים ראזען.
זיי האבן געהאט אן אינטערוויו אין קינדליין יו"ט.