Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » שיינע מוזיק קליפס

שיינע מוזיק קליפס

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
96 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 185 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #5763
מאנטאג מאי 28, 2018 7:20 am#403617
הערליך און רירענד!

"א אידעלע" פון אייזיק האניג, געזינגען דורך יאנקי דאסקאל, נרננה קווייער, אראנדזשירט ביי יואלי דיקמאן. ממש א פראכט!

m https://youtu.be/MLJfwVc0QCY m
מאנטאג יוני 11, 2018 7:26 am#405644
Second Night Shavuos Seuda 5778
יואלי דיקמן ,ילד הפלא דודי לינקר, יענקי דסקל, ארי היל, מקהלת מלכות
m https://m.youtube.com/watch?v=2iMR7M_KS_4 m
מיטוואך יוני 13, 2018 9:45 pm#405957
One day פון מתתיהו אויף א צווייטע מהלך. הערליך.
m https://youtu.be/XqvKDCP5-xE m
דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2018 1:34 am#413189
א הערליכע אלט-פארצייטישע בולגארישע דביקות ניגון, גאר פאסיג צו זינגען ביי די נענועים, אדער סתם זיך צו פארגלייזן די אויגן ביים זיצן אין סוכה אדער סיי ווען אימער.

קול אישה

נאר מיט מוזיק
דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2018 2:19 pm#413237
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:א הערליכע אלט-פארצייטישע בולגארישע דביקות ניגון, גאר פאסיג צו זינגען ביי די נענועים, אדער סתם זיך צו פארגלייזן די אויגן ביים זיצן אין סוכה אדער סיי ווען אימער.

קול אישה

נאר מיט מוזיק


פיין פאר כל מקדש אדער עפעס א יום טוב'דיגע סעודה ניגון.
עס פעלט נאר א הויכע פאל צו סעטיספייען אונזער חסידישע הויך פונקט משוגעת, אן דעם איז מער א סטייל פון א דביקות'דיגע חבד'סקע עובד'ישע ניגון...
מאנטאג אקטאבער 08, 2018 12:28 pm#413994
פונקט אריינגעזעצט אין דעם מוזיק קליפ, אלי שוועבל-יגע
ליב דעם ניגון און די פראדאקשן.
מיטוואך אקטאבער 31, 2018 11:18 pm#415836
דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2018 10:04 pm#415941
אייזיק האניג, זאנוויל ויינברגר, דודי לינקר, מקהלת מלכות, תזמורת פייער – עקדת יצחק
הערליך!
m https://youtu.be/sVWdDPSxRk4 m
מאנטאג נאוועמבער 05, 2018 9:28 pm#416145
גאנץ פיין.

זונטאג דעצעמבער 09, 2018 9:32 pm#418316
היינט ארויסגעקומען: מעניני דיומא - פרשת רובאשקין געשפילט דורך קעמפ חביבין.

די זיסטע חלק איז ווי טראמפ רעדט מיט פוטין אויפן פאון...

m https://m.youtube.com/watch?v=UaWHRoWaq ... e=youtu.be m
מאנטאג דעצעמבער 10, 2018 9:48 pm#418425
די שפילער זענען ספעציעלע קינדער ל"ע, דער וואס מאכט נאך יעקב שוואקי איז די בעסטע עקטער לדעתי...

אפילו לייבוש ליש מיט זיינע קינדער האבן זיי געדענקט אריינצולייגן...
מאנטאג דעצעמבער 10, 2018 11:35 pm#418431
ווי איז לייביש לוש, דעי מיט די שטריימעל?
מאנטאג דעצעמבער 10, 2018 11:52 pm#418433
איי געס... ער שטייט דארט מיט זיינע תלמוד תורה קינדער און שלום מרדכי זאגט זיי א.ב.ג.
דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 7:47 pm#424518
הניגון הידוע: ווי שיין איז דער וועלט, מהרב לוי דניאל ארמסטרונג ז"ל

https://www.youtube.com/watch?v=21LGv8Cf0us
מיטוואך מאי 22, 2019 8:35 pm#430922
לעבעדיגע טענץ אין סקאטלענד.

איך זוך א הדלקה וואו ס'איז כאטש האלב אזוי פריילעך...
מיטוואך מאי 22, 2019 9:58 pm#430924
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:לעבעדיגע טענץ אין סקאטלענד.

איך זוך א הדלקה וואו ס'איז כאטש האלב אזוי פריילעך...


אדער האלב אזוי שיין...
פרייטאג מאי 31, 2019 1:21 am#431368


ממש וויליאמסבורג, ווייסע זאקן און ציגעדעקטע קעפ...
פרייטאג מאי 31, 2019 1:37 am#431370
אונזער וויליאמסבורג קען זיך פארשטעקן פאר זיי...
דינסטאג יולי 09, 2019 9:28 pm#432925
André Riue און די Johann Strauss Orchestra ביים שפילן א פארטוגעזישע קינדער ליד, איין מאל ביי די חזרות, און די צווייטע מאל ביי די קאנצערט אין ליסבאן.

קול באשה
זונטאג פעברואר 09, 2020 12:16 am#442718
קעניגליכע מצוה-טאנץ אין דענמארק - פון די חתונה פונעם קרוינפרינץ אין 2004.
דינסטאג מאי 12, 2020 11:17 am#448452
m https://www.youtube.com/watch?v=7vlol1nwGxg m

די וויזניצער “בר יוחאי” פארפאסט דורך הרב ר׳ ניסן יוסט הי״ד המלחין לבית ויזניץ ומשב״ק בעל אהבת ישראל זי״ע
געזינגן דורך מקהלת מרכז-ויזניץ (מענדליסטן)

הערליך אראפגעלייגט. מלא דביקות. איך האב שוין איבערגעהערט די ניגון טוינזט מאל און יעדע מאל איך הער עס נאכאמאל באוואונדער איך וואספארא “מוזיקאלישע דזשיניעס” דער ר׳ ניסן איז געוועהן. הערליך געפלאכטן ווי א קינצלער.

נאך די “בר יוחאי” זינגען זיי א שטיקל פון די לאנגער וויזניצער “רחם” פארפאסט דורך ר׳ ישראל אנטוניע (שטיינפרעס) ז״ל די הויפט-חזן ביים אנטוניער רבין הרה״ק ר׳ חיים האגער זי״ע. די ניגון איז פארגעסן געווארן נאכן קריג און איז צוריקגעברענגט געווארן קיין וויזניץ דורך הרה״ח הישיש ר׳ קלמן שטעקל לאוי"ט מב״פ וואס פלעגט עס זינגען ביים טיש פונעם אמרי חיים זי״ע. מ׳קען הערן דעם גאנצן ניגון אויף “לחיים טיש” פון ר׳ יוסף משה כהנא.
מיטוואך מאי 13, 2020 1:11 am#448507
דאס איז נישט פון ר' ניסן יוסט, נאר פון ר' בעריש ווישאווער.


אויף אייוועלט האט איינער געשריבן איבער דעם ניגון:

איבער דעם ניגון איז דא אן אינטרעסאנטער עפיזאדע;

ר' בעריש ז"ל וואס איז גיוועהן אויך א פארפאסער אין סאטמער, האט אט דעם ניגון פארפאסט אויף א 'לכה-דודי' צום שבת אויפרוף פון איינס פון די קינדער פון מרן מסאטמער זצוק"ל, (איך האב אמאהל גיהערט ביי וועמען, אבער איך גידענק נישט לעת עתה), למעשה האט עס נישט געפאלען פארען רעבין, אין ר' בעריש זייענדיג אביסעל דיסאפוינטט אז דער ניגון איז נישט געווארען אנגענומען האט ער ארויפגלייגט נייע ווערטער אין געשיקט פאר דעם אהבת ישראל-ר' ישראל פון וויזניץ, מיט יאהרען שפעטער האט דער רבי גיהערט דעם 'בר-יוחאי' אין דערקענט אז דאס איז אט דער אלטער ניגון וואס ר' בעריש האט אים פארפאסט אויף לכה דודי, האט ער זיך אנגערופען מיר האבען פארפאסט א ניגון.

דער ניגון איז במשך די יאהרען נישט גידענקט גיווארען, נאר אין וויזשניץ מאנסי, איז דא א יוד ר' יצחק ווייס לאוי"ט וואס ער האט גידענקט דעם ניגון, אין דער בעל הישועות משה זצ"ל האט עטליכע מאל דערמאנט אז ער גידענק אז ביי זיין הייליגען זיידען דער 'אהבת ישראל' פלעגט מען זינגען א ניגון אויף די ווערטער 'בר-יוחאי' אין דער 'אהבת ישראל' פלעג צו וויינען בדמעות שליש (שלא כהרגלו, ווייל ער פלעג כמעט נישט וויינען הערענדיג א צווייטען דאווענען אדער זינגען-נאר ווען ער האט אליין געדאווענט), אין הרה"ח ר' בנימין הארטמאן לרפו"ש (אן אלטער באוויסטער ספעציאליסט און מומחה אין ענייני נגינה), מיט חבר מרעיו (ר' אשר פאלאק, די היינטיגע פירער פונעם וויז'ניצען קאר ביי אדמו"ר מהר"י אין בני ברק) אין ר' יוסל שעכטער (וואס זינגט אויף דעם דיסק וואס איז אויבן דערמאנט), זענען גיגאנגען אויסהערען דעם ר' יצחק'ן, אין מ'האט ארויס גיברענגט דעם ניגון מן הכח אל הפועל.
גיוועהן איז דאס אין יאהר תש"מ/א וואס מ'האט דעם ניגון געזינגען דאס ערשטע מאהל פארען 'ישועות משה' אין ער האט זיך ציוויינט בשעת'ן הערען דעם אור-אלטען ניגון, דערמאנענדיג זיך פונעם זיידען.
מיטוואך מאי 13, 2020 1:44 am#448509
מפיל קינד האט געשריבן:דאס איז נישט פון ר' ניסן יוסט, נאר פון ר' בעריש ווישאווער.


אויף אייוועלט האט איינער געשריבן איבער דעם ניגון:

איבער דעם ניגון איז דא אן אינטרעסאנטער עפיזאדע;

ר' בעריש ז"ל וואס איז גיוועהן אויך א פארפאסער אין סאטמער, האט אט דעם ניגון פארפאסט אויף א 'לכה-דודי' צום שבת אויפרוף פון איינס פון די קינדער פון מרן מסאטמער זצוק"ל, (איך האב אמאהל גיהערט ביי וועמען, אבער איך גידענק נישט לעת עתה), למעשה האט עס נישט געפאלען פארען רעבין, אין ר' בעריש זייענדיג אביסעל דיסאפוינטט אז דער ניגון איז נישט געווארען אנגענומען האט ער ארויפגלייגט נייע ווערטער אין געשיקט פאר דעם אהבת ישראל-ר' ישראל פון וויזניץ, מיט יאהרען שפעטער האט דער רבי גיהערט דעם 'בר-יוחאי' אין דערקענט אז דאס איז אט דער אלטער ניגון וואס ר' בעריש האט אים פארפאסט אויף לכה דודי, האט ער זיך אנגערופען מיר האבען פארפאסט א ניגון.

דער ניגון איז במשך די יאהרען נישט גידענקט גיווארען, נאר אין וויזשניץ מאנסי, איז דא א יוד ר' יצחק ווייס לאוי"ט וואס ער האט גידענקט דעם ניגון, אין דער בעל הישועות משה זצ"ל האט עטליכע מאל דערמאנט אז ער גידענק אז ביי זיין הייליגען זיידען דער 'אהבת ישראל' פלעגט מען זינגען א ניגון אויף די ווערטער 'בר-יוחאי' אין דער 'אהבת ישראל' פלעג צו וויינען בדמעות שליש (שלא כהרגלו, ווייל ער פלעג כמעט נישט וויינען הערענדיג א צווייטען דאווענען אדער זינגען-נאר ווען ער האט אליין געדאווענט), אין הרה"ח ר' בנימין הארטמאן לרפו"ש (אן אלטער באוויסטער ספעציאליסט און מומחה אין ענייני נגינה), מיט חבר מרעיו (ר' אשר פאלאק, די היינטיגע פירער פונעם וויז'ניצען קאר ביי אדמו"ר מהר"י אין בני ברק) אין ר' יוסל שעכטער (וואס זינגט אויף דעם דיסק וואס איז אויבן דערמאנט), זענען גיגאנגען אויסהערען דעם ר' יצחק'ן, אין מ'האט ארויס גיברענגט דעם ניגון מן הכח אל הפועל.
גיוועהן איז דאס אין יאהר תש"מ/א וואס מ'האט דעם ניגון געזינגען דאס ערשטע מאהל פארען 'ישועות משה' אין ער האט זיך ציוויינט בשעת'ן הערען דעם אור-אלטען ניגון, דערמאנענדיג זיך פונעם זיידען.


קען זיין איר האט רעכט. ר׳ בעריש׳ס איז טאקע אויך געוועהן א דזשיניעס אין נגינה.

איך האב שוין אפאר מאל געהערט אז ר׳ בעריש ווישעווער האט עס מחבר געוועהן. און איך האב געפרעגט עטליכע אין וויזניץ און זיי האבן געזאגט אז ר׳ ניסן יוסט האט עס מחבר געוועהן. און אויף אייוועלט האבן אפאר געשריבן אז ר׳ ניסן האט דאס מחבר געוועהן.

די מעשה אז ר׳ בעריש האט געמאכט א ניגון און עס איז נישט געפאלן אין סאטמאר האב איך געהערט אויף א צווייטע ניגון.

ס׳האט זייער ענדליכע קנייטשן צו די באוואוסטע לכה דודי און מזמר לדוד וואס ר׳ ניסן האט פארפאסט.

אויף וויקיפידע שטייט:
את רוב לחניו הלחין על פיוטי השבת ובהם מנוחה ושמחה[1] ועוד, יוסט גם הלחין יצירות רבות נוספות בין היתר לפיוטים הנאמרים בימים הנוראים ולפיוט בר יוחאי המושר בל"ג בעומר.

וועלכער בר יוחאי האט ר׳ ניסן פארפאסט? וואו קען מען עס הערן?

יא ר׳ יצחק ווייס האבן מיר גוט געקענט. ער דארף שוין קלאפן א הונדערטער בליעה״ר.

וועגן די אהב״י וויינען ביים דאווענען פארציילט ר׳ מאיר יוסט ז״ל (הרב הראשי של האלאנד במשך 45 שנה) אין אינטערוויו וועגן זיין פאטער. אז ער געדענקט ווען זיין טאטע האט די ערשטע מאל פארפאסט די באוואוסטע תתברך וואס מ׳זינגט יו״ט אין וויזניץ איז ער געוועהן דאן א קינד. ווען די אהבת ישראל האט עס פארגעדאווענט יו״ט איז זיין טאטע געשטאנען אינטער די אהבת ישראל אויף איין זייט און די אמרי חיים אויף די אנדערע זייט און זיי האבן צוגעהאלפן דעם אהבת ישראל, און בשעתן גאנצן ניגון האט ער נישט אויפגעהערט צו וויינען. נאכן דאווענען האט רבי מרדכי חנא געזאגט פאר ר׳ ניסן “די רבי האט געדאווענט דיין נוסח, אויף דעם בין איך מקנה דיין עולם הבא!”
מיטוואך מאי 13, 2020 3:06 pm#448540
הרב ATUB @מפיל קינד ATUB
איך האב נאכאמאל איבערגעהערט דעם ניגון. סאיז שטארק נישט מסתבר אז ר׳ בעריש ווישעווער (האראוויץ) זאל האבן געמאכט דעם ניגון פאר סיגוט.

ר׳ בעריש איז געוועהן א מומחה עצום אין יעדע קנייטש פון יעדע חסידות און ער האט צוגעפאסט די ניגונים לויט די תנועות פון די חסידות. אמאל האט מען אים געבעטן ער זאל מאכן א ניגון פאר א געוויסע הויף. האט ער געזאגט ער קען עס נישט טוהן נאר טאמער ער איז דארט אויף א יו״ט און ער הערט זייער נוסח.

ווער ס׳הערט נאר די “בר יוחאי” אן וויסן פון וואו ס׳שטאמט וועט גלייך זאגן “וויזניץ”. ס׳האט אלע קנייטשן פון וויזניץ.
איך קען נישט גלייבן אז ר׳ בעריש וואלט געמאכט אזא ניגון פאר סיגוט/סאטמאר. און איך קען מיך נישט פארשטעלן אז מ׳זאל זינגען אזא ניגון אין סאטמאר.

לשיטתך אז ר׳ בעריש האט עס מחבר געוועהן קען עס טאקע שטימען מיט דיין מעשה אז מ׳האט עס נישט ליב געהאט אין סאטמאר...

מעגליך אז אזא ידען ווי הרב ATUB @ריכטיג ATUB וועט אונז קענען פותר חלום זיין ווער ס׳האט טאקע מחבר געוועהן די הערליכע וויזניצער בר יוחאי?
מיטוואך מאי 13, 2020 6:30 pm#448569
איך קען יא הערן דעם ניגון סיי וואו. ס'ווערט געזינגען מיט וויזניצע קנייטשן, אבער ס'איז גענוג שיין אריינצופאסן איבעראל.

אין די נענועים ניגון וואס ר' בעריש האט געמאכט פאר סאטמאר, הערסטו יא סאטמאר? איך נישט. ס'וואלט געפאסט איבעראל. דאס זעלבע מיט בר יוחאי. מ'טוישט אביסל די קנייטשן און ס'גייט איבעראל.

כבודו מלא עולם דאס איז שוין יא וויזניץ.
מיטוואך מאי 13, 2020 8:19 pm#448572
מפיל קינד האט געשריבן:איך קען יא הערן דעם ניגון סיי וואו. ס'ווערט געזינגען מיט וויזניצע קנייטשן, אבער ס'איז גענוג שיין אריינצופאסן איבעראל.

אין די נענועים ניגון וואס ר' בעריש האט געמאכט פאר סאטמאר, הערסטו יא סאטמאר? איך נישט. ס'וואלט געפאסט איבעראל. דאס זעלבע מיט בר יוחאי. מ'טוישט אביסל די קנייטשן און ס'גייט איבעראל.

כבודו מלא עולם דאס איז שוין יא וויזניץ.


און סקולענער ניגונים קענסטו אויך הערן איבעראל?

יעדע חסידות האט א געוויסע קוועטש, קנייטש. נישט אזוי?

די וויזניצער אודה אדער השבת נועם הנשמות וואס די אמרי חיים האט פארפאסט קענסטו הערן זינגן אין גור אדער סאטמאר?
דאנערשטאג מאי 14, 2020 4:58 am#448585
סקולענע ניגונים זענען ממש נישט שווער צו דערקענען, אבער וויזשניץ האט א לידל וואס זיי זינגען מיטן גאנצן ברען מיט די באבאוויי'ס אבער דער נועם אליעזר מסקולען זצ"ל האט דאס קאמפאזירט.

כ'געדענק נישט אויפן ארט די ווערטער כ'וועל באלד צושיקן א לינק.
דאנערשטאג מאי 14, 2020 8:47 am#448591
מיינסט מסתמא חכו ממתקים וואס די נועם אליעזר געשיקט פארן אמרי חיים. מ׳קען טאקע דערקענען אז סאיז א סקולענער ניגון.
דינסטאג מאי 19, 2020 11:52 am#448975
ש'כח שבת פארן מיר באטיטלן אלץ ידען, אבער בנידון דידן ווייס איך נישט פונקטליך. איך האב אלץ געוואוסט אז ס'איז ר' בעריש'ס אבער יתכן אז איך בין זיך טועה. די מעשה מיט סאטמאר בין איך נוטה צו דיר אז ס'איז בלתי מסתבר.

מפיל קינד, כבודו מלא עולם איז נישט ויזניץ, דאס איז פון זיידל ראוונער.

ובנוגע החקירה אויב מען קען דערקענען סקולענע ניגונים אין ויזניץ, דאכצעמער אז די ניגון וואס מען זינגט אין ויזניץ בקביעות נאך כל מקדש (און אויך נאך דעם אויבנדערמאנטע רחם) איז א סקולענע ניגון, אבער מען דערקענט דאס נישט בהכרח (יא, יעצט נאכדעם וואס איך דערצייל דאס באמערקט מען שוין טאקע די סקולענע קנייטשן... אבער איך בין נייגעריג אויב דו האסט שוין באמערקט פריער)
דינסטאג מאי 19, 2020 10:44 pm#449050
ריכטיג האט געשריבן:ש'כח שבת פארן מיר באטיטלן אלץ ידען, אבער בנידון דידן ווייס איך נישט פונקטליך. איך האב אלץ געוואוסט אז ס'איז ר' בעריש'ס אבער יתכן אז איך בין זיך טועה.

הרב ר׳ ישעי מאיר ניימאן מיט זיין ברודער ר׳ אלי׳ ז״ל פלעגן זינגן די ״בר יוחאי״ אויף מזמור לדוד ביי של״ס פון הרה״צ ר׳ יצחק יוחנן. איך האב אים היינט געפרעגט און ער זאגט אז ״לפי ידיעתי איז עס פון ר׳ בעריש ווישעווער אבער איך קען נישט זאגן אויף זיכער״. (ער זאגט די זעלבע ווי דיר)

די מעשה מיט סאטמאר בין איך נוטה צו דיר אז ס'איז בלתי מסתבר.

מפיל קינד, כבודו מלא עולם איז נישט ויזניץ, דאס איז פון זיידל ראוונער.

דאס אז ר׳ זיידל האט עס געמאכט מיינט אז סאיז נישט וויזניץ? זיידל ראוונער (ר׳ יעקב משה מארגובסקי איז געוועהן זייו עכטער נאמען) האט דאך געמאכט אפאר ניגונים פאר וויזניץ ובתוכם די באוואוסטע ״יזכור אהבתם״ וואס מ׳קען הערן אויף “א וויזניצער ניגון-3” פון הרב ר׳ יעקב יהודא דאסקאל



ובנוגע החקירה אויב מען קען דערקענען סקולענע ניגונים אין ויזניץ, דאכצעמער אז די ניגון וואס מען זינגט אין ויזניץ בקביעות נאך כל מקדש

דו מיינסט אוי שבת שבת קודש? כהאב אויך געהערט אזוי יאהרן צוריק. די פראבלעם מיט דעם איז אז מ׳זינגט די ניגון אין וויזניץ אסאך פאר סאיז געוועהן אזא חסידות און דערהער ווי סקולען.

(און אויך נאך דעם אויבנדערמאנטע רחם) איז א סקולענע ניגון,

וואס? די לאנגע רחם האט מיר הרה״ח הישיש ר׳ קלמן שטעקל געזאגט אז ר׳ ישראל שטיינפרעס האט עס מחבר געוועהן, באוואוסט אלץ ר׳ ישראל אנטוניע. ר׳ קלמן האט עס געבערענגט קיין וויזניץ נאכן קריג פון פריש.
אויב איז עס מיסדו א סקולענער ניגון פארוואס זינגט מען עס נישט אין סקולען קיינמאל נישט?


אבער מען דערקענט דאס נישט בהכרח (יא, יעצט נאכדעם וואס איך דערצייל דאס באמערקט מען שוין טאקע די סקולענע קנייטשן... אבער איך בין נייגעריג אויב דו האסט שוין באמערקט פריער)
רוב סקולענער ניגונים האט מחבר געוועהן די נועם אליעזר, און ס׳האט זיינע קנייטשן. וויזניצער ניגונים האט מחבר געוועהן צענדליגער מענטשען במשך פון אפאר דורות א שטייגער ווי ר׳ קלמן זינגער, ר׳ ניסן יוסט, ר׳ יצחק אונגאר, ר׳ בעריש ווישעווער, ר׳ זיידל ראוונער, אמרי חיים זצ״ל, ר׳ מענדל כ״ץ, ר׳ אברהם ווייס, ר׳ קלמן שטעקל וכו׳ וכו׳ איז עס אביסל שווערער צו דערקענען. אבער מ׳קען עס דאך דערקענען. ספעציעל אלע ניגונים פון ר׳ יצחק אונגאר, קען מען גלייך
שמעקן וויזניץ.




מיטוואך מאי 20, 2020 1:59 am#449073
זיידל ראוונער האט געמאכט ניגונים דירעקט פאר ויזניץ? יתכן, אבער איך האב אלץ פארשטאנען אז ער האט אלץ גאליציאנער חזן געמאכט פאר זיך און די חסידישע הויפן האבן דאס אויפגעפיקט, זיין אב הרחמים פון צוועלעף (?, איך ווייס נישט פונקטליך וויאזוי מען ציילט דאס) פעלער זינגט מען סיי אין באבוב און סיי אין וויזניץ, און דאכצעמער אז עפעס א "אזי בשלישי" אויך.

אבער אז דו ווילסט דווקא קען מען עס רופן ויזניץ, פונקט ווי דער בראדער חייט'ל'ס תנועה איז נכסי צאן ברזל שבת אין ויזניץ... אבער עכ"פ אין די קאנטעקסט פון מפיל קינד'ס תגובה האב איך מעיר געווען אז זיידל ראוונער'ס ניגונים זענען נישט מער ויזניץ ווי ר' בעריש ווישיווער'ס ניגונים.

נאך כל מקדש זינגט מען "היינט צוטאגס" אין ויזניץ צוויי ניגונים איינס נאך די צווייטע. דער ערשטע ניגון איז א וואלס פון צוויי פאלן, און די צווייטע איז א ניגון דביקות פון צוויי פאלן, (די צווייטע פאל פון די צווייטע ניגון האט די ווערטער "שבת שבת קודש"). אמאל פלעגט מען זינגן בלויז די צווייטע ניגון, וואס איז באמת גאר אן אלטע ניגון. דאכצעמער אין תולדות אברהם יצחק זינגט מען נאך עד היום בלויז די צווייטע ניגון, ווייל אין זיין תקופה אין ויזניץ האט מען נאכנישט געזינגען די ערשטע. די ערשטע האט דער אמרי חיים שפעטער אריינגעלייגט און איך בין כמעט זיכער אז די מקור איז סקולען.

נאך מען ענדיגט דעם לאנגן רחם (כברכאוואוואת כברכת השם) איז איינגעפירט צו זינגן דעם ערשטן ניגון (און נישט די צווייטע) איך ווייס נישט ווער עס האט דאס איינגעפירט, אפשר גאר ר' קלמן שטעקל אליין.
מיטוואך מאי 20, 2020 2:46 am#449077
ריכטיג האט געשריבן:זיידל ראוונער האט געמאכט ניגונים דירעקט פאר ויזניץ? יתכן, אבער איך האב אלץ פארשטאנען אז ער האט אלץ גאליציאנער חזן געמאכט פאר זיך...

... אבער עכ"פ אין די קאנטעקסט פון מפיל קינד'ס תגובה האב איך מעיר געווען אז זיידל ראוונער'ס ניגונים זענען נישט מער ויזניץ ווי ר' בעריש ווישיווער'ס ניגונים...


ר' זיידעל ראוונער'ס ניגונים האט ער געמאכט פאר זיך, דער אמ"ח זצ"ל, אדער א צווייטער, האט זיך געטראפן מיט עם (אפשר מערערע מאל) אין אימפאטירט קיין וויזניץ פון זיינע ניגונים. דאכצעמער אז זכר חסדו איז אויך פון עם.
-------
ר' בעריש ווישעווער, איינע פון זיינע זעלטענע קריעטיוויטי'ס מיט נגינה איז געווען, אז ער האט געשיקט ניגונים לויט די סטייל פון יענעם חצר, אזוי ווי פריער דערמאנט. טאקע דאס קען מערקען אויף די בר יוחאי-מזמור לדוד. די ניגון איז איינגעטיילט אויף צוויי מאל דריי, אזוי ווי די אנדערע מזמור לדוד'ס. לכאורה איז די ניגון נישט געשיקט געווארן אין די זעלבע אויסשטעל קיין סאטמאר אלס א ניגון אויף לכה דודי, מן הסתם האט ער דאס עדזשאסטעד פאר וויזניץ.

די אמת איז, אז אפילו די מזמור לדוד'ס וואס ער האט דיירעקט געשיקט קיין וויזניץ, זענען אויס געשטעלט לויט די וויזניצע מזמור לדוד'ס-מנוחה ושמחה'ס. עכ"פ, יודע צדיק נפש... אבער די אנדערע ניגונים, אזוי ווי אמונה כל זאת, וואס איז נישט אוועק געשטעלט אויף א מזמור לדוד האט אודאי אן אנדערע סיסטעם מיט די פעלער.
מיטוואך מאי 20, 2020 4:47 am#449080
זיידל איז אפאר מאל געקומען צום אהבת ישראל און די אמרי חיים האט זייער ליב געהאט זיינע ניגונים און אסאך פארברענגט מיט אים.

העתקה מספר "שהשמחה במעונו" חלק ד, שיו"ל ע"י צעירי ויזניץ, כסלו תשס"א,
מתוך פרק א של "הבוחר בשירי זמרה - זמרו לה' חסידיו".

סיפר כ"ק מרן אדמו"ר זי"ע, כי פעם באחד הימים שלפני חג הפסח, עבר ר' זיידל - עם מקהלתו - דרך וויזשניצא, ביום של קריאת התורה, ונכנס להתפלל תפילת שחרית עם כ"ק מרן הסב"ק זי"ע, בביהמ"ד התפללו שחרית, ואילו בסאלאש שעל ידו - אפו מצות של הקהילה, בתום תפילת שמונה עשרה, כיבד הס"ק את ר' זיידל בפתיחת הארון, באומרו, שישיר "ויהי בנסוע" עם המקהלה, שירתו של ר' זיידל היתה כל כך נעימה ועריבה, עד שהפועלים שהיו מרדדים את המצות נמשכו אל השירה הנפלאה, בהשאירם אחריהם את ה"טייגלעך", אשר נחמצו ונאלצו לזרקם..

שירו לה' שיר חדש

את היצירה הנפלאה על פרק צ"ו מתהלים "שירו לה' שיר חדש וגו'", המושמעת לעיתים בשולחן הטהור, הלחין החזן המפורסם ר' זיידל ראוונער ז"ל.

כ"ק מרן זצללה"ה סיפר, כי בכל חתונה שהשיא רבנו ה"סבא קדישא" זי"ע את אחד מצאצאיו, היה ר' זיידל בא לשמח, כמו כן היה בא לעיתים לשבת קודש - יחד עם מקהלתו, מרן זי"ע התבטא: "דער טאטע האט איהם אף געטרעטטן דעם עמוד", בתפלת קבלת שבת כובד לשיר את המזמור "שירו לה' שיר חדש", ובתפלת שחרית את התפלות "אל אדון" ו"ממקומך".
מיטוואך מאי 20, 2020 4:53 am#449081
נאך כל מקדש זינגט מען "היינט צוטאגס" אין ויזניץ צוויי ניגונים איינס נאך די צווייטע. דער ערשטע ניגון איז א וואלס פון צוויי פאלן, און די צווייטע איז א ניגון דביקות פון צוויי פאלן, (די צווייטע פאל פון די צווייטע ניגון האט די ווערטער "שבת שבת קודש"). אמאל פלעגט מען זינגן בלויז די צווייטע ניגון, וואס איז באמת גאר אן אלטע ניגון. דאכצעמער אין תולדות אברהם יצחק זינגט מען נאך עד היום בלויז די צווייטע ניגון, ווייל אין זיין תקופה אין ויזניץ האט מען נאכנישט געזינגען די ערשטע. די ערשטע האט דער אמרי חיים שפעטער אריינגעלייגט און איך בין כמעט זיכער אז די מקור איז סקולען.



יא דאס קען שטימען און כ׳האב אויך אזוי געהערט אז די צווייטע ניגון קומט טאקע פון סקולען. ווער האט געמאכט די ערשטע ניגון?
דאכצעך קיינער האט נישט קיין אהנונג.
מיטוואך מאי 20, 2020 5:46 pm#449132
אז מ׳רעדט שוין יא פון ניגוני וויזניץ און פון די נושא. כ׳האב לעצטענס געהערט אז די באוואוסטע וויזניצער ״רחם רחם בחסדך״ וואס ר׳ יצחק אונגאר האט מחבר געוועהן און ר׳ מב״ד זינגט אויף איינע פון זיינע ערשטע טעיפס, האט אין אמתן ר׳ חיים באנעט פון סערט-ויזניץ מחבר געוועהן אלץ יונגער בחור און ער האט זיך געשעמט (פארוואס ווייס איך נישט) האט ער עס געזינגען פאר ר׳ יצחק אונגאר און אזוי איז עס פארשרפרייט געווארן. שפעטער האב איך געזעהן אז אויף אייוועלט שרייבט איינער די זעלבע זאך. איך האב אמאל געפרעגט ר׳ יצחק׳ס זוהן פון ב״פ וועלכע פון דיין טאטענס ניגונים זענען די שענסטע האט ער גענטפערט ״סאיז בכלל א שאלה? זיכער די רחם רחם בחסדך״...

אויב איינער ווייסט צי עס טאקע קראנט די מעשה אדער איינער האט מעהר אינפארמאציע זאל ער ביטע זיך אנרופן. א דאנק

מרדכי בן דוד האט געבעטן יאהרן צוריק רשות פון ר׳ יצחק צי ער קען קויפן זיינע ניגונים. האט אים ר׳ יצחק געזאגט ״ווי קען איך עס פארקויפן? סאיז דאך נישט מיינע ניגונים, סאיז ווינזיצער ניגונים״...

ווען ר׳ חיים מאירל איז געוועהן אמאל זייער קראנק און ער האט נישט גערעדט ווייל ער איז געוועהן ממש שוואך. האט ער געוויזן מיט די הענט אינמיטן די נאכט אז ער דארף עפעס. האט ר׳ זלמן לייב ווייס געפרעגט די רבי דארף וואסער? האט ער געוויזן ניין, עסען? ניין, וואס מ׳האט אים נאר געפרעגט האט ער געוויזן ניין! וואס יא? קיינער האט נישט פארשטאנען. האט דאכצעך ר׳ מנחם אליעזר מאזעס זיך אנגערופן “די רבי וויל מ׳זאל רופן ר׳ יצחק אונגאר?” האט ער געזאגט, אהא אהא. איז מען געלויפן אויפוועקן ר׳ יצחק אינמיטן די נאכט און ער איז געקומען זינגן פארן אמרי חיים...
דאנערשטאג מאי 21, 2020 1:22 am#449197
פאר ווער סאיז אינטערעסירט, סאיז דא א גאנצע אוצר פון טעיפס אלטע און נייע פון ניגוני וויזניץ אויף טעלעגראם אומזיסט.

m https://t.me/ViznitzSongs m

סאיז דא דארט צוויי טעיפס פון ניגוני הרב ר׳ ניסן יוסט וואס איז באמת ווערט פאר יעדעם וואס גלייכט מוזיק צוהערן.
ר׳ ניסן האט געטוישט וויזניץ פאר אייביג.

איין סידי הייסט ״כתר מלכות״ און איינס ״מלך רחמן״.

דערנאך איז דא אלע וויזניצער ניגונים געזינגן אויף ״לחיים טיש״ פון הרב ר׳ משה יוסף כהנא
און אפאר טעיפס פון הרב ר׳ יעקב יהודא דאסקאל וואס איז זייער שיין.

ווי אויך זאל איינער אפשר אפטיילן די לעצטע פאר תגובות און מאכן א באזונדערע אשכול פון ״ניגוני בית וויזניץ״. איך האב נישט קיין געדולט פאר דעם.
דאנערשטאג מאי 21, 2020 5:52 pm#449258
ווי קען מען רעדן פון סקולענע ניגונים וואס דער רבי זצ''ל האט געשיקט צו די וויזניצע רביים אלס משלוח מנות אן דערמאנען דעם מערסטען באקאנסטן, נעמליך דער בארימטער ושמרו בני ישראל? דאס קען דאך אפילו א טויבער רח''ל הערן אז עס איז א שטיק סקולען.

דאכט זיך ער האט געשיקט דרייצן ניגונים אין טאטאל.

שבת'ל דיין מעשה מיטן אמרי חיים איז ציקער זיס און ווייזט אויך אויפן חכמה און אמת'ן התקשרות פון ר' מנחם לייזער הי''ו.
זונטאג מאי 24, 2020 2:56 pm#449483
.
זונטאג מאי 24, 2020 2:57 pm#449484
איך אויך האט געשריבן:ווי קען מען רעדן פון סקולענע ניגונים וואס דער רבי זצ''ל האט געשיקט צו די וויזניצע רביים אלס משלוח מנות אן דערמאנען דעם מערסטען באקאנסטן, נעמליך דער בארימטער ושמרו בני ישראל? דאס קען דאך אפילו א טויבער רח''ל הערן אז עס איז א שטיק סקולען.

דאכט זיך ער האט געשיקט דרייצן ניגונים אין טאטאל.

שבת'ל דיין מעשה מיטן אמרי חיים איז ציקער זיס און ווייזט אויך אויפן חכמה און אמת'ן התקשרות פון ר' מנחם לייזער הי''ו.


דאכצעך נישט קיין דרייצן ניגונים. קיינמאל נישט געהערט וויפל.

ר׳ מנחם לייזער האט לעצטענס ארויסגעגעבן א בוך פון זיינע זכרונות אין וויזניץ- ער איז געוועהן די משב״ק און פון די נאנטע מענטשען צום אמרי חיים, און צו אלע רבנים אין אר״י. דער בית ישראל מגור זי״ע האט געזאגט ״א רבי וואס איז נישט נאנט מיט מנחם לייזער איז קיין רבי נישט״...

איך האב נאכנישט געליינט די בוך אבער סאיז אין פלאן.
דינסטאג מאי 26, 2020 1:49 pm#449667
רעדענדיג פון נגינה און וויזניץ איז אינטערסאנט צו באמערקן אז די באוואוסטע וועלטס-ניגון ״א גאנץ יאהר פרייליך״ איז באמת א חלק פון א וויזניצער ניגון וואס א וויזניצער חסיד האט געמאכט זייענדיג ביים סב״ק דער אהבת ישראל אויף פסח. ער האט דעמאלטס געמאכט א לענגערע ניגון מיט גראמען אז הלוואי וואלט ער געוועהן א גאנץ יאהר אזוי פרייליך ווי ער איז געוועהן ביים סדר ביים אהבת ישראל זי״ע. די וועלט האט ארויסגענומען די איין זאץ און עס געמאכט פאר א וועלטס ניגון.

ווער ס׳ווייסט וויאזוי ער האט געהייסן זאל זיך ביטע אנרופן.
דאנערשטאג מערץ 25, 2021 12:43 pm#468974
שמעקעדיג האט געשריבן:אייגענטליך זענען פאראן אויף יוטוב קליפס עד אין שיעור, פון זינגערס, בדחנים, מוזיקאנטן, ילד הפלא'ס, בויס קווייערס, וכדומה, און אין נאו-טיים קען דער אשכול אנקומען צו הונדערט בלעטער.

נאר נישט דאס איז מיין כוונה. צווישן די הונדערטער צו טויזענטער קליפס פארווארפט זיך אמאל א שושנה'לע בין החוחים וואס איז משכמו ולמעלה העכער ווי די איבריגע, איך גיי פיסטעשוס פאר עס, הערליך גאורדזשעס ביוטיפל, און אזעלכע סארט זאכן וויל איך מעתיק זיין, און אויך בעט איך כל אחד בניקו הטוב זאל מהנה זיין די חברים און דא מזכה זיין את הרבים.

--------------

איך גלייך א ילד הפלא, אבער איינער (א סאברע) וואס זאל עקטן אזוי מעטשור איז באמת א זעלטנהייט. האלטס א אויג אויף זיינע אויסדרוקן מיט די אויגן און די הענט. שיין, ווארעם, און הארציג. אט האט איר:

(אזהרה: עברית און מענער זינגען אן א הוט!)



אויסערגעווענטליך. ווי מ׳זאגט אין ענגליש perfection
א דאנק פאר׳ן מיטטיילן
דאנערשטאג יוני 10, 2021 11:50 pm#475394
איז דאס א יונגעל אדער א נישה? וויאזוי ווייסט מען די חילוק?

זהירות: ספק קול באשה
פרייטאג יוני 11, 2021 2:29 am#475405
Re: שיינע מוזיק קליפס
טמיר האט געשריבן:איז דאס א יונגעל אדער א נישה? וויאזוי ווייסט מען די חילוק?

זהירות: ספק קול באשה


m https://youtu.be/apcQHYCocZ4 m
זהירות: ודאי אישה

Sent from my KFDOWI using Tapatalk
פרייטאג יוני 11, 2021 10:22 am#475417
Re: שיינע מוזיק קליפס
איך ווייס. די שאלה איז אויב עס קען זיך הערן ווי א יונגל, ממילא קען מען עס אנצינדען פאר אייניר וואס ווייסט נישט? ווי זענען די דיינים דא?



Sent from my SM-G960U1 using Tapatalk
מיטוואך אקטאבער 13, 2021 3:51 pm#483151
א קליפ פון די באוואוסטע זינגער מוטי וויזעל ווי ער זינגט די וויזניצער “רחם בחסדך” (פון הרב שטיינפרעס- באקאנט אלץ “ר’ ישראל חזן”-הויפט חזן ביי די אנטוניער רבי הגה”צ ר’ חיים האגער זצ”ל)
ביי א חופה אין אלטשטאט ירושלים.

הגם סאיז ניטאמאל א professional clip, האב איך באקומען “גוזבאמפס” Aesthetic chills פון הערן ווי הארציג און ווארעם ער לייגט עס אראפ קעגן איבער די “כותל המערבי” אין אלטשטאט ירושלים.

זייער שיין!

אויב איינער האט די גאנצע קליפ ביטע לאזט וויסן.

א דאנק

יבנה המקדש- מוטי ויזל- דודי פעלדמאן

m https://youtu.be/lILXDzEl_HQ m