מיטוואך מערץ 24, 2021 7:06 pm#468940
עס איז געווען דריי יאר צוריק, חול המועד פסח, ווען א שוידערליכן טראגעדיע האט אויפגעציטערט דער וואס האט נאר געהערט דערפון.
א חתן-כלה פון פאר ראקעוועי זענען אינאיינעם געפארן אין קאר, שמועסנדיג איבער זייערע צוקונפטיגע חלומות פון אויפבויען א בית נאמן בישראל, ווען א שוידערליכן האר-אויפשטעלנדן עקסידענט האט געמאכט אן ענדע צו זייער חלומות, און אנשטאט גיין צום חופה, זענען זיי ביידע פריצייטיג נפטר געווארן, נאכדעם וואס זייער קאר איז ארויף אין פלאמען, ווען א ווילדער רוצח האט זיי אומגעברענגט, ווען ער האט אריינגעקראכט אין זייער קאר, פארנדיג אויף דאפעלט די ערלויבטע ספיד. ער איז שפעטער ארעסטירט און אנגעקלאגט געווארן אין מענסלאטער קלאגעס.
אלי לעווין, א קאזין (וועלכער איז אגב א באהאלטענער טאלאנט, ער זינגט הארציג מיט אן אייגנארטיגע שטימע), האט יעצט ארויסגעגעבן א נייער ניגון אין אנדענק פון דעם פארפאלק.
ס'איז א ווארעמער שטייטער ניגון. איין פראבלעם איז דער ענגליש-רעדנדער זינגער האט געלאזט מאכן אידישע גראמען ביי מאטי אילאוויטש, און עס גריצלט אביסל, אבער עם כל זה איז עס גאר א הארציגער ניגון, אין אנדענק פון דעם פארפאלק.
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=Vtb7rmvx4po">https://www.youtube.com/watch?v=Vtb7rmvx4po</a>