ק/פ....
מאסיווער זיג פאר תושבי קרית יואל ווען מאנרא טאון באורד שטימט "יא" פאר 164 אנעקסעישאן פעטיציע
די זאלן פון בית רחל פאראדייס איז געווען איבערגעפילט מקצה אל הקצה, אזש די קרית יואל פאבליק סעיפטי איז געצווינגען געווען אפצושליסן די אריינגאנג צוליב זיכערהייטס סיבות, איבערלאזנדיג א ריזיגע מאסע מענטשן אינדרויסן.עס האט געהערשט אן אנגעצויגענקייט אין זאל ווען מען האט זיך געגרייט צו זעהן וויאזוי די מאנרא טאון באורד וועט שטימען איבער דער היסטארישער קרית יואל אנעקסעישאן.
די ציושעטע-מאסן פון די יונייטעד מאנרא אפאזיציע גרופ האבן ווי שטענדיג זיך געלאזט הערן יעדע עטליכע מינוט מיט הייזעריגע אויסבראכן, פאכנדיג אמעריקאנער פענער און אנדערע פלאקאטן מיט גרייזיגע לש"ק-אויפשריפטן צו פראטעסטירן די אנעקסעישאן, בעת פון די אנדערע זייט איז געווען א געוואלדיגער קידוש שם שמים ווען תושבי קרית יואל זענען געשטאנען איידל, און געדולדיג געווארט צו הערן די אויסגאנג אן קיין צווישנרופן, אדער געשרייען און דאס האט קענטליך איבערגעלאזט א געוואלדיגער פאזעטיווע רושם און קענטליך אויסגענומען אויף די אנדערע נישט-אידישע באטייליגטע, ווי רעפארטער, פאליציי אפיצירן, און אנדערע פאליטישע באאמטע א.א.וו.
די באורד מיטגלידער האבן גענומען זייער צייט צו רעדן און אראפגעבן אן ערקלערונג פארוואס זיי שטימען, "יא" אדער "ניין" פאר די אנעקסעישאן, וואס ווי פארשטענדליך זענען זיי כסדר איבערגעהאקט געווארן יעדעס מאל וואס ס'האט אויסגעזעהן אז זיי דרוקן אין פינטל... אבער ס"איז קענטליך געווען אז די באורד מעמבערס זענען שוין געוואוינט צו די גרויליגע אויפפירונג פון די טרויעריג-בארימטע גרופע וועלכע זייען אן כאאס און אנארכיע ביי יעדן טאון באורד מיטונג, און ס'איז געווען צום שטוינען וויאזוי דער טאון סופערווייזער און די איבעריגע מיטגלידער זענען געזיצן מיט די גרעסטע מאס רויאיגקייט און גענצליך איגנארירט די וואנזיניגע געשרייען פון די רויטע מאסן, נאר פארגעזעצט מיט זייערע רעדעס.
עס האט נישט לאנג גענומען, און מען האט באלד געזעהן - ווי פאראויסגעשאצט - אז די באורד וועט לכאורה בלויז שטימען "יא" פאר די קלענערע 164 עיקער פאטיציע, און "ניין" פאר די 507 עיקער פאטיציע.
ס'האט נישט לאנג גענומען, און א מערהייט פון די שטייפע העלדישע באורד מיטגלידער, האבן געשטימט "יא" פאר די קלענערע פאטיציע, די 164 עיקער, און "ניין" פאר די 507 פאטיציע מיטן אויסנאם פון איין מיטגליד, דעניס מאקוואוטערס, א געוועזענע גלח, וועלכע האט געשטימט "ניין" פאר ביידע פעטיציעס ווערנדיג אריינגעוועלט דורך די יונייטעד מאנרא פון איין זייט, און זייענדיג א גלח, וועלכע פרובירט צו ארבעטן מיט ביידע זייטן, און פרובירט זיך אהערצושטעלן אלס א מער אויפריכטיגער מאן, האט זיך געטראפן אין א "סענדוויטש", און באשלאסן צו גיין " ניין" פאר ביידע. דא וויל ער צופרידן שטעלן די וויילער וואס אדאנק זיי זיצט ער אויפן בענקל, אבער פון די אנדערע פארשטייט ער אויך אז קרית יואל דארף דרינגנד די אנעקסעישאן. האט ער גענומען א מהלך פון שטימען "ניין" פאר ביידע פעטיציעס, וואוסנדיג ביי זיך אז זיין שטימע וועט שוין נישט אפעקטירן די 164 פעטיציע זינט די איבעריגע וועלן שטימען דערפאר.
למעשה איז טאקע דער 164 באשטעטיגט געווארן דורך אן איבערוויגנדע מערהייט צו די פרייד און פארגעניגען פון תושבי קרית יואל, און אויפברויז און אנטריסונג פון די וויסטע י"מ נאכשלעפער.
ווי נעכטן געשריבן, וועט די ק"י ווילעדזש אריינגיין אין געריכט צו קעמפן פאר די איבעריגע עיקערס וועלכע געפינט זיך אין די אנדערע חלק פון די 507 עיקערס. און אין די זעלבע צייט פלאנט י"מ צו לויפן אין געריכט אפצושטעלן די 164-עיקערס וועלכע איז נעכטן באשטעטיגט געווארן, און ווי דזשאן עלעגראו, איינע פון די י"מ פירער האט נעכטן אין א שמועס געזאגט, "נאו-קאמפרימייס", מען וועט נישט נאכגעבן קיין אינטש...
ס'איז יעדנס האפענונג אז בקרוב זאל מען קען מיטטיילן די גינסטיגע נייעס אז סיי די קעיס פון י"מ קעגן די 164-פעטיציע ארויסגעשליידערט געווארן, און אז די געריכט האט אנגענומען די ארגומענטן פון די ווילעדזש איבער די איבעריגע עיקער וועלכע זענען נעכטן אנידערגעשטימט געווארן.
אין דער זעלבער צייט איז ווייטאגליך און טייל מאל האר-אויפשטעלנד צו זעהן וואספארא נידעריגע קאמפיין די קעגנער פירן, מיטן פארשפרייטן פרעכע שקרים אן אפילו צושטעלן די מינדעסטע באווייזן, און די פוסטע נאכפאלגער וועלן בלינדערהייט אלעס גלויבן און אפקויפן.
צווישן די פילצאליגע בילבולים וואס זיי האבן פארשפרייט איז געווען, אז ס'איז נישט פארהאן קיין איין פארפאלק אין קרית יואל וועלכע זענען לעגאל חתונה געהאט, און קיינער האט נישט קיין "מעריטש-לייסענס", אזוי ארום קען מען ארויסדערווישן פארשידענע פראגראמען פון די רעגירונג. מיר אלע ווייסן אז יעדע פארפאלק פארמאגט "מעריטש-לייסענס ", א מציאות וועלכע קען זייער גרינג אויפגעוויזן ווערן פאר איינער וואס זוכט באמת צו וויסן דעם ריינעם אמת. אבער אזוי לאנג ווי עס שפילט מיט זייער אגענדע, איז ווער דארף באווייזן?...
אבער נעכטן אויפדערנאכט האבן מיר געהאט א געלעגנהייט אויפצואווייזן פאר עטליכע תמימי לב וועלכע האבן בטוב טעם נאכגעזאגט דעם לופטיגן פאבריקאציע מיט טרערן אין די אויגן, פאר עטליכע אינגעלייט. און דא האט זיך ארויפגעשטעלט א געוואלדיגע זאך, ווען איין אינגערמאן האט געהאט ס'קעפל אויפן פלאץ און ספעציעל מיטגעברענגט זיינע דאקומענטן, ער האט זיי ארויסגעצויגען פון בוזעם-קעשענע, אויפגעוויקלט די פאפירן און געלאזט די דאקומענטן טוען דאס זייעריגע...
ס'איז געווען אומגלויבליך און שאקירנד די רעאקציע וואס די 3 מענטשן האבן געהאט אויפן געזיכט. זיי האבן נישט געגלויבט וואס זייערע אויגן זעהן. "די חסידים זענען יא לעגאל חתונה געהאט און רעגיסטרירט ביי די סטעיט"... ס'איז געווען אומגלויבליך וויאזוי זייער גאנצע טאן האט זיך מיטאמאל געטוישט, און זיי האבן פארשפראכן דאס צו גיין ווייטער דערציילן... די 3 פארגאפטע י" מ נאכשלעפער זענען פארבעטן געווארן דורך די אינגעלייט צו טוהן דאס מינדעסטע, און נאכגיין די פאקטן דורכ'ן זיך ווענדן צו די נויטיגע אגענטורן וועלכע וועלן זיי קענען צושטעלן די פאקטן.
אבער מיר אלע ווייסן דאך יא, אז רוב פון די אנהענגער זענען בכלל נישט אינטערעסירט צו טרעפן באווייזן אז די חסידים זענען אומשולדיג, און רוב פון די אפענע פאנטאזיעס זענען אויסגעזויגען פון פינגער, אבער ס'זענען יא דא צווישן זיי א מאגערע צאל וועלכע זענען נאכנישט אזוי פארהאסט און אביסעלע אויפקלערונג אין א ווייעכע שפראך, מיט א שפיי באווייזן, קען זיי טוישן דעם גאנצן בליק איבער די חסידישע געמיינדעס.
ס'איז געווען א געוואלדיגער דערגרייכונג און געוואונס פאר תושבי קרית יואל ב"ה, וועלכע לעכטצן צו קענען קויפן באקוועמע רחבות'דיגע דירות און פאר עפארדעבל פרייזן, א זאך וואס האט נישט געקענט צושטאנד קומען צוליב דער זינלאזער קאמף פון די קעגנער וואס האבן פארפירט אז עס וועט איבערלאזן א שווערע נעגעטיווע רושם אויף די ארומיגע געגנטער. איין טענה האט געלויטעט, אז אויב די געגנט וועט פארפלייצט ווערן מיט אזויפיל פרישע תושבים וועט עס שטארק אפעקטירן דעם טראפיק פארקער אינעם ראיאן. א טענה וועלכע האט אבער געברענגט צום אויבערפלאך די אמת'ע מאטיוון זייערע, און אראפגעשלעפט זייערע מאסקעס ווען תושבי קרית יואל האבן צוריקגעפרעגט דעם מיליאן-דאללער פראגע, הלמאי, ווען ס'איז געווען אין פלאן צו בויען דער קאסינא אין ארענדזש קאונטי וועלכע וואלט געוויס פאראליזירט דעם גאנצן ראיאן מיט א אנשטויסנדע טראפיק ווי קיינמאל בעפאר, און ווער רעדט נאך פון די פארברעכן-ראטעס וועלכע וואלטן דראסטיש געשטיגן, דאן האט מען נישט געהערט קיין פיפס פון די גרופע, פון די אלע אנגעגעסענע פאליטישע יוגענטליכע וועלכע קייכן אזוי ביטערליך איבער די טראפיק וואס דער קרית יואל אנעקסעישאן וועט איבערלאזן אויפן ראיאן. היפאקריטיע אין בוכשטאבליכן זין פון ווארט...
בלייבט נאר איבער מתפלל צו זיין, אז רביה"ק דער בעל דברי יואל/ויואל משה, וועלכע האט געגרינדעט זיין הייליג שטעטל, און געגארט צו קענען האבן א סאטמארע שטעטל אפגעזונדערט פון פרעמדע אנשויאונגען, זאל ווייטער בעטן און איינרייסן פאר זיינע קינדערלעך, אז מען זאל קענען לעבן במנוחה ושלוה, און ניצל ווערן פון די בייזוויליגע עלעמענטן וועלכע קענען נישט דערהייבן די אויסטערלישע בלי און וואוקס, סייעתא דשמיא, און נאבעלע איידעלע לעבנס- שטייגער פון דעם חסידישן ווילעדזש, און אז מען זאל ווייטער קענען פירן אן ערליכן לעבנס שטייגער אין אזא הייליג וואונקל, ביז קרית יואל וועט אנעקסירט ווערן קיין ירושלים עיה"ק מיט די אויסשליסליכע שטימע פון אונזער בורא ומנהיג גאט ברוך הוא, בביאת משיח צדקינו, ומלכינו בראשינו.... בב"א
כן ירבו וכן יפרוץ, המה כרעו ונפלו וכו'.