Under maintenance
הויפט זייט » היסטארישע אנעקסעישאן פון 507 אקער לאנד אין קרית יואל

היסטארישע אנעקסעישאן פון 507 אקער לאנד אין קרית יואל

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
78 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5854
זונטאג פעברואר 09, 2014 5:07 pm#182445
היסטארישע אנעקסעישאן פון 507 אקער לאנד אין קרית יואל
אין די לעצטע פאר וואכן קומט פאר היציגע דעבאטעס צווישן די גוי'שע שכנים פון קרית יואל צו מ'זאל ערלויבן די אנעקסירונג פון 507 אקער לאנד פון טאון אוו מאנרא צום איצטיגן שטח פון קרית יואל
ווער עס ווייסט מער פרטים זאל ביטע אראפשרייבן אלע צדדים
***ביטע נישט ברוין מאכן דעם אשכול - האלט זיך אין די ראמען***
זונטאג פעברואר 09, 2014 5:10 pm#182447
מ גפני האט געשריבן:אין די לעצטע פאר וואכן קומט פאר היציגע דעבאטעס צווישן די גוי'שע שכנים פון קרית יואל צו מ'זאל ערלויבן די אנעקסירונג פון 507 אקער לאנד פון טאון אוו מאנרא צום איצטיגן שטח פון קרית יואל
ווער עס ווייסט מער פרטים זאל ביטע אראפשרייבן אלע צדדים
***ביטע נישט ברוין מאכן דעם אשכול - האלט זיך אין די ראמען***


ריכטיג.
TOWN OF MONROE האט שוין געשטימט. 4 פאר יא, 1 פאר נישט.

מען סטראשעט דאולס מיט טויט-סטראשונקעס פאר'ן צולאזן די אנעקסעישאנס.
זונטאג פעברואר 09, 2014 5:15 pm#182450
איך הער אז איינער א זאלי געלב נעמט קער דערפון. מה טובו ? האט עס יא מיטן ווילעדזש אדער נישט ?
זונטאג פעברואר 09, 2014 5:21 pm#182452
נאטרוליסט האט געשריבן:מען סטראשעט דאולס מיט טויט-סטראשונקעס פאר'ן צולאזן די אנעקסעישאנס.

כ'האב געזען אויף NEWS 12 ווי ער זאגט דעס, ווי אויך ווייזט ער אז מ'האט אים אויגעשאסן זיינע קאר פענסטערס, אבער די רעפארטערס טענה'ן אז ס'איז זייער מעגליך אז ער האט עס אליינס געטוהן!!
קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס זאל ער דאס האבן אליינס געטוהן?
און ווי אויך ווער זענען די וואס סטראשענען אים, ווילידזש אוו ק"י אדער די גוים?
זונטאג פעברואר 09, 2014 5:22 pm#182453
פיינע קאווע האט געשריבן:איך הער אז איינער א זאלי געלב נעמט קער דערפון. מה טובו ? האט עס יא מיטן ווילעדזש אדער נישט ?

געלב ארבעט פאר די ווילעדזש
זונטאג פעברואר 09, 2014 5:37 pm#182458
זונטאג פעברואר 09, 2014 5:39 pm#182459
זונטאג פעברואר 09, 2014 5:41 pm#182462
.
זונטאג פעברואר 09, 2014 5:42 pm#182464
מען דארף נאך? אדער סע געניג?
זונטאג פעברואר 09, 2014 6:38 pm#182483
קרעדיט: הקריה טבת תשע"ד
היסטארישע ״אנעקסעישאן אפליקאציע אריינצונעמען פרישע 800 אקער לאנד אין קרית יואל אריינגעגעבן געווארן

אריין געגעבן דורך ועד הקריה צום טאון אוו מאנרא און ווילידזש אוו וואודבארי - בלויז דאס צווייטע מאל אין די היסטאריע פון קרית יואל, נאך איבער דרייסיג יאר פונעם פריערדיגען ״אנעקסעישאן״ פראצעדור - נייע שטחים וועלן האבן פלאץ צו פארטאפלען בעז"ה די צאל פון משפחות אין קרית יואל

עס איז שוין אריבער א קיילעכדיגען יאר פון ווען דער ״הקריה״ האט געבראכן די נייעס איבער די פלענער אנצוהויבן מיט אן היסטארישען פראצעדור וואס איז באקאנט אלס ״אנעקסעישאן״, ווען עס האבן זיך בשעתו פארמירט א פארבאנד פון לאנד-אייגנטומער ארום די גרעניצן פון קרית יואל אין שפיץ פון וועד הקריה, אריינצוגעבן א געמיינזאמען אפליקאציע צו די ארומיגע טאון אוו מאנרא און ווילידזש אוו וואודבארי, און צו די קרית יואל ווילעדזש באאמטע, מיט א פארלאנג אריינצונעמען זייערע שטחים אין די גרעניצן פון קרית יואל.

יעצט קומט אריין די פרייליכע בשורה, אז מ'האלט שוין אט אט ביי די פרשה פון כי ירחיב ה׳ את גבולך, ווען דער מעגא-אפליקאציע איז געווארן אריינגעטראגן צום טאון אוו מאנרא/ ווילידזש אוו וואודבארי, און צום ווילידזש אוו קרית יואל, פארלאנגדיג פון די טאון/ווילידזש באורד צו אויטאריזירן און אריבערפירן ארום אכט הונדערט אקער-לאנד, וואס איז יעצט אונטער די דרויסענדע מוניציפאליטעטן, אריינצוקומען אינערהאלב די גרעניצן פונעם ווילעדזש פון קרית יואל.

אינעם הקריה חודש טבת-שבט תשע״ג העעל״ט, האבן מיר געברענגט פאר די חשוב׳ע ליינער א לענגערע און היסטארישע איבערזיכט, פונעם גרינדונג און שאפונג פון די ״ווילעדזש אוו קרית יואל״ בשנת תשל״ז בעידודו ובברכת קדשו פון רבינו הקוה״ט זי״ע, און שפעטער בשנת תשמ״ג עטליכע יאר נאכדעם וואס רביה״ק בעל ברך משה זי״ע האט איבערגענומען דעם שבט ההנהגה ווען דער ווילעדזש האט פילפאכיג פארברייטערט אירע גרעניצען, און אזוי ארום ערמעגליכט אז קרית יואל זאל קענען וואקסן צו די גרויסקייט בליעה״ר אין וועלכע די שטאט געפונט זיך היינט.

די פארגאנגענע פאר יאר האט די געטרייע הנהלת הקריה איינגעזעהן, אז די שטאט טוט זיך שוין אט דערנענטערן צו א מצב ווען די גרעניצן וועלן ווערן אויסגעוואקסן, און אויב וועט נישט אונטערגענומען ווערן קיין שריט צו פארברייטערן די ווילעדזש גרעניצן, קען דאס באדייטן אז דער בליה און וואוקס פון די הייליגע שטאט זאל קומען צו א שטיל-שטאנד חלילה וחס, נאכדעס וואס די שטחים ארום קרית יואל געפונען זיך אין זאונינג גרעניצן וואו די בוי- געזעצן זענען בכלל נישט גונסטיג פאר די געברויכן פון קרית יואל, אזוי אויך זענען נישט פארהאן קיין רעגירונגס געפירטע וואסער סיסטעם, און אנדערע שליסל סערוויסעס צו קענען אנטוויקלען די שטחים פאר נויטיגן געברויך.

בלויז צו אילוסטרירען דעם צוקונפטיגען געברויך אין ציפערן, איז גענוג אנצוצייגן דער מספר פון מיידלעך היינט צוטאגס תשע״ד אין קרית יואל, פון ניי-געבוירענע מיידלעך ביז צו די חתונה, שטייט עס היינט ביי ביילייפיג 8,000 בליעה״ר כ״י, דאס מיינט אז אין בלויז די קומענדיגע אכצן יאר הבעל״ט, וועט אויספעלן אין קרית יואל א סך הכל פון אכט טויזנט דירות, און דאס נעמט נישט אריין די צאל משפחות וועלכע ציען זיך יערליך ארויס קיין קרית יואל פון אויסער די שטאט.

דערויף האט די הנהלת הקריה זיך אריינגעלייגט אינעם פארצווייגטען פראצעדור וואס איז באקאנט מיט איר צויבער-נאמען ״אנעקסעישאן״, וואס אין בוכשטעבליכען זין פון ווארט טוט דאס באדייטן אז דער ווילעדזש וועט אנעקסירן און אריינעמען פרישע שטחים אין אירע גרעניצען, וואס די נייע שטחים וועלן פון נאכן אנעקסעישאן באקומען די זעלבע סטאטוס וואו די ביז יעצטיגע שטחים וואס קרית יואל פארמאגט, און אזוי ארום וועט דאס ערמעגליכען דעם צוקונפטיגען נאטורליכען וואוקס בעזהשי״ת, פון די קומענדיגע יארן.

יעדע אנעקסירונג פראצעדור נעמט שטענדיג אריין דריי הויפט שפילערס; די מוניציפאליטעט פון וואו די שטחים גייען ארויס (אין דעם פאל טאון אוו מאנרא און ווילידזש אוו וואודבארי), דער שטח אייגנטומער (דער ׳אפליקאנט׳), און די מוניציפאליטעט צו וועלכע דאס לאנד ווערט אנעקסירט (און אונזער פאל, דער ׳ווילידזש פון קרית יואל׳), דער אפליקאנט גיט אריין זיין פארלאנג צו די צוויי אנדערע צדדיס, וועלכע ברויכן דאס באשטעטיגן.

דער ״וועד הקריה״ האט דאן פארמירט א פארבאנד פון לאנד- אייגנטומער אינדרויסן פון קרית יואל, וועלכע האבן אן אינטערעסע אריינצוקומען אינעם ווילעדזש, צו ארבייטן אונטער א געמיינזאמער אפליקאציע, און אזוי ארום האט מען אנגעהויבן אויסצוארבייטן אן ״אנעקסעישאן מאפע״, ווען מען איז געזעצן מיט יעדן לאנד אייגנטומער באזונדער און אדורכגעגאנגען מיט זיי די פארשידענע דעטאלן און פארפליכטונגען וואס קומט מיט מיט די אנעקסעישאן פראצעדור

און אזוי האט זיך אנגעהויבן צו אנטוויקלען דער היסטארישער שריט, ווען בלויז דאס צווייטע מאל אין די פערציג יעריגע היסטאריע פון קרית יואל, וועלן די גרעניצן פון די שטאט בעז״ה ווערן פארברייטערט. ווי נאר די מאפע איז געווארן גרייט, אריינעמענדיג אין זיך אזויפיל ווי אכט הונדערט אקער-לאנד, זענען אנגאזשירט געווארן געניטע אדוואקאטן און עקספערטן צו באטראכטן דעס אפליקאציע און די פארגעשריבענע מאפע, זיכער צו מאכן אז אלעס איז אויסגעהאלטן לויט די סטעיט פארשריפטן און געזעצן.

אין לויף פון די פארגאגענגענע חדשים האבן די מומחים געניטליך אדורכגעטאן די אפליקאציע, און גרונטליך איבערגעגאנגען די מאפעס, ווען די עקספערטן מאכן פארשידענע רעקאמענדאציעס און צייכענען אן געוויסע קאמענטארן וואס ברויך גענומען ווערן אין באטראכט, איידער דער פראצעדור גייט אריבער צוס קומענדיגען שטאפל.

בחסדי השם איז היינטיגן פרייטאג עש״ק פ׳ וארא, דער פראצעדור געגאנגען פאראויס ווען דער ״אנעקסעישאן אפליקאציע״ איז אריינגעגעגעבן געווארן דורך די לאנד אייגנטומער צום טאון באורד פונעם טאון אוו מאנרא, און דערויף די באזונדערע אפליקאציע צום ווילידזש אוו וואודבארי, און גלייכצייטיג אויך צום קרית יואל ווילעדזש באורד, צו פארלאנגען זייער באשטעטיגונג אז די דערמאנטע אכט הונדערט אקער-לאנד זאל ווערן אנעקסירט פונעס טאון צום ווילעדזש.

לויטן געשאצטן פראצעדור, אויב וועלן נישט אונטערקומען קיין אומפאראויסגעזעענע שטרויכלונגען, קען געדויערן צווישן זעקס ביז ניין חדשים, ביז ווען די טאון און ווילידזש זאלן ענדגילטיג באשטעטיגען דעם אנעקסעישאן, וואס דאן וועלן די אנגעצייכנטע שטחים אפיציעל אריבערגעשריבן ווערן צו די גרעניצן פון קרית יואל בעזהשי"ת.

די פארגעשריבענע מאפע נעמט אריין שטחים פון עטליכע פונקטן ארום די גרעניצן פון קרית יואל, אנגעהויבן ביים קאונטי ראוד 105 און ביים ווינקל פון בעיקערטאון און עיקרס ראוד, וואו די שטחים פונעס גיגאנטישען ״עיס פארם״ באדן וועלכע גרעניצט זיך מיט די יעצטיגע שכונת ברך משה וועלן אי״ה אריינגענומען ווערן אין קרית יואל (טייל שטחים געפונען זיך אויף טאון אוו מאנרא לאנד, און טייל שטחים זענען אין די ווילידזש אוו וואודבורי גרעניצן).

קרית יואל וועט זיך אויך פארברייטערן לענגאויס עיקערס ראוד, ווען די זייטיגע באדנס אנגעהויבן פון בעיקרטאון ראוד, ביז צו לעמבערג און פארעסט ראוד, זענען אנגעצייכנט אויף די ״אנעקסעישאן מאפעס״, און דאס גייט ווייטער אויף מאונטען ראוד פון פארעסט ביז אקעגן איבער טעיטש און ארויף ביז צו די חברון און ראוונע גאסן, ווען די נייע הייזער וועלכע ווערן געבויעט אלס טייל פון די ״ווינטעדזש וויסטע״ פראיעקט, וועלן אריינגענומען ווערן אין קרית יואל.

די צוגעלייגטע שטחים ציען זיך ווייטער אויף די לינקע זייט פון די מאפע אויף קאונטי ראוד 44, וואו פילע אקער-לאנד וועלן ווערן אנעקסירט צו ווערן א טייל פון קרית יואל.

און אזוי אויך אויף ביידע זייטן פון סעווען ספרינגס ראוד אונטער שכונת עצי תמרים און אראפ ביז צום ״ראפשיץ געגנט״, וועלכע נעמט אריין די גאסן; מאונטענוויו, איירין, טאובי פלעיס און רעיוואוד דרייוו, ביז צוריק אין קרית יואל אויף סקאנעמאנק ראוד ביים שטח פונעס בית החיים דקהלתינו, און אויף פארעסט ביים קארנער פון ד. א. ווידער בלווד.

ווי דערמאנט איז די רעדע פון א ריזיגע שריט אין די היסטאריע פון קרית יואל, וועלכע ווערט אונטערגענומען דורך די געטרייע הנהלת הקריה, בהסכמתו ובברכת קדשו פון כ״ק רבינו שליט״א דער מרא דאתרא פון די הייליגע שטאט, אונטער וועמענס רוחניות׳דיגע סמכות וועלן די ביז יעצטיגע ״גלילות קרית יואל״ ווערן אנטייל פון ״קרית יואל המורחבת״ בעזהשי״ת.

לויט פארשידענע שאצונגען קענען די צוגעלייגטע שטחים אריינעמען אין זיך פילע טויזענטער נייע מעגליכקייטן פאר דירות, וואס אין אנדערע ווערטער טוט דאס באדייטן, אז די נייע שטחים וועלן ערמעגליכען צו פארדאפלען די היינטיגע ציפערן פון משפחות וואס וואונען אין קרית יואל, וועלכע געפונט זיך היינט צוטאגס אויף א שטח פון ביילייפיג זיבן הונדערט אקער-לאנד, זינט די פריערדיגע אנעקסעישאן בשנת תשמ״ג.

עס איז געוויס א בשורה טובה פאר אלע תושבי קרית יואל, און תלמידי וחסידי סאטמאר פון איבער די גאנצע וועלט, צו הערן אז דער הייליגער סאטמארער שטעטל וואס מרן רבינו הקוה״ט זי״ע האט מייסד געווען בשארית כוחותיו, און געשטעלט אלס א יסוד מוסד פארן עקזיסטענץ פון דאס פשרה-לאזע אידישקייט על אדמת אמעריקא ביז משיח׳ס טאג, אז ערליכע אידן זאלן האבן אן אייגענעם ווינקל אפגעזונדערט פון די גוי׳אישע גאסן, צו קענען מגדל זיין דורות ישרים, אויפן דרך המסורה לנו מאז ומתמיד.

דער זעלבער הייליגער שטאט פאר וועלכע מרן רביה״ק בעל ברך משה זי״ע האט אוועקגעגעבן מדם לבבו הטהור אז דאס זאל חלילה נישט גיין לטמיון, ווען ער האט שטענדיג געמוטיגט און געמאנט פון די הנהלת הקהלה והקריה צו זעהן און צו טון, אז דער וואוקס און בליה פון די שטאט, זאל אנגיין מיט א שטענדיגער גאלאפ, זאגנדיג אז דאס איז זיכער דער גרעסטער נחת רוח בגנזי מרומים וואס ער קען פארשאפן פאר רביה״ק זי״ע.

אט די זעלבע שטאט וועלכע האט די זכיה אז כ״ק רבינו הגה״ק שליט״א זאל שטיין אין שפיץ אלס דער מרא דאתרא פאר אזויפיל יארן, וועט יעצט שפאנען מיט א ריזיגע טריט פאראויס, ווען פרישע טויזנטער משפחות וועלן טרעפן אן ארט אויפצושטעלן בתים נאמנים לה׳ ולתורתו הקדושה, תחת דגלו והדרכתו.

עס בלייבט איבער מתפלל צו זיין און וואונטשען א ברכה, יה״ר שתשרה שכינה במעשי ידיהם, דער אייבירשטער זאל העלפן אז עס זאל נישט אונטערקומען קיין שום מכשול ותקלה, און בקרוב זאל מיר טאקע קענען מעלדן די נייעס אז ״כי עתה הרחיב ה׳ לנו ופרינו בארץ״, בהרחבת גבולי הקדושה.
זונטאג פעברואר 09, 2014 6:52 pm#182490
איז נישט געלב א זאלי ? סתם איטערסאנט צו וויסן די פאקטען
זונטאג פעברואר 09, 2014 7:32 pm#182499
פיינע קאווע האט געשריבן:איז נישט געלב א זאלי ? סתם איטערסאנט צו וויסן די פאקטען

ער איז יא
זונטאג פעברואר 09, 2014 8:09 pm#182507
וואודבורי מעיאר האט געזאגט אין א סטעיטמענט צו די מידי, אז וואודבורי האט נאך נישט באקומען קיין אפליקאציע פאר אנעקסעישאן.
ער זאגט אז ער ערווארט עס אט-אט, אבער דערווייל איז נישט געקומען.

דארט גייט פארקומען א ערנסטער צוזאמענשטויס, ווייל זיי זענען שטארק הארטנעקיג.
זונטאג פעברואר 09, 2014 8:37 pm#182513
קען איינער ארויף לייגען א דער מאפע, צו זעהן די ביז יעצטיגע 'קרית יואל' און די נייע שטחים?
זונטאג פעברואר 09, 2014 9:17 pm#182521
איך האף און וואונטש אז דער אנעקסעישאן זאל אדורך גיין גרינגערהייט און זאלן אלע שונאי ישראל קראכן, פארקויפן זייערע דירות און הייזער פאר די פארהאסטע אידן און זיך אפטראגן פון דארט.
דינסטאג פעברואר 11, 2014 12:54 pm#182941
קען מען מאכן אנעקסעישאן אויף יעדנס פראפערטי, אדער דארף דאס זיין אייגן פראפערטי אדער די בעה"ב דארף עכ"פ מסכים זיין?
דינסטאג פעברואר 11, 2014 6:25 pm#183036
מען האקט שוין אויס די ביימער אויפ'ן לאט פון יחזקאל בראך
מען האט נעכטן אנגעהויבן אויסצוהאקן די ביימער אויפ'ן ריזיגן שטח פון יחזקאל בראך און היינט איז דער לאט שוין כמעט ליידיג פון ביימער, מיינט דאס אז ער גייט אנהייבן צו בויען נאך פאר די אנעקסעישאן איז אפראווד? אדער איז מען אזוי זיכער אז עס גייט ווערן אפראווד אז ס'לוינט זיך שוין אנהייבן מיט די ארבעט?
נ.ב. ווער עס האט בילדער זאל ביטע ארויפלייגן
דינסטאג פעברואר 11, 2014 7:05 pm#183049
מ גפני האט געשריבן:נ.ב. ווער עס האט בילדער זאל ביטע ארויפלייגן

יחזקאל בראך'ס לאט.jpg
יחזקאל בראך'ס לאט.jpg (66.42 KiB) געזען געווארן 6040 מאל
דינסטאג פעברואר 11, 2014 7:06 pm#183050
מ גפני האט געשריבן:אין די לעצטע פאר וואכן קומט פאר היציגע דעבאטעס צווישן די גוי'שע שכנים פון קרית יואל צו מ'זאל ערלויבן די אנעקסירונג פון 507 אקער לאנד פון טאון אוו מאנרא צום איצטיגן שטח פון קרית יואל
ווער עס ווייסט מער פרטים זאל ביטע אראפשרייבן אלע צדדים
***ביטע נישט ברוין מאכן דעם אשכול - האלט זיך אין די ראמען***

סתם א קארעקשאן, מ'רעדט דא פון 800 אקער לאנד
דינסטאג פעברואר 11, 2014 7:31 pm#183060
שעפטל האט געשריבן:
מ גפני האט געשריבן:אין די לעצטע פאר וואכן קומט פאר היציגע דעבאטעס צווישן די גוי'שע שכנים פון קרית יואל צו מ'זאל ערלויבן די אנעקסירונג פון 507 אקער לאנד פון טאון אוו מאנרא צום איצטיגן שטח פון קרית יואל
ווער עס ווייסט מער פרטים זאל ביטע אראפשרייבן אלע צדדים
***ביטע נישט ברוין מאכן דעם אשכול - האלט זיך אין די ראמען***

סתם א קארעקשאן, מ'רעדט דא פון 800 אקער לאנד

מ גפני האט געשריבן: 507 אקער לאנד פון טאון אוו מאנרא
די איבעריגע איז פון וואדבערי (וואס איז שוואכערע טשענסעס אז דאס זאל אדורכגיין)
דינסטאג פעברואר 11, 2014 10:13 pm#183095
נארמאל וואלט נישט געווען קיין שום פראבלעם. אבער אין די פאל וועט עס זיין א נס מן השמים אויב דאס וועט אמאל דורך גיין. כ'גלייב נישט אז סהאט א טשענס אין א מיליאן יאר. דא רעדט מען נישט פון קיין פייפליין פשוט פאר וואסער צום טרינקן אויף וואס מען שלאגט זיך אויך. דא רעדט מען נישט פון אפקויפן הייזער אויף סערפי מערפי אויף וואס מען האט געדרייט א קאפ דא רעדט מען פון עכט אוועקנעמן יענעמנס שטחים. חברה ס'טוט מיר לייד צו זאגן אבער אלץ א תושב דא מיין גאנצע לעבען זאג איך אייך מיט ווייטאג. נעווער... ס'קען פשוט נישט געשען. כהאף נאר אז געלב האט געשריבן נא בעקסיס אויף די אפליקאציע געלטער. כא כא כא
דינסטאג פעברואר 11, 2014 10:16 pm#183098
פלען בי קען אפשר זיין איינצונעמן שטחים. פשוט זיך ערקלערן בעה"ב כמיין אין ארץ ישראל האט זיך עס גאנץ פיין אויסגעארבעט. ניין
דינסטאג פעברואר 11, 2014 10:19 pm#183099
אין נאו טיים וועט זיך די יו ען אריינמישן. סקומט פריילעכע צייטן. קרית יואל. ירושלים ד'אמעריקע. וואדבערי - עזה. סעווען ספרינגס - גולן אא"וו

איך ווערטעל נאר ארום
דינסטאג פעברואר 11, 2014 11:09 pm#183113
shem-tov האט געשריבן:פלען בי קען אפשר זיין איינצונעמן שטחים. פשוט זיך ערקלערן בעה"ב כמיין אין ארץ ישראל האט זיך עס גאנץ פיין אויסגעארבעט. ניין

נו, דאס אי דאך מיין קשיא. פארוואס אין ארץ ישראל הייסט עס ציונות און התגרות באומות און אין מאנרא נישט? נאכאמאל. איך פריי מיך אין ביידע פלעצער אז אידן פארשפרייטן זיך און זענען כובש שטחים, ב"ה. נאר איך וויל וויסן דעם חילוק. :roll: :lol: :? :D :) ;) :( :o
דינסטאג פעברואר 11, 2014 11:12 pm#183115
shem-tov האט געשריבן:אין נאו טיים וועט זיך די יו ען אריינמישן. סקומט פריילעכע צייטן. קרית יואל. ירושלים ד'אמעריקע. וואדבערי - עזה. סעווען ספרינגס - גולן אא"וו

איך ווערטעל נאר ארום

נו, ציונות. איך בין מוחה. איך וואונדער מיך וואס הרב ישראל מ. סופר שליט"א האט צו זאגן איבער ד'עים ענין. וויאזוי טייטשט ער עס אויס?! :roll: :roll: :roll: :? 8-) :x :P :oops: :cry: :o
דאנערשטאג יוני 11, 2015 1:32 pm#282087
Re: היסטארישע אנעקסעישאן פון 507 אקער לאנד אין קרית יואל
זונטאג יוני 14, 2015 5:46 pm#282569
זונטאג יוני 14, 2015 5:57 pm#282572
Re: היסטארישע אנעקסעישאן פון 507 אקער לאנד אין קרית יואל
התגרות באומות!
דינסטאג יוני 16, 2015 3:24 pm#283046
ביידע אנטי אנעקסעשאן בילס זענען דורך אין סטעיט סענאט, עס גייט פאר אינטערשרייבן צו קואמא. אין ענגליש זאגט זיך NOW WHAT?
דינסטאג יוני 16, 2015 7:46 pm#283120
געפילטע פיש
מיטוואך יולי 08, 2015 4:11 pm#288175
נאכנישט.... אפפפפס
מיטוואך יולי 08, 2015 4:13 pm#288177
ברעיקינג!!!!!!!

שומרים האט געמאלדן אז מען האט ענדליך געטראפן שעפטל

אלע זוכענישן ווערן אפגעשטעלט!!!


________________________________________________

געדענקט! מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכאיינס...
מיטוואך יולי 08, 2015 4:37 pm#288179
Re: היסטארישע אנעקסעישאן פון 507 אקער לאנד אין קרית יואל
@שעפטל פליז שרייב דיינע נייעס באריכטן מיט דיינע הגהות. מיר פלעגן זיך פארפאסקאמעווען (עפעס אזוי) דערמיט.
מיטוואך יולי 08, 2015 11:08 pm#288282
גאווערנער געוויטאט ביידע געזעצן

זכותם הגדול של רבותינו הקדושים זכותם יגן עלינו עומדת

לא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי
מיטוואך יולי 08, 2015 11:46 pm#288295
ברעיקינג!!!

נאך שווערע האראוואניע און שתדלנות קומט אריין די גאר גוטע בשורה, אז לא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשו! די רבי דער בעל דברי יואל זי"ע דער מייסד פונעם הייליג שטעטל האט זיך געמיהט פון אויבן, און טראץ דעם שטארקע שטיצע וואס די צוויי בילס וואס פרובירן צו שטערן די קרי' נאמנה "קרית יואל" האבן באקומען אין אסעמבלי און סטעיט סענאט, דאך האט דער קוראזשפולער גאווערנער ענדראו קאומאו געטוהן די ריכטיגע שריט און וועטאירט ביידע בילס!!!
IMG-20150708-WA178.jpg
איינס אראפ....
IMG-20150708-WA178.jpg (111.36 KiB) געזען געווארן 4345 מאל

IMG-20150708-WA171.jpg
נאדער אראפ מיטן צווייטן...
IMG-20150708-WA171.jpg (80.65 KiB) געזען געווארן 4345 מאל

IMG-20150708-WA125.jpg
אויפן זייטל...
IMG-20150708-WA125.jpg (159.8 KiB) געזען געווארן 4345 מאל

מ'רעדט דא פון צוויי באזינדערע בילס:
איין ביל איז אז די DEC זאל זיך רעכענענען ווען זיי באשליסען פאר וועם צו געבן ליעד עידשענסי, מיט ענווייראמענטעל ווייאלעישאנס (דאס איז מער פאר די קומענדיגע אנעקסעישאן פריווען...)
די צווייטע ביל איז אז מען זאל דארפן סופער-מאיריטעט בארד מעמבערס עס צו אפראווען קעגן די קאנטי. און מער פשוטער גערעדט, מ'וועט דארפן 4 קעגן 1 צו אפראוון די אנעקסעישאן. ביז יעצט איז א מאיריטעט (3-2) אויך געניג געווען, דאס איז שוין יא היפשע קאפ ווייטאג פאר יעצט...

אויף ביידע איז געווען די עיקר טענה אז ס'איז קעגן דעמעקראטיע... צווישן אנדערע איז געשיקט געווארן א פעטישאן פון אריבער 10 טויזענט אינטערשריפטן צום גאווערנער עס צו וועטאירן, אזוי אויך האט די אגודת ישראל, OU און נאך געשיקט בריוון צום גאווערנער, און טאקע אויך אסעמבלימאן ר' דוב הייקינד און נאך אנדערע. און קוקט אויס ווי דער הויעכגעשעצטער גאווערנער האט דאס גענומען אין אכט...

ווי עס פארשטייט זיך אליינס, זענען יונייטיד מאנרא שרעקליך אויפגעברויזט! זיי האבן דא געכאפט א געזינטן ריק, איינס און א גוטס!
אסעמליבאן סקאפיס דער ספאנסאר פון די בילס שוימט...
IMG-20150708-WA136.jpg
אסעמבלימאן סאקפיס כעס'יג....
IMG-20150708-WA136.jpg (103.38 KiB) געזען געווארן 4345 מאל


מיין זייטיגע בליק... אין קאורט וועט מען זיך מסתמה טרעפן.... (אבער ווי די היסטאריע האט געוויזן, גייט דאס די ווילידזש געווינען! א רעסיווער האט נאך קיינמאל נישט פארלוירן! און עפעס ליגט מיר אין זכרון אז סקאפיס האט דאס קלאר געזאגט ביים לעצטן הירינג...)
דאנערשטאג יולי 09, 2015 1:52 am#288320
IMG-20150709-WA028.jpg
IMG-20150709-WA028.jpg (128.66 KiB) געזען געווארן 4267 מאל
דאנערשטאג יולי 09, 2015 8:57 am#288353
IMG-20150709-WA061.jpg
IMG-20150709-WA061.jpg (266.57 KiB) געזען געווארן 4204 מאל
דאנערשטאג יולי 09, 2015 4:18 pm#288465
יאפ 21 יאר פארלאפן,סזעט זיך גוט אן אויף די פענימער, געדענקט מיר דאס גוט דעם מעמד
פרייטאג יולי 10, 2015 9:40 am#288626
Re: היסטארישע אנעקסעישאן פון 507 אקער לאנד אין קרית יואל
/
זונטאג יולי 12, 2015 12:22 am#288749
Re: היסטארישע אנעקסעישאן פון 507 אקער לאנד אין קרית יואל
מיטוואך יולי 22, 2015 4:37 pm#291034
מיטוואך יולי 22, 2015 4:44 pm#291036
מענטשעלע אפשר בין איך slow אבער איך פארשטיי נישט די JOKE ס׳קוקט מיר מעהר אויס ווי דיין חתימה: דאס מענטשעלע שפילט מיט די מענטשהייט!
מיטוואך יולי 22, 2015 4:55 pm#291039
Re: מייקראסאפט קויפט אפ קאמפעני פון קרית יואל יונגערמאן
שבת אחים האט געשריבן:מענטשעלע אפשר בין איך slow אבער איך פארשטיי נישט די JOKE ס׳קוקט מיר מעהר אויס ווי דיין חתימה: דאס מענטשעלע שפילט מיט די מענטשהייט!

יאפ סאיז מיין חתימה טאפאטאלק מאכט עס אויסזעהן ווי איין זאך

מיט אנטשולדיגט
דאנערשטאג יולי 23, 2015 10:56 am#291259
אויף די גאסן פון קרית יואל
פרייטאג יולי 24, 2015 12:48 pm#291552
לעמבערג האט געשריבן:אויף די גאסן פון קרית יואל


אז מ'האט נישט קיין וואטסעפפ ברויך מען נעבעך פאר'חזר'ן די גאסן מיט פאפירן אין שמוץ כשנים קדמוניות. וואס טוט זיך מיט כלל ישראל'ס וויזיע פאר דיזשיטעל eco-friendly פאשקעווילן סיסטעם?
פרייטאג יולי 24, 2015 12:50 pm#291553
זעהט דיר אויס ווי דאס קומט פון די גאס?
מיטוואך יולי 29, 2015 11:08 am#292566
Cuomo donor from KJ pays $6M for land

Market value of Monroe property was about $825K

Chris McKenna
Times Herald-Record
Posted Jul. 24, 2015 at 7:05 PM

MONROE - The truck garage off Route 17 and the 22-acre land strip on which it sits seemed to be worth under $1 million, based on the value the Town of Monroe assigned it for property-tax purposes.

But Mayer Hirsch, the Kiryas Joel man behind the recent $250,000 campaign contribution to Gov. Andrew Cuomo, was willing to pay a lot more.

Property records filed last month indicate that Hirsch shelled out $6 million, or more than seven times the parcel's estimated market value of $826,700. He made the purchase on May 26 through a limited liability corporation called 17-105 Holdings LLC, which listed his home address as its own and identified him as its manager and sole member.

Hirsch, reached on his cell phone on Thursday, declined to discuss the purchase or explain why the former home of R.O. Excavating Co. was worth so much to him. He called it a private matter and joked that perhaps he would find diamonds there.

Hirsch recently received media attention for a different sort of transaction involving other corporations linked to him. Five entities bearing his and his son's addresses poured $250,000 into Cuomo's campaign account on July 13 and July 14, less than a week after the governor vetoed two bills that Kiryas Joel leaders had strongly lobbied against as a threat to their community's expansion plans. The donations appeared on Cuomo's campaign disclosure report that same week and set off a furor among supporters of the two bills.

On Thursday, Hirsch declined to discuss the Cuomo donations as well. That, too, was a private matter, he said.

The property he bought for $6 million is near the County Route 105 overpass and Monroe state police barracks and is conspicuous from Route 17 because of the flotilla of vehicles parked in front of the five-bay garage and on cleared land beside it. A decade ago, the vehicular occupation consisted of cars and trucks from two Harriman dealerships. Today, it includes Kiryas Joel school buses, trailers for Kiryas Joel's poultry slaughterhouse and used vehicles for Hershey's Auto Inc.

Lorenzo Oliveri, the Monroe resident and R.O. Excavating owner who sold Hirsch the property, didn't respond to phone messages left at his home. Records indicate he gave Hirsch a $5.6 million mortgage.

The land may have fetched so high a price because of its development potential and the possibility - a remote one for now - of a new road being built through it. Orange County has repeatedly applied for a $30 million federal grant to build "Larkin Drive West," a 1.8-mile-long connection between County Route 105 and Route 208 in Monroe. The former Oliveri property would form the eastern entrance to "Larkin Drive West" and is zoned for light industry.

The 22 acres are located across Route 17 from Kiryas Joel in an unincorporated area that is owned largely by Hasidic investors but excluded from the contentious efforts now under way to expand the village through annexation.

Hirsch may have bought the property not for himself but for Vaad Hakiryah, the landholding arm of Kiryas Joel's main congregation. That organization, which he controls, scooped up one of the area's last farms - 140-acre ACE Farm in Monroe and Woodbury - for $12.7 million in 2004 and owns almost a third of the undeveloped land in the 507-acre annexation petition.

m http://www.recordonline.com/article/201 ... 0/0/SEARCH m
דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 8:52 am#296913
1
דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 9:51 am#296917
א באנדע ליצים, זאג נאר וואס איז געווען תשל"ד ביים גרינדן די ווילידזש? און תשמ"ג ביים ערשטן אנעקסעשאן? לאמיר אפיר נעמען דעם הייליגן ספר רצון צדיק אין קאמפערן צי תשע"ה, די שנאה אין בייז בלוט ביי די גוים איז אויפן האר די זעלבע, סאיז נאר דא איין אנדערע חילוק...
דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 10:05 am#296918
Re: היסטארישע אנעקסעישאן פון 507 אקער לאנד אין קרית יואל
דו פארשטייסט נישט? מ'רייצט זיך מיט זיי, און זיי סטראשען בשם עצמם 'אני מתיר את בשרכם'. ס'גייט קומען פעטש פון זיי.