זונטאג יוני 19, 2016 6:46 pm#338302
Re: מקור לצניעות מן התורה מנין
וואו איך האב פארשטאנען רעדט די מהרם אלשקר נאר פון שערות היוצאין חוץ לצמתן.הוגה האט געשריבן:מאטי האט געשריבן:רבינו יונה (אגרת התשובה או ע"ח ובספרים אחרים אות נ"ח) וז"ל: "וצריכה האשה שתהא צנועה ונזהרת שלא יסתכלו בה בני אדם חוץ מבעלה, שהמסתכלים בפניה או בידיה יורדין לגיהנום, והיא ענושה בעונש כל אחד ואחד מהם מפני שהחטיאה אותם ולא נהגה צניעות בעצמה ונכשלו בה".
אינטערעסאנט אז דער רבינו יונה האב איך נישט געזעהן צוגעברענגט אין ערגעץ, מ'דארף מעיין זיין דערין ווייל דאס קען זיין א גוטע מקור אז צניעות איז יא רמיא על האשה מצד נישט מכשיל זיין מענער.
איך וויל דא צולייגן אפאר קליינע נקודות מזכרוני וואס איך האב געזעהן בשעתו איבער דער נושא.
ח. נ. פרעגט א גוטע קשיא אויף רעביצן טיקוצ'ינסקי'ס הנחה אז צניעות האט גארנישט מיט א מתח מיני, נאר עס איז אזא סארט פריוואטקייט און איידעלקייט צווישן די מאן/פרוי און זיך אליינס. אויב אזוי מאי חזית אז דו דארפסט צודעקן די מקום ערוה מער ווי די פינגער פון די הענט? וואס עפעס דעקט מען צו די בויך און נישט די נאז? אלא מאי עפעס א הסבר פון מתח מיני איז יא דא. די מתח מיני זאגט דיר וואס צוצודעקן אלץ פריוואטקייט.
דערנאך שרייבט ער זיין אייגענע דעה אז הלכות צניעות איז נישט שייך מגדיר צו זיין. ווען די תורה וואלט ווען פרובירט קלאר ארויסצושרייבן די פונקטליכע הגדרות פון צניעות טריט ביי טריט וואלט עס געווען אזוי ווי שרייבן א manual אויסצולערנען איינעם צו שווימען. מען דארף עס עקספיריענסן. די גדר פון הלכות צניעות איז פונקט ווי די גדר פון הלכות גזל שינה וכדומה, די פונקטליכע הלכות קענט איר טרעפן אין הלכות "זיין א יומען ביאינג".
פון הרב יצחק לאווי (כמדומני) האב איך געזעהן אז ער טענה'ט אז אלע דריי מאכן א טעות מיטן פרובירן אריין צו לערנען צניעות אין דת והלכה. צניעות איז אן ענין פון קולטור און ביי אן ענין פון קולטור איז נישט שייך אראפ צו שרייבן און פונקטליך מגדיר זיין ווייל עס ווענדט זיך אין די זמן ומקום. די הלכות צניעות פון א סאטמארע אין וויליאמסבורג תשע"ד איז נישט די זעלבע ווי די הלכות צניעות פון א בעלזער אין תל אביב תש"ח. בשעת וואס פאר א סאטמארע פרוי אין וויליאמסבורג תשע"ד איז אסור צו גיין מיט שטרימפ ווייניגער ווי 600 דעניער מעג א פרוי אין פייוו טאונס לכתחלה גיין גענצליך אן שטרימפ. איך וואונדער מיר פון וואו ער נעמט דאס און ביי וועלכע נאך זאכן אין אידישקייט טרעפט מען אז עס איז געוואנדן אין קולטור. (בעצם האלט הרב פאלק אויך אזוי.)
בשם די חזו"א מסכת ברכות בסוגיא דקול באשה ווערט געברענגט אז בעצם בימינו איז שערות באשה נישט קיין אומ'צניעות'דיגע תופעה, נאר בימיהם איז אזוי געווען, ובעצם וואלט מען היינט געדארפט מתיר זיין צו אויפדעקן די האר, אבל מה נעשה שחז"ל כתבו ששערות באשה ערוה. פון תשובות מהר"ם אלשקר סימן ל"ה ווערט געברענגט אז ער האט גענצליך מתיר געווען צו גיין אויפגעדעקטע האר דארט וואו עס איז געווען די מנהג אזוי. אפילו קרי"ש האט ער מתיר געווען צו ליינען. עיי"ש.
.