Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » מקור לצניעות מן התורה מנין

מקור לצניעות מן התורה מנין

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
71 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5868
דינסטאג פעברואר 11, 2014 4:10 pm#182983
מקור לצניעות מן התורה מנין
מען האט שוין מערערע מאל ערווענט דא און דארט בין כותלי השטיבל אז עס איז נישט פרהאנען קיין כללים והלכות צניעות. ווען מען הערט א רעדנער זאגן (לדוגמא) "דער קאליר איז נישט אויסגעהאלטן ע"פ הלכה", זאל מען וויסן אז ער האקט סתם אין קאפ אריין. ווען א מאמע מוסר'ט אויס איר טאכטער אז זי גייט מיט א צו לאנגע שייטל וואס איז נגד הלכה, איז עס סתם שטותים גערעדט. די איינציגסטע הלכות וואס מיר טרעפן איז בנוגע ליינען קריאת שמע נגד אן ערוה און בנוגע ווען עס הייסט אז א פרוי האט עובר געווען אויף דת יהודית ותצא בלא כתובה. הלכות צניעות וועט איר נישט טרעפן, נישט אין או"ח, אדער יו"ד, נישט אין אבן העזר און אפילו נישט אין חו"מ.

למעשה האט זיך לעצטענס געטון א מדובר אויפן ברייטע געוועב בנוגע די שאלה אויב מטעם תורה ויהדות איז בכלל דא א מושג פון צניעות והלכותיה אדער איז דאס א נושא וואס איז ערפינדן געווארן אין די לעצטע פאר דורות. עס איז גאר פארשטענדליך פארוואס עס זאל זיין א צד אז צניעות איז א נייע ערפינדענע זאך, נאך אלעם ווערט דער נושא בכלל נישט דערמאנט אין אלע ספרי הלכה אויף וואס אונזער אידישקייט איז באזירט. רוב היינטיגע מורי הוראה פסק'נען זייערע שאלות אין הלכות צניעות ארויס פון די ספר פונעם פוסק הדור הרב פאלק.

פון די אנדערע צד קען מען אבער טענה'ן אז אמאל איז בכלל נישט נוגע געווען די שאלות איבער דיקקייט פון שטרימפ אדער קורצקייט פון קליידער, אפילו די גוים זענען געגאנגן צניעות'דיג אנגעטון. וממילא, פארדעם איז נישט דא קיין מדובר איבער הלכות בגדי צניעות וכדומה אין די ספרים פון די פריערדיגע דורות.

ביידע זייטן האבן א גוטע טענה, אבער לאמיר אריינקריכן אין די נושא אביסל מער.

די יעצטיגע אויפוואכונג איבער דער נושא האט זיך אנגעהויבן פאריגע חודש, ווען עס זענען פארעפענטליך געווארן פיר שיינע מאמרים אין די קובץ תורני "אקדמות" היוצא לאור מבית המדרש בית מורשה בירושלים. (בעצם האט זיך די שמועס אנגעהויבן אין עצור כאן חושבים שוין זיבן יאר צוריק טאקע דורך די בעל המאמר זעלבסט.) איך וועל דא אראפ ברענגן א גאר קורצע איבערזיכט פון די פיר מאמרים, מיט לינקס כדי איר זאלט קענען אדורך לערנען און קלאר פארשטיין ביידע צדדים פון די סוגיא. די החלטה וועל איך לאזן אייך מאכן. איך האף אז די עולם וועט צוזאמען אדורך טון פרטי הדברים און מען וועט אביסל קענען מלבן זיין דעם ענין. (תשח״ח לידידי @לעיקוואד נ״י על עזרתו.)

היש בסיס הלכתי לקוד לבוש לנשים

די ערשטע מאמר איז געשריבן געווארן דורך נדב שנרב, א פיזיקס פראפעסאר און בר אילן, א מוסמך לרבנות און א אפטע שרייבער בעניני הלכה ויהדות. שנרב הייבט אן מיט די שאלה פארוואס בכלל דארף א פרוי זיין בצניעות אין די גאס? אלץ וועלכע מצוה אדער עבירה איז זי מחויב? ס'קען נישט זיין אלץ לפני עיוור, ווייל לפני עיוור איז נאר ווען מען איז יענעם מכשיל בפועל, כגון הושטת כוס יין לנזיר אבער מען מעג טון געהעריגע פעולות פאר זיך אפילו אויב יענער איז דורך דעם עובר אן עבירה. קיינער האלט נישט אז פארן מיט א קאדילעק איז אסור אלץ לפני עיוור אז יענער וועט חומד זיין. קיינער האלט נישט אז א מאן מוז גיין בצניעות ווייל א אוהב זכרים וועט האבן הירהורים. ולפי"ז מוז מען אויך שולל זיין לפני עיוור בנידון דידן.

די צוויי מקומות פון וואו די היינטיגע פוסקים נעמען זייערע הלכות אויף צניעות איז (ווי שוין ערווענט פריער) הלכות קריאת שמע און הלכות גירושין. שנרב - נאכן ברענגן מערערע סברות וראיות - טענה'ט אז די זאכן האבן נישט מיט צניעות ווי מיר ווייסן עס היינט, דהיינו א קוד לבוש. ביי הלכות קריאת שמע איז די פראבלעם מיט די חשיפת גוף האשה אז עס איז א בזיון. עס איז נישט דא קיין הלכה וואס זאגט אז א פרוי מעג זיך נישט אויפדעקן. (די איסור פון הרהור איז אויפן מאן נישט אויפן פרוי.) עס איז אבער א בזיון. וממילא, פארדעם מעג מען נישט זאגן קריאת שמע כנגדה אלץ בזיון הקודש, פונקט ווי מען טאר נישט זאגן קרי"ש נגד א גרף של רעי און פונקט ווי עס טאר נישט זיין לבו רואה את הערוה (טראץ דעם וואס ס'נישט שייך הרהור ביי דעם). ער ברענגט כמה ראיות מדבריו מדברי חז"ל, איינס איז פון די גמרא וואס פארציילט אז שמואל האט בודק געווען די בריסטען פון זיינע דינסט און דערנאך האט ער זיי געגעבן פיר הונדערט זוז דמי בושת. זעהט מען פון דעם קלאר אז ס'נישט געווען א פראבלעם פון צניעות נאר פון בזיון.

בנוגע וואס מיר טרעפן אין הלכות גירושין אז א מאן קען גט'ן זיין פרוי אן איר געבן כתובה ווען זי איז עובר על דת יהודית, כגון גיין פרועה ראש אין די גאס, אדער טווה בשוק וכו', דאס האט נישט מיט צניעות נאר מיט זיין א פרוצה לזנות. ער ווייזט אויף אז אלע דוגמאות וואס ווערן געגעבן אין דער סוגיא זענען ענינים וואס צייגן אז די פרוי זוכט זיך אנצוקלעבן מיט אנדערע מענער, משא"כ סתם עניני צניעות איז נישט גענוג צו פטר'ן די מאן פון כתובה. דאס גיין מיט אן אויפגעדעקטע קאפ אין די גאס איז דומה צו א פארהייראטע פרוי וואס גייט היינטיגע טעג אין קלאב און טוט זיך אויס איר קדושין רינגל כדי מ'זאל נישט וויסן אז זי איז פארהייראט. אדרבא, די נושא פון שער באשה ערוה איז די גרעסטע ראיה אז ס'האט גארנישט מיט צניעות וקדושה, ווייל אויב האט עס מיט צניעות וקדושה, מאי שנה א בתולה מנשואה? אלא מאי עס האט מיט זיין פארהייראט, אזא סימן וואס די וועלט האט דעמאלטס געהאט, כעין די wedding ring פון היינט. בקיצור, די היינטיגע מובן פון צניעות מיט אירע קאודס און הלכות האבן נישט קיין שום מקור בהלכה, אולי מסברא קען מען עס רופן תקנות לטובת הדור. עכת"ד.

בין האשה לבין בוראה

די צווייטע מאמר איז געשריבן דורך הרב שמואל אריאל, ר"מ בישיבת עתניאל. הרב אריאל פרובירט קודם צו צואווארפן שנרב'ס גאנצע בנין, און ער טענה'ט אז פון די משמעות הסוגיא איז משמע ביי די אלע זאכן וואס פטר'ן די מאן פון כתובה אז זיי זענען איסורים עצמיים אפגעזעהן צו עס איז א בגידה אין די מאן אדער נישט, והא ראיה אז די גמרא רופט איר אן א "רשעה", און עס איז א מצוה לגרשה וכו'.

אבער בעיקר האט ער צוויי שטארקע קשיות אויף שנרב'ס מהלך. איינס, אז די גמרא זאגט "ראשה פרוע דאורייתא היא דכתיב ופרע את ראשה וכו'. זעהט מען פון דעם אז די חיוב צו באדעקן די האר איז קלארע חיוב מפני עצמה און נישט נאר עפעס א סימן לנישואים שנהגו בעולם. ובכלל ברענגט די גמרא ווייטער די תנא דבי רבי ישמעאל אזהרה לבנות ישראל שלא יצאו בפרוע ראש, זעהט מען פון דעם אז עס איז א בפירוש'ער איסור אויף צניעות. און די גאנצע סוגיא דארט איז געבויט אויף דער תנא דבי רבי ישמעאל.

די צווייטע קשיא וואס ער פרעגט איז מרפסין איגרא. שנרב׳ס שטערקסטע טענה איז אז אויב איז כיסוי ראש אלץ צניעות מטעם עס איז מעורר הירהורים, דאן מ"ש אז נאר פארהייראטע דארפן צודעקן די האר? באקומט מען דען ווייניגער הרהור פון א בתולה'ס האר ווי די האר פון פארהייראטע? ענטפערט הרב אריאל, איה"נ די רמב"ם פסק'נט טאקע אז מיידלעך דארפן אויך צודעקן די האר. פון וואנעט ווייסטו אז מיר פסק'נען נישט ווי די רמב"ם? ווייל מיר האבן אזא מסורה? ביסטו אויב אזוי מודה אז מיר האבן יא עפעס א מסורה בנוגע צניעות. (למעשה איז דער טענה א ליצנות ווייל אריאל אליינס האלט אויך נישט אז מיר האבן א פונקטליכע מסורה בנוגע צניעות.)

דערנאך גייט הרב אריאל אריין אין א נייע מהלך וואו ער וויל מחדש זיין אז די ענין פון צניעות איז פון צוויי צדדים. איינס, נישט מכשיל צו זיין מענער בהרהור און די צווייטע איז א חיוב בין האשה ובין קונה. די ראיה אז צניעות איז בעצם א חיוב אויפן פרוי מצד עצמה איז מזה אז זי טאר נישט גיין בחשיפה אפילו נאר בין עכו"ם (הערת המעתיק: מהיכן דנתני?) טראץ דעם וואס זיי זענען נישט מצווה אויף ולא תתורו. עכ"פ, אויב עס זענען דא צוויי סיבות לחיובי צניעות קען מען אנהייבן צו מסביר זיין חילוקים בין פנויה לנשואה.

דערנאך גייט הרב אריאל אריין אין די נושא פון הסתכלות בנשים, און די גדר האיסור פון הירהורים. ער פארענטפערט די גמרות וואס שנרב האט געברענגט צו צייגן אז די סיבה פארוואס חז"ל האבן זיך בכלל נישט געזארגט וועגן צניעות בגוף האשה, כגון הסיפור עם שמואל הנ"ל, אז ביי די אלע איז דא די היתר פון "טריד במלאכתם" פונקט ווי א דאקטאר וכדומה.

צום סוף שרייבט ער ווארימע דברי תוכחה וחיזוק איבער די שטארקע ירידה אין צניעות בדורנו. בין הדבר איז ער מייעץ לטובת חיזוק הצניעות צוויי נקודות. איינס, אז מען זאל נישט איבערטרייבן מער ווי הלכה. צוויי, אז געלערנטע פרויען זאלן זיין די וואס פארען זיך און שרייבן איבער דער נושא און נישט מענער, אזוי וועט עס גרינגער מקובל ווערן ביי די נשים צדקניות.

צניעות כעקרון יסוד

די דריטע מאמר איז געשריבן דורך הרבנית מיכל טיקוצ׳ינסקי, ראש ישיבת בית מדרש לנשים בבית מורשה. די חשוב׳ע רעביצן איז מחדש א נייע יסוד ומהלך אין דער נושא וואס לפיה האט צניעות נישט מיט יענעמ׳ס הרהורים אדער מיט עבירות וואס קענען געטון ווערן וכדומה (טראץ דעם וואס עס איז מעגליך כולל דאס אויך). צניעות איז א סארט באהאלטנקייט און פריוואטקייט וואס איז שייך אפילו בין האדם ובין קונו. די גאנצע נושא פון צניעות איז באזירט אויפן פסוק ״כי ה׳ אלוקיך מתהלך בקרב מחניך וגו׳ והיה מחניך קדוש ולא יראה בך ערות דבר ושב מאחריך״. א אידיש קינד דארף אויף א יעדע שריט גיין בהצנע לכת מיט אן איידילקייט און פריוואטקייט. בעצם איז צניעות שייך ביי מענער אויך, כגון ביי די הלכות פון נישט אויסשטעלן פתחים, חלונות און חצרות איינער קעגן דעם אנדערע כדי מען זאל נישט קענען אריין קוקן צום צווייטע. דאס איז אויך א חלק פון אונזערע צניעות.

עס זענען דא גדרים בצניעות וואס זענען יוניווערסיל, כגון די מקומות הערווה זענען באדעקט ביי אלע, אידן און גוים צוגלייך ווייל דאס זענען ודאי ערוה. אנדערע ענינים פון צניעות ווענדט זיך ווען און וואו און ביי וועמען און עס זענען שייך חילוקים בדבר. לויט דעם קען מען פרובירן צו פארענטפערן די אלע פעלער וואס מיר טרעפן אין חז״ל וואס שנרב האט געברענגט אין זיין ארטיקל וואו מען האט נישט מורא געהאט חושף צו זיין גוף האשה, כגון סיפורו של שמואל הנ״ל, אז אין די געוויסע פעלער איז נישט שייך געווען די פריוואטקייט וואס עס פארלאנגט זיך סתם אזוי. אדרבא, מיר טרעפן אז בחדרי חדרים דארף מען זיין גאר בצניעות כאטש קיינער זעהט נישט, ווייל עס האט נישט מיטן זעהן נאר מיט די פערזענליכע התנהגות פונעם מענטש צו זיין אן איש/ה צנוע. הגע בעצמכם, מ׳קען אמאל זעהן א פרוי מיט דיקע שטרימפ און א שפיצל אויפן קאפ וואס איז ווייניגער צנוע בהתנהגותה, באפיינה ובלבושה, ווי א פרוי וואס גייט מיט א מאדערנע שייטל און דורכזיכטיגע שטרימפ.

מיר טרעפן אין אהע״ז סימן כ״א הלכות ואזהרות וואס איז שייך מענער כלפי פרויען, בנוגע הסתכלות, שמעקן וכדומה, אבער עס שטייט דארט נישט קיין איין ווארט אז די פרוי דארף עפעס נזהר זיין צוליב דעם. די סיבה איז ווייל די פרוי׳ס חיובים זענען נישט מציל צו זיין די מאן פון אן עבירה נאר אן ענין בינה לבין קונה. אדרבא, דאס אויסלערנען מיידלעך און פרויען אז צניעות איז צוליב די מתח מיני צווישן זכרים ונקיבות איז די גרעסטע breach אין צניעות. שטעלט אייך פאר, א מיידל שטייט ביים שאנק און וויל אנטון א קלייד און זי טראכט ״וועט דער קלייד ציען צופיל אויפמערקזאמקייט? וועט עס מעורר זיין תאוות המשגל?״ הזאת צניעות? הזאת מחניך קדוש? צוליב דעם איז זי מסכם אז דאס מרבה ומחמיר זיין בכיסויים ממינים שונים איז אויך נגד הצניעות וכנ״ל.

לסיכום הדברים, אויסער די פאר כללים המקובלים בעולם איז בעצם נישט דא קיין כללים מדוייקים בהלכה ובחז״ל איבער די לבוש כגון די לענג פון די ארבל וכדומה. מען דארף מחנך זיין צו זיין א פריוואטע איידעלע מענטש און א מענטש פאר זיך און נישט פאר יענעם. דאס צניעות׳דיגקייט וועט קומען ממילא. א פריוואטע מענטש לאזט נישט זיינע tax returns ליגן אויפן טיש, די פענסטער אפן, הענגט נישט קיין בגדי צבעונים אינדערויסן פאר אלע צו זעהן און זוכט נישט צו ציען קיין אויפמערקזאמקייט ביי קיינעם. עכת״ד.

תגובותו של נדב שנרב

אין די פערטע מאמר איז זיך נדב שנרב מתייחס צו די ראיות וסברות פון די פריערדיגע צוויי מאמרים. בעיקר איז ער זיך מתייחס צו הרב אריאל ובתוך הדברים שרייבט ער כדלהלן. דאס וואס דו ברענגסט א ראיה פון דעם וואס זי הייסט א רשעה, עוברת על דת יהודית און עס איז א מצוה לגרשה, ווייזט נאך נישט אז די אלע זאכן זענען עבירות לכשלעצמן אלץ עפעס א הלכות צניעות. אפשר איז זי א רשעה ווייל זי טוט די זאכן (ראש פרוע, טווה בשוק וכדומה) אלץ פריצות לזנות און פארדעם איז מצוה לגרשה? משא״כ די אקט אליינס איז בעצם נישט קייו פראבלעם. און דאס וואס דו ברענגסט א ראי׳ פון די גמרא וואס צייגט אז גיין בכיסוי ראש איז ״דאורייתא״, אפשר מיינט די גמרא נאר צו טרעפן א רמז מן התורה אבער נישט קיין איסור גמור. וכן מצינו ביומא, די גמרא פרעגט ״זכר צדיק לברכה מדאורייתא מנלן וכו׳ ושם רשעים ירקב מדאורייתא מנלן וכו׳ ״. קיינער וועט נישט יעצט זאגן אז עס איז א מצוה מן התורה צו שעלטן רשעים. אדרבא, טרעף צווישן די מוני המצוות איינער וואס רעכנט אויס כיסוי ראש אלץ איינער פון די מצוות.

בנוגע וואס רב אריאל טענה׳ט אז אויב נעם איך אן אז א פנויה איז נישט מחויב בכיסוי ראש (נגד שיטת הרמב״ם) מוז איך מודה זיין אז עס איז דא א מסורה בענין צניעות. די תירוץ איז אז עס איז דא א מסורה בענין כיסוי הראש (וואס איז מחויב מאישה לבעלה מטעם נישואין כנ״ל) אבער נישט בעניני צניעות. און די אופן וואס רב אריאל וויל פארענטפערן די מאמרי חז״ל וואו מען טרעפט א הזנחה גמורה בחשיפת גוף האשה אז דארט איז דא די היתר פון בעבידיתיה טריד איז נישט ריכטיג ווייל די היתר איז נאר שייך ביי א מומחה, און די מציאות הדברים איז אז דארט איז נישט געווען קיין מומחה.

איין טענה האט רב אריאל יא א ריכטיגע, ער צייגט אז די הלכות בנוגע קריאת שמע איז יא צוליב הרהורים, אבער אפילו אויב מיר וועלן אזוי זאגן איז אבער קלאר אז די סארט הרהורים זענען נאך נישט מכריח א הלכות צניעות סתם אזוי. והא ראיה, די הלכה איז אז צוויי מענער וואס שלאפן אין איין בעט טאר מען נישט זאגן קרי״ש נאר אויב זיי דרייען זיך אוועק איינער פון די אנדערע אלץ הרהור, און פונדעסטוועגן זעהן מיר אז בסתם איז נישט דא א חשש אויף הרהורים כלפי אן אנדערע זכר. עכת״ד.

לסיכום הדברים, מיר האבן דא געהערט זאכן וואס זענען shocking פאר אונז, עס צואווארפט אסאך גרויסע בנינים וואס זענען אויפגעבויט געווארן פאר אונזערט וועגן איבער לאנגע יארן. איך זאג נישט דא אז דאס זאל טוישן אונזער מיינונג, אבער חומר למחשבה איז עס זיכער. מען דארף דא גרונטליך אדורך טון די סוגיא פון אלע זייטן. קיין איינער פון די פיר מאמרים פרובירט ניטאמאל צו טרעפן די מקורות פון וואו עס נעמט זיך די פונקטליכע נומער פון 4 אדער זעקס אינטשעס לענגער פון די קני, די פונקטליכע נומער דעניער פון די שטרימפ אדער די סארט סחורה וואס זענען יא אדער נישט מותר צו טראגן. דאס זענען זיכער אויפגעבאקענע השערות והגדרות. די גאנצע מדובר איז נאר אויב עס איז בכלל דא מושגי צניעות און אויב יא וואס זענען אירע גדרים. איך האב דא געברענגט נאר די נקודות וואס איך האב געפילט אז זיי זענען גאר וויכטיג. לערנט אליינס אדוך די מאמרים, קוקט נאך די מקורות און לאמיר צוזאמען אדורך טון די סוגיא.





.
דינסטאג פעברואר 11, 2014 4:42 pm#182990
א גרויסען דאנק הוגה, הערליך שיין באשריבן!
איך האב מיך פונקט דעם שבת געטענה'ט מיט א פרומע קרובה מיינער, צו א פרוי וואס טוט זיך אן רייצענדיג אויפן גאס וועט גיין אין גהינם צוליב דעם וואס זי רייצט אן מענער צו קוקן אויף איר.
איך האב געטענה'ט ממש דעס וואס ער שרייבט דא, אז לפני עוור איז נישט שייך אויב טוט דער פרוי גארנישט בפועל אים מכשיל צו זיין, לאפוקי אויב די פרוי flaunt איר גוף, וואס דעמאלטס גרעניצט זיך עס שוין יא מיט הכשלה בפועל.
כ'האב הנאה צו זעהן אז כ'האב גוט צוגעטראפן.
דינסטאג פעברואר 11, 2014 4:52 pm#182994
אליצפן, ליין די מאמרים, די צווייטע מאמר פון שרנב איז נאך שענער ווי די ערשטע. הוגה האט געשריבן א הערליכע סיכום, אבער ס'איז דאך א קיצור, עיי"ש ותמצא נחת. ער זאגט דארט אז אויב מיין שכן וועט מארגן מחליט זיין מיר צו באקרוינען אלץ גאט, און יעדע מאל איך גיי עם אריבער וועט ער זיך בוקן צו מיר, וועט זיין אסור פאר מיר ארויסצוגיין פונדערהיים? ולפני עור און מסייע גייט נישט אן ווען איינער לעבט חיים נורמאליים און יענער ווערט דערפון נכשל. חוצמזה וואס לפני עור איז נישט שייך נאר בתרי עברי דנהרא, וואס יענער קען נישט עובר זיין אן מיין סייוע, משא"כ דא ווען ס'פעלט נישט קיין פרויען אויפן גאס וואס גייען אפילו מער אויפגעדעקט, ממילא מוז ער נישט צוקומען צו דעם ספעציפישן פרוי.
דינסטאג פעברואר 11, 2014 4:53 pm#182995
וואס איז שייך מער ''טון בפועל'' ווי זיך אנטון רייצענד און אויפאלענד? וואס האסטע געוואלט זי זאל גיין אינגאנצן נאקעט? האסט גארנישט צוגעטראפן אליצפן.


.
דינסטאג פעברואר 11, 2014 5:14 pm#183000
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:וואס איז שייך מער ''טון בפועל'' ווי זיך אנטון רייצענד און אויפאלענד? וואס האסטע געוואלט זי זאל גיין אינגאנצן נאקעט? האסט גארנישט צוגעטראפן אליצפן.


.




איך האב צוגעטראפן צו דעם פאקט אז גיין אנגעטוען אטראקטיוו הייסט נישט מכשיל געווען, ווי געפילטע האט שוין געברענגט נאך א דוגמה. בנוגע דיין שאלה, זיך אין גוגל פאר flaunting, seduction, וועסטו זעהן אז ס'איז דא א מושג פון בפועל פרובירן איינעם מכשיל צו זיין.
דינסטאג פעברואר 11, 2014 5:20 pm#183002
מכשיל זיין מיינט אריינלייגן חזיר פעטענס אין יענעמ'ס קאווע, אדער געבן א גלעזל וויין פאר א נזיר. איינער וואס האלט אבער א באטל וויין פארנט פון די הויז אדער א גלעזעל חזיר פעטענס איז נישט עובר אויף לפני עיוור. די זעלבע איז דא, א פרוי וואס פלירט, אדער ווי עס ווערט אנגערופן בלשון החז"ל לקרוץ בעיניה איז עובר אויף לפני עיוור. א פרוי וואס וואשט זיך ביים ים, אדער גייט אין די ארבייט אן זאקן איז נישט עובר אויף לפני עוור. (אויף אנדערע איסורים מעגליך אז יא כשיטת הרב אריאל.)
דינסטאג פעברואר 11, 2014 6:51 pm#183045
הערליך שיין צונומען, הוגה! ווען איך האב עס געליינט אין אקדמות האב איך נישטש געחלוצט אז עס קען אזסוי שיין און קורץ ווערן אראפגעברענגט. תודה!

דער עיקר איז וואס דו פירסט אויס אז דא רעדט מען נישט פון די לענגקייט פון די סקירט אדער די קאליר פון די מעיק-אפ וואס איז וי פארשטענדליך אז עס האט נישט קיין שום מקור
דינסטאג פעברואר 11, 2014 7:09 pm#183051
אברך חרדי הגיע אל הגרי"ש ובפיו שאלה. הוא סיפר לגרי"ש כי באחד הימים, עת נסע באוטובוס בו הונהג הסדר המהדרין, הייתה אישה שהתיישבה בכוונה תחילה בחלקו הקדמי של האוטובוס.
"ניגשתי אליה וביקשתי שתכבד את רגשות הנוסעים ותעבור ממקומה אל החלק שיועד לנשים אך היא סרבה", סיפר האברך.
ב"עזות דקדושה", לפחות מזווית הראייה של האברך, הוא פתח כלפיה בצעקות רמות, תוך שהוא מבזה אותה לעיני כל הנוסעים, ומשתמש בביטויים קשים נגדה.

כמה ימים אחר-כך, האברך תהה בינו לבין עצמו האם עשה נכון. הוא חש צער על הפגיעה באישה, ופנה לגרי"ש בשאלה: "האם אני צריך לבקש ממנה סליחה?".

הגרי"ש שמע את פרטי הסיפור והשיב לאברך כי אינו צריך לבקש ממנה סליחה, מאחר והאישה היתה צריכה לעבור לחלק שיועד לנשים ולא להתעקש להפר את הסדר המהדרין.

האברך הוסיף ושאל: "אולי היא הייתה אישה נכה, ולכן היא לא עברה ממקומה למרות הבקשות והצעקות, ואני כן צריך לבקש ממנה סליחה על הביזיונות שעשיתי לה?", אך הגרי"ש ביטל את דבריו, ושב ואמר כי אינו צריך לבקש את סליחתה, "נהגת כדין", הבהיר הגרי"ש לאברך.

בכדי לסבר את אוזנו של האברך, ציטט הגרי"ש אלישיב מעשה מהגמרא על שמואל שהלך בשוק, וראה אישה בבגד לא צנוע וקרע אותו מעליה, ולבסוף התברר כי מדובר בגויה. "מכאן אתה למד", הוסיף הגרי"ש אלישיב, "שמותר לבזות מי שעובר על הדת היהודית בענייני צניעות".
דינסטאג פעברואר 11, 2014 7:24 pm#183056
אסור ללבוש בגד מסחורה דקה וכו' כדאיתא ביומא ל"ה ע"ב מפני שנראה כערום, ואיתא גם כן במג"א בתחילת סי' ע"ה. וביבמות ס"ג ע"ב נבל וכו' שמהלכים ערומים וכו'. ומה שכתב ואפילו בכתונת וכו' כן משמע ממה שכתב הש"ך ביו"ד בסי' ש"מ ס"ק כ"ב בשם הב"ח.
דינסטאג פעברואר 11, 2014 7:28 pm#183057
וכן אסור ללבוש בגדים שמראיהם כמראה עור בשר, וכן אנפילאות [גרביים] כאלה משום מראית העין דנראה כערום. וכן אסור לאשה ללבוש בגד צר מצומצם על בשרה דגם כן הוי פריצותא.
וכן אסור וכו'. כמראה עור בשר וכו' וכן אנפילאות וכו' פשוט דאסור משום מראית העין. ומצינו דבגד שהוא פטור מציצית ומצד מראית העין הוא חייב אסור ללובשו בלא ציצית משום מראית העין, וכדאיתא או"ח סי' י' סעיף ח', וכל שכן לענין איסור דאסור משום מראית העין. ומה שכתב וכן בגדים צרים פשוט דאסורים גם כן משום דהוי פריצותא, וסימן לדבר: כל בגדי צח"ק אסורים: צרים, חסרים, קצרים.
דינסטאג פעברואר 11, 2014 7:28 pm#183058
אורך השמלה בבת בוגרת וכו' פשוט דאז היא צריכה לשמור עצמה שלא יכשלו בני אדם על ידה מאחר דזה הגיע לזמן בגרות. ואמרו חז"ל בסוטה כ"ב ע"א למדנו יראת חטא מבתולה וכו' דר' יוחנן שמעה להיא בתולה דנפלה אאפה וקאמרה רבש"ע בראת גן עדן ובראת גיהנם וכו' יהי רצון מלפניך שלא יכשלו בי בני אדם וכו', ומכל שכן שלא תעשה פעולה שתכשיל חס ושלום בני אדם על ידי זה. ומכל שכן בבנות בוגרות המדריכות לבנות קטנות, דפשיטא דאם אינן הולכות בשמלות כשרות שראוי להעבירן ממשמרתן בשביל זה עד שישיבו להתנהג כשורה.
דינסטאג פעברואר 11, 2014 7:29 pm#183059
אורך השמלה באשה לאחר נשואיה וכו' גם כן פשוט דאשת איש חמירא טובא ואם כן צריכה לעשות שמירה יתירה שלא יכשלו בני אדם על ידה, דיצרא דעבירה מתגבר טובא בעבירה חמורה ואם כן צריכה להיות השמירה חמורה אצלה, ולא די אצלה אורך השמלה כמו בבת בוגרת. ועיין בתענית כ"ד ע"א, דאמר לבתו קא מצערת לברייתא וכו'. עוד אמרו חז"ל בויקרא רבה (פי"ט) על ידי שהאשה הזו מתעצלת מלכסות את עצמה כראוי וכו' הה"ד "וגלה את ערותה" וגו'. ומוכח את גודל האיסור של האשה שאינה מכסה עצמה כראוי אף מחמת עצלות, וכל שכן אם עושה כן במזיד דחמור עונה מאד. והנה מנהג שנהגו בנות ישראל לאחר הנשואין שיהיו שמלותיהן ארוכות עד סמוך לפרסת הרגל ואחורי השמלה עד סמוך לארץ ממש, ובאמת מצינו האי מנהגא בגמרא כדאיתא בשבת צ"ח ע"ב למה משכן דומה לאשה? שמהלכת בשוק ושיפוליה מהלכין אחריה. והנה למעלה מפרסת הרגל יש עצם קטן והוא הנקרא איסתוירא או קרסול, וכדתנן בפרק קמא דאהלות [משנה ח], והמקצרת את השמלה שלאחר הנשואין מאורך עד עצם הקרסול פשיטא דאין זה צניעות, והטעם בזה דהמנעל מכסה בערך עד עצם הקרסול. ואפילו האנפילאות הנראין בנשואה אין זה צניעות, וכדאיתא בש"ך ביו"ד ש"מ ס"ק כ"ב ועיין בב"ח, וראוי לכל אחד שיזהיר הרבה על זה בביתו ויתקנו את השמלות הקצרות מזה השיעור. ומאחר דהאשה רואה את בעלה שותק בזה הרי נעשה היתר אצלה, ולכן עיקר חיוב מוטל על הבעל שימנע את אשתו מלצאת בשמלה קצרה מאורך עד עצם הקרסול ולא תכשיל חס ושלום לזרע קודש בני אבותינו הקדושים אברהם יצחק ויעקב. והמחטיא את הרבים אין לו חלק לעולם הבא, ולכן לא דבר קטן הוא עונה בזה, ותזהר מאד מאד שיהיו כל בגדיה וכל מעשיה בצניעות.
דינסטאג פעברואר 11, 2014 8:02 pm#183062
אליצפן האט געשריבן:
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:וואס איז שייך מער ''טון בפועל'' ווי זיך אנטון רייצענד און אויפאלענד? וואס האסטע געוואלט זי זאל גיין אינגאנצן נאקעט? האסט גארנישט צוגעטראפן אליצפן.


.




איך האב צוגעטראפן צו דעם פאקט אז גיין אנגעטוען אטראקטיוו הייסט נישט מכשיל געווען, ווי געפילטע האט שוין געברענגט נאך א דוגמה. בנוגע דיין שאלה, זיך אין גוגל פאר flaunting, seduction, וועסטו זעהן אז ס'איז דא א מושג פון בפועל פרובירן איינעם מכשיל צו זיין.

אטראקטיוו יא, אבער דו האסט געשריבן ''רייצענדיג''.
דינסטאג פעברואר 11, 2014 8:59 pm#183076
ATUB @מודה אני ATUB , ברענגסט נאך שטערקער ארויס די נקודה העיקרית פון די ארגינעלע פאוסט. דו צייגסט אז הגדרות והשוואות זענען נאר פארהאן אין 'היינטיגע' ספרים געבויט אויף השערות ופילפולים. אבער אין חז"ל און אין די ספרי יסוד להלכה איז נישט דא קיין הלכות בנוגע צניעות און זיכער נישט קיין פונקטליכע אנווייזונגען.


.
דינסטאג פעברואר 11, 2014 8:59 pm#183077
מודה אני האט געשריבן:אברך חרדי הגיע אל הגרי"ש ובפיו שאלה. הוא סיפר לגרי"ש כי באחד הימים, עת נסע באוטובוס בו הונהג הסדר המהדרין, הייתה אישה שהתיישבה בכוונה תחילה בחלקו הקדמי של האוטובוס.
"ניגשתי אליה וביקשתי שתכבד את רגשות הנוסעים ותעבור ממקומה אל החלק שיועד לנשים אך היא סרבה", סיפר האברך.
ב"עזות דקדושה", לפחות מזווית הראייה של האברך, הוא פתח כלפיה בצעקות רמות, תוך שהוא מבזה אותה לעיני כל הנוסעים, ומשתמש בביטויים קשים נגדה.

כמה ימים אחר-כך, האברך תהה בינו לבין עצמו האם עשה נכון. הוא חש צער על הפגיעה באישה, ופנה לגרי"ש בשאלה: "האם אני צריך לבקש ממנה סליחה?".

הגרי"ש שמע את פרטי הסיפור והשיב לאברך כי אינו צריך לבקש ממנה סליחה, מאחר והאישה היתה צריכה לעבור לחלק שיועד לנשים ולא להתעקש להפר את הסדר המהדרין.

האברך הוסיף ושאל: "אולי היא הייתה אישה נכה, ולכן היא לא עברה ממקומה למרות הבקשות והצעקות, ואני כן צריך לבקש ממנה סליחה על הביזיונות שעשיתי לה?", אך הגרי"ש ביטל את דבריו, ושב ואמר כי אינו צריך לבקש את סליחתה, "נהגת כדין", הבהיר הגרי"ש לאברך.

בכדי לסבר את אוזנו של האברך, ציטט הגרי"ש אלישיב מעשה מהגמרא על שמואל שהלך בשוק, וראה אישה בבגד לא צנוע וקרע אותו מעליה, ולבסוף התברר כי מדובר בגויה. "מכאן אתה למד", הוסיף הגרי"ש אלישיב, "שמותר לבזות מי שעובר על הדת היהודית בענייני צניעות".

די גמרא איז אין ברכות דף כ, און עס געווען מיט רב אדא בר אהבה ..
דינסטאג פעברואר 11, 2014 9:01 pm#183079
רבינו יונה (אגרת התשובה או ע"ח ובספרים אחרים אות נ"ח) וז"ל: "וצריכה האשה שתהא צנועה ונזהרת שלא יסתכלו בה בני אדם חוץ מבעלה, שהמסתכלים בפניה או בידיה יורדין לגיהנום, והיא ענושה בעונש כל אחד ואחד מהם מפני שהחטיאה אותם ולא נהגה צניעות בעצמה ונכשלו בה".

ארחות צדיקים (ריש שער הגאוה): "האשה המתקשטת לפני אנשים בזה היא מדלקת לבם ומכנסת הרהורים בלבם, ובזה עונשה גדול מאוד שהיא נותנת מכשול לפני רבים".
דינסטאג פעברואר 11, 2014 9:09 pm#183081
מודה אני האט געשריבן:אסור ללבוש בגד מסחורה דקה וכו' כדאיתא ביומא ל"ה ע"ב מפני שנראה כערום, ואיתא גם כן במג"א בתחילת סי' ע"ה. וביבמות ס"ג ע"ב נבל וכו' שמהלכים ערומים וכו'. ומה שכתב ואפילו בכתונת וכו' כן משמע ממה שכתב הש"ך ביו"ד בסי' ש"מ ס"ק כ"ב בשם הב"ח.

פון די גמרא איז משמע אז ר אלעזר בו חרסום וואס אויף איהם זאגט די גמרא
עשיר אומרים לו מפני מה לא עסקת בתורה אם אומר עשיר הייתי וטרוד הייתי בנכסי אומרים לו כלום עשיר היית יותר מרבי אלעזר אמרו עליו על רבי אלעזר בן חרסום שהניח לו אביו אלף עיירות ביבשה וכנגדן אלף ספינות בים ובכל יום ויום נוטל נאד של קמח על כתיפו ומהלך מעיר לעיר וממדינה למדינה ללמוד תורה פעם אחת מצאוהו עבדיו ועשו בו אנגריא אמר להן בבקשה מכם הניחוני ואלך ללמוד תורה אמרו לו חיי רבי אלעזר בן חרסום שאין מניחין אותך ומימיו לא הלך וראה אותן אלא יושב ועוסק בתורה כל היום וכל הלילה
און איהם האט עס נישט געבאדערט די דורכזיכטיגקייט נאר זיינע ברודערס וואס זענען מסתמא נישט געהאלטן ביים לערנען..
אמרו עליו על ר' אלעזר בן חרסום שעשתה לו אמו כתונת משתי ריבוא ולא הניחוהו אחיו הכהנים ללובשה מפני שנראה כערום
..
דינסטאג פעברואר 11, 2014 9:51 pm#183086
chosen people האט געשריבן:
מודה אני האט געשריבן:בכדי לסבר את אוזנו של האברך, ציטט הגרי"ש אלישיב מעשה מהגמרא על שמואל שהלך בשוק, וראה אישה בבגד לא צנוע וקרע אותו מעליה, ולבסוף התברר כי מדובר בגויה. "מכאן אתה למד", הוסיף הגרי"ש אלישיב, "שמותר לבזות מי שעובר על הדת היהודית בענייני צניעות".

די גמרא איז אין ברכות דף כ, און עס געווען מיט רב אדא בר אהבה ..

ATUB @מודה אני ATUB , דאס איז דאך די גרעסטע ראי' אז בעצם זיך אויפדעקן אויפן גאס איז נישט קיין איסור, ווייל אויב יא וויאזוי האט רב אדא בר אהבה געמעקט אראפרייסט די קלייד אז זי זאל זיין נאכמער אויפגעדעקט? אלא מאי זאגט שרנב אז א כרבלתא איז געווען א הזמנה לזנות וואס די זונות אין יענע מקום האבן געטראגן, און ממילא האט ראב"א עס אראפגעריסן.

און דאס איז אלעס לשיטת רש"י אז די כרבלתא איז א פראבלעם איר אדמימות, אבער די גאונים לערנען פשט אז די פראבלעם פון כרבלתא איז שעטנז.
דינסטאג פעברואר 11, 2014 10:04 pm#183093
א גרויסן דאנק הוגה פאר די הערליכע תמצית. עס איז כדאי צו דערמאנען דא דעם שרעקליכן טעות וואס טייל בעלי דרשנים מאכן, ווען זיי ציטירן די פסוקים אין ישעיה און די מאמרי חז"ל וואס פארדאמען דאס וואס אידישע טעכטער שמירן זיך די אויגן מיט די ליפן, בעת פון חז"ל איז קלאר אז דאס רעדט זיך ווען די פרוי טוט עס בכונה צו אנרייצן די אנדערע מענער. אדרבה, עס איז א חיוב גמור אויף א מאן צוצושטעלן פאר זיין פרוי פארב כדי זיך צו שמירן ווי עס ווערט גע'פסק'נט אין שולחן ערוך (אבן העזר סימן עג סעיף ב). עס איז מיר א חידוש פלא אז חשוב'ע אידן, זאגאר די וואס פאררופן זיך אלס די פרומסטע שיכט ביי כלל ישראל, זענען עובר בשאט נפש אויף די הלכה פסוקה.
מיטוואך פעברואר 12, 2014 12:16 am#183128
מאטי האט געשריבן:רבינו יונה (אגרת התשובה או ע"ח ובספרים אחרים אות נ"ח) וז"ל: "וצריכה האשה שתהא צנועה ונזהרת שלא יסתכלו בה בני אדם חוץ מבעלה, שהמסתכלים בפניה או בידיה יורדין לגיהנום, והיא ענושה בעונש כל אחד ואחד מהם מפני שהחטיאה אותם ולא נהגה צניעות בעצמה ונכשלו בה".


אינטערעסאנט אז דער רבינו יונה האב איך נישט געזעהן צוגעברענגט אין ערגעץ, מ'דארף מעיין זיין דערין ווייל דאס קען זיין א גוטע מקור אז צניעות איז יא רמיא על האשה מצד נישט מכשיל זיין מענער.


איך וויל דא צולייגן אפאר קליינע נקודות מזכרוני וואס איך האב געזעהן בשעתו איבער דער נושא.

ח. נ. פרעגט א גוטע קשיא אויף רעביצן טיקוצ'ינסקי'ס הנחה אז צניעות האט גארנישט מיט א מתח מיני, נאר עס איז אזא סארט פריוואטקייט און איידעלקייט צווישן די מאן/פרוי און זיך אליינס. אויב אזוי מאי חזית אז דו דארפסט צודעקן די מקום ערוה מער ווי די פינגער פון די הענט? וואס עפעס דעקט מען צו די בויך און נישט די נאז? אלא מאי עפעס א הסבר פון מתח מיני איז יא דא. די מתח מיני זאגט דיר וואס צוצודעקן אלץ פריוואטקייט.

דערנאך שרייבט ער זיין אייגענע דעה אז הלכות צניעות איז נישט שייך מגדיר צו זיין. ווען די תורה וואלט ווען פרובירט קלאר ארויסצושרייבן די פונקטליכע הגדרות פון צניעות טריט ביי טריט וואלט עס געווען אזוי ווי שרייבן א manual אויסצולערנען איינעם צו שווימען. מען דארף עס עקספיריענסן. די גדר פון הלכות צניעות איז פונקט ווי די גדר פון הלכות גזל שינה וכדומה, די פונקטליכע הלכות קענט איר טרעפן אין הלכות "זיין א יומען ביאינג".

פון הרב יצחק לאווי (כמדומני) האב איך געזעהן אז ער טענה'ט אז אלע דריי מאכן א טעות מיטן פרובירן אריין צו לערנען צניעות אין דת והלכה. צניעות איז אן ענין פון קולטור און ביי אן ענין פון קולטור איז נישט שייך אראפ צו שרייבן און פונקטליך מגדיר זיין ווייל עס ווענדט זיך אין די זמן ומקום. די הלכות צניעות פון א סאטמארע אין וויליאמסבורג תשע"ד איז נישט די זעלבע ווי די הלכות צניעות פון א בעלזער אין תל אביב תש"ח. בשעת וואס פאר א סאטמארע פרוי אין וויליאמסבורג תשע"ד איז אסור צו גיין מיט שטרימפ ווייניגער ווי 600 דעניער מעג א פרוי אין פייוו טאונס לכתחלה גיין גענצליך אן שטרימפ. איך וואונדער מיר פון וואו ער נעמט דאס און ביי וועלכע נאך זאכן אין אידישקייט טרעפט מען אז עס איז געוואנדן אין קולטור. (בעצם האלט הרב פאלק אויך אזוי.)

בשם די חזו"א מסכת ברכות בסוגיא דקול באשה ווערט געברענגט אז בעצם בימינו איז שערות באשה נישט קיין אומ'צניעות'דיגע תופעה, נאר בימיהם איז אזוי געווען, ובעצם וואלט מען היינט געדארפט מתיר זיין צו אויפדעקן די האר, אבל מה נעשה שחז"ל כתבו ששערות באשה ערוה. פון תשובות מהר"ם אלשקר סימן ל"ה ווערט געברענגט אז ער האט גענצליך מתיר געווען צו גיין אויפגעדעקטע האר דארט וואו עס איז געווען די מנהג אזוי. אפילו קרי"ש האט ער מתיר געווען צו ליינען. עיי"ש.



.
מיטוואך פעברואר 12, 2014 12:53 am#183134
הוגה, א גרויסען דאנק פאר'ן אהערשטעלן אזא הערליך שטיקעל ארבעט.

אגב, בנוגע די לאו פון, לפני עור, איז דא א פרמ"ג אין גנת וורדים כלל מג, וואס האט א צד צו זאגן אז א זאך וואס די ביסט נישט מחיוב, מעגסטו יענעם מכשיל זיין, און עס איז נישט דא דערביי קיין איסור פון לפני עור, איז טאמער זאל איך אנעמען אזוי, איז הנוגע לענינינו, א פרוי וואס האט נישט קייו איסור הסתכלות וכדו' איז נישט דא ביי איר לפני עור אויף הסתכלות פון א מאן.
(איך זאג דאס נישט אויף למעשה ווייל עס איז נאר א קלער פון פרי מגדים.)
מיטוואך פעברואר 12, 2014 1:06 am#183140
.
מיטוואך פעברואר 12, 2014 1:12 am#183141
מודה אני האט געשריבן:אסור ללבוש בגד מסחורה דקה וכו' כדאיתא ביומא ל"ה ע"ב מפני שנראה כערום, ואיתא גם כן במג"א בתחילת סי' ע"ה. וביבמות ס"ג ע"ב נבל וכו' שמהלכים ערומים וכו'. ומה שכתב ואפילו בכתונת וכו' כן משמע ממה שכתב הש"ך ביו"ד בסי' ש"מ ס"ק כ"ב בשם הב"ח.

דאס שטייט ביי מענער, עס איז אן ענין פון צניעות בין אדם לקונו און עס האט נישט מיט מכשיל זיין א צווייטן כדוגמת וואס איז מבואר אין גמ' ברכות און אין הלכות בית הכסא אז מען זאל נישט מגלה זיין מער ווי א טפח אדער טפחיים.
מיטוואך פעברואר 12, 2014 1:20 am#183142
און דאס איז אלעס לשיטת רש"י אז די כרבלתא איז א פראבלעם איר אדמימות, אבער די גאונים לערנען פשט אז די פראבלעם פון כרבלתא איז שעטנז.[/quote]

רש"י זאגט נישט וועגען אדמימות, עס איז די ערוך דארט אויפ'ן פלאץ וז"ל " פי' בגד אדום כגון כרבלתא דתרננגולא שאין דרך בנות ישראל להתכסות בו שהוא פריצות ומביא לדבר עבירה."
מיטוואך פעברואר 12, 2014 1:31 am#183146
גערעכט, טעיתי. רש"י שרייבט - שם לבוש חשוב כמו פטשיהון וכרבלתהון.
מיטוואך פעברואר 12, 2014 2:09 am#183152
הוגה, א שיינער שמועס, נאר עס איז מיר א וואונדער אז דו האסט פארזען די תשובה פון הרב שעכטער וואס דו ברענגסט צו אין אן אנדערן אשכול. הרב שעכטער איז נישט עפעס א וויליאמסבורגער רב וועם דו קענסט שפאטיש אנווענדן, ער איז זאגאר דער פוסק פון די מאדערנע ארטאדאקסישע אידן, און זיינע ווערטער דארפן לכאורה האבן ביי דיר אן אוזן קשבת. אין זיין תשובה איז הרב שעכטער מאריך צו ערקלערן דעם חילוק פון א מענטש וואס עפענט א תורה קאמפיוטער-פראגראם ווי "אוצר החכמה" און קלעטערט ארום צו קוקן אויף מראי-מקומות, און דעם בליק פון א גדול בישראל וואס האט א דעת תורה צו פסק'ענען. איך קען נישט די מחברים פון די פיר ארטיקלען וואס דו ברענגסט צו, אבער איך בין זיכער אז זיי זענען מער "אוצר החכמה" רבנים ווי אמת'ע מורה הוראה מיט א געהעריגע מסורה.
הלכה ווערט נישט נאר גע'פסק'נט דורך סוירטש-ענדזשינס און "מקורות", עס איז דא א פראצעס וואס גדולי ישראל האבן ווען זיי געבן ארויס א פסק, און נאר ווער עס איז א פוסק מובהק מיט א ריכטיגע מסורה קען דערין אריינרעדן.
איז ווען מען רעדט פון אזא אבן יסוד ווי צניעות, וואס גדולי ההוראה האבן געשריבן און גערעדט אויף דעם אן א שיעור, איז לעכערליך צו קומען פרעגן "צניעות מן התורה מנין?" און דערנאך "סוירטשן" פאר מקורות און צוקומען צו אייגענע מסקנות.
מיטוואך פעברואר 12, 2014 4:45 am#183159
מאטי האט געשריבן:רבינו יונה (אגרת התשובה או ע"ח ובספרים אחרים אות נ"ח) וז"ל: "וצריכה האשה שתהא צנועה ונזהרת שלא יסתכלו בה בני אדם חוץ מבעלה, שהמסתכלים בפניה או בידיה יורדין לגיהנום, והיא ענושה בעונש כל אחד ואחד מהם מפני שהחטיאה אותם ולא נהגה צניעות בעצמה ונכשלו בה".

ארחות צדיקים (ריש שער הגאוה): "האשה המתקשטת לפני אנשים בזה היא מדלקת לבם ומכנסת הרהורים בלבם, ובזה עונשה גדול מאוד שהיא נותנת מכשול לפני רבים".


די רבינו יונה און אורחות צדיקים קען זיין מיינען צו זאגן אז טאמער סאיז כלפי שמיא גליא אז זי האט געוואלט זיי מכשיל זיין ווי עס איז שטארק משמע די ווערטער פון אורחות צדיקים "שמתקשטת לפני אנשים"
און צווייטנס מן הסתם איז יעדער מודה אז סאיז דא א מדת חסידות פון צניעות, די שאלה איז נאר ווי בינדענד עס איז אלס הלכה פסוקה.
מיטוואך פעברואר 12, 2014 1:38 pm#183219
מיינע מקורות זענען א פירכא צו הוגה'ס באהויפטונג:
למעשה האט זיך לעצטענס געטון א מדובר אויפן ברייטע געוועב בנוגע די שאלה אויב מטעם תורה ויהדות איז בכלל דא א מושג פון צניעות והלכותיה אדער איז דאס א נושא וואס איז ערפינדן געווארן אין די לעצטע פאר דורות. עס איז גאר פארשטענדליך פארוואס עס זאל זיין א צד אז צניעות איז א נייע ערפינדענע זאך, נאך אלעם ווערט דער נושא בכלל נישט דערמאנט אין אלע ספרי הלכה אויף וואס אונזער אידישקייט איז באזירט. רוב היינטיגע מורי הוראה פסק'נען זייערע שאלות אין הלכות צניעות ארויס פון די ספר פונעם פוסק הדור הרב 
אה"נ זיי זענען מוסר ספרים וחסידות, מ'קען זיך אבער נישט פארהוילן פון די עונשים גדולים וואס זיי טיילן צו די נשים. גראדע אויב מ'איז מדייק אין זייערע ווערטער איז קלאר משמע אז זיי רעדן אין א פאל וואס די פרוי מיינט נישט מכשיל צו זיין מענער. זיי רעדן אלס פון די מכשול פון די מענער נישט ביי די מעשים נאר ביי די קאנסעקווענסן.
 האשה שתהא צנועה ונזהרת שלא יסתכלו בה בני אדם
 המתקשטת לפני אנשים בזה היא מדלקת לבם ומכנסת הרהורים בלבם,
אויב רעדט מען פון א מתקשטת כדי להדליק לבם, ווי אזוי פאסט צו שרייבן "בזה הוא מדלקת לבם" דאס ליגט דאך שוין אין איר מעשה הקישוט מ'דארף איר דאס נישט אויפקלערן דאס איז דאך איר כוונה מתחילה.
מיטוואך פעברואר 12, 2014 2:59 pm#183234
איך קען נישט אריינרעדן אין א סוגיא וועלכע איך האב נישט אדורכגעטוהן, אבער אין מיינע אויגן איז צניעות אזוי ווי אסאך זאכן, וואס זענען געווען אין די אמאליגע היסטאריע, אן אנגענומענע זאך אויף יעדן איינעם, אפילו אין די גוי׳שע וועלט, (נישט אריינגערעכנט די ווייטע מזרח), און דערנאך ווען די גוי׳שע וועלט איז געווארן אויפגעקלערט און אויסגעלאסן, זענען די טראדיציאנאלע מענטשן געבליבן מיו די ערכי הצניעות.
און פארשטייט זיך אז ביי אונז חסידי׳שע יידן באקומט יעדע זאך א תורה׳דיגע באדייט, אזוי ווי מאכלי שבת, וואס אונזערע באבעס האבן פונקט ליב געהאט צו קאכן, אדער די אזוי גערופענע חסידישע לבוש, וואס יעדער אייראפעישער גוי פלעגט אמאל טראגן. (עי׳ ערך האמיש).
פארשטייט זיך אז צניעות האט באקומען א שטערקערע באדייט (קען זיי אלס א רעזולטאט פון די קאמפעטישן, צווישן די דריי רעליגיעס).
אבער איך מיין אז מען דארף זיין בלינד אויף נישט צו זעהן, אז די גויישע צניעות און אויסגעלאסן איז א וויכטיגע פאקטאר אין די יידישע. וכמאמר הידוע ווי אזוי עס גויישט זיך אזוי יידישט זיך.
מיטוואך פעברואר 12, 2014 4:00 pm#183241
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:
אליצפן האט געשריבן:
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:וואס איז שייך מער ''טון בפועל'' ווי זיך אנטון רייצענד און אויפאלענד? וואס האסטע געוואלט זי זאל גיין אינגאנצן נאקעט? האסט גארנישט צוגעטראפן אליצפן.


.




איך האב צוגעטראפן צו דעם פאקט אז גיין אנגעטוען אטראקטיוו הייסט נישט מכשיל געווען, ווי געפילטע האט שוין געברענגט נאך א דוגמה. בנוגע דיין שאלה, זיך אין גוגל פאר flaunting, seduction, וועסטו זעהן אז ס'איז דא א מושג פון בפועל פרובירן איינעם מכשיל צו זיין.

אטראקטיוו יא, אבער דו האסט געשריבן ''רייצענדיג''.

ATUB @דער (פינטעל) איד ATUB איך זעי האסט שוין דא א שטיקל תכלית, ״עטרעקטיוו יא״ ערגעץ איז מען שוין אנגעקומן מיט דיר
מיטוואך פעברואר 12, 2014 4:37 pm#183252
הוגה האט געשריבן:איך וואונדער מיר פון וואו ער נעמט דאס און ביי וועלכע נאך זאכן אין אידישקייט טרעפט מען אז עס איז געוואנדן אין קולטור.

ובחוקותיהם לא תלכו.
דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 3:00 pm#183546
דר'עולם רעדט און רעדט ערשט יעצט באמערקט אז די וועלטל דא דרייט זיך איבער בזמן ווען די גמרא איז מלא וגדוש

עי' כתובות דף ע''ב

שבת ס''ב

גיטין דף צ'

סוטה כ''ב

ע''ז י''ח

תענית כ''ג


וואס פלאפעלט מען אליינס ווען אינזערע הייליגע חכמים רעדן שוין
זונטאג פעברואר 16, 2014 2:39 am#183927
הרב נאר,,, פרייליך.
איך וואלט אייך דאנקבאר געווען ווען איר זענט מעתיק די אויבנדערמאנטע גמרות.
ייש"כ למפרע
דינסטאג פעברואר 25, 2014 1:48 pm#186445
ATUB @הוגה ATUB האט געבעטן מיין דיעה דא אין זיין אשכול,
הוגה טייערער ביטע זעץ דיר דורכלערנען די אלע מראי מקומות הנ''ל, און דערנאך פרעג מיר ווייטער, איך האב עס גראדע יעצט גענדיגט לערנען, בלויז איין דוגמא וועל איך אנצייכענען, וואס גראדע דער פרייליכער ברענגט דאס לעצטע וואס איך האלט אז דאס איז גאר א שטארקער הוכחה אויף דעת חכמינו ז''ל, די גמ' תענית כ''ג ווי רבי יוסי האט געבעטן זיין טאכטער זאל נסתלק ווערן צוליב וואס א פרעמדע מאן האט אנגעכאפט א שגעון צו קוקען, זעהט אויס אז נשים זענען מצווה אויף זיך צו היטען פון יענעמס בליק,
איך הייס דיר נישט מר. הוגה זאלסט גיין מתפלל זיין ווי רבי יוסי קוק נאר אריין דארטען בדברי חז''ל.
דינסטאג פעברואר 25, 2014 1:50 pm#186446
אבער וועט א אויבערחכם זאגן אז חז"ל איז נישט הלכה...



.
דינסטאג פעברואר 25, 2014 2:01 pm#186449
דער פותח האשכול פרעגט מקור מן התורה?
ווי כאילו אפאר גרים האבען עס אריינגעברענגט, צייג איך אים אהן ווי עס געפינט זיך, דאס אז אידען האבען זיך אלס אזוי געפירט ווייס ער בעסער, ער איז נאר אן אויבערחכם און האלט אז מען ברויך עס זעהן כתובים בספר התלמוד, צייג איך עם אהן.
דינסטאג פעברואר 25, 2014 2:12 pm#186455
נאר יעצט געזעהן עפעס א גאונישער שטיקעל הוגה אז אריינלייגען פעטענס אין יענעמ'ס קאווע איז מער מושיט געווען אן איסור ווי צייגען יענעם זאכען וואס טויג נישט פאר א אידען, מקור מן התורה מנין?
דינסטאג פעברואר 25, 2014 2:36 pm#186470
על טהרות, אין הוגה׳ס ארטיקל ליגט אביסל צווי שאלות 1 איז דא מקור בחז״ל
אין אויף דעים האט מען עים גוט גיענטפערד 2 אפילו אז עס איז דא א מקור דארף מיר נאכאלץ וועלן פארשטיין פין ווי איז די איסור נובע לפני עור זעעט נישט אויס
בלייבט איבער וואס יא אמת אז מיר זעען קלאר אז עס דא א איסור וואספארא איסור איז די פרוי עובר אין עס ברויך ווען צי זיין א שיינע הלכהדיגע שמועס איך זעע נישט פארוואס עס דארף ווערן אזוי בייעס
אגב דא האט איר נאך א מקור ווי עס איז געפאסקנ׳ט לאיסור "אבל גנאי הוא לאישה שתהא יוצאה תמיד, פעם בחוץ פעם ברחובות; ויש לבעל למנוע אשתו מזה, ולא יניחה לצאת אלא כמו פעם אחת בחודש או פעמיים בחודש, כפי הצורך: שאין יופי לאישה אלא לישב בזווית ביתה, שכך כתוב "כל כבודה בת מלך, פנימה"".

– (משנה תורה לרמב"ם, ספר נשים, הלכות אישות, פרק י"ג, הלכה י"ד)
דינסטאג פעברואר 25, 2014 2:52 pm#186480
שווער צו זאגען אז פאר כל כבודה האט רבי יוסי מתפלל געווען זיין טאכטער זאל חלילה גיין מן העולם, עס קוקט אויס מער אלס'ן חטא פון מכשיל זיין יענעם,
מיין הויפט הערה איבער הוגה'ס צוגאנג איז געווען ווי אהן א מקור געט ער א פיר אויס מיט פאטאס אז צייגען אן אומאיידעל בילד פאר א מענטש איז ווינציגער ווי לייגען א שטיקעל טריפה אין יענמ'ס גלעזל קאווע,
כמדומה לי אז עס איז גרינגער צו אפהאלטען זיך פון טרינקען די קאווע על אף יענער האט מושיט געווען דערין אן איסור, לייכטער ווי זיך היטען ווען יענער צייגט אן אומאויסגעהאלטען בילד.
דינסטאג פעברואר 25, 2014 4:04 pm#186547
ווער בעהט מקורות אויף צ יעות, מען רעדט מקורות אויף סימס אין די טייץ און מקורות אויף ווי ווייט דער סקורט דארף לויפען אונטער די קניען וכו'.

די אלע זאכען פין בויך ארויס, עורבא פרח.
דינסטאג פעברואר 25, 2014 4:15 pm#186553
האסט ניש מעיין געווען אין די פראגע פינעם פותח האשכול, ער האט גע'טענה'ט אז בעצם דאס מושג צניעות איז נישט מקורו בד''ת.

די אלע פרטי הצניעות קענט איר באזינדער עפענען אשכולות און דן זיין דערין.
דינסטאג פעברואר 25, 2014 4:16 pm#186554
קאנצעפט האט געשריבן:הרב נאר,,, פרייליך.
איך וואלט אייך דאנקבאר געווען ווען איר זענט מעתיק די אויבנדערמאנטע גמרות.
ייש"כ למפרע

איך האניש יעצט קיין צייט מעגלאך שפעטער.
דינסטאג פעברואר 25, 2014 4:23 pm#186559
על טהרת הקודש האט געשריבן:שווער צו זאגען אז פאר כל כבודה האט רבי יוסי מתפלל געווען זיין טאכטער זאל חלילה גיין מן העולם, עס קוקט אויס מער אלס'ן חטא פון מכשיל זיין יענעם,
מיין הויפט הערה איבער הוגה'ס צוגאנג איז געווען ווי אהן א מקור געט ער א פיר אויס מיט פאטאס אז צייגען אן אומאיידעל בילד פאר א מענטש איז ווינציגער ווי לייגען א שטיקעל טריפה אין יענמ'ס גלעזל קאווע,
כמדומה לי אז עס איז גרינגער צו אפהאלטען זיך פון טרינקען די קאווע על אף יענער האט מושיט געווען דערין אן איסור, לייכטער ווי זיך היטען ווען יענער צייגט אן אומאויסגעהאלטען בילד.

דאס איז נישט דיין רוף, נאר חז"ל'ס און די ראשונים'ס. דאס איז אן אריינגיין אין וואס עס מיינט זיך היטן. היטן פון א קרי? פון הרהורים רעים? פון מזנה זיין?
דינסטאג פעברואר 25, 2014 6:30 pm#186598
די פותח האשכל האט טאקע געפרעגט אויב עס איז בכלל דא א מקור פאר צניעות אין די תורה, געמיינט האט מען - פארשטייט זיך - אויב מיר טרעפן אין חז"ל, ראשונים אדער אין די ספרי יסודות ההלכה אזא ענין בכלל. די פותח האשכל האט בכלל נישט געצויגן קיין שום מסקנות נאר האר אראפ געברענגט אפאר מאמרים אין דער נושא מיט די האפענונג אז די טייערע חברים דא קענען צוזאמען אדורך שמועסן און מלבן זיין דער נושא. עס איז למותר צו ארויסברענגן אז א סיסטעמאטישע געמאסטענע צניעות פון פיר אינטשעס, אכציג דעניער, געדעקט ביז דא און דא, לענג פון די שייטל, קאליר פון די מעיקאפ און נעגל זאלב, שמאלקייט אדער ברייטקייט פון קליידער איז אויסגעזויגן פון ארבל ארויס און האט נישט קיין מקור. די גאנצע שאלה דא איז אויב צניעות האט בכלל א מקור אדער נישט, און אויב יא וואס מיינט צניעות און וואס איז די סיבה דערויף. לאמיר זעהן וואו מען האלט דערווייל. (כמובן, אז די וואס האבן סתם אריינגעווארפן תגובות אן אדורך טון די ערשטע פאוסט אינעם אשכל האב איך נישט וואס צו ענטפערן בכלל.)

מאטי האט געשריבן:רבינו יונה (אגרת התשובה או ע"ח ובספרים אחרים אות נ"ח) וז"ל: "וצריכה האשה שתהא צנועה ונזהרת שלא יסתכלו בה בני אדם חוץ מבעלה, שהמסתכלים בפניה או בידיה יורדין לגיהנום, והיא ענושה בעונש כל אחד ואחד מהם מפני שהחטיאה אותם ולא נהגה צניעות בעצמה ונכשלו בה".


דאס איז לדעתי גאר א שטארקע מקור, און עס זעהט אויס אז די רבינו יונה האט אנגענומען אז צניעות מיינט נישט זיין אויפאלאנד (כעין שיטת הרבנית טיקוצ'ינסקי) און די טעם איז כדי נישט מכשיל צו זיין מענער מיט הסתכלות. כמדומני (קען זיין איך בין זיך טועה) אז די איסור הסתכלות נאר ביי אן אשה נשואה, אויב אזוי רעדט די רבינו יונה נאר פון נשואות. עכ"פ, א פרוי וואס גייט מיט די אייגענע האר לדוגמא אבער עס איז נישט אויפאלאנד איז לכאורה נישט עובר אויף צניעות.

נאר,,פרייליך האט געשריבן:דר'עולם רעדט און רעדט ערשט יעצט באמערקט אז די וועלטל דא דרייט זיך איבער בזמן ווען די גמרא איז מלא וגדוש
עי' כתובות דף ע''ב
שבת ס''ב
גיטין דף צ'
סוטה כ''ב
ע''ז י''ח
תענית כ''ג
וואס פלאפעלט מען אליינס ווען אינזערע הייליגע חכמים רעדן שוין


עי' בבא בתרא דף קל"כ
מנחות ב"פ
עירובין צ"ז
קידושין ט"ו
סוטה מ"ט
נדה כ"א ובתוספות שם
רא"ש גיטין מ"ד
ירושלמי פסחים י"ב ובפני שבת
פסיקתא זוטרתא פי"ח
וואס פלאפעלט מען אליינס ווען אינזערע הייליגע חכמים רעדן שוין... א פרייליכע פורים.

רבותי, אין די ערשטע מאמר האט מען אראפ געלייגט שטארקע יסודות, גוטע ראיות און קושיות, מיר ווייסן אז אין חדר און אין שולע האט מען אונז געלערנט מיט א פשטות אז צניעות אין קליידונג וכדומה איז פון די יסודות אין אידישקייט, מיר ווילן אבער וויסן פון וואו עס נעמט זיך. ווען און פארוואס האט זיך דאס אנגעהויבן. די עיקר סוגיות ומקורות ווערן געברענגט אין די מאמרים צוגעצייכנט אין די ערשטע מאמר, אדרבא, אויב האט איר א מהלך וויאזוי מיישב צו זיין די סוגיות כהלכתן און צייגן א מקור, מיר קוקן ארויס דערויף בכליון עינים.


.
דינסטאג פעברואר 25, 2014 9:06 pm#186683
הוגה

האסט א גרויסע טעות אז די לאזט דיך נארען פין דעם שטיקעל רבינו יונה.

ער מיינט בכלל נישט דאס, פין נישט זיין אויף פאלענד.

ער מיינט נישט גיין אין די גאס בכלל כדרכן של הנשים במדינות ספרד בימיו.

זעלטען וואס א פרוי איז ארויס געגאנגען מחמת צניעות.

פונקט אזוי ווי אין יענעם זעלבען שטיקעל זאגט ער אז "ותהא האשה צנועה בטבילתה ותבוא דרך צניעות מן הטבילה, וכן תהא צנועה בכל מעשיה".

זייזשע מסביר ווי אזוי א פרוי קען זיין נישט אויף פאלענד בשעת הטבילה? אלא מאי נישט דאס רעדט מען דא בכלל.

מען רעדט בשעת טבילה זאל זי זיין צנועה, נישט גיין על חוף הים, און טאמער יא, ארלעדיגען איינער זאל האלטען א בגד פרושה כדי מען זאל זי נישט זעהן, און זאל קומען דרך צניעות, דהיינו גיין אין די זייט, און צנועה בכל מעשיה, נישט שרייעדיג און טוהן זאכען וואס ברענגען מען זאל קוקען אויף זי.

יעצט איז אזוי, אונז היינט טוהן "נישט" דאס וואס די רבינו יונה וויל. סא גיוו מי א ברעיק, און ברענג נישט קיין ראיות לחצאין פין זיינע ווערטער אז וויבאלד ער זאגט צנועה, ממילא מיינט אז היינט דארפען אונזערע פרויען גיין אנגעטוהן מיט א זאק.

און דער אמת איז אז פרץ הורוויץ האט בכלל נישט קיין פראבלעם ווייל ער קוקט דאך נישט ווי ער גייט אריבער די גאס, און וואקט אריין אין קארס, און איך בין זיכער אז ווען ער זעהן אונזערע אידישע פרויען מיינט ער אז זיי זענען גוים.....
דינסטאג פעברואר 25, 2014 9:11 pm#186685
עס זעהט נישט אויס אז לדוגמא די גמ' תענית כ''ג האסטו געלערנט ווען יא רעדסטו נישט אזויפיל, כמדומה אז די גמ' איז נאך בעפאר די רבינו יונה און מען זעהט זייער קלאר אז דאס אז מענטשען ווערן נכשל בראי' פון א פרוי איז א פראבלעים.

יעצט אז די ביסט פערטיג מיט דעם העלמיר גיין צו די נעקסטע גמרא.
מיטוואך פעברואר 26, 2014 12:01 am#186752
שוין איך נעם א גמרא, און לערען אדורך גאנץ עמוד א', און איך טרעף דער גמרא וואס נאר פרייליך הייסט לערנען.

די גמרא זאגט אזוי

תלמוד בבלי מסכת תענית דף כג/ב
מאי טעמא כי מטא מר למתא נפקא דביתהו דמר כי מיקשטא אמר להו כדי שלא אתן עיני באשה אחרת


שטייט אין די גמרא אז די ווייב פין אבא חלקי' איז ארויסגעקומען מחוץ לעיר "מקושטת", ד.ה. וויאזוי מען גייט אנגעטוהן אויף א חתונה.

האבען די רבנים געפרעגט פארוואס? (אפשר איז עס געוועהן פרץ? עה קען דאך נישט זיין, גייט אים אהן צו עס רעגענט יא אדער נישט?).

האט ער גענטפערט, כדי שלא אתן עיני באשה אחרת.

מכאן יוצא אן אנדערע עצה אויף די "געפערליכע" סכנה וואס איז דא אין די גאס, פרץ זאל נישט מער נישט ווייניגער נאר הייסען זיין ווייב גיין "מקושטת" אין די גאס, און זאל אנטוהן די גלעזער אין די גאס, און אגאנצער צייט זאל ער קוקען אין זיין ווייב'ס צורה, אזוי וועט דער גאס מער נישט זיין א מקום סכנה.......

לכאורה האט אבא חלקיה געהאט אן אנדערע עצה, פארוואס האט ער געדארפט מכשיל זיין די רבנים מיט זעהן זיין אשה מקושטת (זיי האבען דאך געזעהן, ווייל זיי האבען דאך געפרעגט וועגען זי), ער האט געקענט מאכען אן אסיפה רבתי מיט א הסכמה פין רב וואזנער, און אסר'ן אלע פרויען צו גיין מקושטת אין די גאס, און פראבלעם געסאלווט, נישטא מער קיין אישה אחרת צוקוקען אויף? אלא מאי כדאמרן.

יעצט "נארפרייליך" ביטע זיי מסביר וואס די האסט געוואלט אפלערנען פין די גמרא לשיטתך.
דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 2:09 pm#224719
  ATUB @הוגה ATUB , שכח פאר דיין לאנגן מאמר, כ'האב באמת הנאה געהאט. טאקע שפעט, אבער למעשה האב איך דאס נאך געמאכט בעפאר נעילת השנה.
זונטאג יוני 19, 2016 5:39 pm#338286
יעצט געליינט דעם ארטיקל פון הגאון ATUB @הוגה ATUB , זיך באלעקט די פינגער ווי אייביג.

טראץ דעם וואס זיי זענען נישט מצווה אויף ולא תתורו


במאמר המוסגר: איך האב שוין לאנג געוואלט מלבן זיין די פסוק "ולא תתרו אחרי לבבכם ואחרי עניכם". ווען איינער שרייבט איבער די ענין פון ראיות אסירות באציהט מען זיך צו ולא תתרו וכו'. עס איז דא עטליכע שטארקע הערות ווען עס קומט צו די פשוט פשט של מקרא פון ולא תתרו.

אויב נעמט זיך די גאנצע איסור פון דעם פסוק זענען מיר אויף געבראכענע צרות. צום אלעמען ערשט קומט די גאנצע דיוק פון ספרי: ולא תתורו אחרי לבבכם' - זו מינות, 'ואחרי עיניכם' - זו זנות. יעצט, די תורה איז נישט געשריבן געווארן ברמיזא. אלע לאוין שטייען בפשוטו של מקרא.

שטעלט אייך פאר, אנשטאט - ולא תתשקרו איש בעמיתו - שטייט: ולא תלכו אחרי לבבכם אשר אתם משקרים אחריהם. און אזוי ווייטער אויף אנדערע הונדערטער לאוין. למעשה, וויאזוי עס איז משמע פון די פסוק, פארציילט די פסוק א מעשה: "אשר אתם זונים אחריהם", די תורה זאגט, איך ווייס אז אתם זונים. אין פאקט איז די איינציגסטער מאל אין די פאראגראף וואו עס ווערט דערמאנט איבער זנות זאגט דאס תורה אלס א מציאות, נישט אלס א לאו. די תורה זאגט נישט: ולא תזנה אחרי עניכם. אויף אידיש: קער דיך נישט נאך דיינע אויגן וואס זענען מזנה. נעמט זיך דען די גאנצע לאו פון א דיוק? די גאנצע איסור פון א רמיזה? די גאנצע איסור פון א רעקאמאנדאציע פון: ולא תתרו? איך זאג נישט אז די פסוק האט נישט גענוג חומר אויף די איסור הסתכלות, אבער אויף א איסור גמור בפירוש מדאורייתא וואלט געדארפט שטיין: אסור לצפות על נשים.

אודאי געוויס לערנט מען ארויס טויזענטער זאכן בפרד"ס.

לכאורה איז די שטערקסטע [בעסטע] מקור פון די פסוק: כי ה׳ אלוקיך מתהלך בקרב מחניך וגו׳ והיה מחניך קדוש ולא יראה בך ערות דבר ושב מאחריך״.
זונטאג יוני 19, 2016 6:16 pm#338296
Re: מקור לצניעות מן התורה מנין
לויט חז״ל איז עס ערות דיבור דוקא קריאת שמע.