האבנדיג שייכות מיט די סארט ענינים, וויבאלד מענטשן פרעגן מיר טיילמאל בשתיקה אדער אפענערהייט, ווי אזוי זיך נוהג צו זיין אין די ענינים, פארמאג איך אביסל עקספיריענס און נאלידזש אין דעם גאנצער פרשה. לעולם וואלט איך געקענט אפשרייבן א גאנצע מגילה, וויבאלד עס איז נישט אזוי פשוט און נישט אזוי אויף איין פיס, און איך האף בעז"ה, ארויסצוקומען מיט א ספר, הן אין דער השקפה'דיגער חלק, הן אין די תורה'דיגע חלק, והעיקר - דאס וואס מען דעבאטירט דא - די רוחניות'דיגע און גשמיות'דיגע ערציאונג פון דעם בחור, פארנדיג קיין ארץ-ישראל בכלל און מיר בפרט, וואס דאס לאזט אים איבער.
אויף אזויפיל וועל איך שרייבן יעצט בלויז אין קורצן, אז עס איז אנטשטאנען א שינוי לטובה אין די ענינים אין די לעצטע יארן, נישט צוליב א גוטע סיבה, נאר ליידער צוליב א שלעכטע סיבה, וואס האט גורם געווען א שינוי לטובה אין די ענינים, ווי פאלגענד:
בשנים קדמוניות, ביז אפאר יאר צוריק, ווען א בחור איז געפארן לערנען קיין ארץ-ישראל, איז ער געווען הפקר (נישט אלע, אבער א גרויסער פראצענט פון די בינונים, וואס אין אמעריקע וואלטן זיי געווען בעסער אוועקגעשטעלט). ער פלעגט ארויסגיין אויף די גאס, רחוב יפו, סינימא סיטי און אפילו כשר'ע פלעצער, אבער ער פלעגט זיך דרייען ליידיג אויף די גאסן במשך דעם טאג, פאררייכערן ציגערעטלעך, זיך אנטרעפן מיט אלע מינים פערשוינען וואס דרייען זיך ברחובות העיר, כשר'ע ווי נישט כשר'ע, און די רעזולטאטן זענען געווען ווייט פון געוואונטשן. דאס איז שוין געווען אפילו א בחור וואס האט אכטונג געגעבן זיך צו דרייען בלויז אין כשר'ע פלעצער, אבער... דער מצב האט ווייט נישט געטויגט.
אין די לעצטע יארן האבן זיך זאכן געטוישט, צוליב עטליכע סיבות:
די ערשטע זאך איז דער סמארטפאון, דער אייפאון, וואס איז נישט קיין געוואונטשענע זאך - בפרט פאר א חרדי'שער בחור וואס ווערט אויפגעצויגן אין א כשר'ע סביבה. דאס איז זיכער לכל הדיעות, אז איינער וואס ווערט אויפגעצויגן אין א סביבה אזוי ווי אונזער, איז צו יונג ביי די זעכצן יאר זיך צו דערשנאפן צום אייפאון. ביי אנדערע קולטורן וואו מען לעבט אנדערש, שאדט עס אפשר נישט, אבער ביי אונז וועט יעדער מודה זיין, אז ארויסקומען פון אזא פארמאכטקייט צו אזא אפנקייט, איז פשוט א גשמיות'דיגע סכנה פאר א קינד אין די יארן, וואס קומט פון אונזער סביבה (נישט בעסער פון מאלעסטעישן, ודו"ק).
וואס עס געשעט אצינד איז, אז בחורים וואס פארן לערנען קיין ארץ-ישראל - אין די אפענע ישיבות - באקומען מער שאנסן זיך צו דערשנאפן צו א סמארטפאון און דאס פארמאגן - קיינער שטערט אים נישט. אין די היינטיגע טעג איז זייער שכיח, א בחור וואס באזיצט א סמארטפאון אין א דירה'לע אין ארץ-ישראל, שטייט אויף דערמיט, ער קוקט ווידאוס און גליטשט אויף סייטס א גאנצן טאג, ער קומט קוים ארויס פון זיין דירה און איז פארנומען מיט זיין סמארטפאון יומם ולילה, שלאפט איין דערמיט און שטייט אויף דערמיט. איך האב געהערט פון עסקנים אז צומאל קען מען דאס דערקענען אויף א בחור, ער קומט ארויס פון זיין דירה, כאילו ער לאנדעט יעצט אויף א נייעם פלאנעט, ער קומט אראפ פון די לבנה... ער ווייסט קוים וואו ער געפינט זיך, מען קען עס זען אויף זיין פנים, והמבין יבין...
דאס איז טאקע א געפערליכע זאך בגשמיות, אבער ברוחניות איז דאס נאר א ברכה פאר א בחור וואס געפינט זיך אין ארץ-ישראל (בעסער וואלט געווען ווען ער איז בכלל נישט דארט...) אנשטאט זיך ארומצודרייען אין די גאסן און עובר זיין אויף חמורות שבתורה (אין ערגסטן פאל), אדער אפ'בטל'ען און זיך אנטרעפן מיט כל צרי וכל זאב אין מאה שערים אדער אין מירון (אויפן בעסערן אופן), זיצט ער ביי זיך אין דירה, זינדיגט בינו לבין עצמו (איך נעם נישט אוועק פון דעם ביטערן חורבן דערפון), אבער מאכט נישט קאליע זיין נשמה אויף דעם ביטערן פארנעם אזוי ווי אין די ימי קדם... העכסטנס בטל'ט ער אפ אפאר יאר, שלאפט דורך נפשיות'דיג א תקופה פון זיין לעבן, האט חתונה און סעטלט זיך.
די צווייטע סיבה פארוואס היינט איז בעסער פון אמאל, איז אויך צוליב די סמארטפאונ'ס און אייפאונס. היינט איז געווארן א קליינער וועלט, מען קען אין אן אויגן-בליק וויסן וואס דיין זוהן טוט אין ארץ-ישראל. איך ווייס פאר א פאקט אז בחורי חמד ציטערן זיך צו דרייען אין די גאסן, און זיך אויפפירן אומפארווארנטליך, צוליב דעם וואס יעדער קען היינט נעמען בילדער פון וואו אימער... נאר דאס פעלט אויס פאר א בחור אז אלע זיינע חברים, כולל זיין טאטע און מאמע, זאלן זיך דערווישן צו א בילד פון אים, אנגעטאן נישט ווי א חסידי'שער בחור (אויפן בעסטן פאל). אין פאקט זענען היינט פיל ווייניגער בחורים פלאצירט אויף רחוב יפו והגלילות אדער אין תל-אביב, מען דרייט זיך ווייניגער במקומות המתועבים, צוליב די פחד פאר בילדער. יעדע מאל א בחור זיצט איבער א סמארטפאון און עס קומט ארויף א פריש בילד אדער ווידאו פון א חסידי'שער בחור אדער יונגערמאן, פארשטעלט מיט די פיאות אונטערן אויער (כאילו קיינער דערקענט נישט...) און פירט זיך נישט אויף איידל... גייט דאס אריין פארן בחור אין די ביינער און ער באשליסט אונטערן באוואוסטזיין אז ער וועט נישט זיין דער קומענדיגער קרבן.
וואס עס בלייבט פארן בחור צו טון איז, בלייבן זיצן אויפן סמארטפאון, באהאלטן אין זיין דירה אין ירושלים! - דאס איז די בעסטע וואס ער קען טון.
דיסקלעימער: איך בין נישט אויסגעשפראכן גענצליך קעגן שיקן בחורים קיין ארץ-ישראל מצד מצב הקדושה וההפקרות (איך רעד נישט מצד השקפה וציונות, וואס דאס איז א באזונדערע מסיכתא, איך באציה זיך דירעקט בלויז איבער דער מצב ההפקרות). עס זענען פאראן בחורים וואס איך וואלט זיי אהינגעשיקט, וויבאלד מען קען זיי מער טראסטן, און מען דארף אמאל געמבלען מיט א נשמה אויך, אויב איז פאראן גוטע אויסזיכטן אז ער קען דארט שטייגן. איך רעד בלויז איבער דער סכנה וואס א גרויסער טייל פון די בחורים פארמאגן יא אין ארץ-ישראל, אז אין א געוויסער פרט איז לעצטנס פיל בעסער געווארן אין דעם הינזיכט.