אודאי דארף יעדער קענען זיין בחור אבער איך קען נאר צולייגן מיין מיינונג איך האב דערט געלערענט און וואס איך קען זאגען אז די יסוד איז אויב מען געפונט זיך אין א גוטע דירה מיט גוטע חברים געווענליך פאלט מען נישט ארויס, און די פאקט איז אז רוב היימישע בחורים עכ"פ די וואס זענען געווען געהעריג אין ישיבה דאהי די זיצען דארט אויך אין ביהמ"ד פארשטייט זיך אז מען ליפטערט זיך אויך אויס אבער עס איז דא גענוג וועגען דאס צו טוען על טהרת הקודש מען א שבת אין צפת דאס האט ממש אלע טעמים פון גיין אויף קברי צדיקים אליין קען מען זיך אסאך אויסגעבען, וכו' די ישיבה איז גענוג קאלירפול אז יעדער קען זיך טרעפען דאס פלאץ און עס איז ממש א ישועה פאר אן עלטערן בחור אויב נישט די איינציגסטע עס איז נאך דא אסאך צו צוגעבען אבער ודי בזה.