פרייטאג יוני 11, 2021 7:19 pm#475461טיכטיגער: ביידע אויסדרוקן זענען ריכטיג...!ס'איז דא א דריטער (א שטיקל סלענג) אויסדרוק. אדער וועג פון שרייבן...."אייבישטער"...!
מוצ"ש יוני 26, 2021 10:25 pm#476680דוכט זיך אַז „אויבערשטער” שטאַמט פון אונזער אויסשפּראַך – דאָס הייסט פון די ליטווישע/רייסישע אידן וואָס אונטערשיידן ניט צווישן אַ חולם מיט אַ צירה. אַזוי ווי דער שורש איז דאָך „אויבן”, וואָס אַלע שרייבן מיר מיט אַ חולם, איז באַ אונז געוואָרן אויבערשטער. עס זיינען דאָ נאָך אַ פולע ווערטער אַזעטיקע, ווי „אויפהויבן”, „גלויבן”, „בוימער” און דאָס גלייכן.
מאנטאג יוני 28, 2021 12:12 am#476747דוראק: דו ביסט גערעכט. אבער דער גאליציאנער/אונגארישער אויסשפראך איז א ביסל אנדערש.דער ירושלימ'ער (טשאלמער) אויסשפראך איז ווי דער ליטיווישער. מסתמא. ווייל א סאך (א פולע) פון די טשאלמערס שטאמען פון די תלמידי הגר"א וועלכע האבן זיך באזעצט אין ירושלים עיה"ק...!
מאנטאג יולי 26, 2021 9:00 pm#478370איינער קען מיך זאגן ווי אזוי מען זאגט דאס ווארט "צוגעפאסט" אין ענגליש ווצב"ש א צוגעפאסטע שידוך?
מאנטאג יולי 26, 2021 9:02 pm#478371Re: פראגעס אויף שפראך און גראמאטיקשמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:איינער קען מיך זאגן ווי אזוי מען זאגט דאס ווארט "צוגעפאסט" אין ענגליש ווצב"ש א צוגעפאסטע שידוך?suitable