Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » לוי יצחק פאלקוויטש געט ארויס א סידי!!!

לוי יצחק פאלקוויטש געט ארויס א סידי!!!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
90 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 91 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #6121
מיטוואך מערץ 19, 2014 12:26 am#191240
לוי יצחק פאלקוויטש געט ארויס א סידי!!!
יעצט קומט אריין די נייעס אז די באקאנטע זינגער ווי מען רופט אים לוי פאלקוויטש גרייט זיך שוין ערענסט ארויסצוגעבען זיין ערשטע סידי.

אויסער איינמאל וואס פרייליך בענט האט אים גענומען צו זינגען אויף זייער סידי וואס איז נאר געווען א קאלעקציע פון אלטע ניגונים.

ער האט אנגעפאנגען זיין קאריע ביי שירה קווייער אבער מען האט גלייך געזען אז ער באלאנגט נישט דארט נאר ער קען וואקסען אסאך העכער, ער זינגט אסאך מיט פרייליך בענט.

אויפען בילד רעכטס: די באקאנטע נייע שטערן אין די עולם הנגינה ובפרט בעולם הבדחנות אברהם מרדכי שווארץ.
לינקס מיט די אראנטשירער יואלי דיקמאן מיט יוסי רובין.
מיטוואך מערץ 19, 2014 1:28 pm#191303
סאשי פיש האט געשריבן:אויפען בילד רעכטס: די באקאנטע נייע שטערן אין די עולם הנגינה ובפרט בעולם הבדחנות אברהם מרדכי שווארץ.
לינקס מיט די אראנטשירער יואלי דיקמאן מיט יוסי רובין.

ביסט אפשר לעבן א שפיגל?

רעכטס צו לינקס: יוסי רובין, יואל דיקמן, לוי פאלקאוויטש (אזוי ווי דו רופסט נישט ליפא - אלעזר ליפא), און אברהם מרדכי שווארץ.
דאנערשטאג מערץ 20, 2014 12:59 pm#191529
לוי מיט יואלי דיקמאן, דאס דארף זיין פיינע נייעס!!
דאנערשטאג מאי 08, 2014 8:50 pm#199689
איז אפשר איינער נעכטן געווען ביי די דינער פון מקוה u s a וי ר' לוי יצחק מיט ר' רברהם מרדכי האבן געדארפט אראפצולייגן עפעס א גוט'ס

איז עס טאקע געלונגען?
זונטאג מאי 11, 2014 10:51 am#199894
באקומען די מקוה יו עס עי פרעזענטעישאן, לוי יצחק זינגט בלויז עטליכע שטיקלעך סאלא, אבער איז זייער פיין.

אגב ווייסט איינער אויף וועלכע טאן זיי זענען ביים סוף?
מיטוואך יולי 09, 2014 12:31 pm#211032
געהרט יעצט אז לוי פלאנט ארויסצוקומען תיכף נאך דריי וואכן
זונטאג יולי 13, 2014 12:51 pm#211529
לוי מיט א נייע קנייטש און די ניגון השבעתי m http://www.youtube.com/watch?v=nyQ7WVkZzsg m
זונטאג יולי 13, 2014 1:09 pm#211532
זייער קיוט געזינגען... אבער נאטירלעך/אריגינעל איז נאך אסאך שענער..
זונטאג יולי 13, 2014 9:05 pm#211577
קליגער אינגערמאן האט געשריבן:זייער קיוט געזינגען... אבער נאטירלעך/אריגינעל איז נאך אסאך שענער..

ווייסט פארוואס? שא זאג נישט קיינעם ער קען פשוט נישט זינגען.
זונטאג יולי 13, 2014 11:01 pm#211588
ס'איז נישט קיין פרישער קנייטש, ער פאלואט פשוט דעם אומקאנווענסיאלע "מיינאר קארד" וואס די קווייער זינגט אונטער...
דאס איז ארגינעל פונעם סידי.
זונטאג יולי 13, 2014 11:25 pm#211594
שוין לאנג נישט געזעהן שירה אין אזא דעפרעסטע צופארעניש. זענען פארלוירן ווי אזוי מיט צו גיין מיט דעם אומערווארטענע השבעתי סטייל.
זונטאג יולי 13, 2014 11:46 pm#211595
דאס פאסט מער פאר יואלי גרינפעלד אזוי צו זינגען
מאנטאג יולי 14, 2014 12:27 am#211601
וועמענס דורכפאל ביי 32? m http://www.youtube.com/watch?v=RUJlr7EJ5hI m
מאנטאג יולי 14, 2014 12:52 am#211603
משבק האט געשריבן:וועמענס דורכפאל ביי 32? http://www.youtube.com/watch?v=RUJlr7EJ5hI

זיי זענען פשוטע יומענבינס.. פרעה האט נישט געמאכט קיין מיסטעיקס...
פרייטאג יולי 25, 2014 2:37 pm#213761
דברים ככתבן האט געשריבן:
קליגער אינגערמאן האט געשריבן:זייער קיוט געזינגען... אבער נאטירלעך/אריגינעל איז נאך אסאך שענער..

ווייסט פארוואס? שא זאג נישט קיינעם ער קען פשוט נישט זינגען.

הלוואי זאלן אלע "נישט קענערעס" אויסזען אזוי ווי אים
מוצ"ש אוגוסט 30, 2014 10:57 pm#219978
לוי פאלקוויטש איז יעצט אין ארץ ישראל וועגן זיין נייע סידי. אויפן בילד זעט מען די ארענזשיר יואלי דיקמאן!
מוצ"ש אוגוסט 30, 2014 10:59 pm#219981
אה אה. דער אלטער סאשי איז צוריק. נעתר לבקשתינו.
מוצ"ש אוגוסט 30, 2014 11:00 pm#219982
ווי אויך האט ער זיך געטראפען מיטען בעל מחבר פון די באקאנטע ״הסתרה״ ניגון יואלי קליין.
(מיט די שווארצע בארד)
מוצ"ש אוגוסט 30, 2014 11:52 pm#220005
די ניגון אני ישנה, אדער ווי אנדערע קענען עס אין אידיש "מאורות נתן" פון יואלי קליין, גייט זיין אויפן אלבום אי"ה.
זונטאג אוגוסט 31, 2014 12:06 am#220010
מיינסט דאס ?
די ווערטער
“אני ישנה וליבי ער, קול דודי דופק: פתחי לי”
פתחי לי, יעצט פאר מיר, עפענט אויף דיין טיר, פתחי לי.
קלאפ, קלאפ, קלאפ ביים טיר, קלאפ, קלאפ רעדט צו מיר, קלאפ, קלאפ, איך בין מיט דיר, קלאפ, איך קלאפ צו דיר.
זונטאג אוגוסט 31, 2014 12:11 am#220013
יאפ! לכתחילה האט ער עס געמאכט אויף אנדערע ווערטער פאר ישיבת מאורות נתן, און הערשט נאכדעם האט ער עס ארויפגעלייגט אויך אויף אני ישנה.
מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 8:51 pm#224543
מצטמק ויפה האט געשריבן:יאפ! לכתחילה האט ער עס געמאכט אויף אנדערע ווערטער פאר ישיבת מאורות נתן, און הערשט נאכדעם האט ער עס ארויפגעלייגט אויך אויף אני ישנה.

וואטש עס דא
דינסטאג אקטאבער 07, 2014 1:17 pm#227994
wow
דינסטאג אקטאבער 07, 2014 4:36 pm#228076
סאשי פיש האט געשריבן:ווי אויך האט ער זיך געטראפען מיטען בעל מחבר פון די באקאנטע ״הסתרה״ ניגון יואלי קליין.
(מיט די שווארצע בארד)

דאכט זיך אז ישעיה גראס איז דער בעל מחבר
יואלי קליין איז געווען דער זינגער און פארשפרייטער
דינסטאג אקטאבער 07, 2014 4:50 pm#228079
יא, גראס איז דער בע''מ
מיטוואך אפריל 22, 2015 1:21 am#268432
לוי יצחק פאלקוויטש געט ארויס א סידי!!!
חברה די סידי קומט שוין אט אט ווארטס אויס.

לוי ביים זינגען ביי שרגי געשטעטנער סטאדיא
ImageUploadedByTapatalk1429680086.650546.jpg
ImageUploadedByTapatalk1429680086.650546.jpg (96.93 KiB) געזען געווארן 5759 מאל


מענדי הערשקוויטש פון פרייליך מיט אברהם מרדכי שווארץ ביים ארבעטען אויף די סידי
ImageUploadedByTapatalk1429679945.560418.jpg
ImageUploadedByTapatalk1429679945.560418.jpg (205.07 KiB) געזען געווארן 5759 מאל
מיטוואך אפריל 22, 2015 1:25 am#268433
קוקט נישט אויס ווי הערשקאוויטש אין די לעצטע בילד
זונטאג אפריל 26, 2015 6:38 pm#269835
איינער ווייסט ווער ס'גייט מיקסן דעם סידי?
מיר האבן לוי און דיקמאן... גאר גוטע נייעס. א גוטע מיקס וועט זיין די וויכטיגסטע חלק צו פארענדיגן דעם אלבום פראפעסיאנאל.
זונטאג אפריל 26, 2015 8:55 pm#269863
די בילדער זענען ביידע שרגי געשטעטנער.
דאנערשטאג מאי 07, 2015 12:11 pm#273210
Re: לוי יצחק פאלקוויטש געט ארויס א סידי!!!
מיט משה קרויס
ImageUploadedByTapatalk1431015078.299959.jpg
ImageUploadedByTapatalk1431015078.299959.jpg (101.54 KiB) געזען געווארן 5663 מאל
דינסטאג יוני 02, 2015 9:44 pm#280010
נו ווען קומט עס ארויס?
דינסטאג יוני 02, 2015 10:20 pm#280020
ס'געווען געפלאנט אויף פאר שבועות אבער א צווייטער איז ארויס דער זעלבער צייט, מוז ער יעצט ווארטן אויף א שפעטערע זמן כדי צו זיין אליינס דער היט אן קאמפעטישאן, און מיט די פילע אטענשאן געריכטעט בלויז פאר זיין סידי
דינסטאג יוני 02, 2015 10:29 pm#280023
ווי לאנג פלאנט ער צו ווארטען?
דינסטאג יוני 02, 2015 10:35 pm#280026
ביז דער עולם וועט בארד ווערן פון יענע סידי
מאנטאג יולי 20, 2015 7:56 am#290162
Re: לוי יצחק פאלקוויטש געט ארויס א סידי!!!
סאשי פיש האט געשריבן:מיט משה קרויס
ImageUploadedByTapatalk1431015078.299959.jpg

מערקט דעם טעיפ ריקארדער אויפן טיש.
מאנטאג יולי 20, 2015 9:44 pm#290419
Re: לוי יצחק פאלקוויטש געט ארויס א סידי!!!
Official release date of my debut album B"H this coming Monday July/27. #AchakeLoi m http://t.co/yQVSZVRdHq m

uploadfromtaptalk1437443097809.jpg
uploadfromtaptalk1437443097809.jpg (52.33 KiB) געזען געווארן 5354 מאל
מאנטאג יולי 20, 2015 9:47 pm#290420
סביב העולם האט געשריבן:
IMG-20150720-WA0113.jpg

גאנץ cool, ווער האט געמאכט די גראפיקס?
מאנטאג יולי 20, 2015 9:49 pm#290421
Re: לוי יצחק פאלקוויטש געט ארויס א סידי!!!
פריעד באטשי האט געשריבן:
סביב העולם האט געשריבן:
IMG-20150720-WA0113.jpg

גאנץ cool, ווער האט געמאכט די גראפיקס?

זעליג אייגער final touch
מאנטאג יולי 20, 2015 10:17 pm#290431
סידי
מיטוואך יולי 22, 2015 6:19 pm#291063
אי קען קוים ווארטען עס צו קויפען. דאכט זיך אז היי יאר קען מען שוין להלכה הערען מוזיק גראד מוצאי תשעה באב אלץ א תענית נדחה. איינער ווייסט מער?
דאנערשטאג יולי 23, 2015 8:34 pm#291419
Re: לוי יצחק פאלקוויטש געט ארויס א סידי!!!
/
זונטאג יולי 26, 2015 8:08 am#291719
Re: לוי יצחק פאלקוויטש געט ארויס א סידי!!!
שוין דא צו באקומען אין די געשעפטן, אין אויף [url]mostlymusic.com[/url]
זונטאג יולי 26, 2015 8:14 pm#291828
און פון קאווע שטיבעל רעד ער נישט?
מאנטאג יולי 27, 2015 1:20 am#291975
די סידי איז א היט פין א סידי
סהאט זיך געלוינט דאס ווארטען
מאנטאג יולי 27, 2015 1:46 pm#292070
לוי מיט יוני ז.
מאנטאג יולי 27, 2015 1:47 pm#292071
בעס גיטאר פונעם סידי
מאנטאג יולי 27, 2015 5:13 pm#292129
קען זיין אז צוליב דעם וואס די עקספעקטעישענס זענען געווען גאר הויך אדער עס איז פשוט נישט צו מיין טעיסט, אבעד די אלבוים האט נישט דעליווערט וואס עס האט אנטשפרעכט צו דעליווערן.
פרייטאג יולי 31, 2015 2:19 pm#293117
C/p

א אלערט פון חברה הצלה

מעשה שהיה כך היה א יונגערמאן איז אריינגעקומען אין gym אזוי ווי געווענדליך זיך באגריסט מיט זיינע חברים דארט און ער שטעלט זיך אוועק אויפן treadmill טיען זיין טעגליכע עקסערסייס ער הייבט אהן נארמאל פאר א פאר מינוט ביז........ פלוצלינג נעמט זיך דער יונגערמאן לויפן מיט א עקסטרעמע ספיעד ממש משוגע און דער עולם האט זיך געווינדערט וואס האט פאסירט היינט מיט דעם משה נאך אפאר מינוט לויפען איז די יונגערמאן צוזאמגעפאלן מהאט גלייך גערופן הצלה מהאט געאיירבעט א גיטע צעהן מינוט און מיטאמאל האט דער יונגערמאן צוריק זיך אויפגעשטעלט און אנגעהויבען לויפן צוריק ווי פריער. ממש א בעל שם מעשה

מהאט שפעטער געפרעגט דעם יונגערמאן וואס האט דא פאסירט דערציילט אזווי אז פאר ער איז היינט געקימען האט ער געדאנלוידעד לוי נייע סידי און ווען ער האט אנגעהויבען גיין האט ער געהערט "ויעזור ויגן ויושיע " פיין געאנגען נארמאל ביז ער איז אנגעקומען צו "ואתם הדבקים" האט ער זיך גענומען לויפן משוגע ביז די סוף פון די ניגון ווען ער איז אנגעקומען צו די ווערטער "לאומה שבורה " האט ער שוין נישט געקענט אויסהאלטען די צרות ישראל פלוס די ניגון איז געוועהן צו שטייט פאר די treadmilll ממילא איז ער צוזאמגעפאלן.
נאך אפאר מינוט מיט head phonet אפען קאפ הערט ער "קלאפ קלאפ אויף מיין טיר קלאפ קלאפ איך עפען דיר" דאס האט עם צוריק געברענגט

דעריבער ווענד זיך חברה הצלה צום עולם נישט הערען לויס סידי אפען טרעדמיל
זונטאג אוגוסט 02, 2015 9:05 am#293273
דער ויעזור ויגן איז א וואוילער ניגון, אבער דערמאנט מיך זיעער עהנליכע תנועות צו "שבתי דער בינדער" פון מיכאל / פינקי.
אזוי אויך אנדערע תנועות דורכאויס די אלבום, כאטש עהרליך פרעזענטירט, שפירט זיך ריסייקעלט.
זונטאג אוגוסט 02, 2015 10:14 am#293282
ספעציעל די ואתם הדבקים חלק
איך האב אלץ געשפירט ביי מיר אז לוי יצתק איז זייער ענליך צו מיכאל