Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » נייע געפינסן איבער די ביג בענג טעאריע

נייע געפינסן איבער די ביג בענג טעאריע

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
48 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6122
מיטוואך מערץ 19, 2014 10:23 am#191279
נייע געפינסן איבער די ביג בענג טעאריע
צום ערשט וויל איך מודיע זיין - דאס וואס אלע ווייסן שוין - אז איך בין נישט קיין סייענטיסט און נישט קיין מאטעמאטיקער, און איך גיי דא גארנישט מחדש זיין. נאר אזוי ווי @מודיע געווען די נייעס אז מען האט אנטדעקט עפעס נייע געפינסן, און איך בין נייגעריג דאס מער צו פארשטיין, און אונזער נייער שטערן הרב ATUB @פארוואס? ATUB איז ארויס אויף א סטרייק אז ער וועט עס נישט מסביר זיין נאר אויב מען עפענט א נייע אשכול דערוועגן, וועל איך אים צוליב טוהן.
אנדערע וויסנטשאפטלער ATUB @געפילטע פיש ATUB , ATUB @פשוט-קאמפליצירט ATUB , ATUB @יאיר ATUB , ATUB @יידל ATUB , וכו' וכו' זענען אויך וועלקאם.

---
אנטשולדיגט מיר פאר די פולע לינקס, אלס אן ארטיקל אין וויסענשאפט ברויך עס האבן אסאך לינקס...
מיטוואך מערץ 19, 2014 10:29 am#191282
איך בין - חלילה - נישט ארויס אויף א סטרייק. איך פארשטיי נישט צו גוט דערצו.
אבער לאמיר טרייען צו פארשטיין. צום ערשט, ווער וויל זיך מרחם זיין און פראבירן ערקלערן, וואס איז עס די ביג בענג?
(ביטע, נישט אריינמישן די נאטורליכע פראגע, אויב ס׳איז א סתירה מיט ״ויאמר אלקים יהי אור״ אדער גאר א פעסטשטעלונג).
מיטוואך מערץ 19, 2014 10:31 am#191283
m https://www.youtube.com/watch?v=wNDGgL73ihY m
פרוביר די לינק גאנץ איינפאך מסביר
מיטוואך מערץ 19, 2014 10:41 am#191285
פארוואס? האט געשריבן:אבער לאמיר טרייען צו פארשטיין. צום ערשט, ווער וויל זיך מרחם זיין און פראבירן ערקלערן, וואס איז עס די ביג בענג?

ווי איך פארשטיי איז די נקודה דערפון אין איין ווארט אז דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט (און אלעס ארום) קודם אין איין קליינע פינטל, און דערנאך האט ער עס צושפרייט און עס אויסגעארבעט ביז צום היינטיגן מצב ווי אזוי עס זעהט היינט אויס.
מיטוואך מערץ 19, 2014 12:50 pm#191296
די קליפ איז הערליך שיין מסביר די מעשה פון בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ

אבער די קליפ האט פארזעין (בכוונה) צי צילייגן (קרעדיט השי"ת')

ווי אזוי קענען זיי דאס טיען אן ווערן רויט

עס קימט אזוי שווער אן מסביר צי זיין די טעאריע

נאך אזויפיל הסברים שטימט עס נאך אלץ נישט ווער האט באשאפן די מעטער

מען קען ניצן מיליאן יאר טריליאן יאר עס ווערט נישט פארענטפערט

די היץ איז געווארן קילער די קעלט איז געווארן הייסער, ווי אזוי איז געווארן די היץ מיי פרענד

עס וועט גארנישט העלפן רוח אלקים מרחפת, האסט א פראבלעם

די וועלט איז נישט הפקר
מיטוואך מערץ 19, 2014 1:42 pm#191308
ברסלבער האט געשריבן:
פארוואס? האט געשריבן:אבער לאמיר טרייען צו פארשטיין. צום ערשט, ווער וויל זיך מרחם זיין און פראבירן ערקלערן, וואס איז עס די ביג בענג?

ווי איך פארשטיי איז די נקודה דערפון אין איין ווארט אז דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט (און אלעס ארום) קודם אין איין קליינע פינטל, און דערנאך האט ער עס צושפרייט און עס אויסגעארבעט ביז צום היינטיגן מצב ווי אזוי עס זעהט היינט אויס.


אין די קליין פינטל, זענען שוין געווען אינקלודעד די גאנצע יונעווערס.
די געזעצן פון פיזיקס ערקלערן פונקטליך וויאזוי עס איז געווארן צושפרייט.
די קאנסעפט פון צייט איז דעמאלטס באשאפן געווארן.
מיטוואך מערץ 19, 2014 5:21 pm#191372
מענין לענין שלא מן הענין ממש, איז אצינדע אין די נייעס אז די קלענסטע פלאנעט ווערט טעגלעך קלענער און קלענער, עס וועפט אויס פון זיך אליינס, און עס האט א ברירה פארשווינדען צו ווערן גאר בקרוב. בונה עולמות ומחריבן. (ווען איך געדענק ווען ווי איך האב עס געלייענט וואלט איך עס געלינקט. מן הסתם אויף דעילי מעיל אנליין / סייענס.)
מיטוואך מערץ 19, 2014 10:37 pm#191431
איש עברי האט געשריבן:https://www.youtube.com/watch?v=wNDGgL73ihY
פרוביר די לינק גאנץ איינפאך מסביר

שכויח פאר דע לינק.
ווער קען פליז ערקלערן, וואס איז פשט פון די נומבערס וואס ערשיינען אויבן, דארט ווי עס דארף צו שטיין ביי וועלכע צייט מ׳שטייט יעצט.
פאר ווען ער קומט אן צו א סעקונדע, שטייט דארטן 10 און העכער דעם -35 און דערנאך -32 און אזוי ווייטער.
וואס איז עס ???
דאנערשטאג מערץ 20, 2014 12:17 am#191455
פארוואס? האט געשריבן:
איש עברי האט געשריבן:https://www.youtube.com/watch?v=wNDGgL73ihY
פרוביר די לינק גאנץ איינפאך מסביר

שכויח פאר דע לינק.
ווער קען פליז ערקלערן, וואס איז פשט פון די נומבערס וואס ערשיינען אויבן, דארט ווי עס דארף צו שטיין ביי וועלכע צייט מ׳שטייט יעצט.
פאר ווען ער קומט אן צו א סעקונדע, שטייט דארטן 10 און העכער דעם -35 און דערנאך -32 און אזוי ווייטער.
וואס איז עס ???

איך מיין ס'מיינט 35^10
דאנערשטאג מערץ 20, 2014 12:33 am#191461
פאר די וואס האבן געוואלט וויסן איבער די ביג בענג, בקיצור נמרץ מאד:
די יוניווערס האט זיך אנגעהויבן מיט א סינגולעריטי. משל למה הדבר דומה? לאמיר זאגן אז די האסט א הייסן שטיקל קוגל וואס די ווייסט נישט פון וואנעט עס קומט. די מעסט ווי הייס עס איז יעדעס יאר, און די זעסט אז דעס יאר איז 1/0.9 דיגרי, לעצטע יאר איז עס געווען 1/0.8, א יאר בעפאר 1/0.7 אא״וו. קומט אויס אז צען יאר צוריק איז עס געווען 1/0 דיגרי! אה, דאס קען דאך אבער נישט זיין! (דאס איז אינפיניטי -- נישט פיזיש מעגליך.) אלא מאי וועלן מיר זאגן אז דאס איז א ״סינגולעריטי״, און בעל כרחך האט זיך די קוגל אנגעהויבן בערך צען יאר צוריק ״גאר גאר״ הייס און קילט זיך אויס זייט דעמאלטס.

ואת״ל אז ניין, נאר די רעביצין האט גאר געקאכט די קוגל אכט יאר צוריק אויף 1/0.2 דיגרי, וועל איך דיר זאגן אז די דאך פונ׳ם הויז ווערט נאר אבגעברענט פון א קוגל וואס איז ״גאר גאר״ הייס. קריך ארויף אויפ׳ן דאך וועסטו זען א שווארצן פארברענטן לאך פונקט אקעגן אובער דעם קוגל! אין נאכמער, רוף א פייערלעשער מומחה וועט ער דיר זאגן אז די אויסגעברענטע לאך זעט אויס פונקט צען יאר אלט לויט וויפיל אש עס איז נאך געבליבן! אלא מאי האט זיך די קוגל יא אנגעהויבן צען יאר צוריק ביים סינגולעריטי. (אדער גאר האט די רעביצין געמאכט די קוגל אכט יאר צוריק, און עקסטער פון דעם פארברענט דעם דאך פונקט אקעגן איבער די קוגל און אויך אוועקגעווישט דעם אש כדאי ס׳זאל אויסקוקן צען יאר אלט. אן אונטערעסאנטע רעביצין.)

אויף בערך אזא אויפן ווייסן מיר אז די יוניווערס האט זיך אנגעהויבן מיט א סינגולעריטי בערך 13.8 ביליאן יאר צוריק. קיין מקום אדער זמן איז דעמאלטס נישט געווען, אבער די סינגולעריטי האט געהאט בערך אינפיניט (״גאר גאר אסאך״) ענערגי / חומר דענסיטי (דהיינו, ״אלעס״ איז געווען אריינגעקוועטשט און ״גארנישט״). (Mass/energy density)

ווען די סינגולעריטי האט זיך אנגעהויבן צו פארשפרייטן (און באשאפן מקום און זמן און נאך) דאס ווערט אנדערופן די ״ביג בענג״. גייענדיג צוריקוועגס, פארשטייען מיר שוין וואס עס האט זיך אפגעטון פין א טריליאנסטל פון א טריליאנסטל פון א טריליאנסטל פון א טריליאנסטל סעקונדע נאך די ביג בענג. ווי נענטער מיר קומען צום סינגולעריטי אלס שווערער איז (די סינגולעריטי אליין איז דאך פיזיש נישט מעגליך) אבער אלס בעסער קענען מיר פארשטיין פארוואס די סינגולעריטי איז דארט געווען לכתחילה. אבער מיט ראיות ברורות ווייסן מיר נאך נישט פארוואס עס איז דארט געווען (עכ״פ לעת עתה). ס׳איז אבער נישט ריכטיג צו פרעגען וואס איז ״אינדרויסן״ פונים סינגולעריטי אדער ״פאר דעם״, ווייל מקום און זמן עקזעסטירט נישט דארט. (חוץ אויב מ׳וויל זאגן אז ס׳דא אנדערע יוניווערס, אזוי ווי טייל זאגן טאקע.) ס׳איז אביסל אזוי ווי מ׳זאל פרעגן וואס איז אויף מזרח פונ׳ם נאר״ט פא״ל. נישטא אזא זאך! פונ׳ם נאר״ט פא״ל איז נאר דא דרום.

אגב, דעס אלעס האט מען געוויסט מיט גאר שטארקע הוכחות שוין לאנג. אויף וואס מ׳האט יעצט געטראפן א שטארקע הוכחה איז אינפלעיש״ן טעאריע און אויך אויף א חלק פון קוואנטום גראוויטי (דאס איז נישט קוואנטום מעכאניקס). ס׳איז נאר אז אינפלעיש״ן טעארי ארבעט נאר מיט׳ן ביג בענג, ממילא קען דעס גערעכט ווערן ווי נאך אן הוכחה צום ביג בענג, בנוסף צו אלע הוכחות וואס מ׳האט שוין פין לאנג.
דאנערשטאג מערץ 20, 2014 12:36 am#191463
געפילטע פיש האט געשריבן:
פארוואס? האט געשריבן:
איש עברי האט געשריבן:https://www.youtube.com/watch?v=wNDGgL73ihY
פרוביר די לינק גאנץ איינפאך מסביר

שכויח פאר דע לינק.
ווער קען פליז ערקלערן, וואס איז פשט פון די נומבערס וואס ערשיינען אויבן, דארט ווי עס דארף צו שטיין ביי וועלכע צייט מ׳שטייט יעצט.
פאר ווען ער קומט אן צו א סעקונדע, שטייט דארטן 10 און העכער דעם -35 און דערנאך -32 און אזוי ווייטער.
וואס איז עס ???

איך מיין ס'מיינט 35^10


ניין. ס׳מיינט
קאוד: וועל אויס אלע
10^-35
. א זייער זייער זייער (זייער) קליין נאמבער.
דאנערשטאג מערץ 20, 2014 9:39 am#191489
קול דודי האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:
פארוואס? האט געשריבן:
איש עברי האט געשריבן:https://www.youtube.com/watch?v=wNDGgL73ihY
פרוביר די לינק גאנץ איינפאך מסביר

שכויח פאר דע לינק.
ווער קען פליז ערקלערן, וואס איז פשט פון די נומבערס וואס ערשיינען אויבן, דארט ווי עס דארף צו שטיין ביי וועלכע צייט מ׳שטייט יעצט.
פאר ווען ער קומט אן צו א סעקונדע, שטייט דארטן 10 און העכער דעם -35 און דערנאך -32 און אזוי ווייטער.
וואס איז עס ???

איך מיין ס'מיינט 35^10


ניין. ס׳מיינט
קאוד: וועל אויס אלע
10^-35
. א זייער זייער זייער (זייער) קליין נאמבער.

עס מיינט:
1/100,000,000,000,000,000,000,000,000,000,000
וואס האט עס צו טוהן מיט פאוער?
איינער איז נייגעריג?
דאנערשטאג מערץ 20, 2014 9:53 am#191496
איך בין נייגעריג. נישט ווייל איך ווייס נישט, נאר ווייל איך וויל פארוואס? זאל עס מסביר'ן.
דאנערשטאג מערץ 20, 2014 10:18 am#191501
דענקער האט געשריבן:איך בין נייגעריג. נישט ווייל איך ווייס נישט, נאר ווייל איך וויל פארוואס? זאל עס מסביר'ן.

אוקיי, איך וועל דיר צוליב טוהן, איז אזוי:
יעדער ווייסט אז די פאוער a פון א נומער b, מיינט צו זאגן, b טיימס b טיימס b… און b ווערט אריינגעמישט אין די מולטיפליקעישן a מאהל.
דאס איז זייער שיין ווען a איז א גאנצע און א פאזיטיווע נומער. וואס איז אבער ווען a איז א נישט-גאנצע נומער? אדער ווען ער איז א נעגעטיווע נומער?
מאנכע וועלן זאגן: דאן האט עס נישט קיין פשט. (נישט דעפינירט).
דערפאר וועל איך זאגן: וועלקאם צו מאטעמאטיק!!!
אין מאטעמאטיק געבט מען נישט אזוי שנעל אויף, איהר וועט שוין זעהן ווי אלעס האט א פשט…
סא, וואס טוהט זיך ווען איך ווייס וויפיל איז די פאוער a פון b, און איך וויל וויסן וואס די פאוער a-2 פון b?
למשל: איך ווייס וויפיל איז די 4׳טע פאוער פון 3 (81), און איך וויל וויסן וויפיל איז 4-2^3?
דער ענטפער איז צוטייל איהם אין b^2. אדער אינעם משל, צוטייל איהם אין 2^3, (פארוואס? לאז איך דיר אליינס פארשטיין).
אויב אזוי קענען מיר שוין זייער גרינג אנקומען צו א נעגעטיווע פאוער.
ווייל לאמיר זאגן, אונז ווייסן וויפיל איז b פאוער 2. דאן לאמיר וויסן וויפיל איז b פאוער 0?
לויט ווי פריער געשמועסט:
קאוד: וועל אויס אלע
b^0=b^(2-2)=b^2/b^2=1

יעצט לאמיר זעהן וואס איז b פאוער מיינוס 1.
איז ווידער:
קאוד: וועל אויס אלע
b^(-1)=b^0/b=1/b

און אזוי ווייטער…
דאנערשטאג מערץ 20, 2014 11:57 am#191507
אבער פארוואס?...
דאנערשטאג מערץ 20, 2014 2:32 pm#191552
איך בין נישט דא געקומען זיך טענה'ן איבער ביג-בענג, ווייל ווער עס וויל גלייבן דערין, קען אויך גלייבן אז ער קומט פון א מאלפע אדער "STAR DUST" און אלע צעחוש'טע שטותים וואס די סייענטיפיק קאמיוניטי האט צו פארקויפן.

וואס איך וויל פארשטין איז אזוי:

לאמיר זאגן אז דער בוכ"ע האט טאקע באשאפן די וועלט דורך א גרויסע עקספלאוזשן. א ביג-בענג און פון דעם הייליגן מאמר פון הקב"ה איז געווארן שמים וארץ, ווי עס שטייט בדבר ה' שמים נעשו. - א ריזיגע עקספלאוזשען טריליאן X טריליאן X טריליאן פון טריליאן אטאם באמבעס קאמביינד.

יעצט זענען מיינע קשיות ווי פאלגעענד:

1) פון וואנען נעמען די סייענטיסטן די הוכחה ברורה אז דאס האט פאסירט 13.5 ביליאן יאר צוריק. פארוואס נישט 5774 יאר צוריק.
אויב דעמאלט איז די גאנצע יוניווערס געווען מורא'דיג פיצי, האט זיך פארדאפעלט טריליאן X טריליאן X טריליאן X טריליאן יעדע סעקונדע. וואו קומט דא אריין מיליאן יאר, ביליאן יאר. - פארוואס האט דאס אלע נישט געקענט פאסירט פונקטליך 5774 יאר צוריק. איי וועסטו פרעגן אז ס'איז דא שטערן וועלכע זענען בילינען ליכט יאר אוועק, און זייער שיין דויערט אנצוקומען אהער אפאר ביליאן יאר.... זייער א גוטע קלאץ קשיא. אבער די זעלבע קשיא איז דא אויף זייער חשבון פון 13 ביליאן יאריגע וועלט, ווייל די ווייטע שטערנס פון א קווינטיליאן ליכט יאר אוועק, איז אויך א קיימא לן פון הונדערטער טריליאנען יאר וואס זייער שיין דארף געדויערן אנצוקומען אהער?

2) אויב זיי זאגן שוין יא אז דאס האט זיך אנגעהויבן 13 ביליאן יאר צוריק דורך א ביג-בענג, דארפן זיי מסביר זיין וויאזוי איז געווארן פון נוקלעאר פיוזשאן צו געזונטע אקסיגען לופט?
לאמיר זיך גוט מסביר זיין. עס איז קודם לויט זיי געווען א סעריע פון שרעקליכע אויפרייסן וועלכע האבן באשאפן שטערנס, גאלאקסיעס, קוועיזערס, נעבולא אין א שטח פון טריליאנען ליכט יארן צו א קיימא לן פון טריליאנען גאלאקסיס וואס יעדע גאלאקסיס פארמאגט הונדערטער ביליאנען שטערנס, וועלכע א גרויס חלק זענען גרעסער און מעכטיגער פון אונזער זון אין אונזער "מילקי וועי". יעצט וויאזוי האט פאסירט אזא פאני זאך אז פון די אלע אויפרייסן און נוקלאר גאזן, גאמא-רעיס, האט זיך געמאכט א קליין לעכל (קלענער פון א נאדל לאך) וואס דארט איז דא פיינע לופט.... און טאקע נאר דארט פון די איבער 800 סענטיליאן ליכט יאר, וועלכע סטרעטשט מקצוי יוניווערס ועד סופו?

3) מיר פארשטייען אז ספעיס און צייט גייען אינאיינעם. אבער פארווואס האט אונזער קליינע נארישע וועלט'ל באשלאסן אנצוהייבן ארומדרייען די זון פאר 13 ביליאן יאר צוריק. ווער איז דא משוגע געווארן איבערנאכט? און לאמיר זאגן אז נאטור (?) האט עס געמאכט פרעגט זיך אליין ווער האט אים געגעבן דעם ערשטן שטופ אינעם ארביט און ער דרייט זיך און דרייט זיך און ווערט נישט צעדרייט, יום ולילה לא ישבות. און לאמיר נישט פארגעסן אז ווען אונזער נארישע וועלט זאל זיין נאר איין טויזענט מייל נענטער צו די זון, ווערן מיר פיינע אפגעברענטע קראנטשי מצה'לעך... אויב איז עס איין טויזענט מייל אוועק פון די זון, ווערן מיר אלע געשמאקע אייז קיובקילס. סאו ביג-בענג האט סאם האו אויסגעפיגערט פערצופאל אז די וועלט זאל זיך שטעלן א סטראטעגישע 93 מיליאן מייל אוועק פון די זון פונקטליך?

4) יעדער פארשטייט אז ווי גרעסער און מאסיווער די פלאנעטן זענען, אלס גרעסער איז זייער גראוויטי (כח המושך), דאס איז נאטירליך און פארשטענדליך.
יעצט טראכט אריין ווען אונזער זונעלע'ס כח המושך איז מיט 1 פראצענט שטערקער, איז אויס מיט אונז. ווען עס וואלט געווען איין פראצענט שוואכער איז אונזער וועלטל פארבלאנזשעט אפאר טריליאן מייל אוועק ערגעץ צווישן קדש ברנע און בית לחם... און

5) יעדער ווייסט אז אונזער וועלט איז בערך איין ברעקל זאלץ קעגן די יוניווערס. (קודם צוברעקל דאס זאלץ שטיקעלע אויף א מיליאן). יעדע איינציגע סעקונדע רייסן אויך שטערנס, קוועיזערס און עס פאסירן סופער-נאוועס, בלעק-האל'ס פארמירן זיך, קאסמישע ווארמ-האלס וועלכע זענען טריליאנען ליכט יאר גרויס ווערן געשאפן פון די חורבנות פון די אויפרייסן שבכל רגע מתרחש. - ווערט עס דיר נישט שווער אז מיליאנען שטערן רייסן אויף טאג טעגליך אז גארנישט קראכט נישט אריין אונזער וועלטל.... איין שפרענקאלע קראכט דא אריין איז אלעס היסטאריע? זאגט דיר דאס נישט אז איינער וואטשט, משגיח מן החלונות ומציץ מן החרכים?

מ'קען פרעגן נאך טויזענט נארישע פראגעס און אפווענדן די נארישע טעאריעס וועלכע פארענטפערן נישט קיין איין פראגע, נאר ברענגען אויף פילע מער, און דער ענטפער פון אלע סייענטיסטן ווען מ'פרעגט זיי וואס האט געברענגט דעם ביג-בענג... (FIRST CAUSEׂ) בלייבן זיי ממילא מיט די צונג אינדרויסן.

אויב שוין נישט וויסן, קען איך שוין רואיג ענטפערן דער באשעפער האט עס באשאפן במאמר פיו. וויאזוי, וואס איז געווען קודם און נאכדעם און אינדערמיט... איך ווייס נישט! און קיינער וועט קיינמאל סייוויי נישט וויסן!
דאנערשטאג מערץ 20, 2014 3:41 pm#191574
איך דינג זיך נישט מיט דיר אינגאנצן, אבער די תירוץ אויף די אלע סארט טענות אז פונקט דא און ס'איז פונקט אויסגערעכענט אויפן האר, איז אז אדרבה היא הנותנת, ווייל פונקט דא זענען דא די תנאים דערצו פארדעם איז דא לעבן דוקא ביי אונז און (מעגליך) נישט אין קיין שום אנדערע פלאץ אין די בריאה, ודו”ק כי קצרתי.
דאנערשטאג מערץ 20, 2014 5:20 pm#191615
ביטע אויב א גבאי קען אריבערפירן דעם שמועס צום העמק דבר פארום. א דאנק.
דאנערשטאג מערץ 20, 2014 9:47 pm#191708
ATUB @זוכער ATUB .
אוקעי, איך וועל פראבירן צו פארענטפערן דיינע ״הארבע״ קושיות.
איך וועל מקדים זיין, איך בין נישט דא געקומען פארטיידיגן די אלע טעאריעס, ווייל איך בין פארשטייטס זיך א איד א מאמין בן מאמין.
אבער איך פראביר וואס מער אויב איך קען מיישב זיין מיין אמונה זאל שטימען מיט ראציאנאליזם, און איך פראביר צו קוקן אביעקטיוו.

איז ערשטנס, דאס וואס דו שרייבסט:
זוכער האט געשריבן:איך בין נישט דא געקומען זיך טענה'ן איבער ביג-בענג, ווייל ווער עס וויל גלייבן דערין, קען אויך גלייבן אז ער קומט פון א מאלפע אדער "STAR DUST" און אלע צעחוש'טע שטותים וואס די סייענטיפיק קאמיוניטי האט צו פארקויפן.

פארוואס זאגסטו עס איז צוחוש'טע שטותים?
איז עס קלוג אזוי צו זאגן אויף סייענטיפישע ארגומענטן? נעם אין באטראכט, אז די זעלבע סייענטיסטן, וואס קומען אויף מיט אלע טעכנאלאגיעס, (און נאר בזכותם האסטו געקענט שרייבן דיינע ווערטער), און זיי היילן דיר ווען דו דארפסט זיי. דעמאלטס זאגסטו: חכמה בגויים תאמין! כאטש וואס דו פראבירסט ניטאמאל פארשטיין, ווי אזוי זיי זענען צוגעקומען דערצו.
ווען זיי זאגן אז די וועג ווי אזוי דער באשעפער האט באשאפן די וועלט איז צוגאנגען אין א דעוועלפינג פראסעס, איז עס נישט ווערד צו איבערטראכטן אביעקטיוו?
דאנערשטאג מערץ 20, 2014 10:00 pm#191709
און ווייטער פרעגסטו:
1) פון וואנעט ווייסן די סייענטיסטן, אז עס איז געשעהן פאר 13 ביליאן יאהרן צוריק?
ס׳זעהט אויס פון דיינע ווערטער ווי זיי האבן עס גענומען פון עפעס א ניק אויף קאווע שטיבל.
דו פרעגסט עס אפ ממש במחי יד, אפשר 5774?
דאן לאמיר דיר דערציילן אז עס איז דא אזא מין זאך וואס הייסט ״האבל׳ס געזעץ״ וואס לויט דעם איז עס אויסגערעכנט.
און אדרבה, אויב קענסטו עס אפפרעגן, (נאכן גרינטליך פארשטיין), דאן שרייב א סייענטיפישע ארטיקל, איך גלייב אז די גאנצע וועלט וועט רעדן דערפון, וועלסט מאכן אסאך געלט און כבוד.
דאנערשטאג מערץ 20, 2014 10:08 pm#191711
פרעגסטו ווייטער:
2) דארפן זיי מסביר זיין ווי אזוי עס איז אנגעקומען אקסיג׳ען צו אונזער קליינע לעכל.
לאמיר קלאר מאכן, דיין קשיא קען ווערן געפרעגט אויף צוויי אופנים, (און איך וועל ביידע ענטפערן):
1) ווי אזוי איז געווארן פון אזעלכע אביעקטן ווי גאז, א קליינע לעכל מיט אקסידזשען?
דער תירוץ איז, זיץ זיך אראפ לערנען פיזיקס, וועסטו באקומען א פונקטליכע ערקלערונג.
2) פארוואס פונקט אין אונזער לעכל?
איז קודם כל, ווער זאגט אז נאר אונזער לעכל?
און צווייטנס, ווען עס וואלט געווען אין אן אנדערע פלאץ, וואלטסטו עס דארטן געפרעגט. כלומר, ווען עס איז דא א ריזיגע לאטערי, וואס מיליאנען מענטשן קויפן טיקעטס, דאן איז די טשאנס פאר יעדעם צו געווינען זייער קליין. אבער די טשענס אז איינער זאל געווינען איז 100%. ודו״ק כי קיצרתי.
דאנערשטאג מערץ 20, 2014 10:10 pm#191712
דיינע איבעריגע פראגעס זעהן אויס די זעלבע ווי די צווייטע, נאר אין אנדערע פארעמס.
איך מיין אז איך האב עס שוין פארענטפערט, אויב נישט, דאן קלער מיר ביטע אויף.
פרייטאג מערץ 21, 2014 3:06 am#191744
זוכער האט געשריבן:איך בין נישט דא געקומען זיך טענה'ן איבער ביג-בענג, ווייל ווער עס וויל גלייבן דערין, קען אויך גלייבן אז ער קומט פון א מאלפע אדער "STAR DUST" און אלע צעחוש'טע שטותים וואס די סייענטיפיק קאמיוניטי האט צו פארקויפן.

יא, וואס פארשטייען זיי, די נארישע סייענטיסטן...
זוכער האט געשריבן:
וואס איך וויל פארשטין איז אזוי:

לאמיר זאגן אז דער בוכ"ע האט טאקע באשאפן די וועלט דורך א גרויסע עקספלאוזשן. א ביג-בענג און פון דעם הייליגן מאמר פון הקב"ה איז געווארן שמים וארץ, ווי עס שטייט בדבר ה' שמים נעשו. - א ריזיגע עקספלאוזשען טריליאן X טריליאן X טריליאן פון טריליאן אטאם באמבעס קאמביינד.

יעצט זענען מיינע קשיות ווי פאלגעענד:

1) פון וואנען נעמען די סייענטיסטן די הוכחה ברורה אז דאס האט פאסירט 13.5 ביליאן יאר צוריק. פארוואס נישט 5774 יאר צוריק.

שוין געווארן דא אויסגעשמועס אפאר מאל, ס'דא צענדליגע ראיות דערצו.
זוכער האט געשריבן:אויב דעמאלט איז די גאנצע יוניווערס געווען מורא'דיג פיצי, האט זיך פארדאפעלט טריליאן X טריליאן X טריליאן X טריליאן יעדע סעקונדע. וואו קומט דא אריין מיליאן יאר, ביליאן יאר. - פארוואס האט דאס אלע נישט געקענט פאסירט פונקטליך 5774 יאר צוריק. איי וועסטו פרעגן אז ס'איז דא שטערן וועלכע זענען בילינען ליכט יאר אוועק, און זייער שיין דויערט אנצוקומען אהער אפאר ביליאן יאר.... זייער א גוטע קלאץ קשיא. אבער די זעלבע קשיא איז דא אויף זייער חשבון פון 13 ביליאן יאריגע וועלט, ווייל די ווייטע שטערנס פון א קווינטיליאן ליכט יאר אוועק, איז אויך א קיימא לן פון הונדערטער טריליאנען יאר וואס זייער שיין דארף געדויערן אנצוקומען אהער?

מ'קען נישט זען קיין שטערענס ווייטער ווי זאכן וואס זענען ווייטער ווי 47 ביליאן ליכט יאר, (בעצם וואלט עס געדארפט זיין 13.8 ביליאן ליכט יאר, נאר וויבאלט די יוניווערס עקספענד, קען מען זען זאכן וואס פלעגן זיין נענטער צו אונז ואכמ"ל). נאכמער, ווען מ'קען ווען זען אלע שטערענס ביז "קוואנטיליאן" (פארוואס? שוין געהערט פון דעם נאמבער? זעט זיך צוריק לערנען!) וואלט נישט געווען קיין אינטש אינעם הימל וואס וואלט געווען טונקל ביינאכט, ס'וואלט דאך אלעס געווען פול מיט שטערענס און גאלאקסיעס, נארוואדען? וויבאלד מיר לעבן אין א יונגע יוניווערס, וואס איז נאר 13.8 ביליאן יאר אלט, דערפאר זעט מען נאר ביז א געוויסע מרחק.
זוכער האט געשריבן:
2) אויב זיי זאגן שוין יא אז דאס האט זיך אנגעהויבן 13 ביליאן יאר צוריק דורך א ביג-בענג, דארפן זיי מסביר זיין וויאזוי איז געווארן פון נוקלעאר פיוזשאן צו געזונטע אקסיגען לופט?

דו דערמאנסט מיר ווען אונז האבן אנגעהויבן לערנען גמרא אין כיתה ה', און מיין רבי האט מסביר געווען די אויסשטעל פונעם עמוד, און האט צוגעצייגט צום זייט אז ווען ר' עקיבא אייגער בלייבט מיט א וצ"ע מיינט עס אז ס'איז זייער א שווערע קושיא. און איך צוציק האב גלייך אריינגעבליקט דארט, און אויפן פלאץ! ממש באשערט געווען, האב איך געקענט פארענטפערן די וצ"ע'ס אז אלעס זאל שטומען. איך האב מיך געפילט ווי די גרעסטע גאון...
זוכער האט געשריבן:לאמיר זיך גוט מסביר זיין. עס איז קודם לויט זיי געווען א סעריע פון שרעקליכע אויפרייסן וועלכע האבן באשאפן שטערנס, גאלאקסיעס, קוועיזערס, נעבולא אין א שטח פון טריליאנען ליכט יארן צו א קיימא לן פון טריליאנען גאלאקסיס וואס יעדע גאלאקסיס פארמאגט הונדערטער ביליאנען שטערנס, וועלכע א גרויס חלק זענען גרעסער און מעכטיגער פון אונזער זון אין אונזער "מילקי וועי". יעצט וויאזוי האט פאסירט אזא פאני זאך אז פון די אלע אויפרייסן און נוקלאר גאזן, גאמא-רעיס, האט זיך געמאכט א קליין לעכל (קלענער פון א נאדל לאך) וואס דארט איז דא פיינע לופט.... און טאקע נאר דארט פון די איבער 800 סענטיליאן ליכט יאר, וועלכע סטרעטשט מקצוי יוניווערס ועד סופו?

אזויווי פארוואס? זאגט שוין מיט די לאטערי, און אויך, ביזט שוין געווען אינעם גאנצע יוניווערס און בודק געווען אז ס'טאקע נישט דא קיין לעבן איבעראל?
זוכער האט געשריבן:
3) מיר פארשטייען אז ספעיס און צייט גייען אינאיינעם. אבער פארווואס האט אונזער קליינע נארישע וועלט'ל באשלאסן אנצוהייבן ארומדרייען די זון פאר 13 ביליאן יאר צוריק.

אונזער זון איז נישט אזוי אלט, נאר א קנאפע פיר אהאלב ביליאן יאר. און ביז אונזער וועלטל האט גענומען נאך צוויי הונדערט מיליאן יאר באשאפן צו ווערן. און ס'האט נישט באשלאסן זיך צו דרייען ארום די זון, נאר אסאך שטויב און ברוכווארג האבן זיך געדרייעט אינעם געגענט, און פון זיך אריינקלאפן, אריינקלעבן, און די געזעצן פון גראוויטאציע, האבן גורם געווען אז די פלאנעטן זאלן זיך פארעמען. אונז זעמער נישט די איינציגסטע פלאנעט, ס'דא נאך זיבן אין אונזער משפחה. איי פארוואס פונקט וואוינסטו אויף די זעלבע ערד וואו לעבן האט זיך געשאפן? דו כאפסט וואס דו פרעגסט, יא?
זוכער האט געשריבן: ווער איז דא משוגע געווארן איבערנאכט? און לאמיר זאגן אז נאטור (?) האט עס געמאכט פרעגט זיך אליין ווער האט אים געגעבן דעם ערשטן שטופ אינעם ארביט און ער דרייט זיך און דרייט זיך און ווערט נישט צעדרייט, יום ולילה לא ישבות. און לאמיר נישט פארגעסן אז ווען אונזער נארישע וועלט זאל זיין נאר איין טויזענט מייל נענטער צו די זון, ווערן מיר פיינע אפגעברענטע קראנטשי מצה'לעך... אויב איז עס איין טויזענט מייל אוועק פון די זון, ווערן מיר אלע געשמאקע אייז קיובקילס. סאו ביג-בענג האט סאם האו אויסגעפיגערט פערצופאל אז די וועלט זאל זיך שטעלן א סטראטעגישע 93 מיליאן מייל אוועק פון די זון פונקטליך?

יא, און פארגעס אויך נישט, אז אנדערע פלאנעטן, ווען זיי זענען ווען איין מייל נענטער אדער ווייטער פון זייער זון, וואלטן זיי אויך געקענט ענטהאלטן לעבן.
זוכער האט געשריבן: סאו ביג-בענג האט סאם האו אויסגעפיגערט פערצופאל אז די וועלט זאל זיך שטעלן א סטראטעגישע 93 מיליאן מייל אוועק פון די זון פונקטליך?

ניין, צוויישן די פילע גאלגסיעס און שטערענס און פלאנעטן, זענען דא פלאנעטן אין אלע מיני ווייטקייטן פון זייער זון, איז לא ימלט אז כאטש איינער זאל זיין אין די גוטע ווייטקייט פונקט כדי צו קענען פארמירן לעבן אויף איר ניין? יעצט פארוואס פונקט דו ביזט אריינגעפאלן פונקט אין דעם וועלטל? נו, ענטפער אליינס.
זוכער האט געשריבן:4) יעדער פארשטייט אז ווי גרעסער און מאסיווער די פלאנעטן זענען, אלס גרעסער איז זייער גראוויטי (כח המושך), דאס איז נאטירליך און פארשטענדליך.
יעצט טראכט אריין ווען אונזער זונעלע'ס כח המושך איז מיט 1 פראצענט שטערקער, איז אויס מיט אונז. ווען עס וואלט געווען איין פראצענט שוואכער איז אונזער וועלטל פארבלאנזשעט אפאר טריליאן מייל אוועק ערגעץ צווישן קדש ברנע און בית לחם... און

עיין לעיל
זוכער האט געשריבן:
5) יעדער ווייסט אז אונזער וועלט איז בערך איין ברעקל זאלץ קעגן די יוניווערס. (קודם צוברעקל דאס זאלץ שטיקעלע אויף א מיליאן). יעדע איינציגע סעקונדע רייסן אויך שטערנס, קוועיזערס און עס פאסירן סופער-נאוועס, בלעק-האל'ס פארמירן זיך, קאסמישע ווארמ-האלס וועלכע זענען טריליאנען ליכט יאר גרויס ווערן געשאפן פון די חורבנות פון די אויפרייסן שבכל רגע מתרחש. - ווערט עס דיר נישט שווער אז מיליאנען שטערן רייסן אויף טאג טעגליך אז גארנישט קראכט נישט אריין אונזער וועלטל.... איין שפרענקאלע קראכט דא אריין איז אלעס היסטאריע? זאגט דיר דאס נישט אז איינער וואטשט, משגיח מן החלונות ומציץ מן החרכים?

די זאכן געשעען נישט אויף יעדע פלאנעט יעדע פאר יאר, נאר איין מאל אין מילאנע אדער גאר ביליאנער יארן, נאר וויבאלד ס'דא אזויפיל פלאנעטן און זונען, געשעהט עס גאנץ אפט, אבער איבער א ריזיגע שטרעקע פון מקום. ווי אויך איז אונזער וועלטל נישט קיין צערטל קינד, און האט אויך געהאט אירע גוטע צייטן, מיט מעטעאראטן, וואלקאנען איבער'ס גאנצע פלאנעט, מאכן פארניכטונגען פון רוב לעבעדיגע זאכן, נאר דו ביזט פונקט דא אין די פאר יאר וואס ס'דא שיינע וועטערס.
זוכער האט געשריבן:
מ'קען פרעגן נאך טויזענט נארישע פראגעס און אפווענדן די נארישע טעאריעס וועלכע פארענטפערן נישט קיין איין פראגע, נאר ברענגען אויף פילע מער, און דער ענטפער פון אלע סייענטיסטן ווען מ'פרעגט זיי וואס האט געברענגט דעם ביג-בענג... (FIRST CAUSEׂ) בלייבן זיי ממילא מיט די צונג אינדרויסן.

מיינסט דאס?

בילד
זוכער האט געשריבן:אויב שוין נישט וויסן, קען איך שוין רואיג ענטפערן דער באשעפער האט עס באשאפן במאמר פיו. וויאזוי, וואס איז געווען קודם און נאכדעם און אינדערמיט... איך ווייס נישט! און קיינער וועט קיינמאל סייוויי נישט וויסן!


אה! את והב בסופה. קומער צו צום זעלבן מסקנה. די איינציגסטע חילוק צווישן מיר און דיר איז, אז ביי דיר איז גאט א God of the gaps, אז די באשעפער איז מוכרח מכוח וואס דו קענסט נישט מסביר זיין וויאזוי ס'געשעהן. אבער איינמאל סייענס וועט אויספיגערן וויאזוי צו פארענטפערן דיינע קושיות וועסטו פארלירן דיין אמונה ר"ל. אבער איך לייג נישט אריין גאט אנצופילן די לעכער, נאר ער איז דארט מכח עצמו, און אפילו איך וועל האבן אלע תירוצים צום וועלט באשאף, וויאזוי ס'איז געשעהן, וועל איך בלייבן א פולקאמע מאמין.
פרייטאג מערץ 21, 2014 12:41 pm#191799
געפילטע, איך האב איין פשוט׳ע פראגע צי אייך, קענט איר אפלערנען די בריאה, מיט אייער הבנה אן א גאט? איך רעדט נישט פין רעליגיע , די בריאה פאר זיך, יא צי ניין
פרייטאג מערץ 21, 2014 1:15 pm#191803
די עצם טעריא פין עוועלאעשן (אז ביי בריאת העולם איז געווען איין זאך אין פין דעם קימט אלעס ארויס סטעפ ביי סטעפ) איז אמת, אין עס שטייט שוין לאנג אין די ראשונים (רמב"ן, רבינו בחיי, ראב"ד) אין דאס איז פין די יסודות אין קבלה (השתלשלות). נאר די דיטאלען: וואס ברענגט וואס, וואס קימט פין וואס איז (מן הסתמא) נישט דומה.

אויך וואס די ערשטע בריאה איז געווען, ליפט, געזעס (אש), אדער וואסער (ליקוואד) איז א פלוגגתא אין די ראשונים. ביז אפאר יאר צוריק האט מען געהאלטען געזעס, לעצטענס איז מען נוטה אז עס איז וואסער.

אויך די זאך פין דיינעסארס שטייט שוין אויך אין חז"ל (קרני ראם).

עס איז דא בעיקר צוויי חילוקים צווישען חז"ל אין סייענטיסטען בנוגע עעועלאשען.

1) וואס איז דער ערשטער כח, אין וואס פירט דאס. לויט זיי פין זיך אליין - עקסידענטס (ווייל, ביז דערוויל, עס איז נישט דא קיין "סייענטיפיק" ראיה אויף מער). לויט אינז (אין ווי איך גלייב 100%) פין א "מצוי" (רמב"ם) וואס איז אייביג געווען. אין אלע כוחות וואס איז דא, איז דא אין דעם מצוי (ועוד יותר אין סוף) דער מצוי כביכול ווערט אנגעריפען אין יודיש באשעפער.

2) ממילא אז עס געשענט פין זיך אליין (לפיהם) מיז מען "גלייבען" (מיט שוואכע ראיות) אז עס איז אלט ביליאנען יארען (אין עס מיז גיין מיט קליינע סטעפס אזוי דארווין האט געזאגט. נאר די קשיא אויף דעם שיטה איז, איז אז עס דא אסאך "מיסינג לינקס"), משא"כ אויב עס דא א אינטעלעדשזענט דיזיין (אזוי שפינאזע אין איינשטיין האבען נוטה געווען) קען עוועלאשען פאסירען אין א פאר יאר אויך. (אין עס קען פאסירען אויך אין גרויסע סטעפס אזוי עס שטייט חגיגה יב: בצביונן נבראו. ממילא וועגען דעם איז דא "מיסינג לינקס").





בנוגע אויב א מענטש איז אמאל געווען א מאנקי, מאכט נישט קיין גרויסע חילוק אויב יא אויב נישט. עעועלאשען קען שטימען מיט ביידע צדדדים. אויך אין מדרש שטייט אז די מציאות פין די מענשט בשעת בריאה איז געווען דומה לבהמה (די נשמה איז געקימען שפעטער אזוי ווי עס שטייט אין די תורה)
פרייטאג מערץ 21, 2014 1:34 pm#191804
א ענטפער בלשונו הזהב, פון איינשטיין, צו א קינד וואס האט אים געפרעגט, אויב סייענטיסטן דאווענען:

נ.ב. איך ברענג עס לגבי די וואס שרייבען אויבן כאילו סייענטיסטן זענען דוקא אפיקורסים. פארקערט זיי זענען מאמינים ווילאנג זיי האבן נישט די ענטפערס, וואס זיי וועלן ווארשיינדלעך קיינמאל נישט האבן קלאר.
January 24, 1936
Dear Phyllis,
I will attempt to reply to your question as simply as I can. Here is my answer:
Scientists believe that every occurrence, including the affairs of human beings, is due to the laws of nature. Therefore a scientist cannot be inclined to believe that the course of events can be influenced by prayer, that is, by a supernaturally manifested wish.
However, we must concede that our actual knowledge of these forces is imperfect, so that in the end the belief in the existence of a final, ultimate spirit rests on a kind of faith. Such belief remains widespread even with the current achievements in science.
But also, everyone who is seriously involved in the pursuit of science becomes convinced that some spirit is manifest in the laws of the universe, one that is vastly superior to that of man. In this way the pursuit of science leads to a religious feeling of a special sort, which is surely quite different from the religiosity of someone more naive.
With cordial greetings,
your A. Einstein
פרייטאג מערץ 21, 2014 2:47 pm#191809
סודני האט געשריבן:געפילטע, איך האב איין פשוט׳ע פראגע צי אייך, קענט איר אפלערנען די בריאה, מיט אייער הבנה אן א גאט? איך רעדט נישט פין רעליגיע , די בריאה פאר זיך, יא צי ניין

אנטשולדינג, אויב דו האסט נישט מיר געפרעגט. אבער מיין ענטפער:
פון (35-)^10 סעקונדעס קען איך לערנען אהן א גאט.
בעפאר דעם, קען איך נישט לערנען אהן א גאט. אבער אויך נישט מיט א גאט.
פרייטאג מערץ 21, 2014 3:22 pm#191816
די שאלה איז נישט: קען איך לערנען מיט א גאט אדער נישט. אלעס קען האבען א תירוץ. די ציגאנג דארף זיין וואס מאכט מער סענס, די זייט אדער די זייט.

אזוי די גייסט קויפען א שטיקעל ריעל עסטעט אדער אלע אנדערע דעסישענס וואס די מאכסט טאגטעגליך. אויף יעדע זאך קען איך האבען א סברה פארקערט. איינער וואס מיז אלעס וויסען 100% הייסט פערענאיד אין גייט צי מאכען די טיר 5 מאל פאר ער גייט שלאפען ביינאכט, אבער שמעקען די באטעל מילך יאין גראסערי אפשר איז עס פארדארבען.

שכל דארף ברענגען די מענטש צי 70% אין מיט דעם דארף מען לעבן.

אמונה קימט שוין נאכדעם אין עס שטימפט די מענטש צי 100% (ווער עס האט אמונה) ואכ"מ
פרייטאג מערץ 21, 2014 4:17 pm#191831
פארוואס. איך וואלט אייך זייער גיוואלט בעטן, אויב איר קענט מסביר זיין אייערע דיבורים, אפילו פאר פשוט׳ע מענטשן וואס קענען נישט די
אלע סימבאלס .
זונטאג מערץ 23, 2014 2:59 am#191929
די נייע געפינסען פארשטערקערן די אמונה
religion.blogs.cnn.com/2014/03/20/does-the-big-bang-breakthrough-offer-proof-of-god/?hpt=hp_t4
זונטאג מערץ 23, 2014 9:56 am#191938
סודני האט געשריבן:פארוואס. איך וואלט אייך זייער גיוואלט בעטן, אויב איר קענט מסביר זיין אייערע דיבורים, אפילו פאר פשוט׳ע מענטשן וואס קענען נישט די
אלע סימבאלס .

איך מיין פשוט צו זאגן, אז פון א טריליאנסטל (…) פון א סעקונדע נאך די ביג בענג, קען מען פארשטיין די בריאה, לויט די פיזיקס געזעצן, און ס׳פעלט נישט אויס צו אריינמישן איבער-נאטורליכע מושגים.
בעפאר דעם, קען מען נישט פארשטיין (ביזדערווייל) לויט די פיזיקס געזעצן אליינס, אבער אריינמישן איבער-נאטורליכע מושגים, העלפן אונז אויך נישט.
דאן וועלן מיר מוזן פאלגן די משנה (חגיגה פ״ב מ״א): אין דורשין מה לפנים ומה לאחור…
זונטאג מערץ 23, 2014 11:30 am#191949
נולד מאוחר האט געשריבן:די נייע געפינסען פארשטערקערן די אמונה
religion.blogs.cnn.com/2014/03/20/does-the-big-bang-breakthrough-offer-proof-of-god/?hpt=hp_t4

דו ווייסט אפשר אין די היסטאריע, ווען געפינסן האבן אפגעשוואכט די אמונה?
איז דען מעגליך אזא מין זאך?
זונטאג מערץ 23, 2014 12:55 pm#191969
פארוואס? האט געשריבן:
סודני האט געשריבן:פארוואס. איך וואלט אייך זייער גיוואלט בעטן, אויב איר קענט מסביר זיין אייערע דיבורים, אפילו פאר פשוט׳ע מענטשן וואס קענען נישט די
אלע סימבאלס .

איך מיין פשוט צו זאגן, אז פון א טריליאנסטל (…) פון א סעקונדע נאך די ביג בענג, קען מען פארשטיין די בריאה, לויט די פיזיקס געזעצן, און ס׳פעלט נישט אויס צו אריינמישן איבער-נאטורליכע מושגים.


נישט ממש אזוי, עס בלייבען איבער אסאך קשיות נאכען בינג בענג אויך

1) איז 14 ביליאן יאר געניג פאר די גאנצע פראסעס? אסאך סייענטיסען (אינקלאדינג איינשטיין) האלטען אז נישט

2) מיסינג לינקס

3) מ'דארף אפאר מאל זאגען אז דורך די פראסעס איז געווען "לאקי ברעק" אדער "קא-אינצידענס"

4) פארוואס טרעפט מען נישט (ביז דערוויל) לעבן אויף אנדערע פלענעטס

5) וויאזוי איז קאנטשענס (געפילען מחשבה שכל) געשען (די בינג בענג פארענטפערט נאר די פיזיקעל וועלט).
זונטאג מערץ 23, 2014 3:42 pm#192014
געפילטע אונז ווארט׳ן מיט שפאנוג אויף א תשובה . פארוואס, די זאגסט אז נאך די ערשטע רגע פארשטייען מיר אלעס מיט פיזיקס ,
ני על זה אנו דנין יעדער פארשטייט אז איעדע זאך אין די בריאה וואס איז ״באשאפן״ געווארן דאס מיינט אז עס איז נישט אייביג גיווען מיז בעל כרחך זיין אז עפעס האט מקדים גיווען די חפץ , אין האט באשאפין די חפץ, וויל צי זאגן אז די חפץ האט זיך אליין באשאפין איז אויסגעשלאסן כידוע, אין יעצט אז די סייענטיסטן זאגן קלאר אז די וועלט איז נישט אייביג גיווען מיז דאך זיין עפעס א כוח איז גיווען, וואס האט מקדים גיווען די בריאה. אין די כוח רופט מען גאט, איז אדרבה ווער עס קען זאל עס מסביר זיין אנדעים .
זונטאג מערץ 23, 2014 3:56 pm#192023
סודני האט געשריבן: . פארוואס, די זאגסט אז נאך די ערשטע רגע פארשטייען מיר אלעס מיט פיזיקס ,
ני על זה אנו דנין יעדער פארשטייט אז איעדע זאך אין די בריאה וואס איז ״באשאפן״ געווארן דאס מיינט אז עס איז נישט אייביג גיווען מיז בעל כרחך זיין אז עפעס האט מקדים גיווען די חפץ , אין האט באשאפין די חפץ, וויל צי זאגן אז די חפץ האט זיך אליין באשאפין איז אויסגעשלאסן כידוע, אין יעצט אז די סייענטיסטן זאגן קלאר אז די וועלט איז נישט אייביג גיווען מיז דאך זיין עפעס א כוח איז גיווען, וואס האט מקדים גיווען די בריאה. אין די כוח רופט מען גאט, איז אדרבה ווער עס קען זאל עס מסביר זיין אנדעים .

דערפאר האב איך געשריבן אז צו פארשטיין וואס איז געווען פאר דעם, איז אומ-מעגליך (ביזדערווייל) צו פארשטיין אהן א גאט. טאקע פאר די סיבה וואס דו דערמאנסט.
אמנם דא עקא, אז פאר די זעלבע סיבה איז אומ-פארשטענדליך מיט גאט. וועלן מיר מוזן זאגן: אין לנו השגה בו.
נו, איז אויף דאס צו זאגן, וואס האט ער דען אויסגעפעלט?

אלא מאי? גייען מיר צוריק צו די אויבנדערמאנטע משנה: אין דורשין וכו׳…
זונטאג מערץ 23, 2014 4:12 pm#192027
The big question here is what if you proved the big bang theory and it's in some ridiculous way proving that there was no creator, something that is only hypothetical since there is no way to prove that but what if there was will you as a Mamin in be forced to say that there is no creator or will you just drop the whole big bang and say turn to the belief that it creation was supernatural and they there's no way to explain it
זונטאג מערץ 23, 2014 4:18 pm#192030
פארוואס? האט געשריבן:
סודני האט געשריבן: .
אמנם דא עקא, אז פאר די זעלבע סיבה איז אומ-פארשטענדליך מיט גאט. וועלן מיר מוזן זאגן: אין לנו השגה בו.
נו, איז אויף דאס צו זאגן, וואס האט ער דען אויסגעפעלט?

אלא מאי? גייען מיר צוריק צו די אויבנדערמאנטע משנה: אין דורשין וכו׳…


פארוואס איז שווער ציפארשטיין (פארען ביג בענג) מיט גאט?

סך הכל גאט מיינט (לענינינו) א מצוי וואס איז אייביג געווען, אין עס איז אין זיין כח צי מאכען א וועלט.

איך פארשטיי אז דער מצוי איז נישט לויט כללי פיזיקס (ווייל פיזיקס איז נישט אייביג געווען), אין פיזיקס איז אזאך וואס (אינז) קען מער משיג זיין. אבער אז מען פארשטיי נאך נישט אלעס מיינט אז מען פארשטיי גארנישט? אז די פארשטייסט נישט פינקליך וויאזוי ריעל עסטעט ארבעט (מיט אלע דעטולען) וועסטו נישט אינועסטען אין ריעל עסטעט אין טרייען צי מאכען אן אינטעלעדשזענט דיסיזען מיט וויפיל די ווייסט?

וו באקאנט איז איינשטיין אנגעקימען צים אמת (מיט רוב זאכען) דורך חשבון, אין אויך דורך אינטאישען - שכל (למשל די "UNIFY טעאריע GOD DOESN'T PLAY DICEׁׂ). אפילו ער האט מודה געווען אז ער פארשטייט זייער ווייניג, איז ער געגאנגען מיט וואס ער פארשטייט אין זעט, אין געמאכט גאנץ גיטע הנחות מיט שכל
זונטאג מערץ 23, 2014 8:43 pm#192141
סודני האט געשריבן:געפילטע, איך האב איין פשוט׳ע פראגע צי אייך, קענט איר אפלערנען די בריאה, מיט אייער הבנה אן א גאט? איך רעדט נישט פין רעליגיע , די בריאה פאר זיך, יא צי ניין

סודני האט געשריבן:געפילטע אונז ווארט׳ן מיט שפאנוג אויף א תשובה.



ראיות מוכרחות איז נישט דא. אויב מיינסטו צו פרעגן אויב איך ווייס פונקטליך וויאזוי אלעס איז געשעהן? איבערהויפט נישט! אודאי איז דא זאכן וואס סייענס קען (נאך)נישט מסביר זיין, אבער אויב וועל איך זאגן אז וויבאלד סייענס קען נישט פונקטליך מסביר זיין וויאזוי די ערשטע ארגאניזם איז געשעהן ממילא מוז זיין אז יש מנהיג לבירה, וואס וועל איך טוהן אויב מארגן פיגערן זיי אויס וויאזוי דאס איז געשען? בלייב איך אן מיין יסוד פאר מיין אמונה. ממילא קען זיין אז ס'איז אוממעגליך אויפצוווייזן די סופערנאטוראליכען אין א נאטורליכן וועלט, און אינדרויסן פון אונזער געזעצן פון פיזיקס קענען מיר נישט וויסן וואס טוט זיך אינדרויסן פון איר, אן א דירעקטע רעווילעישען פארשטייט זיך. ממילא איז מיין גלויבן נישט געבעיסט אויף א ראי' מוכרחת פון סייענס, נאר ענדערש פון פערזענליכע אינטואציע, און א גאט (pun intended) פילינג.

אזויווי איינער האט שוין געזאגט דא, אז אויב וואלטן געווען ראיות מוכרחות וואלט נישט אויסגעפעלט קיין אמונה, נאר וואס דען, אמונה איז עפעס וואס מ'גלייבט אן קיין ראיות. איך גלייב נישט אז פייער איז הייס, איך ווייס, ווייל כ'האב עס שוין אויספראבירט, ס'פעלט נישט אויס קיין אמונה צו דעם, אמונה פעלט נאר אויס צו עפעס וואס איך גלייב דערין.
מאנטאג מערץ 24, 2014 12:43 am#192219
כ'מיין אז מ'דארף ארויסברענגן א נקודה אז דאס וואס מ'ווייסט אז א נברא מוז בע"כ האבן א בורא, דאס איז נאר אויף חומר וואס איז מוגבל און דארף האבן א מגביל אונז קען מיר דאס זען. אבער ביי גאט וואס איז נישט מוגבל, און מ'קען אים נישט משיג זיין, דאן איז נישט שייך צו פרעגן, וויאזוי, און וואס איז געווען פארדעם, ווייל דאס איז אן הגבלה.
אלזא אויב סייענס קומט אויף מיט א פארשטענדליכע הסבר לויט די חוקי הטבע וואס האט גורם געווען ביג בענג וועט אלץ איבערבלייבן די שאלה; "און וואס האט גורם געווען דער גורם" עד אין סוף. ממילא אז מ'שטעלט דאס אפ מיט גאט איז דאס גאנץ שכל'דיג.

אין אנדערע ווערטער סייענס ענדיגט זיך אלץ א רגע פארן פארשטיין און איין מאל מיר פארשטייען איז דאס שוין מוגבל וואס פארלאנגט א מגביל, עד אין סוף.

אגב פון אבן עזרא אין עטליכע פלעצער, ובפרט אין בראשית קומט אויס אז די וועלט איז א קדמון און מיט דעם פאלט מיין גאנצע טעאריע אוועק.
מאנטאג מערץ 24, 2014 8:28 am#192232
געפילטע, אונזער שמועס איז נישט אויף וואס אייער אמונה איז געבויט אין צי איר זענט בכלל א מאמין.אין אויף וואס איר זאלט בויען אייער אמונה דעיס איז לעת עתה נישט נוגע . קענט איר לויט אייער הבנה פארשטיין די בריאה אן גאט דאס איז מיין שאלה.
אין דעיס וואס איר זאגט אז עס וואלט ווען נישט געהייסן אמונה ,
אין די תורה, ווערט עס טאקע אנגערופן ידועה ״וידעת את ה׳ ״
אין דעיס אז די טווין טאערס איז אראפגעפאלן הייסט אויך א ידועה
היסטארי קען אויך הייסן ידיעה אוודאי נישט אויפ׳ן זעלבען דרגא ווי אז פייער איז הייס.
מאנטאג מערץ 24, 2014 10:05 am#192242
איך האב דיר שוין געענטפערט אויף דיין שאלה. אז אפילו אויב מ'פארשטייט (נאך)נישט אלעס, און אסאך זאכן קען מען נישט מסביר זיין, איז עס נאכנישט מכריח א כח על טבעי זאל דאס האבן געטוהן. פונקט ווי מענטשען פאר אפאר הונדערט יאר צוריק האבן געהאלטן אז די איינציגסטע וועג וויאזוי די זון, לבנה, און פלאנעטן האלטן זיך אין די לופט און פאלן נישט אראפ איז ווייל א גאט האלט זיי אונטער, ביז ניוטאן האט אויסגעפיגערט אז ס'איז דא א אומזעבארע ציאונגס קראפט וואס האלט די גאנצע יוניווערס צוזאמען. ווען איך פרעג דיר ווען אפאר יאר פריער וואס איז מער לאגיש וואלסטו זיכער געזאגט אז א אומזעבארע גאט וואס האט באשאפן אלעס און האלט אלעס איז סאך מער לאגיש ווי עפעס א באהאלטענע כח וואס האט נישט קיין שכל האלט א גאנצע וועלט מיט א משונה'דיגע פונקטליכע סדר, און קען מאטעמאטיק בעסער ווי די בעסטע מאטעמאטיקער, ווייסט פונקטליך די mass און density פון יעדע אביעקט, און ווייסט אויסצורעכענען די אינווערס-סקווער געזעץ אויף ווי שטארק זי זאל ציען יעדע פלאנעט.

סאו די קורצע ענטפער אויף דיין שאלה איז: אויב איז דיין שאלה אויב מ'קען אלעס מסביר זיין, אויב מ'פארשטייט אלעס? ניין.
אויב דאס נישט פארשטיין נאטורליכע פענאמענאן איז מכריח א כח על-טבעי? אויך ניין
מאנטאג מערץ 24, 2014 11:27 am#192265
געפילטע איך האב בכלל נישט גערעדט צי ס׳איז א מכריח צי נישט , וואס איך וויל זאגן איז אז ״לעת עתה״ איז דער וויל נישט דא קיין בעסערע הסבר ווי גאט , אין אויב איר זענט מסכים צי דעים ,
אמת אז אמאל איז נישט גיווען א הסבר ווי אזוי די גלגלים ארבעטן
מ׳האט געמיינט אז זיי האבן אליין א שכלי אין זיך אין זענען משתוקק
זיך מדמה צי זיין צי זייער מלאך אויף דעים גלגל , ני אין יענע תקופה איז דאס גיווען די בעסטע הסבר ,
איז מיין שאלה וואס איז יעצט די בעסטע הסבר , איר ווילט זאגן אז עס קען זיך מיט די צייט טוישן גוט
אבער ״לעת עתה״וואס איז די בעסטע הסבר
מאנטאג מערץ 24, 2014 12:47 pm#192293
סודני, דאס ווערט פאפולער אנגערופן "God of the gaps° - דער גאט פון די לעכער. די פראבלעם דערמיט איז אז די לעכער ווערן אלץ קלענער און קלענער ווען סייענס רוקט זיך פאראויס צו מסביר זיין מער און מער. חוץ מזה וואס "גאט" איז נישט קיין הסבר, עס איז א ווארט וועלכע דו אליינס קענסט אויך נישט דעפענירן חוץ זאגן אז עס איז א כוח עליון וואס מיר באגרייפן נישט. וואס טוסטו אויף דערמיט? אז דו רוקסט ארויף די שאלה פון "פארוואס?" (נישט דער ניק) מיט איין לעוועל. אויב אזוי, קענסטו שוין בלייבן אויף דעם ערשטן לעוועל און זאגן אז נאטור איז א כוח עליון וכו' פאנטעאיזם?
עס איז פיל מער זיכער און מסתבר זיך צו פארלאזן אויף די אינטואיציע וואס זאגט אז עס איז פארהאן א כוח עליון (כאשר כבר הרחיב כ"ק יאיר את הדיבור בענין זה) ווי צו פרובירן צו אויפווייזן מיט ראיות מגוכחות, וועלכע פארשוואכערן נאר די אמונה אנשטאט פארשטערקערן.
מאנטאג מערץ 24, 2014 1:26 pm#192314
סודני האט געשריבן:געפילטע איך האב בכלל נישט גערעדט צי ס׳איז א מכריח צי נישט , וואס איך וויל זאגן איז אז ״לעת עתה״ איז דער וויל נישט דא קיין בעסערע הסבר ווי גאט , אין אויב איר זענט מסכים צי דעים

נאכאמאל.
געפילטע פיש האט געשריבן:אויב דאס נישט פארשטיין נאטורליכע פענאמענאן איז מכריח א כח על-טבעי? אויך ניין

אזויווי יידל זאגט, א איבערנאטורליכע וועזן וואס דו קענסט אויך נישט פארשטיין אדער מסביר זיין איז נישט קיין "בעסערע הסבר" ווי אז צוויי קעפיגע aliens טוען עס אינמיטן די נאכט ווען קיינער זעט נישט.
מאנטאג מערץ 24, 2014 1:55 pm#192329
קיינער פרובירט נישט צי זאגען אז מען גלייבט נאר ווייל עס איז דא ראיות, אין קיינער פרובירט נישט צי זאגען אז די קשיא פארען ביג בענג ווייזט אויף 100% אז עס איז דא א גאט.

אמונה איז בעיקר געבויט אויף די 6TH סענס, אזוי ווי עס שטייט אין רמב"ם אין אסאך ראשונים אחרונים. אין אזוי ווי די חברים האבען פריער געזאגט.

מ' זאגט נאר אז (מיט די וויסען וואס מיר ווייזען יעצט) אויב איך מיז מאכען א בעטט פין 100000$ אין מ'גיייט מארגען געוואר ווערן די אמת, וואלט איך געבעט אז עס איז דא א ערשטע כח וואס איז אייביג געווען (אין דער מצוי האט אין זיך אלע כוחות פין די פועל יוצא), אין נישט אז עס איז געשען פין זיך אליין.
מאנטאג מערץ 24, 2014 2:32 pm#192345
יידל האט געשריבן:סודני, דאס ווערט פאפולער אנגערופן "God of the gaps° - דער גאט פון די לעכער. די פראבלעם דערמיט איז אז די לעכער ווערן אלץ קלענער און קלענער ווען סייענס רוקט זיך פאראויס צו מסביר זיין מער און מער. חוץ מזה וואס "גאט" איז נישט קיין הסבר, עס איז א ווארט וועלכע דו אליינס קענסט אויך נישט דעפענירן חוץ זאגן אז עס איז א כוח עליון וואס מיר באגרייפן נישט. וואס טוסטו אויף דערמיט? אז דו רוקסט ארויף די שאלה פון "פארוואס?" (נישט דער ניק) מיט איין לעוועל. אויב אזוי, קענסטו שוין בלייבן אויף דעם ערשטן לעוועל און זאגן אז נאטור איז א כוח עליון וכו' פאנטעאיזם?
עס איז פיל מער זיכער און מסתבר זיך צו פארלאזן אויף די אינטואיציע וואס זאגט אז עס איז פארהאן א כוח עליון (כאשר כבר הרחיב כ"ק יאיר את הדיבור בענין זה) ווי צו פרובירן צו אויפווייזן מיט ראיות מגוכחות, וועלכע פארשוואכערן נאר די אמונה אנשטאט פארשטערקערן.
מאנטאג מערץ 24, 2014 2:35 pm#192347
פונקט פארקערט אמאל האט מען געמיינט אז די וועלט איז נישט א באשאף , עס איז אייביג גיווען , מיט סייענס ווייסן מיר קלאר אז די וועלט איז א אזאך וואס איז נישט אייביג גיווען,אין עס איז א פרישע זאך,אין נאך אמאל איך בין נישט דא צי פרעדיגן רעליגיע אדער אמונה
איך פרעג בסך הכל צי לעת עתה, איז דא א בעסערע הסבר ווי גאט,
מאנטאג מערץ 24, 2014 4:36 pm#192399
געפילטע איר זאגט אז גאט איז אזאך וואס מיר קענען נישט פארשטיין , איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס איר מיינט אוודאי קענען מיר נישט אינגאנצן משיג זיין גאט , אבער פארוואס זאלן מיר נישט קענען פארשטיין, אז עפעס האט געמיזט מקדים זיין די בריאה וואס די זאך אליין איז נישט קיין נברא . וואס איז אזוי שווער דא צי פארשטיין , אין בכלל צי זאגן אז אלעס האט זיך געמאכט פין זיך אליין מיט נא טור איז דען יא צי פארשטיין ווער האט געמאכט אז mass זאל האבן גרעוואטי, אין נישט פארקערט, דאס ווארט נאטור ענטפערד באמת לאמיתו גארנישט די קשיא בלייבט ״ווער האאט געמאכט די נאטור״, איז נישט מער מסתבר צי זאגן אז עס איז דא א גאט , והדברים פשוטים , אין לויט סייענס
איז פארוואס טאקע איז אויף אונזער וועלט דא מענטשן, ווייל טאקע נאר דא קענען בעלי חיים לעבן , אזוי ווי געפילטע איז מסביר , נו דאס אליין איז דאך שווער פארוואס איז אויף אנדערע פלאנעטן האט זיך נישט געמאכט בעלי חיים צי געפאסט לויט יענעם פלאנעט ,
יידל. איר זאגט אז ווען מען איז מסביר די בריאה מיט גאט ריקט מ׳ען ארויף די שאלה, וואספארא שאלה ריקט מען ארויף ?