מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 8:32 pm#385338
berlbalagulehכמו שאמרתי כמה פעמים: דער חילוק פון אן אפיקורס און א לץ איז, אז דער אפיקורס איז אידעאלאגיש א כופר בעיקר. צו ווייל ער איז א בעל תאווה און ער ווילל נאכגיין זיינע תאוות בשרירות ליבו. און רעדט זיך און אנדערע איין אז ער איז אן אפיקורס בשיטה. אידעאלאגיש. אדער ווייל ער וויל זיך נוקם זיין אין באשעפער, (וואס עקזיסטירט נישט, כביכול), ווייל ער האט איהם געגעבן א שווער לעבן. אזוי ווי שאולי גראסמאן.
קיין איינע פון די דערמאנטע זענען נישט עכטע אפיקורסים. דער בעל תאוה איז סתם א בעל תאוה, און דער מיט א שווער לעבען איז א רחמנות, אזוי ווי די שרייבסט אז ער איז נאך ברוגז אויפ'ן בורא וואס עקסעסטירט אויך.
זייער ווייניג זענען עכטע אפיקורסים וואס זענען פשוטע כופרים אידילאגיש, וואס זאל נישט קומען פון צרות אדער שווערע אפברינגינג אדער פארפלאנטערטע תאוות.
דער פיאסעצנער הי"ד שרייבט אז היינט איז נישט דא כמעט אזא זאך ווייל יצרא דעבודה זרה האט מען מבטל געווען און איינער וואס גלייבט נישט איז פשוט ווייל ער איז אזוי פארנידערט אין גלות אז האט נישט קיין טעם און יודישקייט.