Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » שמעון ד'זיגאן

שמעון ד'זיגאן

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
50 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 80 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #6133
דאנערשטאג מערץ 20, 2014 2:34 pm#191553
שמעון ד'זיגאן
באלט נאכן קרוג איז געווען א געליציאנע איד מיטן נאמען ד'זיגאן.
ווען א היינטיגע בדחן שטעלע זיך אויף רעדן זאגט ער איבער אסאך וויצען פון ד'זיגאן בעיקור אויף די וויצען וואס די עולם לאכט.
חוץ פון דעים האט שמעון געוויסט גוט ווי אזוי אראפ צו לייגן א וויץ אז מ'זאל זיך קענען ווארפן פאר געלעכטער.
אזוי ווי איך פארשטייי איז ער אראף פון וועג נאכן מלחמה, אין וועגן דעים אסאך אפגעלאכט פון השי"ת אין אויך זאכן וואס זענען ביי אונז טייער.
וועדען דעים זענען אסאך פון זיינע טרעקס נישט אויס געהאלטן.

איך בין אבער נייגריג פון ווי שטאמט ער? טאמער ער איז געווען א חסידיש איד, ווער זיינע עלטערען זענען געווען, אין טאמער ער האט איבערגעלאסט היימישע דורות, אדער קונדער ליידער נישט היימיש.

דא האט איר א יו טוב קליפ פון ד'זיגאן
m https://www.youtube.com/watch?v=E7MVpiP2AUI m

m https://www.youtube.com/watch?v=3mhq9Szof8M m
דאנערשטאג מערץ 20, 2014 2:51 pm#191557
ברם ייזכר לטוב רבי שמעון שהיה העולם שמן עד שבא רבי שמעון והחייה עצמות היבשות
איך קען נישט פארגעסן ווי א עלטערע מלחמה איבערלעבער האט מיר פארציילט מיט טרערן אין די אויגן ווי נאכ'ן קריג האט ער געטראפן א נחמה אין שמעו'לע מיט זיינע וויצן, ער איז געווען א אויסגעלאשענע נשמה נאכ'ן פארלירן אלעס און איז געוועהן דעפרעסירט, ביז די השגחה עליונה האט אראפגעשיקט דעם שמעו'לע וואס האט אויפגעמונטערט דעם עולם, און אריינגעגבן א טעם אין לעבן,
איך ווייס נישט פארוואס מיר קומט עפעס נישט צו לאכן פון זיינע וויצן,
גראדע לעצטנס שפילט מען איבער שימעלע'ס טעאטער שטיק אין די ישראל'דיגע טעלעוויזיע, ווי אלס שימעלע שפילט דער באקאנטער שפילער דוב'עלע גליקמאן וואס מיר אלע קענען אלס שלום שטיסל פון די "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע.
דאנערשטאג מערץ 20, 2014 3:08 pm#191562
איינע פון זיינע גוטע שטיקלעך:

"ס'שטייט אין די תורה אז מרים הנביאה האט געשפילט אויפן פויק פאר די אידן, כא! א גרויסע מציאה. קען מיר אפשר איינער זאגן ווער ס'איז אינטערעסירט צו זעהן א פינעף טויזענט יעריגע נקבה שפילן אויף א פויק?!?!

ויה"ר שיהא שפתותיו דובובות בקבר אמן כן יהי רצון.
דאנערשטאג מערץ 20, 2014 3:14 pm#191564
אפטעמיסט האט געשריבן:איינע פון זיינע גוטע שטיקלעך:

"ס'שטייט אין די תורה אז מרים הנביאה האט געשפילט אויפן פויק פאר די אידן, כא! א גרויסע מציאה. קען מיר אפשר איינער זאגן ווער ס'איז אינטערעסירט צו זעהן א פינעף טויזענט יעריגע נקבה שפילן אויף א פויק?!?!

ויה"ר שיהא שפתותיו דובובות בקבר אמן כן יהי רצון.


מער ווייניגר אזוי.....

מלאך מיכאל טרעפט א איד אין זאגט עיהם אז מ'ווילן וויסל אין עולם האמת טאמער די אידן ווילן משיח,
זאגט דער איד " פרעגסט מיר? גיי צירוק ארויף אין דריי נישט קיין קאפ. אונז דארפן נישט משיח, די ווייסט ווואס אלץ איז דא אויף דער ווועלט? קאסינא. שיקצעות וגו' אי אפשר לפורטים כי רבים הם"
זאגט מלאך מיכאל וואס רעדזטו? די ווייסט וואס מיינט עסען א סעודת לוויתן? אין זעהן מרים הנביאה טאנצט?
זאגט דער איד "הע? פאר דעים דארף איך משיח? צו זעהן א פיר טויזעט יעריגע פרוי הייבט א פיס?"
דאנערשטאג מערץ 20, 2014 3:25 pm#191567
לגופו של ענין ער איז געבוירן ביי א פרומע משפחה אין לאדש ער איז אין זיין יוגנט אראפ פון וועג
פרייטאג מערץ 21, 2014 12:11 am#191736
פרייטאג מערץ 21, 2014 8:27 am#191749
נאך די מלחמה?????? ער איז געווען פארן מלחמה מיין איך, עכ"פ אזוי האבעך אלץ געוואוסט. אביסל נאך די מלחמה אויך אין ארץ ישראל אבער כמיין פאר די מלחמה איז ער געווען ריזיג.
דינסטאג יולי 15, 2014 3:07 am#211808
איינער ווייסט אפשר א פלאץ ווי איך קען דאוינלאדן אלע זיינע סידיס ?
(בחונם)
מאנטאג אקטאבער 20, 2014 8:19 pm#229450
אפטעמיסט האט געשריבן:איינע פון זיינע גוטע שטיקלעך:

"ס'שטייט אין די תורה אז מרים הנביאה האט געשפילט אויפן פויק פאר די אידן, כא! א גרויסע מציאה. קען מיר אפשר איינער זאגן ווער ס'איז אינטערעסירט צו זעהן א פינעף טויזענט יעריגע נקבה שפילן אויף א פויק?!?!

ויה"ר שיהא שפתותיו דובובות בקבר אמן כן יהי רצון.

אבער ווען זי האט געשפילט אויפ'ן פויק איז זי נישט געוועין פינעף טויזנט יאר אלט.
ס'איז דא א סאך פרומע תורה'ס אויף דעים. איינס וואס איך געדענק איז, אז מרים האט פארדעים געשפילט אויפ'ן פויק ווייל ס'איז דאך באוואוסט אז "קול באשה ערוה",האט זי געשפילט אויפ'ן פויק אז מ'זאלל נישט הערן איהר קול...ודו"ק...!
מאנטאג אקטאבער 20, 2014 8:23 pm#229453
רויטע וואנצעס האט געשריבן:http://en.wikipedia.org/wiki/Shimon_Dzigan

לויט ווי איך האב געהערט האט ער שוין געשפילט אין אידישן טעאטער נאך פאר די וועלט מלחמה...!
מאנטאג אקטאבער 20, 2014 10:52 pm#229468
berlbalaguleh האט געשריבן:
רויטע וואנצעס האט געשריבן:http://en.wikipedia.org/wiki/Shimon_Dzigan

לויט ווי איך האב געהערט האט ער שוין געשפילט אין אידישן טעאטער נאך פאר די וועלט מלחמה...!

כמו שכתבתי לעיל
מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 5:29 pm#244689
אפטעמיסט האט געשריבן:איינע פון זיינע גוטע שטיקלעך:

"ס'שטייט אין די תורה אז מרים הנביאה האט געשפילט אויפן פויק פאר די אידן, כא! א גרויסע מציאה. קען מיר אפשר איינער זאגן ווער ס'איז אינטערעסירט צו זעהן א פינעף טויזענט יעריגע נקבה שפילן אויף א פויק?!?!

ויה"ר שיהא שפתותיו דובובות בקבר אמן כן יהי רצון.


אפגעהארגעט!

ער רעדט מיט א מלאך וועגען וואס וועט זיין ווען משיח וועט קומען.
זאגט ער... משה רבינו זאגט תורה... מרים הנביאה טאנצט...
פאר דעם דארף איך ווארטען? צו זעהן א 5,000 יעריגע אידענע הייבט א פיסל
דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 11:32 am#244970
את חטאי אני מזכיר, איך פלעג הערען זיינע קאסעטען אין די יוגענט, ער'ז א מנובל, און א עקעלדיגע אפיקורס, און רעדט צאם כל דבר אסור על ה' ועל משיחו, אביסעל גוטע ווערטער, עפ"י רוב אויסגעמישט מיט שמאלציגע ניבול פה, אבער ס'רוב מאהל קומט עס גארנישט צום לאכען נאר צו וויינען, איצט פוילט ער ערגעץ אין א קבר אין מיטעל מזרח :|
דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 11:38 am#244975
א ברינעם פון ווי דו האסט גענומען וואסער,ווארף נישט דארטען א שטיין.
דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 11:41 am#244976
את חטאיך של היום תזכיר לך היום. אסור לספר אחר מיטתו של אדם, און בפרט א איד וואס האט מיטגעמאכט שבעה מדורי גיהנום און נאך אפאר יאר אין סיביר'ישע גיהנום, און נאך אלעמען האט ער נאך באוויזען ארויפצוברענגען א שמייכעל אויף די לעפצן פון די עצמות יבישות נאכ'ן קריג.

אל תדון את חבירך עד שתגיע ח"ו למקומו.
דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 11:45 am#244978
סאשי פיש האט געשריבן:א ברינעם פון ווי דו האסט גענומען וואסער,ווארף נישט דארטען א שטיין.


א ברונעם וואס איז פאר'סמט זאלסטו ווארענען אלעמען חלילה נישט צוצוגיין
דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 11:47 am#244981
פישל'ע העררינג האט געשריבן:את חטאיך של היום תזכיר לך היום. אסור לספר אחר מיטתו של אדם, און בפרט א איד וואס האט מיטגעמאכט שבעה מדורי גיהנום און נאך אפאר יאר אין סיביר'ישע גיהנום, און נאך אלעמען האט ער נאך באוויזען ארויפצוברענגען א שמייכעל אויף די לעפצן פון די עצמות יבישות נאכ'ן קריג.

אל תדון את חבירך עד שתגיע ח"ו למקומו.


וואו איז די מקור אז ס'יז אסור לספר אחר מיטתו של אפיקורס, כ'האף ער'ט אמאהל תשובה געטוהן, אפשר בפתחו של גיהנם, אבער ליידער איז ער עד היום הזה א נעבעך א מחטיא את הרבים, כ'שוין אים זייער שטארק, אבער ס'מאכט אים נישט אויס שייגעץ :ugeek:

נ.ב. כ'אב אים נישט דן געוועזען, כ'אב געזאגט דברים כלויתן.
דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 11:49 am#244983
אויב איך מעג פרעגן וואס איז די אפטייטש פון די ווארט ״שייגעץ״ ?
דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 11:56 am#244988
Kool man האט געשריבן:
סאשי פיש האט געשריבן:א ברינעם פון ווי דו האסט גענומען וואסער,ווארף נישט דארטען א שטיין.


א ברונעם וואס איז פאר'סמט זאלסטו ווארענען אלעמען חלילה נישט צוצוגיין

דו נישט. אפשר א צווייטער יא!

משה רבינו האט נישט געשלאגען די טייך ביי דם. און נישט די שטויב ביי כינים.

זוך דיך אנדערע מצוות, א דאנק.
דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 12:09 pm#244996
סאשי פיש האט געשריבן:אויב איך מעג פרעגן וואס איז די אפטייטש פון די ווארט ״שייגעץ״ ?


אל כבוד ידידי היקר סאשי פיש, נאר אביסעל וואס מיינט שייגעץ {בא"י: שגץ, במאנרא: שייגאץ} :
אמר רבי חנן בר רבא הכל יודעין כלה למה נכנסה לחופה אלא כל המנבל פיו אפילו חותמין עליו גזר דין של שבעים שנה לטובה הופכין עליו לרעה. אמר רבה בר שילא אמר רב חסדא: כל המנבל את פיו מעמיקין לו גיהנום. – מסכת שבת, ל"ג, ע"א

א. מִי שֶׁמְּדַבֵּר נִבּוּל פֶּה, בְּיָדוּעַ שֶׁלִּבּוֹ חוֹשֵׁב מַחֲשָׁבוֹת אָוֶן.
ב. עַל יְדֵי נִבּוּל פֶּה בָּא חֲנֻפָּה.
ג. בַּעֲווֹן נִבּוּל פֶּה צָרוֹת וּגְזֵרוֹת מִתְחַדְּשׁוֹת, וּבַחוּרֵי יִשְׂרָאֵל מֵתִים, חַס וְשָׁלוֹם, וִיתוֹמִים וְאַלְמָנוֹת צוֹעֲקִים וְאֵינָם נַעֲנִין.
ד. הַמְנַבֵּל פִּיו, אֲפִלּוּ חוֹתְמִין עָלָיו גְּזַר דִּין שֶׁל שִׁבְעִים שָׁנָה לְטוֹבָה, הוֹפְכִין עָלָיו לְרָעָה, גַּם מַעֲמִיקִין לוֹ גֵיהִנּם, גַּם לַשּׁוֹמֵעַ וְשׁוֹתֵק.
ה. חָמוּר הַאוֹמֵר בְּפִיו מִן הָעוֹשֶׂה מַעֲשִֶׂה. ספר המידות-ניבול פה חלק א

דארפסט נאך מראה מקומות אויף א אפיקורוס אויכעט אז ר'הייסט א שייגעץ, אדער רשע אויב ס'דיר בעסער?
דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 12:16 pm#244999
סאשי פיש האט געשריבן:
Kool man האט געשריבן:
סאשי פיש האט געשריבן:א ברינעם פון ווי דו האסט גענומען וואסער,ווארף נישט דארטען א שטיין.


א ברונעם וואס איז פאר'סמט זאלסטו ווארענען אלעמען חלילה נישט צוצוגיין

דו נישט. אפשר א צווייטער יא!

זיי נישט ברוגז, נישט גערעדט צו די זאך

משה רבינו האט נישט געשלאגען די טייך ביי דם. און נישט די שטויב ביי כינים.

ווייל משה רבינו איז שולדיג געוועזען הכרת הטוב פאר די וואסער, משא"כ דא וואס דער באם האט נישט מער ווי פאר'סמט מיין יונגע קאפ [אזוי ווי נאך טויזענטער יודישע קעפ] בין איך אים שולדיג א גוטען קאפע פון די הונטען

זוך דיך אנדערע מצוות,

די הדרכה וואס איך זאל טוהן וועל איך נעמען ביי גרעסערע פון דיר, אולי ואפשר קען איך דיר זאגען צוהערען דיינע אייגענע ווערטער, און דו זאלטס אויכעט זוכען אנדערע מצוות ווי זיך אננעמען פאר א אפיקורס און לאנגיעריגע מחטיא את הרבים, כ'אב נישט באמערקט די רעספעקט און כבוד פאר אנדערע עהרליכע און פרומע יודען שומרי תורה ומצוות
א דאנק.

נישטא פארוואס
דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 4:26 pm#245075
דער הייליגער חפץ חיים האט נאך אזוי ליב געהאט א איד ווי אונז אלע, און אויסגעלערענט און אליין דן געוועהן איעדען יוד לכף לכות, עכ"ז זאגט ער קלאר די הלכה אז אויף אן אפיקורס טאר מען נישט דן זיין לכף זכות נאר אדרבה ווי מער רעדען שלעכטש אויף אים.... ער זאגט מ'דארף ניטאמאל מברר זיין צי ער איז טאקע געוועהן א אפיקורס אדער נישט... סאררי אבער אזוי זאגט די חפץ חיים!
(נ.ב. מיין באבע פלעגט הערן די ראדיו און דאדורך זיך מחזק געוועזעהן מיט זיינע וויצען - אבער ער איז פארט געוועהן אן אפיקורס און א לץ! ללא ספוק)
דינסטאג יאנואר 10, 2017 5:14 pm#359445
שמעון דזיגאן האט עדות געזאגט צום באבובער רב אז זיין ברידער ר' חיים יהושע איז ג'הרגט געווארן אין קריג
אבער באבובער רב האט נישט געוואלט מקבל עדות זיין פון א לץ
דינסטאג יאנואר 10, 2017 6:46 pm#359457
כ׳בין נישט זיכער צו ער קען אריינגיין אין גדר פון א אפיקורס להלכה. ס׳איז זייער א לאנגע מהלך פון מאכן וויצן, אפילו נישט אויסגעהאלטע וויצן ביז אפיקורסעס, ס׳אפיקורס׳טזיך נישט אזוי שנעל, נאך די אלע וויצן האט ער נאך אלץ געקענט גלייבן.

זאת ועוד איינער וואס האט שוין געהערט א פולישער איד וואס איז געווען פון פיר יאר און מער אין לאגער רעדן פון די ענינים קען פארשטיין פשט אין פסוק אל תדון את חברך עד שתגיע למקומו
דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:20 pm#359461
שלום שטיסל האט געשריבן:זאת ועוד איינער וואס האט שוין געהערט א פולישער איד וואס איז געווען פון פיר יאר און מער אין לאגער רעדן פון די ענינים קען פארשטיין פשט אין פסוק אל תדון את חברך עד שתגיע למקומו

אדון שטיסל: דאכטזכמ'ר אז איהם קען מען נאך דן זיין פון פאר'ן קריג.
דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:39 pm#359462
איינער האט דא א ספק צו דזיגאן איז געווען אן אפיקורס? צו וואס דען איז ער געווארן פריי?

פארוואס איז אזוי שווער צו פארשטיין פארוואס א מענטש לאזט אפ עפעס א קולט? סתם ווייל אונז מאכן א גאנצער דראמא דערפון?
דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:57 pm#359466
moshav zekeinim האט געשריבן:איינער האט דא א ספק צו דזיגאן איז געווען אן אפיקורס? צו וואס דען איז ער געווארן פריי?

פארוואס איז אזוי שווער צו פארשטיין פארוואס א מענטש לאזט אפ עפעס א קולט? סתם ווייל אונז מאכן א גאנצער דראמא דערפון?

@מושב: ביטע זיי מסביר בטוב טעם ודעת איינמאל פאר אלעמאל וואס איז די דעפעניציע פון אן אפיקורת און פונקטליך וואס מיינט א קולט און פארוואס רעליגיע אדער דווקא פארוואס איז די אידישע רעליגיע א קולט.
דינסטאג יאנואר 10, 2017 8:24 pm#359467
א קולט איז פארשטייט זיך רעלאטיוו, טאמער דיין געזעלשאפט ערלויבט דיר נישט אוסצוברייטערן דיין אופק המחשבה והמעשה כאטש אזויווי דער ארום, דאן איז עס א קולט.

איך גיי נישט אריין גיין דעפענירן דעם באגריף פון אפיקורוס, אבער לויטן פאלקליכן מיין איז עס איינער וואס שענד די עקרי יהדות. איך מיין אז דזיגאן איז געווען אזא איינער, ער האט טאקע געליבט דעם אידישן קולטור, אבער צו תורה ומצוות האט ער געהאט א קנאפע שייכות.
דינסטאג יאנואר 10, 2017 9:40 pm#359476
מושב זקנים: די דעפיניציע פון אן אפיקורס. און די חילוק פון אן אפיקורס ביז א לץ איז זייער פשוט. דו ביסט אן אפיקורס. שמעון דזשיגאן איז א לץ. דו זאגסט ארויס דיינע דיעות כוזבות מיט א גלאטן פנים. שמעון דזשיגאן האט אפגעשפעט פון אלץ און אלעמען. אריינגערעכנט די תורה ומצוות. נאר ער האט עס ארויסגעברענגט אויף אן אופן וואס די צוהערערס האבן זיך געקוילערט פאר געלעכטער. דאס איז די ריכטיגע מיין פון ..."ליצנות"... וואס ס'שטייט אין אלע מוסר ספרים..."ליצנות אחת דוחה מאה תוכחות"... א ציניקער, וואס גלייבט נישט אין גארנישט. נישט דווקא א בדחן וועלכער זאגט דזשאוקס און מאכט דעם עולם לאכן. אויך די רש"י אין אנהייב פ' תולדות, וואס רש"י הק' זאגט איבער די ליצני הדור. אט דאס מיינט מען...!

נאר היינט איז אין ארץ ישראל דא א טעאטער גרופ וועלכע רופן זיך מיט'ן נאמען..."היהודים באים"...זיי זענען זייער א טאלאנטפולע גרופ פון שפילערס. זיי שפעטן אפ פון אלץ און אלעמען. ביי זיי איז קיין שום זאך נישט פארהייליגט. זיי שפעטן אפ פון די מייסדי המדינה און די מצבים ארום דעם. ס'איז זייער הילעריעס. די פראבלעם איז אבער אז זיי מאכן אויכעט ליצנות פון די תורה ומצוות. און אלטע אידישע היסטאריע, ווי הבטחת הקב"ה על ארץ ישראל פאר אברהם אבינו. און פון די עקידה. און מכירת יוסף...!
דינסטאג יאנואר 10, 2017 11:26 pm#359489
היהודים באים זענען אפקורסי אפקורסים. זיי טשעפענען דעם קודש הקדשים אליינס.
דינסטאג יאנואר 10, 2017 11:30 pm#359490
מושב זקנים: אבער זיי זענען הילעריעס. דו מוזסט דאס מודה זיין. איך האב מיך געקוילערט פאר געלעכטער. און איך שאץ אפ זייער טאלאנט. אבער ווי איראניש איז עס אז איך בין דער ..."דעוויל'ס עדוואקעיט"...!
מיטוואך יאנואר 11, 2017 1:45 am#359499
@מושב: איז דזיגאן געווען א ציוניסט?
מיטוואך יאנואר 11, 2017 2:00 am#359500
moshav zekeinim האט געשריבן:א קולט איז פארשטייט זיך רעלאטיוו, טאמער דיין געזעלשאפט ערלויבט דיר נישט אוסצוברייטערן דיין אופק המחשבה והמעשה כאטש אזויווי דער ארום, דאן איז עס א קולט.

איך גיי נישט אריין גיין דעפענירן דעם באגריף פון אפיקורוס, אבער לויטן פאלקליכן מיין איז עס איינער וואס שענד די עקרי יהדות. איך מיין אז דזיגאן איז געווען אזא איינער, ער האט טאקע געליבט דעם אידישן קולטור, אבער צו תורה ומצוות האט ער געהאט א קנאפע שייכות.

זייער טריקן נישט טוב נישט מיט טעם און נישט דעת.
מיטוואך יאנואר 11, 2017 3:47 am#359502
מושב איז אן אפיקורס אין חריידיזים, נישט אידישקייט.

בערל בעל עגלה איז אן אפיקורס אין דזיגאן'ס אמונה.

אן אפיקורס אין אידישקייט איז איינער וואס האלט אז ס'איז חלילה נישטא קיין בורא עולם.

ביטע נישט צומישען די גדרים.
מיטוואך יאנואר 11, 2017 4:19 am#359506
אישתישבי האט געשריבן:מושב איז אן אפיקורס אין חריידיזים, נישט אידישקייט.

בערל בעל עגלה איז אן אפיקורס אין דזיגאן'ס אמונה.

אן אפיקורס אין אידישקייט איז איינער וואס האלט אז ס'איז חלילה נישטא קיין בורא עולם.

ביטע נישט צומישען די גדרים.


בארעח האשעם אז דו האסט ארויס די זאך, ווי לייגסט עס טאקע ביינאכט אויפן דאכענע אדער אינטערן דאכענע?.
כווארט אויף א תשובה מיט שפאנונג!
מיטוואך יאנואר 11, 2017 5:53 am#359512
קורקלענד האט געשריבן:@מושב: איז דזיגאן געווען א ציוניסט?


דער אמת איז אז איך ווייס נישט קיין סך איבער אים, טראץ וואס איך בין א גרויסער פען זיינער (לכאורה דער גרעסטער אידישער קאמידיען אין די היסטאריע).

אבער וואס איז שייך ציוניסט? ער איז נישט געווען פרום טא פארוואס זאל ער דען זיין קעגן ציוניזם?! אזויפיל ווייס איך יא, אז ער האט נישט געוואלט אויפטרעטן אויף עברית פשוט ווייל ער איז נאר געווען באקוועם אין יידיש. ער איז טאקע דערפאר אוועק געפארן פון ישראל פאר עטליכע יאר (קיין ארגענטינע), ביז די מדינה האט אים צוריק פארבעטן און אים פארשפראכן צו ערלויבן אידישע פארשטעלונגען בתנאי אז ער ווארפט אריין גענוג עבריתישע ווערטער.
מיטוואך יאנואר 11, 2017 6:20 am#359513
קורקלענד האט געשריבן:זייער טריקן נישט טוב נישט מיט טעם און נישט דעת.

אפשר נישט מיט טעם אבער מיט דעת לכאורה יא.

לב טהור איז א קולט כלפי סקווירא, סקווירא איז א קולט כלפי סאטמאר ז"ל, סאטמאר איז א קולט כלפי א נאטראלער פלעטבושער קהילה, און א פלעטבושער קהילה איז א קולט כלפי דער געווענדליכער אמעריקאנער, און דער געווענדליכער אמריקאנער איז א קולט כלפי די פארשידענע גאר ליבעראלע באוועגונגען.

ווי געזונטער, ברייטער און בויגזאמער די מחשבות און נארמעס זענען, אלס ווייניגער קולט איז עס.

אפיקורס איז בעצם א נאמען פון א מענטש, א גריכישער מנהיג וואס האט געגרינדעט א מעדיטאציע שיטה וואס איז שולל א העכערער כוח. איבער די ים התיכון ברעגן האבן זיך געגרינדעט טעמפלען צו פראקטיצירן אפיקורוס'עס גאר געלונגענער מעטאד פון שלוות הנפש. א גרויסער טייל פון די אפיקורוס טעמפלען זענען שפעטער פארוואנדלט געווארן אין קריסטליכע קירכעס.

אפיקורוס האט געמאכט א ריזיגער דורך ברוך בימיו, ער האט געוויזן אז מען קען האבן א קהילה און שלוות הנפש אן ניצן מאטיוון פון איבערנאטורליכע כוחות. ער איז דעריבער געווארן די גרעסטער שונא פון די כוהני הדת.
מיטוואך יאנואר 11, 2017 1:22 pm#359531
זייער אינטעריסאנעט, איעדער האקט אויף איהם אבער מען הערט איהם אויס. פונקט אזוי ווי נחום ראזענבערג
מיטוואך יאנואר 11, 2017 2:13 pm#359539
moshav zekeinim האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:פארוואס זאל ער דען זיין קעגן ציוניזם?! אזויפיל ווייס איך יא, אז ער האט נישט געוואלט אויפטרעטן אויף עברית פשוט ווייל ער איז נאר געווען באקוועם אין יידיש. ער איז טאקע דערפאר אוועק געפארן פון ישראל פאר עטליכע יאר (קיין ארגענטינע), ביז די מדינה האט אים צוריק פארבעטן און אים פארשפראכן צו ערלויבן אידישע פארשטעלונגען בתנאי אז ער ווארפט אריין גענוג עבריתישע ווערטער.

לויט ווי איך געדענק עס איז געווען א פאליטיק וועלעכע שפראך ציוניזם זאל אדאפטירן און עברית האט גובר געווען.

ווי איך פארשטיי פון דיר האסטו איהם א סאך אויסגיהערט און מיט דעם אלעם האלטסטו אז ער איז מעגליך געווען א שטארקע ציוניסט, איי ס'שטעלט זיך א פראגע ער האקט און מאכט ליצנות פון די מדינה און ציוניזם רעכטס און לינקס, העסטו איצט קומען זאגן אה דעס איז סתם פאר מליצה, זאג איך דיר אז די קענסט די זעלבע מליצה תירוץ זינגען ווען ער רעדט פון גאט אדער רעליגיע. איי ער איז נישט געווען רעליגיעז מיינט נאך אלס נישט אז ער איז לעגאל אן אפיקורת (איך פארשטיי אז מען ווערט נישט אן אפיקורת פון טוהן עבירות) חוץ אז דו ניצט די דעפעניציע אויף אן אפיקורת פון מנשה פילאפ אדער טעלער.
מיטוואך יאנואר 11, 2017 2:18 pm#359540
moshav zekeinim האט געשריבן:לב טהור איז א קולט כלפי סקווירא, סקווירא איז א קולט כלפי סאטמאר ז"ל, סאטמאר איז א קולט כלפי א נאטראלער פלעטבושער קהילה, און א פלעטבושער קהילה איז א קולט כלפי דער געווענדליכער אמעריקאנער, און דער געווענדליכער אמריקאנער איז א קולט כלפי די פארשידענע גאר ליבעראלע באוועגונגען.

ווי געזונטער, ברייטער און בויגזאמער די מחשבות און נארמעס זענען, אלס ווייניגער קולט איז עס.

אדער אזוי:

פארשידענע גאר ליבעראלע באוועגונגען איז א קולט כלפי דער געווענדליכער אמריקאנער, דער געווענדליכער אמריקאנער איז א קולט כלפי א נאטראלער פלעטבושער קהילה, א נאטראלער פלעטבושער קהילה איז א קולט כלפי סאטמאר, סאטמאר איז א קולט כלפי בעלז, בעלז איז א קולט כלפי לב טהור.

ווי געזונטער, ברייטער און בויגזאמער די מחשבות און נארמעס זענען, אלס ווייניגער קולט איז עס.

ודו"ק היטב כי קצרתי מאד.
מיטוואך יאנואר 11, 2017 8:36 pm#359580
קורקלענד האט געשריבן:
moshav zekeinim האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:פארוואס זאל ער דען זיין קעגן ציוניזם?! אזויפיל ווייס איך יא, אז ער האט נישט געוואלט אויפטרעטן אויף עברית פשוט ווייל ער איז נאר געווען באקוועם אין יידיש. ער איז טאקע דערפאר אוועק געפארן פון ישראל פאר עטליכע יאר (קיין ארגענטינע), ביז די מדינה האט אים צוריק פארבעטן און אים פארשפראכן צו ערלויבן אידישע פארשטעלונגען בתנאי אז ער ווארפט אריין גענוג עבריתישע ווערטער.

לויט ווי איך געדענק עס איז געווען א פאליטיק וועלעכע שפראך ציוניזם זאל אדאפטירן און עברית האט גובר געווען.

ווי איך פארשטיי פון דיר האסטו איהם א סאך אויסגיהערט און מיט דעם אלעם האלטסטו אז ער איז מעגליך געווען א שטארקע ציוניסט, איי ס'שטעלט זיך א פראגע ער האקט און מאכט ליצנות פון די מדינה און ציוניזם רעכטס און לינקס, העסטו איצט קומען זאגן אה דעס איז סתם פאר מליצה, זאג איך דיר אז די קענסט די זעלבע מליצה תירוץ זינגען ווען ער רעדט פון גאט אדער רעליגיע. איי ער איז נישט געווען רעליגיעז מיינט נאך אלס נישט אז ער איז לעגאל אן אפיקורת (איך פארשטיי אז מען ווערט נישט אן אפיקורת פון טוהן עבירות) חוץ אז דו ניצט די דעפעניציע אויף אן אפיקורת פון מנשה פילאפ אדער טעלער.

אה, דו פראבירסט מיך צו טריקן, אזויווי ר' יהושע פלעגט טון צו אנדריניוס, תשמע אזנך מה שפיך מדבר...

הער צו אחת ולתמיד, דזיגאן איז געווען פריי, ער האט קיין שבת נישט געהיטן און קיין שום עול תורה ומצוות נישט געהאלטן. איך דארף נישט צוקומען צו זיינע וויצעלעך דאס צו וויסן. אז דו ווילסט זאגן אז כופר ומין לא היה ולא נברא אזויווי חז"ל זאגן אויף בן סורר ומורה דאן זענען מיר אויף צוויי אנדערע פעידזעס.
מיטוואך יאנואר 11, 2017 8:37 pm#359581
קורקלענד האט געשריבן:ודו"ק היטב כי קצרתי מאד.


איך פארשטיי נישט
מיטוואך יאנואר 11, 2017 9:11 pm#359583
מושב זקנים: לב טהור און סקווירא זענען ביידע קולטס. ווייל מ'פאלגט בלינדערהייט די באפעלן פינ'ם פיהרער. אפילו ס'איז קעגן לאגיק און מאראל. משא"כ, אין סאטמאר, אפילו איך גלייך נישט א גרויסן חלק פון זייערע פאררוקטע, אזוי-גערופענע תקנות. אבער מ'פאלגט נישט נאך בלינדערהייט וואס די פיהרערס זאגן. אויב די פיהרערס זאללן זאגן א זאך וואס איז טאטאל אקעגן לאגיק אדער מאראל, וועט דער עולם רעוואלטירן. און די פיהרערס ווייסן דאס און זיי מוזן זיך רעכענען מיט דעם...!

ס'איז דא דאס באקאנטע ווערטל איבער די דעפינישן פון פארשידענע חסידות'ן...מ'האט געזאגט פאר א באבוב'ער אז זיין רבי האט געהייסן אז ער זאלל אראפ שפרינגען פון די עמפייער סטעיט בילדינג. האט ער געענטפערט...ס'קען נישט זיין. מיין רבי הייסט נישט טון אזעלכע זאכן...האט מען געזאגט די זעלבע פאר א סקווירא'ער. האט ער זיך אנגעטון דעם גארטל און געגאנגען דזשאמפן.ווען מ'האט געזאגט די מעסעדזש פאר א סאטמאר'ער, האט ער געענטפערט...פארוואס זאלל איך דזשאמפן...? זאלל ער דזשאמפן... :lol: :roll:
מיטוואך יאנואר 11, 2017 9:58 pm#359589
זיין געבינדן צו א געזעלשאפט צווינגט דיר צו בלאקירן דיין געזונטער לאגיק און לבנסשטייגער, און באמת, אפילו פאר א יחיד איז נישט שייך נאכצוקומען אלע לאגיק ווייל דו קענסט נישט וויסן אלעס און דו קענסט נישט נאכקומען אלעס. עס איז אבער שייך צו פארברייטערן די לאגיק און לעבנסשטייגער מיטן זיך באזעצן אין א געזונטער סביבה.

סאטמאר איז בדרך כלל זיכער ווייניגער לאגיקאל ווי דער מאדערנער פלעטבושער. דער מאדערנער אין אלגעמיין איז לכאורה ווייניגער קאפ אין וואנט ווי דער סטמארער.

אבער פארגעס פון מעסטן קולט מיט פרומקייט לעוולס. עס קען זיך מאכן אז מען זאך זיין פארפרומט אבער האבן זייער א געזונטער מהלך החיים, און מען קען זיין אומרעליגיעז און פארמאגן א צוקוועטשן שכל אז ל"ע.

אבער עס ווענד זיך אויכעט אין די גרויס פונם קולט. למשל ס'פארהאן וואס ווילן זאגן אז ניו יארק סיטי איז איין גרויסער קולט, ווייל יעדער מוז טראכטן די זעלבע און זיך פירן די זעלבע אפילו עס האט נישט קיין זין, מען האט א שוואכער איינונג איבער דער גרויסער וועלט. אבער וויבאלד ניו יארק איז גענוג גרויס קען מען גרינג און באקוועם אויסקומען מיט דער קליינער מאס וויסנשאפט פאר אייביג. ד.ה. די גרויס מאכט שוין די נאן סענס מער סענסיבול.
מיטוואך יאנואר 11, 2017 10:56 pm#359591
@מושב: דו האסט אייגענע מיינונגען אויף חרידיזם, חסידישיזם, כפיריזם, מיניזם, אפיקורתיזם און קאלטיזם.
אז דו ווילסט טאקע פארשטיין פארוואס דו ביזט לכאורה נישט גערעכט בנוגע דיין דעפעניציע אויף א קאלט אפשר וואלט כדאי געווען זאלסט באזוכן דעם לינק
דאנערשטאג יאנואר 12, 2017 12:03 am#359595
איך האב יעצט נישט קיין געדולט צו הערן א שמועס פון 45 מינוט. קענסט מיר זאגן בקיצור מיט וואס ער זאגט אנדערש ווי מיר?
זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 12:06 pm#385186
שמעון פלעגט זאגן ער פאסט נישט צום גדלי' ווייל ער האט געמאכט א פשוט'ן חשבון
טאמער וואלט מען אים געהרג'ט וואלט גדלי' בן אחיקם געפאסט??
ודפש"ח
זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 1:22 pm#385197
כמו שאמרתי כמה פעמים: דער חילוק פון אן אפיקורס און א לץ איז, אז דער אפיקורס איז אידעאלאגיש א כופר בעיקר. צו ווייל ער איז א בעל תאווה און ער ווילל נאכגיין זיינע תאוות בשרירות ליבו. און רעדט זיך און אנדערע איין אז ער איז אן אפיקורס בשיטה. אידעאלאגיש. אדער ווייל ער וויל זיך נוקם זיין אין באשעפער, (וואס עקזיסטירט נישט, כביכול), ווייל ער האט איהם געגעבן א שווער לעבן. אזוי ווי שאולי גראסמאן.

נאכדעם איז פארהאן א לץ. א ציניקער. וועלכער גלייבט נישט אין גארנישט. און גארנישט איז פארהייליגט ביי איהם. ער לאכט אפ און שפעט אפ פון אלץ און אלעמען. אבער ער רעדט נישט און האלט נישט קין אפיקורסות לשם כפירה. אזוי ווי שמעון דזשיגאן. אדער די פראדוסערס פון דעם טעאטער פראגראם..."היהודים באים"...!
זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 1:32 pm#385198
(וואס עקזיסטירט נישט, כביכול)..........
זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 1:43 pm#385200
ער איז דאך אן אפיקורס. ער טענה'ט אז ס'איז נישט דא קיין באשעפער. אבער איז ברוגז אויף איהם. אויב ער עקזיסטירט נישט, איז דאך נישטא אויף וועם ברוגז צו זיין. אדער באשולדיגן פאר זיין שווער לעבן...!