Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » דארף מען טאקע לויפן צו פאליציי ווען איינער רירט אהן א בחור?

דארף מען טאקע לויפן צו פאליציי ווען איינער רירט אהן א בחור?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
50 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 279 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #6135
דאנערשטאג מערץ 20, 2014 3:25 pm#191588
דארף מען טאקע לויפן צו פאליציי ווען איינער רירט אהן א בחור?
איך וויל זאגן אפאר ווערטער וואס וועט ווארשיינליך אויפרעגן אסאך פון די חכמי השטיבל, און איך זאג נישט קבלו דעתי, אדרבא לאמיר הערן וואס דער עולם האלט.
עס איז עפעס זייער אין סטייל אז ווי נאר מען הערט פון א מאלעסטער ווערט יעדער העפפי און ס'איז הותר דמו לגמרי, און גלייכצייטיג די בלוט פון די משפחה וכל הנלוים אליו, יעדער שטייגט איבער דעם צווייטן מיט היציגע רעטאריק איבער די עונשים חמורים וואס מען דארף אים צוטיילן, און ווער עס זאגט נאר א גוט ווארט אויף אים ווערט באטראכט ווי אלטמאדיש און איינער וואס געהערט צום פינסטערע פארגאנגענהייט ווען מען האט מאלעסטערט קינדער תחת כל עץ רענן ואין פוצה פה ומצפצף.
די זעלבע וואס אין אנדערע פעלער וועלן האבן א ליבעראלע חמלה'דיגע צוגאנג ווען א עוולה ווערט באגאנגען ווערן עפעס ביי אזאנע זאכן אינגאנצן צושפילט און ווי נאר עס איז דא א האלבע קלאנג אויף עמיצין [און ווער רעדט נאך א איש מכובד] טאנצט מען גלייך אויף כגבור שש לקרב און מען מאכט א כאראקטער מארד אויף דעם באטרעפנדער, און מען חתמ'ט אים אפ לאלתר למיתה חטופה.
די אנגענומענע תירוץ איז אז היות ביי אונז איז דא א מגיפה פון מאלעסטערס דארף מען אומגיין בחומר הדין און טיילן פעטש רעכטס און לינקס למען ישמעו ויראו, אבער איך האלט נישט אז דאס איז א תירוץ מען דארף דן זיין יעדע אינדעוועדועל לגופו מען קען נישט מקריב זיין קיין קרבנות ציבור ווען ס'שמעקט אונז.
איז קודם לאמיר זעהן איז טאקע דא ביי אונז א איבערפלוס פון מאלעסטערס? איך בין נישט זיכער דערין, עס קען זיין אז ביי אונז איז פשוט דא מער געלעגנהייטן צו טשעפען קינדער ממילא האבן די מאלעסטער'ס א פרייע האנט, די וואס שרייען אז מען דארף ארעסטירן יעדער וואס האט נאר געקוקט הייס אויף א בחור זאל אפשר מאכן א שטורעם אז מען זאל מאכן נארמאלע מקוואות ווי ס... הונגעריג עדאלטס זאלן נישט קענען זעהן בחורים בקישוי אבר [סארי פאר מיין שפראך]
מען דארף נעמען אין באטראכט אז די געזעץ וואס לייגט ארויף אזאנע הארבע שטראפן רעדט זיך פון א געמיינדע וואס טאמער איינער איז נישט צופרידן פון זיין ווייב קען ער נעמען א צווייטן, אז סשמעקט אים א זכר קען ער דאס אויך האבן, און עס איז נישט מעגליך אז א יונגער זאל עס ברצון טוהן מיט א ערוואקסענע מענטש,
און אזוי ווייטער, ביי אונז איז אמאהל דער מאלעסטערער א צובראכענע איד וואס גלייכט נישט זיין אשת נעורים און ער איז נעבעך הונגעריג אויף אביסל בשר תאווה, און טיילמאהל טוען די בחורים אויך זייער חלק און סשמעקט זיי די מעשה [נישט אז ס'איז א תירוץ אבער סגיט אביסל א אנדער בליק]
מען דארף אויך מחלק זיין ווען איינער טוט עס מיט א אומשולדיג אינגל, צו מען טוט עס מיט א בחור וואס איז בנוי לתלפיות, אזוי אויך צו עס האט אים איינמאהל געכאפט א חולשה אויף א געוויסע בחור אדער ער איז א סעריעל מאלעסטערער, און אזוי אויך צו ער רירט נאר צו אדער ער צווינגט אויף מעשים מגונים און אזוי ווייטער
די נקודה איז נישט אז מען זאל אנקוקן מאלעסטערס אלס לעגיטים חס ושלום, יעדער מאלעסטערער דארף מען אפירנעמען און טאמער עס העלפט נישט דארף מען גיין צו פאליציי אבער מען דארף נאך נישט פארדעם קוקן אויף יעדער וואס האט געהאט עפעס א מעשה מיט א בחור אין מקווה ווי א סכנה פאר די מענטשהייט וואס מען דארף הענגן אינמיטן שטאהט, מען דארף נעמען אין באטראכט אז מיר לעבן אין א שווערע סאסייעטי און אמאהל איז דער מאלעסטער אויך א שטיקל קרבן
זיכער אז מיר לעבן אין א לאנד ווי עס איז דא יושר'דיגע חוקים וואס מען דארף מכבד זיין און אז די געזעץ זאגט אז מען דארף באריכטן א מאלעסטערער איז זיכער אז מ'דארף אזוי טוהן, אבער ווי לאנג מיר פארשטייען אז לצורך פודסטעמפס וסקול פראגראמ'ס מעג מען פארקוקן אויף דינא דמלכותא, מעג מען אויך גוט איבערטראכטן פאר מען ארעסטירט א איד אויף א גאנץ לעבן און מען מאכט א כאראקטער מארד אויף אים און אויף זיין פאמיליע.
איך פארשטיי אז מיין שטעלונג איז העכסט אומפאפולער אבער זה דעתי לעת עתה, [עס קען זיך טוישן אין אפאהר מינוט ארום]
די עיקר נקודה איז אז אוודאי איינער וואס איז שוין געווארנט געווארן דארף מען גיין בחומר הדין, אבער איינער וואס איז דורכגעפאלן דארף מען באהאנדלען מיט איידלקייט און שיקן צו העלפ.
אונזער סאסייעטי האט אסאך פראבלעמען אבער דאס וואס מען האלט זיך אפ פון באריכטען פאר די פאליציי איז נישט איינע פון זיי, עס איז זייער נארמאל אז ווילאנג מיר האבן אזא צודרייטע לעבנס-שטייגער זאל אונזער פראבלעמען אויך באהאנדלט ווערן צווישן אונז...
יעצט רבותי נעמטס ענק האקן....
דאנערשטאג מערץ 20, 2014 3:34 pm#191589
אן אומצופרידענע מעריזש וכו איז ווייט נישט קיין תירוץ און פארגרינגערט נישט די עוולה אבער כבר מילתי אמורה אין א שכינות'דיגן אשכול אז נישט יעדע פאל איז די זעלבע און געוויס איז מען נישט מחויב מיתה פאר א צל של ספק אז איינער האט זיך עפעס געדאכט.

אבער דאס איז קלאר אז מאלעסטעישן איז א גרויסע פראבלעם ביי אונז אפגעזען וואס סאיז די לעזונג
דאנערשטאג מערץ 20, 2014 3:47 pm#191591
איש עברי
וואס זאל איך טון אז איך קען נישט געבן מער ווי איין לייק, איך וואלט דיר געגעבן צען ווען איך קען
דו האסט גענומען מיינע מחשבות און עס אראפגעשריבן אויפן פאפיר, ס'באדערט מיר שוין א לענגערע צייט, דא האב איך א רחמנות ווען איך הער א אינגערמאן איז נכשל געווארן און ער איז באשמוצט אין אלע גאסן, פון די צווייטע זייט האקט מיר אין קאפ די געדאנק וואס וואלט איך געטון ווען ער טוט עס ח"ו מיט מיינס א קינד, און מען קען זיך נישט מצמצם זיין וואס איז באמת די ריכטיגע וועג
לענ"ד האסטו עס גאר גוט ארויסגעברענגט
:like :like :like :like :like :like :like :like :like :like
דאנערשטאג מערץ 20, 2014 3:49 pm#191592
זיכער אז גארנישט פארענטפערט נישט די עוולה, אבער די שאלה איז ווען מען מעג גיין צו פאליציי לאמיך מיך בעסער מסביר זיין מיט א"ב
א] זיכער אז איינער וואס איז ממש עוסק אין טשעפען יונגע קינדער און בחורים און מען האט פרובירט אים אפצושטעלן דארף מען ארעסטירן אדער מסרס זיין,
ב] מען דארף נעמען אין באטראכט אז ביי אונז ווי מען איז אזוי האקל אויף די נאמען וכדו, איז דאס ארעסטירן אויף אזא זאך בצירוף מיט די בזיונות כמעט ווי טויט שטראף, און אזוי אויך קומט צו ביי אונז א זאך פון בזיון המשפחה וואס איז אבסעלוט א שיקול וואס מען דארף יא נעמען אין באטראכט.
דאנערשטאג מערץ 20, 2014 3:52 pm#191593
איש איש איש איך רייב מיך די אויגן צו דו האסט דאס געשריבן אדער האט איינער געהעקט דיין ניק??
דאכט זיך דאס איז די ערשטע זאך וואס איך ליין פון דיר וואס מאכט טאטעלי נישט קיין סענס (נעם עס אלס א קאמפלימענט).
דאנערשטאג מערץ 20, 2014 3:55 pm#191597
מאכט טאטאלי נישט קיין סענס אין דיינע אויגן מיינסטו צו זאגן
דאנערשטאג מערץ 20, 2014 3:57 pm#191598
ווילסט איך זאל רייבן דיינע אויגן?
דאנערשטאג מערץ 20, 2014 4:01 pm#191601
לכאורה דארף מען נישט לויפען, עס איז גענוג אז מען וואקט רוהיג, אדער מען קלינגט אויפ'ן טעלעפאן.
דאנערשטאג מערץ 20, 2014 4:01 pm#191602
אזוי ווי מיר האבן א אייגענע לייפסטייל אויף טריט און אויף שריט, און אלעס איז ביי אונז אנדערש ממילא דארף מען דן זיין לויט אונזערע חוקים כמאמר החכם "here is jewland"
אוודאי ווי גוט וואלט געוועהן ווען מיר זאלן קענען זיין נארמאלע מענטשן און פטור ווערן פון אלע משוגעת'ן וואס פלאגן אונז נעבעך, אבער ווילאנג מיר זענען אזא צוריסענע צופליקטע וואנזיניגע סאסייעטי דארפ'ן מיר באהאנדלען אונזערע חולים אויף א דיסקרעטע וועג.
ווי פלעגט זאגן איחוד פעלד ז"ל "א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז און א מאלעסטער אין תפיסה" און היות ביי אונז איז זייער מטושטש די גבול ווער עס הייסט משוגע, און אסאך משוגעים זענען נישט נאר נישט אין משוגעים הויז נאר זענען מנהיגי ישראל והוגי דעות, דעריבער אין אזא סאסייעטי קען מען דן זיין יעדע זאך לעצמו מען דארף קוקן אויף די גאנצע בילד... ויותר אין בכוחי להאריך
דאנערשטאג מערץ 20, 2014 4:03 pm#191603
טייער גוט ארויסגעברענגט, עס איז נישט אויסציהאלטען די ווייטאג וואס אזא יונגערמאן גייט דארעך ווייל ער איז אמאל דארעך געפאלען אין א שוואכע מעניט, ווען עס איז א ספוק צי ער האט מער הנאה געהאט פינעם פארטנער. דיין דעה איז זייער אנגענימען אין אמת, מען דארף גוט אדורעך טראכטן יעדע קעיס פאר מעלויפט צי די פאליציי, א יונגערמאן קען האלטן א פאר חדשים נאך זיין חתונה, אין ער איז נאך ווייט פין זיין געסעטעלט, אין דא האט ער ציגערירט ווי מען דארף נישט, קען עס איהם קאסטן דאס גאנץ לעבען אין אויף דורי דורות.. פין דע אנדערע זייט דארף מען גיין בכל חומר הדין, ווען סע קלאר אז דער יונגערמאן איז קראנק.
דאנערשטאג מערץ 20, 2014 4:07 pm#191605
גוט געזאגט די ציהל דארף זיין צו העלפן די מאלעסטערס, ווייל ווי געזאגט זענען זיי טיילמאהל אונזערע קרבנות,
אבער מען דארף האלטן אפן די אפציע פון גיין צו פאליציי טאמער איינער וויל זיך נישט העלפן אדער אז טעראפי העלפט נישט, דאן דארף ער גיין אין תפיסה.
איך פארשטיי פשוט נישט די שמחה עצומה וואס כאפט אהן דעם עולם יעדע מאהל מ'ארעסטירט איינעם אויף אזאנע זאכן, דאס הארץ דארף אויסגיין בפרט אז מ'נעמט אין חשבון אז דא איז א קראנקע מענטש
דאנערשטאג מערץ 20, 2014 4:08 pm#191606
חתונה אהער שוואכע מינוט אהין ,איך וויל אייך נאר איין זאך פרעגן וואלסט עם אהינגעגעבן דיין זין אדער טאכטער ער זאל אויסגעבן? אויב נישט פארוואס איז יענעם'ס קינד און בליט ביליגער ווי דיינס?

(חוץ אויב די אשכול איז פשוט נאך א מיטל פאר רבנים/אדמורי''ם בעשינג דאן האב איך גארנישט געזאגט)
דאנערשטאג מערץ 20, 2014 4:11 pm#191607
ווען ער טוט עס מיט מיין זוהן וואלט איך געגאנגן צו אים אין געזאגט "טייערע יונגערמאן איר זענט קראנק און איר זענט א סכנה פאר די מענטשהייט, דעריבער אויב ווייזטו מיר נישט קיין פאפיר'ן אז דו גייסט אויף העלפ וועל איך ביז דרייסיג טעג גיין צו פאליציי"
דאנערשטאג מערץ 20, 2014 4:13 pm#191608
סאו פאר דרייסיג טעג האט ער א פרי פעסס און דערנאך קען ער אנהייבן פון פריש אין א אנדערע ביהמ''ד/געגנט ,נאט א בעד דיעל.
דאנערשטאג מערץ 20, 2014 4:13 pm#191609
איך וואלט גוט אויסגעפרעגט מיין זוהן פינקלעך וואס איז געוועהן, ב"ה מיר האבן גאר א גוטע שפראך, אין איך וואלט געגאנגען הערן דעם אנדערן צד, אין נאך דעם וואלט איך באשלאסן צי איך דארף גיין צי די פאליס, אבער ווען איינער קומט מיר זאגען אז א יונגערמאן קוקט אויף דיין זוהן אין מקוה אין סע סאונד נישט גוט, לויף איך נישט גלייך צים פאליס אין איך פאנג אהן באשמיצען דעם יונגערמאן.
דאנערשטאג מערץ 20, 2014 4:15 pm#191611
ניין, קיינער האט נישט קיין פרי פעסס, איך זאג נאר אז מעדארף גוט נאכגיין וואס פינקליך סעפאר געגאנגען, ווי איש עברי האט שוין ארויסגעברענגט, איז נישט דער יונגערמאן אייביג דע שילדיגער.
דאנערשטאג מערץ 20, 2014 4:16 pm#191612
און צו אונזערע טייערע או.טי.די. ברודער ווענד איך מיך מיט א רוף, די פראבלעם פון אונזער סאסייעטי איז נישט אז ס'זענען דא שלעכטע אינדעוועדועלן וואס טשעפענען קינדער, אונזער סאסייעטי איז פארפוילט מן היסוד.
די ענערגיע וואס ענק לייגן אריין צו כאפן עפעס א נעבעכדיגע מלמד וואס האט געזעצט א קינד אויף זיין שויס, לייגט ענדערש אריין אין א מעכטיגע קאמפעין אריינצוברענגען ביי אונז מער עדיוקעישן, מער נארמאלקייט לגבי בחירת בני זוג, מער נארמאלקייט און די שרעקוודיגע חומות וואס מיר נעמען ארום אונזערע קינדער, וועט איר זעהן ווי אויטאמאטיש ווערט געלעזט די פראבלעם פון טשיילד מאלעסטרי.
דאנערשטאג מערץ 20, 2014 4:16 pm#191613
איש עברי האט געשריבן:ווי פלעגט זאגן איחוד פעלד ז"ל "א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז און א מאלעסטער אין תפיסה" און היות ביי אונז איז זייער מטושטש די גבול ווער עס הייסט משוגע, און אסאך משוגעים זענען נישט נאר נישט אין משוגעים הויז נאר זענען מנהיגי ישראל והוגי דעות, דעריבער אין אזא סאסייעטי קען מען דן זיין יעדע זאך לעצמו מען דארף קוקן אויף די גאנצע בילד... ויותר אין בכוחי להאריך

:like :like :like
דאנערשטאג מערץ 20, 2014 4:20 pm#191616
איך אויך האט געשריבן:חתונה אהער שוואכע מינוט אהין ,איך וויל אייך נאר איין זאך פרעגן וואלסט עם אהינגעגעבן דיין זין אדער טאכטער ער זאל אויסגעבן? אויב נישט פארוואס איז יענעם'ס קינד און בליט ביליגער ווי דיינס?

און ווען דיין ברודער פאלט דורך מיט א בחור וואלסטו אויך געהייסן גיין גלייך צו פאליציי, ביטע שיס נישט קיין לויזע רעטאריק רעד לגופו של עניין אן אריינמישן געפיל.
דאנערשטאג מערץ 20, 2014 4:22 pm#191618
איש עברי, לשיטתך יש לומר, מיר זענען א צופידעלטע סאסייעטי, דארף מען זיך פירען אויך מיט מאלעסטערס אויף אן אופן וואס פאסט אין אזא סאסייעטי.
ממילא שלאג איך פאר, אז מען זאל מעניש זיין א מאלעסטער אויף די זעלבער וועג ווי מען פירט זיך ביי אונז מעניש זיין דער וואס דאווענט שבת אין א צווייטער שוהל: מען זאל עם צושטעכען די רעדער, צוברעכען די פענסטער, און שיקען בחורים אינמיטען די נאכט פארברענען זיין הויז.
דאנערשטאג מערץ 20, 2014 4:23 pm#191619
יא בלי שום ספק ,מיין ברידער האט גארנישט מער רעכט צו זיין א רוצח ווי סיי ווער. ווי פלעגט זיין שמעקי'ס לאזונג ז''ל וועיק אפ ענד סמעלל די קאפי.
דאנערשטאג מערץ 20, 2014 4:24 pm#191620
איך פארשטיי אז דער אשכול איז געעפענט געווארן אין ליכט וואס איך האב אראפגעברענגט איבער דער קרית יואל׳ער יונגערמאן וואס איז ארעסטירט געווארן מיט די הילף פון די פאבליק סעיפטי. מען האט מיר אנגעפרעגט אין אישי איבער דער ספעציפישע נושא. איך האב שוין געשריבן אסאך אין ק״ש איבער דער נושא הנוגע ללבי, אלעס איז כתוב וחתום, גייטס און ליינטס. אבער בקיצור נמרץ וועל איך שרייבן נאכמאל.

יא, עס איז א פראבלעם אז עס קען זיך מאכן אז איינער זאל אומריכטיג באשולדיגט ווערן אדער צוגעטיילט ווערן א שטראף וואס איז נישט proportional צו די עבירה. (ווען?) יא, די אומשולדיגע משפחה ליידט יסורי הנפש וואס זענען אומבאשרייבליך. עס איז א שטארקע הארץ ווייטאג פאר אלעמען. אבער זיך איינרעדן אז ״דאס״ איז די פראבלעם מיט וואס מיר ספראווען זיך איז די ריכטיגע אפטייטש פון אריינשטעקן די קאפ אין זאמד. דאס איז א סעקאנדערי פראבלעם, אולי!!!

די עיקר פראבלעם איז אז מען האט נאך כמעט גארנישט געטון אין די געביט פון אפשטעלן מאלעסטערס, און צו באשוצן קרבנות. די קאמיוניטי רירט זיך ווי א טשערעפאכע אין דער נושא, און נאר עווערנעס וועט עפעס קענען אויפטון! די פראבלעמען וואס קומען ארויס דורך מאלעסטעישאן זענען ווייט-גרייכנד אפילו אינדערויסן פון די scope פון די וויקטים. ווער עס האט מיטגעהאלטן אמאל די תוצאות פון מאלעסטעישאן פון די נאנט רעדט אינגאנצן אנדערש ווי דער וואס ווייסט נאר מפי השמועה.

די סאלושענס זענען גאר גאר שכלדיג און זייער simple. אבער משום איזה סיבה שהיא טוט מען נישט. א יעדער קען זיך אליינס פארשטעלן די סיבות דערצו. עס וועט נעמען אזא דראסטישע שריט ווי איינזעצען אפאר מנהיגים וואס האבן פראטעקטעד מאלעסטערס (אזוי ווי עס איז געשעהן אין די קאטוילישע קירכע) אז די ריכטיגע שריט זאלן גענומען ווערן און די פראבלעמען זאלן זיך אפשטעלן.

א יעדער פריוואטע מענטש האט א רעכט און א חיוב צו ווייטאגן און קלאגן אויף די חורבן פון די איינגעזעצטע מענטש און זיין פאמיליע. די קאמיונעטי as a whole האט אבער נישט דער רעכט! ווילאנג מען נעמט נישט די נויטיגע גרינגע שריט האבן זיי נישט קיין רעכט צו האבן טענות. נאך דעם קען מען האבן א דיסקוסיע.

איש עברי, ווילאנג די עולם וויינט נישט ווען מען ווארפט ארויס קינדער פון מוסדות ווייל די מאמע שמירט זיך די פנים, ווילאנג א משפחה מעג פארשעמט ווערן און געפייניגט ווערן צוליב דעם וואס איינער אין די משפחה אפילאירט זיך מיט די אנדערע פארטיי, ווילאנג א יונגערמאן מזנה זיין אדער טאנצן אין קלאבס איז ערגער ווי מאלעסטן, זעהן אזעלכע ״רחמנות טרערן״ אויס ווי קראקעדיל טרערן. אב, און נאך איין זאך, ווייל ער האט נישט א הייסע ווייב דארף מען אים פארשטיין אז ער גייט מאלעסטען קינדער? סיריעסלי? אין וועלכע סאסייעטי איז דער טענה אקצעפטבאר? איך קען נישט גלייבן אז דיין קיבארד האט דיר געלאזט טייפן אזא איידיע.

טו א טובה און ליין אדורך וואס איך האב געשריבן אפאר וואכן צוריק, ענטפער דערויף און דערנאך וועט מען ווייטער רעדן.

נאך אמאל מוז דערמאנט ווערן לשבח אז די פאבליק סעיפטי האט אין דער פאל געטון די ריכטיגע שריט און רעפארטעד דעם יונגערמאן. עס זענען שוין דא מענטשן און אפילו רבנים וואס זעהן די נושא מיט לאגישע שכל. די בעלזער רבנים האבן געטון די ריכטיגע זאך ווען זיי האבן געלאזט דער דייטש יונגערמאן פון בארא פארק ווערן ארעסטירט, און נאך א פלי בארגן האט ער באקומען 9 חדשים טורמע און 10 יאר פראבעישאן פארן מאנס זיין א 13 יעריגע בחור, און פרובירן נאך צוויי מאל. איז דאס צו א שווערע עונש? איך גלייב אז די וויקטימס און זייערע משפחות האבן אסאך מער געליטן ווי דעם.




.
דאנערשטאג מערץ 20, 2014 4:31 pm#191625
דברי פי חכם חן, כ'האב שטארק הנאה פון דיינע נקודות, אבער נאך אלץ דארף יעדע זאך ווערן נידון לגופו, און די כעס דארף טאקע גיין אויף די אזויגערופענע פארזארגערס פון כלל ישראל וואס טוען גארנישט אין דעם עניין,
א חלק פון די נקודות וואס דו ברענגסט ארויס קען מען נוצן אויף פארקערט אויך ואין בכוחי להאריך כעת, די נקודה איז אז מען דארף זיך אומגיין מיט זיידענע הענטשיך, אבער נישט אז מען זאל פארנאכלעסיגן דעם פראבלעם.
מען קען נישט נעמען א יונגערמאן און מאכן פאר א קרבן ציבור
דאנערשטאג מערץ 20, 2014 4:34 pm#191628
איך בין נישט דער גרעסטער חסיד פון די גאנצער מאלעסטעישין חגיגה, מטעמים רבים ושונים שאכמ"ל.
אבער אייער גאנצער הנחה ר' איש עברי פארשטיי איך נישט. ווי עס זעהט אויס בויט איר אלעס אויף עפעס א חילוק וואס איז כלומר'שט דא צווישען אונזער קאמיונעטי און אנדערע, וואס דארף מאכען א נפקא מינה וויאזוי מען זאל באהאנדלען די נושאים, אז א גוי למשל זאל מען געהעריג גיין צו די פאליציי, אבער א חסידישער איד איז עפעס אנדערש די דין. אבער איך פארשטיי בכלל נישט די חילוק.
מיינסט טאקע אז א גוי האט נישט אזא זאך ווי א נאמען? זיין נאמען ווערט עפעס נישט רואנירט ווען מען באשולדיגט עם אין אזא זאך? ער האט עפעס נישט קיין משפחה וואס ליידט? חברים? קינדער? מיט וואס איז דאס מער חמור ביי אונז?
אוודאי איז דא חילוקים צווישע אופנים שונים , און איך שטעל מיך פאר אז ביי פאליציי איז פונקט דא די אלע חילוקים. מען באקומט נישט די זעלבע תפיסה פאר אזא עבירה ווי אזא עבירה, ופשוט. ממילא פארשטיי איך נישט ווי דאס קומט אריין.
ווי אויך דער געדאנק פון טערעפי פארשטיי איך נישט, אויב איז מאלעסטעישין אן עוולה און א פגיעה, איז אפשר טאקע דארפן מיר שטרעבן בעיקר צו רעפארמירען עבריינים און נישט סתם שטראפען, אבער למעשה איז דאס גארנישט אנדערש ווי יעדער אנדערער חטא. איינער וואס גנב'ט קען אויך טערעפי העלפען, אבער אז מען גנב'ט דארף מען צאלען פאר דעם כדת וכדין, דאס וואס מען מעג עם העלפען האט נישט קיין שייכות מיט דעם.
וואס קומט דא אריין די גאנצע קרבן ציבור שטות? פארוואס זאגט א מאלעסטער מער עפעס אויפ'ן ציבור ווי סיי יעדער חטא? וואס האט דאס בכלל א שייכות?
דאנערשטאג מערץ 20, 2014 4:40 pm#191630
די חילוק איז אז א גוי וואס שטעלט זיך ארויס אז ער איז אומשולדיג ווערט זיין נאמען ריין און ביי אונז נישט
ביי א גוי שטערט נישט די נאמען זיין לעבן, ער קען טרעפן א צווייטע סביבה וכדומה
ביי א גוי אז עס נאר דער אינדעווידועל, ביי אונז איז די גאנצע משפחה אויפ'ן באשולדיגונג באנק [שידוכים]
קרבן ציבור מיין איך צו זאגן אז טיילמאהל ליידט א אינדעוועדועל פשוט ווייל מוויל עוקר זיין די ערשיינונג ביים היימישן ציבור, נישט ווייל ער האט געטוהן אזא געפעהליכע זאך.
אין הכי נמי סאיז א קריים פונקט ווי גניבה, אבער ווען די וועסט זעהן דיין שכן א היימישע איד גנב'נן וועסטו גיין צו פאליציי אדער אריינמישן א רב?
זונטאג מערץ 23, 2014 9:54 pm#192200
Sorry that was out of line, but how can you say no man is innocent I know a lot of people that would never do such thing, there are some good people put there you should know that
זונטאג מערץ 23, 2014 10:02 pm#192202
first free our country from what you call "the stupid justice department" then we will see who is who
we are dicussing a man that already has a claim against him we cannot wait for proof
בהדי הוצא לקי כרבא
זונטאג מערץ 23, 2014 10:42 pm#192207
sefish האט געשריבן:דער אינגעלע האט געזען א ''לאליפאפ'' איז ער געקומען צו לויפן. דיין ניק אטרעקט קינדער

באשולדיגטס מיר נישט ווייל באלד על איך גערעכט געבן פאר דעי יונגע ניקס דא!
מאנטאג מערץ 24, 2014 12:06 am#192215
רבותי

אכטונג אכטונג

עס דרייען זיך קינדער אין דעם אשכול, ביטע נישט אנרירען דער קינדער.....
מאנטאג מערץ 24, 2014 10:23 am#192249
הוגה האט געשריבן:די שעים איז אז דו האסט אויסגעריסן אלע דיינע מענטשליכע געפילן מיט א פאלשע מסווה פון תורה און אידישקייט, כמו שביארתי כבר במקום אחר.


@הוגה איך האב בלויז געוואלט וויסען צו די ביסט דער זעלבער וואס האט מיט א קעלבערנע תמימות געפרעגט ווי די מקור אויף צניעות מן התורה איז.?, דא ווערסטו מיר פלוצים עמפינדליך ווען איינער בעהט מקורות בהלכה.

איין שאלה נאר צו די וואס זענען בעיניהם ברור כאחותם אז מען רעדט דא פון יהרג ואל יעבור און ווי דער פעלד ה'מסייע ברענגט דערויף א רמ''א און א ש''ך בחתימתו, האב איך בלויז געוואלט וויסען צו ווען איינער רוימט אריין אין אויער פאר א יונגעל וויאזוי צו כאפען צוטריט צום אינטערנעט וואס לכ' דאס טוט פיל פיל מער רואינרען דאס לעבן פון אזא קינד, וואס פסקענען אויף אזא פאל אינזערע גדולי ומאורי הפוסקים דא?
אה! איך האב פארגעסן דא איז שוין נישטא קיין דיני עכו''ם, ממילא האט דער עולם נאך נישט די הוראות פינעם גוי וויאזוי מען ברויך זיך נוהג זיין.
ווען איר האט דעם קלארען בירור הלכה אויף דעם פאל האב איך אייך נאך פילע שאלות וואס די גוי האט דערויף קיין ערכאות געזעצן, ביטע זייט מברר מיט אייער א.ג. קראנטע און זיכערע הלכה סאורסעס, די וויכטיגע שאלות.

לאליפאפ האט געשריבן:זיצן דא ותיקים שוין צוויי יאר און קאכן זיך אין א נושא.

רוקן זיך אן צוויי ניקס עפל סיידער און בעלזער חסיד (וואס איטש פון זיי איז נאך נישט אנגעקומען צו קיין צוואנציג אפילו לופטיגע תגובות) און הייבן אן צו רעדן לאקשן און ברעד קראמבס וואס הייבט נישט אן צו קלאפן.. מיט אפאר שורות מאכט מען א סטעיטמענט אקעגן א ניק וואס האט געווידמעט בלעטער און ליטערס בלוט אויף מסביר צו זיין זיין צד.

זייטס מוחל.

און צו דיר לאלי זינט ווען טאר מען נישט נעמען א שטעלע אין א נושא נאר אז מען זיצט שוין אויף קאווע שטיבעל נאך בעפאר סיטיפיעלד?.

די אלע וואס זענען מלא תרעומות הלמאי מען מאכט זיך אומוויסענדיג פון שאולי'ס געוויין, להוי ידוע אז כבר גליתי כמה פעמים אז איך בין אויך א וויקטים און איך האב די זעלבע זכות הדיבור ווי אים, איבערצוגעבן מיינע געפילען און הרגשים כלפי די צושאסענע און צובראכענע נשמות וואס רעדן זיך נעבעך איין, אז מיט יענעם באשמירען מיט חטאים וועט ער צופרידען שטעלן זיין צובראכענעם און צושאסענער עבר.
און טאקע "ווייל" איך בין א וויקטים ווייס איך ווי רחמנות'דיג און צושאסען אזעלכע צושאסענע פארשוינען זענען און מיר ברויכען אנווענדען אלע אידישע רחמנות מיטלען שבעולם וויאזוי זיי צושטעלן אויף די רעלסן, בעפאר מיר גייען צום ערל בעטן ער זאל זיי ווארפען פאר די הינט.
[איך רעד יעצט נאר פון אזוינע וואס איז נאך נישט פקיע שמייהו.]


דעי וואס האבען געזיכט כסדר צו געבן משלים איבער ווען עס פאסירט אזא עובדא מיט אן אייגענעם קינד, וואלט איך געראטען צו געבן דעם משל בשלימות, אז ווען לדוגמא זייער בן הבכור געצי גייט און מאלעסטערט חלילה זיין צווייטער זין שלומי צו ער וואלט מוכן געווען ארויסצושטעלן ביידע אויפען סטענד לעיני העמים און מבזה זיין לעולמי עד זיין משפחה אלס פוגעים ונפגעים און פאר'חת'מן זיין געצי אויף אייביג אלס א פערטיגער, מיר דאכט זיך אז דער פאטער וואלט אריבער צו פראפעסיאנאלען בשתיקה און פרובירט צו געבן דאס מאקסימום הילף, אהן ניצען דעם ערכאות סיסטעם.
מאנטאג מערץ 24, 2014 11:01 am#192260
עפל סיידער הער אויף צו טאטשן קינדער וועסטו נישט האבן בויך וויי אין קאפ.
מאנטאג מערץ 24, 2014 11:11 am#192261
אלס פותח האשכול וואלט איך געראטן צו לאזן דעם אשכול שטארבן א נאטורליכע טויט ס'גייט שוין אראפ פון די רעלסן
מאנטאג מערץ 24, 2014 3:37 pm#192369
פאר איך פאנג אן מיט מיין שיטה הקדושה הנראה לעשירות דעתי, וויל איך מאכן צוויי הקדמות. ראשית כל, איינער וואס איז דאס נישט אדורך, וועט קיינמאל נישט פארשטיין איינער וואס איז יא נפגע געווארן, ווי איך זעה פון געוויסע תגובות וואס וועלן קיינמאל פארשטיין, פארוואס מען ווערט געדעמעדשט, סטרעספיל וכד'. דו ביסט דאס נישט אריבער! וועסט דאס נישט פארשטיין! נאר א גרויסע בעל מדריגה וועט זיך ריכטיג קענען אריינלייגן אין א צווייטענס מצב אן זיין דארט!
צווייטענס, ווען א וויקטים (אדער ווי מען קען עס אנרופן א סורווייווער) פון אזא הייניעס קריים (קרעדיט: נידערמאן) רעדט זיך אפ אז ער איז איז געווארן געדעמעדשט כך וכך, פארלוירן די טראסט אין מענטשען וכדו' קום מיר נישט צו לויפן מיט א ליסט פון 10 אנדערע וויקטימס וואס עס האט זיי נישט געשאדט! זיי נישט און אים יא! הכל לפי המבייש ומתבייש, יעדער נעמט דאס אנדערש אויף, ולא עוד נאר חוץ פון די בושת, סטרעס, פון די מעשה אליינס, באקומט מען אזא קאמפלעקס, אז יענער האט עס יא געקענט הענדלע"ן אין איך קען נישט, און מען באקומט א פיהלונג פון א שוואכלינג וכדו', מ'לייגט נאר צו אזוי זאלץ צו די וואונדן.
אוי איך דארף שוין גיין, ועוד חזון למועד, דאס איז נאר די הקדמה, אבער מען זאל נישט מיינען אז איך זאג דאס רואיג, איך שריי עס מיט מיין דם התמצית!
איך בין נאכנישט אנגעקומען צו ליינען אלע תגובות ביז אהער, נאר דאס איז די אימעדש וואס איך האב באקומען פון די ערשטע פאר בלעטער פון די אשכול. האב איך גע'עירט' חוות דעת קדשי.

איך האף אז איך האב נישט מעלה גרה געווען...
מאנטאג מערץ 24, 2014 4:27 pm#192387
שוסעת שסע געטריקען א געטרינקאכץ
מיטוואך אפריל 02, 2014 7:13 pm#194409
נאכן דורכלייענען די אשכול, האב איך בלויז איין זאך צוצולייגן.

יישר כח טייערע מנהלים פאר די נודניק אפציע!
מיטוואך אפריל 02, 2014 7:15 pm#194410
איך קען נישט זען וואס דו האסט געשריבן
דאנערשטאג אפריל 03, 2014 10:51 am#194501
די אשכול הייסט טאקע "ווען איינער רירט אן א בחור"

מיין שאלה צו אלע וואס פארפירן דא אז מען דארף שחטן די אנרירערס.. וואס זאגן זיי ווען איינער רירט אן א פרוי/מיידל?

די זעלבע הלכה? אדער וויבאלד דאס איז א תאווה וואס די פארשטייסט יא, טוישט זיך די הלכה.. ודו"ק
דינסטאג יוני 24, 2014 6:40 pm#207864
פאר עטליכע יאר צוריק איז געווען פאשקעווילן קעגן א היימישע רב אין וומ"ס (פונעם סאטמארן חדר) וואס איז גאר שטארק ביי דער מיינוג צו גיין צו די פאליציי ווען איינער טאטשט א קינד/בחור.

כ'דענק שוין נישט די נאמען פונעם רב, איינער ווייסט פון וואס איך רעד?
מיטוואך יוני 25, 2014 11:37 am#208012
קיינער ווייסט טאקע נישט?
מיטוואך יוני 25, 2014 4:51 pm#208088
‎
וחוזר חלילה... רינג עראונד דע ראוזי, יעדער שרייבט זיך זיין מיינונג און קיינער וועט נישט טוישן קיינעם.

למעשה אלס איינער וואס האט שוין באשריבן זיין אייגענע עקפיריענס, קען איך אזויפיל צולייגן, איך פארשטיי ATUB @שאולי ATUB הונדערט פראצענט, טראץ דעם וואס איך האב נישט מיטגעמאכט דערנאך וואס ער האט מיטגעמאכט, איך ח"ו פרעג נישט אפ קיין איין איינציג ווארט וואס ער שרייבט) ס'איז ביי מיר נישט ‏קיין שאלה אז ער איז אדורך טראמא, און נאר איינער וואס איז אדורך די טראמא ווי ער גייט אים פארשטיין, אפילו איינער וואס איז מאלאסטירט געווארן אבער ס'האט אויף אים נישט געהאט דעם אפעקט וועט דאס נישט פארשטיין.

איך דערמאן דא שאולי, ווייל ס'האט מיך צונומען זיין מעשה ביזן גרינד, אן אינאסענט קליינער קינד איז געווארן א טוי פאר אן עלטערן הונגעריגער, אבער ס'דא דא מסתמה צענדליגע וואס זענען עס אדורך, און די גרעסערע חלק שעמט זיך דערמיט אדער האבן פלעין נישט די גאטס עס צו שרייבן.

באוט.... יא באוט.... וואס פונקטליך צו טוהן וועט בלייבן א חידה סתימה און א "תיקו" ביז אליהו וועט טאקע דא זיין.
אודאי איז דא חילוקים פון א מעגא מאלעסטער צו אן איינמאליגע דורכפאלער, קודם איז דאך פשוט, א מעגא מאלעסטער איז שוין געווארענט געווארן, שוין בארעדט געווארן - און ער דא און דארט זעהט ער ווי קליינע בחורים שארן זיך אוועק ווען ער שפאצירט אריין אין מקוה, צו זעהט ווי איינע פון זיינע אנטלאפענע חברה בליקט אזוי מיט א חבר אויף אים ווי איינער זאגט "דאס איז עס, ער האט מיך געוואלט טאטשן", און דאך האלט ער זיך נישט צוריק און האונט ווייטער אן קיין אפשטעל אויף פרישע קרבנות, אפגערעדט אויב ער האט שוין געכאפט פעטש, געצאלט געלט פאר וועד הצניעות וכו' אז מ'דארף אזא איינעם אוועקלייגן אין תפיסה אריין, יעצט ווי לאנג? א פרישע איסתפקתא... אפשר איז אפילו זעקס חדשים אין רייקערס איילענד מיט אפאר געזינטע פראסקעס פון די אכט פיסיגע שחורים און א רעיפ דא און דארט גענוג, אדער אפשר ניין! לייג אים אוועק פאר גוד, ער איז צו אבסעסט אז געב עס א יאר נאכן ארויסקומען און מפטירין כדאתמול. דריטע צד, לייג אים אוועק פאר א יאר און אז ער טוהט עס נאכדעם נאכאמאל זאל ער מער נישט קענען זעהן די זון (און די ווייטאג איז ווידער אז מ'האט זיך געלערנט אויפן הארד וועי און נאך א קרבן'דל געקאסט).

פון די אנדערע זייט, דער ערשטמאליגער, איז אזוי, קודם פון ווי ווייס איך אז ס'איז טאקע זיין ערשטע מאל, אים מילא גלייב איך נישט‏, דעס אז ס'איז די ערשטע מאל ס'דא א קאמפלעין, איז אויך נישט יוכיח, איז ער אן אויסגערעכענטער און ס'ערשטע מאל אריינגעביסן אין א הארט ניסל.. אבער קיין שאלה אז ס'קומט זיך אים נישט קיין מיתה, יעדער פאלט אדורך (ניין נישט מיט מאלעסטעישאן, אבער יא מיט אנדערע עבירות ותאוות) געב אים א טשאנס קער צו נעמען פון אים, קוק אים נאך מיט הונדערט אויגן, רעסטריקט אים פון געוויסע זאכן ווי גיין אין מקוה, שטיין אויף די פארענטשעס, זיך צופיל דרייען צווישן בחורים און קינדער, ער קען נישט ניצן די ביה"כ אין שוהל נאר איין גאר ביזי אויב ס'דא, און נאך אנדערע זאכן און האפענטליך וועט דאס העלפן, איי כ'שטעל איין אז מ'גייט זיך ווידער לערנען אויפן הארד וועי און ס'קען אפקאסטן נאך א קרבן, דא קומט שוין יא אריין ס'ביסל רחמנות וואס מ'דארף האבן אויף אים (נישט דייקא אים, נאר) משפחה, קינדער און ארימיגע. יעדער מענטש דיזערווט א סעקאנד טשענס!

כ'וועל גיין א טריט ווייטער, ס'האט זיך געקאכט ביי אונז אין שוהל א מעשה פון. אינגערמאן וואס איינער פון אונז האבן אים געזעהן פרובירן צו מאכן קאנטעקט מיט א אינג בחור'ל אין מקוה, דער בחור'ל שרייט חי וקיים אז ס'האט גארנישט פארסירט, דער אינגערמאן וואס האט דאס צוגעזעהן האט טאקע גארנישט געזעהן חוץ צוגעקוקט ווי יענער פארארבייט מעשים ביי זיך אין די שאוערס צו כאפן אן אויג ביים בחור'ל, מפני הפרגוד קען איך נישט צופיל פרטים שרייבן אבער וד"ל, יעצט למעשה האבן זיך צוויי אנדערע מענטשן מיטן רב הביהמ"ד אריינגעלייגט דערין, און האבן געטראפן אז דאס אינגערמאן גייט אדורך זייער שווערע צייטן אינדערהיים, מ'האט אים דערפאר נאכנישט געגעבן קיין פרי פעס, און דאס האט מען בכלל נישט אנגענומען פאר קיין תירוץ, און יא דער רב אונזערע האט געזאגט פארן אינגערמאן בזה"ל "איך וועל דיר ברענגן צוויי דריי אדרעסן פון מקום זונות און דזשאכע דיך דארט אויס! לאז אפ אונזערע קינדער!" דער אינגערמאן האט געכאפט דעם שאק אוו היס לייף אז מ'איז בכלל געוואר געווארן, און זיך אינטערגענומען אלעס וואס מ'האט אים געהייסן, מ'האט דעם אינגערמאן גאר גאר גאר שטארק נאכגעקוקט און מ'האט מער גארנישט געזעהן!
(זייטיגע נאטיץ... פון אזויפיל נאכקוקן האט איינער אפילו געזעהן ווי ער גייט טאקע למקום שאינו מכירו... אבער לפי ידיעתי האט יענער אויפגעהערט נאכדעם וואס א שרעקליכע קידנעפינג איז פארגעקומען..... וד"ל)

בקיצור פון 10 בלעטער גייט יעדער וואס שרייבט לכאן ולכאן איבער חזר'ן וואס איינער האט שוין געשריבן, אפשר נאר בעסער מסביר זיין צו שענערע משלים, אבער די קשיא גייט בלייבן פאר אייביג, און קיין לייזונג דערצו וועט קיינמאל נישט זיין... זייער פשוט, יא הונדערטער צו טויזענטער טאטע'ס זענען גרייט צו נעמען דאס געזעץ אין די הענט, אבער ווילן דאך נישט אז זייערע קינדער זאלן ווערן פאבליק וויקטעם'ס, איי ס'קינד האט גארנישט געטוהן? אבער דאך... (דאך וואס???? כ'ווייס אויך נישט און יענער אויך נישט..). צו מעג מען גיין צו פאליציי? להלכה איז דא אסאך מתירים, אבער אויך אסאך אוסרים... (שריי נישט!), מענטשליכקייט? יענער האט זיך מיט מיר אדער מיין קינד גאנץ ווייניג געקימערט, איך האב אים אקוראט אקעגן איבער ווי ער האט געטאטשט... איז מען מחיוב אים אפצושטעלן? אההה דאס זעכער יא! האלסט אדער קענסט נישט קיין מסר'ן, דאן באשייגעץ אים, אדער כאטש רוף אים אן שיינערהייט פשוט איינמעלדן אז כ'ווייס און סוף כל סוף גיי איך דיר באשמיצן! דאס גייט כאטש אויף אזויפיל העלפן אז ווען דו גייסט אריין אין מקוה קען יענער ניטאמאל בליקן אויף א אינג ביימל. ‏רוף אן זיין רב, זיין בעל הבית, זיין חבר בקיצור איינעם וואס קען אים אפשטעלן. אויב שטעלט דאס נישט אפ דאן נאר מסירה! נאר פאליציי!

כאשוין נישט קיין נערווען צו שרייבן ווייטער. ועוד חזון למועד.... מיט א לאנגע המשך‏
מיטוואך יוני 25, 2014 10:56 pm#208126
איך מיין די ביסט נישט גערעכט מיט דער הנחה אז איינער וואס קוקט נאך קינדער און האט א תאווה צו קינדער איז עס ווייל ער באקומט נישט אינדערהיים, צו טאמער וועט ער זיך אויסטשוכען מיט א זונה וועט זיין תאווה צו קינדער אוועקפאלען.

לויט ווי מבינים פארשטייען, לא קרב זה אל זה כלל, עס האט נישט איינס מיט דער אנדערע, פונקט ווי די זאלסט זאגען אז ווען איינער האט א תאווה צו חזיר, איז עס ווייל אינדערהיים גיבט מען אים נאר מילכיגס, און טאמער וועט ער באקומען טשיקען אינדערהיים, וועט זיין תאווה צו חזיר אוועק פאלען.

בפרט אז אין דיין מעשה שרייבסטו נאך אז דער רב און די עסקנים האבען אזוי געהאלטען, עס איז מיר שווער אנצונעמען אז א רב מיט עסקנים ווייסען נישט דאס, כ'וואלט ענדרעש געוואלט אננעמען אז די מעשה איז פין דיין דמיון ארויס, עכ"פ דער פרט פין די מעשה, ווייל איינער וואס איז א עוסק בצרכי ציבור, און האט נאר אנגערירט דער קלאמקע פין די סארט פראבלעמען, ווייסט אז דאס איז מחלה וואס ווערט נישט געהיילט דורך דער ווייב אדער א זונה.

ועוד, עס דערמאנט מיר ביי די מעשה פין לייבי קלעצקי הי"ד, ווען די געמיינע מענטשען וואס האבען די זעלבע טעות ווי אייך, געזאגט אז מן הסתם האט אים איינער פין די בעלי בתים צו אינגערלייט וואס די משפחה איז אין די קאנטרי, און איז געווען איינזאם, און עס האט אנגעכאפט א תאווה האט ער געכאפט דאס קינד צו זיך אהיים, און זיי האבען געזאגט אז מען ברויך אראנזשירען א זיך ביי אלע מענטשען וואס זענען דא אליין וכו'.

די אלע שטותים והבלים זאגען מענטשען וואס זענען נישט באהאווענט אין גארנישט, און מיינען אז אלעס איז איין גרויסע טשולענט, און אז מען האט נישט קיין ווייב, זוכט מען א קינד, און אז מען האט נישט א קינד, זוכט מען א הונט וכו'.

נאכמער נלענ"ד, אז איינער וואס זאגט אזוי, קען זיין אז ער אליין איז חשוד לאותו דבר, ווייל אויב נישט, פין ווי דען ווייסט ער?

סארי אויב איך האב איינעם אפענדעד.
דאנערשטאג יוני 26, 2014 1:24 am#208151
איך דערצייל דיר א מעשה דברים כהוויתן. קענסטעס אפפרעגן מיט דיין עקספיריענס...

למעשה האסטו נאר ארויסגענומען איין פונקט וואס איך האב אגב פארציילט...
דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 11:29 am#256075
דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 11:32 am#256077
סליחה אבער דאס איז זייער זייער שוואך
עס איז מסתבר....
מסברא מעג מען מציל זיין......
זייער ווייט פון א היתר ווען עס איז ווען מותר וואלט ער נישט אזוי פיל גיקעקעצט און געדרייט די קאפ
דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:45 pm#256092
כ'האב עס נישט געברענגט פאר א ראי' אז מ'מעג גיין, כ'דארף עם נישט האבן פאר דעם, נאר פאר אינטרעסאנטקייט. אבער קוק אביסל ווידיאוס פון חגר"ח, ער ענטפערט אלעמאל אזוי.
זונטאג מערץ 01, 2015 10:12 am#256362
איך האב נישט ליב צו רעאגירן אין זאכן וואס איך פארשטיי נישט צופיל דערין, אבער דא מוז איך ארויסברענגען א גאר מערקבארער נקודה וואס קיינער האט נישט עכט בארירט
דער אשכול הייסט "ווען איינער רירט אהן א בחור" און שאולי רעדט פון איינער וואס האט איהם געטשעפעט אלס "יונגל"
אז אן ערוואקסענער רירט אהן א מיינער אין די פריוואטע ערטער איז עס א אויסערגעווענליכע פארברעכן, אבער קען מען עס דען פארגלייכן צו אנרירן א תמימותדיג יונגל וואס האט נאך בכלל נישט די תאוות און ווייסט נישט וואס מ'וויל פון איהם האבן? איז די שאדן בכלל פארגלייכבאר?
און אזוי אויך ווען דער קרבן איז א בחור; איז עס בכלל א צושטעל צו ווען ער צווינגט אדער ער האט גאר הנאה געהאט דערפון? (יא! ס'נעבעך דא אזעלכע פעלער)
ס'איז דאך ממש הימל און ערד.

איך מיין חלילה נישט אוועקצונעמען פון די עוולה פונעם לעצטן. אן ערוואקסענער האט נישט וואס צו האבן באציאונגען מיט א מינדעריעריגער, פשוט ווייל ער איז ווי פארשטענדליך נישט אויפן זעלבן לעוול ווי איהם, און געווענליך האט עס א שלעכטן פסיכאלאגישן אפעקט אפילו דער מדובר האט קלאר מסכים געווען.
וואס דערפאר איז דער געזעץ קלאר אז א מיינער קען נישט געבן קיין הסכמה אויף די זאכן.
אבער אין אונדזער קראנקע געזעלשאפט קען אנדערש זיין די תוצאות פון אזא באציאונג און איך קען נישט צוקוקן ווי מען רעדט פון אלע סארט מאלעסטעישן ווי איין קוגל, כאילו אלעס זאל ווען זיין די זעלבע פארברעך וועלכער פארדינט די זעלבע שטראף. אפילו צווישן צוויי בחורים ווערט אין אן אנדערן אשכול דערמאנט בהעלם אחת אונטערן זעלבן נאמען. ("משכב זכר" רופן מאנכע דא אהן די געמיינע אקט פון טאטשן א בחור? זענט איהר אוט אף יור מיינד?)

איך וועל ברענגען צוויי מעשיות, וועלכע איך האב געהערט ביי באזונדערע געלעגנהייטן, וואס וועט בעסער מסביר זיין די פונקט וואס כ'וויל ארויסברענגען

א פרישער יונגערמאן וואס האט געחזירט אין מקוה מיט א צווייטע יונגערמאן איז געכאפט געווארן דורך די וועד און גערופן געווארן פאר אויספארשונג. צווישן די פראגעס האבן זיי איהם געפרעגט נישט מער און נישט ווייניגער "וויפל יונגלעך און בחורים האסטו שוין קאליע געמאכט"
איך האב נישט די ווערטער ארויסצוברענגען ווי אומריכטיג דאס איז און וויפל שאדן אזא צוגאנג טוהט אנמאכן

אן אנדערע גאר ווייטאגליכע עפיזאד איז געווען ווען א טאטע איז געוואהר געווארן אז זיין זעכצן יעריגער זוהן האט געהאט א נאענטע באציאונג מיט א יונגערמאן.
דער טאטע איז ווי פארשטענדליך ווילד געווארן און איהם געוואלט ארעסטירן אויפן ראט פון א באוואוסטער מחנך, אבער דער בחור האט געטענהט אז ער וועט בשו"א נישט עדות זאגן ווייל דער יונגערמאן האט איהם ממש געראטעוועט און איהם מסביר געווען זאכן וואס קיינער האט נישט געוואלט רעדן צו איהם וכדומה
פונקטליך וואס ס'איז געווארן האב איך נישט געהערט, נאר אזויפיל האט איך מיטגעהאלטן אז דער טאטע האט געלייגט פרעשור אויף א טעראפיסט זאל אנהעצן דעם בחור קעגן דעם יונגערמאן און א רב איז געווען דערקעגן

קאמענטארן זענען איבריג......

עכ"פ, ס'איז קלאר אז אונדזער סאסייעטי איז זיך נישט ווייניג שולדיג אינעם פראבלעם. רוב "נאן-ווייעלענט" מאלעסטערס קען מען לכאורה גאנץ גרינג פארמיידן.
דאס אז אין מקווה דרייען זיך בחורלעך בקומה זקופה ווי אדם פארן חטא ביינאזאם מיט ערוואקסענע געט בכלל נישט קיין תירוץ פאר א מאלעסטער, ער דארף זיך איינהאלטן אפילו ער האט גאר א שטארקע תאווה, אבער די וואס לאזן דאס צו קענען נישט זאגן ידינו לא שפכו פארן איהם צושטעלן א רייצנדער פתח.
ס'איז ראנג און מעגליך אומלעגאל. פינטל.
און נאך א נקודה, אסאך פון די זענען ניטאמאל אינפארמירט איבער די שטארקע שעדליכקייט פונעם פראבלעם. ער טראכט אז ס'העכסטנס א קדושה פראבלעם אויף וואס ער קען זיך נישט מתגבר זיין און וועט תשובה טאן יו"כ, ער האט נישט געארבעט אויסצואוואקסן די מעשי ילדות און ער מיינט אז דאס וועט אוועקגיין פון זיך אליין. ווען ער זאל ווען צב"ש זעהן די קליפ פון פיני גאלד'ס דרשה און ער זאל וויסן וואספארא שרעקליכע אפעקט עס קען האבן אויפן קרבן וואלט ער אפשר זיך צוריקגעהאלטן. ווען ער זאל וויסן אז עס קען נעבעך ווערן א עדיקשן און ווי אוממאראליש, אומריכטיג און קראנק דאס איז וואלט ער אפשר געטוהן מער פעולות זיך צוריקצוהאלטן פון אנהייב אהן, בעפאר ער ווערט טיפער ארייגעשלעפט דערין וואס דעמאלטס פארלירט מען דעם קאנטראל אויף זיך.
זיי זענען נישט קיין שלעכטע מאנסטער, זיי האבן פשוט נישט די נאלעדזש און אומשטענדן וואס רוב גוים האבן אין די ענינים. ווי אזוי קען מען טראכטן איהם צו באהאנדלען מיטן זעלבן דין?

וואס עס קומט ארויס למעשה צום הויפט פראגע צו מ'זאל איבערגעבן צו די פאליציי, וואלט איך געזאגט אז עס ווענדט זיך אינעם פארברעכן זעלבסט. אויב איז עס נישט געווען מיט קיין געוואלד, ד"ה דער קרבן האט זיך נישט קעגנגעשטעלט אדער געבעהטן ער זאל איהם אפלאזן, זאל מען אפשר טראכטן צוויי מאל בעפארן גיין צו די פאליציי וואס די שאדן קען אמאל זיין מער ווי דער ריוח.
ווייל דער פאקט איז ליידער אז ביידע זענען א ביטערער קרבן פונעם ליידיגן סיסטעם. ממילא ברויך מען זיך רעכענען מיטן מאלעסטער גלייך ווי מיטן קרבן.
און פארשטייט זיך יהיה איך שיהיה ברויך מען זיכער מאכן אז עס קומט נישט פאר נאכאמאל. און אויב איז דא א שטארקער ספק אז עס קען נאכאמאל פאסירן איז פאליציי "מעגליך" א שטארקער מיטל עס אפצושטעלן.

און אגב, איך בין נישט אזוי זיכער אז ארעסטירן העלפט צו פארמיידן אנדערע אינצידענטן. אפשר ביי דעם יעניגן, אויך נאר ווילאנג ער זיצט.....
תפיסה היילט זייער זעלטן פראבלעמען, אויב עפעס ברענגט עס מער.

אנטשולדיגט פארן ארויסקומען אביסל צומישט, איך האב דאס געקלאפט מיט א פארקלעמט הארץ און טרערן אין די אויגן נאכן לייענען וואס רבי שאולי און אנדערע וויקטעמס גייען דורך. מיין וואונטש פון טיפן הארצן פאר אלע וואס זענען פארמישט אין אזא סארט טראמא אז זיי זאלן האבן די ריכטיגע שכל וואס יא און נישט צו טוהן און זיי זאלן ווי אמשנעלסטן אויסגעהיילט ווערן דערפון אהן קיין שום פגם. אמן כן יהי רצון.
מאנטאג מערץ 02, 2015 1:28 pm#256663
שכוח קרעמער פאר'ן נעמען די מי און אזוי שיין שטארק און קלאר ארויסברענגען דעם ענין

ס'איז אייגנטליך לכוארה די געדאנקען גאנג פון אסאך אירע דא אבער דו האסט עס שיין און שטארק און קלאר ארויסגעברענגט

צו מ'דארף רופן פאליציי צו נישט ווענדט זיך אין די מצב
מאנטאג מערץ 02, 2015 3:52 pm#256698
קרעמער1
אלע דיינע חשבונות מאכט דער געזעץ אויך.

ווען מען גייט פרעגען יא איינזעצען נישט, איז אייביג די תשובה ניין, און פארדעם האט אונזער סאסייעטי א פנים ווי אין סדום.
מאנטאג מערץ 02, 2015 4:36 pm#256708
אבער צומאל איז דער געזעץ מוסיף נופח משלו כדי צו שיקן 'א מעסעדזש'.
מאנטאג מערץ 02, 2015 4:42 pm#256710
אין הכי נמי, נישט צומאל, נאר דער איינמאל וואס מען קומט שוין יא אהן, על אפם וחמתם פין אלע שמעקערס, דעמאלס שיקט מען א מעסעדש וואס ווערט פארלוירען אין הונדרעט בלעטער אין ק"ש