עס האט זיך ערווארבן דא א שמועס איבער וויאזוי מיר זאלן באטראכטן די אלע מאלעסטארערס און וויאזוי מ'זאל זיי באהאנדלען.
ווי איך זעה האט איש עברי'ס מיינונג נישט זוכה געווען צו קיין איבריגע פאפולאריטעט, ובראש וראשונה איז זיין מיינונג אפגעווארפן געווארן ע"י חברנו הוגה וואס נעמט מער א קאנסערוואטיוון שטעלונג, אבער היות איך טייל מיט די זעלבע מיינונג וואס איש עברי האט ארויף געברענגט וואלט איך זייער געוואלט דאס ארויסצוברענגען אביסעלע קלארער.
ראשית כל וויל איך קלארשטעלן אז מיר זענען טיף ערשיטערט איבער די פיינפולע ערפארונגען אין וואס די וויקטעמס זענען געווען אויסגעשטעלט ווען זיי זענען געווארן אנגעגריפן דורך די געפארפולע פארשוינען און די טראומע וואס האט באווירקט זייער צוקונפטיגע לעבן, איך אנערקען אז מיר באגרייפן נישט די מורא'דיגע יסורים וואס אט די לעכטיגע נשמות טראגן אויף זיך, און עס ליגט א פליכט אויף די רעגירונג אויסצוגעבן אן אינפינעט אוצר פון געלט צו באהאנדלען דעם פראבלעם, ס'איז נאך אלעם אזוי וויכטיג פון אזעלכע פראגראמען ווי אז אן אסטראנאט זאל שטעלן א פוס אויפן רויטן פלאנעט.
having said that, וויל איך אבער ארויסברענגן די צווייטע זייט פון די מטבע, און דאס איז אז די רוב פון אט די געפארפולע פארשוינען, ווען מיר זאלן זיך ווען צוקוקן פון די נאנט זייער סדר היום און מיר זאלן מיטהאלטן זייער פערזענליכע לעבן וועט יעדער רעכטדענקיגער מענטש ווערן איבערגענומען מיט רחמנות אויף די אלע וואס האט זיך נעבעך ביי זיי אנטוויקעלט אומווילענדיג זייער סעקסועלע חשק אויף א קראנקהאפטיגן פארנעם, אזוינס וואס ער קען נישט בארואיגן זיין תאווה ביז ער טוט אט די שעדליכע מעשים וואס די ווייטגרייכענדע עפעקט איז מערסטנס פארהוילן פון אים, און איז צוגאב אין א מצב וואס ער האט פשוט נישט קיין קאנטראל אויף זיך, און אזוי איז ער דוקא אן אנשטענדיגער מענטש און אנדערע טיילן פון זיין לעבן.
לאמיר נאר מאכן א חשבון וויפיל געלעגנהייטן האבן דאס רוב פון אונז וואס האבן אנטוויקעלט די סעקסועלער דרייוו אין איינשטימונג מיט די סטאנדארטן וואס איז אנגענומען אין אונזער געזעלשאפט, צו באפרידיגן אונזער תאוה דורכאויס אונזער לעבן, די ענטפער איז טויזענטער, יעצט אז איינער וואס האט זיך נעבעך אנטוויקעלט זיין סעקסועלער דרייוו אומווילענדיג אויף א שעדליכן אופן, אפילו ער זאל קענען ביישטיין די נסיון 99 פראצענט איז ער נאך אלס א שרעקליכע סכנה פאר די געזעלשאפט, דאס ווייזט אין וואספארא געהאקטע צרות די פארשוינען געפונען זיך.
יעצט ווען איינער פרעגט דיר ווען דער מאלעסטארער וואלט געווען א נאנטער משפחה מיטגליד וואלסטו ווען אויך אדוואקטירט אז מ'זאל אים פארשפארן און אוועקווארפן די שליסל, פרעגט ער לדעתי זייער א טרעפליכע שאלה, און לאמיר געבן א שטיקל אנאלאגי; ווען מ'הערט אז אין דארפור שעכט מען אויס נשים וטף און א גענאציד, געווענליך א מענטש פון אן אנדערע מדינה וואס טיילט נישט מיט די זעלבע ראסע וכדומה, שפירט זיך אביסל אפגעריסן פון זייער מציאות בפרט מ'ווייסט אז מקען קיין סאך נישט טאן, איז דא פארשידענע פסיכאלאגישע בארעכטונגען וואס דער מענטש נוצט צו ראציאנאליזירן די אלע שמועות און זיך פירן פאסיוו דערצו, ווי לדוגמא; דאס זענען נישט קיין מענטשן מיט אנטוויקעלטע געפילן ווי געווענליכע מענטשן, זיי זענען מער ווייניגער געבוירן צו שטארבן, צו פון הונגער, קאנאבליזם, און נאך אנדערע מיסברויכען, והא ראיה אז איך דארף זיך נישט צופיל קימערן, די וועלט איז דאך גענוג ציוויליזירט און מ'זעהט נישט אז מ'זאל מאכן אזא ויצעקו, אלא מאי איך ווייס נישט וואס דארט גייט פאר און א גוטן פורים.
טאמער אבער שפילט מען דיר אויף א ווידיא פארשטעלונג איבער די אומגלויבליכע צושטאנד אין וואס זיי געפינען זיך דאן הייבט אייך די רחמנות געפילן צו שפילן, דו זעסט קליינע קינדערלעך יונקי שדים מיט ליכטיגע אויגן וואס דערמאנט אייך פון אייער אייגענע בא'חנ'טע קינדערלעך, ווערן אויסגעשאכטן, דאן ווערסטו פלוצלינג איבערגעפילט מיט רחמנות געפילן און הייבסטו אן צו איינצוזעהן אז מיר די מענטשליכע ראסע אפגעזעהן פון אונזער עטנישע אפשטאם זענען מיר מער ענליך ווי מיר האבן געמיינט בעפאר.
כן הדבר הזה, די נאטור פונעם מענטש איז צו ווערן מער איבערגענומען פון אומבאהאלפענע מענטשן, צו דאס איז קליינע קינדער וואס אונזער מח ווערט מורא'דיג צוקאכט מיט מחשבות ווי "איי איך קען נישט אפילו באגרייפן וואס דאס קינד האט געטראכט אין יענע מינוטן זייענדיג הילפלאז און די מח פייניגט אים ווי איז טאטי ווי איז מאמי, וויאזוי קעענן זיי דאס צולאזן", און אין די זעלבע צייט איז אבער אונזער סימפאטיע אויף א שוואכערן פארנעם פאר ערוואקסענע, וואס איז זייער פארשטענדליך, דאס איז די מענטשליכע נאטור, למעשה איז דער בליק פון באטראכטן געוויסע מענטשן אלס גענוג פאערפול אז מיר זאלן נישט האבן א טראפן מיטגעפיל צו זייערע פראבלעמען קען זיין אין אסאך פעלער וועט אונזער בליק זיך נישט טוישן איבער זיי, אבער אין מערסטענס פעלער טאמער וואלסטו זיך נענטער באקענט מיט יענעמס מענטש פערזענליכקייט, זיינע דראנגען און מיטמאכענישן, וואלסטו געהאט אן אנדערע בליק, גענוי ווי א ברודער טיילט מיט ענליכע ערפארונגען און עמאציענעלע פארשטענדעניש וואס דאס מאכט אז ביי א ברודער ווערט ערוועקט דיין סימפאטיע צו די דורכגאנגען און מיטמאכעניש אין וואס יענער געפינט זיך.
נאך מער, איז דאס נישט אבסורד אז איינער וואס איז מאלעסטעד געווארן און האט דורכדעם אליין אנטוויקעלט אט די קראנקהאפטיגע תאוה, און ביז היינט האסטו געטוען כל מה שבידך צו באשטראפן די פארלעצער מיט די הארבסטע שטראפן און אלעס פארן וואוילזיין פון דעם קינד, און יעצט ווען דער קינד האט זיך שפעטער אליין דערקייקעלט צו אט די מעשים מגונים גייסטו אים ווארפן אונטערן באס?
און איבער די טענה אז נאר דורך נקמה געפונען אט די וויקטעמס א נחמה, וואס א סארט טענה איז דאס ?! און וואס איז אז א וויקטעם וועט טרעפן נחמה נאר אז מ'וועט די פארלעצערס אייגענע קינדער אויך מאלעסטן (איר האט שוין אוודאי געהערט אט די וואונטש) דארף מען דאס אויך אויספירן?
יעצט ווען איש עברי פרעגט צו דארף מען די ערשטע זאך לויפן צו די פאליציי בין איך אין א דילעמא. איך וויל אוודאי נישט אדוואקאטירן עפעס וואס איז קעגן די געזעץ, and don't get me wrong די וועג ווי רבנים און עסקנים האבן באהאנדלט די נושא ביז איצט איז פיל ארגער ווי צו גיין צו די פאליציי ס'איז אזוי ווי מ'שטייט פאסיוו און מ'טוט גארנישט.
Nevertheless I'm deeply ashamed ווי צוריקגעשטאנען אונזער ברייטערע געזעלשאפט איז אין באצוג צו crime and punishment נאכדעם ווי מיר האבן געמאכט גאר גרויסע פארשריטן אין סאציאלע סייענס זאלן די געזעצן זיין אזוי צוריקגעשטאנען כ'מיין איז טאקע נישט דא קיין אנדערע וועג צו באהאנדלען דעם פראבלעם אים צו צווינגען נעמען טריעטמענט, סירוס וכדומה (און איך וויל יעצט נישט אריינגיין די סיבות פארוואס ס'נעמט אזוי לאנג ביז געזעצן בכלליות ווערן מאדיפיצירט און צוזאמהאנג מיט די נייערע פארשונגען אויף די געביט פון סאציאלע וויסענשאפט וואס איז א טעמע פאר זיך).
נאך אלעם זענען מיר נישט לאנג צוריק געווען צוריקגעשטאנען אין די געביט פון ציווילע רעכטן and believe me we're up for change with this as well.
וכאן הבן שואל, אלא מאי וואס שלאגסטו פאר? די ענטפער איז אז כ'האב למעשה אויך נישט קיין אויסגעארבעטע מהלך, איין זאך ווייס איך קלאר אז אונזערע קינדער זאלן בוודאי נישט זיין אויסגעשטעלט צו אט די שרעקליכע פארלעצונג אנטקעגן זיי און ווען ס'זאל נישט זיין א וועג וויאזוי צו באהאנדלן דעם פראבלעם החרשתי, נעמענדיג און באטראכט אז די פארלעצער זענען קראנקהאפטיג און אפטמאל אליין קרבנות צו סעקסואל אביוז, אוודאי איז די גרינגסטע וועג פטור צו ווערן פון די מענטשן זיי פארשפארן און אוועקווארפן די שליסל אבער איך גלויב אז סאיז פארהאן מהלכים פונקט אזוי אפעקטיוו וואס נעמט אין באטראכט די concerns וואס איך האב ארויפגעברענגט.
ולבי אומר לי אז הוגה האט עכ"פ אונטערבאווואוסזיניג אויך א פראבלעם זיך צו באגיין מיט די פארלעצער מיטן פולסטן אכזריות, והא ראיה ער שפירט פאר קלאסיש נישט צו דערמאנען די מאלעסטארערס מיט זייער שם המפורש נאר מיט רמזים, קען זיין איך האב נישט גוט אפגעלערנט אדרבה
@הוגה אז דו האסט אן אנדערע סיבה נא להעמידנו.
צום שלוס וויל איך זיך אנטשולדיגן פאר די אלע וויקטעמס וואס זענען בטבע overly sensitive צו די נושא, אז חלילה איך האב נישט בדעה צו מינימיזירן אפילו כשערה פון די שרעקליכע יסורים וואס איר מאכט מיט, און איך וואלט געוואלט זען ווי דאס ווערט אפגעשטעלט פאר יעדן פרייז, איך האב נאר געוואלט פארשלאגן אן אלטערנעטיוו צו דעם וואס מ'זאל זיי פארשפארן און אוועקווארפן די שליסלען. אין איין ווארט: די מאלעסטערס זענען נישט הותרה דמם, נאר מיר טוען אלעס וואס מיר קענען דאס אפצושטעלן, און אוודאי אז די איינציגסטע וועג איז דורך אכזריות'דיגע מיטלען בין איך אויך מודה אז מוטב שיכנס החץ בם, אבער אייביג לפי ההכרח.