אפאר נקודות, טראכט אריין
מורי ורבותי איך לייען שוין די אשכול די לעצטע טעג, אבער די הענגאווער פון פורים האט מיר אינגאנצען ארויסגעשלאסען פון די גיסטע פון שרייבען, אבער ברוך רופא חולים היינט ארויס פון בעט, און יעצט קימט מיין רייע צי האקען
איך האב קיינמאל נישט געפילט די טעם פון א וויקטעם, און דערפאר ווען די נושא איז ארויף אויפען טיש האב איך נישט געקענט פארשטיין וואס איז שוין? מען קען מיינען? אביסעלע טאטשען מאכט מענטשען שפרינגען פון די האטעל אין די נאכט פון די חתונה? איך פארשטיי אז דער בעל תפלה איז א חאזער אבער נישט קיין רוצח! די גאנצע באגריף איז מיר געווען א מדרש פליאה, ביז ביז, עס איז מיר אויגעקימען איין טאג צי כאפען א שמיעס מיט א וויקטעם, א בחור'ל וואס איז אינגאצען אראפ פון דרך און האט באשילדיגט א גרויסער מאלעסטער, איך האב עם קודם באשייגעצט "יא יעדער שגץ האט א תירוץ" אבער דער בחור האט מיר זייער קלאר געגעבען צי פארשטיין וואס שאולי זאגט דא אין דעם אשכול אז א וויקטים פון דעם ווערט טאטאל צישרויפט נפשיות'דיג און פארלירט זיין אייגענע שאטען,
איך גיי נישט איבערחאזערען וואס שאולי זאגט, דברים שנכרים מהם שהמה דברי אמת ליידער, יא ווער עס האט דאס נישט דארעכגעמאכט פארשטייט דאס נישט, אבער איין זאך, פארלאזט אייך אויף די יוסטיץ דעפארטמענט, נישט אימזיסט גייען זיי זיך אזוי הארב אים מיט מנובלים
יעצט מיינע נקודות למחשבה,
וואס וואלט איר געטין מיט איינער וואס שפאצירט צי צי א קינד אין בית המדרש מיט א מעסער און ציט עם אויס די האלדז און מאכט א קליינע קריץ, און ער שרייט אז ער האט נאר געוואלט מאכען א דזשאוק?
יעדער ניכטערע מענטש וואלט געריפען פאליציי אין עם איינגעזעצט אינטער גראטעס ער מעג האבען מחותנים קינדער באבעס, נישט קיין חילוק דער איז א חולה נפש און א איש מסוכן לציבור און ער באלאנגט אין תפיסה אדער אין משוגעים הויז!!! נישטא קיין שים תירוץ אפילו ווען עס איז געשען נאר איינמאל!
אויב קימט צי אייך א איש מהימן און פארציילט אז דער און דער יונגערמאן אין בית המדרש טיט דאס (די מעסער הנ"ל) מער ווי איינמאל, וואלסטי געווארט אויף "שני עדים"? צי וואלסט גענימען עקשאן אויפען פלאץ?
אויב איז דאס קינד דיין קינד, וואלסטי געשוויגען?
פארוואס ווען מען ווערט געוואר אז א אשת איש האט מזנה געווען מרצונה גייט מען איר באשטינקען און מען האט נישט רחמנות אויף קיינעם, אפילו ווען עס זאל נישט זיין קיין "צוויי עדות"? וואס איז משכב זכר אנדערשט? די זעלבע איסור די זעלבע עונש! פארוואס דא לאזט מען עס יא דארעך?
און צי די ניקס וואס שרייען אז עס קען קימען א יונגעטליכער וואס איז מחליט צי פייניגען א אימשילדיגע איד און עם אנשמירען מיט א בילבול,
די אמת, אז עס קען טאקע געשען, אבער נארמייל גייט נישט א מענטש זיך באשמירען מיט אזא סיפור פשוט אלץ נקמה, אין אדם משים עצמו רשע
ועוד אז די משוג פון עדות שקר קען זיין מיט צוויי עדים אויך, און בזמן שבית המקדש האט דאס זיכער פאסירט מער ווי איינמאל, און דערפאר באשטייט די משוג פון עדים זוממים, אבער אינז מענטשען זענען מחויב צי פסקענען לפי ראות עינינו, די תורה איז נישט אין הימעל, און יעדער זאל דאווענען ערליך שתצילני היום ובכל יום ממלשינות ומעדות שקר, יא דאס קען פאסירען צי דיר און צי מיר און צי יעדעם, פינקט ווי א עקסידענט און יענע מחלה ה' ישמרנו, אבער וועגען די אויסטערלישע מושג פון עדות שקר זאל מען גיין פסלען אלע עדות שבעולם דאס איז שוין משוגע