מאנטאג אפריל 26, 2021 2:29 pm#471465
וואס איז פשט פון זיין מאדנע ניק?
קל וחומראיך האב קיינמאל נישט געפילט שעפטאל אלטס עקסטראווערט פארקערט איך האב געהאלטן ער איז אן אינטראווערט דערפאר בין געווען שאקט צו ליינען וואס החכם הרב @אלפא זאגטאיך וואלט מגדיר געווען רבינו שעפטאל אלס outspoken.
ער פאקט אלסדינג ארויס אויפן טיש מיט א שמוץ אריבער און עס גיבט די צוהערער/ליינער א געשמאקע געפיל פון אוטענטישקייט און טראסט (וואס איז די וויכטיגסטע זאך ווען מען זוכט א חבר/בראו/באדדי).
צו ער נעמט זיין ענערגיע פון זיין סאושעל מיט אנדערע איז שווער צו זאגן בלויז פון ליינען זיינע ווערק.
אלפאאז מ׳וויל טרעפן (אין אנאליטיק דזשיאמעטרי) די ווייטקייט פון א פונקט אויף אַן עיגול צו א פונקט אידרויסן פון דעם עיגול אויף א סקווער גריד, דאן מאכט מען א רייט טרייענגעל פונעם רעידיאוס פונעם סירקעל ביז׳ן פונקט, און מ׳מעסט די אלכסון דערפון עפ״י די פּיטאגאריען טעארעם, און מ׳נעמט אראפ דערפון די רעידיאוס: 📎 IMG_5977.jpeg ולענינינו, איז דאך פון וואו איך רעכען די רעידיאוס פון א סירקעל, די סאמע מערסטע סענטערד פונקט דערין. און אז איך וויל פון דארט רעכענען ביז ערגעץ, וואס קען זיין אַן עקסטרעם אזש ביז׳ן אינדרויסן פונעם סירקעל, דארף איך בעצם רעכענען דערצו דעם היפּאטענוס פון א רייט טרייענגעל וכנ״ל. וידוע אז די גמרא (עירובין נז., סוכה ח.) ראַוּנד דאס (ביי א רייט אייסאסעליִס טרייענגעל) אלס א רעישיאוֺ פון אמתא ותרי חומשא פאר יעדע אמה פונעם לענג/ברייט. און די גמרא דרש׳נט בב״מ נד: פון די ווערטער אין פסוקים פון ויסף חמישיתו, אז דאס באדייט חמישיות הרבה (אין די קאנטעקסט פון חומש על חומש) ע״ש (ועיין בב"ק סה:). וא״כ קען מען אפשר טייטשן לענינינו דעם פסוק (במדבר ה ז) וחמישתו יסף עליו ונתן לאשר אשם. ״אשם״ איז ר״ת מ׳י א׳ני ש׳עפטאל. און ביי דעם דארף מען רעכענען ווי ווייט זיי זענען פונעם סענטער פונקט, והוא ע״י די אלכסון כנ״ל, וואס דאס איז תרי חומשא מער פאר יעדע אמה, וזהו ״וחמישתו יסף עליו״ וואס איז חמישיות הרבה ומיעוט רבים שנים (הגם אז דא איז נישט די חומש על החומש)…כאפ איך מיר יעצט נאך א נקודה, פארוואס טאקע דוקא די צוויי חברה, פארוואס זענען @מי אני מיט @שעפטאל מיר געקומען אין אינסטינקט?
נאר אזוי ווי דו האסט געשריבן בין איך נישט נוטה צו קיין עקסטרעמיזם (וואס כ'פרוביר גראדע צו ארבייטן שווער דערויף, זאל ג-ט באהיטן ביי וועלכע עקסטרעימס איך בין שוין אלס געווען א מעמבער..)
ודבר נתפעל מהפיכו, איז על פי חשבון זענען די צוויי עקסטעימס פון עקסטראווערטיוו און אינטראווערטיוו די ווייטסטע פון איינער אין די מער צענטער.. - מ'דארף אפשר @מי אני'ס מאטעמאטישע טבלאות אויסצוצייכענען וויאזוי די צענטער איז די מערסטע 'הפיכו' פון די עקן רינג... וד"ל.
שעפטאל #
ס'בלייבט מיר נישט קיין אנדערע ברירא נאר צו טרינקן נאכאמאל!!