פארומס › קאווע שטיבל • וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"

קאווע שטיבל • וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"

1,052 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6218
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 2:57 pm#384021
איך האב אדורכגעליינט די ארטיקל וואו ר' נתן העלבראנץ הי"ו לייגט אראפ די גאנצע פעקל. ער איז זייער אן איידעלער יונגערמאן. און ער היט זייער שטארק אויפ'ן כבוד פון זיין טאטן. ער טענה'ט אז זיין טאטע איז נישט אחראי פאר די אלע מעשים מגונים און קולט געפיראכץ וואס ס'גייט דארט פאר. נאר מאיר ראזמאן און זיין ווייב זענען די וועלכע קאנטראלירן די גרופ מיט טעראר....! אבער ס'איז נישט אינגאנצן ריכטיג. ווייל למשל, ביי די קידנעפינג פון שי פימא זאגט ער (ר' נתן) אז זיין טאטע האט געוואלט אז דער יונגל זאלל צוריקגיין אהיים צו זיינע עלטערן. נאר ער, שי פימא האט נישט געוואלט. אבער דאס איז נישט קיין גענוג גוטער תירוץ. ווייל ער אלס דערוואקסענער איז אחראי פאר דעם וואוילזיין פון דעם יונגל. דאס געט איהם נאכנישט קיין היתר צו ברעכן דאס געזעץ. און דעם פרייז וואס ער האט געצאלט דעפאר איז געווען 100% יושר'דיג.

ער זאגט אויך אז דאס אנטון דעם עקלדיגן און נארישן מוסולמענער לבוש אויף די פרויען און מיידלעך איז נישט געווען זיין טאטנ'ס איידיע. און ס'איז געווען אקעיגן זיין רצון. דאס זאגט ער נאר מפני כבוד אביו. אבער איעדער בר דעת ווייסט און פארשטייט ווי מ'האט כמה פעמים געהערט פון ר' שלמה העלבראנץ אליינס אז ער וויל מ'זאלל גיין אזוי אנגעטון...!

דער סך הכול פון דעם אלעם איז, אז אויב אין די איצטיגע טעג וועללן זיך די מעמבערס אויפוועקן און זיי וועללן אראפווארפן דעם טעראר און די מאדנע משונה'דיגע הנהגות. זיך אנטון נארמאל. אויפפיהרן ווי נארמאלע מענטשן וועללן זיי ווערן אנערקענט דורך דעם היימישן ציבור אלס א נארמאלע גרופ/חסידות...אשטייגער ווי תו"א..."חסידים"...וועלכע זענען אויכעט א ניי חסידות. און ס'איז דא גענוג פלאץ אין זייער געצעלט אריינצונעמען פארשידענע שיכטן און קרייזן... אונטער די... "נארמאלע" הנהגה פון זייער רבי'ן...!
מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 1:16 pm#384185
פרשת כי תבא

.
זונטאג אקטאבער 01, 2017 5:27 pm#385920
פארגרעסערטע אויסגאבע לכבוד יו"ט

.
מאנטאג אקטאבער 02, 2017 12:52 am#385961
א גוטע אויסוואל מיט ר' שמואל ניימאן, איך האף נאר זיי באשרייבן עם גוט.
מאנטאג אקטאבער 02, 2017 2:01 am#385966
א באנדע אקסן. מכאפט אפאר סאסיעל ווארקערס אין לייף קאוטש פראפעשינעלס אין זיי אנאלאזירען דעם היימישע ציבור פאר כל אלע מענטל העלט אישוס. רבותי אין רוב פעלער וועט זיין א אנדערלייאונג אישוי איבער דעם ocd, אין דאס דארף א פיסכיאטור אין די אלע דערמאנטע נעמען קענען סך הכל רעפערן צים ריכטיגע שליח. די היימישע קולטורה האט אזוי פיל בעסיק געברויכען ארויסגעשפארט אין ווי א יאר שפעטער ליידט די עלטערע )50+)דור מער אין מער. די יונגע חברה עדאפאטען די געשמאק פין די אלגעמיינע וועלט .
מאנטאג אקטאבער 02, 2017 2:32 am#385967
עמעזאן האט געשריבן:א גוטע אויסוואל מיט ר' שמואל ניימאן, איך האף נאר זיי באשרייבן עם גוט.

מי זה?
מאנטאג אקטאבער 02, 2017 10:33 am#386012
או אינו האט געשריבן:א באנדע אקסן. מכאפט אפאר סאסיעל ווארקערס אין לייף קאוטש פראפעשינעלס אין זיי אנאלאזירען דעם היימישע ציבור פאר כל אלע מענטל העלט אישוס. רבותי אין רוב פעלער וועט זיין א אנדערלייאונג אישוי איבער דעם ocd, אין דאס דארף א פיסכיאטור אין די אלע דערמאנטע נעמען קענען סך הכל רעפערן צים ריכטיגע שליח. די היימישע קולטורה האט אזוי פיל בעסיק געברויכען ארויסגעשפארט אין ווי א יאר שפעטער ליידט די עלטערע )50+)דור מער אין מער. די יונגע חברה עדאפאטען די געשמאק פין די אלגעמיינע וועלט .

אקסן ממש?
אפשר אויב דו קענסט טון בעסער, ביסטו מכובד.
ביז אהער האט קיינער נישט באשריבן פון די ענינים (אחוץ דעם המספיק גאזעט). דער מאמענט טוט א וויכטיגע זאך מיט'ן באשרייבן די נושאים. כאטש באקומט מען א שטיקל ידיעה אין די זאכן.
מאנטאג אקטאבער 02, 2017 10:52 am#386014
ג'יי צים נקודה פינעם ענין. דער מאמענט זאל קוואטען פראפאסארען אין דוקטורים וואס שאקלען די וועלט אין די ענינים ,אין די ציבור ברויך אסאך awareness אזוי וועט מען ג'יין פאר הילף ווען די העביטס איז נישט אזוי איינגעווארצעלט. דן זיין א קרוב אדער חבר ווען ער וואשט זיך די הענט אלס יראת שמים אדער א ציגענאגלטער צים גמרא אלס מתמיד קען אויך האבן א סיבה דערצי OCD or depression. וואס באדערט מיך מיט די מאמענט איז substantiating די מענשטן אלס די קרוין פאר הילף. אסאך אזויגעריפענע טעראפיסט האבן שוין אנגעזייט אסאך חורבן.
מאנטאג אקטאבער 02, 2017 11:19 am#386020
מוזיק עקספערט האט געשריבן:
עמעזאן האט געשריבן:א גוטע אויסוואל מיט ר' שמואל ניימאן, איך האף נאר זיי באשרייבן עם גוט.

מי זה?


m http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 9#p1527919 m
מיטוואך אקטאבער 25, 2017 6:22 pm#387571
פרשת לך

.
מיטוואך דעצעמבער 06, 2017 10:55 pm#390613
.
מוצ"ש דעצעמבער 09, 2017 10:55 pm#390806
פיינעלי האט די מאמענט אפגעשטעלט די בלינדע העצע פון א-בכיה-לדורות, און עס ערזעצט מיט נארמאלערע אינהאלט, בכלל איז די מאמענט אין די לעצטיגע תקופה זייער געשטיגן מיט איר אינהאלט, ס'טוט מיר נאר וויי אז לעצטענס איז נישט געווען גארנישט פון יואל אשר לאבין, ס'קען זיין ווייל ער האט אומאפיציעל בארירט די פילם ONE OF US און די לעצטיגע סומאטוכע אין גור, דורך אמנון לוי.
זונטאג דעצעמבער 10, 2017 12:05 am#390816
שלום שטיסל: ייש"כ. איך האב געהאט די זעלבע פיהלינג ווען איך האב אויפגעמישט דעם מאמענט די וואך און נישט געזעהן דעם משוגע'נעם, פאררוקטן מקטרג אויף אידן און היפאקריט. קוקנדיג אויפ'ן העדליין ..."פרוזדור"..., האביך געוואלט זעהן וואס דער פאררוקטער בריאה האט שוין ווייטער צו זאגן. אבער כ'האב געזעהן אז עפעס א מער נארמאלער מענטש שרייבט דארט

דער מחנך'ס קאלום איז אויכעט גאנץ געשמאק. אבער איך בענק מיך באמת נאך הרב יואל אשר לאבין'ס קאלום וועלכעס האט מיר געגעבן א יעדע איינציגע וואך א סאך חומר למחשבה. שוין. דער עיקר איז אז מ'איז ב"ה פטור געווארן פון דעם צודרייטן היפאקריט וואס האט מיר געמאכט דרייען די קישקעס א יעדע וואך. ברוך שפטרני...!
זונטאג דעצעמבער 10, 2017 12:13 am#390818
ממש "צודרייטער היפאקריט"?
איז ער דער נעקסטער אין די רייע נאך דייטש/פילאף/טעלער?...

איך בין אויך נישט קיין גרויסער חסיד פון זיינע ארטיקלען, אבער איך האב רעספעקט פאר אים אלס ערליכער איד און מרביץ תורה, עכ"פ היפאקריט איז לכאורה נישט דאס ריכטיגע ווארט אויף אים, ער איז נישט קיין אחד בפה ואחד בלב, ער איז באמת א ירא שמים.

און איך בין מיט ענק בדעה אחת אז די נייע השקפה ארטיקלען פון זילבערשטיין איז געוואלדיג.
זונטאג דעצעמבער 10, 2017 12:19 am#390820
ניין: אין זיינע ארטיקלען א יעדע וואך איז ער ארויסגעקומען בלויז מיט קיטרוג אויף די התנהגות און אויפפיהרונג פון אידישע קינדער. כאילו ער אין זיין פערזענליכן לעבן וואלט נישט געטון די אלע זאכן. איך האב א ראיה פון זיינע אייגענע ווערטער אז ער איז נישט געווען אזא אפגעהיטענער איד, א מלאך אלוקים . נאר איין קליינעם משל. ווען ער האט פארציילט אז די קאווער פון זיין טוילעט טענק האט זיך צובראכן, האט ער אוועקגעלייגט א שטיקל, כדי צו קענען צו מעטשן א נייעם קאווער פון די זעלבע קאליר. אזא הייליגער, אפגעהיטענער איד וואס טרעפט אייביג נאר פעילערס ביי די אידישע קינדער דארף נישט מקפיד זיין אויב די קאליר פון דעם נייעם קאווער וועט נישט זיין 100% די זעלבע ווי די אלטע. אלא מאי, איז ער א מאטעריאליסט, א מגושם'דיגע , חומריות'דיגע בריאה. נאך ערגער ווי די מענטשן וועם ער רייסט אראפ מיט זייער נישט ריכטיגע התנהגות...!
זונטאג דעצעמבער 10, 2017 2:48 am#390831
berlbalaguleh האט געשריבן: נאר איין קליינעם משל. ווען ער האט פארציילט אז די קאווער פון זיין טוילעט טענק האט זיך צובראכן, האט ער אוועקגעלייגט א שטיקל, כדי צו קענען צו מעטשן א נייעם קאווער פון די זעלבע קאליר.

נישט געטראפן קיין בעסערע משלים אויף זיין יראת שמים ווי דאס?!
כ'האב געמיינט דו טויגסט בעסער...
זונטאג דעצעמבער 10, 2017 2:51 am#390833
איך ווייס נישט וואס מען דבר'ט דא, יא יראת שמים צו נישט... ער איז א זאפטיג שרייבערל, אזא פענע וואס ער האט איז כמעט נישט בנמצא ביי די חרדישע אידן.

לאז זיין הרבצת התורה און חסד אין א זייט....
זונטאג דעצעמבער 10, 2017 5:43 am#390852
איסר האיטלקי: אנטשולדיג. איך זעה נישט דא זיין גרויסן שרייבערישן טאלאנט. ווען ער לאזט דיך איבער מיט א זויערן טעם אין מויל. א יעדעס מאל דו ליינסט זיינע שרייבעכצער. נעם א שרייבער ווי יואל אשר לאבין. וואס געט דיר חומר למשבה א יעדעס מאל דו ליינסט זיין ארטיקל. אדער דער מחנך הרב וואזנער. וואס דישטעלסט זיך אפ טראכטן..."דער מענטש זאגט דאך ריכטיג"... משא"כ ביי הרב אבא חייא טויבער איז אלעס פוסט, טרוקן. און ס'הענגט אין די לופט. נאך א פעילער געטראפן אויף אידישע קינדער. נאך א זאך וואס זיי טוען שלעכטס...!
זונטאג דעצעמבער 10, 2017 11:00 am#390870
שמעקעדיג האט געשריבן:ממש "צודרייטער היפאקריט"?
איז ער דער נעקסטער אין די רייע נאך דייטש/פילאף/טעלער?...

איך בין אויך נישט קיין גרויסער חסיד פון זיינע ארטיקלען, אבער איך האב רעספעקט פאר אים אלס ערליכער איד און מרביץ תורה, עכ"פ היפאקריט איז לכאורה נישט דאס ריכטיגע ווארט אויף אים, ער איז נישט קיין אחד בפה ואחד בלב, ער איז באמת א ירא שמים.

און איך בין מיט ענק בדעה אחת אז די נייע השקפה ארטיקלען פון זילבערשטיין איז געוואלדיג.

איך בין געווען זיין תלמיד, איך האב פארברענגט אסאך מיט איהם. א ליידיגער איז ער נישט אבער א היפאקריט איז ער יא.
איך וועל דיך געבן איין מעשה וואס איך האב איהם אליינס פארגעהאלטן. אויב געדענקט מען די צייטן, ווען מען האט נאך נישט גערעדט פון די אינטערנעט-שמד, פלעגט די רעדע זיין אקעגן קאמפיוטער'ס מיט א סלאט פאר סידי'ס. אפילו איהר האט נישט קיין סידי'ס אינדערהיים ווייל די קינדער וועלן שוין אליינס זיך פארשאפן. (איינע פון די ניגונים (משלים) פארצוהאלטן די עולם איז געווען וואלט איהר איבערגעלאזט א גאן אינדערהיים אפען אז דיינע קינדער זאלן קענען שפילן, אפילו עס האט נישט קיין בולעט'ס?). בקיצור די עיקר רעדנערס אקעגן דעם אויב איך געדענק גיט איז געווען ר' אבא חייא טויבער מיט הרב רויזנבלום (איך געדענק עס איז געווען א פאסטער נאך געשריבן פון בשמו של הרב רויזנבלום, אז אויב אייער קינד'ס מלמד טייפט די צעטליך אויף א קאמפיוטער, איז עס כאילו די שיקסט דיין אינגעל לערנען צו א גלח). למעשה בין איך געוואר געווארן אז ער אליינס האט א קאמפיוטער אינדערהיים אין איך האב איהם עס פארגעהאלטן, זיין תירוץ איז געווען זייער א שוואכע תירוץ, ווען איינער ניצט די תירוץ היינט פאר די מוסדות וואלט מען נישט אנגענומען זיינע קינדער. וכ''ש אויב איינער איז די רעדנער אקעגן אזא זאך האט נישט קיין שום תירוץ אויפ'ן וועלט.
מאנטאג דעצעמבער 11, 2017 12:49 am#390957
נו, איסר האיטלקי. ד ביסט שוין צופרידן פון טשאוזן פיעפל'ס מעשה וואס ער פארציילט...?!
מאנטאג דעצעמבער 11, 2017 2:05 am#390968
berlbalaguleh האט געשריבן:נו, איסר האיטלקי. ד ביסט שוין צופרידן פון טשאוזן פיעפל'ס מעשה וואס ער פארציילט...?!

נאכאלץ נישט גענוג פאר מיר, איך האב אים אסאך מער פיינט....
מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 8:30 am#392194
פרשת ויחי: רובאשקינ'ס באפרייאונג!

(בילד גענומען פון 'אידישע ווינקל')

.
מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 10:56 am#392198
.
מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 1:59 pm#392219
סאשי פיש: נו,... וואס זאגסטו....? לאמיר הערן.. א ביסל העכער...ייש"כ...!
דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 5:22 pm#392302
וואס גייט פאר לעצטנס אין מאמענט שטאב?????????? קומט עס יא ארויס אדער נישט??? שכויעח פאר די רובאשקין רובריק אויסגאבע.... וואס איז אבער מיט פרישע וועכנטליכע סחורה???
דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 12:52 pm#392788
דער מאמענט ברענגט אין די לעצטע פאר וואכן א זייער אינטרעסאנטע סעריע ארטיקלען איבער די מגילות פון ים המלח. און דער פראפעסאר וועלכער האט אנטדעקט זייער היסטארישע חשיבות. ר' אליעזר ליפא סוקעניק.

ווער איז געווען דער פראפעסאר סוקעניק? ער איז געבוירן אין די שטאט ביאליסטאק ביי א חסיד'ישע משפחה. ווען ער איז נאך געווען גאנץ יונג איז ער ארויפגעגאנגען קיין ארץ ישראל. און ער איז אויך געווען א סאלדאט אין די ערשטע וועלט מלחמה אין די אידישע בריגאדע וואס די בריטישע מיליטער האט ארגאניזירט. נאך די מלחמה האט ער זיך גענומען פארשן דעם פלאץ און צושטאנד פון די אלטע בתי כנסיות אין גאנץ ארץ ישראל פון נאכ'ן זמן בית שני. ער האט זיך אריינגעלייגט ראשו ורובו אין ארכעאלאגיע און פארשן די היסטאריע פון די אידן אין ארץ ישראל.

זיין זון (האטציך שוין מאדערניזירט און געהאט אן עברית'ן נאמען) יגאל ידין איז אויך אריין אין ארכעאלאגיע און אידישע היסטאריע. אזוי ווי זיין טאטע. נאר אינצווישן איז ער ארייגעגאנגען אין מיליטער ביי די מלחמת השחרור פון 1948. כ'האב ערגעץ געליינט אז בשעת איינער פון די ערנסטע קאמפן ביי די מלחמה ווען די אידן זענען געווען באלאגערט און ארומגענומען דורך די אראבערס (אין גוש עציון?). און מ'האט נישט געקענט צו קומען צו זיי. צו ברענגען עסן און געווער, האט יגאל ידין דורך זיינע היסטארישע ידיעות געטענה'ט אז ס'איז דא א באהאלטענער וועג דורך די וועלדער וואס די אידן האבן באנוצט אין די צייטן פון בר כוכבא. ער האט געטראפן דעם וועג. און אזוי ארום געברענגט די הילף פאר די באלאגערטע אידן...!

אין די אנהייב 50'גער יארן האט ער זיך אינגאנצן אריינגעלייגט אין ארכעאלאגיע. ער האט אנגעהויבן ערנסטע ארכעאלאגישע גראבונגען אין פארשידענע געגנטן אין ארץ ישראל. איינס פון די פלעצער איז געווען די מצדה פעסטונג (מאסאדא, אויף ענגליש) וואו די אידישע קעמפערס בימי בר כוכבא האבן זיך באפעסטיגט. ער האט דארט געטראפן 2 שוהלן. אויך 2 מקוואות. אין ביידע עקן פון די פעסטונג. איינס ביי די דרום זייט פון די מויער. און די אנדערע ביי די צפון זייט. ער האט אויך געטראפן תפילן וואס די אידן האבן גענוצט דארט.

ביי די מקואות איז ער אזוי שטארק נתפעל געווארן. ווייל זיי האבן אויסגעזעהן ווי כשר'ע מקוות. ס'איז געווען איינגעטיילט אין 3 חלקים. א קליינע מקווה'לע/פאאל איז געווען פאר מענטשן זיך אפצו וואשן. נאכדעם איז געווען א גרויסער בור. און א ביסל א קלענערער בור, וואס איז געווען באהאפטן צו די ערשטע דורך השקה. די גרויסע בור איז געווען איינצוזאמלען די מי גשמים. און די מיטלסטע זיך צו טובל'ן. ער האט אבער געוויסט אז ער איז נישט קיין ת"ח צו זאגן א דיעה איבער די כשרות פון די מקוה. האט ער אריינגערופן 2 רבנים. זיי זענען געקומען און געמאסטן אויב די מקוות האבן א שיעור פון 40 סאה. און זיי האבן באשטעטיגט אז דאס זענען כשר'ע מקוואות. (א שאד ער האט נישט גערופן נחום ראזנבערג..!)...!
מיטוואך יאנואר 31, 2018 9:45 pm#394594
מאמענט האט די וואך אויפגעגעבן די קינדער אויסגאבע. נייגעריג צו פון נעקסטע וואך און ווייטער וועט עס נאר זיין איין ביכעל אדער אפשר וועט נפשי ווערן יעדע וואך
מיטוואך יאנואר 31, 2018 11:42 pm#394598
лпم iοوԴ האט געשריבן:מאמענט האט די וואך אויפגעגעבן די קינדער אויסגאבע. נייגעריג צו פון נעקסטע וואך און ווייטער וועט עס נאר זיין איין ביכעל אדער אפשר וועט נפשי ווערן יעדע וואך
נפשי וועט זיכער נישט ארויס קומען יעדע וואך
דאנערשטאג פעברואר 01, 2018 4:42 pm#394630
WTF איז די מעשה מיט גאלא? דעי וואך אויפן דעקל
דאנערשטאג פעברואר 01, 2018 5:10 pm#394632
לך לך האט געשריבן:WTF איז די מעשה מיט גאלא? דעי וואך אויפן דעקל

מאמענט ווערט א קלאסיפייד אויסגאבע...
דאנערשטאג פעברואר 01, 2018 5:12 pm#394633
.
דאנערשטאג פעברואר 01, 2018 10:13 pm#394642
רבותיי: איך האב נאכנישט אויספיעט אדורכצוליינען דעם מאמענט פון די וואך. איך האב מיך ערשט דערשלאגן צו ליינען דעם מאמענטי פון די פארגאנגענע וואך מיט א פארשפעטיגונג, מפני מעשה שהיה. (עטץ ווילטץ נישט וויסן די מעשה.)

ליינענדיג די פרשת איוב פון די נעבעכ'דיגע גראסערי לייט האט מיך אנגעכאפט א שטארק רחמנות אז אין די היינטיגע אמעריקע אין יארע 2018 זענען פארהאן מענטשן וועלכע ארבעטן 70 אדער 80 שעות א וואך און פארדינען נישט קיין איין פעני. און זיי קענען אויפווייזן אש שחורה על גבי אש לבנה פארוואס זיי טשארדזשן פאר א יעדע זאך עקסטער. אויסער פאר די לופט וואס מ'אטעמט אין זייער גראסערי. (ווארטס נאר. ס'קומט אי"ה א הייסער זומער. און די אומשולדיגע גראסערי אייגנטומערס , אויב מ'קען זיי אזוי אנרופן, וועללן צולייגן צו א יעדן ארדער א טשארדזש פאר עיקאנדישאנינג און רעפרידזשערעישן, וואס ס'קאסט זיי נעבעך צו האלטן די פראדוקטן און די מענטשן פריש און געזונט.). איך פלאן ערנסט אנצוהייבן אן אפיעל אין בתי מדרשים (וואו דען, אין גראסעריס...?!) צוזאמצושטעללן פעקלעך אויף שבת קודש ויו"ט פאר די שטארק אונטערדריקטע בעלי חסד וואס האלטן אפן זייערע סטארס נאר כדי אידישע קינדער זאללן קענען האבן 7 ערליי סיריעלס און 4 ערליי יאגורט פאר די טייערע קינדערלעך. די צאן קדשים. די תינוקות של בית רבן שלא טעמו טעם חטא. אויך, אז די עלטערן זאללן זיין געזונט זאללן האבן סעלצער צו טרינקען פאר זייער געזונט. ווייל אויף א יעדן קעיס סעלצער וואס זיי ..."פארקויפן"...דערלייגן זיי נעבעך געלט.

יעצט לאמיר זעהן די אנדערע זייט פון די מטבע. ס'זענען דא גראסעריס אין וויליאמסבורג און בארא פארק, וועלכע טוען כל טצדקי צו פארפיהרן דעם קאסטומער . און טוען מיט איהם/איהר ככל העולה על רוחם.

ערשטנס. לייגן זיי נישט קיין פרייז טעגס אויף די פראדוקטן (וואס איז אויך אקעיגן די נ.י סיטי קאנסומער אפפעירס רעגולאציעס.)
זיי טשארדזשן מלכתחילה העכערע פרייזן ווי געוויינליך, וויל די קליענטעל זענען רובא דרובא פוד סטעמפ באנוצערס. און זייער פשט'ל איז. ס'קאסט דאך איהם נישט קיין געלט, ממילא מעג איך אויך עפעס פארדינען דערביי.
אויב מ'נעמט אויף בארג, וואקסט אייביג צו א געזונטע פאר דאללער צום בילל
פארגעסן צו זאגן: ס'דא גראסעריס וואס געבן געוויינליך נישט קיין רעדזשיסטער רעסיעטס. יעצט אז ס'קומען אויף אזעלכע סטארס ווי כולל גראסערי אדער בינגא און זיי פארקויפן זאכן פאר א ביליגערן פרייז און די מענטשן לויפן צו זיי, הייבן אן די גראסערי אייגנטומערס צו וויינען ווי ביבערס.

איך וואוין בשכינות פון בינגא. און איך זעה וויפיהל היימישע משפחות קומען צו זיי. פון בארא פארק. און ספעציעל פון וויליאמסבורג. אט דאס איז א שטיקל ישועה פאר די געפלאגטע, קינדער-געבענטשטע משפחות וועלכע דארפן נישט אוועקגעבן זייער לעצטן דאללער פאר דעם גראסערי-מאן. סאו זאללן די גראסערי אייגנטומערס אויפהערן צו וויינען און באקלאגן זייער מצב.ווייל אין די גוטע יארן האבן זיי געטון מיט'ן קאסטומער וואס נאר זיי האבן געוואלט. אריינגערעכנט. יא. באגנבנ'ען זיי. אויב א גראסערי אייגנטומער האלט אז ער קען נישט מאכן קיין געלט, האט ער א ברירה צו פארקויפן דעם סטאר (נאר איינער דארף צו זיין חסר דיעה עס אפצוקויפן) אדער אינגאנצן פארמאכן. העכסטנס. וועט א משפחה איינקויפן מער זאכן אויפאמאל. און אוועקלייגן. אזוי ווי מ'טוט אין מאנסי. און אנדערע געגנטן...ושלום על ישראל...!
דאנערשטאג פעברואר 01, 2018 11:50 pm#394644
אלס חקרן ליין איך דורך יעדע וואך די מעשה מיט סוקניק און די מגילות ים-המלח, ס'איז מורא'דיג, א געוואלד מיט אינפארמאציע. כ'בין מסתמא נישט די איינציגסטע.
דינסטאג פעברואר 06, 2018 10:22 pm#394936
שמעקעדיג האט געשריבן:
מוזיק עקספערט האט געשריבן:
עמעזאן האט געשריבן:א גוטע אויסוואל מיט ר' שמואל ניימאן, איך האף נאר זיי באשרייבן עם גוט.

מי זה?


http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 9#p1527919
איינער האט ר' שמואל ניימאנ'ס נומבער? איך זוך עס מיט לעכט!!

Sent from my SM-G925V using Tapatalk
דינסטאג פעברואר 06, 2018 10:27 pm#394937
מיט לעכט איז דא שוואכע שאנסן אז דו וועסט עס טרעפן, זוך עס מיט א שטארקע פלעשלייט, אבער א שטארקע.
מיטוואך פעברואר 07, 2018 12:03 am#394952
קוק אין אישי
מיטוואך פעברואר 07, 2018 12:15 am#394956
חקרן האט געשריבן:אלס חקרן ליין איך דורך יעדע וואך די מעשה מיט סוקניק און די מגילות ים-המלח, ס'איז מורא'דיג, א געוואלד מיט אינפארמאציע. כ'בין מסתמא נישט די איינציגסטע.

חקרן: זיכער. און זיין זון וועלכער האט שוין העברעאיזירט זיין נאמען און געהייסן יגאל ידין איז געגאנגען אין זיין טאטנ'ס דרכים. און איז אויך געווען א היסטארישער חוקר אויף די געשעענישן אין ארץ ישראל. און ער האט געגראבן אויף אלע היסטארישע פלעצער. ספעציעל ביי די פעסטונג פון מצדה וואו די אידשע סאלדאטן האבן געקעמפט אין די צייטן פון בר כוכבא. ער האט דארט געטראפן, צווישן אנדערע היסטארישע ווערטפולע זאכן אויך 2 מקוואות. (פארשטייצעך באגראבן אונטער א פאר פיס פון ערד) ביי ביידע עקן פון די מויער. די דרום זייט און די צפון זייט. ער איז אזוי שטארק נתפעל געווארן פון דעם. אז ער האט אריינגערופן 2 רבנים אז זיי זאללן פעסטשעללן אויב דאס איז כשר'ע מקוואות פון מי גשמים. און זיי האבן באשטעטיגט . נאכ'ן מעסטן און באקוקן אנדערע זאכן וואס געהערט צו הכשר מקוה אז דאס זענע כשר'ע מקוואות...!
מיטוואך פעברואר 07, 2018 12:38 am#394961
שמעקעדיג האט געשריבן:קוק אין אישי
מוצ"ש פעברואר 10, 2018 9:40 pm#395252
א דאנק פאר @ריכטיג און @שמעקעדיג
מיטוואך פעברואר 14, 2018 1:07 pm#395621
IMG-20180214-WA0033.jpg
דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 2:25 pm#395675
א יעדע ארטיקל און באשרייבונג וואס ערשיינט אין מאמענט. או.קעי. נישט ממש א יעדע. אבער כמעט א יעדע איז זייער אינפארמאטיוו און אינטרעסאנט. איך ווארט א יעדע וואך בכליון עיניים ווען דער מאמענט וועט ארויסקומען.

די וואך. דער ארטיקל פונ'ם מחנך איז זייער שטארק רירנד. און איך האב געמיינט אז הרב וואזנער שליט"א וועט א ביסל מער מרחיב את הדיבור זיין. אבער האפנטליך וועט ער עס טון אין א צוקונפטיגן מאמר. די איבעריגע ארטיקלען און מאמרים האביך נאכנישט אויספייעט אדורכצוליינען. ווייל איך בין אדורכגענומען געווארן פון דעם הויפט ארטיקל איבער סייבער בולליאינג. איך, אזוי ווי דער בעל סיפור המעשה פון די וואך בין אויך געווען א קרבן פון דעם קרימינאללן און רשעות'דיגן אופן פון סייבער בולליאינג. איך ווילל נישט ארויסשרייבן מער פרטים איבער דעם מפני חשש גילוי. ס'האט מיך שטארק געשטערט בשעת מעשה. אבער איך האב מיך ב"ה גובר געווען אויף די עמאציאנעלע געפיהלן און כ'האב עס מקבל געווען באהבה. און ווען די מענטשן וועלכע קענען מיך פערזענליך האבן מיך געפרעגט איבער די סיפור המעשה האביך זיי געענטפערט מיט א שמייכל וויאזו די גאנצע געשיכטע איז זיך פארלאפן וואס יענער רשע האט ארויפגעלייגט...! דאס איז געווען בערך פאר די פארגאנגענעם ראש השנה. און א וואך צוריק האט מיך אויך געפרעגט מיינער א גוטער פריינט איבער דעם. האביך איהם געענטפערט מיט א שמייכל..."דו האסט ערשט יעצט געהערט פון דעים"?...!
פרייטאג פעברואר 16, 2018 1:43 pm#395725
berlbalaguleh האט געשריבן:א יעדע ארטיקל און באשרייבונג וואס ערשיינט אין מאמענט. או.קעי. נישט ממש א יעדע. אבער כמעט א יעדע איז זייער אינפארמאטיוו און אינטרעסאנט. איך ווארט א יעדע וואך בכליון עיניים ווען דער מאמענט וועט ארויסקומען.

די וואך. דער ארטיקל פונ'ם מחנך איז זייער שטארק רירנד. און איך האב געמיינט אז הרב וואזנער שליט"א וועט א ביסל מער מרחיב את הדיבור זיין. אבער האפנטליך וועט ער עס טון אין א צוקונפטיגן מאמר. די איבעריגע ארטיקלען און מאמרים האביך נאכנישט אויספייעט אדורכצוליינען. ווייל איך בין אדורכגענומען געווארן פון דעם הויפט ארטיקל איבער סייבער בולליאינג. איך, אזוי ווי דער בעל סיפור המעשה פון די וואך בין אויך געווען א קרבן פון דעם קרימינאללן און רשעות'דיגן אופן פון סייבער בולליאינג. איך ווילל נישט ארויסשרייבן מער פרטים איבער דעם מפני חשש גילוי. ס'האט מיך שטארק געשטערט בשעת מעשה. אבער איך האב מיך ב"ה גובר געווען אויף די עמאציאנעלע געפיהלן און כ'האב עס מקבל געווען באהבה. און ווען די מענטשן וועלכע קענען מיך פערזענליך האבן מיך געפרעגט איבער די סיפור המעשה האביך זיי געענטפערט מיט א שמייכל וויאזו די גאנצע געשיכטע איז זיך פארלאפן וואס יענער רשע האט ארויפגעלייגט...! דאס איז געווען בערך פאר די פארגאנגענעם ראש השנה. און א וואך צוריק האט מיך אויך געפרעגט מיינער א גוטער פריינט איבער דעם. האביך איהם געענטפערט מיט א שמייכל..."דו האסט ערשט יעצט געהערט פון דעים"?...!


איך קען נישט ממש זאגן אז יעדע וואך איז עס גוט, אבער אסאך מאל איז איז פיינע נייעס

אז דו רעדסט שוין פון וואזנער

זיי ארטיקל פאריגע וואך איבער די סענדוויטש קינד האב איך מוראדיג הנאה געהאט, ער האט ממש צוגעטראפן צו מיין צווייטע טאכטער, איך האלט אז זי פיהלט זיך ווי א סענדוויטש און דאס איז די סיבה פארוואס זי קריגט זיך אזויפיל מיט די אנדערע קינדער
פרייטאג פעברואר 16, 2018 5:29 pm#395741
קאוריג: און די אנדערע ארטיקלען פון די שמועסן פון הרב זילבערמאן, ע"ה. און להבחל"ח הרב יואל אשר לאבין'ס מאמרים זענען דאך מתוק מדבש. זיי האבן געהאט אן איינציגן פאררוקטע בריאה און קרומער פארשוין. וועלכער האט מיר א יעדע וואך ארויפגערוקט די בלוט פרעשור, מיט זיינע וואנזיניגע ארטיקלען און היפאקריטישקייט. אבער מ'איז שוין ב"ה פטור געווארן פון איהם. כאילו דער בהמה האט געמיינט אז עמיצער איז אינטרעסירט אין זיינע בויך גרימענישן.
מיטוואך מערץ 28, 2018 2:06 am#398607
מאמענט קומט ארויס מיט נייע ביילאגע אויף יו"ט מיט'ן נאמען "ידעתי". זעעט אויס צו פארקויפן אמונה און אידישקייט. א שיינע אויסוואל אויפן דעקל. כ'האף זיי גייען גראד צו די יסודות אן קיין פרומע שטיק.
מיטוואך מערץ 28, 2018 2:12 am#398608
געווענדליך דער וואס ספעצעלירט זוך און "אלע חלקי התורה"
איז נישט דער וואס האט ארויס אמונה בעמקות.
פרייטאג אפריל 13, 2018 5:04 am#399674
בילד
פרייטאג אפריל 13, 2018 5:05 am#399675
זיי נעמען זיך אן פאר התאחדות
זונטאג אפריל 15, 2018 9:52 pm#399887
ספעציעל פאר הרב הילל וויינבערגער שליט"א...וועלכער איז א וויכטיגער מענטש אין די פראפאגאנדע דעפארטמענט פון התאחדות הרבנים...!
מאנטאג אפריל 16, 2018 6:23 pm#399951
פסח האט מיר דער מאמענט היפש שאקירט, אבער פארט געווען געציילטע שטארקע ארטיקלען.
דאנערשטאג אפריל 19, 2018 6:14 pm#400266
זיי האבן נישט גענימען קיין שטעלונג, זיי האבן געהאט אינטערוויאס ביט אלע זייטן.

איך זעה די וואך איז דא א בריוו פון איינער פון אינזערע שרייבערס דא, איך בין נייגעריג צו זיי האבן אריינגעלייגט זיין גאנצע בריוו.