Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » קאווע שטיבל • וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"

קאווע שטיבל • וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
421 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 1131 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #6218
זונטאג מערץ 30, 2014 9:03 pm#193645
וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"
נייע אויסגאבע וואס גייט קומען מיט ''א בליק''
זונטאג מערץ 30, 2014 9:53 pm#193657
בעיסיקלי די בליק האט איינגעזען אז גיין קאמפעטישן מיט די וואך ברענגט זיי נישט קיין הצלחה, גייען זיי אנהייבן צו גיין קאמפעטישן מיט די צייטונג. נו, צאתכם ובואכם לשלום!
מאנטאג מערץ 31, 2014 2:03 pm#193785
ראשעקאל האט געשריבן:נייע אויסגאבע וואס גייט קימען מיט ''א בליק''

פראפעשינעל עדווייס? איבער וואס? פאר וועמען? די וואס לייענען די פיקטשערס זוכן דען עדווייס? דער וואס קען לייענען עדווייס קענען עס לייענען דארט ווי עס איז באמת דא, אינעם וואל סטריט צו ווי.
מיטוואך אפריל 02, 2014 1:13 pm#194329
.
דאנערשטאג אפריל 03, 2014 8:19 pm#194605
/
דאנערשטאג אפריל 03, 2014 11:43 pm#194616
לאליפאפ האט געשריבן:בעיסיקלי די בליק האט איינגעזען אז גיין קאמפעטישן מיט די וואך ברענגט זיי נישט קיין הצלחה, גייען זיי אנהייבן צו גיין קאמפעטישן מיט די צייטונג. נו, צאתכם ובואכם לשלום!

אדער האבן זיי איינגעזעהן אז א מענטש וועט ענדישער קויפן א פיקטשער אלבום וואס קימט מיט דעים אויך ליין מאטריאל ווי סתם די וואך

די וואך וועט זיי זעכער קאפיען!
פרייטאג אפריל 04, 2014 3:39 pm#194718
פון אינטער די קאליסן בין איך געוואויר געווארן אז די בעלי בתים פון די מאמענט (א בליק) אידישע מאגאזין פלאנען ארויסצוקומען מיט א באמבאסטישע אויסגאבע וואס די אידישע היסטאריע האט נאכנישט געזעהן - מי שלא יראה......
פרייטאג אפריל 04, 2014 3:42 pm#194720
דו זעהסט פון פאראויס? נו, לאמיר הערן וואס זעהסטו? וואספארא ארטיקלען גייט זיין אין די ערשטע נוממער?
קליווע גט / טיטאניק / ביל געיטס / בלוט בלבול / פורים סרגוסא / אינטערוויא מיט נר מצוה?
פרייטאג אפריל 04, 2014 3:45 pm#194721
@מאראנצןזאפט עפעס אינסייד אינפארמאציע?
פרייטאג אפריל 04, 2014 5:01 pm#194734
יאיר וואלט שוין געמעגט וויסן אז ווען איך שווייג מיינט אז איך ווייס נישט...
א בליק ווערט געפירט דורך צוויי רובין ברודער, נפתלי בעק, און א געלט שותף. אנדערש ווי זיין ארכי קאמפעטישן הערשי רובינשטיין וואס מאכט אלעס אליין, געט ער ארויס די פרינטינג און די דיסטריביוציע פאר איינעם נחמן און יענער קריגט א יחלוקו.
דער מאמענט ווערט צו געשטעלט דורך יואליש קרויס פון וויי עיטש קעי און תהלים כולל.

א בליק איז א שטאנדהאפטיגע פאבליקאציע מיט א שטארקע באזע קויפער וואס קען בלויז שטייגן מיט די נייע צוגאב אויסגאבע.
דעם פראפאזל זייערס האב איך נישט אבער לויט ווי כהאב געהערט היינט פון איינעם פון די גרויסע קעפ פון די חרדישער מארקעטינג אינדורסטרי איז עס הערליך וחזקה על יואליש אז זיינע זאכן האבן א פנים.
דער פרייז גייט בלייבן ווי ביז איצט, און פאר דעם פרייז פון א בליק וועט איר אויך קריגן דעם מאמענט עכ"פ אין די ערשטע צייטן.
איך געב פאר די נייע אויסגאבע פאטענציאל, און ווי ערווענט האב איך נישט מער אינפארמאציע לעת עתה.
פרייטאג אפריל 04, 2014 5:08 pm#194736
"מאמענט" האט איינגעשפאנט גאר גוטע שרייבער צו שרייבן קורצע ארטיקלען אויף פארשידענע אינטערעסאנטע נושאים, אריינגערעכנט ידיעות און קארענט איווענטס. א שטארקער דגוש ווערט געלייגט אויף באגלייטנדע בילדער און גראפיק.
פרייטאג אפריל 04, 2014 5:38 pm#194742
דער קרויס האט זיך דאך שוין ערווארבן יארן ערפארונג מיט די בארימטע כולל תהלים/חצות געשיכטעס, איז זיכער אז ער וועט יעצט אויך קענען צושטעלן שיינע סחורה.
פרייטאג אפריל 04, 2014 5:48 pm#194744
עד שאתה דורש בגנותו פון די מעשה'לעך, נעמט אין אכט, יואליש האט אהערגעשטעלט א פאנדרעיזינג אפאראט וואס שטעלט אהער 1.3 מיליאן דאלער א יאר אן קיין דינער, אפילס, און אן קיין קהלה אדער פאליטישע כוח. נישט קיין חילוק וועלכע טריק ער האט ארויסגענומען פון בוך קומט אים א מעדאל!
מוצ"ש אפריל 05, 2014 9:24 pm#194751
חלקים פון דעם פראפעסיאנאלן "מידיא קיט" וואס "מאמענט" האט ארויסגעשיקט צו מארקעטינג פירמעס. קרעדיט: מאראנצןזאפט.
מוצ"ש אפריל 05, 2014 9:46 pm#194753
אויב די אויסגאבע גייט טאקע זיין דאס וואס עס אנטשפרעכט צו זיין, א תוכנ'דיגע מאגאזין, פראפעסיאנעל געשריבן, און נישט ענטהאלטן דאקומענטעריס איבערגעטייטשט אויף אידיש, דעמאלט איז דא א שטארקע מקום פאר הצלחה.
מאראנצןזאפט האט געשריבן:עד שאתה דורש בגנותו פון די מעשה'לעך, נעמט אין אכט, יואליש האט אהערגעשטעלט א פאנדרעיזינג אפאראט וואס שטעלט אהער 1.3 מיליאן דאלער א יאר אן קיין דינער, אפילס, און אן קיין קהלה אדער פאליטישע כוח. נישט קיין חילוק וועלכע טריק ער האט ארויסגענומען פון בוך קומט אים א מעדאל!

די תהלים כולל טרייבט אויף אנדערטהאלבן מיליאן דאלער א יאר?
מוצ"ש אפריל 05, 2014 9:51 pm#194754
קאווע טרינקער האט געשריבן:דו זעהסט פון פאראויס? נו, לאמיר הערן וואס זעהסטו? וואספארא ארטיקלען גייט זיין אין די ערשטע נוממער?
קליווע גט / טיטאניק / ביל געיטס / בלוט בלבול / פורים סרגוסא / אינטערוויא מיט נר מצוה?

מיט א אינטערוויא מיט יוסי געשטענער
מוצ"ש אפריל 05, 2014 11:04 pm#194770
יאיר האט געשריבן:די תהלים כולל טרייבט אויף אנדערטהאלבן מיליאן דאלער א יאר?

פעיראול אויף יעדע פלאץ איז בערך א פערטל מיליאן דאללער א יאר, פינף פלעצער, פלאס עדווערטייזמענט קומסטו אן צו מער ווי אנדערטהאלבן מיליאן
מוצ"ש אפריל 05, 2014 11:34 pm#194784
מאראנצןזאפט האט געשריבן:עד שאתה דורש בגנותו פון די מעשה'לעך, נעמט אין אכט, יואליש האט אהערגעשטעלט א פאנדרעיזינג אפאראט וואס שטעלט אהער 1.3 מיליאן דאלער א יאר אן קיין דינער, אפילס, און אן קיין קהלה אדער פאליטישע כוח. נישט קיין חילוק וועלכע טריק ער האט ארויסגענומען פון בוך קומט אים א מעדאל!

ATUB @מאראנצןזאפט ATUB האסט מיר אנגעצויגן די נייגער סטרונעס, ווען קומט א פול אנאליז אויף דעם קרויס? איז כולל חצות אויך זיינס?
זונטאג אפריל 06, 2014 2:12 am#194810
איך זאג אייך נאכאמאל וואס איך האב געהערט פון א אינסיידער וואס האט זיך מיר ארויסגעכאפט עטליכע אוסצוגן פונעם מאגאזין
אז שוין מער וואו א האלבע יאר זיצן שוין די מאמענט סטעף בכובד ראש צו דן זיין וויאזוי צו צושטעלן פארן היימישן ציבור די ערשטע אידיש געשריבענע מאגאזין וואס זאל זיין געשמאק צו ליינען מיט די לייכסטע שפראך און העכסט אינטרעסאנטע און רייצענדע ארטיקלן געשריבן דורך די בעסטע היימישע שרייבער'ס, צוגעשטעלט פאר יונג און אלט. וואו אויך אויסגעארבייט מיט פילע דעטאלן די מהלך צו האבן אינטערוויוא'ס און נאך שמועסן מיט העכסט אינטרעסאנטע און חשוב'ע אידן פון צווישן אונז וואס וועלן זיין העכסט רייצענד צו הערן זייערע טעמע'ס פונדערנאנט, ועל כולם האבן די ארויסגעבער געזעצן לאנגע וואכן און חדשים אויסצוארבייטן די כשרות פון די גאנצע זאך. עס זאל וואו פארשטענדליך זיין אויסגעהאלטן און ריין פון לשוה"ר און רכילות. ליצנות וכדו'
בקיצור לויט מיינע ידיעות בין איך שוין זייער אנגערייצט צו זעהן ווער עס גייט זיין די ערשטע אינטערוויוא, און וואס גייען זיין זייער תוכן די ערשטע וואך וואס לויט וואו די אינסיידער מיינע האט זיך מיר ארויסגעכאפט קומט עפעס א באמבע וואס די היימישע יודענטום האט נאכנישט געזען מאז היותם לגוי,
זונטאג אפריל 06, 2014 2:41 am#194813
איך האף אז דו שרייבסט נישט דארט....
זונטאג אפריל 06, 2014 2:58 am#194817
sefish האט געשריבן:איך האף אז דו שרייבסט נישט דארט....

פארוואס?
זונטאג אפריל 06, 2014 3:01 am#194818
ווייל ''ועל כולם האבן די ארויסגעבער געזעצן''
''וואו'' אזוי וועט אזא צייטונג אויסזען?
...
זונטאג אפריל 06, 2014 4:11 am#194824
איך האב געראדע פראבירט צו ווערן א שרייבער אבער זיי האבן מיר נישט געוואלט אנננמען צוליב מיין אומפראפעסיונאלקייט
זונטאג אפריל 06, 2014 4:32 am#194827
זעהט אויף פאראויס האט געשריבן:איך זאג אייך נאכאמאל וואס איך האב געהערט פון א אינסיידער וואס האט זיך מיר ארויסגעכאפט עטליכע אוסצוגן פונעם מאגאזין
אז שוין מער וואו א האלבע יאר זיצן שוין די מאמענט סטעף בכובד ראש צו דן זיין וויאזוי צו צושטעלן פארן היימישן ציבור די ערשטע אידיש געשריבענע מאגאזין וואס זאל זיין געשמאק צו ליינען מיט די לייכסטע שפראך און העכסט אינטרעסאנטע און רייצענדע ארטיקלן געשריבן דורך די בעסטע היימישע שרייבער'ס, צוגעשטעלט פאר יונג און אלט. וואו אויך אויסגעארבייט מיט פילע דעטאלן די מהלך צו האבן אינטערוויוא'ס און נאך שמועסן מיט העכסט אינטרעסאנטע און חשוב'ע אידן פון צווישן אונז וואס וועלן זיין העכסט רייצענד צו הערן זייערע טעמע'ס פונדערנאנט, ועל כולם האבן די ארויסגעבער געזעצן לאנגע וואכן און חדשים אויסצוארבייטן די כשרות פון די גאנצע זאך. עס זאל וואו פארשטענדליך זיין אויסגעהאלטן און ריין פון לשוה"ר און רכילות. ליצנות וכדו'
בקיצור לויט מיינע ידיעות בין איך שוין זייער אנגערייצט צו זעהן ווער עס גייט זיין די ערשטע אינטערוויוא, און וואס גייען זיין זייער תוכן די ערשטע וואך וואס לויט וואו די אינסיידער מיינע האט זיך מיר ארויסגעכאפט קומט עפעס א באמבע וואס די היימישע יודענטום האט נאכנישט געזען מאז היותם לגוי,


איך האלט טאקע אז עס איז דא מקום פאר אזא זאך, אבער אויב קומט עס פון די בליק גיב איך עס נישט קיין צוויי ראסטיגע פעניס. עס איז די ביליגסטע מאגאזין אין קאליבער, געטריבן בלויז פון פאליטיק און אינטערעסן, וואס קען איך נאך ערווארטן פון אזא אויסגאבע.
זונטאג אפריל 06, 2014 4:34 am#194828
מאראנצןזאפט האט געשריבן:עד שאתה דורש בגנותו פון די מעשה'לעך, נעמט אין אכט, יואליש האט אהערגעשטעלט א פאנדרעיזינג אפאראט וואס שטעלט אהער 1.3 מיליאן דאלער א יאר אן קיין דינער, אפילס, און אן קיין קהלה אדער פאליטישע כוח. נישט קיין חילוק וועלכע טריק ער האט ארויסגענומען פון בוך קומט אים א מעדאל!


מאכן א ביזנעס פון רייטן אויף מענטשנ'ס צרות איז ביי מיר קיין שום גדלות נישט און קיין שום חברה'מאנ'קייט נישט. עס איז נידריג דורכאויס. ער האט זיך דאס אויסגעלערנט פון די ספרד'ישע פאלשע באבא'ס. עס פארמאגט נישט ביי מיר קיין טראפל רעספעקט.
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 11:03 am#222078
און יעצט העלין מיר בעטן בשבילי זאל צוריקגיין צו די בא'חנ'טע קליפס אשכול און זיך אפשאקלען פון גראמאטיק.
עס איז נישט אייער פעלד.
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 11:04 am#222080
בשבילי, האסט גראדע נישט פארשטאנען וואס כ'האב געזאגט. כ'האב געפרעגט אז אפשר זאלן זיי "אויך" שרייבן מיט גראבע גרייזן וויבאלד רוב עולם קען ניטאמאל דאס.

נישט זיך האלטן צו די כללי פרעפאזיציע איז א זאך וואס איז שטארק פארשפרייט אין די היימישע אויסגאבעס און כ'וואלט עס דערפאר נישט גערופן א גראבע גרייז, אבער ס'איז אוודאי פיל בעסער זיך צו האלטן דערצו. והבן.
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 11:07 am#222082
מאמענט וועט אונטערגיין אויב זיי שטעלן זיך נאר צו צו ענק עליטע. אויסנוצן יעדע לופהאל אין גראמאטיג צו ווייזן וואס עכט ריכטיג איז וועט זיי נישט ברענגען קונים. אויב די קאממעס האלטן אן האבן זיי מיר פארלוירן
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 11:08 am#222083
:lol:
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 11:10 am#222085
אפטעמיסט, כ'מיין אז די שאצט אונטער אידישע ליינער. קיינער וועט נישט טאלערירן גראבע גרייזן, זיי נארמאל ווי דער איד. זיי נישט פרומער ווי מעלות! און פאר עפעס א סיבה גרילצט נישט מעלות
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 11:12 am#222086
סהדי במרומים אז רוב חרדי'שע אידן ווייסן נישט קיין חילוק פון "און" און "אין".
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 11:13 am#222087
אפטעמיסט האט געשריבן:סהדי במרומים אז רוב חרדי'שע אידן ווייסן נישט קיין חילוק פון "און" און "אין".

רוב חסידישע אידן אדער ליינער?
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 11:14 am#222088
ביידע
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 11:16 am#222090
K but I disagree
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 12:43 pm#222106
אפטעמיסט האט געשריבן:סהדי במרומים אז רוב חרדי'שע אידן ווייסן נישט קיין חילוק פון "און" און "אין".

געב א בעסערע משל ווייל די חילוק ווייסן אסאך
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 1:11 pm#222112
מאמענט דארף א גוטן עדיטער, ספעשילי פאר ספעלינג, און די צייטונג מעג זיך שוין אויך אויסלערנען געהעריג אידיש
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 1:29 pm#222118
כוכב האט געשריבן:דאס ווארט, אגב, איז גרילצט, נישט גריצעלט.

גרילצט, מלשון גריל (grasshopper)

די נאכט אזוי שטיל,
מען הערט נישט קיין גריל,
עס שלאפט שוין די דארף, די בערג, און די מיל,
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 2:30 pm#222143
ונבנתה העיר האט געשריבן:מיר -- ווי בשבילי -- האט אויך געשטערט געוויסע פרטים אין וואלפ'ס שרייבן [נישט אוועקצונעמען פון די געוואלדיגע מעלות זיינע].

דא האט איהר די ערשטע דריי פאראגראפן.

א. ווערטן / ווערדן / ווירדן

ב. אלוקית / אלוקות

ג. 'בקיצור, איז אזוי.' געהערט א פינטל נאך 'איז אזוי'?

ד. 'קבלה וויל זען דעם מענטש צושניידן דאם לעבן וואס נאענטער צום מהלך פון מלאכים', וואלט נישט בעסער געווען 'צו-שניידן' [מלשון צופאסן]?

ה. א קאמע פאר די ווארט 'און'?

דאס איז חוץ פון צוויי טעויות הדפוס.


כלפי נוצן א קאממא בעפאר "און", ווייס איך נישט פונקטליך פון וועלכער שורה דו רעדסט. אבער דער כלל איז, אז בעפאר'ן צוטשעפען אן independent clause, לייגט מען יא צו א קאממא. אין א פאל וואס מ'נוצט "און" פארצושטעלן דריי צו מער זאכן, איז פארהאן א מחלוקת הפוסקים, באוויסט אלס The Oxford Comma. מילא גרייזיג איז דאס זיכער נישט. וואס יא, אויב דער זעלבער שרייבער לייגט אמאל יא, און אמאל נישט, דאן איז אפשר נישט גערעכט דאס, אז ער זעלבס האלט זיך נישט צו זיין אייגנעם מהלך.

א פינטל נאך "איז אזוי", איז בעיני דווקא יא אויסגעהאלטן. וואס וואלסטו ווען געלייגט, א colon?

ווערטן איז אויך נישט גרייזיג, הגם "ווערד" איז אפשר מער וואס מ'נוצט אויף דער היימישער אידישער שפראך. זע "דער פארווערטס" לדוגמא, דארט נוצט מען גאר א סך "ווערטן".

נישט לייגן א hyphen אינעם ווארט "צושניידן", וואלט איך געזאגט איז יא גרעמעטיקלי קאררעקט,  הגם דער שרייבער האט לכאורה געזאלט נוצן א בעסער ווארט. דאס אז ער האט געשריבן "צו", און נישט "צע", ברויך צו אילוסטרירן דעם חילוק.

אילו ואילו איז טאקע א ווייטאגליכער גרייז. איין מעגליכקייט פארוואס אזא טעות האט בכלל פאסירט, איז די פארזוך פון א סך שרייבער - - ובתוכם ערעב וואלף - - צו נעמען ווערטער פון לשון קודש, און זיי פאראידישן אויף ווי ווייט מעגליך. צולייגן א ו' אדער י', צו איינצלע לשון קודש'דיגע ווערטער, וועלכע ווערן אריינגעפלאכטן צווישן אידישע ווערטער. דאס איז סתם א השערה,  אבער בוודאי איז דאס אן ערנסטער טעות.

איך ארבעט נישט פאר דעם מאמענט, איך פראביר נאר אויסקלארן דעטאלן לפענ"ד.
אין דעם דאזיגן אשכול אליינס, האב איך שוין געלאזט פאלן שווערע קריטיק אויף זייער גראמאטיק און ספעללינג  אין אלגעמיין.  שלמה וואלף אבער איז דווקא יא א גוטער שרייבער. ס'קען יעדער זעען אז דער זכר קאן גראמאטיק. קלאר ווי דעם טאג אז ער מאכט טעותים, ביודעים ובלא יודעים. נאר דאס אז אנדערע וועלכע האבן נישט א השגה וואטס פלייאינג, באצייכנען זייער אייגנע גרייזן, אלס יענעמס גרייז, דאס ווייזט בלויז אויף שמאלקעפיגקייט.
דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 11:17 pm#222688
ליינענדיג שלמה וואלף'ס ארטיקל תורת חסידות און טעארעטישע פיזיקס, האב איך הנאנה געהאט ווי ער לייגט שיין אראפ די וויסענשאפט פון אז אלע ממשתדיגע זאכן זענען באמת ענערגיע.
אבער זיין מעטאד פון, היות ס'דא זאכן און פיזיקס וואס זענען א סתירה מניה וביה,קען שוין אלו ואלו דברי אלקים חיים מיינען אז ביידע זענען אמת לאמתו, אפי פאר אונז זעט דאס אויס ווי א סתירה. דאס מאכט מיר נישט קיים סענס. וויבאלד סאיז דא א מקום ווי סתירה איז נישט קיין פראבלעם ווערט נאכט נישט איינס פלאס דריי.
זיין תורה אז היות מיר ווייסען דאך היינט אז אלעס איז ענערגיע, אינפוא, דאטא. שטימט שוין זייער גוט וואס די ספר יצירה שרייבט אז די וועלט איז באשאפן געווארן מיט אותית, וואס דאס איז דאך דאטא.
שיינע תורה אבער כגלייב שווער אז דאס האט אדם הראשון אדער אברהם אבינו געמיינט.
וואלט נישט געווען שענער די ארטיקעל טעארעטישע פיזיקס אן די תורת החסידות?
דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 11:39 pm#222692
גאלדפינגער פון משפחה האט אן ענליכע מהלך פון לערנען פשט אין מגלה עמוקות מיט ניעל באהר'ס אנטדעקונגען. לכאורה גיבט דאס א גוטע געפיל פאר דעם מענטש אז ליכא מידי דלא רמיזא באורייתא (וואס מיינט, לאגיש גערעדט, אז ליכא מידי דרמיזא באורייתא).
פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 10:39 am#225008
א שנעלער בליק אריין אינעם נייעם איבערגעמאכטן "מאמענט" צייגט אויף אן איבערראשנדע טריט פאראויס מיט קוואליטעט און פראפעסיאנאליטעט פון העכסטן קאליבער.
איך האב שוין מורא צו ווערן צו שנעל אנטציקט נאך די מערערע דורכפעלער די וועלט פון אידישע לייען מאטעריאל האט שוין געליטן, אבער עס איז מיין טיפסטער וואונטש אז זיי זאלן מצליח זיין און זאלן איינמאל פאר אלעמאל מאכן א סוף פאר די סקעפטיזם און אומזיכערקייט עס שלאגט דעם אידיש-רעדנדער עולם, צי מ'קען בכלל אהערשטעלן א רייכע און תוכנ'פולע אויסגאבע אין דער אידישער שפראך, און הויפטזעכליך, צי ס'דא דערפאר א באדייטנדע קליענטעל אז ס'זאל זיך לוינען די מי.
פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 10:54 am#225014
/
פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 1:54 pm#225050
מאמענט פארמאגט א פנים חדשות נאכ'ן ווארפן "א בליק" איבער'ן דראנג. די אויסגאבע איז פארגרעסערט, צוויי נייע ביילאגעס (קינדער און פרויען), און פינף פרישע קאלומס.

איך בין אנטוישט אין די הויפט ארטיקלען פון דעם נומער. כאטש דער ארטיקל איבער "ליים דיזיז" איז א שיינער ארבעט, איז עס אבער נישט גענוג אינטערעסאנט פאר יעדן אויף צו זיין דער הויפט ארטיקל פון דעם קריטישן ערשטן זעלבסטשטענדיגן נומער. דער צווייטער הויפט ארטיקל איבער שמיטה האב איך נאכנישט געלייענט, אבער נאך אזויפיל בראשורן איבער "קרן השביעית", קוקט עס אויס ווי איבערגעקייטער קנאי'שער פראפאגאנדע.

הרב אשר לעווינ'ס קאלום איז דורך א פרישן קריאת השם, און ווערט יעצט גערופן "באלעמער". דער שרייבער האט אויך איבערגעלאזט זיין פסעוודאנים אין דעם יאר, און פאנגט אן תשע"ה מיט "הרב יואל אשר לאבין". דער נייער קאלום "יש אומרים" נעמט צוזאם ציטאטן פון פארשידענע אויסגאבעס, און האלט זיך נישט צוריק פון ציטירן "מעלות", א קאנקורענט פאר "מאמענט". דער קאלום גיט אפילו א כשר שטעמפל פאר דעם גע'אסר'טן, אבער עסטעבלישמענט-געטרייען, וועבסייט "אייוועלט".
פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 2:41 pm#225061
'יש אומרים' איז צוקער זיסע און געניאל. א חידוש פון א קאלום פאר דער אידישער שפראך.
פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 4:49 pm#225088
פארוואס שוין די ראש השנה'דיגע אויסגאבע?
פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 6:20 pm#225109
ישראל קאפקע האט געשריבן:פארוואס שוין די ראש השנה'דיגע אויסגאבע?

לערבב את השטן.
זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 12:21 am#225132
די מאמענט וואלט געטוען א טובה פאר כלל ישראל צו לייגען גאנצע ארטיקלען פון די אויסגערופענע קאווע שטיבל-אייוועלט וכו' תגובות. טאקע מיט די ארגיענעלע ניק
זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 12:23 am#225133
זיי מסביר
זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 1:19 am#225135
אפטעמיסט האט געשריבן:זיי מסביר

ס'איז א פאקט אז רוב יידיש ליינער דרייען זיך נישט אין די שטיבלעך, די מספר ליינער אויף די קריטישע אשכולות יוכח.

אבער ס'איז אזוי די פאקט אז די יידישע בלאגס זענען די ריכטיגע שופר של יהדות. דא ביי אונז און ביי זיי-איי דרייען זיך חכמים ונבונים, די חושבי מחשבות, שריפט שטעלער פון יהדות החרדית.

ס'קומט אזא וויקענד ווי די וואך, שבת ווען ס'איז דא די צייט צו ליינען צו הערן און דערהערן.
האב איך ארויסגעפרינט די עניינים העומדים על הפרק, די וויי געשריי פון די סיסטימאטישע נאצישע סעלעקציע פון @המלוכה והממשלה מיט אלע זיינע אנדערלייאינג לינקס, @יאיר קטרוג אויף כלל ישראל פאר נישט האבן א פובליק סקול, @כוכב שטראף רייד אז א טרער פון א ייד שניידט ווי א מעסער אין רשעות בלייבט רשעות, רבינו שליט"א @לעיקוואוד בירור אויף די שלוש עשרה מידות און הדבק במידותיו, @קאווע טרינקער קווענקעלנישען וכו'

ווען איך בין פערטיג געווארן בין איך געווען אזוי אינספייערט, האב איך גענומען די פעקל און עס אריין געריקט צו די רב פון די ביהמ"ש ווי איך דאווען. זאל ער אויך וויסען.

הלוואי פרינטאוטס פון דאס אלעס זאל אנקומען צו די פארטייבטע אויערן פון די רבי'ס און מנהלים. אנשטאט ליינען זיי די סקווירא עמי וואס אינטערעסירט נאר שרייעדיגע קאווער פעעדזשעס און האט קיינמאל נישט די כח גברא צו קומען צו א אנטי סיסטעם קאנקלאזשען.

טראכט איך אז ווען די מאמענט קען אריין לייגען א פארום ווי זיי לייגען נישט נאר קוואוטס נאר גאנצע שטיקער ארגיענעלע תגובות פון דא און פון דארט וועט עס זיין א טובה פאר כלל ישראל.