Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » קאווע שטיבל • וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"

קאווע שטיבל • וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
421 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 1131 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #6218
פרייטאג אקטאבער 24, 2014 4:36 pm#230420
סאשי פיש האט געשריבן:איך גלייב עס נישט!!

זיי מוחל געב מער פרטים איבער וואס די ארטיקל רעדט זיך.
פאר וואס, פאר וועים און ווען זענען די שערי ישיבות ננעלו???!...!
מוצ"ש אקטאבער 25, 2014 9:21 pm#230461
כהאב מיר איינגעהאנדלט דעם מאמענט ווייל זייענדיג גוט באקאנט אין די ישיבה וועלט בין איך געווען נייגעריג צו ליינען. גראדע גאנץ פיין באשריבן. אומווילנדיג איז דא ארויסגעקומען דער ריינער אמת איבער דער ישיבה פראבלעם דורך די אינטערוויו סיי פון הרב מייער און סיי פון הרב קרויס און אויך הרב מחוסט.
מוצ"ש אקטאבער 25, 2014 9:28 pm#230462
הרב מייער שליט"א ר"י מאור התורה זיצט אויפן טראן ער ראנט אויף די מינוט א שיינע ישיבה אין ב"פ בקיצור סגייט אים גאר גוט געט אלעס א שמיר ארויף אויף די עלטערן. די עלטערן בארעדן די רבנים. זיי האבן נישט קיין הכרות הטוב, זיי געבן נישט אריין גענוג אפליקאציעס, זיי זענען נישט גוט מחנך די קינדער און אז די חשובע יונגעלייט וואס ארבעטן אין ישיבות וואס וואלטן ווען עכט געקענט אויפבויען א מיליאן דאלערדיגע קאמפעני דארפן זיך נישט אראפלאזן צו די עלטערנס אייגן אנגעמאכטע פראבלעמן. בקיצור דער יוד פליעט נאך אין דער הייעך. ענדשוי יאר פלייט
מוצ"ש אקטאבער 25, 2014 9:37 pm#230463
יא די ארטיקל איז הערליך שיין באשריבן אן נגיעות און אייגן - זייטיגקייטן.
ספעציעל האב איך הנאה געהאט פון די פתגמין וואס דער לאבין קומט אלס אויף, א שטייגר ווי:

"און וועט ענדגילטיג מאכן חלילה א בארבעקיו פון זיין נשמה".

"מען ווארפט זיך מיט זיי ווי מיט אן אתרוג נאך סוכות"

"דאן איז לא שבקת ישיבה לכל בריה!"

"און בכלל דארף מען וויסן אז שניהם שעשוהו איז פטור, אבער עשרה שישבו על ספסל אחד ושברוהו, זענען אלע א חלק פונעם נזק"
וכו' וכו'
מוצ"ש אקטאבער 25, 2014 10:25 pm#230484
איך פארשטיי נישט, וואס פלאנט דער מאמענט צו באשרייבן נעקסטע חודש, זעקס חדשים ארום, א יאר ארום,
זיי באשרייבן אלע ערנסטע 'האט באטן אישוס' און קריזיסן (פרנסה, דירות, ישיבות, וכו') און אלס אין 'אויספירליכע' באריכטן מיט 'ברייטע אפהאנדלונגען', נייעס האבן זיי כמעט נישט, סאו וואס וועט בלייבן אויף אן אנדערס מאל?
מוצ"ש אקטאבער 25, 2014 10:34 pm#230489
זעה די ספאנישע חלק פון דיין חתימה.
מוצ"ש אקטאבער 25, 2014 10:39 pm#230490
זיי נישט געזארגט... אין 6 חדשים הייבט מען פריש אן.. גארנישט ווערט נישט אזוי קער גענומען מיט אפאר קנאקעדיגע ארטיקלן אין מאמענט.... די פראבלעמען ווערן נאר טיפער און טיפער יעדע חודש
מוצ"ש אקטאבער 25, 2014 10:59 pm#230499
ישראל קאפקע האט געשריבן:איך פארשטיי נישט, וואס פלאנט דער מאמענט צו באשרייבן נעקסטע חודש, זעקס חדשים ארום, א יאר ארום,
זיי באשרייבן אלע ערנסטע 'האט באטן אישוס' און קריזיסן (פרנסה, דירות, ישיבות, וכו') און אלס אין 'אויספירליכע' באריכטן מיט 'ברייטע אפהאנדלונגען', נייעס האבן זיי כמעט נישט, סאו וואס וועט בלייבן אויף אן אנדערס מאל?

ס'איז דא גענוג "אישוס" וואס אויפצוברענגען. וואס מ'קען און מ'דארף אלץ מתקן זיין.
אויב זיי וועלן ברענגען אלע זייערע רעפארטס אויף אזא קאמפריהענסיוון און דורכדריגליכן אופן ווי זיי האבן געברענגט די אישו פון דירות קריזיס, דאמאלס וועלן זיי שטארק מצליח זיין...!
פרייטאג אקטאבער 31, 2014 4:15 pm#231987
צוויי אינטערעסאנטע אנמערקונגען פונעם מאמענט די וואך. אינעם הויפט ארטיקל איבער עבאלע האט מאמענט א שמועס מיט איינעם "ד"ר בערגער, אן אסיסטענט פראפעסאר אין דזשאן האפקינס". דער נאמען האט מיר אויסגעזען קענטליך, און נאך א מינוט האב איך זיך געכאפט אז דאס איז נישט קיין צווייטער ווי ד"ר ATUB @שלום בערגער ATUB ! פארוואס דער מאגאזין האט נישט געשריבן זיין ערשטער נאמען ווייס איך נישט, נאך אלעמען איז ער דאך שוין גע'כשר'ט געווארן דורך מעלות.

מיין צווייטע אבזערוואציע איז אז אין די יש אומרים קאלום ברענגן זיי נאך א ציטאט פונעם קאמפעטישאן, אידישער טריביון.



בילד
פרייטאג אקטאבער 31, 2014 5:10 pm#231997
יידל
סיז ווערט 5 דאללער?
פרייטאג אקטאבער 31, 2014 5:23 pm#232001
'ווערט' זיכער נישט. אפשר 'ווערד'... איך ווייס נישט, איך קויף עס נישט
מוצ"ש נאוועמבער 01, 2014 6:58 pm#232004
איין ווארט: פראפעסיאנאל!
מוצ"ש נאוועמבער 01, 2014 9:26 pm#232026
סווערט בעסער און בעסער. זייער שיין ארויסגעברענגט די אנדערע זייט פון די מטבע אז אין אמתן ווארפן זיך די טאטעס מיט ישיבות פונקט אזוי ווי ישיבות ווארפן זיך מיט טאטעס, און אז קיין שום ישיבה וואס האט אריינגענומען "יעדען" בחור האט נאך נישט מצליח געווען. קיפ איט אפ די טאפיק אליינס קען נאך גיין א דריי חדשים. רעד פון מוסדות פון סקולס סדא אסאך סודות אויפצודעקען פון ביידע צדדים
מוצ"ש נאוועמבער 01, 2014 10:06 pm#232038
געקויפט די וואך.
נאר געליינט ממש א משהו, און ס'איז באמת געווען אינפארמאטיוו.
כ'מיין אז ארטיקלן וועגן ביזנעס רעדט צום עולם, דאס איז דער ערשטער קאלעם אין "עמי" וואס כ'מוש אויף.

(ס'האט מיר געקאסט א שמייכל ווי די שרייבער(ין) פון די באלעבאסטע רופט זיך מיט א ניק ח. צירלזאהן.. as if ס'מער מיידלאיש... )
מוצ"ש נאוועמבער 01, 2014 10:09 pm#232039
ATUB @קאווע טרינקער ATUB דו רעדסט פון 'עמי' אדער 'מאמענט'?
מוצ"ש נאוועמבער 01, 2014 10:10 pm#232040
מסכים, עס ווערט בעסער און שענער. בלי ספק ווערד די פאר דאלער. די ישיבות ארטיקל עפנט אויף אביסל הונטער די קוליסן פון די אנדערע זייט. די ביזנעס ארטיקלען זענען אויך פיינע נייעס. כה לחי!
מוצ"ש נאוועמבער 01, 2014 10:21 pm#232041
ריכטיג @שמעקעדיג @קאווע טרינקער @שם טוב @פישעלע

איך האב עס אויך באמערקט, ער איז געווארן מער פראפעסיאנאל, און ער רעדט צום זאך, עס איז פשוט אנגענעם צו ליינען,
די חידוש איז אז אידישע וועכנטליכע מאגאזינען ווערן 'פון נאטור אויס' שוואכער פון וואך צו וואך, אנדערש איז מיט דער מאמענט, קיעפ איט אפ!

#אנגענעמע איבעראשונג
מוצ"ש נאוועמבער 01, 2014 10:22 pm#232042
קאווע טרינקער האט געשריבן:(ס'האט מיר געקאסט א שמייכל ווי די שרייבער(ין) פון די באלעבאסטע רופט זיך מיט א ניק ח. צירלזאהן.. as if ס'מער מיידלאיש... )


צירלזאהן איז א לעצטער נאמען. מיט וואס איז עס מיידליש?
מוצ"ש נאוועמבער 01, 2014 10:24 pm#232044
פלאוויוס האט געשריבן:@קאווע טרינקער דו רעדסט פון 'עמי' אדער 'מאמענט'?

ביידע.
כ'האב זיך נישט גענוג קלאר גע'מסביר'ט.

איך ליין די עמי, און די ביזנעס ארטיקלן (lunch break און פון מאריס) זענען די ערשטע וואס איך ליין.
דאס זעלבע אינעם מאמענט, איך טרעף די ביזנעס ארטיקלן אינטערסאנט.
מוצ"ש נאוועמבער 01, 2014 10:26 pm#232045
פלאוויוס האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:(ס'האט מיר געקאסט א שמייכל ווי די שרייבער(ין) פון די באלעבאסטע רופט זיך מיט א ניק ח. צירלזאהן.. as if ס'מער מיידלאיש... )


צירלזאהן איז א לעצטער נאמען. מיט וואס איז עס מיידליש?


ס'איז טאקע נישט!
מוצ"ש נאוועמבער 01, 2014 10:31 pm#232048
קאווע טרינקער האט געשריבן:
פלאוויוס האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:(ס'האט מיר געקאסט א שמייכל ווי די שרייבער(ין) פון די באלעבאסטע רופט זיך מיט א ניק ח. צירלזאהן.. as if ס'מער מיידלאיש... )


צירלזאהן איז א לעצטער נאמען. מיט וואס איז עס מיידליש?


ס'איז טאקע נישט!

צירל מענדלאוויטש / מענדל צירלזאהן

כאפסט?
מוצ"ש נאוועמבער 01, 2014 10:33 pm#232050
בכל אופן גם אני מצטרף אל השבחים. איך האב עס געקויפט די וואך און ס'איז כדאי געווען. באזונדערס איז מיר געפאלן ווי זיי האבן געטראפן וויאזוי אנצושליסן דעם עבאלע ווירוס אין אידישער געשיכטע. ס'איז שיין געווען צו ליינען.
מוצ"ש נאוועמבער 01, 2014 10:39 pm#232053
מאמענט איז געווארן עפעס וואס מען ליינט נישט אויס אין איין מאמענט. עס קען ליגן משבת זה עד שבת הבאה עלינו לטובה און כל זמן שממשמש בה מוצא בה דברים מועילים.
פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 10:12 am#233474
כ'האב הנאה געהאט פונעם אינטערוויו מיט יאסי גרין די וואך. פנחס גלויבער מאכט אן אריגינעלע ערשט-קלאסיגע ארבעט.
מוצ"ש נאוועמבער 08, 2014 7:49 pm#233557
יידל האט געשריבן:כ'האב הנאה געהאט פונעם אינטערוויו מיט יאסי גרין די וואך. פנחס גלויבער מאכט אן אריגינעלע ערשט-קלאסיגע ארבעט.

אבער זיין שפראך איז מיר געקראכן, סהאט מיר אויס געקוקט ווי איינער וואס פראבירט נא צו מאכען עפעס איינעם אדער א געוויסע גאנג און עס געלונגט אים נישט, עכ"פ סהאט מיר נערווירט אז עס וואלט געקענט זיין א באלערנדער ארטיקל ובא פנחס וקישקש...
מאנטאג מאי 02, 2016 3:24 pm#331343
בין איך דער איינציגסטער דא וועלכער האט זיך פאסמאקעוועט מיטן מאמענט דעם יו"ט?
יעדע ארטיקל איז כדאי לעצמו, שיינע ווערטפולע באלערנדע ציענדע ארטיקלען.
כה לחי, כה יתן וכה יוסיף!
מאנטאג מאי 02, 2016 3:38 pm#331348
און דער קומענדיגער אויסגאבע, איז אויך נישט אוועקצומאכן.

.
מאנטאג מאי 02, 2016 4:02 pm#331350
Re: וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"
שמעקעדיג האט געשריבן:און דער קומענדיגער אויסגאבע, איז אויך נישט אוועקצומאכן.

.
וועלכע ארטיקול?
מאנטאג מאי 02, 2016 4:09 pm#331353
Re: וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"
שמעקעדיג האט געשריבן:בין איך דער איינציגסטער דא וועלכער האט זיך פאסמאקעוועט מיטן מאמענט דעם יו"ט?
יעדע ארטיקל איז כדאי לעצמו, שיינע ווערטפולע באלערנדע ציענדע ארטיקלען.
כה לחי, כה יתן וכה יוסיף!

איך האב עס נישט געקויפט אבער איך האב עס דוירך געליינט גארנישט ספעציעל
דער אינטערוויו מיט שאול קליין קוקט אויס גוט און מיט גיל לאקס נישקשה הגם עס קוקט אויס ווי סתם אויסצוגען פון זיין בוך נישט קיין פערזענליכע אינטערוויו
מאנטאג מאי 02, 2016 4:37 pm#331358
וואס למשל וואלט דיר יא אינטרעסירט?
ווען 'מאמענט' שטאב קומט זיך שואל עצה זיין מיט דיר וואס אריינצולייגן, וואס וואלסטו למשל אריינגעשטעלט?
מאנטאג מאי 02, 2016 4:38 pm#331359
מאמענט פסח איז געווען מעכטיג. שטארק הנאה געהאט.
מאנטאג מאי 02, 2016 5:39 pm#331367
mevakesh האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:בין איך דער איינציגסטער דא וועלכער האט זיך פאסמאקעוועט מיטן מאמענט דעם יו"ט?
יעדע ארטיקל איז כדאי לעצמו, שיינע ווערטפולע באלערנדע ציענדע ארטיקלען.
כה לחי, כה יתן וכה יוסיף!

איך האב עס נישט געקויפט אבער איך האב עס דוירך געליינט גארנישט ספעציעל
דער אינטערוויו מיט שאול קליין קוקט אויס גוט און מיט גיל לאקס נישקשה הגם עס קוקט אויס ווי סתם אויסצוגען פון זיין בוך נישט קיין פערזענליכע אינטערוויו



אלה ואלה דברי .........
די מאמענט איז זייער א שוואכע אויסגאבע בכלליות און יעצט יו"ט זענען זיי יא געווען בחסד מאכט מען א גרויסע מצב לאמיר זעהן אז די פסח'דיגע אויסגאבע זאל ווערן א התחלה און זיי זאלן ווערן בעסער/נארמאלער/בא'טעם'ער/געשמאקער.
מאנטאג מאי 02, 2016 5:45 pm#331371
זייער א פיינע אויסגאבע
איך האב א פאר איידיעס פארן מאמענט פארן קימענדיגן יום טוב זאל איך עס דא אויספראקן?
דינסטאג מאי 17, 2016 11:29 am#333339
פרשת אמור

.
מיטוואך מאי 18, 2016 3:00 pm#333599
פונקט זינגערס אין ספירה? זעהט אויס יעצט האבן זיין צייט.

איז בערקא מער נישט מיט זיי?
מיטוואך מאי 25, 2016 2:43 pm#334556
קומט עפעס אן אויפרייס די וואך סעלעברעטן די 100 אויסגאבע
מיטוואך מאי 25, 2016 5:19 pm#334577
גאנץ שוואך אויפן ערשטן בליק
מיטוואך מאי 25, 2016 5:24 pm#334578
Re: וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"
ריבונא דעלמא כולא!!!

דאס איז גילוי אויפן ארגסטן פארנעם!
מיט בילדער נאך אויך!
מיטוואך מאי 25, 2016 6:28 pm#334582
שטארקע דעקל!!!!
מיטוואך מאי 25, 2016 7:11 pm#334587
נישט ממש גילוי, וועלכע פון די צעהן איך בין בלייבט נאך אלץ א ספק.
מיטוואך מאי 25, 2016 7:43 pm#334597
Re: וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"
דו ביסט דאס דער צענטער פון וועמען עס איז נישטא קיין בילד?

Sent from my SM-G903F using Tapatalk
מיטוואך מאי 25, 2016 9:08 pm#334621
איך דערקען ATUB @רויטע וואנצעס ATUB .
מיטוואך מאי 25, 2016 9:10 pm#334623
איך דערקען שמעלקא טויב
מיטוואך מאי 25, 2016 10:22 pm#334629
אגב די ווארט ''קאַנאָנעֶן'' האט אריינגעברענגט די ''קאַנאָן'' אין חסד ארג.-בוני עולם, ארדוועטייזינג אז עס וועלן זינגען ''קאַנאָנעֶן'' פון עולם הנגינה...
מיטוואך מאי 25, 2016 11:38 pm#334634
עטרת תפארת ישראל אויף א בשר וכסף?? וועלכע כלל ישראל מיינט מען דא?
דאנערשטאג מאי 26, 2016 12:08 am#334636
זיי זאגן 10 שרייבער אבער איך זעה נאר 9 בילדער. איז דער צענטער א פרוי מיט א מאן פען נאמען?
דאנערשטאג מאי 26, 2016 2:19 am#334652
Re: וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"
פועל'ט ישועות ביים טלית לייגן...
דאנערשטאג מאי 26, 2016 2:21 am#334653
I see the price is $6
דאנערשטאג מאי 26, 2016 1:29 pm#334711
געטראפן דאס געהיימעניס.
אויסגערעכנט צען נעמען - בלויז ניין בילדער.

ווער פון די אויסגערעכנטע צען נעמען, איז נישט פאראן א בילד פון אים?
זונטאג מאי 29, 2016 1:05 am#334965
האב איך געליינט שבת נאכמיטאג די אלע אינטערוויוס מיט די טאלאנטפולע שרייבער, און רוב דעקלערן זיך אלטס תלמידים פון סענדר דייטש, איך האב אזוי געלאכט.. דאס זענען אונזערע קאנאנען??