פארומס › קאווע שטיבל • וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"

קאווע שטיבל • וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"

1,052 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6218
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
פרייטאג מאי 01, 2020 2:07 am#447348
עמעזאן: איך ווייס נישט וואס דו ווילסט פון ראונ'ס דיין און זיינע יסורי הנפש. בגן עדן תהא מנוחתו. (פונ'ם דיין, ז"ל.) אבער ווען דו ליינסט די ארטיקלען פון חשבון הנפש אדער די באזוכן אין פארשידענע קהילות איבער שבתים פון ר' אליהו יואל גליק הי"ו, מיינסטו אז דו שוועבסט אין די עולמות. און דו ביסט אט דארט וואו ער איז. און די קהילות פון די פארשידענע שטעט באקומען א חיות און א לעבעדיגקייט ווי גלייך דו אליינס וואלסט דארט געווען...!

דאס איז איינס פון די סימנים פון א גוטן שרייבער. ער שילדערט א מצב אויף א מענטשליכן לעול. אז דו מיינסט אז דו ביסט דארט אין די סצענעס וואס ער באשרייבט.

איך האב שוין געליינט א שפאר ביסל ביכער. סיי אין אידיש. ענגליש און עברית.דער צד השוה פון די אלע איז אז ס'איז זייער ציענד. און ס'מישט זיך איין בלאט נאכ'ן צווייטן מיט א געשמאק. דאס זענען די מאמרים פון א.י.ג....!
מאנטאג יוני 22, 2020 6:28 pm#452547
ר' ניסים
מאנטאג יוני 22, 2020 9:18 pm#452584
חת"ם סופר: ווען די אנדערע מאגאזינען זענען ביזי מיט נארישקייטן האט מאמענט די בעסטע און אקטועלע אינטערוויוס און רעפארטס...!
דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 10:38 am#461664
@אנאנים

זייער טיפיש פאר א טראמפ שטיצער, טראמפ אליין ביים דיבעיט האט געזאגט וועגן די וירוס: I take full responsibility

ובאותו רגע צוגעלייגט:
It’s not my fault that it came here, it’s China’s fault

<a class="postlink" href="https://www.rawstory.com/2020/10/trump-on-i-take-full-responsibility-its-not-my-fault/">https://www.rawstory.com/2020/10/trump- ... -my-fault/</a>

😂
מיטוואך יאנואר 13, 2021 8:49 pm#465581
[ציטאט אראפגענומען]

זיי האבן דיר געפאלגט!!!
דאנערשטאג יאנואר 14, 2021 4:30 pm#465601
איינמאל ביידן ווערט פרעזידענט גייט שוין נישט זיין קיין נייעס וואס גייען זיי שוין שרייבן אינעם נייעס ביילאגע ? איך האף נישט קיין רעבישע נייעס
דאנערשטאג יאנואר 14, 2021 6:02 pm#465607
📎 מאמענט+פלאס וארא תשפ״א.jpeg
דאנערשטאג מערץ 25, 2021 6:00 pm#468994
לעצטענס האבן זיי געשריבן איבער די סיפור הידוע מיט ארסאן וועלס.

כ'פארשטיי אז זיי קענען נישט מאריך זיין בשבחו, אבער למען ידע דור אחרון, דארף מען זאגן אז וועלס איז מן הסתם געווען דער געלונגענסטער פערזאן פונעם פארגאנגענעם יאר-הונדערט.

דא דערציילט ער אן אינטערעסאנטער עפיזאד, ווען ער האט זיך געטראפן מיט טשורטשיל אוןן היטלער.

--------

אויפן פסח דעקל זע איך אז זיי באשרייבן וואשינגטאנ'ס שפיאנאזש רינג.

ס'איז דא אויף דעם א געוואלדיגער טי ווי סעריע, Turn: Washington's Spies.
זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:46 pm#479746
@ונבנתה העיר
פיינע ארטיקל געווען!
זונטאג אוגוסט 29, 2021 8:43 am#480616
someone with a few pdf from the moment
דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 12:29 am#490168
שוין לאנג נישט געקויפט מאמענט, יעצט געקויפט נישט צו גלייבן וואס זיי האבן געמאכט מיט'ן מאגאזין
זונטאג פעברואר 6, 2022 7:32 pm#494281
ר’ יצחק עקשטיין - ביזנעס
אין דער מאמענט אויסגאבע האט ר’ יצחק עקשטיין א ביזנעס קאלום ווי ער שמועסט אויס ביזנעס מעגליכקייטען פון יעדע סארט ביזנעס, דהיינו די מעלות און חסרונות פון עפענען א ביזנעס, יעדע מין ביזנעס מיט זיינע שטארקייטען און שוואכקייטען. און ווי אויך רעכנט ער צאם אויף פעדער און פאפיר די אויסגאבען וואס איז פארהאן כדי צו קענען עפענען דעם געשעפט די הוצאות און לעומת זה די בענעפיטן, ישר כוחו וחילו.

אבער אינטערסאנט, אז ער האט קיינמאל נישט אריינגערעכענט די הוצאה פון "לא יחרץ" וויפיל ס’קאסט אונטערצושמירן דעם רב / רבי איידער’ן עפענען די טויערן פונעם בית מסחר, און נאכדערצו אויב ס’איז א ביזנעס וואס די ארבעטסלאזע קנאים קענען האבן א בייזען אויג דערויף וד"ל. און אויכעט די מזוזה לייגעריי וואס מען דארף אריינלייגען ירקות אינעם רב’ס קעשענע כדי ער זאל איבערלאזן זיינע הייליגע ברכות צו בענטשן דעם ברכת העסק.... און דערנאך פובליצירן די בילדער אין אלע אויסגאבעס.
מאנטאג פעברואר 7, 2022 7:46 am#494325
ער האט אויך נישט אריינגערעכנט די הוצאה פון אשר יצר פאפיר.
מאנטאג פעברואר 7, 2022 7:48 am#494326
ער האט גראדע דערמאנט אז מען דארף זיך פארשטענדיגן מיטן וועד הצניעות פון קרית יואל ביים שרייבן איבערן רעסטוראנט.

כהאלט פערצופאל אז דער קאלום האט ווייט נישט מיט ביזנעס צוטון, אין מיינע אויגן איז עס א געשמאקע לופטיגע קאלום, ביזנעס זאל מען זיך לערנען אויף די אייגענע בארד.
מאנטאג פעברואר 7, 2022 11:42 am#494341
בן ישי
ער האט אויך נישט אריינגערעכנט די הוצאה פון אשר יצר פאפיר.

דאס געבן שוין די רעבעס וואס קומען נעמען געלט...
מאנטאג אפריל 25, 2022 9:29 pm#498579
כוואליעס קאלום אין מאמענט פון ברוך וויינשטאק איז גאר פיין. מיט גוטע נקודות למחשבה
זונטאג מאי 1, 2022 2:01 am#498879
דער מאמענט פון די פארגאנגענע וואך (פ' אחרי) ברענגט א בילד ווי א גרויסער אדמו"ר פון אייראפע האט אום חוה"מ געמאכט א פארזאמלונג פון בחורים און גערעדט צו זיי אז זיי זאללן נישט נאכגיין די מאדעס און ווינט פון די גאס. בפרט די טמא'נע כלים ווי סמארטפאונס וכדומה. און דער (העיליגער) אדמו"ר אליין גייט נאך די ווינטן (און מאדעס) פון די גאס. ער האט א הויעכן, 4 שטאקיג שטריימל (או.קעי. נאר 3 1/2 שטאק). ילמדנו רבינו?
זונטאג מאי 1, 2022 12:07 pm#498899
berlbalaguleh
דער מאמענט פון די פארגאנגענע וואך (פ' אחרי) ברענגט א בילד ווי א גרויסער אדמו"ר פון אייראפע האט אום חוה"מ געמאכט א פארזאמלונג פון בחורים און גערעדט צו זיי אז זיי זאללן נישט נאכגיין די מאדעס און ווינט פון די גאס. בפרט די טמא'נע כלים ווי סמארטפאונס וכדומה. און דער (העיליגער) אדמו"ר אליין גייט נאך די ווינטן (און מאדעס) פון די גאס. ער האט א הויעכן, 4 שטאקיג שטריימל (או.קעי. נאר 3 1/2 שטאק). ילמדנו רבינו?
What's your point?
טאמער טראגט ער א הויכע שטריימל זאלן די בחורים האבן סמארפאונס?
זונטאג מאי 1, 2022 1:43 pm#498908
ניין: אבער ניץ נישט דעם לשון ..."נאכגיין די ווינט פון די גאס"... ווען דו אליינס טוסט דאס זעלבע...! ער וואלט געקענט זאגן אז סמארטפאונס פאר בחורים איז סם המוות. און ס'וואלט געווען אין ארדענונג. פארוואס ניצן ברייטע לשונות ווען ער אליינס האלט נישט דערביי...!
זונטאג אקטאבער 30, 2022 1:53 am#510883
לשבחו פון די אויסגאבע פון די פארגאנגענע וואך (פ' נח תשפ"ג). דער אינטערוויו מיט ר' יצחק שלמה בראדי הי"ו איז ממש הארצרייסנד. פאר דעם אליינס האט זיך שוין געלוינט צו ליינען דעם מאמענט...!
זונטאג יולי 9, 2023 4:54 am#531018
פנחס גלויבער האט געלייגט א לינק אויב איר ווילט זיך אויפשרייבן אויף זיין ברעקעלעך ליסטע.
bit.ly/brekelech
זונטאג יולי 9, 2023 6:36 am#531019
ביטע לייג א לינק וואס איז קליקעבל.
א דאנק אייך.
זונטאג יולי 9, 2023 3:49 pm#531052
טעינקיו @הערשער
דאנערשטאג יולי 13, 2023 3:49 am#531382
בן ישי
פנחס גלויבער האט געלייגט א לינק אויב איר ווילט זיך אויפשרייבן אויף זיין ברעקעלעך ליסטע.
bit.ly/brekelech
📎 Screenshot_20230713_034649.jpg
מוצ"ש אוגוסט 26, 2023 10:45 pm#534384
מאמענט אנטשולדיגט זיך פאר חברים

גייט צו דעם אשכול
זונטאג אוגוסט 27, 2023 11:45 am#534444
מאמענט האט בטעות געלייגט א פרוי.. נו ר"ל
זונטאג אוגוסט 27, 2023 12:51 pm#534447
יאפ, אויך באמערקט...

כאטשיג ווייס מיר אז ער האט א גוטע שלום בית מיט זיין ווייב. ער גייט שפאצירן..
זונטאג אוגוסט 27, 2023 1:13 pm#534449
איך האב מורא אז וועגן דעם איז מאמענט אשכול אין אייוועלט פארשפארט ווייל זיי האבן מורא פון די heat פון דעי צוויי זאכן די פרוי און די חברים מחאה...
מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 9:43 pm#536208
שטארק📎 20230918.jpg
מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 9:46 pm#536209
קלארער📎 20230918_.jpg
דינסטאג יאנואר 16, 2024 5:56 pm#544907
מילתא דמיתאמרא דבי מדרשא אויף א טונא-בייגל פון לייקוואד וואס האט געדארפט זאגן א שיעור כללי, און ער האט נאכגעזאגט א שטיקל "רעב חיים" מלא וגדוש מיט טעותים. נאכן שיעור איז אן אנדערען טונא-בייגל צוגעקומען צו איהם אז ס'איז נישט קיין דרך ארץ צו לאזן רבי חיים מיט אן ארויסגעשטעקטן צינג. און ער האט מסביר געווען אז עס שטייט אז ווען מען זאגט נאך א ד"ת פון א פריערדיגן צדיק זענען שפתותיו דובבות בקבר, "ווען דו האסט אנגעהויבן נאכזאגן פון רבי חיים האט ער אנגעהויבן שאקלן די ליפן, אבער גאר שנעל האט רבי חיים איינגעזעהן אז דו זאגסט אייגענס. איז ער געבליבן מיט די צינג אינדרויסן..."

באמת האב איך אינזין געהאט צו שרייבן א לענגערע אבזערוואציע אויף די נושא, אבער עס איז נישט אויסגעקומען און איך וויל אריינכאפן בעפאר די מארגענדיגע פובליקאציע.

ס'דא א באקאנטע פראזע אין די פאליטישע וועלט, מימות ביל - עפשטיין-אינזעל-באזוכער - קלינטאן: It's the economy, stupid

איבערטייטשענדיג די פראזע אין אידיש, איז עס בבחינת "דו טיפש, ס'איז די עקאנאמיע". (די ווארט "סטופיד" איז סיי אן עדזשעקטיוו - טיפשות, און סיי (אומאפיציעל) א נאון - טיפש).

למעשה האב איך געזעהן די וואך אינעם מאמענט+ אז דאס ווארט טיפוש איז נישט א פאסיגע ווארט צו שטיין אין אזא פרעסטידזשפולע פובליקאציע ווי די מאמענט, איז די שרייבער געגאנגען און אפדעיטעד די פראזע צו "ס'איז די עקאנאמיע, פשוט".

עס איז נישט איבערגעטייטש ריכטיג די פראזע. קען מיר איינער מסביר זיין די פראבלעם פון די ווארט סטופיד?

(די מחבר דערפון לעבט נאך, איז נישט שייך די צינג אינדרויסן...)
דינסטאג יאנואר 16, 2024 6:31 pm#544910
יא עס האט מיר אויך געגרילצט פארוואס ער שרייבט עס נישט איבער ככתבו וכלשונו.
דינסטאג יאנואר 16, 2024 6:40 pm#544912
שמעקעדיג #
יא עס האט מיר אויך געגרילצט פארוואס ער שרייבט עס נישט איבער ככתבו וכלשונו.
ביים עס ליינען אום שבת האב איך געקלערט אז אפשר געדענק איך נישט די פראזע ריכטיג און ס'גייט: It's the economy, bitch ממילא קען מען פארשטיין.

מוצאי שבת, ניתי גוגל ונחזי. האב איך יא גוט געדענקט.
דינסטאג יאנואר 16, 2024 8:42 pm#544921
טיפש און פשוט איז די זעלבע אותיות..
דינסטאג יאנואר 16, 2024 9:23 pm#544923
.
מיטוואך יאנואר 17, 2024 3:18 am#544938
אבער ביל קלינטאן האט אסאך געהאט ארויסגעשטעקט די צונג פאר אנאנדערע סיבה..
מיטוואך יאנואר 17, 2024 3:24 am#544940
@אינגערמאנטשיקל האסט סתם אפגבוטשערט א גוט ווארט פון רבי מאיר שפירא לובלונער רב.
מיטוואך יאנואר 17, 2024 9:58 am#544960
איך אויך #
@אינגערמאנטשיקל האסט סתם אפגבוטשערט א גוט ווארט פון רבי מאיר שפירא לובלונער רב.
גארנישט געמיינט...

אדרבה, מאך דו א שפתותיו דובבות און זאג די ריכטיגע ווערסיע.
מיטוואך יאנואר 17, 2024 11:02 am#544972
אינגערמאנטשיקל #
ס'דא א באקאנטע פראזע אין די פאליטישע וועלט, מימות ביל - עפשטיין-אינזעל-באזוכער - קלינטאן: It's the economy, stupid

איבערטייטשענדיג די פראזע אין אידיש, איז עס בבחינת "דו טיפש, ס'איז די עקאנאמיע". (די ווארט "סטופיד" איז סיי אן עדזשעקטיוו - טיפשות, און סיי (אומאפיציעל) א נאון - טיפש).

למעשה האב איך געזעהן די וואך אינעם מאמענט+ אז דאס ווארט טיפש איז נישט א פאסיגע ווארט צו שטיין אין אזא פרעסטידזשפולע פובליקאציע ווי די מאמענט, איז די שרייבער געגאנגען און אפדעיטעד די פראזע צו "ס'איז די עקאנאמיע, פשוט".

עס איז נישט איבערגעטייטש ריכטיג די פראזע. קען מיר איינער מסביר זיין די פראבלעם פון די ווארט סטופיד?

(די מחבר דערפון לעבט נאך, איז נישט שייך די צינג אינדרויסן...)

יונגערמאנטשיקל: איכ'ל דיר מסביר זיין פארוואס דער מאמאנעט האט עס נישט איבערגעשריבן ככתבו וכלשונו.

ס'איז בבחינת פון די מעשה וואס איז זיך פארלאפן אין דערהעים.

א אינגל איז אמאל געקומען צו זיין און פארציילט אז זיין חבר איז א שייגעץ און א מחוצף. ער האט געזאגט אז די רבי איז אן עם הארץ און ער ווייסט נישט וואס ער רעדט. און נאך ענליכע אזעלכע זאכן. האט איהם די רבי געענטפערט... איך ווייס נישט וואס דיין חבר האט געזאגט. נאר דערווייל זעה איך אז דו ביסט דער שייגעץ און מחוצף. ווייל דו זאגסט עס ...!

דער נמשל איז, אז דער מאמענט האט נישט געוואלט נאכזאגן נישט איידעלע ווערטער אפילו ער זאגט עס בשם אומרו...!
דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 12:01 am#545048
טאמבל סאס #
אבער ביל קלינטאן האט אסאך געהאט ארויסגעשטעקט די צונג פאר אנאנדערע סיבה..
ביסט זיכער אז די צונג?
זונטאג מערץ 24, 2024 2:04 am#555834
מנחם גאלד דעמאנט דער וועקער דעי וואך
זונטאג מערץ 24, 2024 6:34 pm#555852
צקון לחש #
טאמבל סאס #
אבער ביל קלינטאן האט אסאך געהאט ארויסגעשטעקט די צונג פאר אנאנדערע סיבה..
ביסט זיכער אז די צונג?
מאחורי אלערט:
זונטאג מערץ 24, 2024 10:26 pm#555856
שפילער #
מנחם גאלד דעמאנט דער וועקער דעי וואך
קענסט ביטע ברענגען א בילד?
זונטאג מערץ 24, 2024 10:31 pm#555857
כרם זית #
שפילער #
מנחם גאלד דעמאנט דער וועקער דעי וואך
קענסט ביטע ברענגען א בילד?
איך בין נישט זעכער ער רעדט פון דער וועקער ער דערמאנט עפעס א ארטיקל פון ויהי אחר המגיפה אבער מסתם רעדט ער פון דער וועקער
זונטאג מערץ 24, 2024 10:55 pm#555858
וואס איז זיין פוינט וואס ער ברענגט ארויס?
מאנטאג מערץ 25, 2024 12:53 am#555861
ער ברענגט נישט גארנישט ארויס. ניטאמאל פראבירט ער עס אפצופרעגען. אויף אידיש זאגט מען ער מאלט וואסער.
זונטאג אפריל 21, 2024 4:17 pm#559818
מאמענט מעגא פסח.📎 מאָמענט טאפלטער מאגאזין א פסח תשפ״ד.jpeg
זונטאג אפריל 21, 2024 4:17 pm#559819
📎 מאָמענט טאפלטער מאגאזין ב פסח תשפ״ד.jpeg
זונטאג אפריל 21, 2024 4:18 pm#559820
📎 מאָמענט פלאס פסח תשפ״ד.jpeg