מיטוואך אוגוסט 19, 2015 11:39 pm#296883
Re: נארישע גאונ'ישע קשיות
געוואלדיגאלס מלמד וואלסטעך געדארפט וויסען , יעדער דארף קענען די וואך די גמרא קיין שום יוצא מן הכלל.יעדע כלל האט א יוצא מן הכלל,
וואס איז די יוצא מן הכלל פון די כלל?
געוואלדיגאלס מלמד וואלסטעך געדארפט וויסען , יעדער דארף קענען די וואך די גמרא קיין שום יוצא מן הכלל.יעדע כלל האט א יוצא מן הכלל,
וואס איז די יוצא מן הכלל פון די כלל?
זעמיל מילכיגערצו וואס עסן און דערנאך אויסמאכן?? קענסט דאך לכתחילה אריינגיסן דעם טשולענט אינעם ברייטהארציגן בית הכבוד????
שמעקעדיגזעמיל מילכיגערצו וואס עסן און דערנאך אויסמאכן?? קענסט דאך לכתחילה אריינגיסן דעם טשולענט אינעם ברייטהארציגן בית הכבוד????
דו האלטסט פון שעבודא דר' נתן... הא?
שמעון וואלףפארוואס זענען פארהאן אסאך מענטשן וואס דרייען ארויף די פיאות העכער די אויער? די וואס קרייזלען עס שבת אדער די וואס האבן א מסורה בכלל נישט צו שניידן פיאות קען איך פארשטיין אבער די וואס שניידן יא און האלטן עס אויפ'ן אויער אויך שבת, קענען דאך עס שניידן און איבערלאזן א צוויי-דריי אינטשעס ס'זאל זיך האלטן אויפ'ן אויער ותו לא.
דריידלא דייעט דארף לכאורה פארמינערן גראבקייט. דעמאלטס פארוואס זענען אלע וואס גייען אויף דייעט, גראב?
א דאקטאר דארף מאכן מענטשן געזינט. פארוואס זענען מענטשן וואס גייען צום דאקטאר עפי"ר קראנק?
שמעקעדיגבקרוב גייט ערשיינען די נייע עפאכע פון דרייווערלאזע קארס. מיין שאלה איז, וועלן פרויען זיין ערלויבט צו דרייוון די סארט קארס (מטעם המוסדות)? אויב דארף דער דרייווער גארנישט טאן כדי צו דרייוון דעם קאר, נאר זיצן אין פארנט, וואס איז א נפק"מ צי די פרוי זיצט אויף די רעכטע פאסאזשיר זייט צי די לינקע? מה לי הכא מה לי התם? אויב איז דער פראבלעם אז די פרוי פירט די קאר כרצונה, דאס איז דאך גענוי ווי יעצט, אז די פרוי טיילט באפעלן און דער מאן פאלגט ווי א שעפעלע. איז בפשטות איז משמע אז עס וועט זיין מותר. אדער נישט? וואס זענען די צדדים אויף נישט?
קאווע טרינקערוואסי פשט אז גאט האלט אין איין אראפשיקען מענטשן נאכאנאד, על אף וואס ס'נישט געלונגען זינט אדם הראשון אז דער מענטש זאל עפעס אויפטון דא?
רויטע וואנצעספארוואס דארף מען מכבד זיין אלטע לייט? איז ער א וואוילער דארף מען אים שוין מכבד זיין יונגערהייט, איז ער א שלעכטער, האט ער דאך מער שלעכטס אנגזאמעלט אלץ זקן?
HotCoffeeמורי ורבותי מיינט בעיסיקלי "Ladies and Gentlemen"
שמעקעדיגאיך הער אסאך מאל דרשות פון רבנים, כ'מיין גאר גרויסע כ"ק רבנים, רעדן צו זייער עולם, די פשוטי עם, וואס ווילן וויסן און מקבל זיין את הדרך אשר ילכון, בלא בלא.... און יעדע צוויי מינוט זאגט דער רבי צום עולם "מורי ורבותי", וואט דע העק? האט דען דער רבי געלערנט אפילו איין אות פון זיי? ווען זענען זיי געווארן זיינע רבי'ס און מורי'ס?
גר ותושבומתלמידי יותר מכולם קומט דאך אויס אז די תלמידים זענען גאר די רבי'ס