berlbalaguleh האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן:וואס איז די חילוק פון א שוי ביז א טיש?
זיי כאפן אליינס נישט ווי מ׳שלאגט כפרות מיט זיי. זיי פרייען זיך צובאצלן.
בקיצור די גאנצע חסידות איז אזויווי זיין א ספורטס-פען-גארנישט אנדערש!
1)מ׳בלאנגט צו עפעס א טיעם און מ׳פרייט זיך מיט זייערע געווינסן, מ׳טרויערט אויף זייערע פארלוסטן.
2)מ׳באצאלט געלט אריינצוקומען אין די סטאדיום צוקענען מיטהאלטן ״די שוי״. מקען קויפן בעסערע טיקעטס פאר מעהר געלט...
3)פונקט ווי די ספורטס שפילערס זענען ע״פ רוב מיליאנערן און רוב מיטהאלטערס זענען ארימלייט. די זעלבע ביי די רביסטיוועס.
4)פונקט ווי די ספורטס שפילערס געבן נישט קיין שי״ן פאר די פענס געבן די רבנים אויך נישט די מינדעסטע שי״ן פאר די חסידים.
5)פונקט ווי יעדע ספורטס טיעם איז ״א ביזנעס״ אזוי אויך ״רביסטיווע״.
מאי שנא?
ס׳ליגט גארנישט מעהר אינטער דעם. ליידער...
שבת אחים: איך וויל וויסן פארוואס דו זאגסטנישט די אלע זאכן ביי א וויזשניצער טיש. ניין. מיין קשיא איז פארקערט...פארוואס דו..פון אלע מענטשן, וועלכער טענה'ט אז ער האט אהבת ישראל, און ער געיט אין די דרכים פונ'ם סבא קדישא, דער אהבת ישראל, זאגט די אלע נעגאטיווע זאכן איבער א צווייט חסידות...!
מילא, די פארדארבענע יונגען, וועלכע האבן געטרונקען די מים הרעים. זיי זענען דאך שוין אין א בחינה תינוקות שנשבו. אבער, דו...?!.
כ׳פארשטיי נישט דיין קשיא?
איך האב נישט פיינט קיין איין חסידות איך האלט נאר אז זיי זענען קאראפטירט. און אט דאס באדערט מיך. ווען איך וואלט באמת פיינט געהאט אידן וואלט עס מיך בכלל נישט אנגעגאנגען. דאס איז סגייט מיך אזוי אין לעבן מיינט אז איך האב א געפיל צו אידן.
איך האלט פון אסאך רבי׳ס. און אסאך זענען ליידער פאלש. דאס איז די מציאות. אלזא דארף מען מאכן זיכער אז אונזערע קינדער זאלן וויסן די חילוק פון די אהבת ישראל, אמרי חיים, ר׳ יודלע זצ״ל, ר׳ אהרן בעלזער זצ״ל, ר׳ יואל מסאטמאר זצ״ל, קלויזנבורגער זצ״ל, ר׳ הערשלע ספינקער זצ״ל, פאפא זצ״ל, צעהלים זצ״ל, טאהש זצ״ל, סקלענער זצ״ל, ריבניצער זצ״ל, סקווירא זצ״ל, ר״ש מבאבוב וכו וואס זענען געוועהן ריינע מענשטען-ערליכע אידן וואס האבן אלעס געמיינט ״לשם שמים״ ביז צו די היינטיגע פארדארבענע קאראפטירטע רבנים וואס מיינען אלעס ״לשם ביזנעס״ און צובויען זייער ברענד וואס זיי האבן באקומען בירושה. און זיי קימערן זיך בכלל נישט מיט די אלגעמיינע ציבור׳ס געברויכן. דעטס אלל...
דעס וואס דו טענהסט אז איך רעדט נישט אויף וויזניץ איז פשוט נישט אמת.
איך רעדט פונקט אזוי אויף וויזניץ. קוק וואס כהאב געשריבן אין די אנדערע אשכולות אויף ר׳ מענדל פון גיבערס. ר׳ מענדל פון אר״י. ר׳ ישראל פון מאנסי. וועלכע פון די ווינזיצער רביים זענען פאלש און וואס מיינען נאר זיך טוה איך טאקע פארדאמען, נישט קיין חילוק וואס זייער לעצטע נאמען איז... איך האב אפילו געשריבן אלע חסרונות פון ר׳ מאטעלע איינער פון וועמען כ׳האלט גראדע יא. ווידער דער אהבת ישראל האט דאך נאר געהאט מעלות. איז שרייב איך טאקע אלע זיינע מעלות...