Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » סוס ורוכבו: די קארס פון אונזערע רבי'ס שליט"א

סוס ורוכבו: די קארס פון אונזערע רבי'ס שליט"א

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
124 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6334
מיטוואך אפריל 30, 2014 9:30 am#198136
סוס ורוכבו: די קארס פון אונזערע רבי'ס שליט"א
ווי באקאנט האבן חפיצים פון צדיקים א גרויסע קדושה. איז זיכער א גרויסע זאך זיך צו באקענען מיט די הייליגע קאר'ס פון אונזערע רבי'ס
מיטוואך אפריל 30, 2014 9:31 am#198137
.
מיטוואך אפריל 30, 2014 9:35 am#198139
קודם קול דער בעלזער אויב האט ער אזא קאר בין איך עהם שוין גארנישט אזוי מקנא,
דער חכם פון קרית יואל האט א שווארצען דערפון,
דער סקווירער'ס קאר איז קיל
מיטוואך אפריל 30, 2014 10:14 am#198147
די לייק האב איך געגעבן פאר'ן קעפל
מיטוואך אפריל 30, 2014 10:26 am#198154
ברעט מענינג האט געשריבן:דער חכם פון קרית יואל האט א שווארצען דערפון,
דער סקווירער'ס קאר איז קיל

דער חכם פון קרית יואל און דער סקווירער האבן די זעלבע קארס
מיטוואך אפריל 30, 2014 10:37 am#198155
קען זיין אז עס איז די זעלבע אבער אויפן פיקטשער איז עס נישט די זעלבע
מיטוואך אפריל 30, 2014 10:49 am#198166
מיטוואך אפריל 30, 2014 11:03 am#198168
סוס ורכב, איז מיר מדוקדק
מיטוואך אפריל 30, 2014 11:14 am#198172
איש לפי תחסו
מיטוואך אפריל 30, 2014 2:40 pm#198244
קאווע טרינקער האט געשריבן:סוס ורכב, איז מיר מדוקדק

פאר דער וואס האט זיך געשעמט און געפרעגט אין אישי:
סוס ורוכבו = א פערד, און דער וואס רייט "אויף" איר (דער רבי)
סוס ורכב = א פערד, און זיין קאר.
מיטוואך אפריל 30, 2014 2:58 pm#198250
פארוואס עפעס נאר די קאר'ס האבען די זכיי' צו ווערן באשריבען, די דירה איז עפעס א קלייניגקייט.

*
עס ווינדערט מיר אז די פרייע מאכען אזוי חוזק דערפון, זייערע גרויסע העלדן זענען זיך עפעס אנדערש נוהג?
צו וואס נאר אבאמא אויף וועמען מיר מאכען יעדן טאג א ברכה צו עפרישיעטן אז מיר זענען אנדערש, נאר ער איז בארעכטיגט דערצו.
מיטוואך אפריל 30, 2014 3:01 pm#198252
קאווע טרינקער האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:סוס ורכב, איז מיר מדוקדק

פאר דער וואס האט זיך געשעמט און געפרעגט אין אישי:
סוס ורוכבו = א פערד, און דער וואס רייט "אויף" איר (דער רבי)

דאס איז טאקע די ריכטיגע פשט. איך האב נישט חלילה געשריבן "סוס" אויף די רבי'ס. די קאר איז די סוס, און די רבי'ס זענען די רייטער'ס. (נישט אז איך האב נישט געקענט באשטיין אז מ'זאל זיך טועה זיין, ;) אבער דאס איז די ריכטיגע פשט )
מיטוואך אפריל 30, 2014 4:59 pm#198279
פליקער האט געשריבן:איש לפי תחסו

מיין רבי אין חדר פלעיגט צו טייטשן דעם פסוק "איש לפי אכלו, תכוסו". א יעדער האט אזא יישבן, לויט וויפיל ער עסט... ווען היינט זאל א רבי אין א כיתה אזוי טייטשן, איז ער ביז 5 מינוט ארויס פון די קלאס... און אויף נחום'ס בלאג מיט גרויסע קידוש לבנה אותיות... :? 8-) :lol: :roll: :lol: :roll: :lol: :roll: :o
מיטוואך אפריל 30, 2014 5:00 pm#198281
berlbalaguleh האט געשריבן:
פליקער האט געשריבן:איש לפי תחסו

מיין רבי אין חדר פלעיגט צו טייטשן דעם פסוק "איש לפי אכלו, תכוסו". א יעדער האט אזא יישבן, לויט וויפיל ער עסט... ווען היינט זאל א רבי אין א כיתה אזוי טייטשן, איז ער ביז 5 מינוט ארויס פון די קלאס... און אויף נחום'ס בלאג מיט גרויסע קידוש לבנה אותיות... :? 8-) :lol: :roll: :lol: :roll: :lol: :roll: :o

:? 8-) :lol: :roll: :lol: :roll: :lol: :roll: :o
מיטוואך אפריל 30, 2014 5:06 pm#198285
אין ק"י איז דע קאר שווארץ אין מער א פשוטע, נישט אזוי ווי דע בילד פון א show-room
מיטוואך אפריל 30, 2014 5:15 pm#198289
berlbalaguleh האט געשריבן:
פליקער האט געשריבן:איש לפי תחסו

מיין רבי אין חדר פלעיגט צו טייטשן דעם פסוק "איש לפי אכלו, תכוסו". א יעדער האט אזא יישבן, לויט וויפיל ער עסט... ווען היינט זאל א רבי אין א כיתה אזוי טייטשן, איז ער ביז 5 מינוט ארויס פון די קלאס... און אויף נחום'ס בלאג מיט גרויסע קידוש לבנה אותיות... :? 8-) :lol: :roll: :lol: :roll: :lol: :roll: :o



I still remember this Rebbe very well, he was the best!!!
מיטוואך אפריל 30, 2014 5:57 pm#198293
עטס זענטס געגאנגען אין איין קלאס?
מיטוואך אפריל 30, 2014 6:06 pm#198295
מ גפני האט געשריבן:עטס זענטס געגאנגען אין איין קלאס?

יא די זעסט נישט ווי מ'האט זיי אויסגעלערנט ביידע נאר צו שרייבען די נאמען אויף ענגליש
ובדרך צחות קען מען זאגן אז בעריל בעל עגלה איז שוין א בן שישים
:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :D :D ;) ;) ;) די סמייליס זענען פשוט יוצא צו זיין מנהג הבעל עגלות
מיטוואך אפריל 30, 2014 7:52 pm#198306
/
מיטוואך אפריל 30, 2014 8:33 pm#198319
tmp_IMG-20140430-WA0045294364252.jpg
tmp_IMG-20140430-WA0045294364252.jpg (69.78 KiB) געזען געווארן 4416 מאל
מיטוואך אפריל 30, 2014 8:57 pm#198322
די קלענסטע עוולה פון די אלע רעבעס וואסארא קאר זיי האבען. א מנהיג איז בארעכטיגט זיך צו פירען בגדלות ושררה. אזוי פירען זיך פאליטיקאנטען, און מנהיגים פון יעדער סארט.
פארשטייט זיך אז דער רוכב איז א סוס, און חוץ פון א שיינער זאטל פארקויפט ער גארנישט, דאס איז שוין א צווייטער פראבלעם.
מיטוואך אפריל 30, 2014 10:21 pm#198342
לעיקוואד האט געשריבן:די קלענסטע עוולה פון די אלע רעבעס וואסארא קאר זיי האבען. א מנהיג איז בארעכטיגט זיך צו פירען בגדלות ושררה. אזוי פירען זיך פאליטיקאנטען, און מנהיגים פון יעדער סארט.


אין פארגלייכן רבי'ס צו פאליטישאן'ס ביסטו אין א געוויסן זין גערעכט, א רבי מיט א שיינע קאר איז ווי עליאט ספיצער מיטן זונה.
מיטוואך אפריל 30, 2014 11:28 pm#198354
לעיקוואד האט געשריבן:די קלענסטע עוולה פון די אלע רעבעס וואסארא קאר זיי האבען. א מנהיג איז בארעכטיגט זיך צו פירען בגדלות ושררה. אזוי פירען זיך פאליטיקאנטען, און מנהיגים פון יעדער סארט.
פארשטייט זיך אז דער רוכב איז א סוס, און חוץ פון א שיינער זאטל פארקויפט ער גארנישט, דאס איז שוין א צווייטער פראבלעם.

זייט ווען זענן רביס "מנהיגים"? איך האב גמיינט אז צוליב דעם האבן די אריגינעלע חסידים לוחם גווען מיט די פארצייטישע רבנים... אבער חסידות האט גזיעגט... ריכטיג?
דאנערשטאג מאי 01, 2014 12:17 am#198363
מ גפני האט געשריבן:עטס זענטס געגאנגען אין איין קלאס?

יא!!! :lol: :lol: :lol: )דער סמיילי מיינט יעצט "יא". נישט "לאכט זייער שטארק. :? :D :o
דאנערשטאג מאי 01, 2014 12:21 am#198364
פלעין יודיש האט געשריבן:
מ גפני האט געשריבן:עטס זענטס געגאנגען אין איין קלאס?

יא די זעסט נישט ווי מ'האט זיי אויסגעלערנט ביידע נאר צו שרייבען די נאמען אויף ענגליש
ובדרך צחות קען מען זאגן אז בעריל בעל עגלה איז שוין א בן שישים
:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :D :D ;) ;) ;) די סמייליס זענען פשוט יוצא צו זיין מנהג הבעל עגלות

לויט ווי איך הער איז בערל בעל עגלה שוין א בן ששים, מיט א שמיץ אריבער,ב"ה. איז דאך שווער א קשיא פארוואס מאכט ער זיך אזוי נאריש.??? ווער ס'ווייסט א תירוץ זאל ביטע מודיע זיין... :? 8-) :lol: :roll: :?: :!: :oops: :o
דאנערשטאג מאי 01, 2014 6:59 am#198387
HotCoffee האט געשריבן:
tmp_IMG-20140430-WA0045294364252.jpg

שלום עליכם האט קאפי, האסט אנגעהויבן מיט די רעכטע פיס
האסט מיר געמאכט גיט לאכן, נישט אז ס'פאסט פאר מאכנווקא רבי ער האט מסתמא יא א רבישע קאר, אבער די געדאנק איז גוט
כה לחי
דאנערשטאג מאי 01, 2014 11:08 am#198410
דאנערשטאג מאי 01, 2014 2:34 pm#198443
פלעין יודיש האט געשריבן:
HotCoffee האט געשריבן:
tmp_IMG-20140430-WA0045294364252.jpg

שלום עליכם האט קאפי, האסט אנגעהויבן מיט די רעכטע פיס
האסט מיר געמאכט גיט לאכן, נישט אז ס'פאסט פאר מאכנווקא רבי ער האט מסתמא יא א רבישע קאר, אבער די געדאנק איז גוט
כה לחי

און וואס איז שלעכט ווען איך לערן כפשוטו אז ער האלט נישט אויף א קאר מיט א ספעציעלן דרייווער, וואס קאסט א סאך געלט. נאר לעת הצורך נעמט ער א טעקסי... :? 8-) :lol: :D :) ;) :o
דאנערשטאג מאי 01, 2014 5:14 pm#198471
berlbalaguleh האט געשריבן:לויט ווי איך הער איז בערל בעל עגלה שוין א בן ששים, מיט א שמיץ אריבער,ב"ה. איז דאך שווער א קשיא פארוואס מאכט ער זיך אזוי נאריש.??? ווער ס'ווייסט א תירוץ זאל ביטע מודיע זיין... :? 8-) :lol: :roll: :?: :!: :oops: :o

מוז מען זאגן אז בת ק' כבת כ', ודו"ק.
דאנערשטאג מאי 01, 2014 8:11 pm#198537
בערעלינו איז א פרוי גאר?
דאנערשטאג מאי 01, 2014 10:46 pm#198581
BLOOMINGBURG NY האט געשריבן:http://www.totpi.com/2014/05/01/%D7%9E%D7%9B%D7%95%D7%A0%D7%99%D7%95%D7%AA-%D7%94%D7%A4%D7%90%D7%A8-%D7%A9%D7%9C-%D7%94%D7%90%D7%93%D7%9E%D7%95%D7%A8%D7%99%D7%9D-%D7%95%D7%94%D7%A8%D7%91%D7%A0%D7%99%D7%9D/


ער האט פון דא געגנב'ט די איידיע און דערנאך געלייגט אויף זיין בלאג אן געבן קרעדיט.
דאנערשטאג מאי 01, 2014 11:12 pm#198585
אין בני ברק פלעגט וואוינען דער סטריקוב'ער רבי זצ"ל, א גרויסער ערליכער איד און א גרויסער אויסגערופענער תלמיד חכם געווען, געהאט זייער א שיינער באשיידענער חסידות. אבער ער פלעגט פארן מיטן באס. ווען זיינע חסידים פלעגן אים פארהאלטן אז עס פאסט נישט ער זאל פארן מיטן באס, פלעגט ער זאגן אז ער זעהט אז מען מעסט די גרויסקייט פון רבי'ס לויט די גרויסקייט פון זייערע קארס, וואס א גרעסערע רבי קויפט מען אים א גרעסערע קאר. אויב אזוי - פלעגט ער זאגן - דארפט איר גאר זיין שטאלץ מיט דעם אז איך פאר מיטן באס, ווייל אזוי האב איך די גרעסטע קאר פון אלע בין איך דאך דער גרעסטער רבי פון זיי אלע, ודפח"ח.
דאנערשטאג מאי 01, 2014 11:22 pm#198587
נאך א מזל דער בעש"ט האט נישט געהאט קיין קאר, ווען יא, וואלט סקווירע רבי זיך געמוזט איינהאנדלן א דראון.
פרייטאג מאי 02, 2014 12:49 am#198615
ווען די בעש"ט וואלט געהאט א קאר וואלט עס מן הסתם געהאט די ווינדאויס וואס מ'דארף דרייען די הענטל, ס'נאך דעמאלס נישט ארויסגעקומען די אוטאמאטישע ווינדעס. ממילא וואלט די סקווערער קעדיולעק אויך געהאט מעניועל ווינדעס, אזויווי די טאטע האט זיך געפירט. (עי' ערך שטיוול)

נ"א, וועם פאפ איך דא? ווען דער בעש"ט וואלט געהאט מעניועל ווינדאס וואלטן אלע חסידים היינט אויך געהאט מעניועל ווינדעס. (עי' ערך בגדי חסידים)
מאנטאג אוגוסט 31, 2015 9:53 pm#298817
Re: סוס ורוכבו: די קארס פון אונזערע רבי'ס שליט"א
/
דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 12:36 am#298863
אויב די רבי מוז גיין אליינס אין מקוה ווייל ער האט א דין מלך. דארף אויך נזהר זיין אויף די איסור פון לא ירבה לו סוסים (קארס/גבאים/חסידים פערד)
דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 1:50 am#298876
איך אויך האט געשריבן:בערעלינו איז א פרוי גאר?

איך אויך: איך ווייס נישט אויב דו לעבסט נאך. נאר דיין קאמענט האביך ערשט יעצט באמערקט. כ'עלל מיך מוזן באנוצן מיט'ןפסוק..."אחזוני פלצות"...כ'האב אויסגעפלאצט אין געלעכטער...בערעלינא איז אפשר א פרוי. אבער בערל בעל עגלה איז ב"ה א מאן מיט אלע מפרשים...דאס לעצטע מאל כ'האב געטשעקט איז ער געווען א מאן. ער מאכט א יעדן טאג א ברכה שלא עשני אשה... :lol: :roll:
דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 1:59 am#298877
געפילטע פיש האט געשריבן:ווען די בעש"ט וואלט געהאט א קאר וואלט עס מן הסתם געהאט די ווינדאויס וואס מ'דארף דרייען די הענטל, ס'נאך דעמאלס נישט ארויסגעקומען די אוטאמאטישע ווינדעס. ממילא וואלט די סקווערער קעדיולעק אויך געהאט מעניועל ווינדעס, אזויווי די טאטע האט זיך געפירט. (עי' ערך שטיוול)

נ"א, וועם פאפ איך דא? ווען דער בעש"ט וואלט געהאט מעניועל ווינדאס וואלטן אלע חסידים היינט אויך געהאט מעניועל ווינדעס. (עי' ערך בגדי חסידים)

געפילטע פיש: דו מיינסט אז די טייערע קארעטעס אין די בעש"ט'ס צייטן האבן נישט געהאט פאוער ווינדאוס...? קעדילעק איז געווען די ערשטע צו האבן פאוער ווינדאוס אויף זייערע פערד-און וואגן...! אויך עיר קאנדישאנינג און טשארדזשערס מיט א יו.עס.בי. פארט פאר סמארטפאונס האבן זיי געמאכט. נאר אונז ערליכע אידן האבן עפ"י תקנת הגה"ק שליט"א צובראכן אלע סמארטפאונס (אפילו געפילטערטע). ממילא האמיר נישט געדארפט די פענסי טשארדזשערס... :lol:
דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 2:25 am#298878
איך ווייס נישט פארוואס מען רודפ'ט נעבעך די רבנים זיי דארפן נישט די שיינע קארן די חסידים פשוט ברענגען עס, וואס זאלן זיי טון
דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 11:14 am#298917
וויאזוי האט יענער געזאגט? ווען די רבי וועט צוריקגיין צום סטעישאן וועגאן, וועל איך נעמען דעם פליפ פאון...
דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 2:10 pm#298954
פאר וועם דען זענען געמאכט די שיינע קארס? פאר די אוה"ע? אוודאי פאר די גדולי ישראל
דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 5:16 pm#298993
Re: סוס ורוכבו: די קארס פון אונזערע רבי'ס שליט"א
uploadfromtaptalk1441142178831.png
uploadfromtaptalk1441142178831.png (255.09 KiB) געזען געווארן 2662 מאל
דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 5:30 pm#298999
ס'איז דא א קליין ביכעל, וואס איך געדענק נישט איהר נאמען, געשריבען דורך הרב מאיר בר-אילן, ווי ער שילדערט די לעטצטע טעא פון זיין גרויסע טאטע עלי אדמות. ער שרייבט אז זיין טאטע איז געגאנגען וואוינען אין ווארשא נאכ'ן ווערען ארויסגעווארפען פון וואלאזין, און דארט האבען זיך געדרייט נעבעך די יענע חברה רח"ל. איינער איז געווען ביים נצי"ב און זיך אפגערעדט היתכן יענער חברה מיט זייער רעבע'ס לעבען אזא טייערע לעבען, מיט טישען, שיינע הייזער און קארעטע'ס מיט פיהר ווייסע פערד און אלע גנוני מלכות, ווען די תלמידי חכמים די רבנים און ראש ישיבות לעבען אן ארימע'ן לעבען. האט דער נצי"ב געזאגט "יא, אזוי דארף זיין. אהרן הכהן דער עמוד העבודה, האט געהאלט גאלד און זילבער. משה רבינו דער עמוד התורה, האט געהאט נאר זיין שטעקען!"
איז עט'ס קענט'ס זיך אויסוויילען וואס פאר א רעבע איהר ווילט האבען, אבער ווען מ'זעט איינער מיט א קעדילע"ק דארף מען וויסען אז עכ"פ קיין עמוד התורה איז ער נישט.
דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 6:04 pm#299003
ליטוואק אוי זאגסטו גיט , למשל איך זאג דיר צו אז טאשער רבי וואלט זיך נישט אריינגעזעצט אין אזא מין קאר , ער וואלט פשוט נישט געקענט ער וואלט זיך ג'עקעלט (אין די געזינטע יארן)
דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 6:26 pm#299012
נישט יעדע וואס האט א שוואכער קא"ר איז א גאון הגאונים.
דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 6:28 pm#299013
יעצט געטראפען דער מקור פון דער נצי"ב דא
מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 1:18 pm#299148
יעצט זעענדיג דעם אשכול ווי מען נעמט אפציעל א גאנצע קרייז מענטשן און מען לייגט ארויף א זיגל און סטיגמא אז זיי זענען פערדן, פאלט מיר איין די פראגע אויב איך עפן די זעלבע אשכול נאמען סוס ורכבו נאר מיט בילדער פון אבאמא און די פויפסט צו עס וואלטן נישט געווען גאנצע קאנטראווערסיעס דערמיט צו עס הייסט נישט קיין חילול השם, ווארום עס איז דאך א פובליק סייט און אזוי ווייטער.

נישט אז איך האלט אדער נעם זיך אהן פאר רבנים, נאר פשוט עס באדערט מיך די ברייטע שפראך.

און נישט אז עס זענען נישט פאראן רבנים וואס זענען פערדן, נאר עס זענען יא דא רבנים וואס זענען נישט פערדן.

דא זיצן דאך געלערנטע מענטשן.
מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 1:44 pm#299152
וואו האט מען אפגעזיגלט מענטשן אלס פערדן?
מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 9:27 pm#299248
Re: סוס ורוכבו: די קארס פון אונזערע רבי'ס שליט"א
די סוס איז די קאר און די רוכבו איז די רבי.
מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 9:48 pm#299254
Re: סוס ורוכבו: די קארס פון אונזערע רבי'ס שליט"א
קאווע טרינקער האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:סוס ורכב, איז מיר מדוקדק

פאר דער וואס האט זיך געשעמט און געפרעגט אין אישי:
סוס ורוכבו = א פערד, און דער וואס רייט "אויף" איר (דער רבי)
סוס ורכב = א פערד, און זיין קאר.
ער זעט אויס האלט אנדערש אבער סאיז נישט די גאנצע אשכול ס״ה א דעת יחיד