Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » די וועבערמאן סומאטאכע

די וועבערמאן סומאטאכע

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
500 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 3930 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #641
זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 11:34 am#152138
נישט אייביג רעדט באארי צו די זאך, אבער דאס מאל יא:

Eight years ago the 2nd night of Simchas Torah, a time that everyone is happy and dancing with the Torah. Instead of Dancing with the Torah, I along with 25 other guys married/and not married guys were arrested in Satmer Shul (in a small room where they mainly used it for the weekday prayers) on Rodney street for praying there... The reason/charges was: 1) Stealing a Torah 2) Stealing paper work 3) Trespassing

Really??? We stole a Torah? We stole important paperwork?? We trespassed in a public place?? We were taken out from there in cuffs with none of the items above even next to us. All that for what? Satmer Williamsburg (zalis) needed to show/prove in court that they own the Shul and not Satmer Monroe (aronim) but since these papers didnt exist and it got closer to the court they came up with an idea to arrest random people and also some of Arons followers, and lie over a Torah and more. Innocent people were arrested all for lies, all to show they own the world, all that happened on Yom Tov, "they signed papers to press charges on us", all on Yom Tov!!!! Where did the problem of Mesira go?? And on Yom Tov a day that everyone is happy with the Torah to take away young and married man from their family that is waiting for them to come home and eat the meals for the Chag!?!? NO ONE - and ill say it again- NO ONE.... said a word, none of the Rabonim said a word, no one had a problem with what these animals have done to 26 people on Yom Tov that came out to pray in the same Shul that their parents prayed since forever. NO ONE cared that parents are sitting at home crying and asking for the Rabonim to do something to bring their children home or to tell them where we were taken and for what reason. NO ONE

I'll ask again, where did the problem of "Messira" go?? No one attacked "Mister Wertheimer" and screamed after him Musser, no one closed down his business or threw him out of Shul, BUT they gave him the full Kuved in Satmer, and he still prays there.. But when a survivor stands up for his/her rights and takes a Monster and puts them in jail so no more innocent children should ever be hurt from them, that's where Satmer has a problem with Messira. But to arrest "on Yom Tov" 26 guys that have done nothing but prayed in a Shul, thats OK, and u get the full Kuved

I remember that day as it was yesterday, we sat in that cell for over 24 hours with no food, no one to talk too, the only thing that we heard was from the married man "OMG my wife is most probably crying at home and thinks I'm the biggest monster in the world right now". How cruel people can be. 22 of the 26 guys that were arrested pleaded guilty under their lawyer's Mister "Jorge Farkis" request, the same Laywer that the monster Weberman took (Satmer gave them Farkis as a Lawyer) But "me" and 3 others fought this people in court for over 3 years, YES u heard right, over 3 years! Finally after such a long time we had a 2 day trial, Satmer was unable to show proof on any of their claims against us, and we came out clean, the judge said NOT GUILTY!!! (we had our own lawyers, we didn't follow this stupid Farkis, we knew then that he is a monster and a liar). We have learned how corrupted the chassidim can be and to follow our own mind and do the right thing. Now we are older and we are standing up for our rights and will never let this Satmer group of mafias win over us ever again, we will stand STRONG and fight till the end

A wonderful Chag to all of u out there
Boorey Deutsch
זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 12:10 pm#152145
ירושלים איז חרוב געווארן צוליב די רבנים וואס האבן נישט מוחה געווען אויף בר קמצא. אונז עס מיר יעצט די קאנסעקווענצן פון דעם אומדערהערטן רשעות'דיגן אקט ווייל די זאליס האבן נויטיג געברויכט האבן אפאר ארעסטן צו אונטערשטיצן די באריכטן איבער די ראיאטן אין די פרעסע. פוי.
זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 4:48 pm#152240
ראדני האט דעמאלס געליטן פון באנדעס אלטע בחורים און אינגעלייט מנוולים וואס ווי א צרעת ממארת הנראה בבית האט מען נישט געקענט פטור ווערן פון זיי, אנשטאט גיין צו טשולענט און פוטסטעפס אדער סתם בארס און פארקס, ווי זיי טוען היינט, פלעגן זיי אפזיצן בשעתן דאווענען שבת און גאנצעטע נעכט, און געווען א סכנה פאר אינגע בחורים און קינדער וד"ל.

מען האט זיך זייער געמוטשעט מיטן פראבלעם, מען האט פרובירט צו צושפארן די שטיבלעך ווי זיי זענען געווען, אבער זיי האבן כסדר אויפגעבראכן, דאן האט מען אינסטולירט אייזערנע גראטעס איבעראל, אויך אויף די טיר פון דעמאלסדיגן בית קויפמאן אינדערויסן, דאס אלעס איז טרוקענע פאקטן, פאר ווער עס געדענקט, און מען קען עס נאך היינט זען.

יענע יום טוב האבן זיי זיך אריינגערוקט אין די אויבערשטע בית קויפמאן, אויפגעבראכן די טירן בעצם החג און זיך ווידער אריינגעזעצט, זעענדיג ווי מען קען זיך נישט קיין עצה געבן מיטן פראבלעם האט מען אריבערגערופן פאליציי זיך מטפל צו זיין מיט זיי, זונט דאן ליידט מען מער נישט פון זיי, מען קען זיי נישט טרעפן פאר קיין רפואה און ראדני, און א געוויסן זין האט עס געראטעוועט אנדערע בתי מדרשים אויך, ווייל זיי האבן זיך דאן געוואוינט צו גיין צו אנדערע פלעצער נישט אין בתי מדרשים, ויד החסידים על העליונה.

דאס אלעס האמיר זיך גענומען די טירחה אפצושרייבן בלויז קלארצושטעלן היסטאריע. איבעריג צו זאגן אז עס האט נישט געהאט גארנישט מיט די קאורט און די ארונים, קוקט איבער, זעט ווי בארי הייבט אן דערמיט, ער קען עס אבער נישט שפינען ווייטער, אזוי אויך איז ער אויך מודה אז נאר עטליכע זענען געווען ארונים, בקיצור, סתם זאמד אין די אויגן.

אזויפיל יא, די ארונים האבן נישט אויסגעלאזט קיין געלעגנהייט צו טרומפייטערן דערמיט צו ווייזן אז צד רז"ל גייט אויך אין קאורט און נישט נאר זיי. זיי האט נישט געבאדערט צו זיין דעם "דעווילס אדוואקאט" פאר פאליטיק.

וחמת ATUB @דעת תורה ATUB שחכה (האפענטליך) סאו ATUB @אליבא דאמת ATUB , גראדע רעדט בארי יעצט אויך נישט צו די זאך.
זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 4:55 pm#152245
אפילו עס זאל זיין דער אמת, איז אויך נישט יו"ט די פאסיגע צייט דערפאר. און וועלכער רב האט געגעבן א היתר אז דאס איז דער וועג פון זיי פטור צו ווערן? יעצט עסן מיר די פירות פון די באהאנדלונג.

נאר לגופו של ענין, מען דארף זיין בלינד נישט צו זען די שייכות פון די ארעסטן מיט די געשעענישן יענעם אינדערפרי. מתחילה האב איך דאס אנגעקוקט ווי א קאנספיראציע פון דער בלאט, דער פאקט איז אבער אז יעדער צייטונג און נייעס קאנאל כמעט וואס האט באריכטעט די ראיאטן האט צוגעענדיגט מיט דעם אז די ראיאטן האבן געפירט צו די 26 ארעסטן, און דאס האט היפש צוגעשפילט צו די פרסום.
זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 5:05 pm#152251
ה. ווי שעמט זיך נישט א מענטש נאך צען יאר צו שרייבן אזאלכע ליגנט? !
האסט נישט וואס צו ענטפערן שריי פיי. יו., אבער סתם קומען שרייבן מנוולים, וכו', ייעדער איינער וואס האט מיטגעהאלטןדי ארעסטן און קען ד י 26 נעמען ווייסט אז דארט האט מען ארעסטירט כל הבא ליד היימישע זאליס ארונים סתם עמך שמועסרס און אפי נישט בשעתן דאווענען בלויז צו צייגן בעלות.
זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 5:06 pm#152252
און נישט פארגעסען די רשעות אז מ'האט זיי אראפגעטראגען צו סענטרעל בוקינג, נישט צוגעלאזט קיין עסען, ואחרי ככלות הכל האבן זיי נישט נאך געלאזט די טשארדזעס. SHAME ON YOU
דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 7:33 am#155494
וואס זאגט עטץ צו דעם ?
מאנטאג אקטאבער 21, 2013 4:22 pm#157809
א בהמה סטראשעט באארי דייטש מיטן לעבן
מאנטאג אקטאבער 21, 2013 5:41 pm#157821
ראשעקאל האט געשריבן:א בהמה סטראשעט באארי דייטש מיטן לעבן

ער וויל האבן 24/7 וויזיטיישן ראיטס מיט נחמי'...
מאנטאג אקטאבער 21, 2013 7:48 pm#157847
היימישער ליטוואק האט געשריבן:
ראשעקאל האט געשריבן:א בהמה סטראשעט באארי דייטש מיטן לעבן

ער וויל האבן 24/7 וויזיטיישן ראיטס מיט נחמי'...

מאן יימר אז מ'וועט איהם לייגן צוזאמען מיט נחמי'. אפשר וועט זיין רומ-מעיט זיין א מעקסיקאנער דראג לארד?! 8-)
מאנטאג אקטאבער 21, 2013 8:20 pm#157850
היימישער ליטוואק האט געשריבן:
ראשעקאל האט געשריבן:א בהמה סטראשעט באארי דייטש מיטן לעבן

ער וויל האבן 24/7 וויזיטיישן ראיטס מיט נחמי'...


אוי וויי, מסתם נעבעך א אינג בחור'ל וואס ווייסט נישט אז פאר אזא קינדישע סטראשע ווערט מען אויפגעפיקט. עפעס א ישיבה גייט האבן בושות, אדער דער שנה ראשונה חבר אויף וועמען'ס נאמען ער האט זיין סעלפאן.
מאנטאג אקטאבער 21, 2013 8:21 pm#157851
אדער בורי'ס פרענד וואס האט אונטערגעשטעלט דעי זיסע וויץ

צו באשמוצן די יהדית החרדית
מאנטאג אקטאבער 21, 2013 8:26 pm#157852
ראשעקאל האט געשריבן:א בהמה סטראשעט באארי דייטש מיטן לעבן


ווי איז דער מקור?

לינק?
מיטוואך אקטאבער 23, 2013 9:42 am#158123
היינט אין די פאוסט

m http://nypost.com/2013/10/23/husband-of ... h-threats/ m
מיטוואך אקטאבער 23, 2013 10:11 am#158131
מ'קען שוין אנהויבן די פדיון שבויים קאמפיין. הכינו למערכה!
מיטוואך אקטאבער 23, 2013 9:05 pm#158268
געפילטע פיש האט געשריבן:מ'קען שוין אנהויבן די פדיון שבויים קאמפיין. הכינו למערכה!

אבער איין זאך. ווען די גוטע פריינט פון נחמי' וועבערמאן האבן (בערך צוויי יאר צוריק) אנגעהויבן דעם פדיון שבוים קאמפיין און געדרוקט שרעקעדיגע פאוסטערס, מיט באמבעס וואס פליען, האבן זיי גארנישט מגזים (מעגאזעם, אין וויליאמפעסט) געוועין..
מיטוואך אקטאבער 23, 2013 9:35 pm#158271
מיסטער מענטש האט געשריבן:אדער בורי'ס פרענד וואס האט אונטערגעשטעלט דעי זיסע וויץ

צו באשמוצן די יהדית החרדית


זייער מעגליך. טאקע ווען מ'האט ארעסטירט די בילדר כאפערס אין געריכט אז איינע פון זיי געווען א בורי סימפאטיקער.
זונטאג נאוועמבער 10, 2013 9:48 pm#161924
מרץ דייטש האט עס געמאכט צו די פארווערטס טאפ 50 יודן פון 2013

m http://forward.com/specials/forward-50- ... ns-victim/ m
מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 11:13 am#161945
ודי למבין האט געשריבן:מרץ דייטש האט עס געמאכט צו די פארווערטס טאפ 50 יודן פון 2013

http://forward.com/specials/forward-50- ... ns-victim/


wow אונז זענען איר אלע מקנא אז זי האט זוכה געווען אנצוקומען צן אזא דעגרייכונג....
מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 4:48 pm#163675
בקשו רחמים
מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 5:03 pm#163681
וואס איז דאס איפלה?
און וואס איז דער כפל הלשון, יום ד' וישב פרשת וישב ???
אריין אין טייפא'ס אשכול.......

צוריק צום ענין: המקום ירחם עליהם ועל כל יושבי בית האסורים ויציאם משעבוד לגאולה אמן.
מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 5:14 pm#163685
בדרך רמז קען מען זאגן מאיפלה איז נוטריקין מאיחוד פעילד..
נאר הלצה.
מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 5:35 pm#163689
איין וישב גייט ארויף אויף די פרשה צוליב וואס ער דארף "זיצן"...

אבער זיי ווילן באמת אז די שופט זאל צוטיילן אויף צוויי? כ'פארשטיי נישט.
מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 7:31 pm#163707
כתר מלכות האט געשריבן:בדרך רמז קען מען זאגן מאיפלה איז נוטריקין מאיחוד פעילד..
נאר הלצה.


מוחה
מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 9:05 pm#163731
פאר העלף בכל עניני מוחאה זעה אינעם צימעס איבער די נייע וועד.
ערנסט גערעדט איך האב נאר געלאצעט, איך האף ביסט נישט ברוגז אויף מיר.
דינסטאג דעצעמבער 15, 2015 1:25 pm#312411
berlbalaguleh האט געשריבן:איך האב פרובירט צו זיין זייער אביעקטיוו. וויאזוי איך קוק דאס אן איז, אז אויב איך וואלט (ח"ו) געווען אין אזא מצב, וואלט איך נישט געוואלט האבן אזא מין טרייעל, וועלכער איז געגאנגען אקעגן די קאנסטיטוציע פון אמעריקע. אפשר אין קאמוניסטישן רוסלאנד וואלט מען אזוי גע'משפט...!

ווען כ'רעד פון אבדזשעקטיוונעס, מיין איך נישט אז מיר זאלן זיך אריינלייגן אין "זיין מצב"; לייג זיך ארויס פון זיין מצב, און שטעל זיך פאר אז ער איז ווען נישט א איד (ח"ו) און דו גלייבסט אז ס'איז זייער מעגליך אז די מעשה האט געקענט פאסירן. דאן לייען איבער מיין ליסטע.
דינסטאג דעצעמבער 15, 2015 1:39 pm#312414
שלום על ישראל האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:שלום על ישראל: דאס איז דא נישט דער דיון. און מיר קענען נישט צו לייגן פערזענליכע עמאציאנעלע געפיהלן. די צענטראלע פראגע (און ענטפער) אין די גאנצע סומאטאכע איז, אויב ער האט באקומען א מינימאלן יושר'דיגן טרייעל. און דער שרייענדיגער ענטפער איז אז ליידער נישט...!

נעמענדיג אין באטראכט די פאלגענדע מציאות'ן און השתלשלות, האט ער געהאט יושר'דיגן טרייעל און א יושר'דיגן אורטייל (אדער כאטש קען מען זייער גוט פארשטיין די דזשורי און די דזשארדזש):
  • די קריים איז געטון געווארן אסאך מאל
  • די וויקטים איז א יונגע
  • די וויקטים איז א פאציענט
  • די דאקטאר איז נישט לייסענסד
  • די פאציענט איז אריינגעצווינגען געווארן דורך די מוסד (נישט די עלטערן - ווי איינער האט פריער פראבירט צו סימפלעפייען)
  • ס'איז געווען עטליכע אנדערע וויקטימס וואס האבן גערעדט צו די פראסעקיוטער, נאר זענען נישט גיווארן קיין קעיס
  • די געריכט - און די מידיע - האט גאנץ-שנעל דערלערנט אז אין אונזער קולטור קומען פארווארד נאך אסא ווייניגער וויקטימס ווי די אלגעמיינע וועלט
  • די דאקטאר האט נישט געוויזן קיין שום חרטה
  • די דאקטאר האט געוויזן אז ער האט נישט מורא (מיטן באשליסן צו אויפטרעטן און נאך. ביי אונזער מקוה האט מען זיך געשטארקט אז דאס ווייזט זיין אומשולדיגקייט...)
  • די פראבע צו אונטערשמירן די וויקטים וכת דילה פאר שווייגעניש
  • די געמיינע פאשקעווילן אויפן וויקטים פארן חוצפה צו קאמפלעינען פארן ווערן מאלעסטעד.
  • די "הכזונה" דרשה
  • די קאנטינענטאל נאכט (מ'רעדט נישט פון די פאנדרעיזר קאמפיין, וואס איז אויך שווער פאר א גוי צו פארשטיין, אבער מ'קען דאס מסביר זיין איינמאל מ'פארשטייט אונזער מדת צדקה ועריבות)
  • די פאטאגראפירן די וויקטים אינעם געריכט (כאטש דאס האט זיך שפעטער אנדערשט קריסטאלעזירט, האט דאז אבער אויך געוויזן אז דער עולם פארשטייט נישט די באדייט פון געזעץ און ארדערונג)
  • ועוד, ועוד


א "שיינע" ליסטע, אבער עס זאגט גארנישט וועגען רעאליטי. איך זאג נישט וואס איך האלט פערזענליך אין מיין אייגענע בית משפט אין מיין קאפ, אבער אין א קארט-אוו-לא דארף אלעס ווערען איבערגעצייגט לעיני השמש און לעיני העדה, און דא איז גארנישט געווען, אפילו נישט קיין סירקומסטענשעל עווידענס. ווייל דו "ווייסט" אז/אויב ער האט איר מאלעסטעט טאהר עס נאך נישט זיין די אורזאך פאר זיין שולדיגע אורטייל. איז עס ווייל זיי האבען געהאט עטליכע וויקטימס וואס זענען געקומען דערציילן ענליכס וואס איז גענויע פינגער-פרינטס פון זעלבע עמ.או.?? אפשר נישט??! די פובליק דארף מער וויסן. איז עס מיליטערי לאו? שפיאנאזש? פארוואס איז עס אזא פרשה סתומה?? אזוי גייי עס זיין פון היינט און ווייטער?? ה"י! קיינער ווייסט גארנישט, אבער אונז מוז מיר גלייבן זיי ווייסן וואס זיי טוען. איז דא איראן?...
דינסטאג דעצעמבער 15, 2015 1:41 pm#312416
שלום על ישראל האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:
שלום על ישראל האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:שלום על ישראל: איך וועל יעצט נישט ענטפערן אויף אלע דיינע נקודות וואס דו האסט ארויסגעברענגט. פאר א פשוט'ן טעם. ווייל איך און אלע אנדערע מענטשן דא אויף קאווע שטיבל האבן שוין זיך מתווכח געווען און ארויסגעווארפן אט די אלע טענות טויזנטער מאל.
איך וועל נאר זאגן איין ווארט...די אלע אזוי-גערופענע.."פאקטן" וועלכע דו ברענגסט זענען קיינמאל נישט פעסטגעשטעלט געווארן. ס'איז נאר איינעמ'ס ווארט אקעיגן דעם צווייטנ'ס...!

איך האב נישט געמיינט זיי צו אפמאלן אלס "פאקטן"; דאס איז אבער די בילד וואס די געריכט האט געזעהן. פראביר אביסל אבדזשעקטיוונעס, וועסטו פארשטיין.

שלום על ישראל: איך האב פרובירט צו זיין זייער אביעקטיוו. וויאזוי איך קוק דאס אן איז, אז אויב איך וואלט (ח"ו) געווען אין אזא מצב, וואלט איך נישט געוואלט האבן אזא מין טרייעל, וועלכער איז געגאנגען אקעיגן די קאנסטיטוציע פון אמעריקע. אפשר אין קאמוניסטישן רוסלאנד וואלט מען אזוי געמשפט'...!

ווען כ'רעד פון אבדזשעקטיוונעס, מיין איך נישט אז מיר זאלן זיך אריינלייגן אין "זיין מצב"; לייג זיך ארויס פון זיין מצב, און שטעל זיך פאר אז ער איז ווען נישט א איד (ח"ו) און דו גלייבסט אז ס'איז זייער מעגליך אז די מעשה האט געקענט פאסירן. דאן לייען איבער מיין ליסטע.


״געקענט פאסירן״ איז נישט ‘האט‘ פאסירט.
דינסטאג דעצעמבער 15, 2015 2:33 pm#312423
דער שכן האט געשריבן:״געקענט פאסירן״ איז נישט ‘האט‘ פאסירט.

איר פארפאסט די גאנצע נקודה.
דינסטאג דעצעמבער 15, 2015 5:57 pm#312438
שלום על ישראל האט געשריבן:
דער שכן האט געשריבן:״געקענט פאסירן״ איז נישט ‘האט‘ פאסירט.

איר פארפאסט די גאנצע נקודה.


איר אויך.
מיטוואך דעצעמבער 16, 2015 7:44 pm#312581
שלום על ישראל האט געשריבן:איך האב נישט געמיינט זיי צו אפמאלן אלס "פאקטן"; דאס איז אבער די בילד וואס די געריכט האט געזעהן. פראביר אביסל אבדזשעקטיוונעס, וועסטו פארשטיין.

זיין ליסט איז באמת זייער אימפרעסיוו, אבער נאר נאך וואס מען נעמט אן אז ער איז טאקע שילדיג.
circular reasoning עט איטס בעסט.
מיטוואך דעצעמבער 16, 2015 10:12 pm#312604
הקטן האט געשריבן:
שלום על ישראל האט געשריבן:איך האב נישט געמיינט זיי צו אפמאלן אלס "פאקטן"; דאס איז אבער די בילד וואס די געריכט האט געזעהן. פראביר אביסל אבדזשעקטיוונעס, וועסטו פארשטיין.

זיין ליסט איז באמת זייער אימפרעסיוו, אבער נאר נאך וואס מען נעמט אן אז ער איז טאקע שילדיג.
circular reasoning עט איטס בעסט.

ער איז נישט שולדיג צוליב מיין ליסטע; ער איז געפינען געווארן שולדיג (און שטרענג פאראורטיילט געווארן) צוליב מיין ליסטע.
דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 1:59 pm#312720
און דאס איז עקזעקטלי די בראך, אז א גאנצע דזשורי זאל אויסטייטשען רעיפ, ווען ס'איז נישטא קיין זכר דערפון, סך הכל 'פארדעכטיגטע אקטיוויטעטן'
דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 2:13 pm#312725
נאכאמהל, א מענטש באשולדיקט און פאראורטיילט געווארען צו א רעקארד ברעיקינק סענטענץ, אהן איין ברעקעל עווידענס!! קיין שום ראיה! נאהר אויף די ווארט פון א יונגע פריילין [מיט נקמה חשבונות].
שומו שמים!

און -שיעור פארגעסען- נאך עפעס, איינער א אטענשען זוכער אין מאנסי זאגט בפירוש אז ער האט נאך וויקטימס, אבער.. וואו זענען זיי? ווייטער א ווארט פון אן אינדיווידועל, אהן קיין ברעקעל באווייזען, שוידערליך!
דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 4:12 pm#312740
איז פארהאן דא א ריסעט קנעפל וואס ווערט געדריקט יעדע צוויי טעג, אז אלע פארענטפערטע קשיות ווערן איבערגעפרעגט?
כ'פארשטיי אז נישט יעדע איז מסכים צו די ענטפערס, אבער פרעגן נאכאמאל איז זיכער נישט קיין תכלית. כ'מיין, ק'מאן, כ'האב א דזשאב!...
דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 5:17 pm#312746
שלום על ישראל, הוא מותיב לה והוא מפרק לה? דו ענטפערסט יעצט צו דיר אליין???
פרייטאג מאי 27, 2016 2:41 pm#334899
איך האב נישט קיין שום מיינונג אין די מעשה, אבער נעכטן האט מיר א היימישע חתונה געהאטע פרוי (וואס מאכט חתונה קינדער און האט שוין היינט אפאר אייניקלעך)אז וועבערמאן האט אפאר מאהל פראבירט איר צו טשעפענן בשעת ער האט געוואוסט אז זי איז חתונה געהאט, און ער האט אפילו פראבירט מיט געוואלד.
פרייטאג מאי 27, 2016 5:00 pm#334926
שבת, וואטס די פאינט פון דאס וואס די שרייבסט? נחמי' זיצט אין תפיסה און אפילו טאמער ווערט ער מארגן באפרייט איז ער שוין אפגעקומען וואס ער האט געדארפט (אויפ'ן צד אז ס'איז דא עפעס אמת אין די קלאגעס). סתם דערציילן לשון הרע?
פרייטאג מאי 27, 2016 5:17 pm#334930
שמעון וואלף האט געשריבן:שבת, וואטס די פאינט פון דאס וואס די שרייבסט? נחמי' זיצט אין תפיסה און אפילו טאמער ווערט ער מארגן באפרייט איז ער שוין אפגעקומען וואס ער האט געדארפט (אויפ'ן צד אז ס'איז דא עפעס אמת אין די קלאגעס). סתם דערציילן לשון הרע?


פרעגסט זייער א גיטע קשיא, אבער וואס איך נעם ארויס פון די מעשה איז זייער פשוט וואס כהאב געמיינט אז סאיז זעלבסט פארשטענדליך.

1)די אלע וואס האבן באשמיצט די קרויס משפחה אז זענען רשעים זאלן קודם וויסן אז זיי זענען ליידער גערעכט.

2)מזאל נישט שיקן קיין מיידל/ווייבל צו א אנ-לייסענסט טערעפיסט, און מזאל זיך גיט נאכפרעגן אויף א יעדע טעראפיסט פאר מ׳גייט צו א טערעפיסט/פסכיאטער

3)סאיז כדאי אז ווען מגייט צו א טערעפיסט זאל מען אלעס אפכאפן אויף א אוידיא, (סאיז ליגעאל-איר באצאלט פאר די צייט) און סקען העלפן סתם אזוי איבערצוהערן די שמועס שפעטער, איך בין געגאנגען צוויי יאהר צו א טערעפיסט און איך האב עס אראפגעכאפט יעדעס מאל אויף מיין פאון און שפעטער דאונלאודט אויף א פייל אין מיין קאמפיוטער, און סאיז מיר צוניץ געקומען שפעטער.

די פרוי מיט וועמען איך האב גערעדט האלט אויך אז מ׳האט אים געגעבן צופיל יאהרן, אבער זי זאגט אז ער איז הונדרעט פראצענט שולדיג און ער וואלט געדארפט נעמען די פלי בארגען וואס מ׳האט אים געאאפערט פון זיצן בלויז פינף יאהר.
פרייטאג מאי 27, 2016 7:01 pm#334951
יא! דאס איז זעכער. ער האט געדארפט נעמען די פליע-בארגעין. אבער ווייל ער האט געהאט מיט יענע פרוי (אויב עס איז אמת וואס זי זאגט) איז ער שוין געוויס שולדיג אין די קארט-אוו-לא?
זונטאג מאי 29, 2016 10:03 am#334980
שבת אחים האט געשריבן:איך האב נישט קיין שום מיינונג אין די מעשה

שבת אחים האט געשריבן:וואס איך נעם ארויס פון די מעשה איז זייער פשוט וואס כהאב געמיינט אז סאיז זעלבסט פארשטענדליך.

1)די אלע וואס האבן באשמיצט די קרויס משפחה אז זענען רשעים זאלן קודם וויסן אז זיי זענען ליידער גערעכט.

האסטו יא א מיינונג אדער נישט?
זונטאג יוני 05, 2016 10:14 pm#336688
על כגון דא נאמר "מאלען וואסער".
מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 12:49 pm#349676
וועבערמאן האט פארלוירן זיין אפיל
מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 1:11 pm#349689
פרטים. דיטעילס. איינצלהייטן, ביטע...ייש"כ...!
פרייטאג מערץ 01, 2019 6:47 pm#425493
Appeal request denied
מוצ"ש מערץ 02, 2019 9:08 pm#425495
דער אויבערשטער זאל העלפן דער אמת זאל אויפשווימען ווי בוימל אויך וואסער.
מוצ"ש מערץ 16, 2019 10:52 pm#426602
אישתישבי האט געשריבן:דער אויבערשטער זאל העלפן דער אמת זאל אויפשווימען ווי בוימל אויך וואסער.

דו ביסט אפשר נישט באקאנט מיט די מעשה פון דער גנב פון שטאט וואס האט געגאנבעט רעכטץ און לינקס פון ווי מען האט נאר געקענט. מאכט זיך אמאל א גוטער געלעגענהייט צו באגאנבענען די רעגירונג מיט א גוט שטיקעל ארבעט וואס די רווחים פון די גנבה איז פילפאכיג, עס איז כדי איין שטעלן. גטראכט און געטוהן. ולא היה ימים מעטים און מען האט געכאפט דער שווינדלער, א געריכט דאטום איז פאראדענט געווארן, און דארט וועט מען דן זיין זכאי טו חייב, און אויב חייב אויף וויפיל נאר תפיסה צו פארטיילן פארן באשילדיגטן.
דער שווינדלער זעהט כי כלתה עליו הרעה, לויפט מען צום רבין און בעהט א ברכה אן הבטחה ער זאת ארויס גיין זכאי בדין, דער ענטפערט בזה"ל רבי דאס טויגט נישט דער אמת זאל נאר נישט ארויס קומען עס וועט מיר קאסטן 100'טער יארן.
איך ווייס נישט און בכלל נישט באקאנט מיט די ריינע פאקטן פון די מעשה. אבער איך בין נישט קאנווינסט אז מען וויל דער אמת זאל ארויף שווימען ווי בוימעל, אויף דערווייל איז ער נעבעך א שעיר לעזאזל באמת אריין געפאלן מיט א לאולייף וואס עס גייט עם בכלל נישט אן די ליידן פון א מענטש ביזיונות פון א וואוילער ערליכער היימישע משפחה. מיש נישט קיין קשה לאז עס אזוי. מען דארף נאר בעטן און האפן די דין זאל זיך דערבארעמען און פארפאסקענען אז ס'איז גענוג געוועהן. די 100 יאר פסק איז סתם אזוי נישט צו דער זאך.
טאטע אין הימל העלף שוין דיינע קינדער זיי זאלן שוין נישט אזויפיל ליידן.
זונטאג מערץ 17, 2019 6:54 am#426620
שעקויעך פאר די שיינע מעשה.
וועלכע לאולייף רעדט איר דא?
זונטאג מערץ 17, 2019 9:07 am#426623
דער מוסר! בעצם האט נישט קיין שום אינטערעסע אין די ווייטאג פון די באטראפענע. נאר אריבער דרייען און בארעכטיגן די עוולה וואס ער האט אריינגעטראסקעט איינעם אין תפיסה פאר 100 יאר
זונטאג מערץ 17, 2019 10:32 am#426624
טעריבעל. טעריבעל. בכלל איז עונשים א זאך פין אמאהל, הרג'נען פאר מזנה זיין איז פין דער מיטל אלטער און א אלטער בוך. מען ברויך אננעמען די קריסטישע מהלך, איינער שלאגט דיר גיב אים דער אנדערע באק, איינער מאלעסטעט איינער פין דיינע טעכטער, גיב אים דער צווייטער טאכטער.