Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » די וועבערמאן סומאטאכע

די וועבערמאן סומאטאכע

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
500 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 3930 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #641
זונטאג יאנואר 27, 2013 12:10 am#82606
ער האט ליידער גענוג און נאך אטטענטשן פון אנדערע
זונטאג יאנואר 27, 2013 1:47 am#82623
היימישער ליטוואק האט געשריבן:דאס וואס נ.ר. רעדט בנוגע נ.וו. און אבארשען (איך וויל נישט מאריך זיין מחשש לה"ר), איז דא עפעס דברים בגו, אדער הויל אויסגעטראכטע פאנטאזיעס?
איך פארשטיי אז איך וועל נישט באקומען קיין 100%'טיגע אנטווארט, און ווי ביי יעדע זאך וועלן זיין מיימינים און משמאילים. איך פרעג אבער צו איז דא לכה"פ עפעס א מקום זיך אנצוהענגען אז די מעשה איז באמת פארגעקומען.


אז די הערסט נחום הרוויץ, און אז דו האסט געגלייבט די אנקלעגער ביז אהער, און אז דו האסט נישט אליינס די דעת מבחין צו זיין צווישן דימיונות און ריאליטעט, דאן קענסטע מיט א רואיגען געוויסן גלייבען אלעס וואס די הערסט אויפן האטליין, גלייב און די מאמר חז״ל אם אין דעת הבדלה מנין, דיר וועט גארנישט פעלען אז דו וועסט גלייבען ממש אלעס וואס ער זאגט.
זונטאג יאנואר 27, 2013 2:39 am#82632
זאב פרעגט יענק׳לען איז עס נישט הי סעיד שי סעיד?

יענקל; ניין! ווייל וו״ב האט גענומען 150 א שעה...און געפארן צו די קעטסקילס, עקסטארטעד $12,800 דאללארן...

זאב; איז עס נישט הי סעיד שי סעיד,...האסטו גערעדט מיט אנדערע וויקטימס?

יענקל; שטאמעלדיג, יא, גערעדט מיט עמממ. פיר וויקטימס אויך מיט געוויסע עלטערן, בכלל זעהט מען אז א סאציאלע ארבייטער האט מיר געקאלט דעם פארגאנגענעם מעי, זעהט מען דאך קלאר...
זונטאג יאנואר 27, 2013 2:40 am#82633
ווי קען מען רופן
זונטאג יאנואר 27, 2013 2:43 am#82634
212-419-4240. press 1
זונטאג יאנואר 27, 2013 3:16 am#82640
עני נארמאלע שאלה צו הורוביץ ווערט אוועקגעדרייט

מען פרעגט וועגן א רב,....און ער קען נישט ענטפערן א סינגל נאמען....
זונטאג יאנואר 27, 2013 3:35 am#82642
לעמאן דזשוס האט געשריבן:עני נארמאלע שאלה צו הורוביץ ווערט אוועקגעדרייט

מען פרעגט וועגן א רב,....און ער קען נישט ענטפערן א סינגל נאמען....

איז ער נישט קיין רב?
פארוואס דארף ער נאך א רב?
זונטאג יאנואר 27, 2013 3:40 am#82644
Re: די וועבערמאן סומאטאכע
ער האט נאך נישט גע'ענפערט קיין אויף קיין שום קשיא

Sent from my SPH-M580BST Using ForumTouch for Android
זונטאג יאנואר 27, 2013 3:46 am#82645
איך זעה נאכאמאל די סינעריאו, ווען איך האלט שוין אט ביים האלטן אז וו״ב איז חלילה שולדיג, טויש איך מיך צוריק ווען איך הער אדער ליין ׳יענקל הורוביץ׳

איך הער פון די קטיגור דעם גרעסטן סניגוריה
זונטאג יאנואר 27, 2013 3:50 am#82647
איינער ט׳ געפרעגט ווי ער איז געוועהן ביי קאלקאו...נישט גע׳ענטפערט

איינער פרעגט ס׳דאך געוועהן צוויי קעגן איר

איינער פרעגט אויב ער האט אמאל גערעדט מיט וובערמאן אלס שמוע בין אחיכם...ער ענטפערט; איך בין נישט קיין דיין

לץ, רשע מרושע, זר יהיר.....ביזט נישט קיין דיין, אבער דו מעגסט פסקענען חיים ומות שאלות!!...רשע, שוטה, גס רוח!
זונטאג יאנואר 27, 2013 3:51 am#82648
איינער פרעגט אויב ער האט געפרעגט דעת תורה וויזוי צו קאוטשן די מיידל..

ער ענטפערט, לא דובים ולא יער...


שקרן...!
זונטאג יאנואר 27, 2013 3:53 am#82650
ב״ה, לא אלמן ישראל, יידן, עהרליכע יידן רופן אריין מיט זאכליכע פראגן צו יענקל, ער איז שטיל ווי א פיש

און זאב האקט טעלעפאונען
זונטאג יאנואר 27, 2013 3:57 am#82651
זיי מיר מוחל קיין איין קאלער רעדט נישט ציווליזירט.
זיי מעגן זיך אלע לערנען פון רב מר. הארוויץ ווי אזוי צי רעדן.
זונטאג יאנואר 27, 2013 4:05 am#82652
א געשעפט האב איך

מיט א רואיגע געלאסענע מינע האט ער געטון רשעות און געטראטן אויף די הייליגע תורה. איך קען נישט העלפן אבער זיין זיסע שטימע קויפט מיר נישט אפ

אזוי ווי כאב שוין עטליכע מאל ערווענט

דאס מינומים וואלט ער יענקל געדארפט אנרופן הרב חיים פלאהר וואס איז באוויסט אלס איינער וואס האט שוין געהאנדעלט קעגן פרעדעטארס

מינימום וואלט ער געדארפט רעדן מיט חצקל גולד

מיט הרב אהרן ט״ב פון קר״י

מיט הרב מענדל שאפראן פון ארץ ישראל

און זיך באראטן מיט יידן וואס זענען באויפטראגט עפ״י תורה צו דינען אלס שומרי ישראל

מיט פראדזשעקט נעקסט און האנטביכער פאר קינדער...און וויקטים אדוואקאט סלאגאנען טאר מען נאך אלס נישט צוטרעטן כל הקודש לנו

מיטן האנדלען אויף די אייגענע בארד, האט ער אויפגעוויזן אז ער איז אינטערעסירט אין מאכן אייגענע באשלוסן און שרייען קעגן רבנים יושבי על מדין און ממילא בלייבט ער איבער אלס פאלנער לץ און גס רוח וואס האט מעגליך יידיש בלוט אויף זיינע הענט
זונטאג יאנואר 27, 2013 4:13 am#82657
אמת. אבער די רבנים פון די אנדרע צד האבן אויך מעגליך אידש בלוט אויך זייער האנט פארן נישט טאן גענוג צי מחזק וויקטימס.
און זיי וואלטן געדארפט אנקאלן רב הארוויץ הערן וואס ער האט צי זאגן.
זונטאג יאנואר 27, 2013 4:22 am#82660
וויזוי קענען די רבנים מחזק זיין וויקטימס בשעת זיי קומען נישט,
זונטאג יאנואר 27, 2013 4:42 am#82670
לעמאן דזשוס האט געשריבן:וויזוי קענען די רבנים מחזק זיין וויקטימס בשעת זיי קומען נישט,

זיי מאכן באקוועם אז זיי זאלן קומען.
זונטאג יאנואר 27, 2013 7:26 am#82675
נולד איך ווייס נישט אויב עס איז ״נולד״ אדער כשמו כן הוא אן די מ׳
די קענסט האראוויץ אדער יעדער וואס קעמפט די ציבור החסידות באקומט דיין שטיצע און ריספעקט?
איך קען אים נערוון קראנקע עטטענטשען הינגערגער סעלף פראמאטער איז א אנדער סטעיטמענט.
ער איז א דעת תורה??? וואס? ער האט די הוראה? א פסוק שטייט אים אפילו גיט און מויל? אפילו קיין אלגעמיינער בילדונג האט דער שוטה נישט.
אבער אויב רעדט ער קעגן דער עולם החסידות איז ער שוין קוואלעפעצירט אז די זאלסט אים שטיצן און זיך אננעמען פאר אים?
איי געסס סוי!
זונטאג יאנואר 27, 2013 11:16 am#82685
לעמאן דזשוס האט געשריבן:איך זעה נאכאמאל די סינעריאו, ווען איך האלט שוין אט ביים האלטן אז וו״ב איז חלילה שולדיג, טויש איך מיך צוריק ווען איך הער אדער ליין ׳יענקל הורוביץ׳

איך הער פון די קטיגור דעם גרעסטן סניגוריה

האט איינער באמערקט ווי לעמאן דזשוס האלט שוין אט אז וו"ב איז שולדיג? ניין, איך אויך נישט, און ער אויך נישט. סא שנייד די כאזעריי.
זונטאג יאנואר 27, 2013 11:20 am#82686
יאסעלע וואסער טרעגער האט געשריבן:נולד איך ווייס נישט אויב עס איז ״נולד״ אדער כשמו כן הוא אן די מ׳
די קענסט האראוויץ אדער יעדער וואס קעמפט די ציבור החסידות באקומט דיין שטיצע און ריספעקט?
איך קען אים נערוון קראנקע עטטענטשען הינגערגער סעלף פראמאטער איז א אנדער סטעיטמענט.
ער איז א דעת תורה??? וואס? ער האט די הוראה? א פסוק שטייט אים אפילו גיט און מויל? אפילו קיין אלגעמיינער בילדונג האט דער שוטה נישט.
אבער אויב רעדט ער קעגן דער עולם החסידות איז ער שוין קוואלעפעצירט אז די זאלסט אים שטיצן און זיך אננעמען פאר אים?
איי געסס סוי!

ניין איך קען עם נישט. כ'האב נאר ציגעהערט ווי אזוי ער רעדט און וי אזוי די קאלערס האבן גערעדט.
ער רעדט ווי מענטש ,משאכ רוב קאלרס . ער לאזט יענעם אויסרעדן פראבירט צי ענטפערן וואס מפרעגט. משא''כ די קאלערס.
זונטאג יאנואר 27, 2013 11:43 am#82691
לעמאן דזשוס האט געשריבן:דאס מינומים וואלט ער יענקל געדארפט אנרופן הרב חיים פלאהר וואס איז באוויסט אלס איינער וואס האט שוין געהאנדעלט קעגן פרעדעטארס

פארוואס האט הרב חיים פלאהר נישט גערופען די מרס קרויס אדער אנדערע עסקנים בצדדה פאר א זיצונג?
לעמאן דזשוס האט געשריבן:מינימום וואלט ער געדארפט רעדן מיט חצקל גולד

פארוואס האט הרב חצקל גולד נישט גערופען די מרס קרויס אדער אנדערע עסקנים בצדדה פאר א זיצונג?
לעמאן דזשוס האט געשריבן:מיט הרב אהרן ט״ב פון קר״י

פארוואס האט הרב אהרן ט״ב נישט גערופען די מרס קרויס אדער אנדערע עסקנים בצדדה פאר א זיצונג?
דאס איז ביסיידס די פאקט אז הרב אהרן ט״ב האט געטאהן אסאך געמיינער אין די פרשיות פון מ.נ. וו"ב, נאר אלעס בדגל התורה.
לעמאן דזשוס האט געשריבן:און זיך באראטן מיט יידן וואס זענען באויפטראגט עפ״י תורה צו דינען אלס שומרי ישראל

פארוואס האבען די יידן וואס זענען באויפטראגט עפ״י תורה צו דינען אלס שומרי ישראל נישט גערופען די מרס קרויס אדער אנדערע עסקנים בצדדה פאר א זיצונג? וואספארא שומרי ישראל זענען זיי?!
לעמאן דזשוס האט געשריבן:מיט פראדזשעקט נעקסט און האנטביכער פאר קינדער...און וויקטים אדוואקאט סלאגאנען טאר מען נאך אלס נישט צוטרעטן כל הקודש לנו

איך ווייס נישט גענוג צו פארטיידיגען פראדזשעקט נעקסט, אבער וויפיעל מען הערט פון ביידע זייטען, טוט ער לטובת די וויקטים'ס, נאר די משוגאים לאותו דבר טענה'ען אז זי איז נישט קיין וויקטים אדער אז ער מיינט כבוד. אבער איך וועל נעמען עני טיים א עסקן וואס טוט די ריכטיגע זאך מיט אייגענע כבוד-אינטערעסע ווי איידער עסקנים וואס בע'עולה'נען וויקטימס פאר סיי-וואספארא אינטערעסע.
לעמאן דזשוס האט געשריבן:מיטן האנדלען אויף די אייגענע בארד, האט ער אויפגעוויזן אז ער איז אינטערעסירט אין מאכן אייגענע באשלוסן און שרייען קעגן רבנים יושבי על מדין און ממילא בלייבט ער איבער אלס פאלנער לץ און גס רוח וואס האט מעגליך יידיש בלוט אויף זיינע הענט

מיטן האנדלען אויף די אייגענע בארד, האט ער אויפגעוויזן אז ער דערשרעקט זיך נישט פון די אינטימידעשאן וואס די הייליגע עסקנים זענען געווענליך אסאך מער סוקסעספול. זעהט אויס אז עס איז ארויסגעקומען א אימיוניזעשאן אנטקעגען די עקל-האפטיגע באקטיריע, און די באקטיריע is freaking out!
לעצטע מאל איך האב געטשעקט אין פרקי אבות, שטייט ובִמְקוֹם שֶׁאֵין אֲנָשִׁים, הִשְׁתַּדֵּל לִהְיוֹת אִיש. שטייט דארט אינעם הרע"ב ובמקום שאין אנשים - לישב בראש ולהורות הוראות. שטייט ווייטער אינעם תשב״ץ:
במקום שאין אנשים השתדל להיות איש תרגום ׳ויאבק איש עמו׳ [בראשית לב כה], ׳ואשתדל גבר׳. ויש גורסין השתרר, והכל אחד. כלומר, במקום שאין אנשים עומדים בפרץ לעסוק בצורכי צבור, השתדל להיות איש, ואף אם תתבטל מדברי תורה, וכמו שדרשו באחרון מברכות [סג א], ׳עת לעשות לי״י הפרו תורתיך׳ [תהלים קיט קכו], האי קרא מסיפיה לרישיה מדריש, מה טעם הפרו תורתיך, משום עת לעשות לי״י.

וואס נאך זענן מיר אין פרקי אבות, קינדערלעך? אז נישט נאר קומט א צייט וואס קיינער האלט נישט ביים טוהן, נאר אמאל קומט ארויס א מין משונה'דיגע בריאה וואס כ'וועל לאזן די משנה זאגען בלשונם הק':
לֹא יִתֵּן וְלֹא יִתְּנוּ אֲחֵרִים - רָשָׁע

האם יש לך עניות יותר מזה רח"ל?
זונטאג יאנואר 27, 2013 12:21 pm#82693
ס'דא איין תירוץ פאר דיין תגובה ווי אויך פאר דיין תגובה פון פרייטאג.
דו האסט אראפגעלייגט די מציאות און נאך צוגעלייגט פעפער לויט וויזוי הורוויץ וכת דיליה ווילן מ'זאל עס אנקוקן. און די המון עם וואס לדעתך שטיצן זיי אינטימידעישאן ווייל זיי האבן אנגענומען די אנדערע מיינונג ווי דיר, האבן א צווייטע בליק אויף דעם, ווי אויך זעען זיי דא א צווייטע מציאות.
זונטאג יאנואר 27, 2013 12:56 pm#82707
באקסקאווער

איך פרעג פארוואס יענקל איז נישט געגאנגען צו די דערמאנטע רבנים, וואס האבן שוין געהאנדלט אזוינע קעיסעס, אינקלאדינג רב ט״ב פון מונרו קעגן מ.נ. וו״ב

דו ענטפערסט; רבנים וואלטן איר געדארפט קאלן!!!

קענסט מיר ערקלערן אין קורצע ווערטער וואס די לאגיק אונטער דיין ענטפער איז??

אז זי קומט נישט צו זיי, פאר זי גייט צום די עי, זאלן זיי איר אינטימידעיטן?

דאס איז אויסער דעם פאקט אז ביי די דערמאנטע רבנים איז זי אן אפגעפרעגטער פארן נישט קומען אליין...
זונטאג יאנואר 27, 2013 1:01 pm#82714
boxcover האט געשריבן:
לעמאן דזשוס האט געשריבן:איך זעה נאכאמאל די סינעריאו, ווען איך האלט שוין אט ביים האלטן אז וו״ב איז חלילה שולדיג, טויש איך מיך צוריק ווען איך הער אדער ליין ׳יענקל הורוביץ׳

איך הער פון די קטיגור דעם גרעסטן סניגוריה

האט איינער באמערקט ווי לעמאן דזשוס האלט שוין אט אז וו"ב איז שולדיג? ניין, איך אויך נישט, און ער אויך נישט. סא שנייד די כאזעריי.


טייערע באקסקאווער, קענסט דא קוקן מיינע וואקלענישן

וואס זאל איך טון אז ביי מיר איז די ספק און ספק ספיקות זייער נישט פשוט, און ביי דיר איז אלעס ברור ווי דער טאג!
זונטאג יאנואר 27, 2013 1:36 pm#82724
איך וואלט געראטען מח שליט זאל אביסעל נאכלאזען פונעם מח שליטה לאז אביסעל פלאץ פארן הארץ און פאר אביסעל קאממען סענס.
באקסקאווער פון מאל צומאל דעק צו דעם קאווער און טראכט פון אינססייד די באקס לאז פלאץ פאר בייד the out of the box טינקערס זעען נישט אויס וייניגער נעריש ווי די און די באקס טינקערס.
נולד מאוחר איך פארשטיי די ביסט געבאירען און די מאדרען דעיס מאוחר הרבה,פארט מוז מען מודה אז די אלטע זענען נישט געווען אויסגערופענע נערענים ,און די היינטיגע זענען נישט אויסגערופענע חכמים,ממילא אויב די וועסט נאר געבען דיינע דיעות פון דיין נולד מאוחר פערספעקטיוו וועט פעלן אינעם שלמות פונעם בילד.
מאנטאג יאנואר 28, 2013 12:29 pm#83012
קאווע טרינקער האט געשריבן:אויב לעיקוואד וועט דאס נישט צוצייכענען וועל איך דאס אויפזיכען וועל כ'וועל זיין סמוך ונראה צו ספרי קודש.

א- כבר נידון כאן http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=82568#p82568
ובהודעות שאחריו

ב- לשון הרמב"ם
רמב"ם יד החזקה הלכות סנהדרין פרק כד
(ד) יש לבית דין להלקות מי שאינו מחוייב מלקות ולהרוג מי שאינו מחוייב מיתה ולא לעבור על דברי תורה אלא לעשות סייג לתורה וכיון שרואים בית דין שפרצו העם בדבר יש להן לגדור ולחזק הדבר כפי מה שיראה להם הכל הוראת שעה לא שיקבע הלכה לדורות מעשה והלקו אדם שבעל אשתו תחת אילן ומעשה באחד שרכב על סוס בשבת בימי יוונים והביאוהו לבית דין וסקלוהו ומעשה ותלה שמעון בן שטח שמונים נשים ביום אחד באשקלון ולא היו שם כל דרכי הדרישה וחקירה וההתראה ולא בעדות ברורה אלא הוראת שעה כפי מה שראה:
(ה) וכן יש לבית דין בכל מקום ובכל זמן להלקות אדם ששמועתו רעה והעם מרננים עליו שהוא עובר על העריות והוא שיהיה קול שאינו פוסק כמו שביארנו ולא יהיו אלו אויבים ידועים שמוציאין עליו שמועה רעה וכן מבזין את זה ששמועתו רעה ומחרפין את יולדתו בפניו:
(ו) וכן יש לדיין תמיד להפקיר ממון שיש לו בעלים ומאבד ונותן כפי מה שיראה לגדור פרצות הדת ולחזק הבדק או לקנוס אלם זה והרי הוא אומר בעזרא וכל אשר לא יבוא לשלשת הימים כעצת השרים והזקנים יחרם כל רכושו מכאן שהפקר בית דין הפקר:
(ז) וכן יש לדיין לנדות ולהחרים מי שאינו בן נידוי כדי לגדור פרץ כפי מה שיראו לו והשעה צריכה לכך ויאמר שנידהו והחרימהו על דעתו ויפרסם חטאו ברבים שנאמר אורו מרוז אמר מלאך ה' אורו ארור יושביה כי לא באו לעזרת ה':
(ח) וכן יש לדיין לעשות מריבה עם הראוי לריב עמו ולקללו ולהכותו ולתלוש שערו ולהשביע באלהים בעל כרחו שלא יעשה או שלא עשה שנאמר ואריב עמם ואקללם ואכה מהם אנשים ואמרטם ואשביעם באלהים:
(ט) וכן יש לו לכפות ידים ורגלים ולאסור בבית האסורים ולדחוף ולסחוב על הארץ שנאמר הן למות הן לשרושי הן לענש נכסין ולאסורין:
(י) כל אלו הדברים לפי מה שיראה הדיין שזה ראוי לכך ושהשעה צריכה ובכל יהיו מעשיו לשם שמים
מאנטאג יאנואר 28, 2013 12:32 pm#83013
ווען איך זאג דיר אז עפעס א ביזנעס דיעל וואס די גייסט אינוועסטן געלט גייט דיר ברענגען $50,000 און דערווייל קען עס במציעות נישט ברענגען מער ווי $25,000 דאן וואס רופסטי מיך?
אדער א שקרן
אדער א ווילדער צאפ
די זעלבע דא.
איחוד די זאגסט שוין תהילים אז עלען זאל האבן א מפלה?
מאנטאג יאנואר 28, 2013 12:35 pm#83015
שכוח. טרם יקראו ולעיקוואוד יענה.
שמואל, האסט שוין וואס צו לערנען.
מאנטאג יאנואר 28, 2013 1:07 pm#83026
לעמאן דזשוס האט געשריבן:
היימישער ליטוואק האט געשריבן:הגה"ק ר' אורן יניב שליט"א (https://twitter.com/OrenNYDN) האט געטוויטערט אז עס איז נישטא אזא זאך ווי 103 יאר אורטייל אין נ.י., דער מעקסימום קען זיין 50 יאר.
http://twitter.com/OrenNYDN/status/2957 ... 48/photo/1

א קליינע נחמה.


תודה פארן צוברענגן,

עס איז נישט קיין נחמה, עס איז נאך א באווייז אז מיסטער אינגרעם ירום חרפתו האט גע׳האנדלט דעם קעיס ווילד!

לייגט זיך לגמרי נישט אויפען שכל אז מיסטער אינגרעם איז אזא בהמה. אויב זענען די ווערטער טאקע גילטיג דא אהער איז ער ממש א טעה בדבר משנה, אויף גאר א נארישען אופן. אפי' אויפען צד אז די 50 יאר מאקס איז נוגע דא. [איך ווייס נישט וויפיל פעלאני קאונטס וכו'] איז דאך פשוט אז די סכום פין 103 יאר איז נוגע פאר די אפיל אין אויך בנוגע גוד ביהיוויער. די איינציגסטע זאך וואס עס זאגט מיר איז ווי הונגעריג דער יאניב איז אנצוהאלטען זיין טוויטער פאללאינג, אז ער איז גרייט צו שרייבען אזעלכע שטותים. אוודאי ער באווארענט זיך מיט שרייבען אז ער איז נישט קיין לויער. אבער דאך דארף ער ווען זיין אביסל קליגער פין דעם.
אגב, איך האלט אז 50 יאר איז אויך צו לאנג. אזוי ווי אויבען ערווענט די פאקט אז די וויקטים ומשפח' ליידען ווייטער איז די איינציגסטע סיבה וואס לאזט מיך נישט רחמנות האבען מיטן גאנצען הארץ.
פארשטייט זיך אז בשעתן רעדן פין דעם טאר מען נישט פארגעסן אז זיין חובה איז דאך נישט זיכער, עס איז ווארשיינליך אמת לענ"ד, אבער עס איז דאך נישט זיכער.
מאנטאג יאנואר 28, 2013 1:11 pm#83028
יאסעלע וואסער טרעגער האט געשריבן:ווען איך זאג דיר אז עפעס א ביזנעס דיעל וואס די גייסט אינוועסטן געלט גייט דיר ברענגען $50,000 און דערווייל קען עס במציעות נישט ברענגען מער ווי $25,000 דאן וואס רופסטי מיך?
אדער א שקרן
אדער א ווילדער צאפ
די זעלבע דא.
איחוד די זאגסט שוין תהילים אז עלען זאל האבן א מפלה?



דער דזאדש איז טאקע נישט מער ווי צווילדעוויטע אנטעסימעט, וואס האט געהאט א ברירה צו זאגען 103 האט ער עס געזאגט, אפילו עס מיינט גארנישט. דאס מיינסטו אפשר. נו זאל זיין. איז ער ווילד, אלזא???

לדבריך האט מען נאך קיינמאל אין נוי יארק איינעם געגעבען מער פין פיפציג יאר נאר טאמער דער דזאדש איז א ווילדע צאפ אדער א שקרן. נו זאל זיין.

אויף דיין שאלה פין תהילים זאגען, לאמיך דיר זאגען, יעצט אז וו"מ איז שוין געזעצען גייט מיר נישט אהן אויב ער גייט ארויס לחרות. אדרבה זאל ער ארויס קומען און באקומען ששי יעדעס וואך. כיון שנקלה הרי הוא כאחיך.
מאנטאג יאנואר 28, 2013 1:14 pm#83030
איך פארלאנג נישט פאר א וואסער טרעגער צו זיין א מדקדק באידיש. אבער ס'איז אלץ דא א מקום לתקן.
יאסעלע וואסער טרעגער האט געשריבן:ווען איך זאג דיר אז עפעס א ביזנעס דיעל וואס ד(י)[ו] גייסט אינוועסטירן געלט גייט דיר ברענגען $50,000 און דערווייל קען עס במצי(ע)[א]ות נישט ברענגען מער ווי $25,000 דאן וואס רופסט(י)[ו] מיך?
אדער א שקרן
אדער א ווילדער צאפ
די זעלבע דא.
איחוד ד(י)[ו] זאגסט שוין תהילים אז עלען זאל האבן א מפלה?

לאות הכרת הטוב על שמליץ יושר על כלל ישראל.
מאנטאג יאנואר 28, 2013 1:35 pm#83039
היימישער ליטוואק האט געשריבן:הגה"ק ר' אורן יניב שליט"א (https://twitter.com/OrenNYDN) האט געטוויטערט אז עס איז נישטא אזא זאך ווי 103 יאר אורטייל אין נ.י., דער מעקסימום קען זיין 50 יאר.
http://twitter.com/OrenNYDN/status/2957 ... 48/photo/1

א קליינע נחמה.

היינס רעדט אויך דערפון פאר די וואל סט' זשורנאל
דא
(איך ווינדער מיך פארוואס איך זעה נאכנישט די לינק אין די סומאטאכע)
מאנטאג יאנואר 28, 2013 1:41 pm#83041
יאנטעף האט געשריבן:ברעיקינג!!!
עללען דערשאוויטץ האט אנגענומען די וועבערמאן קעיס!

איך הער אז ער איז געזיצן מיט נידערמאן אפאר שעה און ער האט זיך אויפגעהובן און געזאגט אז ער האנדעלט נישט מיט קיין טערעריסטן
מאנטאג יאנואר 28, 2013 1:42 pm#83043
היינס זאגט נישט ממש דאס. ער זאגט אז דער אפעלאט וועט עס שניידן צו 50 בעת לויט יניב איז עס לכתחילה נאר 50, 103 איז נאר א שם המושאל.
מאנטאג יאנואר 28, 2013 2:54 pm#83059
מודה ועוזב, כ'האב פארזעהן דעם טעות אינעם אפטייטש פון מאקס פופציג, ווי אנדערע ווייזן אן...

=====

נאכן ליינען דעם וואל סטריט דזשורנאל און נאך אנדערע ארטיקלען נאכ׳ן סענטענס, און צוגאב מיטגעהאלטן די קעיס פון וו״ב ארעסט, זאג איך אייך רבותי, עס שמעקט זייער זייער נישט גוט!

נישטא קיין איין און איינציגע ווארטזאגער פון סאטמאר, נישט בעד נישט נגד,
קיין אפיציעלע שטעלונג,
קיין פראטעסט,
משוגע'נע עלילה 75 אווענט,
העסליכע ארטיקלען אומאפגעענטפערט,
קיין איינציגע קאמיוניטי מענטש ביים סענטענס,
קיין איינציגע בריוו פארן ריכטער אין נאמען פון איינעם אפיציעל,
האלט איר טאקע אז יענקל הורוביץ מיט נחום און קרויס זענען פאר סתם פריי צו זאגן און זאגן און זאגן אן קיין ענטפער,

עס שמעקט זייער נישט גוט!
מאנטאג יאנואר 28, 2013 3:27 pm#83069
לעמאן אוי ווי גערעכט די ביסט.
די איינציגסטע וואס רעדן איז דער רשה נחום וכת דיליה, די רבנים זענען נאר גיט צו שרייען ווי שלעכט מיר אלע זענען ביי שלש סעודות תורה ווען קיינער הערט נישט, אבער ווען מען דארף זאגן עפעס זאכליך צו העלפן א יוד זענען זיי אלע טשיקענס.
מאנטאג יאנואר 28, 2013 3:30 pm#83073
יאסעלע וואסער טרעגער האט געשריבן:לעמאן אוי ווי גערעכט די ביסט.
די איינציגסטע וואס רעדן איז דער רשה נחום וכת דיליה, די רבנים זענען נאר גיט צו שרייען ווי שלעכט מיר אלע זענען ביי שלש סעודות תורה ווען קיינער הערט נישט, אבער ווען מען דארף זאגן עפעס זאכליך צו העלפן א יוד זענען זיי אלע טשיקענס.
מאנטאג יאנואר 28, 2013 3:32 pm#83076
לעמאן דזשוס האט געשריבן:
יאסעלע וואסער טרעגער האט געשריבן:לעמאן אוי ווי גערעכט דו ביסט.
די איינציגסטע וואס רעדן איז דער רשע נחום וכת דיליה, די רבנים זענען נאר גוט צו שרייען ווי שלעכט מיר אלע זענען ביי שלש סעודות תורה ווען קיינער הערט נישט, אבער ווען מען דארף זאגן עפעס זאכליך צו העלפן א יוד זענען זיי אלע טשיקענס.

נישט נאר סתם טשיקענס, נאר מיט צומות הגידין!
מאנטאג יאנואר 28, 2013 3:37 pm#83080
לעמאן דזשוס האט געשריבן:נאכן ליינען דעם וואל סטריט דזשורנאל און נאך אנדערע ארטיקלען נאכ׳ן סענטענס, און צוגאב מיטגעהאלטן די קעיס פון וו״ב ארעסט, זאג איך אייך רבותי, עס שמעקט זייער זייער נישט גוט!

נישטא קיין איין און איינציגע ווארטזאגער פון סאטמאר, נישט בעד נישט נגד,
קיין אפיציעלע שטעלונג,
קיין פראטעסט,
משוגע'נע עלילה 75 אווענט,
העסליכע ארטיקלען אומאפגעענטפערט,
קיין איינציגע קאמיוניטי מענטש ביים סענטענס,
קיין איינציגע בריוו פארן ריכטער אין נאמען פון איינעם אפיציעל,
האלט איר טאקע אז יענקל הורוביץ מיט נחום און קרויס זענען פאר סתם פריי צו זאגן און זאגן און זאגן אן קיין ענטפער,

עס שמעקט זייער נישט גוט!


יא לעמאן ווי גערעכט. ממש צום שטוינען ווי ריזיקע גרויסמאכטן וואס קענען ארויסברענגען צען אלפים פאר א נישטיקן דיסטריקט לידער פארמעסט, גיסן מליאנען פאר נסיעות און קארטס פאר מלחמות צווישן זיך, שבץ אחזתם נישטא קיין ווארט זאגער קיין שכל קיין סטראטעגיע כצאן בלי רועה גייען ארום ווי בלינדע שאף.
מאנטאג יאנואר 28, 2013 3:43 pm#83088
איחוד פעלד האט געשריבן:
יאסעלע וואסער טרעגער האט געשריבן:ווען איך זאג דיר אז עפעס א ביזנעס דיעל וואס די גייסט אינוועסטן געלט גייט דיר ברענגען $50,000 און דערווייל קען עס במציעות נישט ברענגען מער ווי $25,000 דאן וואס רופסטי מיך?
אדער א שקרן
אדער א ווילדער צאפ
די זעלבע דא.
איחוד די זאגסט שוין תהילים אז עלען זאל האבן א מפלה?



דער דזאדש איז טאקע נישט מער ווי צווילדעוויטע אנטעסימעט, וואס האט געהאט א ברירה צו זאגען 103 האט ער עס געזאגט, אפילו עס מיינט גארנישט. דאס מיינסטו אפשר. נו זאל זיין. איז ער ווילד, אלזא???

לדבריך האט מען נאך קיינמאל אין נוי יארק איינעם געגעבען מער פין פיפציג יאר נאר טאמער דער דזאדש איז א ווילדע צאפ אדער א שקרן. נו זאל זיין.

אויף דיין שאלה פין תהילים זאגען, לאמיך דיר זאגען, יעצט אז וו"מ איז שוין געזעצען גייט מיר נישט אהן אויב ער גייט ארויס לחרות. אדרבה זאל ער ארויס קומען און באקומען ששי יעדעס וואך. כיון שנקלה הרי הוא כאחיך.

איחוד זיסער.
די האסט אמאל געמאכט דעם חשבון וויאזוי דיין גהינם גייט אויסקוקן אויב וועבערמאן איז אימשילדיג?
די האסט אמאל געטראכט פון די פייערדיגע ריטער וואס גייען שמייסן אויף דיין נאקעטן לייב אויב עס איז ליגענט די מעשה?
די ווייסט ווי שטארק הייס דער גהינם איז?
איי פרעגסטו, און די? אויב איז עס יא אמת דאן גייסטו כאפן פארן זיך נישט אננעמען פארן וויקטעם?
איז אזוי.
העלפן די וויקטעם? מיט די קעיס דארף זי נישט מיין הילף און נישט דיין הילף (דערווייל) איך זעה אז זי איז אנגעקומען צו איר ציל אן מיר אויך.
מאראלישע סופאורט האט זי דאך גענוג, קודם כל די גרויסע עקספערט הארעוויטץ איז דאך גרייט פאר איר 24/7 (עכ״פ ווילאנג ער שעפט עטענטשען דערפון) און זי האט דאך די אלע OTD'S וואסן געבן איר חיזוק מער וויפול זי דארף, דערנאך האט זי די ניו יארק פאוסט וואס רומט אויס איר שיינקייט בלעטל נאך בלעטל איז מיין חיזוק דארף זי נישט.
אבער נניח וועבערמאן איז שילדיג, האט ער דאך קינדער, איך בין בטיח אז זיינע קינדער ליינען וואס מען שרייבט דא, זיי זענען דאך זיכער גארנישט שילדיג, יעצט אז ער איז שוין און תפיסה און אפילו לויט דיר קען ער שוין נישט טשעפען קיין קינדער, די ווייסט וויפול שמיץ די גייסט כאפן פאר יעדע טרער וואס א וועבערמאן גייט פארלאזן אויף וואס די שרייבסט? די ווייסט די שטראף פון וויי טון א יוד? פארשעמען א יוד?

איך וואלט געזאגט זאלסט מעורר זיין דיין ידיד נחום אויך, אבער איך ווייס אז ער גייט זיך אויסלאכן ווארום די תורה און דער הייליגער באשעפער שפילען נישט קיין ראלע ביי אים.

טראכט איבער דיינע מעשים אפאר מינוט.

ידידך עוז.
יאסל שואב מים.
מאנטאג יאנואר 28, 2013 3:53 pm#83100
בן תמליון האט געשריבן:
יא לעמאן ווי גערעכט. ממש צום שטוינען ווי ריזיקע גרויסמאכטן וואס קענען ארויסברענגען צען אלפים פאר א נישטיקן דיסטריקט לידער פארמעסט, גיסן מליאנען פאר נסיעות און קארטס פאר מלחמות צווישן זיך, שבץ אחזתם נישטא קיין ווארט זאגער קיין שכל קיין סטראטעגיע כצאן בלי רועה גייען ארום ווי בלינדע שאף.


איך האב עס
באזינגען
מאנטאג יאנואר 28, 2013 4:19 pm#83113
ברוך השם מ'האלט שוין ביי קל"א דלא פסיק בלעטער בליעה"ר.

געפילטע פיש האט געשריבן:
יאסעלע וואסער טרעגער האט געשריבן:ווייל אז ער קען לעגאל נישט געבן מער ווי 50 און ער געט 103 זעט עס אויס ווי מחמת ווילדקייט האט ער סתם געשאסן יארן און די ליפט אריין ווען עס איז נישט און איינקלאנג מיטן געזעטץ.
פארשטייסט שוין???

טיפיקעל, ער הערט עפעס האלבע ווערטער און ער ווער ווילד, ווי איחוד האט שוין געזאגט, אז ס'נישט דא אויף וואס זיך צו פרייען.
האסטו אפילו גענומען די מיה צו ליינען וואס דארט שטייט?
Notwithstanding subparagraphs (i)
and (ii) of this paragraph,
the aggregate maximum term of
consecutive sentences imposed for the
conviction of three or more violent
felony offenses committed prior to
the time the person was imprisoned
under any of such sentences and one
of which is a class B violent felony
offense, shall, if it exceeds fifty
years, be deemed to be fifty years;

דאס מיינט נישט אז א דזשאדזש קען נישט געבן מער ווי פופציג, די דזשאדזש דארף פסק'נען וואס ס'קומט אויס א טאטאל פון אלע טשארדזשעס, אבער די געזעץ זאגט אז "עפעקטיוו" איז עס א 50 יעריגע סענטענס.
ווער ס'פארשטייט נישט זאל אויפהייבן די הענט.

יאסעלע וואסער טרעגער האט געשריבן:ווען איך זאג דיר אז עפעס א ביזנעס דיעל וואס די גייסט אינוועסטן געלט גייט דיר ברענגען $50,000 און דערווייל קען עס במציעות נישט ברענגען מער ווי $25,000 דאן וואס רופסטי מיך?
אדער א שקרן
אדער א ווילדער צאפ
די זעלבע דא.
איחוד די זאגסט שוין תהילים אז עלען זאל האבן א מפלה?


האסט פארגעסן אויפצוהייבן די הענט.

יאסעלע וואסער טרעגער האט געשריבן:לעמאן אוי ווי גערעכט די ביסט.
די איינציגסטע וואס רעדן איז דער רשה נחום וכת דיליה, די רבנים זענען נאר גיט צו שרייען ווי שלעכט מיר אלע זענען ביי שלש סעודות תורה ווען קיינער הערט נישט, אבער ווען מען דארף זאגן עפעס זאכליך צו העלפן א יוד זענען זיי אלע טשיקענס.

At least we can agree on something

יאסעלע וואסער טרעגער האט געשריבן:איחוד זיסער.
דו האסט אמאל געמאכט דעם חשבון וויאזוי דיין גהינם גייט אויסקוקן אויב וועבערמאן איז אימשילדיג?
דו האסט אמאל געטראכט פון די פייערדיגע ריטער וואס גייען שמייסן אויף דיין נאקעטן לייב אויב עס איז ליגענט די מעשה?
דו ווייסט ווי שטארק הייס דער גהינם איז?
איי פרעגסטו, און די? אויב איז עס יא אמת דאן גייסטו כאפן פארן זיך נישט אננעמען פארן וויקטעם?
איז אזוי.
העלפן די וויקטעם? מיט די קעיס דארף זי נישט מיין הילף און נישט דיין הילף (דערווייל) איך זעה אז זי איז אנגעקומען צו איר ציל אן מיר אויך.
מאראלישע סופאורט האט זי דאך גענוג, קודם כל די גרויסע עקספערט הארעוויטץ איז דאך גרייט פאר איר 24/7 (עכ״פ ווילאנג ער שעפט עטענטשען דערפון) און זי האט דאך די אלע OTD'S וואסן געבן איר חיזוק מער וויפול זי דארף, דערנאך האט זי די ניו יארק פאוסט וואס רומט אויס איר שיינקייט בלעטל נאך בלעטל איז מיין חיזוק דארף זי נישט.
אבער נניח וועבערמאן איז שולדיג, האט ער דאך קינדער, איך בין בטיח אז זיינע קינדער ליינען וואס מען שרייבט דא, זיי זענען דאך זיכער גארנישט שילדיג, יעצט אז ער איז שוין און תפיסה און אפילו לויט דיר קען ער שוין נישט טשעפען קיין קינדער, די ווייסט וויפול שמיץ די גייסט כאפן פאר יעדע טרער וואס א וועבערמאן גייט פארלאזן אויף וואס די שרייבסט? די ווייסט די שטראף פון וויי טון א יוד? פארשעמען א יוד?

איך וואלט געזאגט זאלסט מעורר זיין דיין ידיד נחום אויך, אבער איך ווייס אז ער גייט זיך אויסלאכן ווארום די תורה און דער הייליגער באשעפער שפילען נישט קיין ראלע ביי אים.

טראכט איבער דיינע מעשים אפאר מינוט.

ידידך עוז.
יאסל שואב מים.


יאסעל זיסער.
דו האסט אמאל געמאכט דעם חשבון וויאזוי דיין גיהנם גייט אויסקוקן אויב קרויס איז אומשולדיג?
דו האסט אמאל געטראכט פון די פייערדיגע ריטער וואס גייען שמייסן אויף דיין נאקעטן לייב אויב עס איז אמת די מעשה?
דו ווייסט ווי שטארק הייס דער גיהנם איז?
איי פרעגסטו, און דו? אויב איז עס נישט אמת דאן גייסטו כאפן פארן זיך נישט אננעמען פארן וועבערמאן?
איז אזוי:
העלפן וועבערמאן? מיט די קעיס דארף ער נישט מיין הילף און נישט דיין הילף (דערווייל) איך זעה אז ער איז אנגעקומען צו האבן מאסן טויזענטער אידן וואס סופפארטן אים אן מיר אויך.
מאראלישע סופפארט האט ער דאך גענוג, קודם כל די גרויסע עלילת 75 קאמפיין (עכ"פ ווילאנג עסקנים מאכן געלט דערפון) און ער האט דאך די גאנץ יהדות החרדית בכלל, און סאטמאר און וויליאמסבורג בפרט וואס געבן עם חיזוק מער וויפיל ער דארף, דערנאך האט ער די איד, בלאט, צייטונג, שערי מדע וואס רימען אויס זיין צדקות און אומשולדיגקייט בלעטל נאך בלעטל, איז מיין חיזוק דארף ער נישט.
אבער נניח אז קרויס איז יא שולדיג און די מעשה איז א בלבול, האט זי דאך משפחה, חבר'טעס, און סתם אנדערע אמת'ע וויקטימס, איך בין בטוח אז איר משפחה און אנדערע וויקטימס ליינען וואס מען שרייבט דא, זיי זענען דאך זיכער גארנישט שולדיג, יעצט אז זי איז שוין באשמוצט אין אלע גאסן, זי הייסט שוין א זונה, מכשפה, און קיין פרנסה האט איר משפחה שוין נישט, דו ווייסט וויפיל שמוץ דו גייסט כאפן פאר יעדע טרער וואס א קרויס אדער א וויקטים גייט פארלאזן אויף וואס דו שרייבסט? דו ווייסט די שטראף פון וויי טון א יוד? פארשעמען א יוד?

איך וואלט געזאגט זאלסט מעורר זיין דיין ידיד ר' אהרן ט"ב אויך, אבער איך ווייס אז ער גייט זיך אויסלאכן ווארום די תורה און דער הייליגער באשעפער שפילן נישט קיין ראלע ביי אים.

טראכט איבער דיינע מעשים אפאר מינוט.

ידידך עוז.
.......
מאנטאג יאנואר 28, 2013 4:27 pm#83114
גאנץ שוואך.
א געשאסענער קויל שיסט מען נישט נאכאמאל מיין פריינט.
מאנטאג יאנואר 28, 2013 4:59 pm#83123
איך האב נישט צוריקגעשאסען, נאר געפיקסט דיינע ספעלינג מיסטעיקס.
מאנטאג יאנואר 28, 2013 5:01 pm#83124
שוואך שוואך שוואך!!!
מאנטאג יאנואר 28, 2013 5:15 pm#83131
ווען מען זאל טאקע האבען "אמונה בחוש" דהיינו מען זאל גלייבען אין שכר ועונש אז דאס איז נישט קיין משל אדער א שטראשע נאר פאר עכט, ממש בחוש, וואלט דאך געווען א ערליכע וועלט, מי יתן,

איך האף אז מען מיינט עס ערענסט


Cliché
From Wikipedia, the free encyclopedia

A cliché or cliche (UK /ˈkliːʃeɪ/ or US /klɪˈʃeɪ/) is an expression, idea, or element of an artistic work which has been overused to the point of losing its original meaning or effect, especially when at some earlier time it was considered meaningful or novel. In phraseology, the term has taken on a more technical meaning, referring to any expression imposed by conventionalized linguistic usage. The term is frequently used in modern culture for an action or idea which is expected or predictable, based on a prior event.
מאנטאג יאנואר 28, 2013 5:52 pm#83141
עטליכע הערות.
1) איר וואונדערט זיך וואו זענען די רבנים עסקנים וכו', אפשר האבן זיי איינגעזעהן (עכ"פ טיף אין הארץ) אז נ.וו. איז (אפשר) יא שולדיג?
2) נ.וו. קינדער ליידן. ריכטיג. אבער יעדער באשולדיגטער ליידן זיינע קינדער און משפחה. זוהי המציאות, אין מה לעשות. טאףף בלע"ז.
3) איך האלט נישט אז מען גייט באקומען גיהנם פארן גלייבן/זאגן אז נ.וו. איז יא שולדיג, און אויך נישט פארן גלייבן/זאגן אז די וויקטים איז א ליגנער.
מאנטאג יאנואר 28, 2013 5:56 pm#83143
בשורה טובה !
עס עפענט זיך ב"ה א נייע סופארט גרופע פאר וועבערמאן-האליקערס. דאס זענען מענטשן וואס זענען נארמאל בדרך כלל, אבער זיי זענען זייער אבסעסירט צו איין נושא פון וועבערמאן, און זיי זענען עדיקטעד צו שרייבן און שרייבן, ככלב שב אל קיאו וכמעלה גירה, וכאומגעלונגענע רב על שלש סעודות תורה שלו.
די נייע גרופע וועט בקרוב מעלדן די פרטים, די אנאנאמיס נומבער און טעראפיסטן וואס צייכענען זיך אויס אין דעם און אלע פרטים.
פרייליך אידן, א ישועה איז אויפן וועג
מאנטאג יאנואר 28, 2013 6:13 pm#83151
ווען די רבי'ס פון די קהילה וואלטען געהאט אמונה בחוש וואלטען זיי גערופען א מאסען פארזאמלונג אין סיטי פיעלד, מיט דעם גאנצען כלל ישראל, אין וואלט זיך אנגעטועהן א קיטל מיט א טלית אין זיך אוועק געשטעלט פאר די גאנצע וועלט בקול בוכים מורי ורבותי !י

עס איז אונזער שולד אז מיר האבען צוגעלאזט א מצב אז אונזערס א מענטש זאל קומען לידי חשד אדער לידי עבירה, און האט גורם געווען אזא ביטערען חורבן פאר גאנצע משפחות,י

אויך זיינען מיר שולדיג אז מיר זיינען געגאנגען אין קארט צו באשולדיגען איינעם דעם אנדערען, און דאס האט צוגעברענגט אז מיר זעלבסט זיינען אריינגעפאלען אין דעם פראבלעם אזוי ווי דער פסוק זאגט בור כרה ויחפרהו,י

על כן זאלען מיר זיך אינטערנעמען וכו' י

קלישעי קלישעי
מאנטאג יאנואר 28, 2013 6:14 pm#83152
קופערניקעס, וואס קען איך טון אז עס זעצט זיך מיר נישט אין קאפ א לעבנסלענגליכער אורטייל פאר אחינו בשרינו

אויך נישט א שרעקליכע קאשמאר פאר אזא יונג מיידל

איך האב יעצט געענדיגט שרייבן די נישט געזאגטע דרשה