מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 10:57 am#356219
Re: נייע פראכטפולע אידישע געשעפטן אין ניו יארק
וועטערבאריכט האט געשריבן:איך האב געמאכט די לעצטע פאר גראסערי ארדערס אין בינגא. איך מוז זאגען אז דער געשעפט איז ממש א מחי-ה. סיי די באקוועמטליכקייט פון אריינדרייווען גראד אין א פארקינג לאט, אויב עס רעגענט גייט מען ווייטער אין די indoor lot. דער ערשטער לעוועל איז גראדע גאנץ פארשטופט אבער אויב איהר גייט צו די sublevel basement פארקינג איז אסאך גרינגער צו געפינען פלעצער און איך האב דערווייל קיינמאל נישט געהאט א פראבלעם מיט די פארקינג. די געשעפט איז לעכטיג אין זייער appealing. די aisles זענען ברייט און די וועגעלעך גרויס. די layout פון די סטאר איז זייער מסודר און גרינג צו געדענקען. די סחורה איז replenished זייער אפט ממילא איז עס אייבעג שיין פריש. די פרוכט און וועיגטעבעל פרייזען זענען אויסטעליש ביליג און די קוואלעטי עקסעלענט. די פרייזען אויף ממש אלע פראדוקטען זענען זייער גוט. איך האב גראדע געמאכט אפאר חשבונות אויף מיינע לעצטע פאר ארדערס און איך קען זאגען אז איך האב געשפארט בערך 50 דאלער אויף א יעדער 100 ווען איך compare עס צו די לאקעלע געשעפטען איך פלעג גיין. די געשעפט איז זייער ביזי מיט אסאך אידען פון אנדערע היימישע ערטער אזוי ווי וויליאמסבורג.איך זעה אויך פלענטי גבירים וואס האבען ליב דארט איינצוקויפען .עס איז נישט נאר וועגען געלט , עס איז א אינטערסאנטע פלאץ ווי איהר טרעפט זיך מיט חברים און שכנים. להבדיל, זעה איך דארט אסאך גוים , כנעזע און אטעליענע קומען אריין שאפען ... איך האב גארנישט א נגיעות אין דער געשעפט און איך פול גראדע מיטלייד מיט די קלענערע גראסעריס. אבער עס איז שוין לעצטענס געווען big fish eats small fish . איך בין אויפגעוואקסען אויף 18ave מיט א גראסרי א יעדע פאר בלאקס. גאלדבערג האט איינגעשלינגען אלע קלענערע און אנגעהויבען פארקויפען פלייש, פרוכט... כולל סטאר די זעלבע. ווען בריעדבערי איז אנגעקומען צו מיין געגענט האט וויזנערס און הדר גאולה געציטערט. יעצט איז הדר גאולה דער טעיק אויט פאר בינגא. אזוי גייט עס...בקיצור יעצט איז אנגעקומען א ריזיגע פוש און עס שלינגט איין אלע גרעסערע סופערמאקעטס, איך קען עפעס נישט טרעפען די sympathy פאר זיי. די קלענערע גראסעריס וועלען נאך אלס באקומען די קליינע טעגליכע ארדערס אבער די נייע בינגא געשעפט פארט זייער גוט און עס איז פיינע נייעס פאר בארא פארק און אנדערע היימישע ערטער.
צדיק, ווי לאנג ער וועט נישט מאכן קיין דעליוועריס אין האבן נארמאלע פאקערס וועט ער נישט מצליח זיין אין אינזער געגענט.

