Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » ביזנעס וועלט » נייע פראכטפולע אידישע געשעפטן אין ניו יארק

נייע פראכטפולע אידישע געשעפטן אין ניו יארק

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
90 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 156 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #6419
מיטוואך מאי 14, 2014 3:28 pm#200494
נייע פראכטפולע אידישע געשעפטן אין ניו יארק
עס זענען ב"ה פארהאן אסאך אידן וואס מאכן פרנסה, און לעצטענס הערט מען כסדר פון אידישע געשעפטן וואס עפענען זיך אויף מיט ריזיגע פראכטפולע לאקאלן, לשם ולתפארת.

אין בארא פארק עפענט זיך די טעג די הערליכע געשעפט "Tree House", וואס וועט זיין א פראכטפולער צוויי שטאקיגע שפילצייג-געשעפט.
דער געשעפט פלעגט זיין ממש א לעכל, און האט געטראגן דעם נאמען Variety Center. מיט אן אינוועסטמענט פון הערשל שרייבער, איז אפגעקויפט געווארן דעם דערנעבנדיגן געשעפט, און עס איז געבויט געווארן דער פראכטפולער נייער געשעפט.
דער אייגנארטיגער דיזיין פון דעם געשעפט האט א גאר שטארקן אפקלאנג ביים עולם.
דער אמאליגער לאקאל:
Tree House1.JPG
Tree House1.JPG (207.23 KiB) געזען געווארן 17572 מאל


בשעת דער געשעפט האט זיך געבויט, איז דער גאנצער בנין געווען איבערגעדעקט מיט א הערליכן אויפשריפט איבער דעם קומענדיגן געשעפט:
Tree House2.jpg
Tree House2.jpg (203.5 KiB) געזען געווארן 17572 מאל


נאכדעם איז דער געשעפט אויפגעדעקט געווארן:
Tree House.JPG
Tree House.JPG (186.12 KiB) געזען געווארן 17572 מאל



*

נאך א גרויסער געשעפט עפענט זיך אויף די טעג אין בארא פארק, מיט'ן נאמען Breadberry. דער געשעפט וועט זיין א סופערמארקעט אויפ'ן שטייגער ווי פאמעגראנעט וכדומה, און געפינט זיך ביי 17 קארנער 60.
Breadberry.jpg
Breadberry.jpg (223.46 KiB) געזען געווארן 17572 מאל


וועבסייט: m http://www.breadberry.com/ m
מיטוואך מאי 14, 2014 4:43 pm#200498
די איבערדעקאכץ אויף די סטאר איז א מעכטיגע איידיע. און ס'איז הערליך געמאכט
מיטוואך מאי 14, 2014 4:50 pm#200501
ווי איז די ערשטע געשעפט?
מיטוואך מאי 14, 2014 4:52 pm#200504
אופס, פארגעסן צו שרייבן...
עס איז אויף 16, צווישן 52 און 53 - קעגן איבער די הצלה גאראדזש.
מיטוואך מאי 14, 2014 6:12 pm#200516
א נייע אייז קריעם סטאר אויף 13 און 53
א נייע מיוזיק סטאר אויף 13 און 41
ועוד ועוד
מיטוואך מאי 14, 2014 6:23 pm#200517
AJ MADISON APPLIANCES בויעט א נייע מעגא סטאר/שוי רום אויף 36 און 13.
מיטוואך מאי 14, 2014 6:25 pm#200519
קליינס אייזקרים ארבייט שוין באלד צוויי יאר אויף א מעגא אייסקרים סטאר אויף 36 און church ave.
מיטוואך מאי 14, 2014 6:30 pm#200520
ראשעקאל האט געשריבן:די איבערדעקאכץ אויף די סטאר איז א מעכטיגע איידיע. און ס'איז הערליך געמאכט


די sign איז געמאכט געווארען דורך boro park signs נעבן שומר שבת עס איז ממש צים באווינדערן כמעט
יעדן job וואס זיי מאכען איז גאר שיין אין כסדר פרישע ideas
דאנערשטאג מאי 15, 2014 7:54 am#200625
/
דאנערשטאג מאי 15, 2014 11:03 pm#200761
וואס? זיי ברענגען דא די הפגנות?
אוואו איז דאס קיקאר האשאבעס?
און 'קאר'ת פארקינג??
דאנערשטאג מאי 15, 2014 11:36 pm#200769
מבשר ואומר האט געשריבן:
וועבסייט: http://www.breadberry.com/

די וועבסייט איז פיינע נייעס...
פרייטאג מאי 16, 2014 1:17 am#200777
אזוי אויך נישט פארגעסען די צוויי עסס געשעפטען פון אכצענטע עוו. וואס האבן געפענט א ברענעטש אויף דרייצען.
בעיגעלס ענד גרין, אין ירושלים פיצה. ביידער אויף 13 צווישען 51 אין 52.
ביידע האבן הערליך שיין איבערגעמאכט,

אבער לפע"ד האלט איך נישט פון מאכן גרויסע גלאזענע פענצטער אויפן גאנצען מזרח וואנט פונעם געשעפט,
ס'גייט ממש אריין אין די גדר פון אוכל בשוק.
כ'קען באשטיין צו עסען אביסעל פריוואט, נישט אויף דיספלעי פון א סטאר פראנט ווי ס'גייט אדורך הונדרעטע מענטש'ן יעדער פאהר מינוט.
דאס איז חוץ פון די פאקט אז כ'באקום גריסען פון מיין ווייב יעדעס מאל כגיי אריין אין אזא געשעפט, ''חני האט מיך געטעקסט ביסט אין בעיגלס אין גרין, באן אפעטיט'', אדער ''רבקי זאגט מיך האסט דיך באשטעלט צוויי בעיגעלס, וואס איז מיט די דייעט?''
פרייטאג מאי 16, 2014 1:21 am#200778
בארא פארק ווערט א שטאט פון עסן געשעפטן און בענק, באלד וועט מען אלעס חוץ דעם דארפן קויפן אנליין. ס'איז מסתבר אזוי וועט די וועלט אויסזעהן און 10-15 יאר פון יעצט.
פרייטאג מאי 16, 2014 12:14 pm#200831
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:אזוי אויך נישט פארגעסען די צוויי עסס געשעפטען פון אכצענטע עוו. וואס האבן געפענט א ברענעטש אויף דרייצען.
בעיגעלס ענד גרין, אין ירושלים פיצה. ביידער אויף 13 צווישען 51 אין 52.
ביידע האבן הערליך שיין איבערגעמאכט,

און ספרינקעלס אייזע קרים?
זונטאג מאי 18, 2014 4:50 am#200895
רויטע וואנצעס האט געשריבן:בארא פארק ווערט א שטאט פון עסן געשעפטן און בענק, באלד וועט מען אלעס חוץ דעם דארפן קויפן אנליין. ס'איז מסתבר אזוי וועט די וועלט אויסזעהן און 10-15 יאר פון יעצט.

לגבי עס (פרעס) געשעפטן, שטייט וויליאמסבורג גארנישט אינטער בארא פארק... :? 8-) :lol: :roll: :oops: :o
זונטאג מאי 18, 2014 2:36 pm#200928
ברעדבעררי האט זיך היינט געעפענט
זונטאג מאי 18, 2014 2:38 pm#200929
/
זונטאג מאי 18, 2014 2:46 pm#200931
ווער איז דער בעה''ב?
זונטאג מאי 18, 2014 6:12 pm#200965
איך אויך האט געשריבן:ווער איז דער בעה''ב?

לויטן בילד זעהט אויס אז גרינפעלד מיט הייקינד...
זונטאג מאי 18, 2014 11:02 pm#200988
דאס נייע סטאר גייט הרגנען די טראפיק אויף 60 סטריט, דאס איז ממש משוגע, אזא גרויסע סטאר און זיי האבן נישט קיין פארקינג
זונטאג מאי 18, 2014 11:41 pm#200995
פינקט פארקערט.... אויב ס'איז נישט דא קיין פּארקאינג העט מען נאר קימען צופיס..
מאנטאג מאי 19, 2014 12:52 am#201004
די פידלערס זעען אויס ווי א פאר אלטע רוסישע אידעלעך... :? 8-) :lol: :lol: :roll: :lol: :oops: ;) :o
מאנטאג מאי 19, 2014 9:50 am#201042
ראשעקאל האט געשריבן:ברעדבעררי האט זיך היינט געעפענט

Really ? So this will be the new standard? Oh hashem please send the owner(s) a refuah shleima
מאנטאג מאי 19, 2014 9:53 am#201044
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:אזוי אויך נישט פארגעסען די צוויי עסס געשעפטען פון אכצענטע עוו. וואס האבן געפענט א ברענעטש אויף דרייצען.
בעיגעלס ענד גרין, אין ירושלים פיצה. ביידער אויף 13 צווישען 51 אין 52.
ביידע האבן הערליך שיין איבערגעמאכט,

אבער לפע"ד האלט איך נישט פון מאכן גרויסע גלאזענע פענצטער אויפן גאנצען מזרח וואנט פונעם געשעפט,
ס'גייט ממש אריין אין די גדר פון אוכל בשוק.
כ'קען באשטיין צו עסען אביסעל פריוואט, נישט אויף דיספלעי פון א סטאר פראנט ווי ס'גייט אדורך הונדרעטע מענטש'ן יעדער פאהר מינוט.
דאס איז חוץ פון די פאקט אז כ'באקום גריסען פון מיין ווייב יעדעס מאל כגיי אריין אין אזא געשעפט, ''חני האט מיך געטעקסט ביסט אין בעיגלס אין גרין, באן אפעטיט'', אדער ''רבקי זאגט מיך האסט דיך באשטעלט צוויי בעיגעלס, וואס איז מיט די דייעט?''

If she has a problem with you eating out have her prepare lunch every day
מאנטאג מאי 19, 2014 9:55 am#201045
מה יעשה הבן האט געשריבן:דאס נייע סטאר גייט הרגנען די טראפיק אויף 60 סטריט, דאס איז ממש משוגע, אזא גרויסע סטאר און זיי האבן נישט קיין פארקינג

With all school bus stops on 60th traffic was always bad
פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 2:41 am#350889
ס'הייסט אז זיי עפענען אין ב"פ אויף 13 עוועניו און 60 סטריט, און די נעקסטע וואכען.
פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 2:44 am#350890
אפיציעל ווילען זיי אפערן גאר ביליגע פרייזען.
זיי האבען ארויסגענומען א ליעס אויף די אלטע PathMark געשעפט.
פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 3:58 am#350896
Re: נייע פראכטפולע אידישע געשעפטן אין ניו יארק
Chuchem האט געשריבן:אפיציעל ווילען זיי אפערן גאר ביליגע פרייזען.
זיי האבען ארויסגענומען א ליעס אויף די אלטע PathMark געשעפט.

דאס זעט אויס ווי די סימבאל פון אושר עד גראסערי טשעין אין ארץ ישראל.., און די סלאגאן איז אויך די זעלבע.
בילד
פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 7:17 am#350899
נכון. איינער פון די בעלי בתים פון בינגו, פירט אן די אושר עד געשעפטן און א"י.
פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 10:40 am#350913
וואספארא געשעפט איז דאס?
פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 10:49 am#350917
כאילו א אידישע Costco
וואס האט זייער אייגענע brand פון אלעס.
פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 10:51 am#350918
איך מיין עס איז לאו דוקא זייער אייגענע ברענד נאר מער Bulk פאר ביליגע פרייזן
פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 10:53 am#350920
ער פארקויפט Kirkland זאכן לויט ווי איך האב געהערט.
פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 10:54 am#350922
עס איז יא זייער אייגענע ברענד.
זיי טוהן עס ביי Media OTG
זונטאג אקטאבער 16, 2016 11:25 am#352584
Re: נייע פראכטפולע אידישע געשעפטן אין ניו יארק
בילד
זונטאג אקטאבער 16, 2016 11:28 am#352586
מסתם איז 52 היכל זיי איבערגעוואקסן ?
דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 6:08 pm#354876
בינגא- הערליך , גוטע פרייזען , פארקינג
א גוטען , דער נייער בינגא געשעפט איז אפען אהן די גאנצע טאראם און גרענד אפענינגס . איך בין געווען שאפינג דארט היינט. די פארקיניג איז שיין ציגעשטעלט. עס איז דא פארקינג אינדרויסען פון 61 street ציווישען 12-13 ave. אויב די לאט איז פול איז דא צוויי underground parking פלעצער פאר הונדערטער קארס. די געשעפט אליינס איז גארנישט פענסי אבער זייער ריין ליכטיג און שיין אויסגעלייגט . די פרייזען זענען מיט א שיינע פאר דאלער ביליגער ווי breadberry למשל. נאך דעם האבען זיי גרויסע סעיל אייטעמס ספעשעלס וכו׳ עס איז דא אלס ציבאקומען שיינע פרוכט , גוטע טשיקען און פלייש , בעקערי נעמען זיי פון sterns און די פרייזען זענען געווען זייער גוט. מען קען קויפען bulk items פאר בעסערע פרייזען. די checkout counters זענען געווען שיין און פול אבער מיט ארום 15 קאונטערס האב איך נישט געדארפט ווארטען אין א ליין.

די אינטערסאנטע זאך איז אז זיי האבען נישט advertised , נישט געמאכט א ribbon cutting וכו׳ נישט אראפגעריפען די פאלעטישענס וכו׳ . איך ווייס נישט אפילו וויאזוי יעדער ווייסט זיי זענען אפען . לעומת זה ברעדבערי האט אריינגעשאסען א פערטעל מיליאן אויף ברענדינג און אדווערטייזינג . איך האב געמיינט אז די נייער געשעפט וועט נישט בייגרייפען ברעדבערי אבער עס איז קלאר די געסער ארום ברעדבערי זענען אסאך ליידיגער און די געשעפט איז געווען כמעט ליידיג אויף א דאנערשטאג נאכמיטאג . ברעדבערי וועט נאך האלטען איהר פלאץ פאר די נייע פענסי חסידישע yuppies וועס האבען ליב ארומשפאצירען מיט א latte און sushi און איז אן upscale store . אבער די נייער bingo געשעפט זעט אויס צו זיין אויס געשטעלט צו ווערען א success און ערענסטע קאמפעטישען פאר גראסערי סטארס אין בארא פארק.
דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 6:12 pm#354877
Re: נייע פראכטפולע אידישע געשעפטן אין ניו יארק
זיי האבן עדווערטייזט אז מאכן נישט קיין גרענד אויפינאינג כדי נישט צו ספענדן די קאסטעמערס געלד.
זייער סלויגען איז our buying power is your profits
דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 6:13 pm#354878
Re: נייע פראכטפולע אידישע געשעפטן אין ניו יארק
בילדבילד


Sent from my iPhone using Tapatalk
דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 8:50 pm#354898
Re: נייע פראכטפולע אידישע געשעפטן אין ניו יארק
וועטערבאריכט האט געשריבן:א גוטען , דער נייער בינגא געשעפט איז אפען אהן די גאנצע טאראם און גרענד אפענינגס . איך בין געווען שאפינג דארט היינט. די פארקיניג איז שיין ציגעשטעלט. עס איז דא פארקינג אינדרויסען פון 61 street ציווישען 12-13 ave. אויב די לאט איז פול איז דא צוויי underground parking פלעצער פאר הונדערטער קארס. די געשעפט אליינס איז גארנישט פענסי אבער זייער ריין ליכטיג און שיין אויסגעלייגט . די פרייזען זענען מיט א שיינע פאר דאלער ביליגער ווי breadberry למשל. נאך דעם האבען זיי גרויסע סעיל אייטעמס ספעשעלס וכו׳ עס איז דא אלס ציבאקומען שיינע פרוכט , גוטע טשיקען און פלייש , בעקערי נעמען זיי פון sterns און די פרייזען זענען געווען זייער גוט. מען קען קויפען bulk items פאר בעסערע פרייזען. די checkout counters זענען געווען שיין און פול אבער מיט ארום 15 קאונטערס האב איך נישט געדארפט ווארטען אין א ליין.

די אינטערסאנטע זאך איז אז זיי האבען נישט advertised , נישט געמאכט א ribbon cutting וכו׳ נישט אראפגעריפען די פאלעטישענס וכו׳ . איך ווייס נישט אפילו וויאזוי יעדער ווייסט זיי זענען אפען . לעומת זה ברעדבערי האט אריינגעשאסען א פערטעל מיליאן אויף ברענדינג און אדווערטייזינג . איך האב געמיינט אז די נייער געשעפט וועט נישט בייגרייפען ברעדבערי אבער עס איז קלאר די געסער ארום ברעדבערי זענען אסאך ליידיגער און די געשעפט איז געווען כמעט ליידיג אויף א דאנערשטאג נאכמיטאג . ברעדבערי וועט נאך האלטען איהר פלאץ פאר די נייע פענסי חסידישע yuppies וועס האבען ליב ארומשפאצירען מיט א latte און sushi און איז אן upscale store . אבער די נייער bingo געשעפט זעט אויס צו זיין אויס געשטעלט צו ווערען א success און ערענסטע קאמפעטישען פאר גראסערי סטארס אין בארא פארק.

א יעדער גראסערי אין בארא פארק איז מיט אפאר דולר ביליגער ווי ברעדבערי
דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 8:57 pm#354899
פלייש דארט איז בכלל נישט ביליג.
דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 9:52 pm#354907
Re: נייע פראכטפולע אידישע געשעפטן אין ניו יארק
עס איז יא
דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 10:39 pm#354915
No. Sorry it is not.
ס'דא ביליגער אין בפ
דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 11:16 pm#354919
Re: נייע פראכטפולע אידישע געשעפטן אין ניו יארק
ווי איז ביליגער פאר די מהודר'דיגע התאחדות פלייש???
זונטאג דעצעמבער 04, 2016 8:19 pm#356178
אפדעיט בינגא- איז פיינע נייעס
איך האב געמאכט די לעצטע פאר גראסערי ארדערס אין בינגא. איך מוז זאגען אז דער געשעפט איז ממש א מחי-ה. סיי די באקוועמטליכקייט פון אריינדרייווען גראד אין א פארקינג לאט, אויב עס רעגענט גייט מען ווייטער אין די indoor lot. דער ערשטער לעוועל איז גראדע גאנץ פארשטופט אבער אויב איהר גייט צו די sublevel basement פארקינג איז אסאך גרינגער צו געפינען פלעצער און איך האב דערווייל קיינמאל נישט געהאט א פראבלעם מיט די פארקינג. די געשעפט איז לעכטיג אין זייער appealing. די aisles זענען ברייט און די וועגעלעך גרויס. די layout פון די סטאר איז זייער מסודר און גרינג צו געדענקען. די סחורה איז replenished זייער אפט ממילא איז עס אייבעג שיין פריש. די פרוכט און וועיגטעבעל פרייזען זענען אויסטעליש ביליג און די קוואלעטי עקסעלענט. די פרייזען אויף ממש אלע פראדוקטען זענען זייער גוט. איך האב גראדע געמאכט אפאר חשבונות אויף מיינע לעצטע פאר ארדערס און איך קען זאגען אז איך האב געשפארט בערך 50 דאלער אויף א יעדער 100 ווען איך compare עס צו די לאקעלע געשעפטען איך פלעג גיין. די געשעפט איז זייער ביזי מיט אסאך אידען פון אנדערע היימישע ערטער אזוי ווי וויליאמסבורג.איך זעה אויך פלענטי גבירים וואס האבען ליב דארט איינצוקויפען .עס איז נישט נאר וועגען געלט , עס איז א אינטערסאנטע פלאץ ווי איהר טרעפט זיך מיט חברים און שכנים. להבדיל, זעה איך דארט אסאך גוים , כנעזע און אטעליענע קומען אריין שאפען ... איך האב גארנישט א נגיעות אין דער געשעפט און איך פול גראדע מיטלייד מיט די קלענערע גראסעריס. אבער עס איז שוין לעצטענס געווען big fish eats small fish . איך בין אויפגעוואקסען אויף 18ave מיט א גראסרי א יעדע פאר בלאקס. גאלדבערג האט איינגעשלינגען אלע קלענערע און אנגעהויבען פארקויפען פלייש, פרוכט... כולל סטאר די זעלבע. ווען בריעדבערי איז אנגעקומען צו מיין געגענט האט וויזנערס און הדר גאולה געציטערט. יעצט איז הדר גאולה דער טעיק אויט פאר בינגא. אזוי גייט עס...בקיצור יעצט איז אנגעקומען א ריזיגע פוש און עס שלינגט איין אלע גרעסערע סופערמאקעטס, איך קען עפעס נישט טרעפען די sympathy פאר זיי. די קלענערע גראסעריס וועלען נאך אלס באקומען די קליינע טעגליכע ארדערס אבער די נייע בינגא געשעפט פארט זייער גוט און עס איז פיינע נייעס פאר בארא פארק און אנדערע היימישע ערטער.
זונטאג דעצעמבער 04, 2016 9:59 pm#356185
Re: נייע פראכטפולע אידישע געשעפטן אין ניו יארק
וועטערבאריכט האט געשריבן:איך האב גראדע געמאכט אפאר חשבונות אויף מיינע לעצטע פאר ארדערס און איך קען זאגען אז איך האב געשפארט בערך 50 דאלער אויף א יעדער 100 ווען איך compare עס צו די לאקעלע געשעפטען איך פלעג גיין.


דעס מיינט אז זיי זענען מיט פיפציג פראצענט ביליגער אויף זייערע אייטעמס ווי סתם א גראסערי?
זונטאג דעצעמבער 04, 2016 10:06 pm#356189
קאסטנער האט געשריבן:
וועטערבאריכט האט געשריבן:איך האב גראדע געמאכט אפאר חשבונות אויף מיינע לעצטע פאר ארדערס און איך קען זאגען אז איך האב געשפארט בערך 50 דאלער אויף א יעדער 100 ווען איך compare עס צו די לאקעלע געשעפטען איך פלעג גיין.


דעס מיינט אז זיי זענען מיט פיפציג פראצענט ביליגער אויף זייערע אייטעמס ווי סתם א גראסערי?

שטיות
זונטאג דעצעמבער 04, 2016 10:13 pm#356191
קאסטנער האט געשריבן:
וועטערבאריכט האט געשריבן:איך האב גראדע געמאכט אפאר חשבונות אויף מיינע לעצטע פאר ארדערס און איך קען זאגען אז איך האב געשפארט בערך 50 דאלער אויף א יעדער 100 ווען איך compare עס צו די לאקעלע געשעפטען איך פלעג גיין.


דעס מיינט אז זיי זענען מיט פיפציג פראצענט ביליגער אויף זייערע אייטעמס ווי סתם א גראסערי?

איך האב גענומען א ריסיט און אדורך אייטעם ביי אייטעם אנקעגען ברעידבערי און א קלענערע גראסערי סטאר וואס איך/ אדער מיין ווייב גיי געווענטליך פאר מיין וועכענטליכע ארדערס. זיי זענען ביידע נישט פון די ביליגערע געשעפטען. פון די אויבערדערמאנטע קען איך זיך שפארען ארום 50 דאלער פון א 100 טייפ ארדער.

נאכאמאל קלארשטעלען, איך טו נישט צוגלייכען צוויי גרעסערע געשעפטען ווי לאמיר זאגען גאורמעט גלאט צו כולל, אדער כולל צו גאלדבערג. איך רעד פון די קלענערע און טייערע גראסעריס ארום בארא פארק . אויב איך שפאר זיך איין 1-2 דאללער אדער פער אייטעם , איז גאנץ גרינג צו זעהן אז פאר א 109 דאלערדיגע ארדער וואלט עס געווען מיט א 47 דאללער העכער ווי בינגא. איך בין נישט דער טייפ ארום גיין זיכען מציאות עקסטער אין א פאר געשעפטען, אבער אויב א פלאץ האט גוטע סחורה אויף גוטע פרייזען , גוטע פארקינג, און א גוטע אטמאספער...נו ..לוינט זיך עס דען נישט?
זונטאג דעצעמבער 04, 2016 10:44 pm#356199
איך שאפ אין קאסקאו מזמן לזמן, און דארט שפאר איך זיך אויך מינימום א פופציגער פער יעדע הונדרעט דאלער פון מיין געהעריגע גראסערי, וועלכע איז יא א גאר ביליגע גראסערי. ממילא איז וועטערבאריכט'ס באריכט בכלל נישט קיין שאק פאר מיר.


.
מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 3:19 am#356213
Re: נייע פראכטפולע אידישע געשעפטן אין ניו יארק
אפשר קען מען פארגלייכען דער פרייזן פון בינגא ווערסעס אנדערע גשעפטען?