מיטוואך יאנואר 6, 2016 7:47 pm#316366
הער איך היינט ווי איינער פרעגט א רב אויב בין השמשות מעג מען נאך רעדן אין לערנען,האט די רב געענטפערט א שוואכע דבר תורה מעג מען.
סביב העולםOHIO: A fugitive sent a selfie of himself to police because he didn’t like the mug shot they released in regards to a warrant out on him.
נהורא נפישאס'האט איינער געזאגט אז ווען ער איז אונטערוועגענס איז אים אוממעגליך צו מקפיד זיין אויף די דריי זאכן
1) אינדערהיים עסט ער נאר פראדוקטן וואס זענען אונטער די שטרענגע השגחה פון התאחדות הרבנים, אבער אונטערוועגענס מוז ער זיך פארלאזן אויף די ארגעניזאציע הכשרים
2) אונטערוועגנס איז אים שווער מקפיד צו זיין אויף מנין
3) אונטערוועגנס איז אים שווער מקפיד צו זיין אויף א בת ת"ח.
טמיראמאל אינמיטן שמו"ע צוקלונגט זיך שמערל'ס טעלעפאן. ווי נאטורליך טוט זיך א געקלאפעכטס און א געשושקעכטס, און דר'עולם איז העפפי. אבער מאדנע איז אז שמערל אליין איז אויך צווישן די קלאפערס ביז ס'פאן האט זיך אפגעשטילט.
נאכן דאווענען פרעגט מען עם "פארוואס האסטו מיטגעקלאפט, ס'איז דאך דיין אייגענע כלי??"
"דער רביזקיסעיאגענעלייני האט אונז אויסגעלערענט אז ווען עס קומט צו כבוד שמים קוקט מען נישט אויף די אייגענע נגיעות!" ענטפערט שמערל