פארומס › מילתא דבדיחותא

מילתא דבדיחותא

3,900 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #66
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
מאנטאג יאנואר 01, 2018 9:18 pm#392573
אנשטאטס מאסקיטא בייטס באקומט מען פראסט בייטס.
נחמא פורטא.
דינסטאג יאנואר 02, 2018 2:28 am#392583
ר' אברהם מרדכי מלאך כאטש ער איז נישט מיין פעיווארד רעדנער זאגט אזוי:

איך גיי ארום צו שמחות קומט מיר אויס צו רעדן פאר חתנים זאג איך זיי אז סיי דו אין סיי רובאשקין פראווענען שבע ברכות נאר די חילוק איז אז ער פראוועט ווייל ער איז ארויס פון תפיסה און דו וויל איך שוין נישט זאגן.....
דינסטאג יאנואר 02, 2018 4:03 pm#392609
ווייל אזוי, כאטשיק ער איז נישט מיין פעיווארעט שרייבער, לייק איך אים.
זונטאג יאנואר 07, 2018 7:51 pm#392941
C/P
לערן דיך די נייע שפראך פון די צייטונגען:

רבבות = מער פון צען אידן.
מלא התרגשות = מהיכי תיתי.
א' שמות = דינסטאג פרשת תצוה.
עושה רושם = א שאקל מיט'ן קאפ.
שטראמעדיגע מאסן = א כמעט ליידיגע זאל.
רבי שליט"א = בנן של קדושים.
רב דביהמ"ד = ספרים פאקער.
משב"ק = פאליטיקאנט.
חסידי'שער אינגערמאן = א שומר שבת (?)
הרה"ג = ענדיגט קוים חומש רש"י.
חדב"ן = ווארט נעבעך שווער צו ווערן א אדמו"ר.
פני העדה = האלב קהל האט אויף זיי טענות.
לפני מלכים התייצב = כאפט א סעלפי מיט'ן פייערלעשער הויפט.
מאנטאג יאנואר 08, 2018 12:56 am#392966
איך גיי יעצט זאגן א מילתא דבדיחותא וואס האט שוין געהאט א ווייסע בארד בימי מיין עלטער זיידן זצוק"ל...דער פרעזידענט פון עגיפטן, דער הויכגעשעצטער גאמאל אבדול נאסער האט געסטראשעט אז ער גייט באמבארדירן די גרעסטע אידישע שטאט. האבן זיך אלע אידן אין ברוקלין שטארק דערשראקן...!
מאנטאג יאנואר 08, 2018 1:51 am#392978
וויאזוי ווייסט מען אז עשו איז געווען א רבי?

ער איז געגאנגען מיט א פעלץ
ער האט זיך ארומגעדרייט מיט 400 מענטשן
און ער האט זיך געקריגט מיט זיין ברידער
מיטוואך יאנואר 10, 2018 3:30 pm#393172
שמעון וואלף האט געשריבן:וויאזוי ווייסט מען אז עשו איז געווען א רבי?

ער איז געגאנגען מיט א פעלץ
ער האט זיך ארומגעדרייט מיט 400 מענטשן
און ער האט זיך געקריגט מיט זיין ברידער


דאס איז אלט ווי די גלות
מיטוואך יאנואר 10, 2018 4:10 pm#393177
א-שופר-איז-א-שופר האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:וויאזוי ווייסט מען אז עשו איז געווען א רבי?

ער איז געגאנגען מיט א פעלץ
ער האט זיך ארומגעדרייט מיט 400 מענטשן
און ער האט זיך געקריגט מיט זיין ברידער


דאס איז אלט ווי די גלות

לייג צו צו די אשכול תקנות אז נאר נייע וויצן ערלויבט.
מיטוואך יאנואר 10, 2018 10:13 pm#393210
די אינטרעסאנטע מעשה'לע וואס איך גיי דא פארציילן האביך שוין געהערט אין פארשידענע פארמאטן. אבער ס'איז כדאי צו פארציילן...!

דער חכימא דיהודאי ר' י.ל. ני"ו איז אמאל געפארן אויפ'ן טרעין פון איין שטאט צום צווייטן. ער איז געזיצן מיט זיין גאנצע חסיד'ישע טראגע. האטציך אוועקגעזעצט נעבן איהם א פרייער אמעריקאנער איד און ער הייבט איהם אן צו געבן א פארציע מוסר אויף אידיש, אז ער מאכט א חילול השם. און אז די גויים האבן פיינט די אידן וועגן אזעלכע מענטשן ווי ער. ווען יענער האט געענדיגט זיין דרשה, רופט זיך אן ר' י.ל. צו איהם אין ענגליש. עקסקיוז מי סיר. איי דאנ'ט אנדערסטענד וואט יו אר סעיאינג. וואט לענגוויטש אר יו ספיעקינג. זאגט דער פרייער איד אין ענגליש איי עם ספיעקינג אידיש ביקאוז יו אר דזשאויש. זאגט ר' י.ל. יו אר מיסטעיקען. איי עם אמיש (או.קעי. עימיש פאר די היימישע). האט דער פרייער איד זיך אנטשולדיגט און געזאגט. איי עם סאו סאררי. איי עדמייער דהע וועי דהאט יו אר קיעפינג יור טרעדישאן...! דאמאלס האט ר' י.ל. אויפגעמאכט זיין מויל און איהם באוואשן אויף אידיש...דו געמיינער יונג וואס דו ביסט. ווען דו מיינסט אז איך בין אן אמישער גוי געסטו מיר קאמפלימענטן. און דו שפייסט אויף דיין אייגן אידישן פאלק...!
מיטוואך יאנואר 10, 2018 10:29 pm#393214
די מעשה ווערט דערציילט אויף דאקטאר אברהם טווערסקי
מיטוואך יאנואר 10, 2018 10:35 pm#393215
איך האב עס געהערט אויף ר' ישראל'טשע קאסאנער
מיטוואך יאנואר 10, 2018 10:52 pm#393216
איך האב עס שוין געהערט אויף ביידע, מן הסתם איז עס געווען די צווייטע, און איינער וואס האט קיינמאל נישט געהערט פון איהם, האט ער נישט געדענקט די נאמען, האט ער אפירגעקראצט די איינציגסטע רב וואס ער קען, וואס קען א גוטע ענגליש...
מיטוואך יאנואר 10, 2018 11:59 pm#393221
אן עלטערער פארפאלק שלעפט זיך אריבער צום דאקטער פאר אן אונטערזוכונג. דער דאקטער טאפט אהער און אהין, פרעגט אויס זיין ליסטע מיט שאלות.. דער אידל זאגט פארן דאקטער אז אלעס קלאפט ב"ה פיין, חוץ אז ביינאכט דארף ער אפט ארויס גיין אין ביסקיסע אבער חוץ דאס איז אלעס בסדר.

איך ווייס אבער אז דער אייבערשטער היט מיך לייגט ער צו מיט א גלייכקייט. אפי' ס'איז טינקעל טרעף איך גלייך די טיר און אפי' דער לייט צינדט זיך אן אוטאמאטיש ווען איך קום אריין.

פשש.. באוואונדערט אים דער דאקטער. ביסטעך געזונט אין פריש! דו קענסט אהיים גיין לחיים ולשלום.


א מינוט דאקטער.. טאנצט זי אויף פון איר בענקל, שוין א יאר צייט וואס ער קטנ'ט מיר אריין אינעם פרידזשעדער...
דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 12:06 am#393222
נאך א מזל איך האב שוין געגעסן נאכטמאל היינט, איך ווייס נישט צי איך וואלט נאך געקענט עסן נאכ'ן דאס ליינען.
דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 9:54 am#393236
פארוואס ווען א עושר קען אויך נאכזאגן עפעס א שיטה מקומצת זאגט מען אויף איהם תורה וגדולה במקום אחד,
אבער ווען א תלמיד חכם עצום האט אויך אויף שבת צו מאכן זאגט מען עס נישט אויף איהם???
דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:21 am#393243
שוין אן אלטע קשיא, קען זיין די תירוץ גייט בערך אזוי:

איזהו חכם המכיר את מקומו, דער ת"ח וויסט אז ער איז בעיקר א ת"ח וואס דאס איז מקומו, און צו די זייט אביסל פרנסה, בלאזט ער נישט פון די געלט, משא"כ דער "הרבני הנגיד" קוועטשט אריין זיין תורה'לעך אין זיין געלט פרסום וואס איז בעיקר זיין מקום, מילא איז תורה וגדולה במקום אחד...

מתרץ געווען דרוש ע"פ דרוש...
דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 12:53 pm#393252
וע"פ פשוטו י"ל שהתורה שלו הוא בבחי' גדולה 'במקום אחד' ואינו מכיר את מקומו, שהרי אסור להרהר בד"ת בביה"כ...
דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 6:47 pm#393288
עשיר יענה עזות.
דער ת"ח האט נישט געניג גאטס.
דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 9:08 pm#393297
ברוך שפינוזה האט געשריבן:איך האב עס שוין געהערט אויף ביידע, מן הסתם איז עס געווען די צווייטע, און איינער וואס האט קיינמאל נישט געהערט פון איהם, האט ער נישט געדענקט די נאמען, האט ער אפירגעקראצט די איינציגסטע רב וואס ער קען, וואס קען א גוטע ענגליש...

און איך האב עס געהערט אויף ר' י. ל. ווייל ווער ס'קען איהם ווייסט אז ער איז מסוגל אזוי צו האנדלען. ער איז א פיקח עצום. און ער איז אייביג גרייט צו העלפן א צווייטן איד מיט עצות און מעשים...!
דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:11 pm#393304
א ארימאן א עם הארץ האט זיך אמאל אפגערעדט אז ביי איהם איז אויך תורה וגדולה במקום אחד, ביידע זענען ביי איהם אין די ערד.
דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:41 pm#393306
תנחום האט געשריבן:א ארימאן א עם הארץ האט זיך אמאל אפגערעדט אז ביי איהם איז אויך תורה וגדולה במקום אחד, ביידע זענען ביי איהם אין די ערד.


מ'קען נישט גלייבען אן ארימאן אן עם הארץ אין די ענינים. א גאנצע וואך איז ער נישט נאמן, און שבת ווען "אפילו ע"ה אימת שבת עליו" טאר מען נישט רעדן געלט זאכן, און פון דער היתר "נישט אין שבת גערעדט" ווייסט ער נישט ווייל ער'ז אן ע"ה, איז ווען קען מען עסטעבלישען דעם ארימאן אן עם הארץ?....
פרייטאג יאנואר 12, 2018 4:08 am#393315
וואלווי: ווען ער וויל ווייזן אז ער איז א תלמיד חכם. למשל, ווען ס'פאלט אריין א טראפ מילעך פון א בעיבי באטי אין א טעלער טשולנט הייסט ער פאר זיין זון ער זאלל איהם ברענגען דעם שולחן ערוך הילכות שבת. ווען מ'האט איהם געפרעגט פארוואס עפעס הילכות שבת...? האט ער געענטפערט...ווייל אום שבת עסט מען טשולנט...!
דינסטאג יאנואר 16, 2018 12:31 pm#393516
קומט זיך אן א אידל צום לוד עירפארט, די באאמטע שטעלן איהם אפ און מאכן א שו''ת כדרכם
באאמטער: וואס איז די ציהל פון אייער באזוך
אידל: להשתקע, איך קום זיך באזעצען דא
באאמטער: אזוי גאר, וואס פלאנט איהר צו טוהן פאר פרנסה
אידל: זיין ראש ממשלה....
באאמטער: זאגט נאר, איהר זענט אינגאנצן פארוקט?
אידל: אה, נישט געוואוסט אז דאס איז איינער פון די פארלאנגטע קוואליפיקאציעס
דינסטאג יאנואר 16, 2018 3:47 pm#393532
דער ווערטל קומט פון די צייטן פון יצחק שמיר, לכבודו זענען ארויסגעקומען דעי סארט מילתא דבדיחותא'ס. פארשטייט זיך אז היינט קען מען עס שוין ניצן אויף אמעריקע אויך...
דינסטאג יאנואר 16, 2018 11:00 pm#393582
בן אדם: מדי דברי. אז מ'רעדט שוין פון פרעמיער יצחק שמיר וועלל איך נאכזאגן נאך א דבר חכמה פון איהם. כדי ס'זאלל זיין שפתותיו דובבות בקבר. ווען ער איז געלאפן פאר פרעמיער מיניסטער האט ער געטיילט הבטחות רעכטס און לינקס. נאך די עלעקשנס זענען געקומען צו איהם די חברי האגודה און געטענה'ט צו איהם אויף געוויסע זאכן.."הבטחת"...האט ער געענטפערט במתק לשונו הק'..."אכן הבטחתי. אבל לא הבטחתי לקיים"...!
זונטאג יאנואר 21, 2018 9:40 pm#393924
האט איר שוין אמאל פראבירט צו קויפן אן עראפלאן טיקעט? אויב יא וועט איר וויסן אז מען קען קיינמאל נישט וויסן פאראויס וויפיל עס גייט אפקאסטן.

לדוגמא, אז איינער גייט אריין אין א קליידער געשעפט קויפן א קלייד, דאס איז בערך וויאזוי די אויסטויש גייט צו.
קויפער: "וויפיל קאסט א קלייד?"
אייגענטומער: "ווענד זיך, פאר וועלכע יארגאנג, שבת/וואכן?"
ק: "א שבתדיגע קלייד פאר א ווייבל."
א: "אה זייער פיין, אויף די רעק ליגן אלע שבתדיגע קליידער, עס לויפט פון 120 פאר די פשוטע ביז 180 פאר די בעסערע. דו קענסט טרעפן פאריעריגע מוסטערן פאר 99."

וויאזוי וואלט עס אבער אויסגעקוקט אויב די געשעפט ווערט אנגעפירט דורך אן ערליין. לאמיר שטיין אין זייט און אונטערהערן א שמועס.

קונה: "וויפיל איז א קלייד?"
אייגענטומער: "ווענד זיך."
ק: "ווענד זיך אין וואס?"
א: "עס איז אנגעוואנדן אין זייער אסאך זאכן."
ק: "פיין, קענסטו מיר געבן א מיטלגארטיגע פרייז?"
א: "אהם ניין, עס איז זייער שווער צו זאגן. די ביליגסטע קלייד איז $10 און עס לויפט ביז $475 מיט 200 פארשידענע פרייזן אינצווישן."
ק: "וואס איז די נ"מ פון די טייערסטע ביז די ביליגסטע?"
א: "באמת איז נישט דא קיין חילוק, עס איז אלס די זעלבע זאך."
ק: "איז געב מיר די $10 קלייד."
א: "אויף ווען ווילסטו די קלייד?"
ק: " וואס הייסט, יעצט."
א: "אוי, אויב ווילסטו עס יעצט אהיימנעמען קאסט עס $475."
ק: "איז ווען קען איך עס האבן פאר $10?"
א: "אין א חודש ארום. אבער, דו מוזט אריינקומען פאר פרייטאג עס קויפן און דו קענסט נישט אהיימגיין פאר זונטאג."
ק: "דו מאכסט לצינות פון מיר?"
א: "בכלל נישט, איך מיין עס גאר אמת'דיג. אגב, איך מוז קוקן אין מיין סיסטעם צו איך האב נאך."
ק: "וואס הייסט, איך זעה דו האסט א גאנצע רעק מיט סחורה."
א: "דאס מיינט נישט גארנישט. עס קען זיין אז במציאות איז נאך דא, אבער מיר פארקויפן נישט מער ווי א קליינע סכום פער טאג."
ק: "איז אויב קום איך אריין קויפן די קלייד אין א חודש ארום דאנערשטאג, און איך גיי אהיים מאנטאג, קען איך עס האבן פאר $10, איא?"
א: "אה נישט ממש, פונקט יענע מאנטאג איז די ביליגסטע קלייד $25. און אז מען רעדט שוין, די ביליגסטע קלייד איז ארויף צו $17"
ק: "וואס! איך האלט דאך אינמיטן רעדן צו דיר. וויאזוי איז די פרייז ארויף?"
א: "קוק אהער דו דארפסט פארשטיין. מיר טוישן אונזערע פרייזן הונדערטער מאל דורכאויס דעם טאג. אזויווי דו האסט נאך פאקטיש נישט באצאלט, האבן מיר געטוישט די פרייז. איז וועלכע קלייד ווילסטו למעשה?"
ק: "אינאמת'ן אריין ווייס איך אליין נישט פונקטליך. איך דארף אן עלעגאנטע שבת קלייד, ווי אויך א חתונה קלייד. חוץ מזה דארף איך א שיינע וואכן קלייד, אבער איך דארף קודם באשלוסן וועלכע שיך איך קויף, פאר איך קען אפמאכן וועלכע קאליר קלייד איך וויל."
א: "עס גייט נישט אזוי, מיר דארפן פונקטליך וויסן וויפיל און וועלכע קלייד איר דארפט."
ק: "ווייסטו וואס, געב מיר אלע דריי און וועל שוין שפעטער באשלוסן אויב איך וויל נוצן אלע צו נישט."
א: "ניין עס וועט נישט טויגן, איך קען עס נישט טון. דארפסט פארשטיין, אויב דו קויפסט א קלייד און דו באשלוסט שפעטער עס נישט צו ניצן, ווערן מיר ברוגז און מיר קענען צורעכענען שטראפן. מיר קענען אפילו צונעמען די אנדערע קליידער."
ק: "וואס!!!"
א: "אזוי ווי דו הערסט. מיר קענען דיר פארקויפן קליידער פאר שבת, וואכן, חתונות און יעדע שבע ברכות, ווי אויך האבן מיר בר מצוה און חול המועד קליידער. אבער טאמער ווערן נישט אלע קליידער גענוצט, איז עס א קלארערע פארברעך פון אונזערע תקנות."
ק: "וואס איז דיר א חילוק צו איך נוץ יא אדער נישט דו קליידער וואס איך האב געקויפט?"
א: "בארוהיגט אייך, עס איז נישט דא קיין סיבה צו ווערן אויפגעברויזט און אנגעצויגן. דאס זענען אונזערע פאליסיס און מען קען עס נישט טוישן."
ק: "איז האטס מיר און זייטס מיר, איך וועל גיין צו אן אנדערע געשעפט."
א: "אוי, עס איז ממש א שאד! אלע קליידער געשעפטן זענען די זעלבע. מיר האבן אייניגע פאליסיס."
דינסטאג יאנואר 23, 2018 1:18 am#394049
א חבר שיקט מיך אויף וואטסעפפ..

אין עונשין אלא אם כן מזהירין

אזוי ווי מארגען איז ג' בשלח, וויל איך דיך ווארענען אז אויב באקום איך איין מעסעדזש וועגן פרשת המן, שיק איך דיך צוריק אלע מעסעדזשעס פון רובאשקין!!
דינסטאג יאנואר 23, 2018 1:29 am#394050
דער דאס האט געשריבן:א חבר שיקט מיך אויף וואטסעפפ..

אין עונשין אלא אם כן מזהירין

אזוי ווי מארגען איז ג' בשלח, וויל איך דיך ווארענען אז אויב באקום איך איין מעסעדזש וועגן פרשת המן, שיק איך דיך צוריק אלע מעסעדזשעס פון רובאשקין!!


הייסט עס אז די ביסט גאר דער וואס פלעגט ארום שיקן דערמאנונגען וועגן פרשת המן און תפילת השל"ה?
דינסטאג יאנואר 23, 2018 3:42 am#394053
שמעון וואלף האט געשריבן:
דער דאס האט געשריבן:א חבר שיקט מיך אויף וואטסעפפ..

אין עונשין אלא אם כן מזהירין

אזוי ווי מארגען איז ג' בשלח, וויל איך דיך ווארענען אז אויב באקום איך איין מעסעדזש וועגן פרשת המן, שיק איך דיך צוריק אלע מעסעדזשעס פון רובאשקין!!


הייסט עס אז די ביסט גאר דער וואס פלעגט ארום שיקן דערמאנונגען וועגן פרשת המן און תפילת השל"ה?

ניין. ער איז נישט אזא פעגער. ער שיקט נאר די מעסעדזשעס וואס ענדיגען זיך please do not break the chain and forward to ten people....
מיטוואך יאנואר 24, 2018 4:42 pm#394165
.
מיטוואך יאנואר 24, 2018 10:22 pm#394181
א-שופר-איז-א-שופר: די לייק איז נישט פאר דיין אויסגעמעקטן מאמר. נאר פאר דיין חתימה...!
דאנערשטאג יאנואר 25, 2018 1:17 pm#394223
יא יא אזוי גייט עס..
דאנערשטאג יאנואר 25, 2018 9:57 pm#394296
ווייל אזוי: איך האב געוואוסט אז ס'קומט א גוטס. אבער אזא גוטס האביך נישט געחלומ'ט...!
דאנערשטאג יאנואר 25, 2018 9:59 pm#394298
ווייל אזוי: איך טראכט יעצט אז אפשר וואלט מען געדארפט אפשטופן די חתונה. און ער מיט זיין כלה אין איהר חופה קלייד זאללן גיין צו דעם סופערבאול...!
דאנערשטאג יאנואר 25, 2018 10:38 pm#394299
זאגט די הייליגע משנה: האיש מקדש בו ובשלוחו.
פרייטאג יאנואר 26, 2018 12:26 am#394301
וואס עפעס אפשטופען די חתונה? שטופ אפ דער סופער באול!

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
פרייטאג יאנואר 26, 2018 3:46 pm#394325
וועגען דער באבוב פארטיפיפטער.

קודם, ער האט דאך מער פון איין זוהן, איז וואס וועט זיין נאך זיין 120 ? וועלעכע רעבאס וועלען זיי זיין? 45.1, 45.2, 45.3?

און נאך דעם, וואס גייט מען פארקויפען פאר דעם עולם אין בערך 100 יאהר ארום? אדער דעם נייעם דור, די וועלעכע זענען יעצט קליינע קינדער וואס מיינט 45? אאאהה דער רעבאה זיחרוינע ליבראחע האט אינזינען געהאט דער שם מ"ה, אדער אן אנדערער [ליגענט], מען דארף דאך אז דער חסידות מעשה זאהל אנגיין.
פרייטאג יאנואר 26, 2018 4:10 pm#394327
פשוט:

באבוב 45 איז אלס געגאנגען מיט די בחינה פון "ונחנו מ"ה" מיט א הכנעה און א תמים תהי' עם הוי' אלקיך...

באבוב 48 האט אלס געהאט פאר די אויגען די בחינה פון מ"ח שליט על הלב....
פרייטאג יאנואר 26, 2018 4:25 pm#394328
אדער דער אנדערע זוהן פון נח.......

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
פרייטאג יאנואר 26, 2018 4:31 pm#394330
ס'שוין דא אן אשכול איבער די באבוב 45/48 דין תורה, ערגעץ פארשטויבט אין צימעס. טאמער האסטי א גוטע בדיחותא ביסטי וועלקאם עס צו לייגן דא, אבער סתם חוזק מאכן געהערט אין צימעס.
פרייטאג יאנואר 26, 2018 4:40 pm#394333
שמעון וואלף האט געשריבן:ס'שוין דא אן אשכול איבער די באבוב 45/48 דין תורה, ערגעץ פארשטויבט אין צימעס. טאמער האסטי א גוטע בדיחותא ביסטי וועלקאם עס צו לייגן דא, אבער סתם חוזק מאכן געהערט אין צימעס.


דאנט טעיק איט טו סיריעס. די לעצטע צוויי תגובה'ס זענען געקומען פון מגיבים וואס די צימעס חלק פון באבוב ושאר מדינות אינטערסערט זיי ווי די פאריעריגע שניי...
פרייטאג יאנואר 26, 2018 4:43 pm#394335
א-שופר-איז-א-שופר האט געשריבן:וועגען דער באבוב פארטיפיפטער.

קודם, ער האט דאך מער פון איין זוהן, איז וואס וועט זיין נאך זיין 120 ? וועלעכע רעבאס וועלען זיי זיין? 45.1, 45.2, 45.3?

און נאך דעם, וואס גייט מען פארקויפען פאר דעם עולם אין בערך 100 יאהר ארום? אדער דעם נייעם דור, די וועלעכע זענען יעצט קליינע קינדער וואס מיינט 45? אאאהה דער רעבאה זיחרוינע ליבראחע האט אינזינען געהאט דער שם מ"ה, אדער אן אנדערער [ליגענט], מען דארף דאך אז דער חסידות מעשה זאהל אנגיין.



דער זעלבער קשיא קענסטו פרעגן וואס גייט 48 טוהן, 48.1 48.2?
פרייטאג יאנואר 26, 2018 4:43 pm#394336
יעצט באמערקט. געווען א טעות דפוס אין מיין תגובה. פאראכטן...
זונטאג יאנואר 28, 2018 12:22 am#394352
petergrifin האט געשריבן:
א-שופר-איז-א-שופר האט געשריבן:וועגען דער באבוב פארטיפיפטער.

קודם, ער האט דאך מער פון איין זוהן, איז וואס וועט זיין נאך זיין 120 ? וועלעכע רעבאס וועלען זיי זיין? 45.1, 45.2, 45.3?

און נאך דעם, וואס גייט מען פארקויפען פאר דעם עולם אין בערך 100 יאהר ארום? אדער דעם נייעם דור, די וועלעכע זענען יעצט קליינע קינדער וואס מיינט 45? אאאהה דער רעבאה זיחרוינע ליבראחע האט אינזינען געהאט דער שם מ"ה, אדער אן אנדערער [ליגענט], מען דארף דאך אז דער חסידות מעשה זאהל אנגיין.



דער זעלבער קשיא קענסטו פרעגן וואס גייט 48 טוהן, 48.1 48.2?


זיי רופען זיך באבוב, דער אנדערער רופט זיך 45,
מיטוואך פעברואר 07, 2018 5:12 pm#395031
ווען אדם הראשון איז געווען אליינס אין גן עדן האט ער שטייצעך געכאפט סעלפיס אונטער די ביימער, מיט די פיר פיסיגע שלאנג, מיט די וויזל טיר,..... האט ער זיך אפגערעדט צו גאט אז די סעלפיס זענען גוט אבער אליינס איז עס זייער פארעווע. איז גאט געגאנגען, איהם איינגעשלעפט, באשאפן א אשה, פארשטייט זיך ווען ער האט זיך אויפגעכאפט דערזעענדיג זיך מיטן נייעם ווייב זיינעם האט ער גלייך געכאפט א סעלפי מיט איר, אויסדרוקענדיג זיך "זֹאת הַפַּעַם עֶצֶם מֵעֲצָמַי וּבָשָׂר מִבְּשָׂרִי" דאס מאל איז די סעלפי א פליישיגס, ודפח"ח דוק וטישטעך
מיטוואך פעברואר 07, 2018 5:47 pm#395036
דאס איז פשט אין מדרש פליאה: כשאמר אדם הראשון זאת הפעם עצם מעצמי ובשר מבשרי מיד הכריזו כל פמליא של מעלה אם אין אני לי מי לי ואני לעצמ"י מה אני, באותה שעה יצאה בת קול ואומרת אם לא עכשיו אימתי, קפץ אדם הראשון ולחץ על כפתור המצלמה ג"פ כדין דכתיב שלש פעמים יראה ובית דין של מעלה אומר מקודשת.
דאנערשטאג פעברואר 08, 2018 12:14 pm#395122
ער זאגט אזוי:
אמאל איז געווען א חזן, וואס קיין סאך יראת שמים האט ער נישט פארמאגט,
אבער צו חזנות האט ער געטויגט אזאנס און אזעלכעס.
ויהי היום, האט ער אפגעגעבען זיין נשמה צום בורא עולם.
זיין זון איז גיווען דער זאלבער צדיק אזוי ווי זיין טאטע,
נאר דער האט שוין צו חזנות אויך נישט געטויגט.
ווי נישט ווי האט ער אהנגענומען זיין טאטענ'ס פאסטען מדין ירושה.
נאך די ערשטע יום-טוב'דיגע תפילה קומט צו צו אים דער ראש הקהל
און זאגט אים אזוי:
"דאכט זיך מיר, אז דער "ומפני חטאנו" דאס איז נאך פונעם טאטע'ן,
אבער דעם "ואין אנחנו יכולים" דאס האסטו שוין אליינס צוגעלייגט...."
דאנערשטאג פעברואר 08, 2018 2:23 pm#395141
א-שופר-איז-א-שופר האט געשריבן:
petergrifin האט געשריבן:
א-שופר-איז-א-שופר האט געשריבן:וועגען דער באבוב פארטיפיפטער.

קודם, ער האט דאך מער פון איין זוהן, איז וואס וועט זיין נאך זיין 120 ? וועלעכע רעבאס וועלען זיי זיין? 45.1, 45.2, 45.3?

און נאך דעם, וואס גייט מען פארקויפען פאר דעם עולם אין בערך 100 יאהר ארום? אדער דעם נייעם דור, די וועלעכע זענען יעצט קליינע קינדער וואס מיינט 45? אאאהה דער רעבאה זיחרוינע ליבראחע האט אינזינען געהאט דער שם מ"ה, אדער אן אנדערער [ליגענט], מען דארף דאך אז דער חסידות מעשה זאהל אנגיין.



דער זעלבער קשיא קענסטו פרעגן וואס גייט 48 טוהן, 48.1 48.2?


זיי רופען זיך באבוב, דער אנדערער רופט זיך 45,

שופר איז א שופר: במחכת"ה האסטו א טעות. קוק אויף זייערע (באבוב 45) באסעס ווי זיי פארן ארום אין די גאסן פון בארא פארק. זיי שרייבן באבוב. און דעם 45'ער (אזוי ווי די דין תורה האט געפסק'נט) האבן זיי אזוי קונצליך, ארטיסטיש אריינגעקוועטשט/געשמוגלט אין קארנער אז ס'איז כמעט נישט באמערקבאר...!
דאנערשטאג פעברואר 08, 2018 4:55 pm#395156
באסעס? ווער קוקט אויף באסעס? קיינער אינטרעסירט זיך נישט אין באסעס. ;) ;)