פארומס › מילתא דבדיחותא

מילתא דבדיחותא

3,900 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #66
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
מאנטאג סעפטעמבער 19, 2022 10:49 pm#509438
א פרוי קומט אהיים אויף איר געבורטסטאג און איר מאן זאגט איר. "איך האב דיר געקופט א מורא'דיגע מתנה, אבער איך דארף דיר אהינדרייוון, און עס איז כדי אז די זאלסט זיין בליינפאלדעט די גאנצע וועג".
אומר ועושה, מען זעצט זיך אריין אין קאר און נאך א האלבע שעה פארן נעמט די מאן אראפ די בליינפאלד פון זיין ווייבס אויגן און זיי טרעפן זיך אין א בית החיים.

די פרוי קוקט מיט וואונדער, וואס איז דאס?
די מאן איז מסביר אז ער האט איר געקויפט א חלקה, ווייל עס איז א שטארקע סגולה אויף אריכות ימים און אלעס גוטס.

די נעקסטע יאר קומט די פרוי אהיים אויף איר געבורטסטאג און פרעגט... נא..? אז לעצטע יאר האסטו זיך געלאזט קאסטן אזוי פיל.. וואס קומט היי יאר..?

האט די מאן געזאגט... אז די האסט נישט געניצט די מתנה פון פאראיאר באקומסטו נישט היי יאר קיין מתנה...
מאנטאג סעפטעמבער 19, 2022 10:51 pm#509440
א פרישע ווייבל קומט מיט א בהלה צו איר טאטע..
טאטי! מיין מאן איז אן אפיקורס ער גלייבט נישט אין גן עדן...!
זאגט זי איר טאטע. זארג נישט.. גיב עס אפאר חדשים און ער וועט נישט נאר גלייבן אין גן עדן נאר ער וועט אויך גלייבן אין גיהנם...
מאנטאג סעפטעמבער 19, 2022 11:00 pm#509441
עצי שטים
א פרישע ווייבל קומט מיט א בהלה צו איר טאטע..
טאטי! מיין מאן איז אן אפיקורס ער גלייבט נישט אין גן עדן...!
זאגט זי איר טאטע. זארג נישט.. גיב עס אפאר חדשים און ער וועט נישט נאר גלייבן אין גן עדן נאר ער וועט אויך גלייבן אין גיהנם...
מי אני לערנט אזוי פשט אין גיהנם.
דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 1:16 am#509466
Was 2 Melava Malkas today, one in England one in Amshinov
דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 5:35 am#509472
רעדענדיג פון געבורסטאג מתנות און בליינדפאלד האביך מיר דערמאנט די מעשה, (נישט פאר די יפי נפש מבינינו..)

געווען א יוד לאמיר אים רופן ירוחם, וואס איז געגאנגן חולי פאר א געוויסע סארט באנדלעך, און זיין געטרייע אשת חיל זעענדיג זיין גרויס אהבה צום באנדל פלעגט אים עס אפט אנגרייטן פאר סאפיר, האט זי אבער געזען נאך א שטיק צייט די שרעקליכע סייד-עפעקטס פון דעם, נעמליך, נישט לאנג נאכן עסן פאנגן די באנדלעך אן זינגען שירה און די ריח ניחוח פון דעם איז עפעס וואס א פשוט’ע מענטש קען נישט אויסהאלטן... האט זי אים אויפגעהערט אנרעכטן אזעלכע סעודות.
דער ירוחם האט אבער נישט געקענט אן דעם אויסהאלטן פלעגט ער זיך אריינגנבענען אין רעסטוראנט אויפן וועג אהיים פון ארבעט און אריינהאקן אפאר פארציעס, די ווייב האט פארשטייט זיך דאס מרגיש געווען און שפירנדיג כי כלתה עליה הריח האט זי זיך אנגעפאנגן בעטן ביי אים דאס ער זאל אויפהערן מיט די אכילה גסה, ביז ירוחם האט זיך געבראכן און זיך מקבל געווען אז מער נעמט ער נישט אריין קיין באנדלעך אין כרס אריין.

ויהי היום, אזא צוויי יאר נאכן מאכן די קבלה, און עס טאקע איינהאלטן מיט א גבורת ארי, איז יענעם דינסטאג אויסגעפאלן זיין געבורטסטאג. פארן אהיים קומען רופט אים דער ווייב אן אז צוליב וואס זי ענדיגט אנגרייטן א גראנדיעזע בוירדעי פארטי פאר אים זאל ער אהיים קומען עטוואס שפעטער, אויך בעט זי אז ער זאל איר אנרופן ווען ער שטייט אונטן ווייל זי וויל אים בליינדפאלדן ביז ער קומט אן אינעם דיינונג רום כדי ס’זאל זיין א ריכטיגע ”סורפרייז”.

שפאצירט ירוחם געמיטלעך אהיים נאך די ארבעט און פונקט גייט ער אריבער די רעסטוראנט, און די שמעק פון די פרישע באנדלעך קיצלט אים אין נאז אזש ס’כאפט אים אן א בולמוס אויף וואס מ’מעג אויספאסטן יוה”כ, שטייט ער דארט א פארלוירענע, פון איין זייט האלט ער זיך שוין איין גאנצע פיר-און-צוואנציג חדשים, מצד שני טענה’ט זיין הונגעריגע זייט, אידאך היינט ’זיין’ געבורטסטאג, און נאכן אוועקגעבן פון זיך אזוי לאנג קומט אים אביסל אנערקענונג...
מעשה שטן הצליח, ירוחם לויפט אריין אין געשעפט ווי דער חתן אין יחוד שטוב און פאנגט אן אריינשליידערן איין פארציע נאכן צווייטן ווי צו נקמה נעמען אויף די גאנצע צוויי יאר...

ענדליך ענדיגט ער און שפאצירט אהיים האפנדיג אז די שפירן וועלן מיסטעריעז נישט אנקומען,
אנקומענדיג צו זיין הויז קומט טאקע די ווייב אראפ און וויקלט ארום זיינע אויגעלעך מיט א שאל און שלעפט אים אריין אין דייניג רום ווי דעם גנב צום תליה, נאר איידערן אראפנעמען די שאל באקומט זי א וויכטיגע פאון קאלל, ’פאר איין מינוט’ לויפט זי אריין אין קאך אויפהייבן דעם טעלעפאן נישט פאר זי סטראשעט אים מיטן לעבן אויב וואגט ער זיך צו מגלה זיין די עינים.

און דא פאנגט זיך אן די דריטע וועלט מלחמה בתוך ירוחם’ס קישקעס און ס’פאנגען זיך אן אראפלאזן די נפיחות איינס שטערקער פון צווייטן, זיי טראסקען אן קיין ווארענונג ווי די באמבעס אויף ענגלאנד און די די ליידיגע דיינונג רום איז מזדעזע על תק פרסה, מחמת המצב קען נישט ירוחם מתפלל זיין בפה אבער במחשבה בעט ער דער פון אויבן אז דער ותשאני רוח ואשמע קול גדול זאל זאפארט קומען צו א האסטיגע ענדע, פאר א לעצטע חובת השתדלות פריוו וויקלט ער אויף פון בוזעם א איינגעדרייטעם צייטונג און שאקלט עס האסטיג למעלה למטה צפון דרום...

נאך א קנאפע צוואנציג מינוט ענדיגט די ווייב די איין מינוטיגע קאלל און לופט צוריק צו א אנידערגעשלאגענעם ירוחם, מיט עקסטאז וויקלט זי אים אראפ די שאל און צו זיינע דערשראקענע אויגן אנטפלעקט זיך ווי זיין באלעבאס מענעזשער און מיטארבעטער זיצן צעשוידערטע ביי א שיין געדעקטן טיש...


אופס. כ’האב פארגעסן די נמשל.
מאנטאג אקטאבער 3, 2022 1:42 am#509982
ר' אברהם מרדכי מלאך זאגט א שיינע טייטש אויף די יעצטיגע יו"ט, שבת, ערב, סיזאן.
מערב עד ערב תשבתו שבתכם:
צעווישן איין ערב (יו"ט) מיטן צווייטן ערב, ריקט מען נאך אריין א שבת...
דינסטאג אקטאבער 4, 2022 12:09 pm#510031
די וואס נעמען יום כיפור סעפאזיטאריס זאלן זיכער מאכן ביים פאלן כורעים אז די קאווע גיסט זיך נישט אויס....
פרייטאג אקטאבער 7, 2022 11:33 am#510089
איך קען דריי ברודערס. איינער איז א שטריימל סוחר, די צווייטע איז א אתרוג סוחר, און די דריטע איז סתם א גנב...

(קרעדיט: אייוועלט)
זונטאג אקטאבער 9, 2022 3:55 am#510125
צוויי אידן האבן אמאל געפיהרט א היציגן ויכוח. רופט זיך אן איינער פון זיי..."איך וועל דיך אריינלייגן אין חי"ת (חרם). זאגט זיין חבר דו מעגסט מיך אריינלייגן אין חי"ת. אפילו אין טי"ת. נאר נישט אין יוד (איד)...!
דינסטאג אקטאבער 11, 2022 8:13 pm#510135
צוויי זיסע מעשה'לעך: א גוי וואס האט געגנב'עט א פאר תפילין איז געקומען צו א איד דאס פארקויפן. א קלוגער איד. רופט ער זיך אן צום גוי..."ס'איז גארנישט ווערד. ווייל ס'איז נאר פאר איין האנד. וואו איז די צווייטע? דער גוי האט עס איהם אוועקגעגעבן פאר שפאט ביליג.

די צווייטע מעשה. א חב"ד'סקער חסיד האט פארציילט אז ס'איז געשעהן אין רוסלאנד. א גוי האט געגנב'עט א פאר תפילין און ר'איז געקומען עס פארקויפן צו א איד. ער זאגט..."איך בין א שוסטער. איך האב עס אליין "געמאכט...!
מיטוואך אקטאבער 12, 2022 6:17 pm#510170
berlbalaguleh
צוויי אידן האבן אמאל געפיהרט א היציגן ויכוח. רופט זיך אן איינער פון זיי..."איך וועל דיך אריינלייגן אין חי"ת (חרם). זאגט זיין חבר דו מעגסט מיך אריינלייגן אין חי"ת. אפילו אין טי"ת. נאר נישט אין יוד (איד)...!
געהערט אויפן קלויזענבורגער רב ז''ל אז מ'האט עם אמאל געזאגט אז ס'איז דא וואס ווילן עם אריין לייגן אין חי''ת האט ער געענפערט אז זיי קענען מיך אריינלייגן אין חי''ת און אין טי''ת אבער אין די יו''ד זאלן זיי מיך נישט באשרייבן
מיטוואך אקטאבער 12, 2022 6:24 pm#510171
געהערט יו''ט פון א יוד: אז דריי חסידים האבן זיכער נישט געדינט די עגל א קלויזענבורגער א ליבאוויטשער און א ברסלבר
ווען מ'איז געקומען זאגען אז ס'איז שוין דארך 40 טעג און משה איז נישט דא האט די קלויזענבורגער חסיד געזאגט אז די רבי קומט אריין שפעט
מ'האט געזעהן א צייכן אין הימל אז ער איז געשטארבן האבן די ליבאוויטשער חסידים ווייטער געהאלטן אז די רבי לעבט
און די ברסלבע חסידים זענען צופרידן אפילו ווען די רבי לעבט נישט
מיטוואך אקטאבער 12, 2022 7:35 pm#510173
פאר די ברסלב'ע איז די נסיון געווען 'לא ידע איש את קבורתו'..
פרייטאג אקטאבער 14, 2022 2:04 am#510233
טראמפ האט געבעטן זיין איידעם זאל ארלעדיגן אן אפוינטמענט ביי משה מארגערעטען...
פרייטאג אקטאבער 14, 2022 2:30 am#510237
יא: ס'איז א ביטער געלעכטער. א מענטש וואס האט געטון אזויפיהל טובות פאר אידן זעהט זיך היינט ביי די טיהר פון דזשעיל. די רשעים די ליבעראלן לאזן נישט נאך. זיי ווילן פאר א יעדן פרייז איהם זעהן זיצן אונטער די גראטעס.

אבער די שאלה איז וואו זענען מיר. דאס אידישע פאלק. איך וויל נישט זאגן אז אונז זעמיר (ח"ו) כפויי טובה. ס'איז אויך א בחינה פון לא תעמוד על דם רעיך. אונז אידן וואלטן געדארפט אויפהייבן א גרויסן און שטארקן געשריי אויף די רישעות וואס ווערט אפגעטון צו איין מענטש און זיין משפחה. ספעציעל ווען ער איז געווען אזוי גוט צו אונז אידן. וואו זענען די אלע רבנים און עסקנים וועלכע קומען אייביג ארויס מיט די גרעסטע קול קורא'ס אויף א יעדע נארישקייט. יעצט נעמען זיי איין א שטילשווייגעניש.
פרייטאג אקטאבער 14, 2022 9:29 am#510254
berlbalaguleh
יא: ס'איז א ביטער געלעכטער...
ביטער פאר עם, געלעכטער פאר אונז..
זונטאג אקטאבער 16, 2022 3:31 pm#510309
📎 photo_2022-10-16_15-31-13.jpg
זונטאג אקטאבער 16, 2022 3:33 pm#510310
חסידישע קאפלס קענען עס אויך זאגן.
זונטאג אקטאבער 16, 2022 3:57 pm#510311
רביה''ק זי''ע
חסידישע קאפלס קענען עס אויך זאגן.
סתם קאפלס קענען עס אויכט זאגן.
מיטוואך אקטאבער 19, 2022 1:30 am#510322
דאס איז נישט מיך
berlbalaguleh
צוויי אידן האבן אמאל געפיהרט א היציגן ויכוח. רופט זיך אן איינער פון זיי..."איך וועל דיך אריינלייגן אין חי"ת (חרם). זאגט זיין חבר דו מעגסט מיך אריינלייגן אין חי"ת. אפילו אין טי"ת. נאר נישט אין יוד (איד)...!
געהערט אויפן קלויזענבורגער רב ז''ל אז מ'האט עם אמאל געזאגט אז ס'איז דא וואס ווילן עם אריין לייגן אין חי''ת האט ער געענפערט אז זיי קענען מיך אריינלייגן אין חי''ת און אין טי''ת אבער אין די יו''ד זאלן זיי מיך נישט באשרייבן
אן איר אלטע ווארט נאך פון ר'חיימענדל
בערל, וואלסט געמעגט געדענקן
מיטוואך אקטאבער 19, 2022 1:53 pm#510338
שמעון וואלף: דו מיינסט אז ביי די איינע חתונה וואו איך האב איהם געהערט גראמען האט ער אלעס אויסגעפאקט...!
מאנטאג אקטאבער 24, 2022 7:31 pm#510602
.
📎 Screenshot_20221023_112648.jpg
מאנטאג אקטאבער 24, 2022 9:04 pm#510608
נו, דאס איז דאך דער זעלבער היתר פון די בני ארץ ישראל וועלכע נעמען געלט פון די מדינה...
מאנטאג אקטאבער 24, 2022 9:34 pm#510611
שמעקעדיג
נו, דאס איז דאך דער זעלבער היתר פון די בני ארץ ישראל וועלכע נעמען געלט פון די מדינה...
און אויך די בני חו"ל וואס נעמען פון פעטער שמואל.
ע"פ הלכה טאר מען נישט נעמען קיין מתנה פון א גוי, נאר מען פארלאזט זיך אויף די היתר.

נ.ב.
אין ישראל איז בכלל נישטא די פראבלעם פון נעמען געלט, ווייל זיי זענען יודן, דארף מען בכלל נישט צוקומען צום היתר.
מאנטאג אקטאבער 24, 2022 9:43 pm#510613
אה.... שקויעך פאר'ן אויפקלערן
😛
מאנטאג אקטאבער 24, 2022 9:45 pm#510614
קהל'ס נער: אבער די אמעריקאנער גויים זענען דאך צדיקים, כידוע.

איך ווייס פאר זיכער אז מ'גייט מיך מעקן. מיט'ן תירוץ אז ס'איז שלא מן העניין. זיכער. מיין (אפיקורס'ישע) אידעאלאגיע איז שלא מן העניין...!

נעכטן געהערט (ביי די גרויסע און הייליגע מחאה אקעגן די רשעי ישראל פונ'ם ברוער פייער דיפארטמענט אין מאנסי)...אחד מן המגידים שליט"א...די ציוניסטישע, אפיקורס'ישע רשעים זענען אויך מחללי שבת...למ"ד אל"ף למ"ד...!
מאנטאג אקטאבער 24, 2022 9:53 pm#510616
א באס פול מיט פאליטישאן'ס זענען געפארן קמפיינען צוזאמען. זיי קומען אן צו אפסטעיט ניו יורק און דער באס דרייווער פארלירט קאנטראל, און קראכט אריין אין אן אלטן הויז אויף א פארם. דער אלטער בעל הבית קומט אן, און נאכן אריינטראכטן אפאר מינוט האט ער געגראבן א גרויסען קבר אחים און זיי אלע באגראבן.

א טאג שפעטער קומט אן דער שעריף, באטראכט די איבערגעדרייטע באס און פרעגט... וואס האסטו געטוהן מיט אלע פאליטישאן'ס?

איך האב זיי אלע באגראבן, ענטפערט דער פארמער.

ג-ט אין הימל, שרייט דער שעריף, זענען זיי אלע געוועהן טויט?

אפאר פון זיי האבן גראדע געזאגט אז זיי לעבן, ענטפערט דער פארמער, אבער ווער קען גלויבן א פאליטישאן?
דינסטאג אקטאבער 25, 2022 12:54 pm#510633
דריי עלטערע מענטשן זיצן אין מושב זקנים און יעדער זאגט וואס ער וואלט געוואלט מ'זאל זאגן אויף אים ביי זיין לוויה. איינער זאגט '' איך וואלט געוואלט מ'זאל זאגן: אוי, ער איז געווען א מענטש מיט א גאלדענע הארץ, אלע האבן אים ליב געהאט'', דער אנדערע זאגט '' איך וואלט געוואלט מ'זאל זאגן : אוי, ער איז געווען אן עמעיזינג לאווער און א גוטע מאן'', דער דריטע זאגט '' איך וואלט געוואלט מען זאל זאגן '' אוי, ער רירט זיך'' ...
דינסטאג אקטאבער 25, 2022 10:30 pm#510658
וויפול טעלעפאנען האט נוח אריינגעברענגט אינעם תיבה?

זיבן כשר'ע מיט צוויי טמא'נע...
דינסטאג אקטאבער 25, 2022 11:01 pm#510659
א רבי אין חדר האט פארגעלערענט חומש פרשת נח...

צא... גיי ארויס
אתה... דו
ואשתך... און דיין אשתך
ובניך... און דיינע קינדער

א אינגעלע פרעגט אריין, רבי וואס איז טייטש ואשתך?

ואשתך זאגט דער רבי איז טייטש און דיין אשתך

אבער אין אידיש? פרעגט ווייטער דער אינגעלע

אין אידיש ענטפערט דער רבי איז ואשתך, אזא זאך וואס איך האב, און דיין טאטע האט, און ווען דו וועסט עלטער ווערען וועסטו אויך האבן.

אה! זאגט דער אינגעלע, איך ווייס שוין, א הויקער
מיטוואך אקטאבער 26, 2022 12:23 am#510662
דערמאנסט מיר פון א ווערטל..

א אינגל פרעגט זיין טאטע פרשת בלק, "טאטי, וואס איז טייטש אתון"?

די טאטע ענטפערט: אתון, איז די ווייב פון א אייזל.

אינגל: וואס?! אייזלען האבן חתונה?

טאטע: 'נאר' אייזלען האבן חתונה...
מיטוואך אקטאבער 26, 2022 9:07 pm#510694
You can stop believing in God but your Jewish atheist ass will always continue to be wiped with Asher Yutzar paper
(Michael Wex)
מיטוואך אקטאבער 26, 2022 11:33 pm#510705
עצי שטים
וויפול טעלעפאנען האט נוח אריינגעברענגט אינעם תיבה?

זיבן כשר'ע מיט צוויי טמא'נע...
נארוואסדען?
שטעל דיך פאר א נעבעכדיגע נח זיצן א יאר צייט אפגעזונדערט אן קיין עקסעס...
דאנערשטאג אקטאבער 27, 2022 12:14 am#510712
[ציטאט אראפגענומען]
נאך געווען פאר מתן תורה..
דאנערשטאג אקטאבער 27, 2022 12:28 am#510716
שוואכע תירוץ.
אז מ’קען אויף דעם עובר זיין די ג’ חמורות איז דאך כ”ש די ז’ מצוות בני נח.


אההה, ס’איז נאר פאר בני נח... שטימט שוין ב’’ה
דאנערשטאג אקטאבער 27, 2022 12:46 am#510721
[attachment=0]IMG_20221027_004310_039.jpg[/attachment]
📎 IMG_20221027_004310_039.jpg
דאנערשטאג אקטאבער 27, 2022 8:48 am#510735
Re: מילתא דבדיחותא
מאטי
You can stop believing in God but your Jewish atheist ass will always continue to be wiped with Asher Yutzar paper
(Michael Wex)
סתם נארישקייט איך נאך אין מיין לעבן נישט געשריבן אדער ארויסגעזאגט דאס ווארט.
דאנערשטאג אקטאבער 27, 2022 9:58 pm#510780
צוויי גנבים ברעכען איין אין א געשעפט פון סוט'ס, בעקעטשעס וכו'

אין מיט'ן אויסליידיגען די סעיף באמערקט איינער פון זיי די טעג אויף א זיידענע בעקעטשע... 900 דולר.

פששש רופט ער זיך אן, אזעליכע גנבים...
פרייטאג אקטאבער 28, 2022 10:12 am#510794
ביידן גייט אריין אין א באנק און וויל קעשען א צ'ק פון 10,000 דולר.

דו האסט אפשר אן ID? פרעגט דער באנק ארבייטער,

פארוואס? פרעגט ביידן, דו ווייסט נישט ווער איך בין?

מען טאר נישט, ענטפערט דער באנק ארבייטער,

אבער איך בין דער פרעזידענט, זאגט ביידן

איך קען דיר נישט העלפן, זאגט ווידער דער באנק ארבייטער. עס זענען דא אסאך שווינדלער און געוויסע געזעצען און דא אויך אין באנק, אויב טוה דאס וועל איך פארלירן מיין דזאב

אבער איך בין דער פרעזידענט פון אמעריקא, שרייט ביידן

דו ווייסט וואס, זאגט דער באנק ארבייטער, אמאהל איז דא אריין געקומען א גרויסען זינגער און אויך נישט געהאט ID האט ער געזינגען א שטיקל. דערנאך איז אריין געקומען א אידישער בעל דרשן און אראפגעלייגט א דרשה פון א צוויי, דריי שעה, און אויך איז אמאהל אריין געקומען א באל שפילער און געווארפען א קליינע באל פון איין זייט באנק פונקט אריין אין מיין קאווע. איז אויב דו קענסט מיר אויפווייזען אז דו ביזט ביידען דער פרעזידענט וועל איך קעשען די צ'ק.

אםםם... זאגט ביידן און ער הייבט אן טראכטען... און טראכטען... אםםם... איך קען נישט! זאגט ביידן, איך ווייס נישט, וואס קען איך טוהן, איך קען אפי' נישט טראכטן, וואס קען איך שוין טוהן?

אקיי מר פרעזידענט, זאגט דער באנק ארבייטער, ווי אזוי ווילסטו דעם צ'ק? צוואנציגער'ס? פופציגער'ס? הונדערטער'ס?
מאנטאג אקטאבער 31, 2022 8:28 pm#510996
📎 photo_2022-10-31_20-26-17.jpg
מאנטאג אקטאבער 31, 2022 9:24 pm#511002
ווען תרח איז אהיים געקומען און געזעהן ווי זיין אלע געטשקעס זענען צובראכען האט איהם אברהם אבינו פארקויפט די מעשה אז די גרעסטע געטשקע האט זיך ארומגעשלאגען ביים טיילן עסן און האט זיי אלע צובראכען.

פארוואס ווען לבן האט פארגעהאלטען יעקב אבינו אז ער האט ג'גנב'ט זיין געטשקע האט יעקב אבינו איהם נישט פארקויפט א מעשה אז אפשר איז דיין געטשקע אנטלאפען פון דיר? אדער נאך עפעס אזא מעשה?

נאר פאר א שווער קען מען נישט פארקויפען וואס מען פארקויפט פאר א טאטע
דינסטאג נאוועמבער 1, 2022 9:26 am#511025
איין זומער גייען צוויי חברים אויף א שפאציר ארויס פון קעמפ אריין טיעף אין וואלד. און נאכען גיין א האלבע שעה האבען זיי אנגעפאנגן צו בלאנדז'ען.

זיי גייען אזוי אפאר שעה, פארשטייט זיך אן א סעלפון, און טרעפן נישט די וועג ארויס און אויך נישט קיין מענטש. ממש זיי באגעגענען נישט קיין נפש חי.

שפעט ביינאכט טרעפען א הויז און זיי גייען צו און קלאפן אויפען טיהר און א אינגע שיינע בלאנדע מיידל עפענט אויף און זאגט זיי אז זי האט נישט קיין סאך פלאץ זי האט איין איבריגע בעט און איין קאוטש.

אפאר חדשים שפעטער טרעפען זיך נאכאמאהל די צוויי חברים, און איינער פרעגט דעם אנדערען:

זאג נאר, דו געדענקסט אפשר מיט אפאר חדשים צוריק ווען אונז זענען איינגעשטאנען ביי יענע בלונדע מיידל?

ענפערט ער, עעעהה, יא

זאג נאר, פרעגט ער ווייטער, דו ביזט אפשר אויפגעשטאנען אינמיטן די נאכט?

ענפערט ער, עעעעההה, יא

און ביזטו אפשר אריין אין איהר צימער? פרעגט ער

עעעעעעהההה, אאאםםםם, יא, ענפערט ער שטילערהייט

און, פרעגט ער ווייטער, האסטו אפשר געטוהן די מצוה מיט איהר?

אאאםםםם, עעעעהההה, יא, זאגט ער

און, פרעגט ער ווייטער, האסטו איהר אפשר געגעבען מיין נאמען, אדרעס, און טעלפון?

עעעעההה, אאאאםםם, עעעעהההה יא, זאגט ער, אבער דו דארפסט מיר פארשטיין... מיין נאמען... איך בין דאך א בנש"ק... און עס פאסט נישט... און...

ניין... ניין... ניין... שא... דו דארפסט זיך נישט פארענטפערן... איך וויל דיר נאר זאגן א גרויסען ישר כח... זי איז געשטארבען און האט מיר איבערגעלאזט א ירושה פון 10 מיליון דולר...
דינסטאג נאוועמבער 1, 2022 10:51 am#511027
האסט פארגעסען דער סוף פין דער מעשה.

דער בנש"ק האט נישט נאכגעלאזט, נאר גערופען דער לויער און געטענה'ט אז באמת איז עס אים, דער לויער האט אים באפוילען אונטערשרייבען א דעפאזישען, און ער האט זיך נישט געפוילט, און אונטערגעשריבען אז ער האט באמת מקיים געוועהן יענער נאכט דער מצוה לויט אלע שיטות.

דערנאך באקומט ער א ידיעה, אז דער מיידל לעבט נאך, נאר האט געבוירען א קינד, און מען האט אים מחייב געוועהן מיט טשיילד סאפפארט.

(אויב נישט, וואס איז א נפק"מ די ניין חדשים?)
דינסטאג נאוועמבער 1, 2022 4:25 pm#511044
יעצט געהערט אז עס האט זיך געמאכט א גליטש אין דער סיסטעם פון תהילים כולל, און מען קען באקומען ישועות בחינם... חאפטס אריין.

ווי אויך האט ארויס געליעקט א סוד. מען קען אליין נעמען א תהילים'ל.
מיטוואך נאוועמבער 2, 2022 6:19 pm#511093
השי"ת זאגט צו אברם, ווער עס וועט דיר בענטשן וועט זיין געבענטשט, און ווער עס וועט דיר שעלטן וועט פארלירן זיין קאנטרעקט מיט Adidas...

(מרים אנזובין)
מיטוואך נאוועמבער 2, 2022 6:33 pm#511095
יעקב מאקסוועל: ייש"כ. דאס איז איינס און א גוטס. יעצט וועט דער שווארצער רוצח און שונא ישראל ערשט האבן א גוטע סיבה פיינט צו האבן אידן. זאל ער גיין קראכן. אויך פגר'ן מיט א מיתה משונה...אכיה"ר...

Take that, Shayves Achim...!
פרייטאג נאוועמבער 4, 2022 10:11 am#511174
אן עלטערע בחור איז ענדליך א חתן געווארן. האבן אים זיינע חברים געטרייסט... ממה נפשך, איז עס א גוטע זאך.. האט זיך דאך געלוינט צו ווארטן.. און אויב איז עס נישט קיין גוטע זאך.. האט זיך הערשט געלוינט צו ווארטן...
פרייטאג נאוועמבער 4, 2022 10:17 am#511175
איינער איז אריין צו א חאכאם און זיך געבעטן אז היות די לאטערי שטייט ביי היסטאריש הויעכע ציפערן זאל ער אים ביטע מגלה זיין די נומערן וואס גייט געווינען.

די חאכאם האט מסכים געווען אבער האט פארשטייט זיך פארלאנגט אפאר אלפים קעש באותו מקום ובאותו זמן, און נאר נאכן צאלן האט ער ארויסגענומען א צעטל, זיך פארגלייזט די אויגן, און אנגעהויבן שרייבן נומערן...

עס גייט נישט אדורך קיין פאר טעג און די איד קומט אריין מלא טענות. הלמאי ער האט נישט געווינען די לאטערי?! האסט מיר סתם באשווינדלט מיט געלט!!

זאגט אים די חאכאם, קוק אהער, איך האב דיר געגעבן די ריכטיגע נומערן, אבער וואס זאל מען טון אז די לאטערי האט אויסגעוועלט די נישט ריכטיגע נומערן...
פרייטאג נאוועמבער 4, 2022 12:16 pm#511182
.
📎 Screenshot_20221104_121416.jpg
זונטאג נאוועמבער 6, 2022 12:24 pm#511254
ס'איז געווען ביי א כ"א כסליו דינער (כ'מיין 2 יאר צוריק) פון די זאלונים פארטיי ווען סענאטאר טשארלס שומער האטציך אויפגעשטעלט און אנגעהויבן זיך בארימען וואס ער טוט אלץ פאר מדינת ישראל...דער עולם האט איהם געלאזט רעדן (ווייל אין סאטמאר איז מען גרויסע בעלי דרך ארץ, כידוע). און דער עולם האט נאך צוגעקלאפט ווען ער האט געענדיגט זיין דרשה. די יושבי ראש האבן געמאכט זיכער אז ער רעדט קורץ און שארף...!

נ.ב: אויב ס'איז דא אן אונגערישער וועלכער ווייסט נישט וואס ס'איז פאני 'עליך איהם מסביר זיין...!