דאנערשטאג מערץ 30, 2023 1:32 pm#520130
א אינגעלע האט אמאהל געבעטען זיין מאמע אז ווען זי שרייבט א מצוה צעטעלע זאהל זי עס אריין לייגען אין א ענוועלאפ. ווייל אויב מען גיבט דער רבי א פאפיר גייט עס אין מיסט, און א ענוועלאפ לייגט ער אין טאש
שמן למאורבבחינת....מאן: וואס איז דא היינט פאר סאפער?
ווייב: גארנישט!
מאן: אבער נעכטן איז אויך געווען גארנישט?
ווייב: היינט איז דא שיריים פון נעכטן.
תרמב😂 😮 😂 אייגנס??א איד איז אמאל געגאנגען צום דאקטאר, די דאקטאר האט אים געשיקט אין בית כסא מיט א גלעזל אז ער זאל גיין מאכן א יורין סעמפל, מ'האט געדארפט עפעס אויסטשעקן, יענער האט זיך גע'עקשנט אז ער וויל עס מאכן אינדערהיים, דער דאקטאר האט געזעהן אז מ'האנדלט דא מיט אן עקשן האט ער אים געזאגט פיין גיי אהיים און ברענג צוריק דעם גלעזל מיט אביסל פיש וואסער, דער איד איז צוריק געקומען א טאג שפעטער מיט א גאנצע סעלצער באטל אנגעפילט, דער דאקטאר פרעגט אים פארוואס האסטו געברענגט אזוי סאך? דער איד זאגט אים פרעג נישט קיין קשיות, די דאקטאר האט געזעהן אז מ'האנדלט דא מיט א מאדנעם פארשוין האט ער עס גענומען און געטעסט, ער קומט צוריק און זאגט פאר דעם איד, אז די טעסט איז צוריק געקומען גוט, ער איז געזונט און שטארק, דער איד רופט זיך אן, הודו לשם! מיין גאנצע פאמיליע איז געזונט אין שטארק...!
שמן למאורא טשאלמער האט זיך געווינטשן אז ער זאל געבענטשט ווערן מיט עשירות אז ער זאל קענען דינגען א גוי וואס זאל אים אהיימשלעפן די חלוקה ערב פסח....איין טשאלמער צום צווייטן:
זאלן מיר זיך טרעפן אויף קמחות...
https://uploads.tapatalk-cdn.com/20230410/10957258f0b7149260500947bae5db97.jpgנעקסט לעוועלנעקסט לעוול: ביי געוויסע נאאיווע, פרומע קרייזן איז דאס זייער שטארק אויסגעהאלטן...א מחיה. נישט דא קיין נשיםאיינער מיט א קעפל פאר דעם בילד?
https://uploads.tapatalk-cdn.com/20230410/10957258f0b7149260500947bae5db97.jpg
berlbalagulehווערט געברענגט אין זכרון יעקב פון ר' יעקב ליפשיץס'איז געווען א בחור אן עילוי וועלכער האט געלערנט אין א ישיבה אין פוילן. איין טאג איז אין איהם אריין א רוח שטות, ער האט אויסגעטון זיין קאפל און געווארן א געהעריגער פורק עול.
מענטשן וועלכע האבן איהם געקענט זענען געקומען צו זיין ראש ישיבה און פארציילט אז דער בחור דער עילוי איז ל"ע משוגע געווארן. פרעגט די ר"י, וואס הייסט, וואס טוט ער? האבן די מענטשן געזאגט אז ער עסט חזיר און טאנצט מיט שיקסעס... האט דער ראש ישיבה געענטפערט, ווען ער וואלט געגעסן שיקסעס און געטאנצן מיט חזירים וואלט איך טאקע געזאגט אז ער איז משוגע געווארן, אבער וויבאלד ער עסט חזיר און טאנצט מיט שיקסעס איז ער א שייגעץ...!
berlbalagulehדערמאנט מיר פון עטליכע יאר צוריק ווען איקאה. (IKEA) האט געשטעלט א רעקלאמע ציענדיג דעם היימישע ציבור פון א ישיבישע שטוב מיט א ספרים שאפע און די טאטע לערנט און קינדער שפילן ארום אין די צימער. יענע רעקלאמע האט געמאכט א שטורעם אין א גלעזל וואסער. וויבאלד עס איז נישט געווען קיין איין נקיבה אינעם בילד. סתם אינטערסאנט אז די וועלט איז נאכנישט געווען ליבעראל ווייל היינט וואלט מען שוין געקענט זאגן מיט א בלעכענע פנים אז מען רעפעזעטירט די גאי אנוסים פון צווישן די חרדים..נעקסט לעוועלנעקסט לעוול: ביי געוויסע נאאיווע, פרומע קרייזן איז דאס זייער שטארק אויסגעהאלטן...א מחיה. נישט דא קיין נשיםאיינער מיט א קעפל פאר דעם בילד?
https://uploads.tapatalk-cdn.com/20230410/10957258f0b7149260500947bae5db97.jpg
איך האב אמאל געהערט א נאאיוון, פרומער בחור זיך אפרעדן..."מילא . ווען מ'וואלט חתונה געהאט מיט א בחור, פארשטיי איך. אבער גיין חתונה האבן מיט א מיידל (רחמנא ליצלן)".
שמן למאוראגב, די וואך איז געפאלן די יארצייט פון די ברודער פון ר' ישיעלע... אפאר אידן האבן עס נישט געקענט מאכן צום ציון זענען זיי געפארן צו זיין ברודער אין קערעסטיר...#ברודער פון ר' ישיעלע...
הייליגע קאקאש קעיקאויך נישט ביי ואני? אדער ביי משפטים?איך האב נישט געכאפט.
שמן למאורנאר דארט האט מען (נאכנישט) אויפגעשטעלט א גאסט הויז וואו מ'געט צו עסן פאר טויזנטער אידן בהרחבה...!שמן למאוראגב, די וואך איז געפאלן די יארצייט פון די ברודער פון ר' ישיעלע... אפאר אידן האבן עס נישט געקענט מאכן צום ציון זענען זיי געפארן צו זיין ברודער אין קערעסטיר...#ברודער פון ר' ישיעלע...
שמן למאוראפאר אידן האבן עס נישט געקענט מאכן ל"ג בעומר צום ציון פון ר' נפתל'טשע מבאבוב אין ניו דזשערסי, זענען זיי געפארן צו זיין ברודער אין בארא פארק...שמן למאוראגב, די וואך איז געפאלן די יארצייט פון די ברודער פון ר' ישיעלע... אפאר אידן האבן עס נישט געקענט מאכן צום ציון זענען זיי געפארן צו זיין ברודער אין קערעסטיר...#ברודער פון ר' ישיעלע...
שעפטאלפסולת דגן ויצהר...איינער וואס פארקויפט היימישע קאפקעיק'ס מיט די גראָזן-אויל אריינגעמישט האט געזוכט דעם פאסיגען נאמען פאר זיינע קאפקעיק'ס
גלייך נאך פסח רופט ער מיך אהן מיט א ברען. כ'האב א נאמען: קומחא דשמחה 😃
וואלוויהה"ד מדרש פליאה, קרח שפיקח היה מה ראה לשטות זו, אלא משום שהיה בן יצהר..שעפטאלפסולת דגן ויצהר...איינער וואס פארקויפט היימישע קאפקעיק'ס מיט די גראָזן-אויל אריינגעמישט האט געזוכט דעם פאסיגען נאמען פאר זיינע קאפקעיק'ס
גלייך נאך פסח רופט ער מיך אהן מיט א ברען. כ'האב א נאמען: קומחא דשמחה 😃
מתבודדתירוש מיט יצהר גייען צוזאמעןדער יין שרף האט אינסטאלירט עפעס א דעטעקטער דא אין שטיבל, אז ווען אימער ס'רעדט זיך דא פון יי"ש והמסתעף והגלילות איז דער בחור דא...
נ.ב. א לייק פאר דיין נייע חתימה 👍
שעפטאלא מעשה מרכבה..ווייל: מ'טאר נישט זיין קיין מניח ס"ת ויוצא - מ'מעג נישט אוועק גיין פון די ביהמ"ד
אבער די ביהמ"ד מעג אוועק פארען פון דיך 😃