מיטוואך אפריל 17, 2024 5:39 am#559432
Re: מילתא דבדיחותא
berlbalaguleh #דאס אז ער קען מיטזינגען מיינט גארנישט. עס מיינט נאר אז ער הערט זיך צו צואידישע מוזיק. אזטי ווי מען זעהט קליפ פון שחורים וועליכע זינגען און זיי קענען דאס ווייל זיי זענען באס דרייווערס אדער ארבייטין זיי אין אידישע געשעפטען.פאלאצ'ינטא: ייש"כ. נאר איין קליינע הערה, דער היינטיגער פויפסט (וויזאויהייסטערנאר) קען לשה"ק און אפשר אידיש אויך.
ווען ס'איז מיט א פאר יאר צוריק געווען ביי איהם אין וואטיקאן א אידישע דעלעגאציע, און זיי האבן געזינגען לכבודו (מיט א פאר שפילערס) דעם פסוק אורך ימים אשביעהו ואראהו בישועתי... האט ער הארמאניזירט מיט זיי (געזינגען און געקלאפט מיט'ן פוס.)
ועוד בעניין אחר: אמאל איז געקומען א איד אין א געוויסע שטאט מיט א המלצה בריעף וואס איז געשטאנען די פאלגנדע ווערטער "אילו היה בימי אלישע הנביא לא היה השמן פוסק בזכותו..." דער רב מיט די אנשי הקהילה האבן איהם שטארק מכבד געווען און פארבעטן ער זאל זאגן א דרשה. ווען ער האט אויפגעמאכט זיין מויל האט מען ערשט געזעהן וואספארא עיי"ן ה"א ער איז. דער רב און די אנשי הקהלה באבן זיך געווינדערט אז א גדול בישראל זאל געבן אזא המלצה בריעף פאר דעם עם הארץ. ביז דער רב האט געכאפט דעם פשט פון די המלצה בריעף.
ווען אלישע הנביא איז געקומען צו די אלמנה די שונמית און זי האט געזאגט אז זי האט נישט קיין געלט צו באצאלן די רענט פאר די הויז, האט איהר אלישע געפרעגט אויב זי האט עפעס אין שטוב, האט זי געזאגט יא, א קליין קריגעלע אויל. האט דער נביא געזאגט אז זי זאל ברענגען א פאר ליידיגע טעפלעך, און ער האט געהאלטן אין איין אריינגיסן אויל. ווען אלע טעפלעך זענען פול געווארן מיט אויל האט די פרוי געבארגט א פאר ליידיגע טעפלעך פון איהר שכנ'טע, ווען דאס איז אויך געווארן פול מיט אויל האט אלישע איהר געפרעגט אויב זי האט נאך ליידיגע כלים אין שטוב, האט זי געענטפערט אז ניין, דעמאלס האט זיך די אויל אופגעהערט צו גיסן. דאס האט דער בעל המלצה געשריבן, אויב ער וואלט דארט געווען וואלט זיך די אויל נישט אויפגעהערט צו גיסן. ווייל ער איז א ליידיגע כלי.