Under maintenance
הויפט זייט » קאווע שטיבל • ברוך דיין האמת: 3 בחורים אין א''י געקידנעפט

קאווע שטיבל • ברוך דיין האמת: 3 בחורים אין א''י געקידנעפט

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
200 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6605
מאנטאג יוני 23, 2014 1:54 am#207529
א יונגטליכע מדינת ישראל אראבער האט געמאכט א יוא טוב ווידיאו אין שטיצע פין די אידישע פארחאפטע בחורים, ס'איז געגאנגען וויירעל אויפען אינטערנעט, ער האט באקומען טויט דראונגען פין אראבער, משטרת ישראל האט ארעסטירט אראבער פארען מאכען טויט דראונגען,

דא האט איר ס'ווידיאו: m https://copy.com/phrvo0Fmd8XX m
מאנטאג יוני 23, 2014 2:35 am#207530
חזקיהו המלך האט געשריבן:א יונגטליכע מדינת ישראל אראבער האט געמאכט א יוא טוב ווידיאו אין שטיצע פין די אידישע פארחאפטע בחורים, ס'איז געגאנגען וויירעל אויפען אינטערנעט, ער האט באקומען טויט דראונגען פין אראבער, משטרת ישראל האט ארעסטירט אראבער פארען מאכען טויט דראונגען,

דא האט איר ס'ווידיאו: https://copy.com/phrvo0Fmd8XX


געוואלדיג! שטארקע רייד ! ווען אלע אראבער אויף די וועלט וואלטן געוועהן ווי אים וואלטן מיר יעצט נישט געהאט די פראבלעם און נאך אסאך אנדערע פראבלעמען און קאפ וויי וואס די וועלט דארף זיך ספראווען טעגליך
מאנטאג יוני 23, 2014 2:43 am#207531
דער זשורנאליסט אהרן קליין אינטערוויאוט דער מחבר ה'יוא-טוב מחאמאד זהאבי, זונטאג אויף 970 am,

דא האט איר: m https://copy.com/08pgxHXWBxRS m
מאנטאג יוני 23, 2014 11:38 am#207561
מייק האקאבי רעדט היינט אינעם כנסת:

ווידיאו: m https://copy.com/twkYXRthdYlg m
דינסטאג יוני 24, 2014 12:37 pm#207776
Let's not forget to say tehilim
דינסטאג יוני 24, 2014 3:54 pm#207812
שבת אחים האט געשריבן:
חזקיהו המלך האט געשריבן:א יונגטליכע מדינת ישראל אראבער האט געמאכט א יוא טוב ווידיאו אין שטיצע פין די אידישע פארחאפטע בחורים, ס'איז געגאנגען וויירעל אויפען אינטערנעט, ער האט באקומען טויט דראונגען פין אראבער, משטרת ישראל האט ארעסטירט אראבער פארען מאכען טויט דראונגען,

דא האט איר ס'ווידיאו: https://copy.com/phrvo0Fmd8XX


געוואלדיג! שטארקע רייד ! ווען אלע אראבער אויף די וועלט וואלטן געוועהן ווי אים וואלטן מיר יעצט נישט געהאט די פראבלעם און נאך אסאך אנדערע פראבלעמען און קאפ וויי וואס די וועלט דארף זיך ספראווען טעגליך

אבער "הרב" ישראל מ. סופר --?( וסייעתו וועלן זאגן אז דאס איז אפיקורס'ישע רייד און אן ערליכער איד טאר דאס נישט הערן. אז ער האט געזאגט בשעת די מדינת ישראל ארמיי האט געווארט אריינצוגיין קיין עזה, ביי דעם מבצע "עמוד הענן", ווען מ'האט געזעהן ערליכע אידן מאכן מניינים און דאוונען שחרית, אז מ'טאר נישט קוקן אויף די בילדער ווייל ס'קען ברענגען מהרהר צו זיין בשבח פון די ציונים, וואס 'עט ער זאגן איבער אזאלכע "אפיקורס'ישע" רייד. איינס פון די צוויי. אדער ער, אדער איך בין נישט קיין איד. ווייל איך האב מיך מחיה געוועין קוקנדיג אויף די בילדער וויאזוי ערליכע אידן דאוונען בציבור. אויב עים שטעכט דאס , איז צריך בדיקה אחריו. אפשר שטאמט ער פון דייטשע, אדער אונגארישע גויים?!... :? 8-) :roll: :twisted: :evil: :twisted: :roll: :evil: :( :cry: :oops: ;) :o
דינסטאג יוני 24, 2014 5:29 pm#207845
מי זה הרב ישראל מ. סופר ?
דינסטאג יוני 24, 2014 7:00 pm#207872
מ.ס.
דינסטאג יוני 24, 2014 8:46 pm#207904
פיינע קאווע האט געשריבן:מי זה הרב ישראל מ. סופר ?

ער הייסט עכט מנשה פיליף. ער האט געשריבן פאר א לאנגע צייט (איך האב נישט געטשעקט לעצטנס.) :roll: אין "די צייטונג" אונטער'ן נאמען הרב ישראל מ. סופר... :roll:
מיטוואך יוני 25, 2014 1:24 am#207934
berlbalaguleh האט געשריבן:
פיינע קאווע האט געשריבן:מי זה הרב ישראל מ. סופר ?

ער הייסט עכט מנשה פיליף. ער האט געשריבן פאר א לאנגע צייט (איך האב נישט געטשעקט לעצטנס.) :roll: אין "די צייטונג" אונטער'ן נאמען הרב ישראל מ. סופר... :roll:


@berlbalaguleh
20140625_011630.jpg
20140625_011630.jpg (28.63 KiB) געזען געווארן 2424 מאל
מיטוואך יוני 25, 2014 5:39 pm#208095
דער קדושת יו׳׳ט האט געזאגט אז יעדער פאר יאר דארף מען מאכען נאך א טיילונג, וכן נוהגים אצל נכדיו. כנראה די גבאים פון ק׳׳ש וועלען דארפען טוהן צו דער זאך נאכאמאל און מאכען א טיילונג צווישען די וואס לעכצען פאר נייעס און די וואס מאלען וואסער בבחינת קמח טחינא טחנית.
מיטוואך יוני 25, 2014 6:40 pm#208101
למעשה הער איך נישט קיין אפדעיטס. די הארץ גייט אויס פאר די בחורים.
מען זוכט נאך? וואס נאך קען מען טאן? קיינער לאזט זיך נישט הערן.. אויסהאמערן עפעס א דיעל כאטש?
א פחד. אוי באשעפער העלף!
דאנערשטאג יוני 26, 2014 1:06 am#208146
אריינגייענדיג אינעם 13 טאג פונעם פארכאפונג, וואקסט די פחד איבער די שיקזאל פון די בחורים,
די זוכעריי גייט אן מיטען גאנצען שטארקייט נאכדעם וואס ביי א זיצונג אינעם זיכערהייט קאבינעט האט מען באשטעטיגט אז מען זאל זיך ווייטער באנוצען מיטען גאנצען כח וואס מען פארמאגט און זיך נישט פארלאזען נאר אויף די שפיאנאש באמטע,

היינט האט שמעון פרס זיך געטראפען מיט אבאמא - די פרעזידענט אבאמא האט אויסגעדרוקט זיין טיפע מיטגעפיל מיט די פארכאפטע בחורים, ״היינט נאכט טון אלע הערצער וויי מיט די דריי פארכאפטע סטודענטען וואס איינער פון זיי איז אן אמעריקאנער״ ״איך מיט די גאנצע אמעריקאנע רעגרונג זענען טיף צושאקעלט פון די מעשה און מיר דאווענען פאר זייער באפרייאונג״

מאנכע זאגן: אז קיינער לאזט זיך נישט הערן ווייל זיי זענען נאכנישט אנגעקומען צו זייער ציל און די בחורים זענען נאך באהאלטען ערגעץ אין די חברון געגענט, לאמיר האפען אז עס איז טאקע אזוי.

דאס האט מען היינט אויפגעהאגען אין טיימס סקווער-מאנהעטן צו ציען אויפמערזאמקייט.
image.jpg
image.jpg (66.95 KiB) געזען געווארן 2199 מאל

יעצט צופרי אין ארץ ישראל זוכט מען ווייטער!
image.jpg
image.jpg (179.99 KiB) געזען געווארן 2199 מאל

אין אנדערע נייעס האט סקוויירא רבי געשיקט דריי חלות פון זיינע י״ב פאר די משפחות פון די דריי בחורים דורעך די בית שמש מעיאר וואס האט געוויילט אויף א שבת אין סקוויירא שטעטעל.
דאנערשטאג יוני 26, 2014 1:55 am#208159
פערעס האט אויך גערעדט מיט אבאמא וועגן באפרייען פאלארד. און ס'דא באריכטן אז אבאמא האט באפוילן האלדער אריינצוקוקן דערינען
דאנערשטאג יוני 26, 2014 6:43 am#208165
ביי זיי איז דא א אשכול איבער דער אראבער פין דער יוטוב, אזויווי דא איז דא א אשכול וועגען די נטורי קרתא.


ווער ס'שעלט בעסער געווינט דער קאנטעסט.....
דאנערשטאג יוני 26, 2014 1:16 pm#208201
יעצט האט מען ארויסגעבען די נעמען פון די צוויי טערעריסטאן פון חברון וואס שטייען אונטער די פארכאפונג.
ביידע זענען שוין געזיצען אין תפיסה נאר מען האט זיי באפרייט!!!
דאנערשטאג יוני 26, 2014 1:32 pm#208204
סאשי פיש האט געשריבן:יעצט האט מען ארויסגעבען די נעמען פון די צוויי טערעריסטאן פון חברון וואס שטייען אונטער די פארכאפונג.
ביידע זענען שוין געזיצען אין תפיסה נאר מען האט זיי באפרייט!!!


אקעי. איז יעצט וואס?

ווי זענען זיי? וויאזוי ווייסן זיי? ווער האט זיי אויסגעזאגט?
דאנערשטאג יוני 26, 2014 3:46 pm#208223
דאנערשטאג יוני 26, 2014 4:41 pm#208226
זייער עמאציאנאל.
אבער קוק די קאמענטס דארט
דאנערשטאג יוני 26, 2014 5:29 pm#208234
ישמעאל הכהן האט געשריבן:פערעס האט אויך גערעדט מיט אבאמא וועגן באפרייען פאלארד. און ס'דא באריכטן אז אבאמא האט באפוילן האלדער אריינצוקוקן דערינען

דעם אמת געזאגט. איבער פאלארד (יא באפרייען אדער נישט) באדערט מיך נישט אזוי שטארק. מכמה טעמים. ערשטנס , איז ער באגאנגען אן אומרעכט לגבי די אמעריקאנער רעגירונג. די טענה איז נאר, (און אפשר א גערעכטע.) אז אנדערע, גוי'אישע שפיאנען וועלכע זענען באגאנגען א סאך הארבערע פארברעכנס, זענען שוין פון לאנג באפרייט געווארן. און נאר ער, ווייל ר'איז א איד, זיצט נאכאלס אין תפיסה. והשנית. ער האט אנגעמאכט גרויס שאדן פאר זייער א סאך יודן,, וועלכע ארבעטן אין הויכע פאזיציעס אין די רעגירונג, אז מ'האט פארלוירן דעם צוטרוי צו זיי, און ס'איז, אין א סאך פעלער געווארן אן אויסברוך פון אנטיסעמיטיזם. דריטנס. דער מצב אין אן אמעריקאנער תפיסה איז גארנישט צו פארגלייכן צו דעם מצב וויאזוי די דריי בחורים ווערן געהאלטן ערגעץ אין א פינסטער'ן קעלער אדער הייל. אונטער נישט מענטשליכע אומשטענדן... :? 8-) :roll: :x :P :oops: :cry: :( ;) :o
פרייטאג יוני 27, 2014 9:27 am#208300
די שוועסטערס פון גיל-עד האבען עס געשריבען פאר די סאלדאטן.
מאנטאג יוני 30, 2014 12:27 pm#208651
מ'זאגט אז מ'האט געטראפן 3 גופים באגראבן
צווישן כרמי צור און חלחול
מאנטאג יוני 30, 2014 12:28 pm#208652
@VINeias: ISRAEL: JUST IN - According to some sources, The IDF has found the 3 Yeshiva Bucherim R'L dead. DTF.
מאנטאג יוני 30, 2014 12:29 pm#208653
שאק!!!
עס קומט אריין שלעכטע נייעס!!
8 אזייגער (א״י) גייט זיין א פרעסע קאנפרענץ.
:אויוויי: :אויוויי:
מאנטאג יוני 30, 2014 12:40 pm#208655
אידען נעמט נקמה!!!!!!!!!!!!!!!!!
יעדער נטורי קרתא וואס איר זעט אויפען גאס האט א חלק אין די מארד!
מיט יעדע מחאה ווי זיי פלעכטען זיך די הענט מיט די רוצחים געבען זיי א האנט צי די נידעריגע רוצחים!
אידען געניג געשוויגען!
וואס וואלט איר געטין ווען א איד גייט צי צי א נאצי און זאגט עם "איך בין מיט דיר!"?
פארוואס שווייגען מיר? פארוואס?
מאנטאג יוני 30, 2014 5:58 pm#208791
ס'איז א טרויעריגע זמן, ס'הארץ בלוטיגט, אבער די שווינדליער און שארלאטאנען טוען אויך וויי, נאכן געבן אזוי פיל האפענונג פאר אזוי פיל אידן, והוקע אותם לנגד השמש. הלוואי ווען זיי זענען ווען יא גערעכט, אבער למעשה זענען זיי פאלנע פעיקערס, די בחורים הי"ד זענען שוין לאנג נישט געווען בין החיים דעמאלס.
מאנטאג יוני 30, 2014 6:07 pm#208793
דריי מיליאן ליכט, אידיש געלט געגאנגען אין מיסט.....
מאנטאג יוני 30, 2014 6:16 pm#208796
שמעקעדיג האט געשריבן:דריי מיליאן ליכט, אידיש געלט געגאנגען אין מיסט.....

און וואס טיט זיך מיט די אלע אידען וואס גייען כצאן לטבח נאך די אלע באבא'ס? די אלע שווערע געלטער וואס מען באוואטש זיי אז זיי זאלען קענען "דינען דעם אייבירשטען ראהיגערהייט"?
מיליאנען דאלארען גייען אין מיסט אריין טעגליך
ווען וועלען שוין אידען איינזען אז דער איינציגסטער גואל ומושיע איז גאט אליינס? ווילסט פועלען א ישועה? העלף די קינדער פון דער אמת'ער גואל ומושיע געב געלט פאר יתומים ואלמנות ושברי לב, נישט קיין רבי'ס באבא'ס און ארגאניזאציעס, געב געלט פאר יחידים וואס פלאגען זיך, דארט שטעקט די ישועה האמיתית
מאנטאג יוני 30, 2014 6:21 pm#208799
באמבאדירט די הויז פון איינע פון די פארדעכטיגע טעראריסטען
בקרוב וועט ער טיילען די זעלבע עונש ווי זיין הויז
מאנטאג יוני 30, 2014 6:21 pm#208800
מען פירט אריין די קדושים צי אבו כביר
מאנטאג יוני 30, 2014 7:37 pm#208809
/
מאנטאג יוני 30, 2014 7:58 pm#208814
פֶּה לָהֶם וְלֹא יְדַבֵּרוּ עֵינַיִם לָהֶם וְלֹא יִרְאוּ. אָזְנַיִם לָהֶם וְלֹא יִשְׁמָעוּ אַף לָהֶם וְלֹא יְרִיחוּן. יְדֵיהֶם וְלֹא יְמִישׁוּן רַגְלֵיהֶם וְלֹא יְהַלֵּכוּ לֹא יֶהְגּוּ בִּגְרוֹנָם. כְּמוֹהֶם יִהְיוּ עֹשֵׂיהֶם כֹּל אֲשֶׁר בֹּטֵחַ בָּהֶם. יִשְׂרָאֵל בְּטַח בַּה' עֶזְרָם וּמָגִנָּם הוּא. בֵּית אַהֲרֹן בִּטְחוּ בַּה' עֶזְרָם וּמָגִנָּם הוּא. יִרְאֵי ה' בִּטְחוּ בַּה' עֶזְרָם וּמָגִנָּם הוּא
מאנטאג יוני 30, 2014 8:46 pm#208825
היימישער ליטוואק האט געשריבן:Tonight IDF arrested Jibril Rajoub's brother, Sheikh Nayef, who is a senior Hamas official.

דו מיינסט אוודאי: שעיך נואף. זיי האבן אלע זייער שיינע נעמען, וועלכע ווייזן אויף זייער מהות. איינער האט געהייסן "זאאיד בען שאקער" זד בן שקר. ימח שמם וזכרם. און זייערע מיט מיטהעלפערס... :? 8-) :lol: :roll: :x :P :oops: :cry: :( :o
מאנטאג יוני 30, 2014 9:04 pm#208829
/
דינסטאג יולי 01, 2014 2:25 am#208873
/
דינסטאג יולי 01, 2014 9:26 am#208900
@JewishPolitical: During the phone call, screaming & later gunshots are heard. The terrorists are heard saying "put down your heads." m http://t.co/pw9BiIONNB m
דינסטאג יולי 01, 2014 11:21 am#208962
לויה
דינסטאג יולי 01, 2014 11:22 am#208963
/
דינסטאג יולי 01, 2014 11:23 am#208964
/
דינסטאג יולי 01, 2014 8:08 pm#209075
שאדערליך.....................................
ריקארדינגס פון די נאכט פון די פארכאפינג און דיטאלען וואס די מילטער האט געוויסט פון דעי וואן
:צעמישט: :אויוויי: :oops: :twisted: :נישטמסכים:
m http://www.youtube.com/watch?v=0CHRejlw ... e=youtu.be m
דינסטאג יולי 01, 2014 8:15 pm#209077
די שמיעס צווישען די בחורים און די פאליציי
m http://www.mako.co.il/news-military/sec ... =237936823 m
דינסטאג יולי 01, 2014 10:04 pm#209091
איך קוק די בילדער דא און ביי יעדע באזונדער גיסט מיר טרערן.
עיני עיני יורדה מים על שבר בת עמי. לבי לבי על חלליהם.

m http://www.vosizneias.com/169571/2014/0 ... came-true/ m
מיטוואך יולי 02, 2014 12:05 am#209112
מומחה זאגט אז עס איז קלאר גאן שיסערייען
השם ינקום דמם
m http://news.walla.co.il/?w=/2689/2760503 m
מיטוואך יולי 02, 2014 12:06 am#209114
רבותי. איך קיק אויף די בילדער און ס׳רײסט שטיקער. איך זעה מײנע ברידער און שװעסטער שטײען אין צער.
איך זעה די זעלבע מענטשען די זעלבע אידן װאס זען אויס אזוי װי איך מײן װײב טאקע אין אנדערע קאלירטע
קלײדער אבער די פנים איז די זעלבע. נישט קײן ציונים נישט קײן מתנחלים נישט קײן מזרחית׳ן אדער מאדערנער
נאר מײנע ברידער און שװעסטער װאס שטײען און קלאגן פאר צער. אונז זענען ארום גענומען מיט רוצחים ימ״ש
װאס זעהן אויך נישט קײן חילוק צװישן קאלירטער קלײדער און זײ פארגיסען אידיש בלוט–אונזער בלוט.
תירוצים פארװאס זײ טוהן עס האבן זײ אן א שיעור אבער למעשה מײנען זײ אונז אלע ה׳י. אלע חשבנות
און פאליטיק גײט נישט מאכן קײן גרויסע חילוק נאר אין לנו על מי להשען אלא על אבינו שבשמים. הי׳ד
מיטוואך יולי 02, 2014 3:05 am#209136


א ביליגער שוי שפיעלער!... פוי!
מיטוואך יולי 02, 2014 9:43 am#209152
דער שכן האט געשריבן:


א ביליגער שוי שפיעלער!... פוי!

אזוי ווי רוב רבי'ס און באבא'ס בדורינו
מאכען זיך האלי אויף די חשבון פון אידישע צרות
מיטוואך יולי 02, 2014 9:46 am#209153
סאסאוו רבי שפילט פארקערט
m http://bshch.blogspot.com/2014/07/blog-post_9301.html m
איך פארשטיי נישט פון ווי די אדמורים נעמען אזויפיל קאלט בליט און אזעלעכע שטיינערנע הערצער? פון ווי?
מאכען שפילערייען אויף אידיש בליט

והוקע אותם נגד השמש
מיטוואך יולי 02, 2014 10:10 am#209155
שאולזאהנ׳ס מעשיות ?
מיטוואך יולי 02, 2014 10:14 am#209156
דאונט געט מי ראונג איך עגרי מיט דיר וועגן די רבנים אבער שאולזאהן איז סתם א בעל דמיון
מיטוואך יולי 02, 2014 10:45 am#209161
שבת אחים האט געשריבן:שאולזאהנ׳ס מעשיות ?

דער שאולזאן איז משוגע אבער ער האט א מהלך
אין כאן המקום להאריך בו אבער דער שאולזאן האט זיך א אגענדע,
1) "זיינע" קביעותדיגע קרבנות וואס ער בייסט זיי טעגליך (די קרבנות זענען באצאלטע קרבנות)
2) מאכען הייליג חב"ד
3) סתם קרישקעלעך
4) נייעס וואס מען שיקט אריין (ליין: קליינע חסידוסער באצאלען עם צי לייגען פארפעגאנדע פאר זייער רבי\חסידות)
מען קען קלאר זען ביי יעדע געשרייבעכטץ אין וועלכע סעיף דאס גייט אריין
דער סאסווער איז נישט קיין קרבן זיינער "קיינמאל"
דער סאסווער איז נישט קיין חבד'סקער
דער סאסווער איז נישט קיין קירשקעלע נייעס
דער סאסעווער איז נישט קיין שונא פון קיין כבוד און עס שטערט עם נישט צי ווערען הייליג אויף די חשבון פון די המון עם, ענק זעען ר' דוד אביחצירא ווייסט נישט? מישקאלץ ווייסט נישט? אלישיב ווייסט נישט? מהרא"ש חלומעט? אבער איך האב "יא געוויסט"...... :פורים2: :פורים: :פורים:
נישט געזארגט, באלד גייען קימען די בעלזע זאגען די זעלבע, און די מענדעליסטען אויך (סקווירא האט א פראבלעם מיט די חלות וואס ער האט געשיקט :P )
איך מיין נישט גארנישט פרעסענעל קעגען דער סאסווער כאטש ער האט ליב צי מאכען די שטיק, אבער וואס מיר שטערט איז די פאקט אז די אדמורים מיינען אז זיי קענען זיך נאר בויען אויף אידיש בליט, יעדער ווייסט אז "קיינער" פליט נישט "קיינער" ווייסט נישט, כ'מיין וועלכע נארמאלע מענטש דאכט זיך א רגע אז דער מישקאלצער אדער דער סאסובער אדער סיי וועלכע רבי מיט א אנגעפרעסענע כרס ווייסט וואס טיט זיך אין הימעל? קאט דע קרעפ! :לאךהויך:
נאר? זיי האפען אז עס וועט זיין צוויי דריי תמימותדיגע משוגעים וואס וועלען עס קויפען און עס מפרסם זיין ווייטער און אפשר וועט מען קענען מאכען נאך אפאר דאלער
ספעציעל איז דאס גרינג יעצט ווען דער עולם איז צימישט און פארווייטאגט איבער א צרה אין די צייט פון בילבול המוחות קען מען כאפען מוחות....
למשל איר וועט זען ווי ר' מעכל ניקשלבורגער גייט די וואך ביי שאלעשידעס וויינען בכיות נוראות ממש עד אפיסת הכוחות כדי מען זאל מיינען אז אויף זיינע אקסלען ממש ליגט צרות ישראל....... פון זיינע ווערטער וועט מען מיינען אז ער איז ממש געזיצען שבעה די לעצטע טעג און במשך די 18 טעג האט ער געפאסט און געוויינט תיקון חצות.......
אדער דער בערלאנד פון אפריקע גייט אפיר קימען מיט א גאנצע פשעטעל אז ער האט געוויסט ווייל מען האט געזען זיין צורה אין די גראז פון חלחול
נאכדעם גייט קימען דער ספינקער ר' אביש געבען א גאנצע שמיס אז דער טאטע האט עס שוין מרמז געועען מיט יארען ציריק............. :בלאבל:
אדער גייען די צאנזער חסידים קימען זאגען אז דער צאנז-נתניה רבי האט געזאגט אין די "שיחות קודש" אז זיי גייען עס נישט איבערלעבען (אזוי ווי זיי האבען מפרסם געווען נאכדעם וואס דע יונגערמאן ווינד איז געהארגעט געווארען האבן זיי געזאגט אז ווען אהרן מרדכעלע האט געשמיסעט מיט דער צאנזער האט דער צאנזער האט דאס מרמז געווען ביי זיין שמיעס...... בהמה איינער! אויב האט ער געוויסט פארוואס האט ער נישט אפענערהייט געווארענט? רוצח וואס ער איז :evil: )
ווארט נאר ווארט עס גייען קימען גאנצע נביאות'ער מיט הספדים פרעגט נישט

אבער דאס וועט קיינער נישט קענען אויפווייזען אז זייער רבי האט געמאכט א יום תפילה אין זיין ישיבה, נישט געגעסען קיין פלייש די 18 ביטערע טעג, געזאגט ח"ח פרקי תהילים, געגאנגען צי די לויה, דאס אלעס נישט, ווייל בעצם גייט זיי אן צרות ישראל ווי מיר גייט אן צרות אינדיע ופאקסיטאן, אבער ווען עס קימט צי שאלעשידעס טוירע און צי דרשות שיעורים וכו' דארט גייען זיי שוין יא וויינען און שרייען און שפילען א געים ווי כאילו עס האט זיי אמאל וויי געטין

עניוועי איך פרעג אלע אדמורים: פארוואס מיזט איר זיך בויען נאר דארעך צרות ישראל? ווילסט זיין א גרויסע רבי? בבקשה אבער נישט אויף די חשבון פון אידיש בליט :twisted: :twisted: :evil: :twisted: