מיטוואך יולי 02, 2014 1:59 pm#209217
אינטערסאנט קיינער ווייסט נישט דערפון נאר שאולזון ???????????
petergrifin האט געשריבן:רבותי. איך קיק אויף די בילדער און ס׳רײסט שטיקער. איך זעה מײנע ברידער און שװעסטער שטײען אין צער.
איך זעה די זעלבע מענטשען די זעלבע אידן װאס זען אויס אזוי װי איך מײן װײב טאקע אין אנדערע קאלירטע
קלײדער אבער די פנים איז די זעלבע. נישט קײן ציונים נישט קײן מתנחלים נישט קײן מזרחית׳ן אדער מאדערנער
נאר מײנע ברידער און שװעסטער װאס שטײען און קלאגן פאר צער. אונז זענען ארום גענומען מיט רוצחים ימ״ש
װאס זעהן אויך נישט קײן חילוק צװישן קאלירטער קלײדער און זײ פארגיסען אידיש בלוט–אונזער בלוט.
תירוצים פארװאס זײ טוהן עס האבן זײ אן א שיעור אבער למעשה מײנען זײ אונז אלע ה׳י. אלע חשבנות
און פאליטיק גײט נישט מאכן קײן גרויסע חילוק נאר אין לנו על מי להשען אלא על אבינו שבשמים. הי׳ד
טיטאניק האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן:שאולזאהנ׳ס מעשיות ?
דער שאולזאן איז משוגע אבער ער האט א מהלך
אין כאן המקום להאריך בו אבער דער שאולזאן האט זיך א אגענדע,
1) "זיינע" קביעותדיגע קרבנות וואס ער בייסט זיי טעגליך (די קרבנות זענען באצאלטע קרבנות)
2) מאכען הייליג חב"ד
3) סתם קרישקעלעך
4) נייעס וואס מען שיקט אריין (ליין: קליינע חסידוסער באצאלען עם צי לייגען פארפעגאנדע פאר זייער רבי\חסידות)
מען קען קלאר זען ביי יעדע געשרייבעכטץ אין וועלכע סעיף דאס גייט אריין
דער סאסווער איז נישט קיין קרבן זיינער "קיינמאל"
דער סאסווער איז נישט קיין חבד'סקער
דער סאסווער איז נישט קיין קירשקעלע נייעס
דער סאסעווער איז נישט קיין שונא פון קיין כבוד און עס שטערט עם נישט צי ווערען הייליג אויף די חשבון פון די המון עם, ענק זעען ר' דוד אביחצירא ווייסט נישט? מישקאלץ ווייסט נישט? אלישיב ווייסט נישט? מהרא"ש חלומעט? אבער איך האב "יא געוויסט"......![]()
![]()
![]()
נישט געזארגט, באלד גייען קימען די בעלזע זאגען די זעלבע, און די מענדעליסטען אויך (סקווירא האט א פראבלעם מיט די חלות וואס ער האט געשיקט)
איך מיין נישט גארנישט פרעסענעל קעגען דער סאסווער כאטש ער האט ליב צי מאכען די שטיק, אבער וואס מיר שטערט איז די פאקט אז די אדמורים מיינען אז זיי קענען זיך נאר בויען אויף אידיש בליט, יעדער ווייסט אז "קיינער" פליט נישט "קיינער" ווייסט נישט, כ'מיין וועלכע נארמאלע מענטש דאכט זיך א רגע אז דער מישקאלצער אדער דער סאסובער אדער סיי וועלכע רבי מיט א אנגעפרעסענע כרס ווייסט וואס טיט זיך אין הימעל? קאט דע קרעפ!![]()
נאר? זיי האפען אז עס וועט זיין צוויי דריי תמימותדיגע משוגעים וואס וועלען עס קויפען און עס מפרסם זיין ווייטער און אפשר וועט מען קענען מאכען נאך אפאר דאלער
ספעציעל איז דאס גרינג יעצט ווען דער עולם איז צימישט און פארווייטאגט איבער א צרה אין די צייט פון בילבול המוחות קען מען כאפען מוחות....
למשל איר וועט זען ווי ר' מעכל ניקשלבורגער גייט די וואך ביי שאלעשידעס וויינען בכיות נוראות ממש עד אפיסת הכוחות כדי מען זאל מיינען אז אויף זיינע אקסלען ממש ליגט צרות ישראל....... פון זיינע ווערטער וועט מען מיינען אז ער איז ממש געזיצען שבעה די לעצטע טעג און במשך די 18 טעג האט ער געפאסט און געוויינט תיקון חצות.......
אדער דער בערלאנד פון אפריקע גייט אפיר קימען מיט א גאנצע פשעטעל אז ער האט געוויסט ווייל מען האט געזען זיין צורה אין די גראז פון חלחול
נאכדעם גייט קימען דער ספינקער ר' אביש געבען א גאנצע שמיס אז דער טאטע האט עס שוין מרמז געועען מיט יארען ציריק.............![]()
אדער גייען די צאנזער חסידים קימען זאגען אז דער צאנז-נתניה רבי האט געזאגט אין די "שיחות קודש" אז זיי גייען עס נישט איבערלעבען (אזוי ווי זיי האבען מפרסם געווען נאכדעם וואס דע יונגערמאן ווינד איז געהארגעט געווארען האבן זיי געזאגט אז ווען אהרן מרדכעלע האט געשמיסעט מיט דער צאנזער האט דער צאנזער האט דאס מרמז געווען ביי זיין שמיעס...... בהמה איינער! אויב האט ער געוויסט פארוואס האט ער נישט אפענערהייט געווארענט? רוצח וואס ער איז)
ווארט נאר ווארט עס גייען קימען גאנצע נביאות'ער מיט הספדים פרעגט נישט
אבער דאס וועט קיינער נישט קענען אויפווייזען אז זייער רבי האט געמאכט א יום תפילה אין זיין ישיבה, נישט געגעסען קיין פלייש די 18 ביטערע טעג, געזאגט ח"ח פרקי תהילים, געגאנגען צי די לויה, דאס אלעס נישט, ווייל בעצם גייט זיי אן צרות ישראל ווי מיר גייט אן צרות אינדיע ופאקסיטאן, אבער ווען עס קימט צי שאלעשידעס טוירע און צי דרשות שיעורים וכו' דארט גייען זיי שוין יא וויינען און שרייען און שפילען א געים ווי כאילו עס האט זיי אמאל וויי געטין
עניוועי איך פרעג אלע אדמורים: פארוואס מיזט איר זיך בויען נאר דארעך צרות ישראל? ווילסט זיין א גרויסע רבי? בבקשה אבער נישט אויף די חשבון פון אידיש בליט![]()
![]()
![]()
מודה אני האט געשריבן:אינטערסאנט קיינער ווייסט נישט דערפון נאר שאולזון ???????????
טיטאניק האט געשריבן: בלאטיגע מתנחלישע בערג אין ניו יארק
סמבטיון האט געשריבן:ר"ל, אזאנע דברי רשעות צו רעדען בעת זייער בליט קאכט נאך אין זייער פרישע קבר. די ציבראכענע צישאסענע ערשיטערטע עלטערען, זיי זענען גאר די וואס זענען שילדיג אין די טראגישע רציחה, ידיהם שפכו את הדם הזה, רחמנא לשייזבן, אין די אלע עלטערען פון די קדושים פון קו 2 אויפן וועג צום כותל, זענען אויך שילדיג אין זייער קינדערס אומקום וואס?
זלמן זאפיר האט געשריבן:סמבטיון האט געשריבן:ר"ל, אזאנע דברי רשעות צו רעדען בעת זייער בליט קאכט נאך אין זייער פרישע קבר. די ציבראכענע צישאסענע ערשיטערטע עלטערען, זיי זענען גאר די וואס זענען שילדיג אין די טראגישע רציחה, ידיהם שפכו את הדם הזה, רחמנא לשייזבן, אין די אלע עלטערען פון די קדושים פון קו 2 אויפן וועג צום כותל, זענען אויך שילדיג אין זייער קינדערס אומקום וואס?
ער האט לכאורה גענימען די רשעות פין זיין פעטער וואס האט באשולדיגט די אומשולדיגע ציונים מיט די רציחה פין 6 מיליאן יודען
סאו נעם דיך נישט צים הארצען
סמבטיון האט געשריבן:ערשטענס מעגסטו זאגן להבדיל ווען די גלייכסט צו ר' יואליש צו ר' ארענען, צווייטענס, ווי טיטאניק האט שוין פריער דערמאנט, ווייס איך נישט וואס ער האט געזאגט אין וואס זריעל אדער סענדער האבן געזאגט בשמו.
שמעקעדיג האט געשריבן:כדי נישט צו געבן כבוד פאר די צה"ל, שרייבט מען "ציווילע וואלונטירן".
ממתקים האט געשריבן:רעקציעס אין די איזראעלישע פרעסע צו דער דרשה פון דעם געוועזענער קרית יואלער רב
1
http://blogs.timesofisrael.com/do-not-d ... -emphasis/
2
http://www.jewishpress.com/indepth/opin ... 014/07/03/
וויליאמסבורגער האט געשריבן:די טריפלעט וואס האבן באקומען די נעמען פון די קדושים
שמעקעדיג האט געשריבן:כדי נישט צו געבן כבוד פאר די צה"ל, שרייבט מען "ציווילע וואלונטירן".
berlbalaguleh האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:כדי נישט צו געבן כבוד פאר די צה"ל, שרייבט מען "ציווילע וואלונטירן".
ניין. זיי נישט ברויגז. דאס איז די פאקט. איך האב עס געהערט אויף א איזראעליש'ע נייעס סטאנציע. זיי האבן קלאר ארויסגעהויבן דעם פאקט אז די בחורים, הי"ד זענען געפינען געווארן דורך ציווילע וואלונטירן און נישט דורך די מיליטער אדער פאליציי. מ'רעדט דא נישט בענייני שיטה. דאס איז פרייע חברה וואס רעפארטן דאס אלס נייעס. און זיי זענען מדגיש דעים פאקט...![]()
![]()
![]()
![]()
![]()
![]()
![]()
![]()
![]()
![]()
![]()
smartinof האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:כדי נישט צו געבן כבוד פאר די צה"ל, שרייבט מען "ציווילע וואלונטירן".
נכון, און די זעלבע פארקערט, און ישראלישע נייעס שרייעבן זיי אז זיי זענען געטראפען געווארען דורך צה"ל, איז דאס אויך, כדי נישט צו געבן צופיל כבוד פאר די ציווילע, און גרויס כבוד פאר די צה"ל
סאשי פיש האט געשריבן:וואס איז פשט פון די צייטונג פארן נישט שרייבען בחורים?! הכל מודים אז זיי האבען געלערענט אין ישיבה!
ישמעאל הכהן האט געשריבן:דער איד שרייבט דאך אבער יא ''בחורים''
כוכב האט געשריבן:וויליאמסבורגער האט געשריבן:די טריפלעט וואס האבן באקומען די נעמען פון די קדושים
נגיעה ביי א נדה האט א צד היתר?
סאשי פיש האט געשריבן:ווען איז די צייטונג געווארן אזוי נישט צום זאך?!
די בלאט זאגט אז זיי זענען געשטארבען פון זיך אליין!