דאנערשטאג יוני 19, 2014 1:56 am#206861
פארוואס דערמאנט קיינער נישט דאכטזיך די שבתבלעטל האט אן אריכות אין דעם ענין.
יאיר האט געשריבן:לדעתי איז רעספעקט דער גאנצער ענין פון מאראל. דהיינו, אויב איך רעפעקטיר א מענטש און זיינע געברויכן וועל איך אים נישט בא'עולה'ן. ממילא אויב אזוי ווענדט זיך עס מיט וואס איך נאר יענעם אפ. למשל, פאר א מוסלעמענער עסן חזיר, אפילו איך האלט ס'געשעט אים גארנישט, למעשה רעספעקטיר איך דעם מוסלעמענער פאר'ן זיין א מאראלישער מענטש און זיך האלטן צו זיין רעליגיע. ממילא וואלט איך אים נישט אפגענארט. משא"כ אויב א חוק איז אוממאראליש, ווי למשל אויב יענער האלט אז א מענטש מיט אן אייפון איז פסול צו מאכן קידוש, אזא חוק רעספעקטיר איך נישט, ממילא פיל איך נישט קיין מאראלישע פליכט צו זיכער מאכן אז איך בין אים נישט מכשיל.
פוןדעסטוועגןדאך האט געשריבן:איינער האט פריער דערמאנט the golden rule. טוה נישט פאר יענם וואס דו ווילסט נישט מען זאל טוהן פאר דיר.
איך קלער אזא צוגאנג דערויף.
ווען איך אליין האב א הנהגה וואס איז בטעות גמור יסודה, און איז לחלוטין נישט אמת, בין איך גערן מסכים אז א צווייטער זאל זיך נישט רעכענען דערמיט. אדרבא זאל ער מיך מהנה זיין מיט אביסל וואטעווער.
אויב אזוי טוה איך דאס זעלבע פאר אים.
״כי עתה שהאריך הגלות יותר מידי יש לישראל להִבדל מהבלי העולם ולאחוז בחותמו של הקב"ה, שהוא אמת ושלא לשקר לא לישראל ולא לגויים ולא להטעותם בשום עניין ולקדש עצמם אף במותר להם שנאמר: "שארית ישראל לא יעשו עוולה ולא ידברו כזב ולא ימצא בפיהם לשון תרמית". וכשיבוא הקב"ה להושיעם ואמרו הגויים: בדין עשה, כי הם אנשי אמת ותורת אמת בפיהם. אבל אם יתנהגו עם הגויים ברמאות יאמרו: ראו מה עשה הקב"ה שבחר לחלקו גנבים ורמאים.״
גאלד האט געשריבן:וואס הייסט דער רמב"ם רופט איהם אן א "שוטה" אויב כ'דענק גוט
געפילטע פיש האט געשריבן:די שאלה קען מען פרעגן לגבי אנדערע יידן אויך, למשל אויב איך האב א גאסט פסח וואס איז מקפיד אויף נישט צו עסן געקויפטע פראדוקטן, לאמיר זאגן אז איך האב אנגענומען אז ס'איז א מנהג שטות, מוז איך עם זאגן אז די פלייש איז געקאכט אין געקויפטע קעטשאפ, אדער אז די קיכן וואס ער בייסט צו איז אבערלענדער'ס, נישט היימיש? וואס איז אויב איך ברענג קידוש צו מאכן אין בית מדרש, און איך ווייס אז אויב איינער וועט וויסן אז איך האב עס געברענגט אום שבת וועט ער נישט עסן, אבער איך ווייס דאך יא אז די עירוב איז כשר, מוז איך עם זאגן, און לאמיר זאגן אז נישט, אויב פרעגט ער מעג איך עם זאגן ליגנט? אויב א חבר גייט נישט אריין אין א שטוב וואו ס'דא אינטערנעט, מוז איך עם זאגן אז ער מעג נישט אריינקומען אין מיין שטוב? און אויב האב איך א חבר א וועגיטעריאן, מעג איך עם געבן צו עסן א מאכן וואס האט תערובת פלייש אדער פיש?
יאיר האט געשריבן:לדעתי איז רעספעקט דער גאנצער ענין פון מאראל. דהיינו, אויב איך רעפעקטיר א מענטש און זיינע געברויכן וועל איך אים נישט בא'עולה'ן. ממילא אויב אזוי ווענדט זיך עס מיט וואס איך נאר יענעם אפ. למשל, פאר א מוסלעמענער עסן חזיר, אפילו איך האלט ס'געשעט אים גארנישט, למעשה רעספעקטיר איך דעם מוסלעמענער פאר'ן זיין א מאראלישער מענטש און זיך האלטן צו זיין רעליגיע. ממילא וואלט איך אים נישט אפגענארט. משא"כ אויב א חוק איז אוממאראליש, ווי למשל אויב יענער האלט אז א מענטש מיט אן אייפון איז פסול צו מאכן קידוש, אזא חוק רעספעקטיר איך נישט, ממילא פיל איך נישט קיין מאראלישע פליכט צו זיכער מאכן אז איך בין אים נישט מכשיל.
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך וואלט נישט אריינגענארט א מוסלומענער מיט א שטיקל חזיר, ווייל איך וויל נישט (כ'האף אזוי) אז ער זאל מיך ארייננארן מיט א שטיקל חזיר. פארגעס פון דעלך סאני לחברך לא תעביד, על דאטפת אטפוך, פשוט ווי קען איך ערווארטן פון א צווייטן מיך נישט אריינצונארן טראץ דעם וואס ער גלייבט נישט, ווען איך טו ממש דאס? וואו איז די ראציאנאל?
הדסים האט געשריבן:רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך וואלט נישט אריינגענארט א מוסלומענער מיט א שטיקל חזיר, ווייל איך וויל נישט (כ'האף אזוי) אז ער זאל מיך ארייננארן מיט א שטיקל חזיר. פארגעס פון דעלך סאני לחברך לא תעביד, על דאטפת אטפוך, פשוט ווי קען איך ערווארטן פון א צווייטן מיך נישט אריינצונארן טראץ דעם וואס ער גלייבט נישט, ווען איך טו ממש דאס? וואו איז די ראציאנאל?
דו האלטסט אז אויב דו וועסט אים נישט ארייננארן, וועט ער דיר נישט ארייננארן? די מוסלומענער וועט סייווי טון וואס ער וויל.
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אויב וויל איך קענען וועלן אז ער זאל עס נישט טון צו מיך, דאן קען איך עס נישט טון צו איהם.