Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אינטערנעט און אידישקייט » וואס טוט "טע"ג" (TAG) מיט אייער אינפארמאציע?

וואס טוט "טע"ג" (TAG) מיט אייער אינפארמאציע?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
96 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6662
מיטוואך יוני 25, 2014 1:36 pm#208041
הוגה ,איז יענער הצלה וואלענטיר באשטראפט געווארן?
מיטוואך יוני 25, 2014 1:38 pm#208042
קום אריין מיט מער דיטעילס, די הצלה סטארי אינטרעסירט מיר און איז אסאך מער נוגע ווי טעג.
מיטוואך יוני 25, 2014 1:45 pm#208046
די מעשה איז דאכציך שוין אויסגעשמועסט געווארן דא אין שטיבל. ATUB @שמעקעדיג ATUB ?

ATUB @שמערל ATUB , ס'איז נישט מער נוגע ווי טע"ג, פאר צוויי סיבות.

1) עס איז כמעט נישט שייך אז הצלה זאל וויסן סודות'פולע אינפארמאציע, אויסער אין אזא פאל ווי יענער מעשה, געמישטע שווימען. משא"כ טע"ג אויב בלאק איך אינטערנעט ביי זיי און נישט טעקסט, און מיינע קינדער'ס מוסד געפונען אויס דערפון, פליען מיינע קינדער פון די מוסד.

2) ביי אן עמערדזשענסי מוז איך רופן הצלה אדער ווארטן א האלבע שעה פאר די אלגעמיינע אמבולאנס. משא"כ בלאקירן מיין קאמפיוטער אדער סעלפאון קען איך אליין, אדער צאלן איינעם עס צו טון.


.
מיטוואך יוני 25, 2014 8:17 pm#208109
איך האב עס נישט געוואלט ארויפברענגען פריער, ווייל כ'געדענק נישט צו ס'איז געווען משומר אדער טע"ג, כ'האב פראבירט מברר צו זיין אבער כ'קען נישט צוקומען צו יענעם. אן אריינגיין אין דעטאלן, אויב איז אייער ביזנעס עפעס וואס איר האט קארפארעט סודות וואס וועדט דיר שאדטן אויב דיין קאנקורענץ וועט אויסגעפונען, זאלסטו טראכטן צוויי מאל פארן נוצן א היימישע ארגעניזאציע צו פילטערן דיינע קאמפיוטערס.
מיטוואך יוני 25, 2014 8:50 pm#208112
די מעשה פון הצלה האב איך באשריבן אין מאחורי פאר א האלב יאר צוריק, פאר די וואס האבן נישט קיין צוטריט צו מאחרי נאט אייך די ראשי פרקים.

איז הצלה טראסטבאר?
פאר איך שרייב דא וועגן דעם וויל איך מגלה דעת זיין אז איך בין נישט דארט געווען און איך קען נישט מאמת זיין די פרשה, אבער איך האב דאס געהערט פון א קראנטע מקור, אדרבה זאל 'הצלה' קומען דא און באשטעטיגן אדער אפלייקענען די מעשה.
דאס האב איך געהערט מיט נעמען, סיי די נאמען פונעם יינגערמאן, און סיי די נאמען פונעם הצלה מעמבער, הלואי איז עס נישט אמת, אבער יענער פארציילט אזוי:

א גרופע פון בערך דריי פיר קאפעלס האבן געכאפט א שווים אין א פריוואטע פאלל, למעשה איז געשעהן א שטיקל תקלה ווען איינער פון די אינגעלייט האט בטעות אריינגעוואקט אין א גלאזערנע וואנט און זיך צושניטען זיין פיס אויף א מיאוסע פארנעם. און גרויס צוטימעלניש האט איינער גערופן הצלה, הצלה איז געקומען אין ארייינגעפירט דעם אינגערמאן אין שפיטאל, עד כאן וואלט געדארפט זיין די מעשה.

אבער די מעשה גייט ווייטער, דער הצלה מעמעבער (גראדע א בעסערע גאטשע) איז געגאנגען צו דעם רב, ווי אין יענעמ'ס מוסד שיקט דער אינגערמאן זיינע קינדער, (גראדע זייער א ליבעראלע רב) פארציילן דעם עוולה וואס דער אינגערמאן איז באגאנגען. דער רב האט זאפארט געהייסן שיקן א בריוו (דורך די מוסדות) אז די קינדער זיינע קענען נישט לערנען ווייטער און זיינע מוסדות.

יעצט וואס מיר האט בעיקר אויפגערעגט פון דעם מעשה איז דאס שרעקליכע עוולה (נאכאמאל אויב איז עס טאקע דברים כהוויתן) דער עוון פלילי פון דעם הצלה אינגערמאן פארן ארויסצוגעבן פריוואטע אינפארמאציע וואס איז אים באוויסט געווארן דורך זיין ארבעט. ס'איז דאך עק וועלט, ס'טייטש מען קען נישט טראסטען אן הצלה מעמבער!! ווען אזאנס פאסירט ווען ביי א שטאטשיע אמבולאנס אדער פערמעדיק פאלירט יענער זיין לייסענס, זיין זשאב, און ועל כולם ווער די קאמפעני געסואט אויף מיליאנען, אבער וויבאלד דא רעדט זיך פון א היימישע ארגאנעזאציע, ווערט עס א שטח הפקר ואין פוצה פה ומצפצף.

אלזא פון דעם פאדיום דא בעט איך הצלה זאל מאכן א געהעריגע אויספארשונג און אויב איז עס אמת זאלט איר פייערן דעם אינגערמאן זאפארט (כ'רעדט שוין באלד ווי נחום...) העכסטענס קען ער ווערן א חברים מעמעבער אדער א שומרים וואלונטיר, הצלה איז געמאכט פאר מער טראסטעבעל מענטשן ווי אזא אינגערמאן. רבותי בעדפארד עועניו איז מער נישט קיין טו וועי..
מיטוואך יוני 25, 2014 9:27 pm#208118
די סיבה פארוואס די הצלה מעשה איז מיר יא מער נוגע, ווייל טעג אפילו איך זאל ווען נישט האבן געהערט קיין איין שלעכט ווארט אויף זיי, וואלט איך זיי אויך נישט געטראסט. זיי זענען א ארגאנעזאציע ספעציעל אויפגעשטעלט צו טעראריזירן און ארויפצווינגען אויף מענטשן וואס זיי האלטן עס איז ריכטיג, און איך האלט אז גארנישט וועט זיי אפשטעלן פון עררייכן דעם ציל.
משא"כ הצלה איז א פאבליק ארגאנעזאציע אויפגעשטעלט צו ראטעווען מענטשן, און זיי שנארען און ווילן האבן דעם טראסט אפילו פון אזעלכע וואס האבן די טמא'נע כלי, איז צו הערן אויף זיי אזא באשולדיגונג, פיל א גרעסערע שאק פאר מיר און א סיבה זיי נישט צו שטיצן.

די עצם מעשה פון דעם יונגערמאן נעבעך, האט מיר געברענגט אן אויספלאץ. זיין לאנג ערווארטעטע תאוה צו קענען זען זה זיין שכנה איז ענדליך ערפילט געווארן, און דא ענדיגט ער מיט אזעלכע בזיונות, אין אן אמבולנס, מיט די קינדער אנע מוסדות.
די שוטה שלימזל איינער, וואס וואטשטו נישט ווי די טרעטסט? נעקסט טיים זאלסטיך נישט צושניידן, פארשטאנען?
מיטוואך יולי 30, 2014 11:20 pm#214701
Here is a list of things TAG has the capability to do with YOUR phone after they install MAAS360
Without your permission or knowledge they can....

• Remotely access your phone
• Track your phone 24/7
• Delete applications
• Add applications
• see EVERY phone call detail - whom you called and how long conversation lasted
• see EVERY Text msg detail - whom you text
• see EVERY email detail - whom you emailed
• see ALL activities - how long you spent on each application etc.
(basically even see your banking activities.... - scary??)
• they can remotely...
LOCK your phone
Change your password
WIPE your phone clean
Shut your phone
And MUCH MUCH more....

Are you really ready for this?
Think twice before you go.....
C/p A link of the official description of mass 360 the program TAG uses to filter your phone look and see your self m http://www.maas360.com/products/mobile- ... anagement/ m

I phone
m http://www.maas360.com/products/mobile- ... apple-ios/ m

Android
m http://www.maas360.com/products/mobile- ... t/android/ m

Cp
מיטוואך יולי 30, 2014 11:39 pm#214706
מפרסמים עושי מצוה, ועושי עוולה בקל וחומר.
מיטוואך יולי 30, 2014 11:41 pm#214708
Tag logged into all the phones today - and put their logo onto YOUR phone as a screen saver
If you change the screen saver - it automatically goes back after 5 minutes
Your phone basically is synchronizing all the time with tag
מיטוואך יולי 30, 2014 11:44 pm#214710
/
מיטוואך יולי 30, 2014 11:48 pm#214712
מען קען נישט אראפנעמען דעם Maas360?
מיטוואך יולי 30, 2014 11:49 pm#214714
שרעקעדיג!

ס'נישט שיין צו זאגן, אבער כ'האב געוואוסט! קיינער טוהט נישט גארנישט לשם מצוה. ספעציעל ווען די "עסקני המוסדות" ארבעטן מיט האנט ביי האנט. אלעס האט א מחשבה תחילה וואס אונלי טיים טעללס וואס עס איז.
דאנערשטאג יולי 31, 2014 12:14 am#214726
איך פארשטיי נישט.

האבן זיי אינסטאלט דאס אן מענטשעןס הסכמה.

אדער האבן זיי פשוט איינגעשריבען די אלא טעלעפאונס אן א הסכמה?
דאנערשטאג יולי 31, 2014 12:36 am#214733
גנדי האט געשריבן:איך פארשטיי נישט.

האבן זיי אינסטאלט דאס אן מענטשעןס הסכמה.

אדער האבן זיי פשוט איינגעשריבען די אלא טעלעפאונס אן א הסכמה?


יעדער איז מסכים! אוזן זו ששמעה בסיטי פילד !
דאנערשטאג יולי 31, 2014 2:21 pm#214836
איך טראכט סתם... אפשר האבן זיי אינסטאלירט א פראגרעם אין יעדע פאון און אזוי מיטן אפדעיטן דעם פראגראם ווערט אטאמאטיש אפדעיטעד דיין סקרין סעיווער.

אויב ס'איז נישט אזוי, נאר קענען אזוי רימאטלי אריינקריכן צו איינעם'ס פאון איז דאס א שרעקליכע פארברעך!
דאנערשטאג יולי 31, 2014 3:28 pm#214861
נישט אז איך נעם זיך אן פאר זיי, אבער איינער טראכט אז געציילטע ביזי יונגעלייט וואס טוען וואלונטירן צו אינסטולירן פילטערס האבן צייט צו נאכקוקן הונדערטער טעלעפאן'ס כסדר?
איך בין נאך אלץ חייש אז זיי קענען ליום מן הימים אריינקריכן ביי יענעם ראנדאמלי, אזוי ווי די איי.אר.עס. וועט זיך נישט פארלייגן אויף אלע ביזנעסער אויף אמאל נאר אויסזוכן געציילטע פון זיי, אבער יעדער איינער ציטערט אויב ער איז נעקסט אויף די רייע.
בכלל, קען איינער מברר זיין צי זיי אינסטולירן דאס טאקע? לויט ווי איך ווייס פון א צייט צוריק, לייגן זייעס נישט ארויף; אפשר לעצטנס האבן זיי געטוישט מעטאדן? ווייס איך נישט.
דאנערשטאג יולי 31, 2014 3:32 pm#214863
איך האלט נישט אז זיי קוקן ממש נאך אפילו רענדאמלי, ס'קען אבער זיין און ס'נישט אזוי רחוק מן השכל אז ווען למשל די טאלטשעווע תלמוד תורה דארף ארייננמען א קינד אין מוסד קענען זיי אנרופן TAG און פרעגן, וועלכע סטייל האט ער ליב..?
דאנערשטאג יולי 31, 2014 4:44 pm#214872
:lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

איך וויל וויסן אויב די אלע זאכן זענען לעגאל? מעגן זיי אינסטולירן און נאכטשעקן מענטשן אן רשות? מעג א מוסד בכלל אפזאגן טאמער א טאטע האט נישט די בעסטע פילטער אין די ארבעט למשל? (מילא זיי ווילן היטן די קינדער, קען איך נאך פארשטיין)
וואס טוען זיי אויב מארגן ווערט איינער פון די באהערדע געוואר און זיי סטאפן אלע רעגירונגס פראגראמען? איין יונגאטש דארף נאר רעדן צו א צייטונג און דאס קען אנמאכן א שטינק איום ונורא.
דאנערשטאג יולי 31, 2014 5:16 pm#214878
שמעקעדיג האט געשריבן:נישט אז איך נעם זיך אן פאר זיי, אבער איינער טראכט אז געציילטע ביזי יונגעלייט וואס טוען וואלונטירן

דער יושב ראש כינוס כלל ישראל איז נישט ביזי, והא ראיה...

צווייטענס, נישט די וואלונטירן קוקן נאך. די עסקנים און כלל פארזארגער און וועד החינוך'ס וואס האבן עקסעס צו וואס אימער זיי ווילן.

נ.ב. די מאנסי'ער איינוואינער ווערן געבעטן צו באצאלן 10 דאללער צו דעקן די קאסטן פון דער אפדעיט....
דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:54 pm#220915
maas360
איך לייג דאס פאר וואס איינער האט מיר געשיקט אין אישי איבער מעס360 וואס ער האט זיך געפרעגט ביי די קאמפאני.

someone sent me this:

Here is a list of things TAG has the capability to do with YOUR phone after they install MAAS360
Without your permission or knowledge they can....

• Remotely access your phone
• Track your phone 24/7
• Delete applications
• Add applications
• see EVERY phone call detail - whom you called and how long conversation lasted
• see EVERY Text msg detail - whom you text
• see EVERY email detail - whom you emailed
• see ALL activities - how long you spent on each application etc.
(basically even see your banking activities.... - scary??)
• they can remotely...
LOCK your phone
Change your password
WIPE your phone clean
Shut your phone
And MUCH MUCH more....

is this true or false?



they answered:

We can remotely access Samsung SAFE devices which are newer Samsungs. However to take control and view the device the user must install a remote control app and will be notified the admin is attempting access at which point they must accept to let the admin take control. This is used to remotely assist not spy.. , We can delete applications from Android devices that were installed via Maas360. Our product gives admins the ability to add an app catalog on devices that the user can install only these apps can be deleted remotely. We do not acces call information, or texts,or emails, We can remotely lock phones to a new passcode on android devices,



then added:

Our product is flexible in its abilities. Id suggest talking to your internal support team to find out what features they will be using for personal devices.



I asked:

what i am asking is if the owner of the company wants my phone to have maas360 installed on my device, he may set it that he will be able to see all my phone calls, and/or all my text. true or false?



he answered:

False, Our product does not "See" any texts, emails, or phonecalls..

We do not collect that information, we are not spy software we are there to protect corporate data, email and information pushed out through the maas360 app itself such as documentation.



Then I wrote:

to make it clear there is no way that my boss can see my private emails and phone calls and text, even if he installed maas360 on my device.



he answered:

correct
דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 8:00 pm#220941
פאר אלע וואס האבן וואטסאפ, בעט איך אז מען זאל עס מפרסם זיין אזויווי מען מפרסם געווען די ערשטע (פאלטשע) הודעה. :)
דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 8:01 pm#220942
דערווייל ווייסט מען דאך נישט וואס איז די עכטע.....
דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 8:32 pm#220955
ראש הישיבה האט געשריבן:
איך לייג דאס פאר וואס איינער האט מיר געשיקט אין אישי איבער מעס360 וואס ער האט זיך געפרעגט ביי די קאמפאני.

someone sent me this:

Here is a list of things TAG has the capability to do with YOUR phone after they install MAAS360
Without your permission or knowledge they can....

• Remotely access your phone
• Track your phone 24/7
• Delete applications
• Add applications
• see EVERY phone call detail - whom you called and how long conversation lasted
• see EVERY Text msg detail - whom you text
• see EVERY email detail - whom you emailed
• see ALL activities - how long you spent on each application etc.
(basically even see your banking activities.... - scary??)
• they can remotely...
LOCK your phone
Change your password
WIPE your phone clean
Shut your phone
And MUCH MUCH more....

is this true or false?



they answered:

We can remotely access Samsung SAFE devices which are newer Samsungs. However to take control and view the device the user must install a remote control app and will be notified the admin is attempting access at which point they must accept to let the admin take control. This is used to remotely assist not spy.. , We can delete applications from Android devices that were installed via Maas360. Our product gives admins the ability to add an app catalog on devices that the user can install only these apps can be deleted remotely. We do not acces call information, or texts,or emails, We can remotely lock phones to a new passcode on android devices,



then added:

Our product is flexible in its abilities. Id suggest talking to your internal support team to find out what features they will be using for personal devices.



I asked:

what i am asking is if the owner of the company wants my phone to have maas360 installed on my device, he may set it that he will be able to see all my phone calls, and/or all my text. true or false?



he answered:

False, Our product does not "See" any texts, emails, or phonecalls..

We do not collect that information, we are not spy software we are there to protect corporate data, email and information pushed out through the maas360 app itself such as documentation.



Then I wrote:

to make it clear there is no way that my boss can see my private emails and phone calls and text, even if he installed maas360 on my device.



he answered:

correct
ר
דער פארשטייט נישט קיין ענגליש ווייל העיקר חסר מן הספר ער וואלט געברויכט פרעגן וואס טוט זיך אז דער בעל הבית איז דער אדמיניסטרעטאר און ער האט די פעיסווארד ממילא קען ער לייגן רימאטלי וועלכע עפפ ער וויל.
דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 9:22 pm#220962
אפילו אויף די מעסעדזש איז אמת, זאגן זיי נאר אז זיי קענען נישט זען די אימעילס און טעקסטס, אבער זיי קענען זען די קאל לאג, ווי לאנג די קאל'ס נעמען, וועמען מ'טעקסט זיך ווען, און GPS לאקעישען.

דערנאך זאלט איר וויסן אז maas360 איז נישט די איינציגסטע עפפ וואס טעג לייגט ארויף, אין בארא פארק לייגן זיי ארויף Qustodio פאר אסאך מענטשען. קאסטאדיא איז אויך א מאביל דיווייס מענעדזשמענט עפפ, וואס בין הדברים קען עס זען לאקעישען, וואס מ'טוט אויפן דיווייסט, וויפיל צייט מ'פארברענגט אין יעדע עפפ, אט האט איר אפאר סקרין שאטס פון די מענעדזשמענט סאפטווער.

בילד

בילד

בילד

בילד


See and manage application usage across all devices.

Know where your devices are in real time on a map.

See who users talk to, how often and for how long.
מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 1:48 pm#221107
איך האלט אז איינער זאל נאכאמאל פרעגן ביי זיי קלאר די שאלה. דהיינט אויב דער אדמין קען זען מיינע טעקסט אדער/און טעלעפאן אדער/און לאג?
מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 1:58 pm#221110
געווענטליך די סארט אפס קענען נישט ליינען אייער אימייל אדער וואטסאפ. דהיינו ער האט נישט קיין מעגליכקייט אריינצוקריכן אין דיין גימייל עפפ אדער וואטסאפ וכדומה און פון דארט ליינען וואס טוהט זיך אינעוייניג. אויך דער ערשטער מעסעדזש פון וואסטאפ טענה'ט נישט אזוי. אדרבה, טאמער ווייסט איינער פון אן אפפ וואס קען ליינען רימאוטלי מעסעדזשעס פון אינעווייניג אין א צווייטער עפפ זאל ער מודיע זיין, עס קען מיר שטארק צוניץ קומען פאר זיך.

זיי קענען אבער יא טוהן די אלע זאכען וואס האט צוטוהן מיט די אפערעטיניג סיסטעם פון דער פאון אליינס. קען איך מיין אז געהעריגע טעקסט מעסעדזשעס איז בכלל וויבאלד דאס גייט דורך די פאון זעלבסט. און אוודאי אלע אנדערע זאכען און סעטינגס וואס מען האט דא אויסגערעכנט.
מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 4:48 pm#221188
על כגון דא נאמר: וואס די גויים זאגן, (עפ"ל) אז דער וועיג צום גהינום איז אויס געפלאסטערט מיט גוטע כוונות.

"The road to hell is paved with good intentions"

ס'האט אן אנדער'ן פשט אויך...... 8-) :roll: :twisted: :evil: :x :P :oops: :cry: :( ;) :o
דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 2:07 am#221315
פארוואס זאלן מיר טראסטן טע"ג אז זיי קריכן נישט באהאלטענערהייט אריין וואו זיי ברויכן נישט, ווען זייער גאנצער עקזיסטענץ קומט בלויז ווייל זיי טראסטן אונז נישט אז מיר קריכן נישט באהאלטענערהייט וואו מ'ברויך נישט.

לאמיר זיי האלטן אויפן זעלביגן סטאנדארד ווי זיי האלטן אונז.
דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 2:14 am#221316
ס׳איז נישט ״זיי״ מיט ״אונז״.
אונז טראסט נישט די תורה, ווי די גמ׳ זאגט אין אפטרופס לעריות.
מה שאינו כן צי נאכקוקן יענעמס פריוואטע זאכן, איז שוין בכלל נישט אזא שווערע יצר הרע, און יעדער רעכטדענקיגער מענטש טוט נישט אזאנס.
דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 10:48 am#221358
ווען דו גיבסט דיין ביזנעס קאנקורענט צוויי שאכטלעך, איינס ענטהאלט אלע דיינע ביזנעס סודות, די צווייטע האט אפאר שמוציגע מאגאזינען. ער קען נאר עפענען איינער פון די צוויי, אן איבערקייען אין אפוטרופוס סלאגאנען, וועלכע האלטסטו ער וועט עפענען?
דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 11:19 am#221365
קדש הילולים האט געשריבן:מה שאינו כן צי נאכקוקן יענעמס פריוואטע זאכן, איז שוין בכלל נישט אזא שווערע יצר הרע, און יעדער רעכטדענקיגער מענטש טוט נישט אזאנס.

במה דברים אמורים, בדאיכא.
דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 3:59 pm#226575
פרייליכע נייעס פון אייוועלט:

אינעם לאקאל אין הארץ פון שטאט אויף 14 לי עוועניו שטאט וויליאמסבורג וועט זיך אנשליסן אינעם ברייטפ ארצווייגטע נעץ פון" טעג" אפיסעס איבער די גארער וועלט • ערפארענע טעקנישען'ס וועלן שטיין גרייט צו באדינען דעם ציבור מיט אלע ערליי סערוויסעס איבער טעכנאלאגישע אנגעלעגענהייטן • אפן יעדן טאג פון וואך, פון 1:30 ביז 3:30 נאכמיטאג, און פון 8:30 ביז 10:30 ביינאכט • דער נאמען "טעעג" איז שוין היינט נישט קיין נייע זאך פאר קיינעם, "טעג" איז היינט צוטאג'ס "דער ארגאנאזאציע" בה"א הידוע, וואס איז באוואוסט פאר אירע סערוויסעס פון ארויסהעלפן אידישע קינדער צו זיין אפגעהיטן אין די טעכנאלאגישע וועלט. טעעג איז אויסגעשטיגן אלס א ברייטפארצווייגטע נעץ פון סערוויסעס און פראיעקטן בעניני טעכנאלאגיע, טעג סערווירט דעם ציבור מיטן ארויפלייגן פילטער'ס אויף קאמפיוטערס און סמארטפאון'ס, בלאקירן אינגאנצן די אינטערנעט, ארויסנעמען וויי- פיי, יעוץ און הדרכה אין אלע ענינים פון טעכנאלאגיע, טעג פארמאגט אפיסעס אין 26 שטעט איבער די וועלט, אין וועלכע הונדערטער ערפארענע טעקנישען'ס שטייען גרייט פארן ציבור • טעג פארמאגט א העלפ-ליין ווי מען קען אריינקאלן כמעט 20 שעה א טאג מיט סיי וועלכע פראגע אין טעכנאלאגיע, און עס ווערט געענטפערט דורך ערפארענע לעבעדיגע - נישט אטאטמאטיק דורך א מאשין - טעקנישען'ס • אצינד איז געקומען די רייע אויף אונזער שטאט וויליאמסבורג, וועלכער גרייט זיך צו עפענען בשעטומ"צ דעם נייעם אפיס, צו סערווירן דעם ציבור מיט אלע טעכנאלאגישע אנגעלעגענהייטן, שוין וואכן לאנג גייען אן די צוגרייטונגען דערצו, די עסקנים האבן אריינגעלייגט איבערמידליכע כוחות אז מען זאל עס קענען בס"ד אויספירן מכח אל הפועל. מען האט ספעציעל אויפגענומען ערפארענע טעקנישן'ס פארן אפיס, די טעקנישן'ס זענען אדורך געגאנגען ספעציעלע קורסן און טרענירונגען ווי אזוי זיך צו באגיין מיט יעדע סארט דעווייס וואס איז נאר דא אויף די מארקעט, און זענען אצינד גרייט אויפצונעמען דעם ציבור און ארויסצוהעלפן מיט סיי וועלכע אנגעלעגנהייטן איבער עניני טעכנאלאגיע • דער אפיס ווערט געעפענט אויף גאר א באקוועמער ארט, אין צענטער פון שטאט, אויף 14 ליע עוועניו, דער אפיס איז אויסשטאפירט געווארן פראכטפול און שיין צו קענען אויפנעמען דעם ציבור אויפן באקוועמסטען אופן. עס ווערט קודם געעפענט אין א צייטווייליגן לאקאל, כ די צו קענען עפענען ווי אמשנעלסטן, און בס"ד אין די קומענדיגע וואכן נאך יו"ט וועט עס ווערן אריבערגעצויגן אין א פערמאנענטע ארט • דער נייער אפיס עפענען אירע טויערן בשעטומ"צ דעם קומענדיגן פרייטאג פ' תבא, פון 11:30 ביז 1:30 נאכמיטאג, און די קומענדיגע וואך פ' נצבים- וילך, יעדן טאג פון 1:30 ביז 3:30 נאכמיטאג, און פון 8:30 ביז 10:30 ביינאכט • אין די יעצטיגע ימי הרחמים והסליחות, ווען אידישע קינדער זוכן ווי מער זכותים, און מפשפש במעשים זיין, איז די פאסיגע צייט אז עס ווערט געגעבן די מעגליכקייט צו פארזיכערן אז די טעכנאלאגישע כלים זאלן זיין אויסגעהאלטן אויפן שטערקסטן פארנעם. נחפשה דרכינו ונחקורה ונשובה אל ה'! פילטערן אלע ערליי טעכנאלאגישע דעווייסעס • איי-פאון • ענדרויד • בלעקבערי • פאלם • בעסיק • אייפעד • טעבלעט • קאמפיוטער • לעפטאפ • קעמרא • סענסא • עים-פי-טרי • איי-פאד.
פרייטאג מערץ 13, 2015 1:07 pm#258447
פלעין יודיש האט געשריבן:פון ווי ווייסט טע"ג ווער איך בין
וויאזוי איך הייס
און צי וועלעכע קרייז איך געהער
איך האב זיי דאך קיינמאל נישט געגעבן מיין נאמען?


געווענליך בעטן זיי א נאמען
פרייטאג מערץ 13, 2015 3:56 pm#258476
זיי בעטן א קרעדיט קארד
פרייטאג מערץ 13, 2015 4:07 pm#258482
שמעון וואלף האט געשריבן:זיי בעטן א קרעדיט קארד

שמעון וואלף: אבער אויפ'ן קרעדיט קארד שטייט נישט אנגעשריבן וועלכן רעבין מ'דינט... :roll: :lol:
פרייטאג מערץ 13, 2015 4:25 pm#258491
צו וויסן וועלכע רבי מ'דינט דארף מען בלויז פרעגן וועלכע מסכת יענער לערנט יעצט
פרייטאג סעפטעמבער 11, 2015 6:06 pm#300759
Re: וואס טוט "טע"ג" (TAG) מיט אייער אינפארמאציע?
וואס טוט משומר מיט אייער אינפא???
מוצ"ש סעפטעמבער 12, 2015 9:33 pm#300773
Re: וואס טוט "טע"ג" (TAG) מיט אייער אינפארמאציע?
די שאלה איז וואס 'account status' מיינט. די אנדערע זאכן מאכט סענס, דאס איז דאך די גאנצע איידיע, אן דעם קען זיך משומר צומאכן. ווער גייט דען צו משומר אויב נישט ווייל דער מוסד צווינגט אים? און איינער וואס קומט מדעת עצמו, איז ער דאך נישט אסאסיעיטעד מיט א קהילה אדער וועד.

זיי דארפן נאר צולייגן אינעם נוסח אז די עצם דעטאלן פון די פאון באנוץ - חוץ דער חלק צי דער אקאונט איז עקטיוו אדער סוספענדירט - זענען קאמפלעט פארזיכערט און וועלן אויף קיין פאל נישט ווערן איבער געגעבן פאר קיינעם.
מוצ"ש סעפטעמבער 12, 2015 9:37 pm#300777
Re: וואס טוט "טע"ג" (TAG) מיט אייער אינפארמאציע?
אבער אמת'דיג גערעדט, זע איך נישט פארוואס צו נוצן משומר וכדו'. עכ"פ אויב קען מען זיך באגיין מיט בלויז אימעיל וכדו', לוינט זיך סאך ענדערש צו קויפן א כשר'ן סמארטפאון לכתחילה וואס שטעלט צו נאר אימעיל און וועיז. אזוי מיידט מען אויס אלע פרייוועסי רילעיטעד אישו'ס מיט זיי. און עס קאסט נישט קיין חודש'ליכער אפצאל.
מוצ"ש סעפטעמבער 12, 2015 9:51 pm#300783
איז דען פאראן אזוינס? איך וואלט גערן געקויפט א כשר'ן סמארטפאון מיט די פאר נוצבארע עפפס.
מוצ"ש סעפטעמבער 12, 2015 10:03 pm#300787
Re: וואס טוט "טע"ג" (TAG) מיט אייער אינפארמאציע?
יא, נישט די נייעסטע סארט פארשטייט זיך. פאר ווערייזאן איז דא א סעמסאנג אילוזשען. און פאר סים קארד סארט איז דא דוכט זיך עפעס פון אלקאטעל.
מוצ"ש סעפטעמבער 12, 2015 10:21 pm#300789
Re: וואס טוט "טע"ג" (TAG) מיט אייער אינפארמאציע?
קענסט קויפן א געהעריגע סמארטפון און צומאכן די פלעי סטאר און די בראוזערס און איבערגעבן די פעסווארד פאר דיין חבר און פארטיג.
מוצ"ש סעפטעמבער 12, 2015 10:41 pm#300793
c/p



א גיטן איך בין א געוועזענער ארבעטער ביי משומר אין ווילאמסבורג.
איך וויל אויף קלערן דעם עולם וואס עס טוט זיך אין דעם אנדערן זייט וואנט פין משומר
1) אייער פאון איז שוין נישט אייער עס איז שוין משומר'ס זיי ווערן בעל הבית אופן פאון זיי קענען זעהן דיין ביזנעס אינפא. אין זיי קענען זעהן דיין פאון באק אין דיין טעקס אין אימעיל.... אין יעצט וועסטו מיר זאגן אז וואס אינטערסירט זיי ציזעהן איז אזוי אז ווען משומר מיז נאך קוקן דיין פאון גייט עס נישט אדורך א בעל הבית דער יונגערמאן וואס שטייט אין לייגט פילטערס קען אליין נאך קוקן ער דארף נאר האבן דיין פאון נאמבער אין ער קען זעהן אלס .
2) ווען די פראבירסט צי שפילן מיט די סיסטעם באקימט משומר א אימעיל אז די שפילסט דיך ארום מיט די עפפ גייט משומר אין מאכט א לאקאוט אויף דיין פאון אין די דארפסט אריין גיין צים אפיס שטיין שעה'ן לאנג.
3) איך האלט אז טעג tag איז בעסער זייער סערוויס איז בעסער אין שנעלער זיי זענען נישט דא פאר סאטמער זיי זענען דא צי מאכן נאר די געלט משומר איז נאר דא פאר סאטמער אין צי מאכן געלט

יעצט וויל איך צי ענדיגען אז פאר 13$ א חודש קען מען שוין גיין צי טעג אין עס איז בעסער

איך וויל נישט ארויס שרייבן מיין נאמען ווייל משומר וועט מיר רופן צי דין תורה

א גיט אין זיס לעכטיג יאר

#IKNOW
מוצ"ש סעפטעמבער 12, 2015 10:59 pm#300800
וויפיל געוועזענע ארבייטער איז דא ביי משומר אז די אידענטיטעט פון דעם שרייבער זאל קען בלייבן סודי אז משומר זאל אים נישט רופן צו דין תורה?
מוצ"ש סעפטעמבער 12, 2015 11:17 pm#300805
Re: וואס טוט "טע"ג" (TAG) מיט אייער אינפארמאציע?
ווען "מוז משומר נאכקוקן א פאון"?
זונטאג סעפטעמבער 13, 2015 1:08 am#300821
דעת תורה האט געשריבן:ווען "מוז משומר נאכקוקן א פאון"?

ווען יענעמס ווייב קויפט א נייע פאנג'עלאו פאר יו"ט