מאנטאג יוני 23, 2014 10:50 pm#207691
וואס טוט "טע"ג" (TAG) מיט אייער אינפארמאציע?
מען האט שוין עטליכע מאל געשמועסט דא אין שטיבל איבער די נושא אויב טע"ג גיבט ארויס פריוואטע אינפארמאציע וואס זיי באקומען פון מענטשן וואס קומען תמימות'דיג "כשר'ן" זייערע טעלעפאנען.
מיר האבן געהערט די מעשה פון דעם בחור וואס איז געגאנגן צו טע"ג צו פילטערן זיין סעלפאון אויף די העכסטע דרגא, און טע"ג איז געגאנגן איבערגעבן אז ער האט א סעלפאון צו זיין ראש הישיבה, און דער בחור איז ארויס געשליידערט געווארן פון ישיבה די נעקסטע טאג.
אויך אין דעם אשכול האט מען ארומגערעדט אויף דעם נושא:
זענען מיר מסכים צו לעבן אין א שלאף-שטוב פון גלאז?
איז וואס זענען די פאקטן הלכה למעשה? ווערט טע"ג געפירט מיט א פראפעשאנעל עטיק, מיט קאנפידענטשיאליטי, אדער איז עס טאקע ווי ATUB @סופר ומונה ATUB האט עס גערופן "א שלאף שטוב פון גלאז"?
ביי א לעצטיגע אינטערוויו אויף "קול מבשר" האט די טע"ג חבריא פעסט געלייקענט אז זיי טיילט מיט די אינפארמאציע מיט אנדערע. זיי האבן אויך אפגעלייקענט די אנדערע באריכטען פון מענטשן וואס זענען געפאלן קרבנות פון זיי. זיי טענה'ן אז זיי זענען נאר דא ארויס צו העלפן א יעדן ערליכן איד מיט זייערע באדערפענישן און זיי געבן נישט ארויס די אינפארמאציע פאר קיינעם.
יעצט האב איך אבער אליין געהערט מיטגעהאלטן א מעשה פון די נאנט, וואס וועט אייך דא קלאר מאכן דעם אמת איבער טע"ג'ס אקטיוויטעטען.
איך גיי יעצט נישט אריין גיין אין די נושא אויב טע"ג האט א רעכט עס צו טון אדער נישט, מיר ווילן וויסן די פאקטן - יא אדער ניין. קען מען זיי טראסטן אדער נישט?
איז רבותי, זאלט איר וויסן אז זיי האלטן זיך נישט צוריק פון טוהן אלעס אריינצוקריכן אין אייערע קישקעס אין מיטצוטיילן מיט אייער רב, מנהל, רבי, עלטערן, עסקנים, וואס עס געפעלט זיי. מען קען זיי נישט טראסטען מיט גארנישט. זוכט אייך בעסערע וועגן צו פילטערן אייערע דעווייסעס, אבער גייט נישט צו טע"ג ודומיהן!
פאלגענד איז די מעשה וואס איך האב נאנט מיטגעהאלטן: א יונגערמאן באקומט א טעלעפאן קאל פון זיין חבר וועלכער דינט אויף די וועד הרוחני פון איינער פון די תלמוד תורה'ס אין מאנסי. זיין חבר זאגט אים אז ער האט יעצט באקומען א טעלעפאון קאל פון טע"ג אז די סעלפאון וואס איז געפילטערט געווארן פאר זיינעט וועגן דורך טע"ג ווערט שוין נישט באנוצט פאר א גוטע 6-8 חדשים. דער טע"ג חברה מאן האט מסביר געוועהן אז דאס ווייזט קלאר אז דער יונגערמאן האט זיכער אן אנדערן סעלפאן, און ממילא זאל די וועד וויסן אז ער האט נישט אריינגעברענגט זיין אנדערע סעלפאן צו טע"ג!!
זיין חבר, דער פון די וועד, האט אים געזאגט, "הער מיר צו, עס אינטערסירט מיך נישט וואס דו טוסט, מאך נאר זיכער אדער צו נוצן טעגליך דיין אלטע סעלפאן אדער צו פילטערן דיין נייע ביי טע"ג, איך קען נישט האבן טע"ג אויף מיין קאפ און גארנישט טון וועגן דעם". עד כאן המעשה.
זאלט איר אלזא וויסן:
1) אויב נוצט איר טע"ג קוקן זיי אייך נאך וואס איר טוט.
2) זיי וועלן איבערגעבן אייער אינפארמאציע פאר דעם וואס זיי פילן נויטיג - אן אייער רשות.
ראו הוזהרתם!