הויפט זייט » האט דער גוי עולם הזה?
האט דער גוי עולם הזה?
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDTשריפט
100 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6706
מיטוואך יולי 16, 2014 1:13 pm#212144
איך ציהל נישט אין ערגעץ, איך זאג סתם אז יעדער איינער קוקט עס אן פון זיין באקס.
אמאל איז אינטרעסאנט צו ארויסגיין פון די באקס פאר א מינוט, און גלייך שנעל צוריק אריינלויפן.

מיטוואך יולי 16, 2014 1:26 pm#212147
איינמאל מ'איז שוין ארויס פון די באקס איז מער נישט אינטערעסאנט צוריק אריינצולויפן.
דינסטאג יולי 22, 2014 1:17 am#212952
פון גירסה דינקותא דערמאן איך זיך א שמועס וואס איך האב לכאורה געהערט אין חדר/ישיבה קטנה.
אז טאקע אויף די וועלט איז יעדער איינער פאריאגט אין מלא צרות יגון ואנחה אידן ווי גוים צוגלייך.
אבער אונטערן באוואוסטזיין טראכט צו זיך די מענטש, העולם הזה דומה לפרוזדור, ס'איז טאקע שווער דא אבער ווארט נאר ווארט! באלד קומט די ריכטיגע! ביי יעדעם זיינס, ביי איינעם א מענסיאן מיט א 50 עקער גארטן אנלימיטעד פיצא אינקלודעד... און ביי איינעם שבעים ושתים צדיקות אן קאנדאמס...
וועט מען פרעגן א גוי "?Will you go to paradise" וועט ער ענטפערן "...Sure! what's the question? I'm such a good guy! with so many good deeds", ממילא אונטערן באוואוסטזיין לעבט ער רואיגער...
משא"כ ביי א איד אויס וועט מען עם פרעגן "ביזט אזוי זיכער אז דו וועסט גיין אין גן עדן??? וואס וועט זיין די תירוץ? עה... יודע בהמה נפש צדיקו... כ'ווייס? וויפעל מ'ווערט ליידער נכשול...
ממילא אונטערן באוואוסזיין איז ער גארנישט אזוי רואיג אויף די וועלט...
ממילא די subconscious רואיגקייט פון א גוי איז זיין עולם הזה און די subconscious דאגה פון א איד מה יהיה לאחר מאה ועשרים דאס נעמט אים אוועק די גאנצע עוה"ז...
איי די אטעאיסטן? תיקו...

דינסטאג יולי 22, 2014 6:44 am#212958
אמר רבא: לא נברא העולם אלא לרשעים גמורים או לצדיקים גמורים". [ברכות סא, ב].
דינסטאג יולי 22, 2014 8:03 am#212962
Who told you that there exist such a thing as "atheist"
דינסטאג יולי 22, 2014 10:10 am#212971
יין שרף
איך האב דאס געלייענט אלס קינד אז דער בעל שם פון מיכלשטאט האט דאס געענטפערט פאר זיין פריץ... (נאך איינער האט געלייענט יענעם בוכל..?)

דינסטאג יולי 22, 2014 1:50 pm#213037
ס'איז ידוע וואס א באוואוסטער בעל תשובה אין א"י האט געזאגט, נאך וואס ער איז געווען אלץ פרייער בעל עבירה ביים שפיץ גליק, מיט אלע תאוות עוה"ז, האט ער שפעטער געזאגט די גרעסטע תאווה קומט נישט צו, לא מיבעי צו א שעה תורה רציפות אדער א ווארעמע נשמת, נאר אפילו צו א שטיקל שבת'דיגע טשאלענט און קוגל, והדברים עמוקים!
דינסטאג יולי 22, 2014 1:56 pm#213040
א פינטעלע וואס איז גאר מערקווירדיג, וויפיל "גליקליכע גויים" האבן פון איין מינוט אויף די צווייטע זיך גענומען דאס לעבן אדער אריינגעפאלן אין א טאטאלע דעפרעסיע, ווען בלויז איין טרעפל פון זיין לעבן האט אנגעהויבן גיין נישט ווי זיין חלום, איין גליטש אין זיין כבוד, צו א חבר / חבר'טע וואס האט אים איבערגעלאזט, צו ער האט זיך פארהאנקערט אין לעגאלע ענינים, צו די באנק וויל צונעמען זיין הויז וכו'.
בשעת דער אידעלע אין דער צייט האלזט דעם רבוש"ע כביכול, ער שטארקט זיך מיט ביטחון, ער נעמט ארויס א תהלים'ל, זעצט זיך אריין לערנען אפאר שעה, קומט א שבת און מ'דערהייבט זיך צו די העכערע ספערן.
דאס הייסט געלעבט מיט א געשמאק, מיט אינהאלט און תוכן, דאס איז עוה"ז און עוה"ב אינאיינעם.

דינסטאג יולי 22, 2014 5:22 pm#213096
ווען מ'נעמט זיך די פאר מינוט און מ'טראכט אריין וויאזוי די "אמיש" מענטשן לעבן אין אמעריקע, און וויאזוי זיי פראקטיצירן זייער שטרענג-קריסטליכע רעליגיע, איז עס אויך נאר מיט דעם בליק פון "יענע וועלט" גן-עדן קעגן גינהום.
די אמיש מענטשן האבן נישט קיין טעלעפאן, קיין אינטערנעט, קיין קארס, עלעקטעריק, וואשער-דרייער, נישט קיין מייקראוועיוו און נישט קיין וועקיום קלינער. זיי לעבן גענוי ווי טויזנט יאר צוריק, נישט ווייל זיי ואוינען אין תימן און קענען עס נישט האבן, נאר זיי וואווינען אין אמעריקע פינקט ווי אונז און זיי נעמען די רעליגיע אזוי סטריקטלי, אז דער עיקר איז יענע וועלט און די וועלט איז נישט געמאכט צו הנאה האבן - במלוא מובן המילה.
שטעליט זיך די פראגע: זענען זיי ווייניגער העפי פון סתם גוים? דער תירוץ איז: ניין. זיי לעבן רואיגער, סאך רואיגער ווי להבדיל מיר אידן. ווייל זיי האבן נישט קיין שום פרעשור, זענען קיינמאל נישט אווערדרעפט אין די באנק, ווייל זיי האבן נישט קיין באנק אקאונט. זיי האבן נישט קיין שום קריים, און זענען צופרידן מיט וואס זיי האבן.
און מיינט נישט אז זיי האבן נישט קיין ברירה. קיינער צווינגט זיי נישט צו בלייבן. יעדער אמיש קען זיך גיין ווען ער וויל, אבער 90 פראצענט פון די אמיש קינדער האבן חתונה מיט אמיש מענטשן און בלייבן אינעם סיסטעם.
דער תירוץ איז קלאר: שוואויל-טאג מאכט נישט העפי.

דינסטאג יולי 22, 2014 8:38 pm#213127
דער יסוד פון ווער עס איז בשמחה און ווער נישט, ווער עס האט "עולם הזה" און ווער נישט, האט נישט מיט רעליגיע ספעציעל, אין מיין האמבל אפיניען:
ווער עס איז א עכטער מסתפק במועט - דער איז בשמחה! דער האט עולם הזה. עס איז נישט לייכט.
קענסט עס נאר באמערקען ווען:
ער וואוינט פרימיטיוו (אפילו ער קען עפארדן).
ער גייט אנגעטאן פשוט. און זיין פרוי און קינדער גייען נישט מיט די לעצטע סטיילס אפילו אנדערע האלטן זיי זענען "יאנטשי".
דרייווט א פשוט'ע דזשעלאפי קאר, ווייל עס פארט! און אים גייט נישט אן וואס יעדער זאגט אדער טראכט!
יעצט, ווען דער פרימיטיווער מענטש גיט "צדקה" פאר אנדערע, און פארגינט פאר אנדערע אזעלכע סטאנדארטן וואס ער דארף נישט - דער האט געפעסט דעם טעסט.
דער איז בשמחה. אלע אנדערע פעלט שמחה. קיין אונטערשיד וועלכע פארטיי/חסידות ער גלייבט!

דינסטאג יולי 22, 2014 9:23 pm#213137
צערייסט מיך נישט!
קנאה און זשעלעסי איז דא ביי יעדן, ליידער אויך ביינ'ונז, אבער ביי גויים איז עס פיל ערגער און טיפער, טויזענטער מאל אזויפיל, דארט איז תחמוד א טעגליכע ערשיינונג סיי אויף ווייבער און אויף אנדערע זאכען, כ'אב געהערט פון א גויעשען שכן זייער סאסך דערוועגען, ער אליינץ ווען ר'פלעגט רעדען פון זיין בוזעם פריינט וואס איז רייכער פון אים, פלעגט ער רעדען מיט אזא מין האס און ס'האט געגאסען אפענע קנאה, אפילו ער אליין איז אויכעט נישט קיין ארעמאן, ער איז אריין אין די מסכתא פון זיין זיווג שני ווי זיינס א ארבייטס קאלעגע האט אים מקנא געוועזען ביז ער האט איר באקומען, דערנאך האט ער חתונה געהאט מי זיין זיווג שלישי, וואס דוכט זיך זיי האבען אויכעט אנגעהויבען די שידוך ווען זי איז נאך געוועזען ביי א צווייטען, די לעבען ווערט אויפגעגעסען פון קנאה, און ווען ס'איז נישטא קיין אמונה און ביטחון אז זאכען זענען באשערט, קענען די רייכסטע באשאנקענסטע מענטשען זיין די אומגליקליכסטע
ורקב עצמות קנאה
איך האב געוואוינט נעבען גויים, כ'האנדעל אסאך מיט גויים, די קנאה און כבוד לעבען איז דארט א דיזעסטער, ס'איז א פאקט![אויסרוף צייכן :!:]()
קנאה און זשעלעסי איז דא ביי יעדן, ליידער אויך ביינ'ונז, אבער ביי גויים איז עס פיל ערגער און טיפער, טויזענטער מאל אזויפיל, דארט איז תחמוד א טעגליכע ערשיינונג סיי אויף ווייבער און אויף אנדערע זאכען, כ'אב געהערט פון א גויעשען שכן זייער סאסך דערוועגען, ער אליינץ ווען ר'פלעגט רעדען פון זיין בוזעם פריינט וואס איז רייכער פון אים, פלעגט ער רעדען מיט אזא מין האס און ס'האט געגאסען אפענע קנאה, אפילו ער אליין איז אויכעט נישט קיין ארעמאן, ער איז אריין אין די מסכתא פון זיין זיווג שני ווי זיינס א ארבייטס קאלעגע האט אים מקנא געוועזען ביז ער האט איר באקומען, דערנאך האט ער חתונה געהאט מי זיין זיווג שלישי, וואס דוכט זיך זיי האבען אויכעט אנגעהויבען די שידוך ווען זי איז נאך געוועזען ביי א צווייטען, די לעבען ווערט אויפגעגעסען פון קנאה, און ווען ס'איז נישטא קיין אמונה און ביטחון אז זאכען זענען באשערט, קענען די רייכסטע באשאנקענסטע מענטשען זיין די אומגליקליכסטע
ורקב עצמות קנאה
איך האב געוואוינט נעבען גויים, כ'האנדעל אסאך מיט גויים, די קנאה און כבוד לעבען איז דארט א דיזעסטער, ס'איז א פאקט
מיטוואך יולי 23, 2014 11:24 am#213215
איך זעה נישט דיין פאינט.
דער גוי וועט פאר "תאוה" און אומצופרידנהייט נאכלויפן הונדערטער מיידלעך, און זיין חתונה האבן מאכט אים נישט העפי און צופרידן - משא"כ להבדיל אלף אלפי הבדלות, מיר אידן, אחב"י הדרים בעיר ניו יארק, וועלן פאר אונזער תאוה פון געלט זאגן ליגנט און נעמען פראגראמען, און אויסשפילן די קרעדיט-קארד קאמפאני, מיטן' נישט באצאלן די חובות, און מאכן "שארט סעילס" וכו' וכו' וכו', - וואס מ'וואלט זיכער נישט געטאן אויב מ'וואלט געהאט שלוות הנפש, און בטחון אין באשעפער, אז דאס וואס איך דארף האב איך, און דאס וואס איז מיר באשערט וועט מיר אנקומען כשר וישר.
ווער עס לעבט פאר זיך, צופרידן און איז א שמח בחלקו און זיכט נישט צו געפעלן פאר אנדערע, וועט נישט טאן די אויבנדערמאנטע זאכן. ליידער דאס רוב פאלט דורך.

מיטוואך יולי 23, 2014 12:18 pm#213228
און ווער ס'איז עכט צופרידן מיט זיך און זיין לעבענס שטייגער וועט נישט זיין ביזי מיטן זאגן ווי אומצופרידן "דער גוי" איז.
מיטוואך יולי 23, 2014 12:23 pm#213230
מיינסט צו זאגן, ער וועט עס זיכער זאגן דא און דארט, אבער נישט זיין "ביזי" דערמיט. ריכטיג??
מיטוואך יולי 23, 2014 12:35 pm#213236
עהם, האסט אמאל געזען אן עושר זאגן דא דארט פארוואס און וויאזוי זיין לעבן איז בעסער ווי דעם אריממאנס?
מיטוואך יולי 23, 2014 1:12 pm#213247
זייט מיר מוחל פון פאראויס, ס'דא דא עטליכע ניקים, וואס קוקט אויס פון זייערע תגובות אז זיי האבן שוין לאנג נישט, אדער קיינמאל טועם געווען קיין טעם אין תורה, עבודה, אדער בייקומען א נסיון, אויב קען איינער פארגלייכן אטעאיזם, די הוילע עוואלוציע, אדער גאר די קראנקע קוראן להבדיל אלפי אלפים הבדלות צו אידישקייט, ווייזט עס אז זיי פארפאסן גאר אן אינטעגראלער חלק אין זייער לעבן.. כנראה ווי די סארט אידן לעבן אין א נעפל אדער פארמאכטן שאכטל, און וועלן שטענדיג זען אידישקייט מיט א שווארצע ליילעך און מיט שטומפיגע ברילן..
סליחה עוד הפעם..
סליחה עוד הפעם..
מיטוואך יולי 23, 2014 1:55 pm#213258
זוכער האט געשריבן:ווען מ'נעמט זיך די פאר מינוט און מ'טראכט אריין וויאזוי די "אמיש" מענטשן לעבן אין אמעריקע, און וויאזוי זיי פראקטיצירן זייער שטרענג-קריסטליכע רעליגיע, איז עס אויך נאר מיט דעם בליק פון "יענע וועלט" גן-עדן קעגן גינהום.
די אמיש מענטשן האבן נישט קיין טעלעפאן, קיין אינטערנעט, קיין קארס, עלעקטעריק, וואשער-דרייער, נישט קיין מייקראוועיוו און נישט קיין וועקיום קלינער. זיי לעבן גענוי ווי טויזנט יאר צוריק, נישט ווייל זיי ואוינען אין תימן און קענען עס נישט האבן, נאר זיי וואווינען אין אמעריקע פינקט ווי אונז און זיי נעמען די רעליגיע אזוי סטריקטלי, אז דער עיקר איז יענע וועלט און די וועלט איז נישט געמאכט צו הנאה האבן - במלוא מובן המילה.
שטעליט זיך די פראגע: זענען זיי ווייניגער העפי פון סתם גוים? דער תירוץ איז: ניין. זיי לעבן רואיגער, סאך רואיגער ווי להבדיל מיר אידן. ווייל זיי האבן נישט קיין שום פרעשור, זענען קיינמאל נישט אווערדרעפט אין די באנק, ווייל זיי האבן נישט קיין באנק אקאונט. זיי האבן נישט קיין שום קריים, און זענען צופרידן מיט וואס זיי האבן.
און מיינט נישט אז זיי האבן נישט קיין ברירה. קיינער צווינגט זיי נישט צו בלייבן. יעדער אמיש קען זיך גיין ווען ער וויל, אבער 90 פראצענט פון די אמיש קינדער האבן חתונה מיט אמיש מענטשן און בלייבן אינעם סיסטעם.
דער תירוץ איז קלאר: שוואויל-טאג מאכט נישט העפי.
דיינע ווערטער ווענדן זיך אליין אפ.
נו ובכן, וועט איינער זאגן אז מזאל אדאפטירן די אמיש לייף סטייל ווייל זיי זענען פרייליכער?!
על כרחך אז נישט אלעס ווענד זיך אין פרייליך!
אדם לעמל יולד, א מענטש דארף זיך פלאגן כי זה כל האדם, פרייליכקייט מאכט עס נישט גערעכט, הגע בעצמך אויב דיך קומט אויס אז די תורה איז שווער דארף מען זיך האלטן דערצו? און דער דראג עדיקט איז נאך מער פרייליכער ווי דער אמיש מענטש.
מיטוואך יולי 23, 2014 2:12 pm#213261
אמת ויציב די תורה מאכט פרייליך, אבער בתנאי אויב דער לערנער איז צופרידן מיט וואס ער האט. אויב נישט וועט אים די תורה גארנישט העלפן. גארנישט.
והא ראי' אז טויזענטער מענטשן לערנען תורה פלייסיג און זענען דאך נישט העפי, זענען ביזי מיט שררה, כבוד, געלט און פאוער.
איך קען אסאך תלמידי חכמים וועלכע בארגן און באצאלן נישט, פארשווענדן געלט וואס זיי האבן נישט. פארוואס? ווייל זיי זענען נישט עכט צופרידן מיט וואס זיי האבן, און דאס וואס זיי זוכן קענען זיי נישט אפארדן.
משא"כ די אמיש מענטשן, דארפן גארנישט אויף דער וועלט! גארנישט! און זענען צופרידן אן אלע תאוות. זיי האבן באקומען א טרעינינג אז יעדער איז אייניג און קיינער איז נישט מער פונעם אנדערן, און לעבן א צופרידן לעבן.

מיטוואך יולי 23, 2014 4:25 pm#213301
זוכער האט געשריבן:אמת ויציב די תורה מאכט פרייליך, אבער בתנאי אויב דער לערנער איז צופרידן מיט וואס ער האט. אויב נישט וועט אים די תורה גארנישט העלפן. גארנישט.
והא ראי' אז טויזענטער מענטשן לערנען תורה פלייסיג און זענען דאך נישט העפי, זענען ביזי מיט שררה, כבוד, געלט און פאוער.
איך קען אסאך תלמידי חכמים וועלכע בארגן און באצאלן נישט, פארשווענדן געלט וואס זיי האבן נישט. פארוואס? ווייל זיי זענען נישט עכט צופרידן מיט וואס זיי האבן, און דאס וואס זיי זוכן קענען זיי נישט אפארדן.
משא"כ די אמיש מענטשן, דארפן גארנישט אויף דער וועלט! גארנישט! און זענען צופרידן אן אלע תאוות. זיי האבן באקומען א טרעינינג אז יעדער איז אייניג און קיינער איז נישט מער פונעם אנדערן, און לעבן א צופרידן לעבן.
להוי ידוע לך אז די אמיש זענען באוואוסטע שטופי זימה, אויך איז דא דארט אסאך אפגעפארענע וואס גייען נאך מיט לבוש, אבער דעטס איט, זיי האבן אימעיל, אינטערנעט, און אלע חאזערייען
מיטוואך יולי 23, 2014 4:32 pm#213302
ניין. זיי האבן נישט קיין עלעקטער, קיין סעלפאון, קיין ראדיא, טעלעוויזיע. זיראו טעכנאלאגיע. קומסטו מיט שטרויענע זימה ארגומענטן.
בכלל איז אינטרעסאנט אז דו באציהסט זיך צו אפגעפארענע עלמענטן. זיי זענען דאך נישט קיין אמיש מער???

מיטוואך יולי 23, 2014 6:09 pm#213317
איך בין קיין אמיש אפשטאמיגער ב"ה, און איך שעץ נישט זייער לעבן און גלייבן, אבער שטורנדיג זייער לעבנסשטייגער מבית ומחוץ שטעלט זיך ארויס אז זייער עקסטרעם-שטרענג לעבן און ענווייראנמענט איז א פאנצער קעגן אלע פלאגן וואס פלאגט מענטשהייט פון ששת ימי בראשית.
זייער לעבן איז אוממעגעליך צו פראקטיצירן פאר א פרעמדן, און במשך די לעצטע 300 יאר איז נישט צוגעקומען קיין גרים.
מעגליך אז לויט אונזער שיטה האבן זיי נישט קיין עולם הזה און נישט קיין עולם הבא, אבער צופרידן זענען זיי!

מיטוואך יולי 23, 2014 8:33 pm#213335
איך האב עס געהערט פון א אמיש מאן מיט א לאנגע בארד מיט הויזען טרייגער, ער איז געקומען צו אונז עפעס בויען, [זיי זענען גרויס אין געוויסע קאנסטראקשען וכדומה] ער אליין איז געקומען מיט א דרייווער א שיקסע [נישט קיין אמיש, נאר זיין שבת גויטע], זי דרייווט אים ארום די פיר פינף שעה'דיגע רייזעס צו זיין ביזנעס צילען, וואס צווישען זיי אליין איז געווען הויעך יום טוב, אנהויב האט ער זיך פרובירט צו באהאלטען, שפעטער איז ער געווען אפען, ער האט שיין געזאגט אז אסאך טוריסטען ווילען האבען נאנטע שייכות מיט זיי [איידעל גערעדט] , ער'ט מסביר געוועזען אז זיי פילען עס ווי א זכי' צו מחבר זיין מיט אמיש מענער, דעריבער איז'ס נישט קיין זינד, ער אליין האט אויכעט מודה געוועזען אז ער האט א אפיס נישט ווייט פון זיין שטעטעל אין פענסילוועניע ווי ער האט אינטערנעט מיט אימעיל, און פיל פון זיינע שכנים אויכעט, ווייל זיי מוזען עס האבען פאר ביזנעס, אויכעט זאגט ער אז טעלעפאנען פאקס מאשינען און סעלפאנען האבען שוין זייער אסאך פון זיי אפענערהייט
דאנערשטאג יולי 24, 2014 10:47 am#213425
איך האף אז דו ברענגסט נישט קיין ראיה פון א יחיד.
איך גלייב אז דו וואלטסט נישט געוואלט אז איינער וואס איז מחלל שבת רח״ל, זאל גיין דערציילן פאר א גוי, אז קיינער היט שוין נישט שבת, און אז ער האט אסאך חברים וואס האלטן אום שבת באהאלטענערהייט א סעלפאן, וכו׳.

פרייטאג אוגוסט 29, 2014 2:28 pm#219886
איך ווייס נישט אויב ס׳קומט דא, טאמער נישט וואו דען?
https://kaveshteible&youtube/farvus?=watch?=nonstop

מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 6:25 pm#220580
רבותי באמת איז דא אין דער נושא פארשידענע פונקטן [זה לעומת זה]. אדרבה לא כל הדברים פשוטים: 1# ווער האט מער פרנסה, די חסידישע נאר'נים פון וואיליאמסבורג [בלי שום עדיוקעישאן וכו'], אדער די קליין קעפיגע גוים וואס ארבעטען יארן לאנג, בויען זיך אויף, אין?.. 2# וואס טוט א גוי מוט געלט ? וואס? מ'קען דען מדמה זיין די הנאה פון מנדב זיין א ארון קודש צו שיקן געלט צו די als אין אפריקה? 3# קוק אויף א חתונה אדער שמחה. 4# איז דען דא "איין" פלאץ אין די וועלט ווי מקען כשרען געלט און קיינער זאל נישט זאגן א מיוק? די נקודה איז, סאיז נישטא נאך אזא דרגה פון א געשמאקע קאמיונעטי וואו ביי די יודען. 5# דו ביסט "מקנא" טייםסקווער ??? וואס? וואס אוז דא אין טייםסקווער וואס איך האב נישט?!? באמת זאג מיך וואס?
מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 6:41 pm#220582
פארוואס? האט געשריבן:איך ווייס נישט אויב ס׳קומט דא, טאמער נישט וואו דען?
https://kaveshteible&youtube/farvus?=watch?=nonstop
אינטרעסאנט טאקע אז מ'האט נאך קיינמאל נישט געהעריג זיך מתווכח געווען דא אין פאסקאלס געוועט, כ'בין געווען זיכער אז א סוירטש וועט עפעס ארויפברענגען.
מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 6:59 pm#220587
ואימא איפכא האט געשריבן:1# ווער האט מער פרנסה, די חסידישע נאר'נים פון וואיליאמסבורג [בלי שום עדיוקעישאן וכו'], אדער די קליין קעפיגע גוים וואס ארבעטען יארן לאנג, בויען זיך אויף, אין?..
לכאורה די וואס ארבעטן יאהרן לאנג און בויען זיך אויף [עם עדיוקעישאן וכו'].
2# וואס טוט א גוי מוט געלט ?
מסתמא שטיצט ער זיין לאקאלע קירכע'ס כולל.
וואס? מ'קען דען מדמה זיין די הנאה פון מנדב זיין א ארון קודש צו שיקן געלט צו די als אין אפריקה?
דו מיינסט דעם 'כבוד'.
3# קוק אויף א חתונה אדער שמחה.
שוין געקוקט.
4# איז דען דא "איין" פלאץ אין די וועלט ווי מקען כשרען געלט און קיינער זאל נישט זאגן א מיוק?
ביי אונז איז נישט דא קיין קריים.
מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 7:02 pm#220588
ואימא איפכא האט געשריבן:רבותי באמת איז דא אין דער נושא פארשידענע פונקטן [זה לעומת זה]. אדרבה לא כל הדברים פשוטים: 1# ווער האט מער פרנסה, די חסידישע נאר'נים פון וואיליאמסבורג [בלי שום עדיוקעישאן וכו'], אדער די קליין קעפיגע גוים וואס ארבעטען יארן לאנג, בויען זיך אויף, אין?.. 2# וואס טוט א גוי מוט געלט ? וואס? מ'קען דען מדמה זיין די הנאה פון מנדב זיין א ארון קודש צו שיקן געלט צו די als אין אפריקה? 3# קוק אויף א חתונה אדער שמחה. 4# איז דען דא "איין" פלאץ אין די וועלט ווי מקען כשרען געלט און קיינער זאל נישט זאגן א מיוק? די נקודה איז, סאיז נישטא נאך אזא דרגה פון א געשמאקע קאמיונעטי וואו ביי די יודען. 5# דו ביסט "מקנא" טייםסקווער ??? וואס? וואס אוז דא אין טייםסקווער וואס איך האב נישט?!? באמת זאג מיך וואס?
וועלקאם צו קאווע שטיבל, געב עס פיר וואכן און דו לאכסט פון דיר אליין.
מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 7:18 pm#220592
ואימא איפכא, דו מיינסט טאקע מ'עט דיך לאזען דא קוקען ריעליטי? נאך בעפאר די עטליכע דעפרעסטע און גאנץ/האלב אפגעפארענע ניקס וועלען דיך טרייען דא צו צומאלן און בעל כרחך אויפווייזען אז וואס דו זעסט איז נאר דמיון, דו דארפסט נאר איינמאל ארויסגיין פון די באקס, זיך אויסדרייען צו די וואנט און זיך גוט צומאכען די אויגען, און אנערקענען און וויסען אז ביי יודעלעך איז די מערסטע קריים, מאלעסטעישען, גניבה, רציחה, אלע מלמדים און רבנים פארקויפען דראגס, די פרןמע זענען אלקאהאליקס, טשאקאהאליקס און ווארקאהאליקס, האלב חסידים און בני תורה נעמען דראגס, יעדער איז סעלפיש און קיינער העלפט נישט דעם צווייטען, די אלע ארגעניזאציעס זענען דא נאר צו שנארען, ס'עקזיסטירט בכלל נישט קיין חברים שומרים הצלה ביקור חולים רפואה ארג'ס, חוץ אפאר וויכטיג מאכערס, ביי חתונות איז שטיל זויער און מרה שחורה, קיינער טאנצט נישט קיינער קומט נישט, מ'מאכט עפעס א מציצה בפה צו פארשפרייטען וויירוסען און מחלות, מ'בלאזט שופר צו נערווירען דאס מענטשהייט, די סיסטעם איז דאס ערגסטע, זאל מען זיך לערנען פון די פיינע נאבעלע גויים צו טון חסד און מאכען סיסטעם, וויל ביי אונז טויג נישט די סיסטעם, וועלכע סיסטעם? די חינוך סיסטעם , סטים פייפ סיסטעם , טרענספערטעישען סיסטעם, עיר קאנדישען סיסטעם און די סוער סיסטעם,, ס'איז אזוי ביטער צו זיין א יוד, אן ענד אן
נעבעך אויף די פאר דעפרעסטע מאראנען
נעבעך אויף די פאר דעפרעסטע מאראנען
מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 8:41 pm#220621
אימא, כ'וועל דיר ענטפערן, צום פארדאנקען דעם סארקאסטישן אויסברוך פון ר' קיל.
דער פשוטער דרך הטבע איז, אז אויב האט מען אן אומנות צו דער האנט קען מען בעסער פארדינען. אויך חז"ל האבן געוואוסט פון דעם גרויסן סוד און מחייב געווען יעדן טאטע צו לערנען זיינע קינדער א פאך.
דער פאקט איז אז צוליב אונזער נאכלעסיגקייט אין עדיוקאציע זענען מיר אן ארעמע פאפולאציע. ברענגען ראיות פון א מינדערהייט עשירים איז פארפירעריש. ווי אויך איז עשירות און סוקסעס תלוי אין זייער אסאך זאכן און צוטריט צו קאפיטאל איז א באדייטנדע פאקטאר וואס אין דעם הינזיכט זענען מיר בעסער ווי אנדערע געמיינדעס אבער דאס איז נישט קיין פארענטפערונג קעגן א געהעריגע עדיוקעישאן.
און בנוגע צדקה, נישט אזוי פארשטאנען די שאלה. עי. על. עס. איז א וויכטיגע צוועק. טון גוטס ברענגט סיפוק פאר יעדן מענטש און איז א גוטע זאך וואס דארף ארויסגעהויבן ווערן.

מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 8:50 pm#220624
געפילטע פיש האט געשריבן:פארוואס? האט געשריבן:איך ווייס נישט אויב ס׳קומט דא, טאמער נישט וואו דען?
https://kaveshteible&youtube/farvus?=watch?=nonstop
אינטרעסאנט טאקע אז מ'האט נאך קיינמאל נישט געהעריג זיך מתווכח געווען דא אין פאסקאלס געוועט, כ'בין געווען זיכער אז א סוירטש וועט עפעס ארויפברענגען.
איך האב אויך פראבירט מאכן א סוירטש בעפאר איך האב עס ארויפגעלייגט דא.
זעהט אויס אז ATUB @ונבנתה העיר ATUB ׳ס סוירטש ענדזשיין איז היבש בעסער ווי גוגל.
דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 3:37 pm#220866
האט דער גוי
קען איינער זאגן וואס גענוי איז דא אין טייםסקווער וואס איז נישטא אין סקווער סקווער???
דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:30 pm#220907
ואימא איפכא האט געשריבן:קען איינער זאגן וואס גענוי איז דא אין טייםסקווער וואס איז נישטא אין סקווער סקווער???
אשפ"ג
דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:30 am#221300
קורצע הערה: א ערליכע גוי [ז' מצוות דבני נח וכו'] איז נישט קרח מכאן וחוקת מכאן [קרעדיט? כ'דענק נישט]. וואס יא? ס'מיר נישט קלאר, ס'דא אסאך חז"לים אויף דעם.
-----
אן אינטערסאנטע שאלה קומט אויס פון דעם אשכול: א אטואיסט מיט א גלויביגער אטעמען די זעלבע לופט אבער "לעבן" פשוט אן אנדער סארט "לעבן" - איז דאס וואר? לכאורה.

מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 6:35 pm#222241
כ'האב געהערט א שיין ווארט, כ'האב געטראכט אז עס קומט אין דעם אשכול,
טוב לי תורת פיך מאלפי זהב וכסף, לכאורה דער 'וכסף' איז גענצליך איבריג, אויב איז די תורה בעסער פון די טייערע זהב, איז דאך א פשיטא אז עס איז בעסער פון די כסף וואס האט א נידריגערע שוויות ווי זהב,
נאר וכסף איז מלשון כיסופים, נכסוף נכספתי, גלוסטענישן, די תורה איז בעסער סיי פון אסאך געלט און סיי פון אלע אנדערע גלוסטיגע תאוות,
ממילא לויט דעם ווערטל קומט אויס אז דער גוי האט זיך טאקע זיין עוה"ז, אבער גארנישט קומט צו צו די גוטע געפיל פון די תוה"ק, וואס איז הנחמדים מזהב ומפז רב ומתוקים מדבש ונופת צופים.

דאנערשטאג יוני 20, 2019 1:22 pm#432148
דער אשכול איז סאום האו, שוין פון אנהויב פארקירעוועט געווארן איבער תורה. צי דער גוי האט אזא סיפוק וואס די אידן האבן פון תורה, צי די גויים האבן די זעלבע סיפוק פונעם קוראן ווי די אידן פון תורה וכו' וכו'. אבער דער הויפט פראגע איז צי דער גוי האט עולם הזה (און אויב יא צי האבן זיי מער פון די אידן).
צום ערשט א פשוט'ע יסוד. אויב גלייבט מען אין שכר ועונש, איז פשוט אז אפילו דער גוי זאל האבן די בעסטע עולם הזה וואס נאר מעגליך, מיט-דעם-אלעם, אויב איך איד וועל דאס טון, איך וועל זיך נאכגעבן די תענוגים פונעם גוי, דאן וועל איך זיך צוזאמליידן אויף יענער וועלט. דעריבער לוינט נישט דער געשעפט פון האקן א חיים טובים אויף דער וועלט שלא על פי תורה. פשוט, ווייל מ'ווייסט וואס עס קומט לאחר מאה ועשרים.
אלזא קומט אויס, אז די פראגע-קעפל פונעם אשכול איז, אויב דער גוי האט מען תענוג, סיפוק, גשמיות און עולם הזה ווי דער איד וואס לעבט על פי תורה (ווייל אז דער איד טוט ככל העולה על רוחו זענען דאך ביידע די זעלבע), צי סיי די אידן און סיי די גויים האבן זייערע יתרונות און תענוגים מער פונעם צווייטן.
אויף דעם איז דער ענטפער: זיכער האט דער גוי מער תענוגים אויף דער וועלט. (און אידן, אויב זיי געבן זיך נאך די תענוגים פונעם גוי וועלן זיי פלאקערן און זייער הויט וועט געשינדן ווערן).
לאמיר טאקע זאגן אז ס'איז אמת דאס אז תורה איז א זאך וואס ברענגט צעדרייטע סיפוק הנפש וואס אנדערע ביכער ביי די גויים שטעלן זיי נישט צו. פיין. אקעי. האבן זיי נישט תורה. וואס איז אבער מיט די תענוגים וואס זיי האבן יא און אונז נישט?!?
מ'הערט אפטמאל פון אידן, אין גאר אסאך פעלער איז דאס בחורימ'לעך נאכן אויפזיין א ליל שישי אין ישיבע און ריקן שטיקער קאקאש קעיק מיט מילך, א פושקע מארלבארא ציגארעטן און א טעלער פונעם געדעכטן טשולנט וואס וועט סערווירט ווערן שבת, זיי זאלן זיך אויסדריקן: עה, וואס פארשטייט א גוי? האט דען דער גוי אזא עולם הזה? זיכער אז נישט!
פאר בלויז די פראגע פון די בחורים צי די גויים האבן דען אזא עולם הזה קומט זיי שוין קלעפ. האסטע געהערט אזאנס? ביסט פון זינען אראפ? דער גוי דארף דיי געפילטע פיש מיט א מייער אן טאפ, גרעיפ-דזשוס מיט סעלצער, הערינג און אייער-קיכלעך צוויי נאכמיטג נאך א לאנגן דאווענען.
קאט די קרעפ, איך גאראנטיר דיר אז די נארמאלע גויים זאגן: כל הכבוד פאר דיין געפילטע פיש און מייער אן טאפ.
מיר דארפן נישט מער ווי די דברים חוצבים וואס ידידנו ר' ATUB @ידען ATUB ברענגט צו אינעםדיזן אשכול, וזה לשונו: "ר' ישראל דוד ווייס ע"ה פלעגט ארויסגיין קידוש מאכן שבת פארן ליינען אין גרויסן ביהמ"ד מיט ר' אברהם לאנדא און אנדערע זקינים. אזוי טונקענדיג דעם ראגעלע אין ברוינפן רופט זיך אן ר' אברהם "וואס ווייסט א גוי?"
"ענטפערט אים ר' ישראל דוד "דער גוי זיצט יעצט אויף זיין שיפל מיט זיין... נקיבה, אין איין האנט א פיש כאפער און אין דער אנדערע האנט א קאלטע ביר, און די ווייסט וואס ער זאגט, "הלוואי ווען איך קען יעצט זיצן אין שוהל אין טונקן א ראגעלע אין שליוואוויץ"
איך ברויך מקצר זיין, אבער נאך א מעשה וואס איך האב געהאט אייניגע טעג צוריק אין דעם ענין. אן ערנסטער איד, א דיין אין א קהילה, א ידיד מיינער, קומט צו צו מיר איין אינדערפרי (דער דיין לייגט זיך יעדע נאכט ארום 7:30 אווענט, און צוויי אזייגער זיצט ער שוין אין בית המדרש מיט'ן קאווע נאך מעריב) און זאגט מיר מיט עקסטאז: "ווען דער גוי ווייסט ווען וואס דאס מיינט דאווענען אכט א זייגער אינדערפרי נאך א ווארימע מקוה און נאך נאכ'ן שוין אויפזיין אזויפיל שעות! וואלט ער זיכער כ'ווייס נישט וואס געטון, אזויפיל ווייס איך יא, ער וואלט אויסגעגאנגען פאר קנאה!"
פארשטייט זיך אז איך האב דעם מורה וודאין קלאר געמאכט אז אפילו אידן בני עמינו, ביי אונז אין בית המדרש, זענען לכאורה בכלל נישט פאראינטערעסירט אין דעם געשעפט פון גיין שלאפן ווען עולם כמנהגו נוהג און אויפשטיין מיט די עגדיסן וכו' וכו' און ווער רעדט נאך פון א טבילה נאכ'ן אויפזיין 7 שעה. עך!!!! די טעם פון א מקוה איז דאך נאר אין די ערשטע פערציג מינוט נאכ'ן אויפשטיין... און אפגערעדט פונעם גוי. דער גוי איז נישט נייגעריג אים דיינע תענוגים. זארג נישט אויף אים, ער הייבט דיר נישט אן מקנא זיין. ער איז נישט פאראינטערעסירט זיך צו מקריב זיין און פאסטן 7 שעה צו קענען נאכדעם אריינרוקן מיט'ן טלית אויפן פלייצע גאלע מיט אווער-נייט קוגל.
ביז אהער איז איין פשוט'ער נקודה.
דאס וואס ATUB @כוכב ATUB ברענגט אלס זיין כמעט יסוד דעם מסילת ישרים אז רוב בריאים אויף דער וועלט לעבן חיי עוני, דאס ברענגט נאכנישט צו זאגן אז די אידן און גויים זענען גלייך בייחס צו עולם הזה.
דאס איז א שמועס פאר זיך. אבער אין קורצן, דאס אז איינער ליידט, ער איז ארים, מיינט נישט אז ער איז גענצליך אויסגעשלאסן און דערווייטערט פון עולם הזה (כ'מיין צו זאגן לדוגמא ווען איינער פראוועט א גרויסן רייכן סעודה אויף א שיף, און דער הויפט קצין דארטן שיסט איינעם אריין אין וואסער, און יענער קען שוין זיכער מער נישט הנאה האבן בדרך הטבע פונעם סעודה, דאקעגן דער גוי וואס געפינט זיך אין שווערע אומשטענדן איז אבער 'עקספאוסד' צו עוה"ז ). מעג ער דען נישט הנאה האבן פון עולם הזה? האבן דען נישט די ארימע גויים גענונג עולם הזה זאכן וואס דער איד האט נישט. קען אפשר זיין אז טאקע נישט, אבער נקודת הדברים איז, אז דברי מסילת ישרים נעמען נישט אוועק דעם פאקט אז עולם הזה באלאנגט צו די גויים.
כ'האף אז דער פותח האשכול ATUB @כוכב ATUB וועט מקדיש זיין א מינוט און זיך קימערן מיט מיינע רייד.

דאנערשטאג יוני 20, 2019 2:19 pm#432149
ואימא איפכא האט געשריבן:קען איינער זאגן וואס גענוי איז דא אין טייםסקווער וואס איז נישטא אין סקווער סקווער???
די רבי'ס טישן. און שיריים...!
דאנערשטאג יוני 20, 2019 8:26 pm#432160
די וויכוח צו אידישקייט שטעלט צו מער סיפוק און הנאה רוחנית ווי אלע אנדערע פיר טויזענט רעליגיעס איבער די וועלט איז לדעתי א נארישער, כדי צו באמת קענען דן זיין איבער דעם פאדערט זיך זיי אלע אויסצופרובירן. אני כשלעצמי האב שוין אויספרובירט א צאל רעליגיעס, און איך זעה בכלל נישט פארוואס אידישקייט זאל זיך פארדינען דעם אויבנאן, ס'איז מער אזא בחינה פון חן מקום על יושביו, ודי בזה.
בנוגע די מאמר חז"ל איבער די דיעל צווישן יעקב און עשו, דאס איז א קלאסישע ביישפיל פון הרוצה לשקר ירחיק עדותו, ס'דא א סיבה פארוואס עולם הבא ווערט נישט דערמאנט אין די תורה, וק"ל.

פרייטאג יוני 21, 2019 10:57 am#432165
אני כשלעצמי האב שוין אויספרובירט א צאל רעליגיעס
וויאזוי פרובירט מען אויס רעליגיעס ?
איז דען דאס ווי א וויין טעיסטינג ? צו האבן א געשמאק אין א רעליגיע ברויך מען גלייבן דערין , אויספראבירן א רעליגיע אן א נשמה איז ווי טעיסטן וואסער . און צוגלייבן יעדן טאג עפעס אנדערש ווייזט אויף אנסטעביליטי
אפשר ווען די וואלסט געגלייבט אביסל אין יהדות וואלסטו וואלסטו אנדערש גערעדט

פרייטאג יוני 21, 2019 11:30 am#432167
לעומתם משבחים ואומרים, ווען דו וואלסט ווען אביסל געגלייבט אין שינטאו וואלסטו אנדערש גערעדט.
פרייטאג יוני 21, 2019 4:12 pm#432170
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:לעומתם משבחים ואומרים, ווען דו וואלסט ווען אביסל געגלייבט אין שינטאו וואלסטו אנדערש גערעדט.
ATUB @הייסע טיי ATUB זאגט אז מיט אביסל גלייבן קימט מען אין ערגעץ נישט אן, נישט מיט אידישקייט און נישט מיט שינטאו.
נישט קיין עולם הבא און נישט קיין עולם הזה.
דער אמת איז קען זיין צוויי מענטשען, איינער לעבן דעם צווייטען און א יעדעמס עקפעריענס איז גאנץ אנדערש פין די צווייטע
איינער גייט אויס פאר מתיקות און עבדות ה', באלעקט זיך די פינגער, און האט עולם הזה מיט עולם הבא, און שרייט טעמו וראו כי טוב הויה
לעבן אים שטייט נעבעך א צווייטער איד און פרעגן מה העבודה הזאת לכם -
און אויב האט ער נישט ציפיל שכל וועט ער נאך ניצען זיין subjective experience דן צי זיין צי דער איד האט יא אדער נישט, מער אדער ווייניגער, עולם הזה.
באמערק וואו דער וואס פרעגט מה העבודה הזאת project דאס אויף זיין ארים און פרעגט לכם
ער פארשטייט אז קיינער האט נישט קיין סיפוק
ער קען נישט זען די מתיקות ועריבות טוב התורה, און פארוואס איינער זאל זיין משתגעים ומתלהטים אחריה ולא יחשב בעיניהם מלא עולם כסף וזהב למאומה
כי התורה כוללת כל הטובות שבעולם
איך מיין איידער מען קען זיך נעמען צי די שאלה צי דער האט יא אדער נישט "עולם הזה" פעלט אויס קלאר צי דיפיינען וואס מיינט דאס "האבן עולם הזה"
איז דאס קארס, יאכטס, סעקס, מיט סטעק וכד' אדער איז דאס העיפינעס, סערענטי, סיפוק נפשי וכד'
אויבערפלעלך וואו געווענליך
דאנערשטאג יולי 25, 2019 7:17 pm#433749
צים ערשט וועט מען דארפן דעפענירן וואס דאס מיינט "האבן עולם הזה"
הינט: סאיז נישט וואס ס'קיקט אויס אויפן ערשטע בליק
ס'איז נישט גיטע סטעק, איך האב געקענט איינעם וואס איז נעבעך אנטלאפען פין "עולם הזה", ער האט זיך גענימען דאס לעבן, א נאכט פריער האט ער געהאט גיטע סטעיק.
און בעסטע פאל איז דאס די הרגשה פין האבן גיטע סטעיק נישט די גשם פין פלייש
דערנאך וועלן מיר דארפן דעפענירן וואס מיינט דאס א איד אדער א גוי ווען מען פרעגט האט דער גוי עולם הזה
אפשר קען מען פרעגן די שאלה אזוי: איז שייך קלימאקס פין "עולם הזה" און ספיריטאלעטי
אדער איז שייך צי האבן פילע "עולם הזה" אן וויסען אז סאיז דא עפעס וואס טרענסענד און איז העכער "עולם הזה" ?

דינסטאג יוני 23, 2020 1:49 am#452677
כוכב האט געשריבן:מיר זענען צוגעוואוינט צו לערנען אין חדר, אז יעקב אבינו האט געקריגן עוה'ב און עשיו האט באקומען עוה'ז. איך געדענק נישט פונקטליך די מראה מקומות דערויף און איך האב נישט קיין צייט יעצט זיי אפירצוזוכן, אבער דאס איז א קאנצעפט וואס מ'באגעגנט אומצאליגע מאל אין ספרי אגדה, און ספעציעל אין דעם יוגנט ווערט מען שטארק נתחנך אויף דעם יסוד שיסודתו בהררי קודש.
א מענטש כאפט א שפאציר אין טיימס סקווער און באגעגנט דעם שפרודלדיגן עוה'ז, טעאטערן און נאכט-קלובן, בארס און פארוויילונגס ערטער, ער באגעגנט נערים ונערות הולכים בידים שלובות, מיט א רואיגע פרייליכע מינע אויף דעם געזיכט כאילו אלע וועלטס פראבלעמען זענען שוין געלעזט, וויל זיך עס דאכטן, אז יא, דער מקח איז אין פולן קראפט, זיי קריגן זייער חלק מיט א שעפ לעפל, דעם עוה'ז.
ווידעראום א שפאציר אין וויליאמסבורג ווייזט נאך א ביה'מד און נאך א חדר, א מקוה, א ספרים געשעפט אן אתרוג סוחר, קומט מען ווידער צו דער מסקנא, אז אונזער לעבן איז טאקע איינגעצוימט, מיר פארמאגן דא נישט קיין סאך, אבער מיר פאקן סחורה פאר א בעסערער וועלט, אן עולם שכולו טוב.
אז מ'טראכט אבער אריין טיפער אין דעם רעאליטעט, זעט מען בכלל נישט אז עוה'ז און עוה'ב זאלן זיך טיילן צווישן די בני עשיו ובני יעקב. דער שמייכלדיגער פארפאלק אין טיימסקווער איז בכלל נישט דער אויטענטישער בליק געבער אויף דאס לעבן קוואליטעט פון מענטשהייט.
דער מסילת ישרים שטעלט אראפ א כלל אנהויב זיין ספר, אז רוב - און אפילו מער ווי רוב - מענטשן לעבן דורך זייער לעבן בצער בעוני, ביסורים ומכאובים. ער נעמט דערפון ארויס דעם מוסר השכל, אז השי'ת האט דאס בדוקא אזוי באשאפן, צו צייגן אז העוה'ז דומה לפרוזדור און דא איז נישט דער תכלית.
זיינע ווערטער אז אויף די וועלט מוטשעט זיך יעדער, מיין איך אז דאס איז אן אומלייקנבארער פאקט וואס יעדער רעכטדענקיגער מענטש וועט מודה זיין דערצו. פאר רוב מענטשן איז דאס לעבן א ביטערע אפקומעניש שאין לך יום שאין קללתו מרובה מחבירו.
אפילו בזמנינו אלה וואס מ'האט אזוי מיישב געווען די וועלט מיט כל מיני תקונים ושינוים, לעבן איבער א ביליאן מענטשן אין טאטעלער ארעמקייט! און מוטשען זיך פאר א שטיקל ברויט. חז"ל זאגן דאך שוין אז עני חשוב כמת וחייהם אינם חיים. א טאטע וואס קען נישט שפייזן זיינע קינדערלעך איז פשוט אז טוב מותו מחייו.
און דאס איז נאר איין סארט פראבלעם, וויפיל מיתות משונות איז דא, חולאים, יתומים ויתומות, מחלוק', וכו וכו, א וועלט מלא פראבלעמען, א נווה התלאות. נו, ווערט מיין שאלה, די אלע זאכן האבן קיינמאל נישט איבערגעהיפט דעם גוי (סדא אפילו א סברא אז דער איד איז מער באהיטן צוליב זיין בעסערע לעבנס קוואליטעט, ווי אויך וואוינען אידן עפ"י רוב אין מער ציוויליזירטע לענדער אבל לא על זה אנו דנים), מאכט זיך אמאל א רייכער גוי וואס זיין לעבן שמייכלט אים, (אויך א זעלטנהייט, סטיוו זשאבס איז אויסגעגאנגען ווי א ליכט אין א יונגען עלטער, וואס האט ער געהאט פון זיין גאנצע עמל?) אבער צי קען מען דאס רופן עוה'ז ווען רוב וועלט ליידט דער איד מיט דעם גוי אייניג אויף דער האר?!
און איך וויל גיין א טריט ווייטער, דוד המלך זאגט אין תהלים, לולי תורתך שעשוע אז אבדתי בעניי, די תורה ברענגט א שמחה און טרייסט צו יעדער צייט, אז א איד איז אין א שווערן מצב, צי סתם אזוי ער איז צעקלאפט, ער דארף חיות, ער עפנט א גמ', ער זעצט זיך לערנען א בלאט הויך אויפן קול, דאס איז א פשוטע נערוון פיל, א דראג, ספילט אן די הארץ מיט שמחה און סיפוק הנפש, מפארגעסט אויף א פאר מינוט אלע פראבלעמען, סדערהייבט אים א טפח העכער, ווייל ער איז זיך מדבק מיט די תורה.
איך האב געקענט אידן וואס האבן געהאט חיי גיהונים, יענע מעשה רח'ל מיט קיין שום האפענונג צו לעבן, יסורי הגוף והנפש, און די תורה איז געווען פאר זיי אן ערי מקלט וואו זיי האבן געטראפן שמחה און טרייסט.
נו, וועלכער גוי האט דאס? אז ער איז בעת צרה האט ער צוויי ברירות ארויס, ער קען טאנצן פון שטאק, און ער זיך אנדראגן און אנטלויפן פון דער מציאות...
בקיצור, איך קום דא מיט א טענה, אז דער מקח איז א מקח טעות, דער גוי האט קיינמאל נישט באקומען קיין עוה'ז, די ליידן פון דער וועלט איז נישט געבינדן צו ראסע אדער גלויבונג, עס פאטשט יעדן אייניג אין פנים, אולי קען מען גאר זאגן אז א איד איז עולמך תראה בחייך מיט דער תורה הקדושה.
עס וואלט נישט געווען מער ווי יושר אז יעקב זאל צוריקגעבן די בכורה און עשיו זאל צוריקגעבן די נזיד עדשים, דער געשעפט איז קיינמאל נישט צושטאנד געקומען.
ATUB @כוכב ATUB טייערער, ווען כ'האב געזען דעם קעפל און דערנאך געליינט דיין ערשטן תגובה, בין איך געווען זיכער אז דו וועסט שרייבן פונקט קאפויער. כ'מיין... כ'פארשטיי נישט דיין פראגע.
כ'גלייב אז דו רעדסט בעיקר פון עולה הזה און נישט פון עולם הבא. אלזא, לאמיר לייגן אין א זייט עולם הבא, שכר ועונש, גן עדן און גיהנם וכו' וכו'.
וואס איז דער שמחה וואס א איד האט אויבנאויף מער פון א גוי אויף דער וועלט?
א) א איד האט א פאמיליע מיט קינדער כגפן פורי' פון וועמען ער קען שעפן סיפוק און אזויפיל נחת.
ב) א איד האט א טעם און א דאווענען און א לערנען.
און ווי געזאגט לאמיר יעצט נישט רעדן פון עולם הבא און פון שכר אויף קיום המצוות, ווייל לויט ווי איך פארשטיי איז דאס נישט דער מכוון דא.
איז, לאמיר דיר נישט דיסעפוינטן, אבער, קען דער דער גוי נישט האבן א ברייטפארצווייגטע פאמיליע ווי די אייזנבאך'ס און פאלקאוויטשעס? זיכער אז יא!
בנוגע דאווענען און תורה. קאם אן, קודם כל, ווייסטו וויפיל אידן עס זענען דא וואס שפירן נישט קיין טעם און דאווענען און לערנען און דאס לערנען איז פאר זיי בכלל נישט קיין ציל-ברעט נאר פארקערט חלילה? יא. ס'איז דא אידן וואס שפירן (נעבעך) נישט קיין טעם אין קיין דאווענען און ביי א בלאט גמרא. זיי פלאצן אוועק און זיי ווארטן אז דער בעל זאל שוין קלינגען און דער שיעור זאל זיך ענדיגן.
אלזא, זאגסט דאך אליינס, אז די יסורי הגוף והנפש זענען מער ווייניגער אייניג, ביים גוי פונקט ווי ביים איד.
איצטערט לאמיר צוקומען צום פוינט:
נו, איז דען נישט דער גוי מער גליקליכער? כ'רעד נישט פון א גוי אויף מאריכואנא אדער א היימלאזער פארשוין.
נעם א גוי וואס וואוינט אין טענערסוויל, ער איז אין א קאמיונוטי (ער האט ווערט עס וועט זיך מרחם זיין בעת צער און ער האט לייוו-קאמפעני נישט נאר אויף סאשל מידיע), ער איז א לויער אדער א דאקטאר (ער האט הנאה אין א סייענטיפישע לומדות ווי דער איד להבדיל וואס לערנט דעם בלאט גמרא אדער דער חידוש פון רבי חיים. זיינע לימודים זענען אקטועל הלכה למעשה און ער קעשט עס ארויס אויפן פלאץ), פרנסה האט ער פיין, מיט זיינע קינדער און מיט זייער התנהגות איז ער צעפרידן (פראצענטואל די זעלבע וואס א איד ערווארט ביי זיך), ער האט א ציל און לעבן, זיין ווייב שטעלט זיך צו צו אים, און וואס נאך?
דער איד מוז האבן א מיליאן מער זאכן כדי ער זאל זיין מער צעפרידענער פונעם גוי.
אלזא פארשטיי איך נישט דיין שאלה.
פארשטייט זיך אז איך האב א פשוט'ער ענטפער, אבער כ'וויל דאך הערן וואס עס איז דיר שווער געווען...
דינסטאג יוני 23, 2020 2:28 am#452683
פרוש: ווען מ'רעדט אויף א יומען לעוול ביסטו גערעכט. נאר, לאמיר געדענקען אז די אלע זאכן זענען געזאגט געווארן אויף א מעטאפיזישן שטאפל.ווייל ליידן און צרות איז דא ביי גויים אויך. פונקט אזוי ווי ביי אידן. פארשטייצעך אז נישט ביי אלע. אבער ביי מער ווי 50%. דאס לעבן גייט נישט גלאט ביי קיין איינעם.
איך האב אמאל צוגעזעהן אן עלטערע קאפל. נישט אידן. וואו די פרוי איז ל"ע געווען נישט געזונט. זי האט מסתמא געהאט אלצהיימער'ס. און זי האט דערקוטשעט דעם מאן. ממש ווי א קליין קינד. און איהר מאן האט זיך נישט אויפגערעגט אויף איהר.פארקערט. ער האט איהר באהאנדלט מיט א סאך געדולד און זייער איידל . און דאס איז געווען אין פאבליק.
מסתמא האבן זיי געהאט א גוטן לעבן צוזאמען. און דער מאן האט דאס געדענקט. אויך ווייס איך פון א נישט אידישע קאפל. אפריקאנער אמעריקאנער. נישט זייער אלט. נאר די פרוי האט געהאט נישט איידלע מידות. זי איז געווען פויל און צוקראכן (דיסארגענייזד). און איהר מאן האט אלעס געטון אין הויז. ער האט אפילו געקאכט. און געטון לאנדרי. ער איז טאקע געווען אן איידעלער מענטש. איך האב באמת רחמנות געהאט אויף איהם.
איך האב געטון עלעקטרישע ארבעט ביי זיי אלס טענענטס פון א אידישן לענדלארד...!