Under maintenance
הויפט זייט » האט דער גוי עולם הזה?

האט דער גוי עולם הזה?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
100 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6706
דינסטאג יולי 01, 2014 9:03 am#208896
האט דער גוי עולם הזה?
מיר זענען צוגעוואוינט צו לערנען אין חדר, אז יעקב אבינו האט געקריגן עוה'ב און עשיו האט באקומען עוה'ז. איך געדענק נישט פונקטליך די מראה מקומות דערויף און איך האב נישט קיין צייט יעצט זיי אפירצוזוכן, אבער דאס איז א קאנצעפט וואס מ'באגעגנט אומצאליגע מאל אין ספרי אגדה, און ספעציעל אין דעם יוגנט ווערט מען שטארק נתחנך אויף דעם יסוד שיסודתו בהררי קודש.

א מענטש כאפט א שפאציר אין טיימס סקווער און באגעגנט דעם שפרודלדיגן עוה'ז, טעאטערן און נאכט-קלובן, בארס און פארוויילונגס ערטער, ער באגעגנט נערים ונערות הולכים בידים שלובות, מיט א רואיגע פרייליכע מינע אויף דעם געזיכט כאילו אלע וועלטס פראבלעמען זענען שוין געלעזט, וויל זיך עס דאכטן, אז יא, דער מקח איז אין פולן קראפט, זיי קריגן זייער חלק מיט א שעפ לעפל, דעם עוה'ז.
ווידעראום א שפאציר אין וויליאמסבורג ווייזט נאך א ביה'מד און נאך א חדר, א מקוה, א ספרים געשעפט אן אתרוג סוחר, קומט מען ווידער צו דער מסקנא, אז אונזער לעבן איז טאקע איינגעצוימט, מיר פארמאגן דא נישט קיין סאך, אבער מיר פאקן סחורה פאר א בעסערער וועלט, אן עולם שכולו טוב.

אז מ'טראכט אבער אריין טיפער אין דעם רעאליטעט, זעט מען בכלל נישט אז עוה'ז און עוה'ב זאלן זיך טיילן צווישן די בני עשיו ובני יעקב. דער שמייכלדיגער פארפאלק אין טיימסקווער איז בכלל נישט דער אויטענטישער בליק געבער אויף דאס לעבן קוואליטעט פון מענטשהייט.

דער מסילת ישרים שטעלט אראפ א כלל אנהויב זיין ספר, אז רוב - און אפילו מער ווי רוב - מענטשן לעבן דורך זייער לעבן בצער בעוני, ביסורים ומכאובים. ער נעמט דערפון ארויס דעם מוסר השכל, אז השי'ת האט דאס בדוקא אזוי באשאפן, צו צייגן אז העוה'ז דומה לפרוזדור און דא איז נישט דער תכלית.

זיינע ווערטער אז אויף די וועלט מוטשעט זיך יעדער, מיין איך אז דאס איז אן אומלייקנבארער פאקט וואס יעדער רעכטדענקיגער מענטש וועט מודה זיין דערצו. פאר רוב מענטשן איז דאס לעבן א ביטערע אפקומעניש שאין לך יום שאין קללתו מרובה מחבירו.
אפילו בזמנינו אלה וואס מ'האט אזוי מיישב געווען די וועלט מיט כל מיני תקונים ושינוים, לעבן איבער א ביליאן מענטשן אין טאטעלער ארעמקייט! און מוטשען זיך פאר א שטיקל ברויט. חז"ל זאגן דאך שוין אז עני חשוב כמת וחייהם אינם חיים. א טאטע וואס קען נישט שפייזן זיינע קינדערלעך איז פשוט אז טוב מותו מחייו.
און דאס איז נאר איין סארט פראבלעם, וויפיל מיתות משונות איז דא, חולאים, יתומים ויתומות, מחלוק', וכו וכו, א וועלט מלא פראבלעמען, א נווה התלאות. נו, ווערט מיין שאלה, די אלע זאכן האבן קיינמאל נישט איבערגעהיפט דעם גוי (סדא אפילו א סברא אז דער איד איז מער באהיטן צוליב זיין בעסערע לעבנס קוואליטעט, ווי אויך וואוינען אידן עפ"י רוב אין מער ציוויליזירטע לענדער אבל לא על זה אנו דנים), מאכט זיך אמאל א רייכער גוי וואס זיין לעבן שמייכלט אים, (אויך א זעלטנהייט, סטיוו זשאבס איז אויסגעגאנגען ווי א ליכט אין א יונגען עלטער, וואס האט ער געהאט פון זיין גאנצע עמל?) אבער צי קען מען דאס רופן עוה'ז ווען רוב וועלט ליידט דער איד מיט דעם גוי אייניג אויף דער האר?!

און איך וויל גיין א טריט ווייטער, דוד המלך זאגט אין תהלים, לולי תורתך שעשוע אז אבדתי בעניי, די תורה ברענגט א שמחה און טרייסט צו יעדער צייט, אז א איד איז אין א שווערן מצב, צי סתם אזוי ער איז צעקלאפט, ער דארף חיות, ער עפנט א גמ', ער זעצט זיך לערנען א בלאט הויך אויפן קול, דאס איז א פשוטע נערוון פיל, א דראג, ספילט אן די הארץ מיט שמחה און סיפוק הנפש, מפארגעסט אויף א פאר מינוט אלע פראבלעמען, סדערהייבט אים א טפח העכער, ווייל ער איז זיך מדבק מיט די תורה.
איך האב געקענט אידן וואס האבן געהאט חיי גיהונים, יענע מעשה רח'ל מיט קיין שום האפענונג צו לעבן, יסורי הגוף והנפש, און די תורה איז געווען פאר זיי אן ערי מקלט וואו זיי האבן געטראפן שמחה און טרייסט.

נו, וועלכער גוי האט דאס? אז ער איז בעת צרה האט ער צוויי ברירות ארויס, ער קען טאנצן פון שטאק, און ער זיך אנדראגן און אנטלויפן פון דער מציאות...

בקיצור, איך קום דא מיט א טענה, אז דער מקח איז א מקח טעות, דער גוי האט קיינמאל נישט באקומען קיין עוה'ז, די ליידן פון דער וועלט איז נישט געבינדן צו ראסע אדער גלויבונג, עס פאטשט יעדן אייניג אין פנים, אולי קען מען גאר זאגן אז א איד איז עולמך תראה בחייך מיט דער תורה הקדושה.

עס וואלט נישט געווען מער ווי יושר אז יעקב זאל צוריקגעבן די בכורה און עשיו זאל צוריקגעבן די נזיד עדשים, דער געשעפט איז קיינמאל נישט צושטאנד געקומען.
דינסטאג יולי 01, 2014 9:29 am#208901
שיין געשריבן. להוי ידוע אז תורה איז נישט די איינציגסטע מיטל זיך אריינצולייגן דערין און פארגעסן די צרות. די גויים האבן אויך קעניינעהארע א פילער ספרים שאנק מיט ביכער.
דינסטאג יולי 01, 2014 9:38 am#208902
כ'בעט דיר, איר רעד נישט פון תורה אז ס'זאל פלעין אוועקשלעפן דעם מוח. תורה גיט אינערליכע שמחה און סיפוק, עס גיט א פורפעס אויף צום לעבן אפילו מתוך צער. עס איז אויף קיין שום פאל נישט קיין פארגלייך פון ליינען א נאוועלע אדער סיי וואס פאר אן אנדערער ביכל, וואס על פי רוב נאכ'ן ליינען קלאגט דער געוויסנביסן אויף די צייט פארטרייבעניש.
כ'פארשטיי אפילו נישט במחל"כ דיין הוה אמינא. אדרבה אפשר שיקט איר מיר א לינק צו דעם ביכל וואס ברענגט צופרידנהייט, מנוחת הנפש און חיות.
פיקודי ה' ישרים משמחי לב!
דינסטאג יולי 01, 2014 9:40 am#208903
כוכב, עי וואן! גיימער האבן פאר פרישטאג לינדזען?

יאיר האט געשריבן:שיין געשריבן. להוי ידוע אז תורה איז נישט די איינציגסטע מיטל זיך אריינצולייגן דערין און פארגעסן די צרות. די גויים האבן אויך קעניינעהארע א פילער ספרים שאנק מיט ביכער.

נישט דאס איז די ווארט. אויב זוכסטו וויאזוי דער גוי קען אנפילן דעם טאג קענסטו פאר די געלט שרייבן אז ס'איז דא מוזיק צו הערן און רעסטאראנטן צו עסן. מ'רעדט פון פילן א סיפוק רוחני, וואס אויף דעם האט דער איד די תורה. און אה"נ, א גוי וואס גלייבט און פירט זיך רעליגיעז, האט דאס אויך כמו שהוכיחו הסקרים.

--

כוכב האקט
דינסטאג יולי 01, 2014 9:44 am#208904
כוכב האט געשריבן:כ'בעט דיר, איר רעד נישט פון תורה אז ס'זאל פלעין אוועקשלעפן דעם מוח. תורה גיט אינערליכע שמחה און סיפוק, עס גיט א פורפעס אויף צום לעבן אפילו מתוך צער. עס איז אויף קיין שום פאל נישט קיין פארגלייך פון ליינען א נאוועלע אדער סיי וואס פאר אן אנדערער ביכל, וואס על פי רוב נאכ'ן ליינען קלאגט דער געוויסנביסן אויף די צייט פארטרייבעניש.
כ'פארשטיי אפילו נישט במחל"כ דיין הוה אמינא. אדרבה אפשר שיקט איר מיר א לינק צו דעם ביכל וואס ברענגט צופרידנהייט, מנוחת הנפש און חיות.
פיקודי ה' ישרים משמחי לב!

אויב פארשטיי איך וואס יאיר זאגט, רעדט ער לכאורה נישט פון לייענען א נאוועלע, נאר ער רעדט איבער טיפע סייענטיפישע ביכער, וואס געבן א סיפוק פארן לערנער, פונקט גענוי אזוי ווי א שטיקל תוספות, (און אפשר נאך אביסל מער…).
אויב ווילסטו א לינק, דאן נאדיר פאר א סטארט.
דינסטאג יולי 01, 2014 9:52 am#208907
איך הער, און איך גיי מיר נישט טענהן אויף זאכן וואס זענען מיר נישט באקאנט.
עס איז אבער קלאר נישט קיין נחלת הכלל, רוב גוים זענען נישט געאייגנט דערפאר, און סאיז זיכער נישט אן אינטעגראלע טייל פונעם לעבן פאר סתם מעינסטרים גוים.
ווידעראום יעדער איד קען היינט אפלערנען א בלאט גמ' ( א נקודה פאר זיך, דער וואונדערליכער אויסשטעל פון דער גמ' אז דער למדן און דער עם הארץ טרעפן זיך דארט ביידע דאס הארץ, און דער זעלבער ספר וואס דער עין הא טראגט מיט שטאלץ אונטערן ארעם, זעט דארט דער חכם ענדלאזע עמקות), יעדער איד קען און איז קובע עיתים לתורה, (ספעציעל ווען מכאפט א פליק און דאס לעבן שפייט אין פנים), און אפילו ער פארשטייט נישט, קען ער לערנען קיצור שלחן ערוך, חק, משניות און עין יעקב, ער קען הערן א שיעור, וואס דאס זעטיגט די זעל מיט די גוף צוזאמען.
דינסטאג יולי 01, 2014 9:56 am#208909
יאיר האט געשריבן:שיין געשריבן. להוי ידוע אז תורה איז נישט די איינציגסטע מיטל זיך אריינצולייגן דערין און פארגעסן די צרות. די גויים האבן אויך קעניינעהארע א פילער ספרים שאנק מיט ביכער.

וועלכע ביכל? וואס איז מסביר עוואלאציע, אדער א פיקציע איבער באני רעביטס? די רגע וואס ער מאכט צו די ביכל איז קפצה עליו הגיעול. פארדריי נישט דעם קאפ.
דינסטאג יולי 01, 2014 10:00 am#208912
פארוואס? האט געשריבן:אויב פארשטיי איך וואס יאיר זאגט, רעדט ער לכאורה נישט פון לייענען א נאוועלע, נאר ער רעדט איבער טיפע סייענטיפישע ביכער, וואס געבן א סיפוק פארן לערנער, פונקט גענוי אזוי ווי א שטיקל תוספות, (און אפשר נאך אביסל מער…).
אויב ווילסטו א לינק, דאן נאדיר פאר א סטארט.

נו, אוודאי קען מען אריין גיין אין אן אנדערער וועלט שטאדירנדיג סייענס און ליינענדיג טיפע ביכער, אבער ווי קומט דאס צו צו רעליגיע? א גלויביגער מענטש גלייבט אז ויהי מה, זאל ער ליידן ווי איוב, קומט ממילא נאך א וועלט, איז פארשטענדליך אז ער לעבט רוהיגער לעבן. כ'האב עס אפילו אמאל געהערט פון ריטשערד דאקינס
דינסטאג יולי 01, 2014 10:01 am#208913
אפטעמיסט האט געשריבן:און אה"נ, א גוי וואס גלייבט און פירט זיך רעליגיעז, האט דאס אויך כמו שהוכיחו הסקרים [/justify]

אזוי? אזוי האבן די סקרים מוכיח געווען? קיינמאל נישט געוויסט, נאך א מזל איך בין אנגעקומען קיין ק״ש און באגעגענד אזא אינטעליגענטע שרייבער.
דינסטאג יולי 01, 2014 10:03 am#208915
ארטיסט האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:שיין געשריבן. להוי ידוע אז תורה איז נישט די איינציגסטע מיטל זיך אריינצולייגן דערין און פארגעסן די צרות. די גויים האבן אויך קעניינעהארע א פילער ספרים שאנק מיט ביכער.

וועלכע ביכל? וואס איז מסביר עוואלאציע, אדער א פיקציע איבער באני רעביטס? די רגע וואס ער מאכט צו די ביכל איז קפצה עליו הגיעול. פארדריי נישט דעם קאפ.

יא, למשל א ביכל וואס איז מסביר עוואלוציע. האסט שוין אמאל פרובירט צו ליינען אזוינס?
אפטעמיסט האט געשריבן:
פארוואס? האט געשריבן:אויב פארשטיי איך וואס יאיר זאגט, רעדט ער לכאורה נישט פון לייענען א נאוועלע, נאר ער רעדט איבער טיפע סייענטיפישע ביכער, וואס געבן א סיפוק פארן לערנער, פונקט גענוי אזוי ווי א שטיקל תוספות, (און אפשר נאך אביסל מער…).
אויב ווילסטו א לינק, דאן נאדיר פאר א סטארט.

נו, אוודאי קען מען אריין גיין אין אן אנדערער וועלט שטאדירנדיג סייענס און ליינענדיג טיפע בוכער, אבער ווי קומט דאס צו צו רעליגיע? א גלויביגער מענטש גלייבט אז ויהי מה, זאל ער ליידן ווי איוב, קומט ממילא נאך א וועלט, איז פארשטענדליך אז ער לעבט רוהיגער לעבן. כ'האב עס אפילו אמאל געהערט פון ריטשערד דאקינס

דאס איז א באזונדערע טענה. אבער אויב אזוי קען מען דאך זיין איינער פון די זעקס ביליאן גויים וואס פארמאגן א רעליגיע.
דינסטאג יולי 01, 2014 10:06 am#208916
פאר די אלע וואס ניוטאן'ס פרינציפא איז צו שווער פאר זיי (אריינגערעכנט מיר), להוי ידוע אז ס'איז פארהאן א ברייטע אויסוואל פון פאפולערע ביכער אין סייענס, פילאזאפיע, ליטעראטור, פסיכאלאגיע, ועוד ועוד, לכל מאן דבעי, שוים לכל נפש. איר קענט היינט אנהייבן, ס'איז קיינמאל נישט צו שפעט.
דינסטאג יולי 01, 2014 10:09 am#208919
פארשטייסט נישט קיין אידיש?
דינסטאג יולי 01, 2014 10:11 am#208920
יא, למשל א ביכל וואס איז מסביר עוואלוציע. האסט שוין אמאל פרובירט צו ליינען אזוינס?

האסטו שוין אמאל פראבירט צו קלייבען ליידיגע קאנעס פון די גאס? האסט שוין אמאל פראבירט?
דינסטאג יולי 01, 2014 10:11 am#208921
כ'האב נישט באמערקט דיין פריערדיגע תגובה. איך בין נאר מעורר אז דער קעפל פון דעם אשכול איז מיסליעדינג אויב כוכב האט געמיינט צו זאגן דאס וואס דו זאגסט. נאכדעם וועלן מיר אריינגיין אויב ס'איז טאקע ריכטיג אז אומרעליגיעזע מענטשן זענען ווירקליך ווייניגער צופרידן אין לעבן ווי רעליגיעזע.
דינסטאג יולי 01, 2014 10:12 am#208922
יאיר האט געשריבן:פאר די אלע וואס ניוטאן'ס פרינציפא איז צו שווער פאר זיי (אריינגערעכנט מיר), להוי ידוע אז ס'איז פארהאן א ברייטע אויסוואל פון פאפולערע ביכער אין סייענס, פילאזאפיע, ליטעראטור, פסיכאלאגיע, ועוד ועוד, לכל מאן דבעי, שוים לכל נפש. איר קענט היינט אנהייבן, ס'איז קיינמאל נישט צו שפעט.

אל תלך בדרך אתם, לאזט ענק נישט פון דעם יאיר, אנשטאט פארטאלכעווען די טעג און יארן מיט שטותים וחיי שעה, ליבערשט מיט חיי עולם, ס'איז עין לא ראתה, בזה ובבא, לערנט די הייליגע תורה יעדע פרייע מינוט, סוועט אייך אלעמאל גוט זיין.
דינסטאג יולי 01, 2014 10:12 am#208923
ארטיסט האט געשריבן:
יא, למשל א ביכל וואס איז מסביר עוואלוציע. האסט שוין אמאל פרובירט צו ליינען אזוינס?

האסטו שוין אמאל פראבירט צו קלייבען ליידיגע קאנעס פון די גאס? האסט שוין אמאל פראבירט?

פשיהא, אזוי גוט צו ענטפערן. ווי טרעפט מען ביי די גויים אזא גמרא אויסגעשארפטע קאפ.
דינסטאג יולי 01, 2014 10:13 am#208924
כוכב האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:פאר די אלע וואס ניוטאן'ס פרינציפא איז צו שווער פאר זיי (אריינגערעכנט מיר), להוי ידוע אז ס'איז פארהאן א ברייטע אויסוואל פון פאפולערע ביכער אין סייענס, פילאזאפיע, ליטעראטור, פסיכאלאגיע, ועוד ועוד, לכל מאן דבעי, שוים לכל נפש. איר קענט היינט אנהייבן, ס'איז קיינמאל נישט צו שפעט.

אל תלך בדרך אתם, לאזט ענק נישט פון דעם יאיר, אנשטאט פארטאלכעווען די טעג און יארן מיט שטותים וחיי שעה, ליבערשט מיט חיי עולם, ס'איז עין לא ראתה, בזה ובבא, לערנט די הייליגע תורה יעדע פרייע מינוט, סוועט אייך אלעמאל גוט זיין.

יא יא, ביסט הייליג רעכט. שוין העכסט צייט צו אויפהערן פארברענגען אזויפיל צייט אויף קאווע שטיבל :lol:.
דינסטאג יולי 01, 2014 10:15 am#208925
בקיצור דער אשכול איז שוין לאנג פארפארן, מיין עיקר נקודה איז איבער דער ברייט פארשפרייטער דאגמע אז דער איד האט יענע וועלט און דער גוי די וועלט, ווען אין פאקט טיילן זיך די אידן און די גוים מיט דעם גליקליכן וועלט שוה בשוה און פאר יעדער צופרידענער גוי האסטו א צופרידענער איד, און דאס רוב פון ביידע ליידן און שווייגן.
דינסטאג יולי 01, 2014 10:15 am#208926
יאיר האט געשריבן:פאר די אלע וואס ניוטאן'ס פרינציפא איז צו שווער פאר זיי (אריינגערעכנט מיר), להוי ידוע אז ס'איז פארהאן א ברייטע אויסוואל פון פאפולערע ביכער אין סייענס, פילאזאפיע, ליטעראטור, פסיכאלאגיע, ועוד ועוד, לכל מאן דבעי, שוים לכל נפש. איר קענט היינט אנהייבן, ס'איז קיינמאל נישט צו שפעט.

מען דארף בלויז אכט געבן אז די ביכער זאלן נישט זיין אינפעסטעט מיט מינות. ווילאנג עס איז אין איינקלאנג מיט די תורה איז עס שוה לכל ישראלי, אדערווייס איז עס שוה לכל הבהמות.
דינסטאג יולי 01, 2014 10:18 am#208927
יאיר האט געשריבן:
ארטיסט האט געשריבן:
יא, למשל א ביכל וואס איז מסביר עוואלוציע. האסט שוין אמאל פרובירט צו ליינען אזוינס?

האסטו שוין אמאל פראבירט צו קלייבען ליידיגע קאנעס פון די גאס? האסט שוין אמאל פראבירט?

פשיהא, אזוי גוט צו ענטפערן. ווי טרעפט מען ביי די גויים אזא גמרא אויסגעשארפטע קאפ.

עס איז א פיינע ענטפער אויב דו וואלסט עס געכאפט, אויב נישט וואו טרעפט מען ביי די אידן אזא בלינדע קאטשקע.
דינסטאג יולי 01, 2014 10:20 am#208929
איך מוטשע זיך צו פארשטיין וואס גייט דא פאר?
בשעת ווען יאיר ברענגט קלאר ארויס זיין נקודה, אז תורה איז לאו דוקא די איינציגסטע מיטל צו ברענגען שמחה און סיפוק, שרייען ארטיסט און אפטעמיסט צוויי טענות:
1). די גוי׳שע ביכער זענען נישט אזוי… (און דאס איז נאך ווען איך האב שוין פעסטגעשטעלט פון וועלכע סארט ביכער יאיר רעדט, און אפילו געגעבן א לינק צו א גרינגע בוך געאייגנט פאר מתחילים).
2). רעליגיע ברענגט א רואיגקייט.
ביז איך בין צוגעקומען צו די מסקנא, וואס דער דיפערענץ איז:
ווען יאר רעדט פון א בלאט גמרא, מיינט ער די שארפקייט און טיפקייט דערפון, (כידוע אז טשאלענדזשן דעם מוח ברענגט א מורא׳דיגע סיפוק), דעריבער פארשטייט ער אז א סייענטיפישע בוך קען עס עניטיים ביטן.
אבער ווען כוכב, אפטעמיסט און ארטיסט רעדן פון גמרא מיינען זיי די ספירטואליטי, די חיות וואס א בלעטל גמרא האט אין זיך וכו׳… דעריבער איז עס נישט קיין צוגלייך צו סייענטיפישע ביכער. אבער אי משום הכי, פארוואס דוקא גמרא, עס קען דאך אויך זיין תהלים?
דינסטאג יולי 01, 2014 10:21 am#208930
כוכב האט געשריבן:בקיצור דער אשכול איז שוין לאנג פארפארן, מיין עיקר נקודה איז איבער דער ברייט פארשפרייטער דאגמע אז דער איד האט יענע וועלט און דער גוי די וועלט, ווען אין פאקט טיילן זיך די אידן און די גוים מיט דעם גליקליכן וועלט שוה בשוה און פאר יעדער צופרידענער גוי האסטו א צופרידענער איד, און דאס רוב פון ביידע ליידן און שווייגן.

כוכב, מה נאמר, האסט א גוטע נקידה, דער יעקב האט דעם עשו גוט מסדר געווען, אבער צוריק גייט א קאזע.
דינסטאג יולי 01, 2014 10:21 am#208931
די "איינציגסטע" זאך וואס ברענגט א סיפוק פאר א מענטש, איז ערפילן א ציל וואס זי האט זיך אליין פארגענומען. ווי שווערער די ציל, אלץ מער די הנאה.( איך רעד נישט פון סתם פשוטע תאוות גשמיות ווי אכילה, משגל, וואס די תאוות זענען הכרחיים לקיום המין,) ודוק בזה עמוק, כי זה כל האדם.

קטלא קניא זאל זיין געזונט, האט אין זיין ארטיקל איבער וועבערמאן, מוראדיג שטארק ארויסגעברענגט ווי אין אונזער סאסייעטי פעלט דאס די מערסטע, וויבאלד כמעט איעדע זאך וואס מיר טוהן איז אן א בחירה, למשל מיר קענען קיינמאל נישט האבן א הנאה פון טרעפן א גוטן זיווג, ווייל מיר האבן קיינמאל נישט אויף דעם געארבייט, א שדכן האט עס ארלעדיגט און עם קומט אויך נישט קיין קרעדיט, ווייל שידוכים איז דאך ממילא באשערט. און אזוי ווייטער יעדע זאך וואס מיר טוען, קליידונג וואס מיר קויפן, איז שוין פארגעשריבן פונקטלעך פאר אונז.

איה"נ די איינציגסטע הנאות מיט וואס מיר זענען געבליבן, איז די תאווה פון עשירות, און לערנען, און דאס איז די איינציגסטע זאך וואס קען א חסידישער יוד מאכן גוט פילן, אבער ווי קומט עס צו א גוי אדער אפילו א מאדערן יוד וואס דארף אליין דעסיידן אויף יעדע טריט און זיין לעבן, יעדן טאג וואס ער גייט נאך מיט זיין ווייב משולבות יד ביד, איז אים אזא הנאה ווי די ענדיגסט ש"ס, דיין ווייב מיינט נעבעך אז בעסערס ווי די איז נישטא פאר איר, אבער זי ווייסטאך יא, אז די מינדעסטע שלעכטע זאך איז מאן פארזונדיגט זיך, איז דא א וועג ארויס. אמת דער מאן האט אסאך א שווערערען לעבן, און ער ציטערט פארדעם יעדע טאג, אבער די ווייסטאך אודאי, ווי שווערער די ארבייט אלץ גרעסער די לוין.
דינסטאג יולי 01, 2014 10:22 am#208932
כוכב האט געשריבן:בקיצור דער אשכול איז שוין לאנג פארפארן, מיין עיקר נקודה איז איבער דער ברייט פארשפרייטער דאגמע אז דער איד האט יענע וועלט און דער גוי די וועלט, ווען אין פאקט טיילן זיך די אידן און די גוים מיט דעם גליקליכן וועלט שוה בשוה און פאר יעדער צופרידענער גוי האסטו א צופרידענער איד, און דאס רוב פון ביידע ליידן און שווייגן.

כ'ווייס נישט צי ס'איז אזוי ווייט אנגענומען אז דער גוי האט הנאה, ווי דער גוי "קען" הנאה האבן. ודו"ק.
דינסטאג יולי 01, 2014 10:25 am#208933
פארוואס? האט געשריבן: אבער אי משום הכי, פארוואס דוקא גמרא, עס קען דאך אויך זיין תהלים?

אה"נ, און ס'קען אויך זיין דעם ברית החדשה אדער קאראן.
דינסטאג יולי 01, 2014 10:26 am#208934
פארוואס? האט געשריבן:איך מוטשע זיך צו פארשטיין וואס גייט דא פאר?
בשעת ווען יאיר ברענגט קלאר ארויס זיין נקודה, אז תורה איז לאו דוקא די איינציגסטע מיטל צו ברענגען שמחה און סיפוק, שרייען ארטיסט און אפטעמיסט צוויי טענות:
1). די גוי׳שע ביכער זענען נישט אזוי… (און דאס איז נאך ווען איך האב שוין פעסטגעשטעלט פון וועלכע סארט ביכער יאיר רעדט, און אפילו געגעבן א לינק צו א גרינגע בוך געאייגנט פאר מתחילים).
2). רעליגיע ברענגט א רואיגקייט.
ביז איך בין צוגעקומען צו די מסקנא, וואס דער דיפערענץ איז:
ווען יאר רעדט פון א בלאט גמרא, מיינט ער די שארפקייט און טיפקייט דערפון, (כידוע אז טשאלענדזשן דעם מוח ברענגט א מורא׳דיגע סיפוק), דעריבער פארשטייט ער אז א סייענטיפישע בוך קען עס עניטיים ביטן.
אבער ווען כוכב, אפטעמיסט און ארטיסט רעדן פון גמרא מיינען זיי די ספירטואליטי, די חיות וואס א בלעטל גמרא האט אין זיך וכו׳… דעריבער איז עס נישט קיין צוגלייך צו סייענטיפישע ביכער. אבער אי משום הכי, פארוואס דוקא גמרא, עס קען דאך אויך זיין תהלים?

באמת איז די "חיות" פון א שטיקל גמרא א געמיש פון די אינטעלעקטועלע טשעלענזש און ספיריטועלע צופרידנהייט. אויף דעם ארויף זאג איך אז מענטשן קענען עניטיים טרעפן ביידע אין א ריזיגע אויסוואל אין די גרויסע וועלט.
מיין איינציגע שאלה איז נאר, פארוואס דער סייענטיסט ווערט נישט בייז אז דו זאגסט אים אז עס זענען פארהאן נאך מיטלען צו טרעפן צופרידנהייט אויסער סייענס, בעת דער פרומער איד ווערט אינגאנצן אויסער זיך אויב מען קען טרעפן סיפוק ערגעץ אנדערש אויסער דעם קיצור שולחן ערוך.
דינסטאג יולי 01, 2014 10:29 am#208935
נאך א נקודה: סייענס, קונסט, פאמיליע, חסד, וכדו', קענען ברענגען פונקט אזא גייסטיגער סיפוק ווי רעליגיע.
דינסטאג יולי 01, 2014 10:40 am#208942
אפטעמיסט האט געשריבן:
פארוואס? האט געשריבן: אבער אי משום הכי, פארוואס דוקא גמרא, עס קען דאך אויך זיין תהלים?

אה"נ, און ס'קען אויך זיין דעם ברית החדשה אדער קאראן.

אדער קלייבן ליידיגע קאנעס פון די גאס.
דינסטאג יולי 01, 2014 10:44 am#208943
ארטיסט, וואס ביסטו אזוי אויסן צו קלייבן ליידיגע קאנעס אין גאס?
כ׳פארשטיי באמת נישט פארוואס דו פראבירסט מיט אלע כחות צו אוועקפיהרן אן אנגענעמע שמועס צו א קינדערישע לעוול.
דינסטאג יולי 01, 2014 10:48 am#208945
די איינפאכע ענטפער איז אז עס צוטרייסלט דעם באוויסטזיין אז אין א אידישער פארום קען איינער מיט מאמע לשון שרייבן אז די פארשאלטענע קאראן ברענגט סיפוק אדער עוואלאציע. איך האב געשפירט ברעכעדיג און א שטארקע קאפ ווייטאג האט מיר ארום גענומען וויאזוי מאמע לשון קען אזוי גרויליג שרייבן. דאס האב איך געמיינט מיט ליידיגע קאנעס. קענסט פאר די געלט זאמלען שמוץ דאס קען אפשר אויך ברענגן סיפוק.

ענק ווילן דוקא פארטרייבן יעדע פרישע שרייבער? ארלעדיגט איך האב נישט געמאכט קיין בונד מיט ק״ש. אבער אזאנע דברי שחת לאו כל מוחא סבל דא.
דינסטאג יולי 01, 2014 10:50 am#208946
יאיר האט געשריבן:נאך א נקודה: סייענס, קונסט, פאמיליע, חסד, וכדו', קענען ברענגען פונקט אזא גייסטיגער סיפוק ווי רעליגיע.

אזוי שרייבט א אינו בן ברית, אדער עמיצער וואס לא למד דף בימיו.
דינסטאג יולי 01, 2014 11:02 am#208955
ארטיסט האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:נאך א נקודה: סייענס, קונסט, פאמיליע, חסד, וכדו', קענען ברענגען פונקט אזא גייסטיגער סיפוק ווי רעליגיע.

אזוי שרייבט א אינו בן ברית, אדער עמיצער וואס לא למד דף בימיו.

פארוואס פיהלסטו נישט אזא טעם אין משניות אדער אין אגדתא אדער אין תורה שבכתב אדער תנ"ך ?
אין בכלל א בלאט גמרא רעדסטו פון די עוועלאציע פונעם בלאט ד"ה מיט תוס און אחרונים יא??????
דינסטאג יולי 01, 2014 11:29 am#208968
זייער אן אינטערעסאנטע שמועס האט זיך דא ערווארבן. וואס איך נעם ארויס פון די גאנצע דעבאטע איז אז סיי דער איד און סיי דער גוי האט ניט קיין עולם הזה און ניט קיין עולם הבא. נו וואס קען מען טון? ATUB @יאיר ATUB , ביזט מסכים מיט מיר?

.
דינסטאג יולי 01, 2014 11:32 am#208972
און איך נעם ארויס דערפון "די טעאריע אף רעלעטיוויטי" אויף א פרישער לעוועל
דינסטאג יולי 01, 2014 12:46 pm#208995
כוכב האט געשריבן:מיין עיקר נקודה איז איבער דער ברייט פארשפרייטער דאגמע אז דער איד האט יענע וועלט און דער גוי די וועלט, ווען אין פאקט טיילן זיך די אידן און די גוים מיט דעם גליקליכן וועלט שוה בשוה און פאר יעדער צופרידענער גוי האסטו א צופרידענער איד, און דאס רוב פון ביידע ליידן און שווייגן.

זאגסטו אז האסט געלערענט א מאמר חז"ל איבער יעקב ועשיו און קומסט עס דא אפווארפן. טאקע א הנאה וואס בלויז א איד פארמאגט.
דינסטאג יולי 01, 2014 12:55 pm#208998
איך וועל אנדערש פראזן די אויבערהאנט דער יעניגער מיט דער גמרא פארמאגט איבער אנדערע.

לפענ״ד געפינט זיך נישט דער ווענדפונקט, ביי דעם עצם ״סיפוק״. איך בין ביי דער מיינונג, אז וויסנשאפט, און אזוי אויך פילע אנדערע סארט אינטילעקטואלע תחומים אין וואס מ׳קען זיך באשעפטיגען, קען ברענגן דעם מענטש געוואלדיגע, און ענדלאזע סיפוק הנפש. מ׳קען דאס אין קיין פאל צוגלייכן צו הבלי עולם הזה, אויף וואס ס׳איז דא א צד צו זאגן ס׳וועבט, אדער ס׳מאכט דיפרעסט.

די אויבערהאנט א בן תורה, און געוויס אנדערע רעליגיעזע מענטשן האבן, איז ״אמונה און בטחון״. ס׳האט לאו דוקא מיט א בלאט גמרא. אויב א נישט רעליגיזער וועט לערנען גמרא, וועט אים דאס קנאפ העלפן בנוגע שמחת החיים.

ווען דאס גאנצע האב-און-גוטס שלעפט זיך מיט די פייער צונגען, ס׳באטרעפט אים א טראגעדיע, ער ליידט צרות -- דער מאמין ווייסט אז פון הימל האט מען אזוי אנגעשריבן. אז ער שוויצט אדורך זיינע פראבלעמען מיט אמונה און בטחון, האט ער א מער לייכטערן פעלד צו פארדייען זיינע מיטמאכענישן.

ער ווייסט אז ער קומט אפ, אויף יענער וועלט ווארט אים אפ שכר, דער עיקר איז דאס אריינכאפן מצוות ומעשים טובים, שפענד געלט פאר מצוות מיט שמחה, אא״וו. ס׳איז די איינפאכע לאגיק וואס ברענגט אזוי אנצונעמען.

סתם אבער ״סיפוק לשם סיפוק״, זע איך נישט פארוואס דער יעניגער מיט דער גמרא, פארמאגט עפעס אן אויבערהאנט. סיי וואספארא יגיעה, סיי וואספארא דערגרייכונג, ברויך בדרך כלל צו דעליווערן סיפוק פאר דעם מענטש.
דינסטאג יולי 01, 2014 1:12 pm#209003
פון די סיפוק וואס די רעדסט, מיין איך אז אפילו @ארטיסט וועט מודה זיין אז א אינו בן ברית א טמנ'ער מוסלמענער, קען אויך האבן פונקט אזא רואיג לעבן ווי א יוד.
דינסטאג יולי 01, 2014 2:28 pm#209016
איך מיין אז מען קריכט אריין אין א טיפע דעבאטע וואס איז מעיקרא נישט ריכטיג,

עוה"ז און עוה"ב מיינט נישט די וועלט און יענער וועלט, עס מיינט גוף ונשמה/רוחניות גשמיות. עוה"ז טוט פשוט אפטייטשן גשמיות, בשעת עוה"ב צייגט אויף א דבר רוחני.

דער גוי/עשו האט באקומען אלע תאוות גופניות, ער מעג האבן אלע נישט כשר'ע כלים, ער האט נישט קיין פחד פון זיין ראשעקאל אדער ראש ישיבה... ער קען קוקן, הערן וואס אימער ער וויל אן קיין שום אפהאלט, עסן ווען/וואו/וואס ער וויל, קיינע פראבלעמען מיט כשרות/הכשרים/תעניתים/ניין טעג/פאר קידוש/נאך הבדלה/פארן דאווענען/חמץ פסח/חוץ לסוכה, וכדומה.. ער מעג רעדן אלע לשה"ר ורכילות און זיך פאסמאקעווען מיט יענעמ'ס שמוץ, ער מעג עובר זיין אויף די שלש חמורות (כ'רעד נישט יעצט געזעצליך אדער וואס אנבאלאנגט ז' מצווות בני נח), מוז נישט לערנען, מוז נישט דאווענען, מוז נישט אויפשטיין צו זמן קר"ש, דארף נישט טראכטן פון קיין טהרת המשפחה, ער קען פארן הוליען ווי אימער אין די וועלט אן דאס מינדעסטע דאגה פון רוחניות/ביהמ"ד/כשרות/שמירת עינים, ער קען גיין הוליען כמעט נאקעט אין גאס, ער קען גיין אין קאלדעזש :P , ער קען דרייוון א רויטן ספארטס קאר און באהעפטן מלאחור א גרויסן ספיד שיפל, ער קען אנטון וועלכע סארט בגדים עס שמעקט אים/איר, קען גיין וועלכע גלעזער ער וויל, ער מעג אפילו שפריצן כל מיני דיאדרענט און זיך שאוערן מיט שמעקעדיגע זייפן! ער מעג זיך חבר'ן מיט וועם ער וויל, ער מעג טראכטן וואס ער וויל, ער קען טשוזן וועלכע אמונה ער וויל אדער אפילו זיין אן אטעאיסט... נישטא קיין האצקעריי אדער הוליעריי פון וואס ער מוז זיך צוריקהאלטן. נישטא קיין גדרים וסייגים אויף גארנישט. ער איז א גענצליך-פרייער מענטש, בגוף.

אויף יענע וועלט פארט עס ווייטער אויף דעם מהלך. אויב איז ער געווען מחסידי אומות העולם, איז פאראן א ספעציעלע גופניות'דיגע/גשמיות'דיגע גן עדן, ער וועט זיך דמיון'ען ווי דער בעל עגלה מיט גוטע פערד, אדער א מעכטיגן פארערי אויטא אויף א שפאגל נייעם אויטאבאן ראוד אין גערמאני, קען אפילו זיין 70 נקיבות פאר די אראבער... ער וועט זיצן מיט זיינע בעלי תאוה אינאיינעם און מאכן א לעבן ( ATUB @הוגה ATUB , פליז נעם מיך נישט אויפן צימבל פון וואו איך ווייס, כ'האב עס געזעהן אין עפעס א מעשה בוכל, ומשם תדרשנו...)

משא"כ דער איד, להבדיל, דער איד!! דער חלק אלקי ממעל, אה! זיין לעבן איז א נשמה, א רוחניות, ער שפירט א טעם אין רוחניות, אין גשמיות איז ער היבש באגרעניצט, יעדע צווייטע זאך טאר מען נישט, ער קען קיינמאל נישט טון וואס ער וויל, ער איז געבונדן צו א שו"ע 24/7, כל ימי חייו, ומינה לא תזוע, ממילא זיין גוף קען נישט נהנה זיין פון די אלע תאוות, אבער ספיריטואל און רוחניות'דיג האט ער די וועלט און יענע וועלט... די תורה הק' וואס כי הם חיינו ואורך ימינו, און לולא תורתך שעשועי אז אבדתי בעניי, דאס קען נאר א אידישע נשמה שפירן, דער גוי שפירט א טעם אין א בלאט גמרא אדער נשמת אזוי ווי דער איד שפירט אין א לאבסטער, די גמרא קלעבט אויף אים ווי ארבעס צום וואנט.. און ווידער בעוה"ב איז דאך זיכער אז דער איד איז נהנה מזיו השכינה און פארברענגט אינאיינעם מיט די אבות הקדושים, עס איז א תענוג וואס לאזט זיך נישט באגרייפן, עין לא ראתה אלקים זולתך, עס איז אלעס הויל רוחניות.

כנלענ"ד מפי ספרים וסופרים.....
דינסטאג יולי 01, 2014 2:36 pm#209018
וכך שנו חכמים בדעקלערעישאן אוו אינדיפענדענס: מען מאכט א נייע לאנד ווי יעדער איז אייניג בארעכטיגט צו נאכיאגען צופרידנקייט.

The pursuit of happiness.
דינסטאג יולי 01, 2014 2:52 pm#209025
איך שטום נישט דווקא צו צו ATUB @שמעקעדיג ATUB 'ס מעשה ביכל. אבער ער איז הונדערט פראצענט גערעכט. זיך טענה'ן אז אידן זענען צופרידן און גוים נישט ווייל זיי לערנען נישט גמרא פאסט פאר א כתה א' יונגעל אפשר. גיי ארויס אין גאס און ווייז מיר די צופרידענע אידן און אומצופרידענע גוים און איך וועל דיר צייגן דאס פארקערטע. נאדיר נאך א :like שמעקעדיג פארן ריכטיג אפלערנען די ברכות יעקב ועשיו.

.
דינסטאג יולי 01, 2014 3:03 pm#209027
פיקודי ה׳ ישרים משמחי לב, די תורה איז דער אייבירשטער און ווען מען לערנט תורה לערנט מען די רייד פונעם אין סוף ברוך הוא, קיין זאך אויף דער וועלט קען נישט מספק זיין אדער משמח זיין ווי תורה. און די פונקט וואס יואב זאגט איז די בחינה פון יש תורה סם החיים אדער סם המוות, אז מען לערנט די תורה ווי א שטודיע האט עס קיין האפט, עס מוז האבן די שלהבת אש און סם החיים וואס דאס קען מען נאר האבן ווען מען האט קדושה אמונה און בטחון.
דינסטאג יולי 01, 2014 3:30 pm#209028
פישל'ע העררינג האט געשריבן:וכך שנו חכמים בדעקלערעישאן אוו אינדיפענדענס: מען מאכט א נייע לאנד ווי יעדער איז אייניג בארעכטיגט צו נאכיאגען צופרידנקייט.

The pursuit of happiness.

דאכט זיך אז ר׳ פישל רירט דא אן די נקודה הפנימית פונעם דעבאטע.

דער ענין פון סיפוק, צו ס׳האנדלט זיך פון גשמיות (עוה״ז), צו רוחניות (עוה״ב), איז דער רצון פון א מענטשן צו זיין בשמחה אדער ווי מ׳רופט עס אין אמעריקא צו זיין ״העפפי״, און אויף דעם גופא האבן שוין חז״ל ברוב חכמתם געזאגט אז ״איזהו עשיר השמח בחלקו״.

פוק חזי וויפיל אפילו פון די וואס הארעווען האבן נישט קיין סיפוק אין לעבן און וויפיל צענדליגער טויזנטער אנדערע בייגן זיך ניטאמאל איבער אויף די גמרא און טרעפן נישט קיין טעם דערין.
מיטוואך יולי 02, 2014 1:00 am#209126
שמערל האט געשריבן:פון די סיפוק וואס די רעדסט, מיין איך אז אפילו @ארטיסט וועט מודה זיין אז א אינו בן ברית א טמנ'ער מוסלמענער, קען אויך האבן פונקט אזא רואיג לעבן ווי א יוד.

איך מײן נישט צו כאפן בײם װארט אבער אויב געדענק איך גוט איז א מוסעלמענער א בן ברית. יא, נײן?
מיטוואך יולי 02, 2014 5:25 pm#209256
יאיר האט געשריבן:שיין געשריבן. להוי ידוע אז תורה איז נישט די איינציגסטע מיטל זיך אריינצולייגן דערין און פארגעסן די צרות. די גויים האבן אויך קעניינעהארע א פילער ספרים שאנק מיט ביכער.

דער רמב"ם האט נאך אזוי פארשטאנען דעם גליק פון חכמות חציוניות ווי אונז אלע, און מערקט דעם פלאם פייערדיגן שפראך ער רעדט איבער דער פון וועלכער עס גיסט זיך ענדלאזע אהבה:

גדולה מכל זאת אמרו יפנה עצמו ומחשבתו לדברי תורה וירחיב דעתו בחכמה שאין מחשבת עריות מתגברת אלא בלב פנוי מן החכמה. ובחכמה הוא אומר אילת אהבים ויעלת חן דדיה ירווך בכל עת באהבתה תשגה תמיד:
דאנערשטאג יולי 03, 2014 12:41 pm#209532

איך האלט נישט אז דער רמב"ם טראגט דא א געוויכט, מ'טענה'ט זיך נישט דא איבער א הלכה, נאר איבער א מציאות. פוק חזי, גיי ארויס אויפ'ן גאס וועסטו זען פילע מענטשן שעפן חיות פון כל מיני זאכן אויסער די תורה. נאר אז דו ברענגסט שוין דעם רמב"ם, איז טאקע משם ראיה. מערק ווי ער צעטיילט "דברי תורה" לחוד און "חכמה" לחוד. און אויב דו האלטסט אז ס'איז סתם א בריסקער דקדוק, כאפ א בליק אין מורה (ח"ג פנ"א):
הריני פותח את הדיבור בפרק זה במשל שאמשיל לך. אומַר אפוא: המלך בארמונו. בין כל האנשים הכפופים למרותו יש אנשים בעיר ויש מחוץ לעיר. בין אלה שבעיר יש מי שפונה עורף לבית המלך ופניו פונים אל דרך אחרת, ויש מהם מי שמתכוון אל בית המלך, פונה אליו, ומבקש להיכנס אל ביתו ולהתייצב בפניו, אלא שעד עתה לא ראה מעולם את חומות הבית. יש בין המתכוונים אל בית המלך מי שהגיע אל הבית ומסובב אותו כדי לחפשׂ את השער שלו. ויש ביניהם מי שנכנס בעד השער והוא הולך בפרוזדורים. יש מהם מי שהגיע לטרקלין הבית והוא נוכח עם המלך במקום אחד והוא בית המלך. אבל עם שהוא בתוך הבית אין הוא רואה את המלך או מדבר אליו. אלא אחרי שאדם נוכח בבית המלך יש הכרח שישתדל השתדלות נוספת ואז יעמוד לפני המלך ויראה אותו מרחוק או מקרוב או ישמע את דיבורו של המלך או ידבר אליו.
המגיעים אל הבית וסובבים סביבו הם חכמי ההלכה המאמינים בדעות נכונות שקיבלום במסורת, דנים בהלכות הפולחניות, ואינם בקיאים בעיון בעקרונות הדת, וכלל לא חקרו לְאַמֵּת אמונה.
אלה שהעמיקו לעיין בעקרונות הדת נכנסו לפרוזדורים. האנשים שם ללא ספק בדרגות שונות. מי שיש לו הוכחה מופתית לכל מה שהוכח בהוכחה מופתית ויודע ידיעה ודאית את כל מה שאפשר לדעת ידיעה ודאית מהדברים האלוהיים, והוא קרוב לוודאות במה שבו אפשר רק להתקרב לוודאות - הוא עם המלך בתוך הבית.
דע, בני חביבי, שכּל עוד אתה עוסק במדעי המתמטיקה ובמלאכת ההיגיון אתה בכלל הסובבים סביב הבית ומחפשׂים את השער שלו, כמו שאמרו (החכמים) ז"ל על דרך המשל: עדיין בן זומא מבחוץ. כאשר תבין את הדברים הטבעיים, הרי נכנסת לבית ואתה מהלך בפרוזדוריו. כאשר תשלים את הפיסיקה ותבין את המטפיסיקה, נכנסת אל המלך אל החצר הפנימית (יחזקאל מ"ד, 21, 27) ותהיה עמו בבית אחד. זאת היא דרגת החכמים. והם שונים מבחינת השלמות.
דאנערשטאג יולי 03, 2014 2:44 pm#209609
שמעקעדיג האט געשריבן:איך מיין אז מען קריכט אריין אין א טיפע דעבאטע וואס איז מעיקרא נישט ריכטיג,

עוה"ז און עוה"ב מיינט נישט די וועלט און יענער וועלט, עס מיינט גוף ונשמה/רוחניות גשמיות. עוה"ז טוט פשוט אפטייטשן גשמיות, בשעת עוה"ב צייגט אויף א דבר רוחני.

דער גוי/עשו האט באקומען אלע תאוות גופניות, ער מעג האבן אלע נישט כשר'ע כלים, ער האט נישט קיין פחד פון זיין ראשעקאל אדער ראש ישיבה... ער קען קוקן, הערן וואס אימער ער וויל אן קיין שום אפהאלט, עסן ווען/וואו/וואס ער וויל, קיינע פראבלעמען מיט כשרות/הכשרים/תעניתים/ניין טעג/פאר קידוש/נאך הבדלה/פארן דאווענען/חמץ פסח/חוץ לסוכה, וכדומה.. ער מעג רעדן אלע לשה"ר ורכילות און זיך פאסמאקעווען מיט יענעמ'ס שמוץ, ער מעג עובר זיין אויף די שלש חמורות (כ'רעד נישט יעצט געזעצליך אדער וואס אנבאלאנגט ז' מצווות בני נח), מוז נישט לערנען, מוז נישט דאווענען, מוז נישט אויפשטיין צו זמן קר"ש, דארף נישט טראכטן פון קיין טהרת המשפחה, ער קען פארן הוליען ווי אימער אין די וועלט אן דאס מינדעסטע דאגה פון רוחניות/ביהמ"ד/כשרות/שמירת עינים, ער קען גיין הוליען כמעט נאקעט אין גאס, ער קען גיין אין קאלדעזש :P , ער קען דרייוון א רויטן ספארטס קאר און באהעפטן מלאחור א גרויסן ספיד שיפל, ער קען אנטון וועלכע סארט בגדים עס שמעקט אים/איר, קען גיין וועלכע גלעזער ער וויל, ער מעג אפילו שפריצן כל מיני דיאדרענט און זיך שאוערן מיט שמעקעדיגע זייפן! ער מעג זיך חבר'ן מיט וועם ער וויל, ער מעג טראכטן וואס ער וויל, ער קען טשוזן וועלכע אמונה ער וויל אדער אפילו זיין אן אטעאיסט... נישטא קיין האצקעריי אדער הוליעריי פון וואס ער מוז זיך צוריקהאלטן. נישטא קיין גדרים וסייגים אויף גארנישט. ער איז א גענצליך-פרייער מענטש, בגוף.

אויף יענע וועלט פארט עס ווייטער אויף דעם מהלך. אויב איז ער געווען מחסידי אומות העולם, איז פאראן א ספעציעלע גופניות'דיגע/גשמיות'דיגע גן עדן, ער וועט זיך דמיון'ען ווי דער בעל עגלה מיט גוטע פערד, אדער א מעכטיגן פארערי אויטא אויף א שפאגל נייעם אויטאבאן ראוד אין גערמאני, קען אפילו זיין 70 נקיבות פאר די אראבער... ער וועט זיצן מיט זיינע בעלי תאוה אינאיינעם און מאכן א לעבן (@הוגה, פליז נעם מיך נישט אויפן צימבל פון וואו איך ווייס, כ'האב עס געזעהן אין עפעס א מעשה בוכל, ומשם תדרשנו...)

משא"כ דער איד, להבדיל, דער איד!! דער חלק אלקי ממעל, אה! זיין לעבן איז א נשמה, א רוחניות, ער שפירט א טעם אין רוחניות, אין גשמיות איז ער היבש באגרעניצט, יעדע צווייטע זאך טאר מען נישט, ער קען קיינמאל נישט טון וואס ער וויל, ער איז געבונדן צו א שו"ע 24/7, כל ימי חייו, ומינה לא תזוע, ממילא זיין גוף קען נישט נהנה זיין פון די אלע תאוות, אבער ספיריטואל און רוחניות'דיג האט ער די וועלט און יענע וועלט... די תורה הק' וואס כי הם חיינו ואורך ימינו, און לולא תורתך שעשועי אז אבדתי בעניי, דאס קען נאר א אידישע נשמה שפירן, דער גוי שפירט א טעם אין א בלאט גמרא אדער נשמת אזוי ווי דער איד שפירט אין א לאבסטער, די גמרא קלעבט אויף אים ווי ארבעס צום וואנט.. און ווידער בעוה"ב איז דאך זיכער אז דער איד איז נהנה מזיו השכינה און פארברענגט אינאיינעם מיט די אבות הקדושים, עס איז א תענוג וואס לאזט זיך נישט באגרייפן, עין לא ראתה אלקים זולתך, עס איז אלעס הויל רוחניות.

כנלענ"ד מפי ספרים וסופרים.....

און וואס טוט זיך מיט דעם פרומען אראבער, אדער דעם הייליגען קריסט, ער איז אויך באגרעניצט, ער איז אויך אויף דעם זעלבען מצב ווי דער יוד?, דיין גאנצע פשעטיל איז אויף איין זייט געקוקט, מען קען עס פונקט אזוי מסביר זיין אויף די צווייטע זייט, אז אפילו גשמיותדיג גערעדט איז גוט צו האבען רעסטריקשענס, און רוב מענשטען גייען נאך געוויסע אן דאס אליין בוחר זיין, סאיז נישט מוכרח דיין תורה
בפשטות, די טיילונג פון יעקב און עשיו איז נישט דווקא צווישען יידן און גוים, נאר צווישען גלויביגע, און נישט גלויביגע, יעקב סימבלאזירט, א פרומען גלויביגער, און עשיו סימבלאזריט, א פרייער פויגעל, געט נישט קיין ניקל פאר פרומקייט און גלויבען, און עס האט נישט קיין שייכות, מיט עם הנבחר אדער עם סגולה נאר אלע וואס גלייבען, נישט קיין חילוק וואס, און אלע וואס גלייבען נישט, נישט קיין חילוק ווער, גייען אריין און דעם טיילונג.
דאנערשטאג יולי 03, 2014 2:54 pm#209624
ATUB @כוכב ATUB דא רעד מען אויך פון ממש פון די ענין
l viewtopic.php?f=10&t=891&hilit= l
דאנערשטאג יולי 03, 2014 11:36 pm#209823
סמארט, זאגסט ריכטיג.

איך ווינדער זיך אלץ צי דער אראבער וואס היט די שטרענגע שאריא געזעצן און האט נישט קיין הנאה אויף דער וועלט, צי באקומט ער כאטש יענע וועלט? אדער ער בלייבט א קרח מכאן וחוקת מכאן?
מיטוואך יולי 16, 2014 10:49 am#212102
דער מוסלעמינער וואונדערט זיך די זעלבע אויפן חסיד וואס היט די שטרענגע חסידישע געזעצן, אויב וועט ער זיין אויסגעשפילט לעת"ל...