איך ווייס נישט וועגן ענק, באוט דינסטאג ווען ס'איז ארויסגעקומען די נייעס אז אן אראביש קינד איז געהרג'ט געווארן האב איך געהערט פון הייסע חסידישע ציונים אז די מתנחלים זענען רוצחים, אומסטאבל און הפקר יונגן, מ'האט פלוצלינג געשאלטן מאיר כהנא, דוב הייקינד און אלע וואס טרייבן אהין צו גיין וואוינען, יעדער שמויגער האט זיך געהאט זיין מיינונג און עס אפן געשריבן אויף זיין וואצעפ גרופ'ל, אנדערע האבן אים אטאקירט, אבער על פי רוב האט מען זיך געהאלטן ביים מיינונג און נישט נאכגעגעבן און ווייטער געשריגן. רוב האבן געהאלטן אז מ'טאר אין אזא פלאץ נישט וואוינען צו לערנען, מ'טאר זיך נישט רייצן דארט מיט די רעגעסטרירטע באוויסטע אראבישע רוצחים ימ"ש, מ'דארף שטיין פון זיי ווייט ווייל זיי זענען עלול להריגה. אנדערע האבן צוגעגעבן אז שיקן א קינד דארט לערנען ביזסטו גארנישט אנדערשט ווי דער אראבער וואס האלט זיינע קינדער אין עזה פאר א 'הומען שיעלד'.
יעצט, סאטמאר רבי איז דער פירער און ממשיך דרכו פונעם אויסגעטרעטענע שיטה וואס איז ארויסגעברענגט געווארן אינעם ספה"ק ויואל משה, אן אריינצוגיין צו די גאנצע שיטה איז א שיטה צו נישט, אן צו דעבאטירן צו סאטמאר רב מהר"י זצ"ל איז געווען גערעכט, אבער דאס פארשטייט יעדער (כ'האף אזוי על כל פנים...) אז דער היינטיגער סאטמאר רבי האלט אז ער איז דער ממלא מקום וממשיך דרכו, (ווילסט עס טשעלענדזשן, גאו אהעד) אויב האלט ער אזוי, מעג ער און מוז ארויסברענגן די שיטה מיט א קלארקייט, צו ס'געפעלט יא פאר די אינדרויסענדיגע גאס צו נישט, צו ס'שמעקט יא פאר זיינע מענטשן צו נישט. דער סאטמארע רבי האלט אז יעצט ווען די גאנצע וועלט באבעלט און זידט איבער די מצב איז די צייט אויפצווועקן און אויפקלערן 'רבותי עטס זיצט אין א לייבן גרוב, עטס זענטס אין דעינדזשער!'
סך הכל שרייט מען 'יעצט איז נישט די צייט דערפאר', אההה ווען דען? נאך די שבעה? וואלסטו נישט געשריגן 'די עלטערן זענען יעצט אויפגעשטאנען, לאז זיי אפ!'? נאך די שלושים? וואלסטו נישט געשריבן 'קוים גענדיגט די שלושים און ער רעדט שוין, ער האט געווארט א גאנצע צייט דאס צו זאגן, ניטאמאל מיטגעפילט זייער ווייטאג נאר געווארט ער זאל קענען עפעס זאגן!'? זאל ער עס זאגן נאכן יאר? וואלסטו דאך געשריגן "וואס דעקט ער יעצט אויף אלטע וואונדן? די עלטערן האבן קוים אנגעהויבן צו קומען צו זיך און הער יו גאו מיטן עפענען פריש די ווייטאג!"... סאו ווען פונקטליך דארף ער עס ווען זאגן????
בקיצור סך הכל וואס א מענטש קען טוהן איז שרייבן, שרייען און ווייטאגן, האסט נאך א ברירה צו בויקאטירן זיין שחיטה, זיינע מצות, צו זיינע מוסדות....
מ'האט זיין פעטער אויך אפגעזיגעלט אלס "שונא ישראל" נישט ווייל ער איז געווען פארעווע ווען ס'איז געקומען צו אזא אינצידענט, ניין! בכלל נישט, ס'האט נאר געדויערט א וואך ווילאנג זיין ווארט איז אנגעקומען צו די מידיא און ביז דאן איז שוין געווען אנדערע העדליינס און ס'איז געווען ווי א שירעם נאך א רעגן...
אדרבה, נעמט די (שוין אויך צענזערירטע) טעיפס פון דעמאלטס, און הער עס אויס, נעם זיינע ספרים, און כאפ א בליק און קוק ווי די גאס האט דעמאלטס געשטורעמט. איין קליינע חילוק איז געווען -ווי ארויסגעברענגט- ס'האט געדויערט א וויילע ווילאנג ס'איז אנגעקומען צו די גאס...
זיס איז נאר צו זעהן ווי ס'זיצן זיך אין אמעריקע "מהדרין מן המהדרין" ציונים און שרייען "וואס הייסט? ס'איז אונזער לאנד, אונזער טערעטארי, אונזערע שטחים, מ'געמער נישט אויף א אינטש!" אבער וועלן נישט אהינגיין וואוינען, ביי זייערע באזיכן וועלן זיי ניטאמאל טראכטן פון גיין באזיכן און ארומקוקן אין די קריטישע וויכטיגע שטחים... רעדן און פלוידערן און טיילן איין פאר אלע גאווערמענטס וואס און ווען צו טוהן, אבער וועלן נישט אריינלייגן די פינגער אין קאלט וואסער ארויסצוהעלפן.... סאו שאט אפ! דיין מיינונג איז לויטער התגרות באומות און קען און האט געברענגט רציחה מיט אידיש בלוט פארגיסונג, דעם סאטמארע רבי'ס מיינונג האט אפיציעל געברענגט שנאת ישראל. דער סאטמארע רבי האט ענדערשט אויסגעוועלט צו זיין א שונא ישראל ווי א רוצח!!!