גאנצלבקיצור פון פריער יעדער האלט און זאגט די זעלבע אז ר' אהרן האט גערעדט און געזאגט צו די זאך דברים חוצבים וואס דארף געזאגט ווערן אין אזא מצב
מער ווייניגער איז דא דריי הערבארע טענות אויף די דרשה והנה און נון
1) ער מיינט נישט ערנסט די זאך ער מיינט נאר צו שפילן סטאמאר רבי וכדברי
@דער שכן ועוד
2) ס'איז נישט געווען אין צייט (די וואונד איז נאך בריעדיג)
3)ער האט נישט געדארפט ספעציעל אנגריפן דעם טאטן
יעצט על ראשון ראשון 1) דארף איך נישט פארענטפערן ווייל דעס ענטפערט יעדער לויט ווי זוי זיינע נגיעות און צמצום לצד אחד טרייבט אים אני הגדול זאגט אז ער מיינט עס איינמאל ערנסט אבער ערנסט ס'איז שוין יארן וואס מ'שרייט (אפי' די ממשלה אליין ) אז די פלעצער איז א מקום סכנה און ס'איז א שאלה צו מ'מעג דארט וואוינען ר' אהרן אליין האט שוין כמה פעמעם גערעדט דערפון
ביז יעצט האט מען געלאכט יעצט איז א זמן פון טראכטן איז געקומען די רבי דער ראש גולת אריאל און גענומען די שופר אין די האנט און געלאזט הערן דעת תורה ברמה
אן קיין שום חשבונות און ס'האט זיך צום וויפלטן מאל ארויסגעוויזן אז די סאטמאר רב ז"ל האט א ריכטיגע ממלא מקום און בד"א ווער ס'קען אמתדיג און פארשטייט און אנעלעזירט דעם רבי'ן ז"ל מהלך זעהט דאך טריט און שריט אז ר' אהרן האט ד זעלבע מהלך ואכמ"ל
סאו אויף דעם איז נישט שייך צו ענטפערן יעדער וועט דאך סיי ווי בלייבן ביי זיינס
2) ס'איז נישט געווען די צייט דעס איז א טענה ווען מ'קוקט אן די תורה ווי א געפיל זאך ס'איז דא צייטן וואס אפי' די אמת שרייט ארויס פון יעדע וואונקעל טאר מען נישט אויסזאגן דעם אמת סאטמאר רב זאל געזונט זיין זאגט (קענסט חולק זיין אויף אים - דארפסט אים אבער נישט אין די זעלבע צייט שעלטן וואו א מצומצם קענסט פלעין זאגן אז דו פארשטייסט אנדערש ווי אים ) אז זיין פעטער ז"ל האט אים דערלערנט אז די אמת דארף געזאגט ווערן יעדע צייט און
באמת די קשיא איז נאך אלס קאי וקיים בוקע רקיעים טאטעס פארוואס זענט עטץ מפקיר ענקערע קינדער פאר ענקער תאוות הנצחון און שלימות הארץ פארוואס רוצחים כי גם בניהם יעברו למולך און ס'איז דא וואס זאגן אז די רציחה אויף דעם אראביש קינד דאס האט אים געברענגט צו רעדן והבן
אלנפאלס צו זאגן אז ס'איז נישט אין צייט ווענד זיך ווי אזוי דו קוקסט אן די תורה די ווערטער דארפן באמת געזאגט ווערן יעדן טאג די מחאה אויף די טאטעס האט שוין געדארפט געהערט ווערן ביים ערשטן טאג פון פארכאפונג נאר די סאטמאר רב האט א מהלך אין דעם און דעת תורתו האט מכריע געווען אז יעצט איז שוין די צייט
3) איז די תי' פשוט ער האט נישט געמיינט דעם טאטן די ווערטער די טאטע האט טאקע נישט געדארפט געזאגט ווערן (לענ"ד) אבער די אלע טאטעס וואס וואוינען דארט דארפן זיך קלאפן על חטא
און מפייס זיין די נפטרים
מען איז דן דא אויף אויף נישט די ריכטיגע טענות. די עיקר טענות איז, אז דער אלטער סאטמאר רב ז"ל האט פארשטאנען דעם תמימות'דיגן מתנחל וואס גייט לערנען אין חברון, און ער האט אפילו פארשטאנען דעם סאלדאט וואס גייט קעמפן פארן לאנד, ער האט קיין בעסערס קיינמאל געזעהן, ביי אים איז דאס דער גרעסטער מצווה, און סאטמאר רב האט דאס גוט געוואוסט אז אויף זיי קען מען בשום אין אופן ווייזן א שולדיגען פינגער. ביי די מלחמת ששת הימים האט ער געוויינט אויף די סאלדאטען, און נישט מיט'ן פינגער געטייטעלט, עטס סאלדאטען האטס אליינס גענומען דעם טויט, ער מיינט דאך אז ער איז מקיים די גרעסטע מצווה. אזוי אויך ביי די יום כיפור מלחמה פארפירט געפערליך וויפיל זענען נעבעך אוועק, די נקודה איז אז ער האט פארשטאנען אז מען קען נישט באשולדיגען, הגם ביי די מלחמת ששת הימים האט ער געהאט נישט איינעם אדער צוויי צו באשולדיגן נאר גאנץ אסאך, נאר וואס, ער פארשטייט אז איינעם וואס ביי אים איז איינגעבאקען אז דאס איז די גרעסטע מצווה, איז נישט שולדיג, נאר נעבעך א גרויסער רחמנות, אינעם תורה שפראך א תינוק שנשבה, און ער האט אויף זיי מתפלל געווען יעדן טאג, נישט ביי ולמלשינים, נאר ביי השבינו,
נאר וואס האט סאטמאר רב יא באשולדיגט איז די רעיון הציונות, אז די רעיון הציונות ברענגט א שרעקליכע חרון אף, און אויך די ממשלת ישראל, וואס זיי פירען די מדינה בלויז מיט כוונות פון פאליטיק און נצחון, און אן קיינע לשם שמים'דיגע כוונות דערביי, און זיי נארן נעבעך אריין די תמימות'דיגע מתנחלים וכו' אז מען דארף גיין יעצט קעמפן, וואס אין דער צייט איז זייער כוונה א בייזער, און בלויז נקמה און תאוות הנצחון איז וואס ברענט און זיי. אבער נעמען א תמימות'דיגער מתנחל, וואס מיר האבן זיך אלע איבערצייגט זייער אמונה און בטחון בה' אלוקי ישראל, און מען האט זיי איינגעבאקן אז שלימות הארץ איז די מצווה, און מען דארף זיך פאר דעם מוסר נפש זיין וכו', זאגן ער איז שולדיג?? מ'קען פון זינען אראפגיין ווען מען זעהט אז מען דארף זיך איינ'טענה'ן מיט מענטשן אויף די פשוט'סטע פארשטענדליכסטע זאכן,
דיסקלעימער, איך בין נישט אינגאנצן איינשטימיג מיט סאטמאר רב'ס שיטה בכלל, און אוודאי געהער איך נישט אן צו די איינע פון די צוויי ברודער, נאר מיר טוט באמת וויי ווען א גדול'ס ווערטער און דעה ווערט פארדרייט, ווען עפעס א קרעציגע ראציגע יידן [אינקלאדינג, פיליפיען בראדערס, טירנויער, אהרן וזלמן ועוד] שטעלן אוועק אזא נעגאטיווע און אומקלאר בילד פון סאטמאר רב, און גלייבט מיר אז סאטמאר רב דארף מען יעצט ווישן די טרערן
און וואס איך פארשטיי סתם אזוי נישט, ווען מען רעדט ווען פון איינעם וואס ניינציג פראצענט פון זיינע רעדעס זענען אויסגעהאלטען, תורה'דיג, מאראליש, מענטשליך, וכו', איז דא וואס צו זיך נארן אז מען וויל עס פארענטפערן, אבער נארן און פאפן טאר מען זיך נישט, מען רעדט דאך פון איינעם וואס ניינציג פראצענט פון זיינע רעדעס האבען נישט קיין מענטשליכע צורה, (עס גייט מיר נישט אן זאל ער רעדן וואס און וויפיל ער וויל) איז קען נישט זיין אז דער רעדע איבער די דריי בחורים קען מען איינוויקלען, מיט די עפרה לפומיה, אדער זיבעטן ריפ, שארט קאטס, די פעינטירס וכו' וכו' דרשות, וואס ברענט מען אזוי צו פארענטפערן איינעם וואס ארבייט בכלל נישט אויף זיך אז זיין רעדע זאל זיין מאראליש אויסגעהאלטן, נאר וואס, אויב די אלע וואס פארענטפערן זיין איצטיגע רעדע וואלטן זיינע אנדערע רעדעס אויך געהאלטן אז ס'איז לעגעטים, סליחה שנפגשנו, ווייל איך האב נאך בחסדי השם נישט טועם די טעם פון גיין אין וואסער פאר א פארטיי,
ובזה יצאתי. ווייל דער אשכול קען מען שוין כמעט אריבערפירן אין סוער ליין הנקרא צימעס