Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » ספרים און ביכער » "כל באיה לא ישובון", שלום דין

"כל באיה לא ישובון", שלום דין

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
72 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 372 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #6778
דאנערשטאג יולי 10, 2014 4:26 pm#211270
"כל באיה לא ישובון", שלום דין
דער קומענדיגער חודש ניסן, תשע"ה, מערץ 24, 2015, למספרם, וועט ערשיינען א נייעם בוך פון ATUB @שלום דין ATUB מיט'ן נאמען "All Who Go Do Not Return", דאס איז אן ענגלישער איבערזעצונג פון "כל באיה לא ישובון".

פילע זענען נאך פארווייטאגט פון דעם בוך פון דבורה פעלדמאן, וואס איז געווען אנגעפיקעוועט מיט האלבע און גאנצע שקרים, און בעיקר שלעכטהארציג קעגן פיינע מענטשן וועלכע האבן איר נאר גוטס געטון. שלום דין האט זיך ארויסגעשטעלט אין דער פארגאנגנהייט צו שרייבן וועגן שענדליכע ערשיינונגען ביי חרדישע אידן אויף א מעסיגן און יושר'דיגן אופן, און האט גאנץ לעצטנס זאגאר פארדאמט א שרייבער וואס האט אויסגעטראכט שקרים און דמיונות קעגן חרדישע אידן.

דאס גיט האפענונג אז דער נייער בוך וועט זיין יושר'דיג און רייך באשריבן מיט דינ'ס מייסטערהאפטיגער פענע.
דאנערשטאג יולי 10, 2014 4:32 pm#211271
האט עס נישט געדארפט צו הייסן מיטן נאמען 'שייגעץ'?
דאנערשטאג יולי 10, 2014 4:37 pm#211272
איך האב אויך געהערט אז דער בוך גייט הייסן "שייגעץ", אבער זעט אויס אז דער מחבר אדער דער פובלישער האבן געטוישט דעם פלאן.
דאנערשטאג יולי 10, 2014 4:40 pm#211273
ATUB @שלום דין ATUB , שטיל ביטע די נייגער פון דעם עולם. וואו צילט דער בוך? וואס האבן מיר צו ערווארטן.
דאנערשטאג יולי 10, 2014 5:13 pm#211276
יעצט איז שוין קלאר וועלכע בוך צדיקים האבן אינזין געהאט ווען זיי האבן אונז מגלה געווען אז כל באיה לא ישובון איז ר"ת ביכ"ל.
דאנערשטאג יולי 10, 2014 5:23 pm#211278
איז די געדאנק פון די נאמען אז ער האט פארלוירן זיין אמונה דורך א ביכל? איך געדענק עפעס א ארטיקעל וואס ער האט געשריבן אז א רעדיא וואס ער האט געהאט האט געמאכט די ערשטע קרעקס אין זיין אמונה
דאנערשטאג יולי 10, 2014 5:28 pm#211279
דו רעדסט פון אן אינטערוויו מיט ארי מאנדעל.
דאנערשטאג יולי 10, 2014 5:29 pm#211280
מ'דארף אויסהארעווען דעם הייליגער ספר מאור עינים פאר מ'נעמט זיך צום ביכל. דאס קען לכאורה געבן שיין צום מבוא פון זיין ביאגראפיע, [לדעתי]
דאנערשטאג יולי 10, 2014 5:30 pm#211281
ער איז א גוטע שרייבר כ'ציטער דער בוך זאל אונז נישט אנמאכען רעבישע בושות.
זונטאג יולי 13, 2014 2:53 pm#211538
כל באיה אין משלי רעדט פונעם אשה זונה, אלע וואס קומען אויף איר לא ישובין ולא ישיגו ארחות חיים. נישט ממש דער טייטש אלל הו גא וכו'

רב דין איז טאקע געבענטשט מיט א פעדער. ער פלעגט זיין זייער ב'טעמט בשנים קדמוניות אין סקווער. לעצטערע יארן שרייבט ער מיט ביטערקייט און ווייטאג, האפנטליך דער בוך וועט זיין דער ערשטער פון אן היימישער לשעבר מיט קוואליטעט מאטריאל נישט סתם שנאה און ליגיונות.
זונטאג יולי 13, 2014 3:12 pm#211539
ווען ער האט געשריבען דא איז ער בכלל נישט געוועהן ביטער, איינער ווי ער איז אינטרעסאנט אז ער האט בכלל געשריבען א בוך, ווען ער שטעלט א פנים כאילו ער האט זיך אנגעשאקעלט פין זיין עבר און האט נישט קיין האס און שנאה.

קען אבער זיין אז זיין בוך וועט זיין געצילט אויף זיין היינטיגע לעבען מער ווי זיין עבר.
מאנטאג יולי 14, 2014 6:25 pm#211703
ס'משמע עפעס אז מ'קען עס שוין קויפן.
מאנטאג יולי 14, 2014 6:27 pm#211705
אמאזאן ערלויבט "פרי-ארדערס", דאס הייסט אז מ'קען קויפן נאך פאר דער אייטעם איז יצא לאור עולם, און עס ווערט דעליווערט תיכף ביים ערשיינען.
מאנטאג יולי 14, 2014 6:37 pm#211707
המלוכה והממשלה האט געשריבן:איז די געדאנק פון די נאמען אז ער האט פארלוירן זיין אמונה דורך א ביכל? איך געדענק עפעס א ארטיקעל וואס ער האט געשריבן אז א רעדיא וואס ער האט געהאט האט געמאכט די ערשטע קרעקס אין זיין אמונה


דו מיינסט דאס: m http://www.salon.com/2012/04/19/the_sound_of_sin/ m
מצד שני האט ער שוין אמאל געשריבן אז זיין כל באיה לא ישובון איז געווען ביבל קריטיק m http://www.unpious.com/2011/08/no-return/ m
מאנטאג יולי 14, 2014 6:42 pm#211708
די טייטל איז נישט קיין גענוי אפטייטש פון כל באיה לא ישובון ווייל באיה איז טייטש 'וואס קומען צו איר' נישט 'וואס גייען'
אבער געוויס איז עס אינספירירט פון דעם אויבנדערמאנטער פסוק און אירע ראשי תיבות.
מאנטאג יולי 14, 2014 10:18 pm#211755
יידל האט געשריבן:
המלוכה והממשלה האט געשריבן:איז די געדאנק פון די נאמען אז ער האט פארלוירן זיין אמונה דורך א ביכל? איך געדענק עפעס א ארטיקעל וואס ער האט געשריבן אז א רעדיא וואס ער האט געהאט האט געמאכט די ערשטע קרעקס אין זיין אמונה


דו מיינסט דאס: http://www.salon.com/2012/04/19/the_sound_of_sin/
מצד שני האט ער שוין אמאל געשריבן אז זיין כל באיה לא ישובון איז געווען ביבל קריטיק http://www.unpious.com/2011/08/no-return/

איך בין געווען אמאל ביים רבי'נס שלש סעודות תורה פרשת משלי, געדענק איך ווי ער האט דעמאלט געזאגט כהאי לישנא, "אין די מגילות ים המלח האבן די חוקרים געפינען א גירסא "בכל באיה לא ישובון"." האט ער געזאגט זאגט ער, "בכל באיה לא ישובון איז ראשי תיבות ביבל." וגעו כל העם בבכיה.
מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 6:30 pm#221218
עס איז נאך דא א גוטע האלבע יאהר ביז די בוך קומט ארויס אבער עפעס א בוכער פאדקעסט האט פארשאפט א קאפי און מאכט א קורצע פאזיטיווע ריוויו

m http://bookrageous.podbean.com/e/bookra ... lit-lunch/ m
מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 4:52 am#233991
ראובן האט געשריבן:איך האב אויך געהערט אז דער בוך גייט הייסן "שייגעץ", אבער זעט אויס אז דער מחבר אדער דער פובלישער האבן געטוישט דעם פלאן.

יא. איך הב געליינט אויף זיין (שלום דיען'ס) בלאג "אנ-פייעס" ווי ער צונעמט די גאנצע סוגיא פון די מנובלת דעברא פעלדמאן, ביי א ראונדטעיבל קאנפערענס מיט די אנדערע או.טי.די. קאלעגעס...ס'איז מתוק מדבש. און ווייזט אויף זיינע פילע טאלאנטן און שרייבערישן מייסטערווערק און שכל הישר...!
מיטוואך מערץ 18, 2015 8:59 am#259500
שלום דינ'ס בוך ערשיינט קומענדיגע וואך. קריטיקער וואס האבן געלייענט דעם בוך פאראויס לויבן עס גאר שטארק אויס. אויף אמאזאן האט דאס בוך א הויכע דורכשניטליכע ראטע פון 4.8 שטערן, פון 29 רעוויוס.
מיטוואך מערץ 18, 2015 1:47 pm#259564
ווער שרייבט א רעצענזיע אויף דעם ביכל פאר פה-סח?
מיטוואך מערץ 18, 2015 2:15 pm#259571
איך האב באשטעלט דעם ביכל ביי מיין לייברערי.

10 מענטשען זענען שוין אין שורה אויף דעם ביכל.

די לייברערי האט באשטעלט צוויי ביכלעך פאר 18 ברענטשעס. סך הכל 36
מיטוואך מערץ 18, 2015 8:34 pm#259632
אונז האמיר שוין געלייגט א האלד א חודש צוריק, האפנטליך וועט די לייברערי נישט פעניען.

דא קען מען ליינען א שטיקל אויסצוג פונעם בוך, וואו שלום באשרייבט זיינע יארן זייענדיג א רבי אין סקווערע חדר.
m http://m.forward.com/articles/216457/le ... uare-yesh/ m
מיטוואך מערץ 18, 2015 8:51 pm#259636
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:ער איז א גוטע שרייבר כ'ציטער דער בוך זאל אונז נישט אנמאכען רעבישע בושות.

ער. (שלום דיען) איז א מייסטערהאפטער שרייבער. בשעת די נבלה דעברא פעלדמאן...הא הא הא...וואס איהר עכטער נאמען איז שרה'לע ברקוביק האט אזוי שטארק באשמוצט ערליכע אידן און די גאנצע אידישע רעליגיע, האטציך שלום דיען ארויסגעשטעלט בראש פון א סימפאזיום פון א גרופע געוועזענע ערליכע אידן, און האט שטארק פארדאמט די שרייבערין און אירע סטעיטמענטס אין דעם שמוציגן בוך...! אבער פון די אנדערע זייט האט ער אויפגעוויזן דעם אבסורדאלן מצב וואו אזויגערופענע חשוב'ע אידן אין אונדזער היימישע קהילה ווילן געניסן פון דעם כבוד וואס זיי האלטן אז ס'קומט זיי. און פון די אנדערע זייט זינדיגן זיי מיט גראבע עבירות און שרייען נאך אויף אנדערע מענטשן "שייגעץ"..
דאס ארטיקל אויף ענגליש וואס הייסט "א חשוב'ער מענטש"...געשריבן דורך שלום דיען וואו ער שילדערט וויאזוי איינער פון די "חשוב'ע אידן" איז געווען משוקע אין די מ"ט שערי טומאה. אין די זעלבע צייט וואס ער האט געשפילט א ראלע אלס איש מכובד...!
מיטוואך מערץ 18, 2015 9:55 pm#259651
אפשר האט געשריבן:אונז האמיר שוין געלייגט א האלד א חודש צוריק, האפנטליך וועט די לייברערי נישט פעניען.

דא קען מען ליינען א שטיקל אויסצוג פונעם בוך, וואו שלום באשרייבט זיינע יארן זייענדיג א רבי אין סקווערע חדר.
http://m.forward.com/articles/216457/le ... uare-yesh/


זשאזשנדיג פונעם דאזיגן אויסצוג פרק איז לע"ד שוואכע מעשיות. גארנישט קריעטיוו סתם בעבישע העלדישקייט פון אויסזאגן פאר די גוים אז דער רבי האט געשלאגן און מען נעמט אף די בוקס. די אלע שמוצערייען האט פעלדמאן בעסער געקענט.

צו דער פולער בוך האט מער תוכן וועלן מיר וויסן נעקסטע וואך אי"ה.
מיטוואך מערץ 18, 2015 9:56 pm#259652
בן תמליון, דער קונץ פון שרייבן איז נישט אזוי ווייט וואס מען זאגט נאר ווי אזוי מען זאגט עס.
מיטוואך פעברואר 24, 2016 12:42 am#322473
ווי איז הרב יואל לעבאוויטש ווען מ'דארף אים.

לאמיר זינגען צוזאמען, "ווייל א טאטע בלייבט א טאטע..."
מיטוואך פעברואר 24, 2016 12:49 am#322474
Re: "כל באיה לא ישובון", שלום דין
יא, דער אינגערמאן שרייט עיהם נאך ווי א טיפוש עצום. רעדט נישט קיין איין ווארט צום זאך, שלום גראדע האלט זיך רואיג כאילו ממיינט נישט עיהם
מיטוואך פעברואר 24, 2016 1:10 am#322475
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:יא, דער אינגערמאן שרייט עיהם נאך ווי א טיפוש עצום. רעדט נישט קיין איין ווארט צום זאך, שלום גראדע האלט זיך רואיג כאילו ממיינט נישט עיהם

ס'דא א קליפ דערפון?
מיטוואך פעברואר 24, 2016 8:39 am#322494
קאצקע ציקער האט געשריבן:
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:יא, דער אינגערמאן שרייט עיהם נאך ווי א טיפוש עצום. רעדט נישט קיין איין ווארט צום זאך, שלום גראדע האלט זיך רואיג כאילו ממיינט נישט עיהם

ס'דא א קליפ דערפון?


יא. איך האב עס געזעהן אויף שלומ׳ס פעיסבוק. פונקט וויאזוי ער פארציילט. ער זאגט אים איך האב דיר געאפפערט 65,000 דאללער זאלסט נישט ארויסגעבן דיין ביכל.
מיטוואך פעברואר 24, 2016 11:28 am#322507
קאצקע ציקער האט געשריבן:
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:יא, דער אינגערמאן שרייט עיהם נאך ווי א טיפוש עצום. רעדט נישט קיין איין ווארט צום זאך, שלום גראדע האלט זיך רואיג כאילו ממיינט נישט עיהם

ס'דא א קליפ דערפון?

איך האב די ווידיא, אבער כ'ווייס נישט וויאזוי עס דא ארויפצולייגן.
מיטוואך פעברואר 24, 2016 8:36 pm#322565
Re: "כל באיה לא ישובון", שלום דין
שלום על ישראל האט געשריבן:ווי איז הרב יואל לעבאוויטש ווען מ'דארף אים.

לאמיר זינגען צוזאמען, "ווייל א טאטע בלייבט א טאטע..."

uploadfromtaptalk1456364157546.jpg
דאנערשטאג פעברואר 25, 2016 10:37 pm#322674
דער יונגרמאן וואס שרייט אויף איהם, איז זיין געוועזענער שוואגער.
פרייטאג פעברואר 26, 2016 2:37 pm#322747
Re: "כל באיה לא ישובון", שלום דין
שלום על ישראל האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:יא, דער אינגערמאן שרייט עיהם נאך ווי א טיפוש עצום. רעדט נישט קיין איין ווארט צום זאך, שלום גראדע האלט זיך רואיג כאילו ממיינט נישט עיהם

ס'דא א קליפ דערפון?

איך האב די ווידיא, אבער כ'ווייס נישט וויאזוי עס דא ארויפצולייגן.

נא נאכאלטץ נישט אויסגעפינען ווי זוי ארויף צולייגן ?
פרייטאג פעברואר 26, 2016 3:07 pm#322751
ניין. דו ווייסט וויאזוי מ'קען ארויפלייגן אן MP4 פייל?
פרייטאג פעברואר 26, 2016 3:18 pm#322753
נאדיר
גערעכט עס ארבייט נישט
דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 3:40 pm#347272
ATUB @לעיקוואד ATUB 'ס רעוויו:

Shulem Deen might be the star of OTD writers, but what struck me in this book was how little of it can actually be said to be the telling of an OTD narrative. It read so much more like a Chasidic coming of age story, the story of almost every boy or girl growing up in such community. There’s not one element of the story that any average Chasidic man over thirty can’t identify with. Every single part of it. And can perhaps be applied even more universally, although I have little knowledge or experience of that.

Let me briefly sketch out this reading for you. Growing up Chasidic is growing up in an all-encompassing system of education/indoctrination/socialization. You are told that everything is figured out, we got the truth about everything you could possibly need, and all that is left for you to do is to be good, conform to plan, and all will be alright.

For a small minority, perhaps this works out. They are good students, get good Shiduchim, have kids, somehow make a living, and all proceeds according to plan. For the most, there is a lot of shock and awakening involved. This story starts the day after your wedding. From a boy expected to be entirely in the dark about marriage, and about everything else needed in the real world, you are suddenly expected to be able to handle a relationship perfectly, to take care of a wife. You are suddenly confronted with half the world you have been entirely in the dark about.

Then you need to provide for your family. As Shulem says, he would have thought whoever created the Kolel system figured out the budget for you, turns out, as every single man finds out, this is not the case. There is no way to make it with kids on a kolell stipend, and all your training in ancient law and lore doesn’t even prepare you to get a job teaching that. Again, a small minority does get jobs in education, dropping right back into the system they have just graduated, with no added knowledge of the real world, thus perpetuating the cycle of naiveté. But for must, you suddenly realize all the adults you have been relying on all your life, really have no idea what they are doing, and it is for you to figure out how to make it in the real world.

Even growing out of the naiveté of total simple faith isn’t much of an exception. Every average smart Hasidic man I know, has at some point realized it isn’t so. For many, as for Sulem, this happens after chancing on those kiruv books that purport to give that absolute proof of the truth of Judaism. For others, it’s just being in the world, meeting people, finding out not all Goyim are miniature Hitlers prostitutes and gangsters, some even have alternative faiths they take as seriously as we take ours. For yet others it is getting into some Haredi Gossip forum and finding out the Rebbe isn’t the saint he was made out to be, that the leaders are themselves not those perfectly edited portraits of them you see in school.

It would be too painful for me to elaborate on the divorce aspect of the story. But in a word, while the kind of total estrangement Shulem experienced is rarer, divorce in the community is excruciatingly awkward, painful, and leaves parents with little recourse to maintain normal relationships with children, you don’t need to be a Kofar to have this happen to you.

So, yes all who go do not return, growing up is one directional, and what is learnt can’t be unlearnt, but that doesn’t mean everyone who listens to radio will become a goy, or that everyone who reads permission to believe will end up an atheist. This book did a great job of telling, in its context, the all too human story of growing up, of being faced with an answerless universe, of becoming an adult yourself and suddenly realizing that adults don’t know much either.
דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 4:06 pm#347277
Re: "כל באיה לא ישובון", שלום דין
לעיקוואד שרייבט כאילו ער ווייסט פון ערשטע האנט. דאס איז שקר, ווייל ער איז נישט אויפגעהאדעוועט אין וומסב"ג, ער האט נישט געלערנט אין סקווער און ער איז געווען היבש אויפגעקלערט אלס בחור. ער האט געמעגט טראכטען דעמאלס און קיינער האט איהם אזוי נישט אויסגעשפיגען. פון דערווייטענס קען ער זאגען א דעה, פונקט ווי איך קען, ס'איז אבער נישט ערשטהאנטיג

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 4:43 pm#347284
מיט וואס ביסטו נישט איינשטימיג מיט אים?
דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 4:46 pm#347285
Re: "כל באיה לא ישובון", שלום דין
איך זאג נאר אז ער רעדט פון די פרעמד, נישט פון אינעןוייניג. אפשר איז ער יא גערעכט, אבער ער זאגט ליגענט מיט דעם וואס ער פראבירט איינצורעדען אז אזוי האט ער זיך געמוטשעט. פונקט ווי איך קען אזוי נישט זאגען ווייל מ'האט מיר נישט פארשוויגען אלס בחור און איך האב נישט חתונה געהאט ביי די אכצען נאך א צוואנציג מינוט בעשוי

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 9:37 pm#347337
moshav zekeinim האט געשריבן:מיט וואס ביסטו נישט איינשטימיג מיט אים?

מושב זקנים: איך האב אויך געהערט שלום דיען'ס ..."ריעדינג"... איך געב איהם קרעדיט פאר איין אספעקט פון זיין איצטיגן מהות. ער איז נישט אוועק געגאנגען פון רעליגיע מיט שנאה און האס. אזוי ווי א סאך אנדערע או.טי.די.'ס. אזוי ווי למשל דעברא פעלדמאן...ווער געדענקט זי נאך...?!
נאר די אלע אנדערע סיבות וואס ער געט אן (אדער לכה"פ די מערסטע) האב איך אויך באגעגנט און איך בין ב"ה נישט געווארן או.טי.די.
איך האב א שטיקל הסבר אויף מיין טעאריע. ס'איז דא א שטיקל פעטטערן. און דאס קען זיין איז דער שורש פון דיין שנאה צו ערליכע אידן און אידישקייט. ניין. ביי דיר ארבעט עס נישט. ווייל דו ביסט כאראקטעריסטיש מער ענדליך צו שרה'לע ברקוביק/דעברא פעלדמאן. אבער, עכ"פ ביי די מענטשן וועלכע האבן פארלאזט די רעליגיע אן שנאה איז דא א שטיקל פעטטערן. זיי אלע. אדער די מערסטע פון זיי זענען סעקאנד דזשענערעישן בעלי תשובה. שלום דיען'ס טאטע איז אויך א ב.ט. אין ארץ ישראל איז די זעלבע. די מערסטע חוזרי בשאלה זענען קינדער פון משפחות בעלי תשובה.
נאך א מעלה האט שלום דיען. ווען ער איז אוועק פון רעליגיע. (נישט אז דאס האט איהם געשטערט. אבער ער האלט אזוי.) האט ער כאטש גענומען אן עדיוקעישן. משא"כ א סאך פון די או.טי.די.'ס פארפאטשקענען זייער צייט און בלייבן אויפ'ן זעלבן שטאפל פון אומ-וויסנשאפט ווי פריער, אלס חרדים...!
פרייטאג אוגוסט 26, 2016 3:14 am#347363
berlbalaguleh האט געשריבן:
moshav zekeinim האט געשריבן:מיט וואס ביסטו נישט איינשטימיג מיט אים?

מושב זקנים: איך האב אויך געהערט שלום דיען'ס ..."ריעדינג"... איך געב איהם קרעדיט פאר איין אספעקט פון זיין איצטיגן מהות. ער איז נישט אוועק געגאנגען פון רעליגיע מיט שנאה און האס. אזוי ווי א סאך אנדערע או.טי.די.'ס. אזוי ווי למשל דעברא פעלדמאן...ווער געדענקט זי נאך...?!
נאר די אלע אנדערע סיבות וואס ער געט אן (אדער לכה"פ די מערסטע) האב איך אויך באגעגנט און איך בין ב"ה נישט געווארן או.טי.די.
איך האב א שטיקל הסבר אויף מיין טעאריע. ס'איז דא שטיקל פעטטערן. און דאס קען זיין איז דער שורש פון דיין שנאה צו ערליכע אידן און אידישקייט. ניין. ביי דיר ארבעט עס נישט. ווייל דו ביסט כאראקטעריסטיש מער ענדליך צו שרה'לע ברקוביק/דעברא פעלדמאן. אבער, עכ"פ ביי די מענטשן וועלכע האבן פארלאזט די רעליגיע אן שנאה איז דא א שטיקל פעטטערן. זיי אלע. אדער די מערסטע פון זיי זענען סעקאנד דזשענערעישן בעלי תשובה. שלום דיען'ס טאטע איז אויך א ב.ט. אין ארץ ישראל איז די זעלבע. די מערסטע חוזרי בשאלה זענען קינדער פון משפחות בעלי תשובה.
נאך א מעלה האט שלום דיען. ווען ער איז אוועק פון רעליגיע. (נישט אז דאס האט איהם געשטערט. אבער ער האלט אזוי.) האט ער כאטש גענומען אן עדיוקעישן. משא"כ א סאך פון די או.טי.די.'ס פארפאטשקענען זייער צייט און בלייבן אויפ'ן זעלבן שטאפל פון אומ-וויסנשאפט ווי פריער, אלס חרדים...!


די מערסטע חוזרי בשאלה זענען קינדער פון בעלי תשובה??? זיידי! ס׳פאסט נישט זאלסט רעדן אזעליכע שטותים און הבלים, פון ווי נעמסטו דיינע סטאטיסיקס זיידעניו?

איך וויל זאלסט וויסן איך בין א אייניקל און איר איר אייניקל פון פרומע אידן פון ביידע זייטן, שומר תורה ומצות, מדקדק בקלה כבחמורה פאר צענדליגער דורות, ס׳איז נישטא קיין איין בעל תשובה אדער בעל עבירה אין מיין DNA! כ׳לאז דיר נאר וויסן-שרייב עס צו, צו דיינע סטאטיסיקס...
פרייטאג אוגוסט 26, 2016 9:11 am#347375

There is no way to make it with kids on a kolell stipend, and all your training in ancient law and lore doesn’t even prepare you to get a job teaching that. Again, a small minority does get jobs in education, dropping right back into the system they have just graduated, with no added knowledge of the real world, thus perpetuating the cycle of naiveté. But for must, you suddenly realize all the adults you have been relying on all your life, really have no idea what they are doing,


אין אידישער איבערזעצונג:

עס איז נישטא קיין וועג וויאזוי צו מאכן דעם טאג מיט א שטוב מיט קינדער און א כולל געהאלט, און דאס זיצן און קוועטשן די באנק אין ישיבה און לערנען "שור שנגח את הפרה" העלפט דיר ניטאמאל ווערן א מלמד און מגיד שיעור וואס זאל אויך קענען פארלערנען שור שנגח. א קליינע מינאריטעט קריגן טאקע א כלי קודש'דיגע פאסטן אין עדיוקאציע אריינטאנצנדיג ווידעראמאל אינעם זעלבן סיסטעם וואס זיי האבן נארוואס גראדואירט, אן קיין שום בעסערע פארשטאנד איבער דער ריכטיגער וועלט נאר דערמיט צו באגרינדן דעם אומבאגרינדעטע ציקל פון נאאוויטעט, אבער א מערהייט טוט מיטאמאל רעאליזירן אז אלע ערוואקסענע אויף וועמען זיי האבן זיך פארלאזט א גאנצן לעבן, האבן אינ'אמת'ן אריין נישט די מינדעסטע אנונג וואס זיי טוען.




איי, דאס ציפט דאס ציפט.
פרייטאג אוגוסט 26, 2016 3:14 pm#347415
שבת אחים שליט"א (המכונה כ"ק אדמו"ר מוויזניץ, סטעטן איילענד, יצ"ו): דו האסט נישט גוט פארשטאנען וואס איך האב געמיינט צו זאגן. אדער געזאגט. כ'האב נישט געזאגט אז אלע חוזרים בשאלה דאהי אין אמעריקע און אין ארץ ישראל זענען דווקא סעקאנד דזשענערעישן בעלי תשובה. קוק אויף דיר, למשל. דו ביסט דאך, לויט ווי מ'פארציילט אויכעט א שטיקל או.טי.די. אבער דער פאקט בלייבט אז א גרויסער פראצענט פון די היזיגע או.טי. די. אידן זענען 2'טע דור בי.טי.. דאס האב איך געזעהן אמאל אויף א פראפייל/בייאגרעפי פון עטליכע או.טי.די. אידעלעך. און אין ארץ ישראל איז טאקע נאך א גרעסערער פראצענט. דאס זאג איך נישט. דו האסט געהערט פון א מענטש אבישי בן חיים. ער האט א גאנצע סעריע אויף טי.ווי. איבער חרדים. ער האט עס געזאגט...!
פרייטאג אוגוסט 26, 2016 3:17 pm#347416
שבת אחים: ס'איז מיר יעצט איינגעפאללן א גוט ווערטל לכבוד שבת. דו בארימסט דיך אז דו ביסט אן אייניקל און אן איר איר אייניקל פון יודן וועלכע זענען געוון מדקדקים בקלה כבחמורה. איך האלט אז דו ביסט אויכעט א גרויסער מדקדק בכלה כבחמורה... :lol:
פרייטאג אוגוסט 26, 2016 3:30 pm#347419
כחמורה מיט א חולם אדער מלאופים?
פרייטאג אוגוסט 26, 2016 3:46 pm#347420
וואלווי האט געשריבן:כחמורה מיט א חולם אדער מלאופים?

כ'האב פארשטאנען אז ס'וועט זיין ווער ס'וועט פרעגן די שאלה. טייטש עס אויס וויאזוי דו פארשטייסט. ס'האט א פשט ביידע וועגן... :lol:
פרייטאג אוגוסט 26, 2016 3:57 pm#347423
בעל עגלה, אויף דיר קען מען זאגען ידע שור קונהו וחמור אבוס בעליו...
מוצ"ש אוגוסט 27, 2016 9:45 pm#347443
וואלווי האט געשריבן:בעל עגלה, אויף דיר קען מען זאגען ידע שור קונהו וחמור אבוס בעליו...

וואלווי: אויף דיר קענמען זאגן ניבא ולא ידע מה ניבא. ווייל ביי קארס, טראקס און באסעס איז עס אזוי. די מאטאר רעספאנדט צו דעם דרייווער. מהאי טעמא איז בעסער אז נאר איין מענטש זאלל דרייוון אן אויטא. א קאר וואס א יעדער וואס האט הענט און פיס דרייווט, גייט שנעל קאליע...!
זונטאג אוגוסט 28, 2016 8:01 pm#347554
berlbalaguleh האט געשריבן:שבת אחים: ס'איז מיר יעצט איינגעפאללן א גוט ווערטל לכבוד שבת. דו בארימסט דיך אז דו ביסט אן אייניקל און אן איר איר אייניקל פון יודן וועלכע זענען געוון מדקדקים בקלה כבחמורה. איך האלט אז דו ביסט אויכעט א גרויסער מדקדק בכלה כבחמורה... :lol:


לאל.
איך טוה מיך נישט אויף מיט גארנישט, איך זאג דיר א טרוקנע פאקט כמו שהוא.